דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9840
170 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9840
הגאון ר' חיים פנחס שיינבערג האט אמאל געהערט איינע פין די בריסקע זיך מוטשענען ביי קריא"ש ששממעע ישרא-- שש-- ששמעע-ע-ע ישראל וגו' גייט ער צי צי איהם און זאגט די משנה אין ברכות קלערט צי קרא (קריאת שמע) ולא דקדק באותיותיה יצא אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז דקדק ולא קרא איז לכו"ע לא יצא
4
ונבנתה העיראינעם היינטיגן דף האט מען געלערנט אז מען דארף מאריך זיין אינעם ד' פון אחד.
איז דאך עס פון די עבודות קשות שבמקדש מאריך צו זיין אין א ד', איז געווען א בריסקער וואס האט זיך נישט געקענט א עצה געבן האט ער מרוב כעסו אויסגעשריגן אחדדדדדדד עז אין דעוויד....
5
ונבנתה העירמען האט געפרעגט חיים דעם רב'ס פארוואס די סאלאווייציקס זענען נישט מחמיר זיך פודה צו זיין מספק אפשר זענען זיי נישט קיין לויים, האט ער גענטפערט: אויף יענעם צד זענען מיר אויך נישט קיין סאלאווייציקס...
----------
אלס קינד האט ער זיך אמאל געשלאגן מיט א ברודער, ווען דער טאטע איז געקומען זאגט ער איהם אז יענער האט קודם אנגעפאנגען, פרעגט איהם דער טאטע: פארוואס האט ער זיך נישט אנגעפאנגען מיט מיר? זאגט חיים: אלא מאי האב איך אנגעפאנגען? פארוואס האב 'איך' זיך נישט אנגעפאנגען מיט דיר?...
6.
אויף חיים פארציילט מען אויך אז אמאל נאך א געשלעג איז ער געקומען וויינען צום טאטן: טאטע! מאיר'קע האט מיר געוואלט שלאגן. פון וואנעט ווייסטו -פרעגט אים דער רב- אז ער האט דיר געוואלט שלאגן. א ראי' האסטו -טענה'ט חיים'קע- ווייל ער האט מיר געשלאגן... -איז זאג'זשע אז ער האט דיר געשלאגן. אוי טאטע -ענטפערט חיים'קע- אויף דעם האב איך ניט קיין ראי' !!

מ'האט אמאל געטראפן חיים ארומלויפן מיט א קינדער וויגאלע (קערידזש), און אינדערווייניג איז געווען א "קצות". ווען מ'האט עם געפרעגט וואס דאס מיינט האט ער געזאגט "וואס הייסט, ער רעדט דאך ווי א קינד"...
חיים האט מען אמאל געזען ארייננעמען מיט זיך א "רמב"ם" אין בית הכסא. נא...! די הייליגע רמב"ם...? האט מען עם פארגעהאלטן. אבער חיים האט געטענה'ט: וואס מיינט איר, דער רמב"ם אליין איז נישט געגיינגען אין בית הכסא....?
11
מ'דערציילט אז א בריסקער האט זיך אראפגעווארפן פון אלע סטעפס פון זיין הויז. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון. האט ער געענטפערט (מיט זיינע לעצטע כוחות) ווייל ער איז חושש אפשר שטאמט ער פון המן'ס טאכטער, וואס זי איז דאך געווען מזרע עמלק...!

אנאנים: הגם איך וועיס נישט (סקווערע רעבע שליט"ע) אוואו ליפשא/ליפשע (כ'בין שוין אויך געווארן א שטיקל בריסקער) האט געוואוינט. אין ארץ ישראל אדער אין די ליטא. קלינגט/קלונגט דער וויץ/דזשאוק דאך בעסער ווען מ'פארציילט עס אויף א"י. ווייל אז זי האט ארויסגעשריגן פון ווייבער שול די ווערטער אין עברית, איז די דזשאוק א סאך שטערקער...והמכין יכין... 😂 🙄
ניין. דו דארפסט נישט קיין נייע בריללן...!

[ציטאט אראפגענומען]
[ציטאט אראפגענומען]
12
כידוע האבן זיך די בריסקע אייביג געדרייט מיט שירעמעס ווי אלע בילדער פונעם גרי"ז אין שווייץ וכו'
האט איינער אמאל גיזעהן חיים שפאצירן מיט א שירעם אין די האנט אין א שיינעם טאג
פרעגט אים יענע חיים פארוואס גייט איר מיט א שירעם?
זאגט ער ווייל אין בריסק רעגנט
פרעגט ער אים אויב אזוי פארוואס מאכט איר עס נישט אויף?
זאגט אים חיים ווייל איך ווער ניט נאס!

דער סבה פאר'ן אויסלאזען דער חידושי הרי"ם איז בדייקא. זיי האלטען איהם פאר א קרומע. מ'האט געזאגט פאר דער גרי"ז אז אלע שטיקלעך ר' חיים שטייט שוין אין חידושי הרי"ם. האט ער גע'ענטפערט "יא, אבער דארט שטייען אנדערע זאכען אויך!"
וועגען דער דברי חיים האב איך געהערט אז זיי זאגען ער איז גארנישט חסידיש געווען. אזא מעשה האב איך געהערט. ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט רוזין, האבען די סאדגערער חסידים געזאגט אז דער דברי חיים ווייסט נישט פון חסידות בכלל, "ווי האט ער געלערנט? ביי וועמען?"
די צאנזער קינדער האבען גע'ענטפערט אז בעיקר האט ער געלערנט פון די ספר וואס מ'האט מייחס געווען צו ר' מענדעלע וויטעבסקער.
למעשה איז דער ספר פון ר' מענדעלע שקלאווער מתלמידי הגר"א. דעריבער איז ער גארנישט חסידי'ש געווען.
עכ"פ כך שמעתי ברחוב הבריסקאי

ליטוואק איך האב זייער הנאה אז האסט געלייגט דער תגובה אין די שמייכל אפטיילונג 😂 😂 😂
איך האב זיך פאררופען אלס בריסקער? יא, איך האב געלערנט דארט און מיין ברידער לערנען נאך דארט, אבער שטותים בלייבט שטותים.
צו וועמען רעדסטו?
ס'איז דא אסאך פון 'חיים דער רב'ס', בפרט אויף פרשת וירא.
אשת לוט האט זיך אומגעדרייט, האט זי געזאלט בלייבען אין די עונש פון סדם, וואס איז געווארען גפרית ומלח, דעריבער איז זי געווארען א נציב מלח. איי, רש"י זאגט "במלח חטאה במלח לקתה", אז ס'איז אן עונש פאר'ן בעטען זאלץ פון די שכנט'עס? דאס איז מסביר צו זיין פארוואס זי איז נישט געווארען א נציב גפרית!

ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב זיך פאררופען אלס בריסקער? יא, איך האב געלערנט דארט און מיין ברידער לערנען נאך דארט, אבער שטותים בלייבט שטותים.
די שאלה איז נאר. ווער ס'רעדט די שטותים און לעבט אין פאנטאזיעס...דער דברי חיים איז נישט געווען א חסידי'שע רבי...לאל, ואשפ"ג חיברו יחדיו...!
אויף אלעם האסטו א הסבר ממשיך צו זיין דיינע פאנטאזיעס. יעצט פארשטיי איך שוין דעם מאמר חז"ל אין מס' סוכה...וואו די גמ' פרעגט (רעטאריש)..."אם אין דעת, הבדלה, מניין...?!...ווער ס'קען נישט מבחין זיין צווישן דעם רבי'ן ר' מענדעלע וויטעבסקער און ר' מענד'לי שקלאווער, דער לעבט אין זיין אייגענע פאנטאזיע כל ימיו...!
דו האלט'ס נאכאנאנד די זעלבע גרייז.
The ability to entertain a thought without accepting it is the hallmark of an educated mind
איך האב דערמאנט א שמועה וואס איך האב געהערט. דו זאגסט אז ס'איז נישט אמת. איז וואס? יעצט האב איך עס נישט געהערט? יעצט גלויבען זיי נישט אזוי אין בריסק? וואס האט עס אהער?
והיינו טעמא דנטורי קרתא נמי. אז מ'קען יענעמ'ס מיינונג נישט נאכזאגען, וויבאלד מ'האלט נישט אזוי.

נאך א חיים דער רב'ס:
מדוע את הולכת אליו היום לא חודש ולא שבת וגו' וואלט געדארפט שטיין שבת קודם ווייל שבת איז תדיר, נאר אויף "נישט" איז ר"ח מער תדיר
די "מעתיקי השמועה" וואלטען געדארפט ארויסגעבן א חידושי ר' חיים הלוי האחרון ס'וואלט אפשר בעסער פארקויפט געווארן ווי די גר"ח הראשון בפרט א מהדורת "סטענסיל"....

געוואלדיגא בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....
פון דא
ליטוואק פון בודאפעסטדער סבה פאר'ן אויסלאזען דער חידושי הרי"ם איז בדייקא. זיי האלטען איהם פאר א קרומע. מ'האט געזאגט פאר דער גרי"ז אז אלע שטיקלעך ר' חיים שטייט שוין אין חידושי הרי"ם. האט ער גע'ענטפערט "יא, אבער דארט שטייען אנדערע זאכען אויך!"
וועגען דער דברי חיים האב איך געהערט אז זיי זאגען ער איז גארנישט חסידיש געווען. אזא מעשה האב איך געהערט. ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט רוזין, האבען די סאדגערער חסידים געזאגט אז דער דברי חיים ווייסט נישט פון חסידות בכלל, "ווי האט ער געלערנט? ביי וועמען?"
די צאנזער קינדער האבען גע'ענטפערט אז בעיקר האט ער געלערנט פון די ספר וואס מ'האט מייחס געווען צו ר' מענדעלע וויטעבסקער.
למעשה איז דער ספר פון ר' מענדעלע שקלאווער מתלמידי הגר"א. דעריבער איז ער גארנישט חסידי'ש געווען.
עכ"פ כך שמעתי ברחוב הבריסקאי
די חי' הרי"ם האבן זיי נישט געגליכן ווייל ער איז געגיינגען בדרך הפילפול - די דעמאלסטיגע אנגענומענע דרך הלימוד אין פולין - וואס איז נאך געקומען פון זיינע רבי'ס די ר"ר בונם מיט'ן יהודי הקדוש (אפשר האבן זיי עס גאר איינגעפירט?) אבער דער שפת אמת וואס האט משנה געווען פארשידענע זאכן, האט אויך משנה געווען דעם דרך הלימוד (און אסאך האבן טאקע נישט געגליכן דעם שפת אמת בתחילת ימי נשיאותו). אבער די בריסקער האבן זיך גאר שטארק צוגעכאפט צו זיינע ספרים, און זיי האבן עס אסאך געניצט. ליטוואק, יא?
ס'ווערט דערציילט אז מ'האט אמאל געוויזן פאר'ן גרי"ז א שפת אמת על התורה. אריינקוקנדיג, האט ער פשוט נישט געוואלט גלייבן אז דאס איז די זעלבער בעל מחבר. ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי די זעלבער מענטש קען מחדש זיין אזעלכע שיינע סברות אין גמרא און צו די זעלבע צייט אזעלכע טיפע תורות..
ירח בן יומו[ציטאט אראפגענומען][ציטאט אראפגענומען]
שפת אמת איז געווען אן אייניקל פון די חי' הרי"ם
ליטוואק פון בודאפעסטדו האלט'ס נאכאנאנד די זעלבע גרייז.
The ability to entertain a thought without accepting it is the hallmark of an educated mind
איך האב דערמאנט א שמועה וואס איך האב געהערט. דו זאגסט אז ס'איז נישט אמת. איז וואס? יעצט האב איך עס נישט געהערט? יעצט גלויבען זיי נישט אזוי אין בריסק? וואס האט עס אהער?
והיינו טעמא דנטורי קרתא נמי. אז מ'קען יענעמ'ס מיינונג נישט נאכזאגען, וויבאלד מ'האלט נישט אזוי.
ליטוואק פון בודאפעסט. דו מאכסט מיך זייער שטארק לאכן... 😂
איך האב דא נישט גענומען קיין סורוועי וואס א יעדער האלט צו מ'האלט אז דער דברי חיים מצאנז איז יא, אדער נישט געווען קיין חסידיש'ער רבי. דאס איז דאך א פאקט און איבער פאקטן איז זיך נישט שייך צו מתווכח זיין. סך הכל פון וואס כ'האב געזאגט איז, אז איינער קען נישט מבחין זיין צווישן ר' מנדל'י מ'שקלאוו און דעם רעבי'ן ר' מענדעלע וויטעבסקער, איהם האט דער מאמר חז"ל געמיינט...!
איבער די נטורי חרתא איז אנ'אנדער געשיכטע. לכתחילה האביך געמיינט אז זיי זענען סתם טיפשים און שוטים. אבער ס'ווייזט זיך ארויס אז זיי זענען פארשטינקענע, שטינקעדיגע רשעים אויך. ווען דו זעהסט א גרופע נאציס, וואלסטו זיך אונטערגעשמייכלט און געזאגט...מהיכי תיתי. אדער דו וואלסט זיי געשאלטן און באקעמפט בכל כח ועוז...?!
אויפ'ן הפטרה פון פרשת וירא איז דא נאך א שטיקל.
ויאמר לה שאי בנך. נאכ'ן מחיה מתים זיין, האט אלישע געזאגט פאר די שונמית שאי בנך. שטעלט זיך די פראגע, ער האט געקענט גייען אויף די אייגענע פיס, ט'וואס האט זי איהם געדארפ'ט טראגען?
דער תירוץ איז "א מחיה מתים איז אלישע געווען, אבער נישט קיין רופא חולים. ער איז נאך אלס א חולה געבליבען"!

און נאך אויף יענע הפטרה.
מדוע את הולכת לא חודש ולא שבת היום ותאמר שלום.
דער שאלה איז געווען ווי קען זי גייען מיט'ן קנעכט, ס'איז דאך אן איסור יחוד. פאר שבת און יו"ט איז שיירות מצויות און דער גאס איז נישט קיין יחוד.
האט זי גע'ענטפערט שלום, אז בשעת השלום איז אויך שיירות מצויות און ס'איז נישט קיין פראבלעם פון יחוד

ליטוואק פון בודאפעסט"א מחיה מתים איז אלישע געווען, אבער נישט קיין רופא חולים. ער איז נאך אלס א חולה געבליבען"!
וועגען זאגט מען ביי שמו"ע מחיה מתים אתה "רב להושיע", ווייל דערנאך איז מען ממשיך מכלכל חיים וכו' ורופא חולים וואס לכאו' קומט עס נישט אריין אין ברכת מחיה מתים, נאר ווען די באשעפער איז מחים מתים איז עס נישט ווי א מלאך אין אפי' אויך נישט ווי א צאדיק, הי גויס אלל דע וועי ביז ער שטעלט דעם מת אוועק לאיתנו הראשון
וואלוויליטוואק פון בודאפעסט"א מחיה מתים איז אלישע געווען, אבער נישט קיין רופא חולים. ער איז נאך אלס א חולה געבליבען"!
וועגען זאגט מען ביי שמו"ע מחיה מתים אתה "רב להושיע", ווייל דערנאך איז מען ממשיך מכלכל חיים וכו' ורופא חולים וואס לכאו' קומט עס נישט אריין אין ברכת מחיה מתים, נאר ווען די באשעפער איז מחים מתים איז עס נישט ווי א מלאך אין אפי' אויך נישט ווי א צאדיק, הי גויס אלל דע וועי ביז ער שטעלט דעם מת אוועק לאיתנו הראשון
סאו די מיינסט צוזאגן אז חיים האט גוט צוגעטראפן? הא?
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי גייט דער כבר קדמוהו געווענליך: חיים בריסקער, סאטמארער רב, ר' מאיר שפירא, לאדזשער רב, ר' אייזל חריף וכו' וכו' הה"ד פיה פתחה בחכמ"ה ותורת חס"ד על לשונה, די אלע חכמות בארגט מען זיך איינער דער צווייטער
בן אדםסאו די מיינסט צוזאגן אז חיים האט גוט צוגעטראפן? הא?
אין בריסק וואלט מען גען געזאגט אז דער דער בעל תפילה אין בעל מפטיר האב'ן צי געטראפן צי חיים
ס'איז דא א שטיקל שפ"א אינ'ם צווייטען פרק פון זבחים וואס די בריסקער זאגען אויף דעם 'פארט א חסידיש'ער רבי'. דאס איז ביי קידוש ידים ורגלים, ווי ס'שטייט אז טאמער א כהן שלאפט איין מוז ער נאכאמאל מאכען קידוש ידים ורגלים. זאגט דער שפ"א אז דאס איז ווייל זיין נשמה גייט ארויס און קומט צוריק כמבואר בזהר, דעריבער דארף ער וואשען די הענט און פיס, אזוי ווי איינער וואס גייט ארויס פיזיש
״חיים״ בן הגרי״ז.
איז אמאל מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס ביי א חזון איש ניק אינדערהיים אויפהייבנדיג דו כוס נישט נארמאל הועך....
האט דערנאך מסביר געווען אז אויב נאר אזא גרויסע כוס איז א רביעית, א״כ דארף מען אויפהייבן אזוי הועך אז סזאל זיין א ׳טפח׳ מעל השלחן ...

ער איז נישט געווען דער ערשטער. די טשערנאבילער מגיד האט עס שוין געטון פאר עם, און אגב רבי מענדעלע וויטעפסקער איז לכאורה געווען דער ערשטער.
וואס ווילסטו פון מיר? איך האב געזאגט אז ער ווערט א קרומע פון זאגען נאך זאכען? איך האב געזאגט אז דער צאנזער רב האט נישט געלערנט חסידות ביי קיינעם?
ווייז אויף ווי איך האב אזוי געזאגט, נאך דעם וועל איך דיר ווייזען ווי אין תורה שטייט אז מ'דארף הרגנ'ען.
געדענקט אלע, אונז זע'מיר יעצט אין שמייכעל

אז מ'האט שוין אויפגעהערט שמייכעלען, קען מען אריינברענגען נאך א פאר עניינים.
א. דער קארופציע פון א חצר מיט קינדער וואס פיהרען א ווערטשאפט און שמייסען דער וואס גייט נישט אין שפאן, איז א צאנזער ערשיינונג, נישט קיין רוזינער.
ב. רוזין האט זיך קיינמאל נישט געמישט אינדרויסען פון זיין זאכען. קיינער האט נישט געליטען פון רוזין. לעומת צאנז.
ג. דער ראפשיצער רב האט יא געלערנט אין ליזענסק, וואו מ'האט איהם געוואלט פארטרייבען ווייל ר' אלימלך האט נישט געוואלט קיין מיוחסים.
ד. דער מעשה פון ר' מענדעלי וויטעפסקער מיט ר' מענדעלי שקלאווער איז באקאנט פון אנדערע מראה מקומות. איך האב געפרעגט ר' ברוכ'ל כהנא פון אנטווערפען, וואס קוקט אן א ליטוואק ווי א הולך על ארבע, וועגען דעם און ער האט נישט געוואלט ענטפערען, נאר געזאגט "ס'איז נישט פרי הארץ".
ה. אין בריסק איז ברייט באקאנט א ווערטעל "דער חשיבות און רוה"ק פונ'ם רי"ף איז פונקט אין זיין השמטות, וואס ער זאגט נישט, ווי וואס ער זאגט יא", וכך היא דרכה של בריסק, זיך צו בארימען מיט דאס וואס מ'זאגט נישט. ממילא איינער וואס זאגט יא אפגעפרעגט. לשיטתם, נישט מיר.
ו. די צאנזער זענען אלס געבליבען מיט א פראבלעם. דער יחוס פונ'ם ריזינער איז ריין. ער האט זיך נישט געוואלגערט ביי הונדרעט רבי'ס, נישט געקומען פון ערגעץ אונטער די הרי חשך, נאר א רעכטע אייניקעל מיט א טאטע א טמיר ונעלם און א ברודער אזוי. דעריבער וואלטען זיי געשפירט פאר וויכטיג צו פארענטפערען די טענה. אויב די מעשה איז געשען, איז דאס א קליינע פראבלעם דערמיט.

אין בריסק האלטען זיי אז דאס איז א קרומע. וואס ווילסטו פון מיר? איך האב נאכגעברענגט קוריאזען פון בריסק, האסטו טענות אז ס'איז קוריאז? !
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2702639&forum_id=19616">http://m.bhol.co.il/forums/topic.asp?to ... m_id=19616</a>
<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D_%D7%9E%D7%A0%D7%93%D7%9C_%D7%9E%D7%A9%D7%A7%D7%9C%D7%95%D7%91">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%95%D7%91</a>

ליטוואק, די לייק איז פאר די גאנצע תגובה חוץ פון די לעצטע שורה, היות ביז אהין בין איך מסכים מיט כמעט יעדער ווארט. אבער איך בין מוחה נמרצות.
[ציטאט אראפגענומען]
ואפשר ליישב אז די אנדערע רביים האבן ניט ׳געקענט לערנען׳ במושגים של בריסק ווארום זייער דרך הלימוד איז געווען די דרך הפולפול, משא״כ די אבני נזר מיטן שפת אמת וואס זייער דרך הלי׳ איז מער קאנצעטרירט אויף הבנה.
גראדע אינטערסאנט אז דער אבני נזר איז יא אנגענומען אין ליטא ווייל ער איז אויך היבש דרך פלפל הגם נישט אזוי ווי דער חידושי הרים אבער פארט
נישט אלע ליטוואקעס האבן געהאט א פראבלעם מיט פילפול. ס'געווען גאר אזעלכע וואס האבן דוקא עוסק געווען אין דעם, ווי למשל הגר"א קוטלר וואס האט אלס טאקע געלערנט חידושי הרי"ם.
ייש"כ נהורא נפישא. איך האב געוואוסט אז ס'איז ברייט באקאנט אז ס'איז געשען דארט א גרייז מיט די ספרים.
אינטרעסאנט, איך האב א חסידיש'ע חבר אין לעיקוואוד וואס האט מיר אמאל געדארשנ'ט פארקערט פון וואס יענער דארט אין בחדרי חרדים וויל אויפטוהן. פון דאס אז מ'קען זיך אויסמישען איז א ראיה אז די גאנצע התנגדות איז געבויט אויף אומוויסענשאפט.

און איך האב געמיינט אז די דזשאוק וועט זיין אהן די ק"ש חלק, נאר וויפיהל מ'דארף שושקען...
געהערט בשם ר' אברהם יהושע, אז מ'האט געהאלטן פון שפת אמת ווייל ער פרעגט גוט (כאטש אז אין דער תירוץ 'קריכט ער אן א זייט')
/
ליטוואק פון בודאפעסט
וועגען דער דברי חיים האב איך געהערט אז זיי זאגען ער איז גארנישט חסידיש געווען. אזא מעשה האב איך געהערט. ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט רוזין, האבען די סאדגערער חסידים געזאגט אז דער דברי חיים ווייסט נישט פון חסידות בכלל, "ווי האט ער געלערנט? ביי וועמען?"
די צאנזער קינדער האבען גע'ענטפערט אז בעיקר האט ער געלערנט פון די ספר וואס מ'האט מייחס געווען צו ר' מענדעלע וויטעבסקער.
למעשה איז דער ספר פון ר' מענדעלע שקלאווער מתלמידי הגר"א. דעריבער איז ער גארנישט חסידי'ש געווען.
עכ"פ כך שמעתי ברחוב הבריסקאי
זייענדיג א דולה ומשקה מפי הרב מוואדריזש שליט"א בין איך סורפרייזט אז די ברענגסט עס נישט בשמו. איך האב עטליכע מאל געהערט פון אים די מעשה.
די כתבים זענען אנגעקומען צום דברי חיים און ס'אעז געשטאנען אז די מחבר איז הגאון ר' מנדל מטבריה (סיימתי ר' מנדל משקלאוו און סיי ר' מנדל וויטעפסקער האבן דארט געוואינט). נאכ'ן פטירה פון צאנזער רב האט מען געדריקט די ספר און געשריבן אז די מחבר איז ר' מנדלע וויטעפסקער. די קינדער פון צאנזער רב האבן געשריבן א ווארימע הסכמה. שפעטער איז מען אבער געוואר געווארן אז ר' מנדלע שקלאווער איז גאר געווען די מחבר.
די וואדריזשע רב האט צוגעלייגט אז די שינאווא רב האט נישט אינטערגעשריבן די הסכמה און כנראה אז מן השמים האט מען אים אפגעהיטן ווייל ער איז געווען מפורסם אלץ דער איש אמת.
איך האב דאס נישט געהערט פונ'ם וואודרידזשע רב. א גרויסען ייש"כ.
[ציטאט אראפגענומען]
דאכט זיך אז די ווערטל שטימט נישט ווייל ארויסגיין איז לכאורה א חסידישער אויסדריק @ליטוואק פון בודאפעסט איז וואר?
.