☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #9840

אשכול אן א טיטל #9840

170 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9840
בלאט: 1 2 3 4

סקרן » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:22 pm

· #384881
יעצט לאמיר זעהן ווילאנג ס'וועט נעמען פאר @.... עס צו לייגן אויף HASIDIC1

סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 11:42 am

· #424257
ווען איר זענט גערעכט זענט איר גערעכט
אבער דאס מאהל האב איך עס נישט גענומען דירעקט פון דיר נאר באקומען פון א צוויטען וואס האט עס מן הסתם גענומען פון דיר
אבער איך בעהט אייך איבער

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:16 pm

· #424261
סקרן
דער בריסקער רב רבי וועלוועלע זאל זיך מיהען אין ליכטיגער גן עדן, האט געהאט א זון מיטן נאמען רבי חיים. דער רבי חיים ע''ה איז נעבאך געווען נישט מיט אלעמען, אזש ווען משוגע וואלט ווען געמאכט וואקסן, וואלט ער ווען געזעצן אויף די לבנה און מיט די פוס געשאקלט א יאכט שיפל אויפן אטלאנטישען אקעאן, און ווען משוגע וואלט ווען געמאכט נידעריג, וואלט ער געזיצן אויף א ביר דעקל אין געשפילט קאגעלעך מיט די רויטע ווערים...

אלענפאלס דער רבי חיים האט אמאל זייענדיג אין די גיסטע, דערלאנגט פאר עמיצען אזא פראסק אויפן באק, אז יענער האט זיך דערזען מיטן שווארצן טייוול בהקיץ ממש. אויף די אנפראגע פון זיין פאטער פארוואס ער האט דאס געטאן, איז דער אנטווארט באלד געקומען אז יענער האט אנגעהויבן, ווי דער אלגעמיינער שטייגער איז שטעדיג. פרעגט אים דער בריסקער רב פארוואס האט יענער מיט מיר נישט אנגעהויבן? ענטפערט אים רבי חיים מיט א דריי מיטן פינגער אלא מאי? דער טאטע האלט אז איך בין שולדיג, אויב אזוי דאן פארוואס האב איך נישט אנגעהויבן מיטן טאטן? ודפי''ח


שיין! נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12683#p424082">viewtopic.php?f=10&t=12683&start=25#p424082</a><!-- l -->

דערמאנט א פסוק אין ירמיהו " ומצח אשה זונה היה לך מאנת הכלם" ווי פאסיג איז דער פסוק אויף אונזער סקרן (שקרן)

איש חזון » מאנטאג פעברואר 11, 2019 5:44 pm

· #424271
סקרן
איך געדענק נישט אויב מ'האט די מעשה דא שוין געברענגט
דער בעלזער רבי איז געגאנגן באזוכן ר' א"י
דער ר"י פרעגט דעם רבי'ן פארוואס אין בעלז לייגט מען די ס"ת ליגעדיג האט ער אים געזאגט ווייל די ב"ח איז געווען רב אין בעלז און געפסקנט אזוי
פרעגט דעם רבי'ן צוריק דעם ר"י פארוואס טוהט מען נישט אזוי אין בריסק דער ב"ח איז דאך געווען רב אין בריסק אויך
האט דער ר"י געזאגט יע יע אבער אין בריסק איז געוןוען רבנים נאכ'ן ב"ח אויך

(למען הדיוק דאס האט נישט מיט'ן ב"ח)

איש חזון » מאנטאג פעברואר 11, 2019 5:46 pm

· #424272
[ציטאט אראפגענומען]

שיין

כספי » זונטאג אפריל 7, 2024 10:01 pm

· #558086
[ציטאט אראפגענומען]
אמאל האט ר' ברוך בער זצ"ל געזינגען א ניגון, זאגנדיג אז דאס איז א ניגון פונעם רבי'ן, דאס הייסט פון ר' חיים, איז געווען דארט א איד וואס האט זיך זייער געוואונדערט נאך וואס ער האט קיינמאל נישט געהערט אז ר' חיים האט פארפאסט א ניגון, איז ער געגאנגען פרעגן דעם רב איבער דעם, האט עם דער רב געזאגט, עה, דער טאטע האט א ברום געטאן, ר' ברוך בער האט עס אזוי אפגעטייטשט...

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 7, 2024 10:03 pm

· #558087
אינטערעסאנט אז דער איינציגסטער מענטש וועם די בריסקער רופן "דער רב" איז א מענטש וואס האט אין זיין לעבן נישט גע'פסק'נט א שאלה.

ראדני » זונטאג אפריל 7, 2024 10:07 pm

· #558088
מען דערציילט א ווערטל אדער א מעשה איך ווייס אליינס נישט, אז בריסקע רב אלץ קינד איז געגאנגען אויסזאגן זיין טאטע אז א אינגעל האט עים געוואלט שלאגן, פרעגט עים זיין טאטע וויאזוי ווייסטו אז ער האט געוואלט שלאגן? ווייל ער האט מיך געשלאגען ענטפערט בריסקע רב!
איז פארוואס זאגסטו נישט אז די אינגעל האט דיך געשלאגען, ענטפערט ער ווייל אויף דעים האט ער נישט קיין הוכחה…

כספי » זונטאג אפריל 7, 2024 10:13 pm

· #558091
ר' אברהם יהושע שליט"א האט אמאל אפגעלאכט בשם דעם טאטן איבער א מעשה וואס שטייט אין שבחי בעש"ט, וכך היה המעשה, ס'איז געקומען אמאל א גאר ערליכער רב צום בעש"ט, און דער בעש"ט האט עם געזאגט אז ער זעט אויף עם א עבירה פון אשת איש רח"ל, פארשטייט זיך אז דער רב האט אויפגעשוידערט וואו קומט צו עם אזא עבירה, האט דער בעש"ט געמאכט א עליית נשמה, ווען ער איז צוריק געקומען, האט ער געזאגט פארן רב, אז ער האט געזען אין הימל, אז זיין פגם איז, אז ער האט זיך פורש געווען פון זיין ווייב (קען זיין בנדר), למעשה האט ער יא געוואוינט מיט איר, און דער רמב"ם פסק'נט אז איינער וואס איז זיך פורש פון זיין ווייב, און ער וואוינט יא מיט איר, איז ער עובר אויף איסור אשת איש, דער רב האט טאקע געזאגט אז ער האט זיך פורש געווען פון זיין ווייב, אבער ער האט געוואלט פארן וואוינען קיין ארץ ישראל, און כדאי צו משכנע זיין זיין ווייב, האט ער געוואוינט מיט איר.
האט דער בעש"ט געזאגט וויבאלד ער האט געזען אז ס'איז אז דבר שאין הציבור יכול ליזהר מזה, האט ער געבעטן ביים רמב"ם ער זאל צוריק צוען פון די פסק, דער רמב"ם האט מסכים געווען, און ער האט געפועל'ט אז מ'זאל עס ארויסנעמען פון אלע רמב"ם'ס, און וועגן דעם זעט מען אז אין א געוויסע פרק אין רמב"ם פעלט א געוויסע אות.
פארשטייט זיך אז ר' אברהם יהושע האט אפגעלאכט פון די מעשה.
האט זיך א חסידי'שער בחור אנגערופן אז ס'איז נישטא אזא מעשה אין שבחי בעש"ט (גראדע איך געדענק יא אזא מעשה, אבער אזוי האט דער בחור געזאגט), אבער ר' אברהם יהושע האט זיך נישט געלאזט, וואס הייסט? כ'האב אזוי געהערט פונעם טאטן.
האט דער בחור געזאגט, אפשר ווען דער טאטע איז ארויף אין הימל האט ער געבעטן דעם בעש"ט זאל ארויסנעמען די מעשה פון שבחי בעש"ט, און וועגן דעם איז עס מער נישטא אין שבחי בעש"ט...

כספי » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:25 am

· #558176
כספי #
(גראדע איך געדענק יא אזא מעשה, אבער אזוי האט דער בחור געזאגט)

כ'האב עס געגוגלט האב איך געזען אז ס'שטייט טאקע אין שבחי בעל שם טוב אות קפ"ז (נאר אביסל אנדערש ווי כ'האב געדענקט), וז"ל

איש א' היה מהמקורבים אליו והיה דר בכפר, והיה הרב מקרבו תמיד בכל מיני התקרבות, ובימים נוראים היה אכסניאותו בבית הרב. פעם אחת בא אל הרב והחזיר פניו ממנו. והיה לפלא בעיניו והיה סבור בדעתו אולי מחשבתו משוטטת בענינים גדולים. ומפני שהיה דעתו גסה עמו אחר שעה נכנס עוד הפעם אליו והחזיר פניו ממנו ג“כ. וכך עשה ג' פעמים ונפל לבו מאד מאד כי בוודאי לא דבר רק הוא. וראה זה דבר חדש הוא כי היה רגיל לקרבו בכל מיני התקרבות. והלך להרב מ' גרשון מקיטב וסיפר לו כל המאורע. הלך הרב מ' גרשון לגיסו הבעש”ט ודיבר לו “מה זה שאתה מרחיק אותו על לא חמס בכפו וכל מעשיו כשרים?”. והשיב לו “מה שאתה רוצה להכניסני בעניני העולם לקרב ולדבר עמהם אין רצוני בזה” . והנה האיש הנ' כשראה שאין לו תרופה בא להרב מוהר“ג וצעק בלב מר ושבר אני מבין שאין זה דבר רק ממש חיי אינם חיים ולא אוכל לסבול זה בשום אופן. אז הלך הרב מוהר”ג אל הרב פעם ב' ואמר כי הוא פקוח נפש ממש שיגלה את אזנו מה זה ועל מה זה. אז ענה לו כי נרשם על מצחו עון אשת איש. וטען האיש כי אין זה אמת כי הלא זה יותר מששה עשר שנים שפירש מאשתו ואיך יתכן זה, אז אמר הרב מוהר“ג להרב שעלי דידיה מוטל לחקור אח”ז, כי הלא אני אין רואה כלום כ“א אתה רואה לבדך ובוודאי אין החטא בגשמית כי אם בדקות עניינים. ואמר לו שביום ו' עש”ק בתפילת המנחה שאז הוא עליות נשמה להיכלות עליונים יחקור אח“ז. ויהי בעליות נשמתו עלה להיכל הבעלי תוספות ולא מצא שום רושם עון אשר חטא. ואח”ז עלה למעלה להיכל הרמב“ם ושם מצא כתוב רושם החטא על אותו האיש. והענין היה שהוא קיבל על עצמו פרישה מאשתו ולפי דעת הרמב”ם הרי הוא כאלו אמר הרי את עלי כאימא והנודר מאשתו אסור בתכשיטין. והוא היה נצרך מעות להכנסת כלה ולקח תכשיטין של אשתו ומשכן אותם ונמצא נהנה ממנה ועבר על נדרו והרי הוא כאלו בא על אשת איש לפ“ד הרמב”ם. וטען הרב עם הרמב“ם (ושמעתי ג“כ שקרא להרי”ף והרא“ש וטענו עמו ג”כ) אז הודה הרמב”ם לדבריהם וסר הרשימה מאותו האיש. ומאז לא נמצא בס' הרמב"ם שום רמז מזה. (והענין הוא כמ“ש הרח”ו על מאמר פתח ר“ש וכו'. ר”ל שהוא פתח הצנור לדרוש זה. כי צדיק יש בכחו לפתוח צנורות חדשים משא“כ אליהו שהוא בחי' מלאך נאמר על פומא דאליהו אתגזר ע”כ. וכמ“ש בשם הבעש”ט על מאמר כל העולם ניזון בשביל חנינא בני ר“ל בשביל שעשה. כאשר גילה ר' חנינא בן דוסא איזה סוד אז נעשה שביל וצנור לכל העולם ונקל הדבר שגם אנשים אחרים יבינו זה. וכמ”ש שהרב הב“י נתייגע להבין מאמר א' וכאשר עמד על אמתתו שמע מכמה אנשים נחות דרגא ג”כ .ושאל להאר“י והשיב לו כיון שפתחת הצנור נקל לכל אדם לעמוד. וזהו אלולי דדלאי לך חספא לא משכחת מרגניתא תותא. ולכן כאשר הודה גם הרמב”ם לזה הפסק אז ממילא גם בזה העולם מובן הפשט כהרמב“ם כפי שנגמר דינו בעולם העליון וד”ל).
ועיין כאן בפורום אוצר החכמה זייער א שיינעם שמועס איבער די מעשה (דארט צייכנט מען צו אז אין די אלטע גירסא איז יא געשטאנען ווי איך האב פארציילט) און בכלל איבער שבחי בעל שם טוב ועוד, עיי"ש.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 8, 2024 9:12 pm

· #558373
אמאל האט הרב פישר זצ"ל פון ביד"צ גוט מגדיר געווען די בריסקער.

ער האט געזאגט נאך א מזל אז אשר יצר האט נישט קין שיעור. ווי ס'שטייט אין שו"ע "אפילו על טיפה אחת". ווייל אנישט וואלטן די בריסקער אריינגעקטנ'ט אין א גלעזל און געלאפן צום רב פרעגן אויב ס'האט דעם שיעור.

מ'האט עס שוין איינמאל געברענגט דא. נאר איך האב מיך יעצט דערמאנט. חזרה איז אייביג גוט.

תשפג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:55 pm

· #558848
ביים בריסקער פארן צינדען חנוכה לעכט איז אמאל געווען א בעזעם אנגעליינט אויפן וואנט האט ער עס געהייסען אוועק נעמען פון דארט ווייל ס׳וועט נאך ווערן א בריסקע חומרא צו האבן א בעזעם בשעת׳ן צינדען די מנורה.
זייט דעמאלטס איז געווארן די מנהג בעפאר׳ן צינדען, צו לייגען א בעזעם און עס אוועק נעמען.

איך אויך » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:19 pm

· #558880
און מדגיש זיין אז עס נישט א מנהג.

אבער גראדע איזעס נישט אזא ווערטל. די משפחת 'המלוכה' לבית בריסק פארט נאך עד היום זיך באדן ביים ביטש אין תל אביב, הם ובניהם ובחוריהם וראש ישיבתיהם. כ'מיין וועלכע ערליכע איד פאר היינט צום ביטש אין תל אביב? אבער זיי פארן צום פונקליכע פלאץ ביים שרתון ביטש אין תל אביב ווי דער זעידע איז געפארן און נעמען אפילו מיט די טייפ בענקל וואס ער האט דארטן גענוצט.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:30 pm

· #558881
אין ישיבת מיר פלעג איך א שטיק צייט האבן א חברותא א בריסקער, אזא בריסקער בנפש רוח ונשמה אבער דאך אן אפענער קאפ, האט ער מיר געזאגט אז אין בריסק גייט מען נישט מיט קיין קאפל שבת אין גאס אלץ חומרא. זיי טענה'ן אז די גאנצע שימוש פון א קאפל איז נאר צוצודעקן דאס קאפ, און די שימוש פון א הוט איז אויך נאר צוצודעקן דאס קאפ, קומט אויס אז מה נפשך איינס פון די צוויי איז נישט שימושי און ס'הייסט א משא (אזויווי ס'שטייט אין די פוסקים לגבי אנטוהן צוויי גארטלעך). שוין, נאך א חומרא אין הלכות הוצאה איז אז זיי גייען נישט מיט קיין טלית קטן ווייל זיי זענען חושש צום שיטה פונעם בעל המאור אז התכלת מעכב את הלבן און לויט דעם זענען די ציצית א משא. זאגט ער אז איינער האט זיך אמאל נאכגעפרעגט אויף עפעס א בחור וואס איז נישט געוועהן אזוי איי איי איי האט מען איהם געזאגט אז ער איז א בריסקער, ווייל ער גייט נישט מיט קיין קאפל און ציצית 😂 😂 😂

מופת הדור » פרייטאג אפריל 12, 2024 12:45 am

· #558927
גייען אייביג מיט א שירעם און גאס אויב ס'וועט פלוצלינג רעגענען, קען עס זיין א חשש פיקו"נ צו ווערן פארקילט,
איינמאל האט זיך גענומען רעגענען האט זיך די ר"י געבייזרט אויפן זוהן פארוואס האט ער איהם נישט געזאגט ס'גייט רעגענען
וואלט ער גענומען די שירעם וואס מאכט זיך אויף.......

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 12, 2024 12:55 am

· #558932
איך אויך #
און מדגיש זיין אז עס נישט א מנהג.

אבער גראדע איזעס נישט אזא ווערטל. די משפחת 'המלוכה' לבית בריסק פארט נאך עד היום זיך באדן ביים ביטש אין תל אביב, הם ובניהם ובחוריהם וראש ישיבתיהם. כ'מיין וועלכע ערליכע איד פאר היינט צום ביטש אין תל אביב? אבער זיי פארן צום פונקליכע פלאץ ביים שרתון ביטש אין תל אביב ווי דער זעידע איז געפארן און נעמען אפילו מיט די טייפ בענקל וואס ער האט דארטן גענוצט.
און אויך די "אויגן שיצערס". אז מ'זאל (ח"ו) נישט זעהן וואס מ'דארף נישט. די ר"מ שליט"א האט דאך טונקעלע גלעזער. אבער וואס איז מיט די איבריגע עולם?

פרומער חסיד » מוצ"ש אפריל 13, 2024 4:12 pm

· #559038
[ציטאט אראפגענומען]
דע ביכל איז אמאל ארויס? אויב יא, וואו קאן מען דאס פארשאפן?

מופת הדור » זונטאג אפריל 14, 2024 12:54 am

· #559073
berlbalaguleh #
אמאל האט הרב פישר זצ"ל פון ביד"צ גוט מגדיר געווען די בריסקער.

ער האט געזאגט נאך א מזל אז אשר יצר האט נישט קין שיעור. ווי ס'שטייט אין שו"ע "אפילו על טיפה אחת". ווייל אנישט וואלטן די בריסקער אריינגעקטנ'ט אין א גלעזל און געלאפן צום רב פרעגן אויב ס'האט דעם שיעור.

מ'האט עס שוין איינמאל געברענגט דא. נאר איך האב מיך יעצט דערמאנט. חזרה איז אייביג גוט.
שווער צו גלייבן אז ר' ישראל יעקב האט עס געזאגט, אה"נ ער מיט ר' יעקב בלויא זענען געווען צוויי ירושלימע "סברא'ס",
אבער מיט א אפגעהיטענעם מויל ... , עכ"פ ער'ט עס זיכער געזאגט מער איידל ווי הנ"ל

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 14, 2024 2:42 am

· #559083
ס'האט נישט צו טון מיט איידלקייט: וואס ר' ישראל יעקב פישר זצ"ל איז זיכער געווען. נאר ער איז אויך געווען א איד מיט שכל הישר. און ער האט נישט געקענט דערליידן די בריסקער איבערגטריבענע "חומרות" און חששות פון א ספק ספיקא. וועלכע האבן זיך געגרעניצט מיט או. סי. די. און אידישקייט האט זיכער נישט געמיינט דאס.

פאלאצ'ינטא » זונטאג אפריל 14, 2024 9:07 am

· #559096
געוועהן א חסידיש אידל וואס איז אריינגעפאלען אין א בריסק'ר בית מדרש. נאכען דאווענין האט ער געזאגט קדיש און פארגעסען אז זיי דאווענען אשכנז און ער האט געזאגט... ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה

גיבט א בריסקער א שריי...

נווו! לא יצמח פורקניה ולא יקרב משיחיה
בלאט: 1 2 3 4