אשכול אן א טיטל #9840
170 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9840
איך האב געהערט די מעשה אין א פאר גרסאות, אבער אלע זענען ענדליך און גוט.
לעצטענ'ס איז געווען א גרויסע טאראראם און א טראסק. אלע עולמות האבען זיך צוטרייסטעלט ווען ניו יארק האט מוחל געווען איהר רעכטען פאר א פאר טעג און צוגעלאזט אז א"י זאל אויך נתבשם ווערען מכוחו של אותו צדיק און כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינ'ם באגלייטונג פון זיין פעלץ, שטעקען, קישען (מ'זאגט ס'איז דא א טו"ת באגראבען אינ'ם קישען, אבער איך האב נישט בודק געווען, איך נעם נישט קיין אחריות), טאבאק פושקע, משב"ק, און גוט דורכגע'אקערטע ויואל משה האבען גערייזעט מיט זייער מלכות קיין א"י, זייענדיג די איינציגסטע מיט פאסיגע ברכיים (אשר לא כרעו) צו קענען האלטען דאס קינד ביים זיך יודיש'ען. ענדליך האט דער גרויסע מאטארקאד"ע (נייטיג פאר די אלע אויבענדערמאנטע געצייג) זיך ארויסגעלאזט פון די שווערע באלאגערונג פון די טויזענטער וואס האבען זיך געוואלט געזעגענען פון איהם, נישט קענענדיג זיך אפלאזען דער אויג פון די לעכטיגע צורה וואס יודעי דבר זאגען אז דער צורה אליינס קען אויסוואשען די הארץ פון אלע אומגעוואונטשענע מחשבות.
אנקומענדיג מיט די אלע באגאדזש, האט מען איהם תיכף ומיד אויפגענומען אויף א באזונדערע אופן אין לופטפעלד און פראבירט צו בא'ארבעטען א שטייגער ווי דער רבי ר' הערש ביי ר' מענדל'ן (ווער קען דער ראפשיצער מימרא?) און ארויסכאפען אלע מדרגות איידער די מדרגות פלאצען ארויס, שיסענדיג טויט פאלען אינ'ם לייב פון דער גרויסארטיגע ציוניסטישע אמפיריה.
איינער פון די דאזיגע פאלען האט געזאלט זיין די הייליגע שקלים וואס מ'האט עקסטער געברענגט אין באגלייטונג פון די אויבענדערמאנטע רשימה פון פעלץ שטעקען קישען וכו', אויף צו קענען אויסטיילען פאר אלע מוסדות אשר כרעו לבעלעבאס הסאטמורי, די שלש מאות ברכים כושלות אשר נפלו על אפם (וחמתם) לפני השיטה הקדושה און זענען מוסר נפשות (ישראל) מקבל צו זיין פון די הייליגע שקלים, שטייענדיג אין לאנגע רייע'ס, הערענדיג נאך לענגערע דרשות און קושען די לאנגע פינגער'ס פונ'ם רבי'ן זז"ג מיט זיין פעלץ שטעקען קישען וכו' כדי צו באקומען א געזונטעם טשעק.
מ'האט געמאלדען פאר'ן בריסקער ראש ישיבה הרב א"י סאלאווייציק אז זיין מוסדות קענען אויך געניסען פון די שלחן איזאבעללא און טועם זיין פון דער סיר הבשר האמריקאי מיט די שקלים הקדושים המקודשים בשלש קדושות של עשירי סאטמאר, קנאות און טעק"ס דידאקטיבע"ל.
וישא משלו ויאמר "שמעו נא את שמעי אחי בני הונגריה והגלילות, הנוסעים דרך הים הגדול לחזק את הנאנחים והנאנקים תחת שבי הציוני, וואס יאווען און באקלאגען זייער שווערער צרות אז מ'וויל זיי אנשטפאען מיט געלט פון די ציונים, און איהר שטייט גרייט במסינ"פ זיך ארויסלאזען אויף א לאנגע וועג, זיצען אין אן ערשטע קלאס זיץ, און אויפנעמען אזוי פיל פון די פארהאסטע כבוד פון די א"י'דיגע אידען אלס כדי אונז ארויסצוהעלפען און ראטעווען פון די שווערע צרה פון די געלט אנשיקעניש'ן.
ביים זיידע ר' חיים בריסקער האט אמאל פאסירט, אז אין בריסק איז געווען א פאגראם מיט א שריפה און א סאך שאדען איז געשען פאר אידישע געוועלבער און הייזער. מ'האט זיך צוזאמגענומען און ארגאניזירט אן אקציע פון געלט און הילף צוריק אויפצושטעלען די אלע געליטענע על מקומם ביתם ופרנסתם. ויבא אשה אחת לבקש, אן אלמנה איז געקומען מיט איהר בערזעל בעטענדיג א פאר קאפיקע'ס צו לעזען איהר שאדען, וישלחו אותה בפחי נפש, מ'האט איהר גארנישט געגעבען, גארנישט געהאלפען און אוועק געשיקט כלעומת שבאה. זי איז געגאנגען צו ר' חיים זיך אפרעדען.
האט ר' חיים זיך אויסגעדרוקט "איך פארשטיי נישט? דער ארגאניזאציע קומט דאך העלפען די אומללים, ט'פארוואס האט מען איהר אפגעזאגט?"
"נאר וואס? דער ארגאניזאציע איז קיינמאל נישט געגרינדעט געווארען צו העלעפן די נויטבאדערפטיגע. דער ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארען צו ווייזען פאר'ן רעגירונג אז 'מיר קענען אליינס', מיר דארפען דיר נישט האבען. איז אוודאי אז אן אלמנה אחת וואס דארף אביסל הילף איז נישט קיין חלק פון אט די אקציע!"
אזוי אויך איז ביים שקל הקודש און ביים מיט שטייען די גיבורי כח וואס שטעלען זיך נישט אין מיליטער (אגב, איין דאללאר איז אנגעקומען צו אזא בחור וואס האט זיך נישט געשטעלט? אדער נאר צו די וואס פאררופען זיך אז מ'איז אויף זייער זייט, מיט'ן איבערגעבען פון די שווערע באגרעניצטע צייט מיט די הילף פון מפגין זיין, זיצען אפשטעלען די טראפיק אין ככר שבת, שלעפען פערד שווענצען און נאך אזעלכע גאר נייטיגע 'סיוע שיש בו ממש'?) און שרייען 'פוי' ווען אימער מ'שפירט א שטופ דערצו. די געלט איז נישט דא אויף צו שטיצען תורה, נישט אויף צו העלפען תלמוד תורה'ס מיט זייער ארבעט. די געלט איז אויף צו ווייזען די רעגירונג, אדער נאך ארגער, די אגודיסט'ן, אז מיר קענען אליינס. אזעלכע געלט וויל איך נישט פונקט ווי איך וויל נישט פון די רעגירונג.
מ'זאגט ענדליכ'ס פון הגרי"ד זצ"ל ווען מ'האט געגרינדעט דער קרן הצלה, וואס איז געווען פונקט ווי ברענגען אן אייגענעם קינד צום חופה, כידוע פון די צייטונג שרייבער'ס למיניהם, וואס אפילו יתנו לו כל חללי דעלמא אינם חשודים שלא לשקר. ער האט זיך אויסגעדרוקט "וואס איז מיר א חילוק דער מדינה צו דער מדינה?" און טאקע עד היום הזה נעמט ער נישט פון קיין איינ'ס פון די מדינות.
פארשטייט זיך מ'האט צוגעלייגט זאלץ און פעפער צום מעשה, אבער דער נקודה איז גוט.
ווען דער פאנאוויעזשער ישיבה האט אויפגענומען הרב ח"ש לייוואויץ זצ"ל אלס ראש ישיבה, מיט בערך צען יאר צוריק, האבען מאנכע געהאלטען אז ס'איז א פארלעצונג פון די פסק ב"ד צווישען די צוויי צדדים אין די פירערשאפט פון די ישיבה. זיי האבען געדינגען א הויכהילכיגע קול צו דרייען אין ירושלים מוחה צו זיין אויף דער פרצה.
וישא ר' אברהם יהושע משלו ויאמר:- דער קייסער פראנץ יוסף פלעגט צומאל זיך דרייען אין די געסער פון זיין הויפט שטאט וויען צו זען וואס ס'טוט זיך צווישען די באפעלקערונג. ער איז געגאנגען אין גאס און ער זעט א אידל דרייט זיך אין זיין שלאף ראק אין מיט'ן גאס. מיטאמאל גיבט ער א כיפטשע אין זיין האנט, און ער האט אפגעווישט זיין שמוציגע האנט אויף דער וואנט פון א געביידע דארט. האט פראנץ יוסף זיך אויסגעדרוקט "די געסער פון וויען זענען זיין שלאף צימער, און די ווענט זענען זיין טאשטיכעל"!
והנמשל מובן מאליו.
מ׳דערציילט נאך אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.
(
יש אומרים, אז די מעשה איז געשען מיט ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל, ואואדא״ח).
קינד_אן_קייטמ׳דערציילט נאך אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.
לייג צי די באוויסטע בריסקע חקירה: את"ל אז די קידושין איז נישט אפגעטון תיכף ומיד, נאר איז חל איעדע רגע, דארף ער האלטען און איין זאגען "שלא לשם קידושין" ביז זי שיקט ווייטער דאס געלט?
כ'ווייס נישט פון וועמען מ'זאגט עס נאך, אבער כ'האב עס געזען בשם 'בריסק'
עפעס אמת איז דא ביי די חסידים.
וואס זיי רעדן אויף אנדערע רבי'ס.
איך האב געזען פון הרי"ד מבוסטון לבאר דברי הקינות. ביים קינה 'החרישו ממני ואברהם', וואס גייט אויף גזירת תתנ"ו, שטייט 'מי יערוך בנדרים מי יפליא בנזירות' בערך. זאגט דער רי"ד אז דוקא די צוויי מסכתות האבען זיי פארדראסען, וויבאלד ס'איז נישט דא קיין רש"י דארט, דעריבער האט מען גענויטיגט ת"ח זאלען מפרש זיין. און מיט די גזירות זענען די תלמידי חכמים אויסגעהארגעט און נדרים און נזיר זענען געבליבען שווערע מסכתות
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
אפילו דער אלטער שנה ופירש'ניק. געוועזענער תלמיד פון חזון איש. דער באוואוסטער אידיש שרייבער חיים גראדע, ברענגט אראפ א מעשה אין דעם ביכל..."די קלויז און די גאס"...ביי די מעשה וועלכע הייסט ..."זיידעס און אייניקלעך"... וואו ער באשרייבט די ירידת הדורות אין ירושלים ד'ליטא, ווילנא. אז ס'געווען א בריסקער תלמיד, וועמענ'ס קינדער זענען שוין געווען..."מאדערן". כלומר. האלב אפגעפארן. און זיי האבן איינגעלאדנט דעם טאטן צום סדר, וועלכער איז שוין געווען אויף גאר א מאדערנעם אופן. און אויך א סאך געסט פון זייער'ס גלייכן. און דער טאטע האט ביים סדר ארויסגענימען פון א פארוויקלטן טוך זייןנע פארברענטע בריסקער מצות. און זיינע קינדער האבן זיך זייער שטארק געשעמט מיט'ן אלטן, פארצייטישן טאטן...!
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב געזען פון הרי"ד מבוסטון לבאר דברי הקינות. ביים קינה 'החרישו ממני ואברהם', וואס גייט אויף גזירת תתנ"ו, שטייט 'מי יערוך בנדרים מי יפליא בנזירות' בערך. זאגט דער רי"ד אז דוקא די צוויי מסכתות האבען זיי פארדראסען, וויבאלד ס'איז נישט דא קיין רש"י דארט, דעריבער האט מען גענויטיגט ת"ח זאלען מפרש זיין. און מיט די גזירות זענען די תלמידי חכמים אויסגעהארגעט און נדרים און נזיר זענען געבליבען שווערע מסכתות
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
שוין געהערט פון א פריעדיגע מקור (שנשכח) עס קען זיין ער האט עס נאכגעזאגט
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: איך האב געהערט אן ענליך ווערטל. (אם כבר בשטויות עסקינן).
וויאזוי קען אן ערליכער איד (פארשטייצעך אויב ער גייט אין די שיטה הקדושה פון רביה"ק זצוקללה"ה) עובר זיין די 3 הארבסטע עבירות מיט איינמאל... ער לערנט דעם ויואל משה אויף עברית ביים כותל אין יום העצמאות... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
פילייכט קענסט דו - ביטע - דיזן רשימה מיטטיילן? מיט דאנקע.
@אנאנים
[ציטאט אראפגענומען]
ווי באקאנט די בריסקער ווארט אויף די גמרא וואס געבט סימנים אויף א שוטה, אז אויב האט ער דריי פון די סימנים איז ער אנגענומען אלס שוטה, איי מ'קען פארענפרען יעדער איינס באזונדער, אבער "איין תירוץ - אז ער איז א שוטה - איז בעסער ווי דריי אנדערע תירצום"..
נעגעל וואסער[ציטאט אראפגענומען]
ווי באקאנט די בריסקער ווארט אויף די גמרא וואס געבט סימנים אויף א שוטה, אז אויב האט ער דריי פון די סימנים איז ער אנגענומען אלס שוטה, איי מ'קען פארענפרען יעדער איינס באזונדער, אבער "איין תירוץ - אז ער איז א שוטה - איז בעסער ווי דריי אנדערע תירצום"..
גמרא מפורשת תחילת מס' חגיגה. כמדומני דף ה' או דף ו'
יא יא. נאר אויב איך געדענק גוט, שטייט אז אויב האט נאר איין סימן איז נישט קיין ראיה ווייל אפשר פונקט האט ער א געוויסע סיבה וכדומה, אויב האט האט אבער דריי סימנים נעמט מען אבער יא אהן אז ער האט א דין פון א שוטה. איי ס'קען פונקט זיין אז דער וואס האט אלע דריי סימנים האט פונקט די זעלביגע דריי סיבות? וע"ז הסביר, ענדערש איין תירוץ ווי 3 תירוצים.
רא"י רייכערט נישט איין גאנצע ציגארעטל - אדער מער ווי איינס, אדער ווייניגער.
מארלבארא וועט אים נישט איינטיילען וויפיל ער וויל יעצט רייכערען...
ר' אברהם יהושע פארנדיג אמאל אין א טעקסי האט ער געהערט אז מען האט גערופן הרב הערמאן 'דער חפץ חיים פון אמעריקע' רופט ער זיך אן 'און איך בין רעק''א פון דעם טעקסי'.
כבר קדמוך
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/310617">viewtopic.php?p=310617#p310617</a><!-- l -->
איךה וואלט דאהיר וועללען רעאגירן צו איינע באריכט דאס דען העררן נריהו בען געשריבן האבט צו דען העררן משזר שש אן דעין זיעבעטן אויגוסט פון דיעזע יארע צוויי טויזענט אונד זעכהצעהן.
נור איךה וואר פעררייזט און איך דיעזע נאטיץ פערפעהלט צו בעמערקן האבע. הויטע אבנד, נאכהער וואס איךה מיך צוריקגעקערט נאכהויזע האב. וואלט איךה זעהר העפליך וועללען אנפראגן דען הויכגעשעצטן העררען נריה בען, דאס אויב ער קען אויסשליסליך ניכט שרייבן ווי איין נארמאלער מענטש. דאס ער ביטע ניכט פארזעצן צו שרייבן דאהיר. ווייל מיינע נערווע זינד שוין ביי די גרענצע פאן פלאצן. און איך דאס פלעשל פאן די פיללן שאהן באלד אינגאנצן פערנוצט האבע...מיט פיהלע דאנק איהר געטרייע אונטערטאן...!
נ.ב.: צו בן נריה. אז דו קענסט נישט שרייבן ווי א נארמאלער מענטש, זיי מוחל שרייב נישט דא. ווייל מיינע נערוון פלאצן שוין. הער דיך אויף משוגע צו מאכן,יא... 😂 🙄
מ'פארציילט אז ר' א"י האט אמאל געפרעגט א איד ביי וועם האסטו פודה געווען דיין בכור האט ער געענטפערט ביי וועם
האט ער אים ווייטער געפרעגט ווער זאגט ער איז א מיוחס אפשר דארפסטו נעמען אפאר און איינס פון זיי וועט האפענטליך זיין א מיוחס
האט ער צוריקגעפרעגט דעם רב ווער איז געווען דעם רב'ס כהן הפודה האט ער אים געזאגט וואס הייסט איך בין דאך א לוי
האט ער אים געפרעגט "ווער זאגט"
[ציטאט אראפגענומען]
איינער פון די עטליכע וואס זענען שוין געווארן דערמאנט
דאאיך האב געהערט, און שפעטער געזען אין נפש הרב עמ' רכ, פון הרי"ד סאלאווייציג זצ"ל פון באסטאן א טעם נכון פארוואס חסידים עסען נישט אין סוכה אום שמיני עצרת, נישט ווי די גמרא (סוכה מז), שו"ע און פוסקים פסקנ'ן אז מ'דארף זיצען אין סוכה שמיני עצרת.
דער גמרא אין שבת כג. זאגט אונז אז ספק דדבריהם לא בעי ברכה, א ספק דרבנן זאגט מען נישט קיין ברכה. פרעגט די גמרא וואס איז וועגען יו"ט שני? ענטפערט די גמרט כי היכי דלא לזילזולי בה, טאמער מ'וואלט קיין ברכה נישט געמאכט אויף יו"ט שני, וואלט מען מזלזל געווען דערין.
פיהרט אויס הרי"ד, און כך הוה. וויבאלד מ'זאגט נישט קיין ברכה אויף סוכה שמ"ע, וכדינא דגמ', דעריבער איז מען מזלזל דערין.
מאיר בר אילן דערציילט אויף רבי חיים בריסקער אז ווען ער איז געווען א קינד האט ער געהאט א סלאנימער מלמד איינמאל איז דער סלאנימער רבי (לכאורה דער יסוד העבודה ) דוירעכגעפארן דארט האט דער מלמד מיטגענומען דעם יונגעל צום רבין און דער רבי האט געגבן אן עפל פאר ר חיים און ער האט געגעבן א כאפ און געגעסן אהן א ברכה
דער מלמד איז געוווארען פארלוירען אז ער מאכט נישט א ברכה האט ער איהם אהנגעשריגען האט איהם דער רבי געזאגט אז עס איז זיין שולד ווייל ער האט איהם געדארפט אויסלערנען רופט זיך אהן חיים אז עס איז דעם רביןס שולד ווייל ער האט געדארפט אויסלערנען דעם מלמד בעסער
אנאנים: מיין תגובה באציט זיך אויף נומער...78...!
במחילת כבוד תורתם פון די אלע גדולי ישראל וועלכע זענען געגאנגען אין די בריסקער שיטה....ס'דערקענט זיך טאקע אז זיי האבן די שווערערע נישט אנגערירט.(נישט די גדולים. נאר דער המון עם). די גרינגערע ווייס איך נישט...! יא. איך בין פרע-דזשודיסס'ד. אין רעאקציע צו זייער שנאה און פאראורטייל...!
ר"ב פאלער ז"ל: א פערד איז נישט א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד; ער איז א פערד ווייל ער איז אליין א פערד...
מפערד לפערד באותו פערד...
א בריסקער פרעגט זיין חבר צו דאס וואס א פערד פארשטייט צו לופן ווען מ'שמייסט איהם (א"ה, כסוס ופרד אין הבין?...) איז ווייל ער פילט די צופ פונ'ם שמאס ממילא הייבט ער זיך אדער ווייל ער דערמאנט זיך פונ'ם לעצטער שמאס און פארשטייט וואס ער האט דא צי טוהן?
זאגט דער חכם, איך ווייס נישט ווייל איך בין דאך ניט קיין בעל עגלה.
קלארט אויס זיין חבר, דאס האב איך אייך נישט געפרעגט אלס בעל עגלה, נאר אלס פערד.
אפשר וועגען דעם איז טאקע גוט זיך צו איידענטיפייען אין די ניק אלס "בעל עגלה" כדי ס'זאל נישט קומען צו קיין מיספארשטענדענישען...
ונבנתה העירר"ב פאלער ז"ל: א פערד איז נישט א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד; ער איז א פערד ווייל ער איז אליין א פערד...
דאס איז פארדרייט א שטיקעל תורה פון ר' חיים.
"א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"
אין הלכות תולעים, לויט מאנכע ראשונים (תוס' סוף פרק אלו טריפות), קומט עס צונוץ
לרגל יומא דהילולא של גאון הגאונים, ה"ה רבי עזריאל הורוויץ, רבה של לובלין, המכונה 'ר' עזריאל דער אייזענער קאפ' (ראש הברזל), נזכרתי במעשה נאה עד מאד אודותיו, אותו סח לי חד מיקירי ירושלים, ולא אמנע טוב.
באחד משיעורי החומש, סיפר ראי"ס שליט"א מעשה בשם אביו, ה"ה הגרי"ד הלוי זצ"ל, בנו בכורו של מרן רי"ז הלוי זללה"ה. וזה דבר המעשה. פעם שלחו אביו מבריסק לורשא, בעניין ציבורי כלשהו. הוא הגיע לורשא לפנות ערב, ונכנס לאחד מבתי החסידים דשם, להתפלל מנחה מעריב.
בין התפילות היה מעט זמן פנוי, והגרי"ד ישב ללמוד. בספסל שלפניו ישבו שני יהודים חסידיים, וסחו בדברים העומדים ברומו של עולם. בתוך הדברים סיפר האחד לרעהו, שבאותו בוקר, לרגל יומא דהילולא של ר' עזריאל הורוויץ, ערך הרבי לחיים טיש אחרי תפילת שחרית, ובתוך הדברים אמר הרבי, כי למרות שכידוע היה ר' עזריאל מתנגד חריף, ויחסיו עם ה'חוזה' שהיה עמו בלובלין היו לא פשוטים, בלשון המעטה, עם כל זאת היתה ביניהם ידידות והערכה מופלגת, כדי כך הגיעו הדברים, שהשניים ביקשו ואף נקברו זה לצד זה, לגודל אהבתם איש את רעהו.
לא יכולתי להתאפק, סיפר הגרי"ד, והתערבתי בשיחתם. סיפרתי להם שזה עתה הגעתי מבריסק, ובדרך, לרגל היארצייט של ר' עזריאל, עברתי דרך בית החיים דלובלין, לומר פרק תהילים על קברו. ובכן, ראיתי את קברו, וכן את קברו של החוזה. זה בצד אחד של בית החיים, וזה בצד השני.
מסתכל עלי החסיד כתרנגול בבני אדם, ואומר לי: מה אתה מבלבל את המח, הלא אני בעצמי התפללתי הבוקר עם הרבי שליט"א, ובאזני שמעתי דבר זה מפיו, ואיך יעמוד החי ויכחיש את החי? שבתי ואמרתי לאותו החסיד, הלא בעיני ראיתי את שני הקברים, לפני כמה שעות, ואיך תאמר לי שאני טועה, כאשר אתה עצמך לא ראית את בית העלמין דלובלין מימיך? מה יש לראות, משיב היהודי לעומתי, הלא אזני שמעו ולא זר, את הדברים מפורש יוצאים מפי הרבי. ומה לי אם ראיתי אם לאו. שוב ניסיתי, מספר הגרי"ד, ואמרתי לאותו חסיד: יודע הנך, הלא מכאן ללובלין המרחק קצר, הבה ונלכה שמה, ונראה יחדיו את קבריהם של שני גדולי לובלין, ונראה אם צדקו דברי הרבי אם לאו. אין מה לראות, פסק החסיד את פסוקו. דבר ששמעתי באזני מפי הרבי, אין העיניים יכולות להכחיש.
את הסיפור הזה סיפר ראי"ס ב'חומש שיעור', והשמחה היתה גדולה.
לאחר השיעור, ניגש לרא"י אחד התלמידים, בחור חסידי מארה"ב, ואומר לו כדלהלן: לפני כמה חודשים, בשלהי קייטא, ארגנו אצלנו בבארא פארק נסיעה לקברות צדיקים ביורופ, ואני הק' השתתפתי בה. היינו אצל הרבי ר' אלימלך זי"ע, אצל אור שבעת הימים הבעש"ט הק', אצל האדמו"ר הזקן, אצל הנחל נובע, ואף בלובלין היינו, אצל אדוננו החוזה, זכותו יגן על כל ישראל. ושם, צמוד לקברו של החוזה, ראינו את קברו של רבה של לובלין, ידידו ויריבו של החוזה, הלא הוא ר' עזריאל איש הורוויץ, המכונה 'ר' עזריאל דער אייזענער קאפ'.
דממה השתררה בחדר. כל הבחורים השתתקו בתדהמה, ורק ראש הישיבה, רא"י שליט"א, קפץ ממקומו בתוך כדי דיבור, וקרא בסערה כלפי הבחור: ווי קען דאס זיין, איך האב דאך אליין געהערט די מעשה פון טאטען! (כיצד ייתכן הדבר, הלא אני בעצמי שמעתי את הסיפור הזה מאבא...)
והדברים נפלאים עד מאד, לכל לב מבין.
Credit: Sam Green, Facebook
.
הוגה: ייש"כ. יעצט איז די פיקטשער באלאנסירט. פון יעצט אן וועללן שין די מתנגדים/ליטוואקעס מער נישט קענען מאכן חוזק פון חסידים אז וואס זיי האבן געהערט פון רבי'ן איז שטערקער ווי מעמד הר סיני. ווייל ביי די פרינצן פון די גדולי ליטא איז געווען די זעלבע זאך. אן אמירה/שמיעה פון א טאטע/רבי איז שטארקער ווי אליינס זעהן מיט די אויגן... 😂 🙄
למעשייה זו יש כבר זקן ארוך וכבר הובא לעיל לפחות פעם אחד.
איך אויךלמעשייה זו יש כבר זקן ארוך וכבר הובא לעיל לפחות פעם אחד.
דער כותב האט צוגעלייגט און אראפגענומען פון די מעשה, ביז ער האט עס פארדרייט אינגאנצען. לויט זיין גירסא, וואס איז די גרויסע תורה? פארוואס זאל ראי"ס גלויבען דער בחור מער ווי זיין אייגענע טאטע?
וועמען דארף מען גלייבן, ליטוואק אדער הוגה?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/310476">viewtopic.php?p=310476#p310476</a><!-- l -->
און אז @אנאנים האט די זעלבע טעות געמאכט איז וואס? פארוואס איז יענער מער באגלייבט ווי זיין טאטע?
נאר האמת יורה דרכו, און אזוי האב איך געהערט די מעשה נאך אלס יינגעל, אז דער בחור האט געוויזען א בילד פון די צוויי קברים, און ווען איך האב געהערט די מעשה, איז פאטאשאפ געווען אפשר פינף יאר אלט און מ'האט פון דעם נישט געוואוסט, און דאס איז די טיפער כוונה פון די וויץ.
נעה.
וואס איז מיט JB?
הגרמ"ד האט גע'עפענט זיין ישיבה בחיי זיין ברודער, און איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער איז אמאל געווען א מגי"ש ביי זיין ברודער, און ס'איז בכלל נישט מסתבר אזוי.
רוב מנהגי בריסק זענען יא פון דער בית הלוי, נישט ר' חיים. דער מהלך הלימוד איז טאקע נישט פון איהם.
הגרי"ד האט זוכה געווען צו א שטארקע חביבות ביים חזו"א, וואס האט זאגאר געשטופט דער עדה חרדית איהם צו נעמען אלס רב נאך הרב דושינסקי! דאס אויסרימען הגרמ"ד אויפ'ן חשבון פון הגרי"ד איז א פעולה פון די פארביסענע משפחות וואס האבען נישט מצליח געווען אריינצוגייען ביי הגרי"ד. וידוע מה שאמר הגרי"ד כאשר אמרו לו "א שאד, האסט פארפאסט הרב א.ש. וואס איז אריבער צום ברודער, נאכ'ן נישט ווערען אריינגענומען ביי הגרי"ד, וואס איז טאקע א גרויסע תכשיט"
האט ער גע'ענטפערט "יא, אבער מ'האט פארדינט די אלע אנדערע ברידער "
נאך א נאמען פאר'ן בריסקער רב האב איך געהערט פון דער וואודרידזשער רב שליט"א "דער לעצטע בריסקער רב", ודפח"ח
און כיהודה ועוד לקרא, הרי"ד מבוסטון איז א שטארקע בריסקער געווען, נאר מיט אן אייגענעם כאראקטער. לערן נפש הרב פאר א שנעלער איבערבליק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
חוקר וסקרןוואס איז מיט JB?
וועט פארנעמען אייגענע 450 זייטן.
שש, מיר קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.
און אז דו האסט דערמאנט אמשינוב. את אחינו אנו מבקשים, לאז אונז נישט ווארטן מיט בריסק אזוי לאנג ווי מיט אמשינוב.
ווי באקאנט האט דער גרי"ז געליטן אויף O.C.D און פון דעם נעמען זיך רוב פון די בריסקע חומרות. דערציילט מען אז איין נאכט פארן גיין שלאפן האט ער געשיקט איינער פון זיינע קינדער קוקן צי דער שלאס איז פארשפארט, יענער איז געגאנגען און צוריקגעקומען זאגן אז עס איז פארשפארט. נאך אפאר מינוט שיקט ער א צווייטע קינד בודק זיין און יענער באשטעטיגט דאס זעלביגע, ולא נחה דעתו בזה און אפאר מינוט שפעטער האט ער געשיקט דעם נעקסטן זון, פארשטייט זיך אז יענער איז צוריקגעקומען זאגן אז עס איז פארשפארט אא"וו. צום לעצט האט ער געשיקט חיים דער משוגע'נער וואס ער האט פארשטאנען אז צום סוף וועט זיין טאטע אליינס קומען קוקן, איז ער געגאנגען און געעפנט די שלאס און געזאגט פארן טאטן אז ס'איז פארשלאסן. צום סוף איז דער גרי"ז אליינס געגאגען זיכער מאכן אז ס'איז פארשלאסן, און זעענדיג אז די שלאס איז אפן גיבט ער זיך א רוף אן, קוקט'ס ווי מ'קען זיך אויף קיינעם פארלאזן, יעדער וועם איך האב געשיקט קוקן האט געזאגט אז ס'איז פארשלאסן, און למעשה איז עס געווען אפן.
אברעימל: ייש"כ. אמאל דארף מען נוצן א משוגע'נעם מהלך(גג על גג) כדי אויסצוקורירן א משוגעת פון אן אדם גדול. וכבודו במקומו מונח...!
ס'זענען געווען נאך גדולי ישראל, צווישן זיי גאונים וצדיקים, וועלכע האבן געהאט פערזענליכע משוגעת'ן. נאר דער עולם האט נישט געהאט די גאטס (דעם קוראזש) זיי צו פארבעסערן. עד שבא משוגע אחד. ועשה את העבודה. וכמעט זה מה שהתכוון הרמב"ם ז"ל באומרו..."בואו, ונחזיק טובה למשוגעים"...!
אפשר איז כדאי צו מאכן אזא ליקוט. נאר פארשטייצעך אן פוגע זיין בכבודם פון די צדיקים נ"ע...!
דער וועלט פרעגט א שאלה, ווען קרח האט זיך אויפגעוועקט יענעם טאג, האט ער געמוזט כאפען אז דער מן אז ווייט פון זיין שטוב, אזוי ווי אלע חוטאים, ט'פארוואס האט ער נישט געכאפט זיין טעות?
דער וועלט זאגט אז ער האט געזאגט "דאס איז צוליעב דעם אז איך האב זיך נישט גענוג געשלאגען".
הרב אברהם יהושע האט יעצט געזאגט א חומש שיעור און ער האט מסביר געווען אויף אן אנדערען אופן.
"א בריוו איז געקומען פון אמעריקא זאגענדיג אז דער מן איז גלייך לעבען זיין שטוב". ודפח"ח.
הערליכע אשכול! יעצט אדורכגעגאנגען און פיין הנאה געהאט.
ונבנתה העיראז דו רעדסט פון רי"ב און פון אמעריקא: מ'האט אמאהל געזאגט פאר רי"ב בן הגרי"ז אז רב פאם איז דער חפץ חיים פון אמעריקא, האט ער געזאגט: און איך בין ר"ע איגר פון דעם טעקסי...
שטארק נישט מסתבר. כהאב נאך קיינמאל געהערט די הגדרה אויף הרב פאם. כ'האב עס געהערט אויף רבי יעקב יוסף הערמאן, אויף וועם ס'שטימט טאקע פיל בעסער [היה חותן המלך, הגרח"פ שינברג בעל טבעת החושן]
ר' משה מרדכי שולזינגער, א מאדנע גאון ו... פאר זיך (אדוק ברב שך, חסיד של הבריסקערוב, ומתנגד לרב שטיינמן ולחסידים בכלל), האט דערציילט די פאלגענדע מעשה:
ווען ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל האט נאך געוואוינט אין סלוצק, האט ער געפלעגט ארויסצוגעבן א ירחון תורני בשם "יגדיל תורה". איינמאל האט ער אנגעטראפן זיין רבי'ן ר' חיים בריסקער (היה תלמידו כי למד אצלו בישיבת וולוז'ין), און ר' חיים האט אים מוכיח געווען איבער א שטיקל תורה וואס איז געווען געדריקט אין זיין קובץ וואס איז עפעס נישט אזוי איי ייאיי איי. ר' איסר זלמן האט זיך פארענטפערט, אז ער האט עס נישט געקענט אפזאגן, ווייל עפעס א חשוב'ע רב האט עס געשריבן און ער האט נישט געקענט פוגע זיין בכבודו מיטן עס נישט אריינלייגן.
ר' חיים האט אים געענטפערט: גערעכט ביסטו, און דו האסט עס טאקע געמוזט אריינלייגן, אבער דו וואלסט געדארפט טוישן דעם נאמען פונעם קובץ תורני, צום נאמען "יקטין תורה"...
כהאב אמאל געהערט א זיסע הגדרה אויף די דריי גרויסע תלמידי ר' חיים בריסקער, וויאזוי זיי צעלייגן א סוגיא.
כמדומה אז ס'גייט ווי פאלגענד:
ר' ברוך בער איז בגדר "אונס"
דער רב (גרי"ז) איז בגדר "מרצה"
און ר' שמעון שקאפ איז בגדר "מפתה"...
לא כאפטי.
איך האב געהערט די אויספיר:
און.... איז סתם א מוציא שם רע.
אה יעצט מאכט עס סענס.
[ציטאט אראפגענומען]
און ר' ...... איז א משלחת וחוזרת, גייט אהין אין צירוק, זאגט גארנישט, מאלט סתם וואסער
א מימרא פון הר' אברהם יהושע סולובייצ'יק [לאחרונה, לאחר פרשיית העופות]:
דגים אי אפשר לאכול, עופות כבר גם לא. נשאר לאכול רק בני אדם, ועל זה יש מסורת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך געדענק נישט אויב מ'האט די מעשה דא שוין געברענגט
דער בעלזער רבי איז געגאנגן באזוכן ר' א"י
דער ר"י פרעגט דעם רבי'ן פארוואס אין בעלז לייגט מען די ס"ת ליגעדיג האט ער אים געזאגט ווייל די ב"ח איז געווען רב אין בעלז און געפסקנט אזוי
פרעגט דעם רבי'ן צוריק דעם ר"י פארוואס טוהט מען נישט אזוי אין בריסק דער ב"ח איז דאך געווען רב אין בריסק אויך
האט דער ר"י געזאגט יע יע אבער אין בריסק איז געוןוען רבנים נאכ'ן ב"ח אויך