☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

349 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8040
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 5, 2015 6:56 pm

· #246079
און אז מען רעדט שוין, אמאל ווען איינער האט נישט גערעדט צו די זאך פלעגט מען איהם חתונה מאכן מיט א דבר אחר, ווי רש"י זאגט: עורבא פרח - השיאו לדבר אחר...

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:32 pm

· #246084
א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 7:35 pm

· #246085
70. איך חלום טאקע אבער איך שלאף נישט
פאנעווזשער רב הרב כהאנמאן

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:07 pm

· #246093
שבת אחים
berlbalaguleh
נהורא נפישא
בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!



ר׳ בערל, בדרך אגב בודהא האט נישט וויי געטוהן קיין שום באשעפניש ער איז געוועהן פון די סאמע עלטסטע גוט־זאגערס אין די מענטשליכע היסטערי האבענדיג געלעבט 2500 יאהר צוריק איז ער געוועהן פון די סאמע ערשטע מענטשען צו פּראָמאָוטן פרידאָם און איקוואַלאַטי פאר יעדעם , די בודהא רעליגיע קאַנטרעדיקט נישט קיין שום אנדערע רעליגיע און עס איז בכלל נישט סותר צו אונזער אמונה אַנשטאָט טוט די בודהא רעליגיע פאָקוסן אויף ספּיריטשאַליטי און מעדיטאַציע Meditation און וויאזוי א מענטש קיין זיין בשמחה און צופרידן אפגעזעהן אין וואסערע מצב ער איז,

ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנב'ט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

כ׳האב געהערט אז דוד בן־גוריון איז געווהען א באַהאלטענע בודהיסט און אז ער איז געפאהרן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט איינע פון די טיבעטן בודהא טיטשערס בשעת ער איז געוועהן די פּרעימער פון ישראל, קען איינער דאס קאָנפירמען ?

שבת אחים:קודם כל. זייענדיג א מאמין אין אמת פון די חז"ל לאזט זיך מיר נישט גלייבן (כ'האב אפילו נישט קיין הוה אמינא) אז די חכמי המשנה האבן עפעס א שמץ גענומען פון בודהא'ס לערעס אין מוסר און עטיקעט. חוץ פון דעם בין איך א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך. אזוי אז איך האלט נישט אז אונזערע חכמים האבן געדארפט צוקומען צו די גוי'אישע געלערנטע אפצלערנען זיך פון זיי שיינע מידות.

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:10 pm

· #246095
71 איך שעץ אסאך מער די דיעות פון דעם סאטמער'ן רב, ווי די דיעות פון בן גוריון.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:12 pm

· #246096
געוואלדיג
א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

געוואלדיג: ייש"כ. איך קוילער נאך יעצט פאר געלעכטער פון דעם דזשאוק... 😂 🙄

אויסגערוט » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:57 pm

· #246152
געוואלדיג
א בעל קורא פלעגט זיך אלץ צוזאם ליידן פון עפעס א פרוי אין ווייבער שוהל וואס פלעגט איהם אלץ פארעכטן, האט ער מחליט געווען איהר צו מסדר זיין איינמאל פאר אלעמאל, ווען עס איז געקומען פרשת וישב האט ער געליינט אז פוטיפר'ס ווייב האט געזאגט פאר יוסף "שכבה עמו" שרייט די פרוי פון ווייבער שיהל נו.. שכבה עמי... שרייט ער איך וויל נישט....

דעס דערציילט מען אויף בריסקער רב'ס טאכטער (אשת ר' מיכל פיינשטיין). אויף זי איז אויכעט דא דער מעשה אז זי האט געדארפט ווערן א כלה צו איינע פון די גדולים (כ'געדענק נישט ווער) און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. יארן שפעטער איז ער געקומען צו איר אינדערהיים מפייס זיין. אויפן וועג ארויס באגלייט אים ר' מיכל און זאגט זי קען אייך מוחל זיין אבער איך קען אייך נישט מוחל זיין.....

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 6, 2015 2:29 am

· #246181
berlbalaguleh
שבת אחים
berlbalaguleh
נהורא נפישא
בודהא האט געלעבט נאך ביפאר אידן האבן געהאט א טשענס צו ליידן
59. זיך אפלאזן פון רייכערן איז פון די לייכטסטע זאכן, איך האב דאס שוין געטאן א טויזענט מאל.

נהורא נפישא: דו ביסט גערעכט. איך האב איהם פארטוישט מיט "גאנדי" , דעם באוואוסטן גרויסן גוי'אישן "צדיק"... וועלכער האט אויסגעדריקט סימפאטיע פאר די פאלעסטינער ליידן...און נישט פאר די אידישע צרות...!



ר׳ בערל, בדרך אגב בודהא האט נישט וויי געטוהן קיין שום באשעפניש ער איז געוועהן פון די סאמע עלטסטע גוט־זאגערס אין די מענטשליכע היסטערי האבענדיג געלעבט 2500 יאהר צוריק איז ער געוועהן פון די סאמע ערשטע מענטשען צו פּראָמאָוטן פרידאָם און איקוואַלאַטי פאר יעדעם , די בודהא רעליגיע קאַנטרעדיקט נישט קיין שום אנדערע רעליגיע און עס איז בכלל נישט סותר צו אונזער אמונה אַנשטאָט טוט די בודהא רעליגיע פאָקוסן אויף ספּיריטשאַליטי און מעדיטאַציע Meditation און וויאזוי א מענטש קיין זיין בשמחה און צופרידן אפגעזעהן אין וואסערע מצב ער איז,

ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנב'ט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

כ׳האב געהערט אז דוד בן־גוריון איז געווהען א באַהאלטענע בודהיסט און אז ער איז געפאהרן קיין טיבעט זיך טרעפן מיט איינע פון די טיבעטן בודהא טיטשערס בשעת ער איז געוועהן די פּרעימער פון ישראל, קען איינער דאס קאָנפירמען ?

שבת אחים:קודם כל. זייענדיג א מאמין אין אמת פון די חז"ל לאזט זיך מיר נישט גלייבן (כ'האב אפילו נישט קיין הוה אמינא) אז די חכמי המשנה האבן עפעס א שמץ גענומען פון בודהא'ס לערעס אין מוסר און עטיקעט. חוץ פון דעם בין איך א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך. אזוי אז איך האלט נישט אז אונזערע חכמים האבן געדארפט צוקומען צו די גוי'אישע געלערנטע אפצלערנען זיך פון זיי שיינע מידות.


קודם כל איך האב נישט געזאגט אז חכמי המשנה האבן גענומען זייערע עטיקס פון בודהא לייען איבער מיין תגובה ביטע פאר דו ווערסט אזוי צווילדעוועט כ׳האב געשריבן ״ס׳איז דא וואס זאגן אז אסאך שטיקלעך חז״ל און ספּעציעל פּרקי אבות זענען נאכגעזאגט פון בודהא״ סאיז דא וואס זאגן מיינט׃ ״מאַנכע זאגן״
וואס איך האב געזאגט איז :
עכ״פּ אסאך מוסר ספרים און ספרי חסידות זענען זיכער גע׳קאָפּיעט פון בודהא די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה און התבודדות איז איין שטיק בודהא וואס פארשידנע אחרונים האבן עס אריינגעברענגט /אריינגעגנבּט אין אונזער רעליגיע דורך א אונטער־טירל,

אָט דאס איז א פאַקט ! אז די אחרונים האבן גענומען זאכן געבויט אויף געוויסע בודהא טיטשונגס למשל התבודודת און די גאנצע קאנצעפט פון שמחה און עצבות גאוה און ענוה , ער איז געוועהן די ערשטע צו רעדן פון די זאכן פאר 2500 יאהר צוריק און ביי אונז ווערט עס אין ערגעץ נישט געברענגט אין קיין שום ספר פאר 250 יאהר צוריק!! איז מאך אליינס דעם חשבון!
חוץ מזה גלייב איך אז ס׳קען זיין אז חז״ל האבן יא גענומען געוויסע זאכן פון גוישע און גריכישע פילאַסעפערס און ס׳האט גארנישט צוטוהן צו מ׳איז א מאמין אין חז"ל צו מאיז א אידישער נאציאנאליסט צו מאיז א פּאָפּענער ווי די מדרש זאגט בפירוש׃ חכמה בגוים תאמין

אידן האבן אלעמאל גענומען געוויסע זאכן פון גוים אין פארשידנע תקופות און די חז״ל האבן דאך געשריבן איזהו חכם? הלומד מכל אדם, מכל מלמדי השכלתי און אויב דו ווילסט טאקע וויסן דעם אמת איבער די אידישע היסטערי אלץ א ״אידישער נאציאנאליסט״ וואלסטו געמעגט וויסן דעם אמת אז מ׳האט יא גענומען געוויסע זאכן פון גוים פּונקט אזויווי מ׳האט אין מאַרמאָראש אפגעקויפט די ניגונים פון די גוישע פּאַסטיכער ,

דעס אלעס איז געזאגט געווארן אויב דו ווילסט וויסן דעם אמת פון די אידישע היסטארי אויב אבער ווילסטו צושטאָפּן די אויערן אין הערן נאר וואס דו ווילסט הערן האסטו אלע רעכטן סאיז דא אסאך אזעליכע מענטשען וואס האלטן אזוי דאַכצעך דו ברענגסט זיי אראפּ גאנץ אפט איינער מנשה פליפּ פלאַפּ און סענדער דער דייטש 😂 😂 😂 😃 😃 😃

נ״ב איך פריי מיך באמת אז דו ביסט א ציוני און נישט קיין איפּכא מסתברא אדער א נטורי קרתא מאך נאר זיכער נישט אריינצוקלאפּן אין קאפקע אדער מ״ב בעק 😞 🙄

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:09 am

· #246215
72. דאס ביסל וואס איך פארמאג איז רואיגקייט, דאס ביסל וואס איך שטרעב נאך איז לייטישקייט.

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 6, 2015 3:33 pm

· #246334
73. איינער האט געפרעגט פון א צווייטן וואס טראכסטו? האט ער גענטפערט איין פריוואטע זאך איז נאך דא היינט, ווילסטו מיר דאס אויך צונעמען..

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 7:45 pm

· #246434
74 עלוויס האט פארלאזט דעם בנין.

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:14 pm

· #246447
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Elvis_has_left_the_building">http://en.wikipedia.org/wiki/Elvis_has_ ... e_building</a>

יאיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:15 pm

· #246448
75. איך בין א אידישער נאציאנאליסט. און יא, א ציוני אויך.

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:15 pm

· #246449
בערל.

יאיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:22 pm

· #246450
76. איך בין א ציוני אבער נישט א נאציאנאליסט.

הערשי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:28 pm

· #246451
ס'איז אלעמאל אזוי קאלט דא?

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:30 pm

· #246453
זעמל

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:31 pm

· #246454
יאיר
76. איך בין א ציוני אבער נישט א נאציאנאליסט.

איך אויך

יאיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:33 pm

· #246455
מאטי
יאיר
76. איך בין א ציוני אבער נישט א נאציאנאליסט.

איך אויך

😮

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:33 pm

· #246456
הערשי
ס'איז אלעמאל אזוי קאלט דא?

זעמיל, ישעי גוביטש אויף די לעצטע געדאנק 😂

יאיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:34 pm

· #246457
ראש חודש קויפט די מאמע א שאקאלאדע.

ירח בן יומו » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:37 pm

· #246462
שבת אחים
הערשי
ס'איז אלעמאל אזוי קאלט דא?

זעמיל, ישעי גוביטש אויף די לעצטע געדאנק 😂

איז דא די פלעי ערגעץ אויף יוטאב וכדומה?

מאטי » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:38 pm

· #246465
אז דער בית יהודה האט נישט געוואוסט וועט דער גלח זיכער נישט וויסן.

גימפל » דינסטאג יאנואר 6, 2015 8:42 pm

· #246466
יאיר
ראש חודש קויפט די מאמע א שאקאלאדע.


ר' לייבל וויינשטאק

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:34 pm

· #246515
מאטי
אז דער בית יהודה האט נישט געוואוסט וועט דער גלח זיכער נישט וויסן.


דע עם הארץ ביי די וויכוח ווי ער האט געפרעגט דעם גלח וואס טייטש איני יודע, לא ידעתי, וכו'

א איד » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:46 pm

· #246521
80. פון זיך נישט ארויסקוקן, ביי יענעם נישט אריינקוקן.

כוכב » מיטוואך יאנואר 7, 2015 8:04 pm

· #246740
81. וויפיל אידן דאווענען ביי אייך אין בית המדרש?

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 7, 2015 8:10 pm

· #246741
מהר"א ט"ב

מאטי » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:10 pm

· #246756
פריי באל-טאזער, איר זאלט זיין א חזיר?

כוכב » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:26 pm

· #246760
ישמעאל הכהן
מהר"א ט"ב


אין א שמועס רבת התוכן מיט רבי משה וואלפסאן שליט''א.

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 3:05 am

· #246844
שבת אחים
ונבנתה העיר
68. אשה כי תזריע - אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר - וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה.


69 . עס דערמאַנט מיר א מעשה וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א צווייטען ראש ישיבה וואס האט זיך אמאל אויפגערעגט אויף א תלמיד האט ער אים געזאגט דבר אחר (דו) ביד חזקה שתים און אים דערלאנגט צוויי קלינגעדיגע פּעטש



מ׳זאגט עס נאך פון הרב ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל מהאדהאז־וויען

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 4:13 am

· #246846
82. איך ארבעט פאר די סענטעישאן דיפּארטמענט ! אלע שמוץ פון שטאט קומען אָן צו מיר !

כהאב עס אליינס געהערט מפּי קדשו

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:09 pm

· #246966
שבת אחים
82. איך ארבעט פאר די סענטעישאן דיפּארטמענט ! אלע שמוץ פון שטאט קומען אָן צו מיר !

כהאב עס אליינס געהערט מפּי קדשו



מפי קדשו של
כ״ק מרן אדמו״ר עט״ר שליט״א הרב הצדיק המפורסם חכימא דיהודאי כמותו ירבו בישראל צדיקא חסידא ופרישא, הגאון הגדול אוהבן של ישראל רשכבה"ג בנן של קדושים שר התורה הוד כבוד קדושת רבינו ר' שרגא פייביש האגער שליט״א אב״ד ואדמו״ר דק״ק קאסוב־זאַליטשיק ודומ״ץ וויזניץ ב״פ

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 6:16 pm

· #246970
ווער עס האט נאך טיטלען אויף דעם צאָדיק איז מכובד צו צולייגן

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 8:50 pm

· #246999
שבת אחים
ווער עס האט נאך טיטלען אויף דעם צאָדיק איז מכובד צו צולייגן

שבת אחים: כ'האב פונקט דאס געוואלט זאגן. אז ס'דא נאך טיטלען אויף איהם. נאר קודם. לאמיר מדייק זיין בשמו. איינס פון זיינע נעמען איז זאלישטשיק. אזוי שטייט אויפ'ן סיין פון זיין טאנ'ס זצוקללה"ה.(מ'זאגט עס ארויס אזוי: זאציק-לאל-הא-הא...) בית המדרש אויף די צוויי און פופציגסטע גאס... דיא אנדערע שמות הנרדפים זענען כדלהלן...:------ער, פאר-----ער, צו----רייטער נע--- ----ער...! עיין נחום קליפ של הנענועים...(

שבת אחים » פרייטאג יאנואר 9, 2015 3:44 am

· #247054
👍
berlbalaguleh
שבת אחים
ווער עס האט נאך טיטלען אויף דעם צאָדיק איז מכובד צו צולייגן

שבת אחים: כ'האב פונקט דאס געוואלט זאגן. אז ס'דא נאך טיטלען אויף איהם. נאר קודם. לאמיר מדייק זיין בשמו. איינס פון זיינע נעמען איז זאלישטשיק. אזוי שטייט אויפ'ן סיין פון זיין טאנ'ס זצוקללה"ה.(מ'זאגט עס ארויס אזוי: זאציק-לאל-הא-הא...) בית המדרש אויף די צוויי און פופציגסטע גאס... דיא אנדערע שמות הנרדפים זענען כדלהלן...:------ער, פאר-----ער, צו----רייטער נע--- ----ער...! עיין נחום קליפ של הנענועים...(

👍 👍 👍 😂 😂 😈

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 11, 2015 5:57 pm

· #247415
83. וואס איז די נפק"מ צווישן מיר מיט דיר?
וואס איך ווייס ווייסטו אויך,
וואס דו ווייסט נישט ווייס איך אויך נישט,
איז די גאנצע חילוק נאר וואס איך ווייס נישט און דו יא,
קעגן בורא כל עולמים צו וואס ווערט דאס שוין גערעכנט?

א תלמיד פון מגיד צום בעל התניא זיע"א ביי בדחנות ביי א חתונה
נאך דעם האט דער בע"ת געשריבן דעם תניא

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:02 pm

· #247595
84. וויפיל בערג אויף אראפ פונקט אזוי פיל בערג אויף ארויף

בשבילי! » מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:50 pm

· #247603
85. ''וואו מענטשן פארברענען ביכער, מענטשן ענדגילטיק פארברענען מענטשן.''

גאלד » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:00 pm

· #247626
86. ווי עס איז פארהאן אזויפיל געמיינע עפל, דאן טויג עפעס נישט מיטן גאנצן פעלדל

ביבער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:46 pm

· #247632
87. איך פארשטיי דעם שונא, און דער שונא פארשטייט מיר, און ביידע פארשטיי מיר נישט דעם פארמיטלער.


88. ענדערש א אידישע מדינה וואס די גאנצע וועלט האט פיינט, ווי איידער א אוישוויץ וואס די וועלט שוינט.

מאטי » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:05 pm

· #247641
מאיר כהנא, ביידע.

קינד_אן_קייט » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:16 pm

· #247644
בשבילי!
85. ''וואו מענטשן פארברענען ביכער, מענטשן ענדגילטיק פארברענען מענטשן.''



(ס׳איז דאכט זיך די לעצטע מימרא אויפ׳ן וועג ארויס פונעם האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן).

קינד_אן_קייט » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:20 pm

· #247646
מאטי
פריי באל-טאזער, איר זאלט זיין א חזיר?

ישעי׳ גוביץ, שפאנישע אינקוויזיציע.

קינד_אן_קייט » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:23 pm

· #247647
89. ״דער מח ליידט, און דער גוף רעדט זיך אפ״.

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:33 pm

· #247650
בשבילי!
(64) Use this quote as a signature so people will think you're smart


Punchidfto Cynkeldfg

בשבילי! » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:52 pm

· #247659
בעסער שפעט ווי קיינמאל!

לית דין בר נש » דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:54 am

· #247678
בשבילי!
בעסער שפעט ווי קיינמאל!

יענקל מיללער

גאלד » דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:12 am

· #247686
גאלד
86. ווי עס איז פארהאן אזויפיל געמיינע עפל, דאן טויג עפעס נישט מיטן גאנצן פעלדל


ביל מאהר איבער איסלאם

גאלד » דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:14 am

· #247687
90. קידוש לבנה! א קאר רייד קיין לעיקוואד?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7