אשכול אן א טיטל #9840
170 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9840
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז א דאורייתא, וכסית את וגו'
ליטוואק פון בודאפעסטוואס ווילסטו פון מיר? איך האב געזאגט אז ער ווערט א קרומע פון זאגען נאך זאכען? איך האב געזאגט אז דער צאנזער רב האט נישט געלערנט חסידות ביי קיינעם?
ווייז אויף ווי איך האב אזוי געזאגט, נאך דעם וועל איך דיר ווייזען ווי אין תורה שטייט אז מ'דארף הרגנ'ען.
געדענקט אלע, אונז זע'מיר יעצט אין שמייכעל
שמייכלען איז זייער שווער ווען מען א דין דערפון [emoji6]
אין בריסק זאגט מען נאך א מימרא פון הרב שמחה זעליג "ווען נישט אז ס'שטייט אין כתר ראש אז דער גאון האט גערעדט אויפ'ן בעש"ט, וואלטען מיר געזאגט אז דער בעש"ט איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען. און ר' מאיר'ל פרעמישלאנער האט טאקע קיינמאל נישט עגזיסטירט".
איינמאל איז א בחור געקומען קיין בריסק צו ווערען אריינגענומען. רא"י האט געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ. זאגט איהם יענער בחור "איך בין אן אייניקעל פון הרב מאיר'ל פרעמישלאנער, וועל איך נישט אויפנעמען קיין פלאץ סייאווי".
ער האט איהם אריינגענומען.
ר' חיים איז געווען אין א באהן און הערען הערט ער ווי א מיסיאנער פראבירט איבערצורעדען א איד רח"ל. דער איד זאגט פאר'ן מיסיאנער אז וויבאלד חז"ל האבען נישט אנגענומען אותו איש אלס משיח איז א ראיה אז נישט.
זאגט איהם דער גוי "זעסט דאך אז חז"ל האבען געמאכט א טעות אין משיח מיט בן כוזיבא?"
דער איד האט נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
האט ר' חיים זיך אנגערופען "פון וואנעט ווייסטו אז זיי האבען געמאכט א טעות?"
"וואס הייסט? ווייל מ'האט איהם געהארגע'ט!"
"הייסט'ס א געהארג'טע משיח איז קיין משיח נישט!"
נישט אלע ווערטלעך דא זענען עפעס מיוחס לבריסק.
וואס איך מיין צו זאגען, די הנחה אז רבי וועלוועל ובניו זענען בריסק וואס רבי חיים האט אהער געברענט איז א שטיקל טעות, רבי וועלוועל איז א אייגענע יצירה פאר זיך, סהאט כמעט נישט מיט רבי חיים.
מיר מאכט אביסל נערוועז אז רבי חיים ווערט נכלל אין דעם.
רבי חיים האט געהאט א געוויסע טוהר הנפש והשכל, ריין און קלאר, א אפענקייט און א ברייטקייט צו כמעט אלעס, דאס איז בנוסף צו די טיפקייט. און די אלע וואס זענען זיך מייחס צו רבי חיים זעלבסט, אן קיינע אמצעים, האבן דאס אויך.
רבי וועלוועלס חדר, האט דאס נישט בכלל, נאר פונקט פארקערט, זאכן זענען ביי אים געווען מסובך און פארטונקעלט, זיין נפש איז געווען פארכאמורעט און נישט ריין, פארמאכט און פארקלאפט צו כמעט אלעס, און זיינע נאכפאלגער האבן פון דעם געמאכט א תורה שלימה.
רבי חיים איז געווען א פריילעך געזונטע נאטור, בגוף ובנפש, רבי וועלוועל פונקט פארקערט.
דיין ווערטער אויפ'ן בריסקער רב האלט שוין ביי חוצפה. כמעט אלע אזעלכע מעשה'ס איז פון נאכ'ן קריג. אין ירושלים האט ער קיינמאל נישט געשפירט באקוועם. ער האט נישט געהאט די לומדים פון אמאל ארום זיך, ער האט נישט געהאט דער מנוחת הנפש, און איבערהויפט נישט געהאט קיין ווייב. (א שטיקל מינות וכפירה, אבער היינט אין א"י זעט מען וואס ס'מיינט א מנהיג אן א ווייב ווען הרבנים שטיינמאן קנייבסקי און אויערבאך שליט"א זענען אלע אן ווייבער. מיר איז פשוט אז די מחלוקת וואלט נישט אזוי לאנג געצויגען און אזוי שטארק ווען זייער ווייבער לעבען נאך). אין ירושלים איז ער געווען ארומגערינגעלט מיט קנאים און דרייקעפ, מענטשען וואס האבען מער הנאה געהאט צו שלעפען א שארפע זאג צו א ווערטעל עה"ת ווי איינער מיט וועמען ער האט זיך געקענט פאסמאקעווען איבער א שווערע תוס'. דעריבער האט ער זיך אזוי געפרייט מיט הרב שך'ס באזוכען. דארט האט ער געוואוסט אז זיין לעבען ווערט איבערגענומען מיט א שווערע סוגיא. אלע וואס האבען געדענקט בריסקער רב פאר'ן קריג האבען אן אנדערע בליק. אז דו וואוינסט אין ב.פ. כאפט זיך אריבער צו הרב חיים בער גולבסקי. דוכט זיך ער געדענקט, זייענדיג אן אייניקעל פון ר' שמחה זעליג
אינטערסאנט וואס זיין רעדן אויף בריסקער רב איז חוצפה בעת דיין רעדן אויף רב שטיינמאן קנייבסקי אוירבאך בנשימה אחת גייט ארויס אזוי כלאחר יד זעהט אויס דו ביסט אויך א חסיד נאר פון אנאנדער רבי וואס כידוע איז דער ערשטע ליטווישע רעביסטעווע איז בריסק
וואס טוט זיך מיט בריסקע מימרות פון ר׳ יאשע בער פון אמעריקע?
אז דו רעדסט פון רי"ב און פון אמעריקא: מ'האט אמאהל געזאגט פאר רי"ב בן הגרי"ז אז רב פאם איז דער חפץ חיים פון אמעריקא, האט ער געזאגט: און איך בין ר"ע איגר פון דעם טעקסי...
[ציטאט אראפגענומען]
א בחור איז אמאהל אריין צום שיעור פון רא"י שלא ברשות, ווען רא"י איז אריינגעקומען האט ער איהם געהייסן ארויסגיין, האט דער בחור זיך אנגערופן: איך צאהל אויס א האלבע סעודה...
אחד העםנישט אלע ווערטלעך דא זענען עפעס מיוחס לבריסק.
וואס איך מיין צו זאגען, די הנחה אז רבי וועלוועל ובניו זענען בריסק וואס רבי חיים האט אהער געברענט איז א שטיקל טעות, רבי וועלוועל איז א אייגענע יצירה פאר זיך, סהאט כמעט נישט מיט רבי חיים.
מיר מאכט אביסל נערוועז אז רבי חיים ווערט נכלל אין דעם.
רבי חיים האט געהאט א געוויסע טוהר הנפש והשכל, ריין און קלאר, א אפענקייט און א ברייטקייט צו כמעט אלעס, דאס איז בנוסף צו די טיפקייט. און די אלע וואס זענען זיך מייחס צו רבי חיים זעלבסט, אן קיינע אמצעים, האבן דאס אויך.
רבי וועלוועלס חדר, האט דאס נישט בכלל, נאר פונקט פארקערט, זאכן זענען ביי אים געווען מסובך און פארטונקעלט, זיין נפש איז געווען פארכאמורעט און נישט ריין, פארמאכט און פארקלאפט צו כמעט אלעס, און זיינע נאכפאלגער האבן פון דעם געמאכט א תורה שלימה.
רבי חיים איז געווען א פריילעך געזונטע נאטור, בגוף ובנפש, רבי וועלוועל פונקט פארקערט.
אמת ויציב.!
ליינען דיג די ביכל פון דו טאכטער פון הרב משה סאלאווייטשוק, געט זי דאס ארויס בהרחבה, ויכידיעה איז ר' חיים געווען א מחזק לבבות נשברות אין אלע מרי נפש האבען זיך געפינען דאס פלאץ ביי אום אינדערהיים,
פארשטייט זיך אז זי טענה׳ט אז ר' משה ובניו זענען מיט דעם די אמת׳ע ממשיכי דרך בריסק לעומת די ארץ ישראלדיגע פראקציע.
אבער אלובי דאמת, די אנגעצויגנקויט אין שטרענגע בלוקן,, שטאמט ביסודו פינעם זיידען דו בית הלוי כידוע
(הנצי״ב היה רגיל לומר די חיליק צווישן אים מיטן בית הלוי בליל הסדר וכוי׳... והדברים ידועום.)
והיינו טעמי, אז ר׳חיים האט פארשטאנעו צי חסודים אין ר׳וועלוועל נישט,
ס'איז דא שארפערע אויסדרוקען פון די נקודה, ועוד חזון למועד
א נייע בחור איז אנגעקומען קיין בריסק. ער האט געהאט א תמימות'דיגער אמעריקאנער נאטור, און ער האט אלס אפגעקויפט כלשונו. צמצום כפשוטו. ויגש אליו בחור אחד צו לערנען לעקיש.
זאגט ער איהם "הנה, דער נוב"י איז דאך מגדולי הדורות און מיר האבען נישט קיין מושג אין איהם. אבער ר' חיים האט דאך עפעס מחדש געווען וואס איז נישט געווען ביז איהם. הייסט'ס אין א געוויסע זינ'ן איז ר' חיים גרעסער ווי דער נוב"י, פארשטייט זיך נישט אין אלס, אבער אין איין זאך יא, ניין?"
"יא, אזוי איז טאקע", ענטפערט יענעם.
"און דער ר' חיים האט דאך געזאגט אויף זיין יונגסטע זוהן 'הלכה כמותו בכל מקום', ער האט שטארק געשעצט זיין זון און אלס איהם איבערגעגעבען. קומט דאך אויס אז דער בריסקער רב האט אויך א מעלה איבער דער נוב"י, ניין?"
"ס'איז שווער צו זאגען, אבער למעשה אזוי איז".
"נו, דער בריסקער רב האט דאך געמאכט א ישיבה פאר זיין זון הרי"ד, אהינגעשיקט בחורים, און סומך ידים געווען אויף איהם אלס א בר סמכא אין לערנען. קומט דאך אויס אז ר' בערעל האט אויך אט די מעלה מקבל געווען, וואס אוודאי אין אלע זאכען איז דער נוב"י גרעסער, אבער פארט אין דער הינזיכט איז ר' בערעל גרעסער ווי דער נוב"י, ניין?"
יענער איז מהסס אבער נאכ'ן אריינטראכטען זאגט ער "יא, אזוי איז מסתבר".
"ר' בערעל האט אבער אריינגעשטעלט זיין זוהן הרא"י בחייו נאכצוזאגען זיין תורה, אויב אזוי איז ער אויך א בעל מעלה אין א וועג וואס דער נוב"י האט נישט געהאט, ניין?"
דא האט ער זיך אפגעשטעלט און געטראכט, אבער ווידער "יא ביסט גערעכט. הרא"י האט א מעלה העכער דער נוב"י".
"נו, איהר זענט דאך דא אין ישיבה אפאר מאנאטען, און האסט דאך איינגעזאפט פון אט די חידוש וואס ר' חיים האט אראפגעברענגט און אריבער געגעבען בן אחר בן ביז צום ראש ישיבה שליט"א. ממילא האסטו אויך עפעס וואס דער נוב"י האט נישט געהאט אין לערנען, ניין?"
"יא, בהכרח מוז מען אזוי זאגען".
ויפרץ כל העם בשחוק עד שנעו אמות הסיפים.
הגרא"י אמר - כמנהג אבותיו הק' - שבנו הגרמ"י 'זאגט בעסער'
וועגען דער חזו"א מיט בית בריסק ובפרט הגר"ח וספרו על הרמב"ם איז נאך דא אסאך צו פארציילען.
א. אין די הקדמה פון חידושי רבינו חיים הלוי על הרמב"ם שטייט "ונגע ברוב סוגיות החמורות שבש"ס". דער חזו"א האט צוגעשריבען 'אני לא מצאתי קלות'.
ב. ווען מ'שרייבט אויף הגר"ח רשכבה"ג, האט דער חזו"א צועלייגט 'חוץ מעדת תימן'. (איך האב אמאל געקלערט אז די סאטמארער אבסעסי"ע מיט תימנ'ער קומט פון זייער דרוק מצדיק צו זיין זייער מליצה אויף זייערע רבי רשכבה"ג, עפ"י דער מימרא).
ג. מ'האט פארציילט פאר ר' משה'לע (אחיו הקטן פון הרא"י שליט"א און לאנגיעריגע מגי"ש אין ישיבה) אז ווען מ'האט געפרעגט הרב שך ווער איז גרעסער בריסקער רב צו דער חזו"א (געדענק הרב שך איז געווען זייער נאנט מיט'ן בריסקער רב), האט ער גע'ענטפערט "דו פרעגסט אויפ'ן בריסקער רב? איך פרעג אויף זיין טאטע!" (כלומר אז זיין ספק איז צווישען ר' חיים און דער חזו"א. האט ר' משה'לע געזאגט "און איך קלער עס אויף מיין טאטע!"
ד. ר' בערעל האט געהאט א נאנטשאפט מיט'ן חזו"א. כידוע איז די ווייב פונ'ם חזו"א געווען אן אשה קשת רוח און צומאל האט זי פארמאכט די טיר פונ'ם דירה פאר דער וואס האט געוואלט גייען צו דער חזו"א. אין איין אזא תקופה איז הגרי"ד געקומען צו בני ברק רעדען מיט'ן חזו"א. קלאפענדיג אויפ'ן טיר האט זי גע'עפענט און גלייך געזאגט אז דער מאן נעמט נישט אויף היינט (ביים חזו"א איז נישט געווענדליך געווען קיין גבאים ביים טיר, כל הרוצה ליכנס בא). האט ער געזאגט גלייך "ניין, איך בין דא צו רעדען מיט'ן רעביצין". פארשטייט זיך האט זי איהם אריינגענומען און מ'האט געשמועס'ט אפאר מינוט. דערנאך האט זי שוין אריינגעלאזט.
[ציטאט אראפגענומען]
געהערט אביסל אנדערש. אינמיטן א שיעור האט איינער עפעס נאכגעזאגט פון רבי משה, האט זיך ר' אברהם יושע אנגערופען: "ווער, דער מיקל פון אמעריקע?" גלייך האבן זיך אסאך בחורים אויפגעהויבן און ארויסגעגיינגען לאות מחאה.
[ציטאט אראפגענומען]
שש.
די הייבסט אן 😉
קידדינג.
למעשה האט ער גוט גענטפערט.
א באוויסטע מעשה איז פארגעקומען ביי בריסקע רב'ס סדר, אז מען האט בטעות איבער געלאזט די בעיזעם, האט עס די רב געבעיטן מען זאל עס שוין ארויס טראגן שלא יאמרו אז אין בריסק איז געוועין א מנהג צי האבן א בעיזעם ביים סדר.
זייט די מעשה עד היום הזה ברעינגט מען אריין א בעיזעם צים סדר און מען טראגט עס ארויס גלייך נאך קדש.
[ציטאט אראפגענומען]
די ווארט זאגט מען שוין נאך פון פריערדיגע.
לדיוקא דמילתא - ר' שמעון איז אוועק.פון וואלאזין פאר דעם אז ר' חיים איז געווארען א ראש ישיבה דארט. ער איז נישט קיין תלמיד געווען.
דער מימרא ווי איך האב עס געהערט אלס יונגע בחור גייט אזוי - ר' חיים האט געזאגט א טיש איז א קוה ווייל ביידע האבען פיר פיס.
ר' שמעון האט זיך שטארק געדינגען צוליעב דער נפש הבהמי פון די קוה וואס דער טיש האט נישט.
דער בריסקער רב האט געזאגט 'אז דער טאטע האט געזאגט אז דער טיש איז א קוה, איז דער טיש א קוה'.
ר' ברוך בער האט מען געזען איינגעבויגען מעלקען דער טיש.
די חילוקים זענען קליין, אבער וויכטיג.
ווען ר' חיים איז געווען א אינגעל, האט איהם זיין מאמע געגעבען א טעלער קאשע צו עסן. אין מיט'ן עסן האט זי איהם געווערטעל'ט 'חיים'ל וואס איז די תירוץ' (צו די קאשע). האט ער נישט גע'ענטפערט. ביים ענדיגען עסן האט ער געזאגט 'מאמע וואו איז די קאשע'.
און דאס איז די יסוד פון די דרך הלימוד פון ר' חיים. נישט ענטפערען די קאשע, נאר איהם צו מאכען אויס!
זייער פיין, אבער למעשה ס'איז א פסוק אין נביא און רש"י אין פרשת תולדות ברענגט עס, אז א גוי וואס דאווענט אין ביהמ"ק ווערט גיכער גע'ענטפערט ווי דער איד. מסתמא ביים כותל איז דאס ענדליך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט דער מקום תפלה פון ביתי בית תפלה, נאר גלייך דערנעבען, אבער איהר קדושה איז דאך פון ביהמ"ק, דעריבער פאסט א חילוק צווישען א איד און א גוי, נישט וועגען זיין תמימות.
דאס דערמאנט מיר א שיינע באוואוסטער מעשה פון בעש"ט. א תלמיד האט זיך איבערגעשלאגן ביים בעש"ט ער זאל זוכה זיין צו גילוי אליהו. שיקט אים דער בעש"ט צו א געוויסע הייזקעלע אין א קליין דארף, אבער ער זאגט אז וויבאלד זיי זיינען ארעמעלייט בריינג מיט עסן גענוג פאר די גאנצע משפחה. גאנץ שבת זוכט ער "געווארט און געווארט און גארנישט נישט דערווארט" (כניגון יו"ט ערליך). דער בע"ש שיקט אים ווידער אזוי אפאר מאל, ביז איינמאל קומט ער אן און ער הערט פון פענצטער ווי דער אינגל פרעגט זיין מאמע "אפשר וועט אליהו הנביא בריינגען עסן די שבת אויכעט"...
ליטוואק פון בודאפעסטווען ר' חיים איז געווען א אינגעל, האט איהם זיין מאמע געגעבען א טעלער קאשע צו עסן. אין מיט'ן עסן האט זי איהם געווערטעל'ט 'חיים'ל וואס איז די תירוץ' (צו די קאשע). האט ער נישט גע'ענטפערט. ביים ענדיגען עסן האט ער געזאגט 'מאמע וואו איז די קאשע'.
און דאס איז די יסוד פון די דרך הלימוד פון ר' חיים. נישט ענטפערען די קאשע, נאר איהם צו מאכען אויס!
דאס ווערטל ווערט שוין געברענגט אין ספרים הקדושים אויף הערשל אוסטראפאליער. וועלכער איז געווען א ביסל פריער פון רבי חיים...!
זיי (די ראשונים) לייגן נאך צו. אז ווען ר'האט געענדיגט עסן די קאשע האט איהם די מאמע געפרעגט. נו...הערשאלע, זאג עפעס א תירוץ...! האט ער געענטפערט....אז ס'נישטא קיין קאשע דארף מען שוין נישט קיין תירוץ...!...!
ר' עמרם בלויא האט געוואלט נעמען חיים פאר אן איידעם. האט איהם דער בריסקער רב געפרעגט "און ווער וועט פסקנ'ען אויפ'ן גט?"
הייסט'ס, פאר דער וואס וויל מ'זאל איהם מסביר זיין, דאס איז איינמאל זיכער אז ס'וועט זיך נישט האלטען. דער שאלה וועט זיין צו מ'גייט מאכען א קליווע גט מעשה מיט איהם
א ברייט באקאנטע מעשה אינ'ם עולם הישיבות. איך ווייס נישט צו ס'איז שוין אריבער דער גרעניץ.
הרב אברהם יהושע האט אמאל געזען א בחור אין גאס בין הזמנים גייענדיג קורצע הויזען. דער בחור האט זיך שטארק געשעמט און ער איז נישט געגאנגען צו חומש שיעור א שטיק צייט. ענדליך איז ער יא געגאנגען און רא"י האט איהם באמערקט.
ויפתח במשל את פיו "ביי א טייל בחורים, לערנען זיי אין מיט'ן זמן צוועלף שעה א טאג. בין הזמנים לאזט מען זיך נאך און מ'לערנט נאר זעקס. א צווייטע בחור לערנט אכט שעה א טאג, דעריבער בין הזמנים לערנט ער נאר פיהר. און אן אנדערע בחור גייט הויזען אין מיט'ן זמן, לכן בין הזמנים גייט ער האלבע הויזען!"
הייסט'ס דער גאנצע 'זמן' ביי יענער באשטייט פון דעם אז ער גייט הויזען ותו לא מידי.
ליטוואק פון בודאפעסטזייער פיין, אבער למעשה ס'איז א פסוק אין נביא און רש"י אין פרשת תולדות ברענגט עס, אז א גוי וואס דאווענט אין ביהמ"ק ווערט גיכער גע'ענטפערט ווי דער איד. מסתמא ביים כותל איז דאס ענדליך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט דער מקום תפלה פון ביתי בית תפלה, נאר גלייך דערנעבען, אבער איהר קדושה איז דאך פון ביהמ"ק, דעריבער פאסט א חילוק צווישען א איד און א גוי, נישט וועגען זיין תמימות.
פארפאלן: א ליטוואק בלייבט ליטוואק. אפילו ער איז משתוקק צו גיין צו א רעבישע טיש. ער קען נישט גלייבן א מעשה און א מוסר השכל דערפון באמונה פשוטה... אן חקירות און צווייפלענישן און קשיות...! פון דאנעט זעט מען עס...!
דאס וואס איז 'באקאנט' איז א שקר גמור. די בריסקער הערען איין מאל ותו לא. ווען איך האב געלערנט ביי רא"י, געדענק איך ווי א גאנצע קיפקע פון אמעריקאנער תמימים זענען געלאפען נאכ'ן ליינען צו כאפען פרשת זכור ביי ר' יענק'ל שיפ'ס מנין אונטער זכרון משה. רא"י איז ארויסגעקומען פון ישיבה און אהיימשפאצירט מיט זיין קינדער און פלוצלונג זעט ער א גאנצע סטאדע בחורים קומען ארויס פון יענער מנין. איך בין געקומען פון די אנדערע זייט גאס און איך געדענק נאך ווי היינט ווי ער האט הויך געלאכט און געשפעט אין דאס ארומלויפען איבערהערען פרשת זכור.
לציין, טאמער ס'איז דא איין פלאץ אין דער וועלט ווי מ'איז אפשר נישט יוצא פרשת זכור, איז עס בריסק. דער ראש ישיבה איז עולה מפטיר און ער זאגט מיט הויך. תרי קלי לא משתמעי
און דאס איז יעצט באשטעטיגט פון הרב יב הלוי סאלאווייציק
ווייטע קרובים
[ציטאט אראפגענומען]
א"כ. לפי"ז ביניך אויך א שטיקל בריסקער. ווייל ביי מיר איז אויך די קושיא מעיקרא ליתא. נאר די שאלה איז אויב אין א"י נעמט מען מעדיקעיד. ווייל א סאך בריסקע חסידים קענען נוצן די או.סי./די.סי. טעראפי. און צאלן פון די קעשענע איז א ביסל א שווערע זאך...!
[ציטאט אראפגענומען]
זינט די גרינדונג פון ק"ש איז פארהאן אסאך וואס זאגן דעם סלאגאן....
מ'דערציילט אויף רבי חיים בריסקער, אז ווען איינער האט געוואלט קומען לערנען ביי אים אין ישיבה, האט ער יענעם געפרעגט די פאלגענדע שאלה, וועלנדיג זען צו יענער איז א כלי קיבול וואס איז ראוי לעבור על מפתן בית מדרשו:
חז"ל זאגן אז א מענטש קען נישט לעבן אן עסן דריי טעג און א ציה, און אן שלאפן דריי טעג אין א ציה. וואס טוט מען אויב א מענטש האלט יעצט א מינוט פאר ס'גייט זיך ענדיגן דריי טעג, וואס ער האט נישט געגעסן און נישט געשלאפן. ער האט יעצט נאר צייט אדער צו עסן אדער צו שלאפן, ביידע קען ער שוין נישט אספיען. אויב שלאפט ער, קומט אויס אז ער האט געהונגערט מער פון דריי טעג און ער גייט שטארבן, אויב עסט ער האט ער נישט געשלאפן פאר גאנצע דריי טעג און ער גייט ווייטער שטארבן.
וואס זאל דער מענטש טון צו בלייבן לעבן?!
[ציטאט אראפגענומען]
@שש,וואו איז די חז"ל אז מ'קען נישט לעבען אן דריי טעג עסן, ביי מיר שטייט זיבן טעג.
[ציטאט אראפגענומען]
ואכן נאים הדברים למי שאמרם...
ירח בן יומווואו איז די חז"ל אז מ'קען נישט לעבען אן דריי טעג עסן, ביי מיר שטייט זיבן טעג.
ערגעץ אין גמ' ווערט געברענגט אז ווען א מענטש פאלט אריין אין א ברונעם איז ביז 3 טאג דארף מען חושש זיין אז דער מענטש לעבט, און מ'נעמט עס פון דעם אז אסתר האט געהייסן פאסטן די אידן 3 טאג,
יבמות קכא:, קוק דארט די קשיא און די תירוץ, וועסטו שוין אלס וויסען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אז מ'שטארבט נאכן נישט עסן/שלאפן דריי טעג מיינט דאס נישט אז ביז א מינוט בעפאר איז מען געזונט אז מ'זאל האבן כח און דעת צו שפעקולירן צו מ'זאל עסן אדער שלאפן. ס'קוקט אויס אז אין בריסק האט מען אנגענומען אז ביים סוף פון די דריי טעג פאלט פלוצים אראפ פון הימל אזא חלות/חפצא פון שטארבעניש.
ניין שאלה איז פאר דעם פירסט רעספאנדער וואס ער זאל טוהן קודם...
געוואלדיגניין שאלה איז פאר דעם פירסט רעספאנדער וואס ער זאל טוהן קודם...
אויב אזוי קען מען סיי איינשלעפן און סיי געבן איי-ווי.
ירח בן יומווואו איז די חז"ל אז מ'קען נישט לעבען אן דריי טעג עסן, ביי מיר שטייט זיבן טעג.
אי משום הא, קענסטו אויסשטעלן די שאלה א מענטש וואס האלט נאך 7 טעג נישט עסן און 3 טעג נישט שלאפן.
יעצט שטימט שוין די קשיא וואס איז מעיקרא ליתא?....
איך האב פונקט נעכט'ן געזען. אינ'ם ספר 'אעלה בתמר' די מעשה'ס וואס הרב שטיינמאן האט פארציילט, שטייט אזא מעשה.
ר' שמחה זעליג ריגער, מו"צ אין בריסק, האט נישט מקבל געווען עדות פון חסידים מפני מעשה שהיה. איין מאל האבען צוויי חסידים מעיד געווען אויף איינעם אז ער האט מזנה געווען. צום סוף האט זיך אויסגעלאזט אז ס'איז א גענצליכע שקר, אן קיין שום מקור. ווען ער האט זיי אנגעפרעגט היתכן מ'טוט אזא מעשה, האבען זיי געענפערט "יענער האט גערעדט קעגען אונזער רבי, און ס'שטייט אין פסוק 'שלח ידיו בשלומיו חלל בריתו', הייסט'ס דער וואס שיקט א האנט אינ'ם צדיק האט מחלל געווען דער אות ברית קודש''.
פון דעמאלס האט ר' שמחה זעליג שוין נישט אנגענומען קיין עדות פון חסידים.
איך האב געדענקט אז ר' שמחה זעליג האט נישט גענומען קיין עדים חסידים זאגענדיג "א מענטש וואס ווייסט וואס איז אמת און וואס איז שקר, קען מען זיך פארלאזען אז ער וועט וויילען די אמת. אבער זיי ווייסען דאך ניט קיין חילוק, זיי מיינען אז ס'איז גאר אמת, ממילא קען מען זיי ניט טרויען".
ר' שמחה זעליג איז געווען א גרויסער מקיל, היו אומרים, יעדע ספק איז אטאמאטיש א ספק ספיקא, ספק רש"ז וועט עס מתיר זיין...
ר' אברהם יושע זאגט אז די שעדליכסטע פלאץ אין די וועלט איז רחוב מלכי ישראל צוליב דעם וואס ביי די מעמד הקריעה האבן זיך פארזאמעלט איבער הונדרעט טויזענט אידן, אהיים צו די ווייבער און קינדער זענען נישט מער ווי קנאפע צוויי טויזענט.
אלס לוויים האבן זיי עפעס דאגות אז מען טאר נישט אוועקגיין אלס שמירת המקדש, ניין?
דער מנחת יצחק איז געפארען ביז קרעניץ אויף די בעדער?! נישט מסתבר.
איך האב געהערט די מעשה פון שווייץ ווען א גאליציאנער חסיד איז געווען דארט וכו'. ס'איז זייער נישט מסתבר אויפ'ן מנחת יצחק. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז דער מנחת יצחק זאל זיין אזא טיפ דערציילען אזעלכע מעשה'ס. ער איז נישט געווען קיין 'היימישע', זייענדיג פון די אשכנזיש'ע חדר מער ווי די חסידיש'ע און ער האט נישט געשמ'ט אלס א שמועס'ער א פריינטליכער אזוי ווי דער היינטיגע אויבערלענדער אונגארישע רב פון די עדה חרדית.
[ציטאט אראפגענומען]
עיין אבות (פ"ב מ"ה) אין בור ירא חטא ולא עם הארץ חסיד וכו' ופי הרע"ב שם שבור ריק מכל דבר ואפילו בטיב משא ומתן אינו יודע והוא גרוע מעם הארץ וכו' ולא עם הארץ חסיד אבל ירא חטא אפשר שיהיה, שהרי הוא בקי בטיב משא ומתן וכו'. וע"ע אבות (פ"ה מ"ז) שבעה דברים בגולם וכו' ובפי' המשניות להרמב"ם שם, וז"ל: אמנם בור הוא איש אשר אין לו לא מעלות שכליות ולא מעלות המדות ר״ל לא חכמה ולא מוסר ואין לו ג״כ קנין הדעות כאילו הוא ערום מן הטוב ומן הרע וכו' ועם הארץ הוא איש שיש לו מעלות המדות וכו'....
ליטוואק פון בודאפעסטדער מנחת יצחק איז געפארען ביז קרעניץ אויף די בעדער?! נישט מסתבר.
איך האב געהערט די מעשה פון שווייץ ווען א גאליציאנער חסיד איז געווען דארט וכו'. ס'איז זייער נישט מסתבר אויפ'ן מנחת יצחק. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז דער מנחת יצחק זאל זיין אזא טיפ דערציילען אזעלכע מעשה'ס. ער איז נישט געווען קיין 'היימישע', זייענדיג פון די אשכנזיש'ע חדר מער ווי די חסידיש'ע און ער האט נישט געשמ'ט אלס א שמועס'ער א פריינטליכער אזוי ווי דער היינטיגע אויבערלענדער אונגארישע רב פון די עדה חרדית.
The story was indeed with Reb Naftoli Halberstam who calls himself Tchakever Rov who serves as a Rabbi at the Kashruth department of the Eda Hachraidis
ר'
משה האלבעשטאם איז געווען אויף די כשרות, נישט ר' נפתלי דער טשאקעווער.
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7%A4%D7%AA%D7%9C%D7%99_%D7%94%D7%9C%D7%91%D7%A8%D7%A9%D7%98%D7%90%D7%9D">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%90%D7%9D</a>
גערעכט