☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » 10,000סטע לייק פאר אנאנים

10,000סטע לייק פאר אנאנים

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10449

כוכב » דאנערשטאג מאי 5, 2016 7:56 pm

· #331872
10,000סטע לייק פאר אנאנים
@אנאנים שטייט געציילטע טריט אוועק פון עררייכן צען טויזנט לייקס וואס איז בעצם נאך א רינגעלע אין זיין לאנגע היסטאריע פון ברעכן היסטאריע אויף קאווע שטיבל, ווייל אנאנים איז דער גרעסטער לייק היסטאריע ברעכער פון קאווע שטיבל, וואס שמעקעדיג האט באוויזן אין פיר יאר, האט ער געמאכט אין א קארגע יאר. איך מיט מיינע אלע פראיעקטן הגם איך נעם אויף א שיינע פאר זיצן אויף די אויבן אן פון די לייקס ראנגען ליסטע, קום איך נאך אלץ נישט צו צו האלב פון זיינע לייקס.

די גורמים זענען פילע, אבער איך וויל נישט דא רעדן פון אנאנים'ס פענע וואס גיסט גאלד נישט טינט, וואס דערפאר איז פשוט אז אויטאמאטיש איז ער ווי א מאגנעט צו לייקס, ווייל דער עולם וויל ארויסווייזן הכרת הטוב. איך וויל בעיקר רעדן פון א פארבארגענעם טייל פון אנאנים, אלס א חד בדרא אלס מארקעטער און פראמאוטער, זינט טראמפ מיין איך קען מען זאגן מיט א קלארקייט, איז נאכנישט אראפגעקומען אויף דער וועלט און קיין מוטער-טעמבוך האט נאכנישט געטראגן אזא שארפן און און געלונגענעם פראמאוטער ווי אנאנים.
איך בין זיכער אז אין צענדליגער יארן ארום וועט מען אין די גאנצע ביזנעס וועלט און אין אלע עקאנאמישע שולעס שטודירן די ביזנעס-מאדעל וואס אנאנים האט אויפגעבויעט, וויאזוי צו גרייכן אטענשאן פאר זיינע ארטיקלען און לייקס פאר זיין נאמען. בקיצור די ערשטע וואס האט מיר אביסל געטשעלנזשט וויאזוי צו הייבן אויגן ברעמען, זיצן אויפ'ן אויבערשטן שטייסל, שלעפן אינטערעסע וכו' וכו'ף איז געווען אנאנים.

1. קודם איז ער דער מחדש פון צוטיילן זיינע תגובות, וואס איז אן ערשטקלאסיגער מארקעטינג טאקטיק וואס איז אפילו "מיר" נישט איינגעפאלן. סאיז א קלייניגקייט, אבער ווייטגרייכנד, ווייל איינמאל ניינציג לייקס איז נאך אלץ ווייניגער ווי פיר מאל פערציג, און דאס האט אנאנים עומד געווען בדעתו הרחבה והמלאה באלד פונעם ערשטן טאג.

2. דערנאך איז ער דער מחדש פון בויען סענזאציע און ערווארטונג, ער וועט עפענען א גאנצן אשכול בלויז צו מעלדן אז אן אשכול קומט, ווער געדענקט נאך אנאנים'ס ערשטע אשכול ראה את הברכה אשר אני נותן מיט א ליסטע פון ארטיקלען וואס ער קען שרייבן און ער גייט שרייבן און ער וויל שרייבן בתנאי אז דער ציבור וועט לייקן מיט א פעסטקייט, אזוי ציעט ער אינטערעסע צו זיינע זאכן, און דערנאך פארדינט ער אינאיינוועגס נאך א דרייסיג לייקס.

3. נאך א קונסט פון אנאנים, אז ער איז א גאון מיט מיט זיינע פראמאושענס אין פנינים שזורים וואס די חכמה דערפון איז פארשידנערליי ואכמ"ל נאר אויפ'ן שפיץ גאפל: אזוי נעמט ער זיך עטליכע מאל די געלעגנהייט צו "דערמאנען" דעם עולם איבער זיין נייעם אשכול; אזוי מאכט ער זיכער זיין נאמען פיגורירט כאטש פיר פינף מאל ביי אקטיווע אשכולות צו יעדער צייט; און געוויס קומט זיך אים נאך א לייק פאר'ן נעמען די "טירחא" פון דערמאנען און אנצייגן דעם עולם צו זיין נייעם אשכול בבחינת הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו. אזוי וואקסן און יערן זיך די לייקס ווי זויער טייג אלס העכער און העכער.

4. אנאנים האט אויך אויסגעראטן, צענישט געמאכט, צעווארפן, אויסגעריסן, אור-אלטע סטיגמעס איינגעגעסן, איינגעווארצלט, איינגעפרעגעלט, מימים ימימה אין קאווע שטיבל. געווען צייטן וואס מ'האט נעבעך געמיינט אז מ'טאר נישט זיין קיין תובע בפה, אלס חשש פון בני ט' מדות. מאנכע האבן דאס אנגענומען אזוי הארב ווי טרינקען בלויע מילך, אדער אריינגיין איןן בעט מיט שיך ביי מיין מאמען. אנדערע אבער האבן זיך פרובירט מורה היתר זיין, הרבה עשו כאנאנים אבער ולא עלתה בידם. איך געדענק נאך אין מיינע ערשטע צייטן ווי מיט א פאררויטלט געזיכט פרובירט אפצומאנען א לייק, אבער ס'האט געארבעט ווי טויטע באנקעס און ווי גיסן בליי.

אבער עס איז אנדערע צייטן, אנאנים ווינטן בלאזן אין דער לופטן, עס איז די אנאנים עפאכע, און בעטן א לייק אין אישי איז העכסט נארמאל עטיש און מאראליש, ווער עס זאגט אנדערש דער איז פון די צוריקגעשטאנענע וואס האבן נאך א פראבלעם מיט גענדער מעריזשעס. דערוואגן זאל זיך איינער נישט לייקן א אנאנים אשכול, וועט ער איינשפאנען גאנץ אישי און מיט א פנים ווי א תם און א שטויס ווי א מועד, מיט א באבובער איידעלער חן וואס נישטאמאל חסיד45 פון צימעס קען אהערשטעלן, וועט ער איינמאנען זיין לייק, און ווען די שטייער מאנער שטייען ביים טיר צאלט מען עיסקא, די איי.ער.עס. נעמט פראצענט, און דעמאלט וועט מען שוין דארפן צאלן מיט א שמוץ אריבער.

5. נאך אזאך וואס אנאנים שטעלט מיר אין שאטן איז אין פראדאקטיוויטי, דער עולם ווייסטאך אז כוכב איז זייער געשיקט און דעטוירמענט, און קען ערלעדיגן מיליאנען זאכן אויף איינמאל און אלץ עפשיענט און שנעל, אומר ושותה מדבר ומקיים,(לאמיך שוין אריינכאפן נאך אפאר זעלבסט שבחים אין מיין ריכטונג אזוי בדרך אגב), כוכב איז אן עקשן עצום, וועט קיינמאל נישט אפטרעטן, וועט אלעמאל אויספירן וואס ער וויל, וועט מיט יעדן טרעפן א שפראך אים צו מאכן זינגען דעם ניגון וואס ער וויל, איז אבסעסירט מיט זיינע זאכן און טרעפט אלעמאל דעם וועג צו דעליווערן, אבער דאס אלעס קומט ביז אנאנים. איינמאל מ'זאגט דאס ווארט אנאנים ווער איז צענישט, כחלום יעוף, איך צעגיי ווי א זייפן בלאז, ווייל פאר אנאנים פאק איך אייך (מלשון פאקן פעקלעך, נישט די אנדערע אן די פינטל).
אנאנים קען זאגן אזוי א האלבע ווארט אז אן אשכול קומט, און ביז מ'געט זיך איין קראץ אהער און אהין, האלט ער שוין ביי פופציג קאפיטלען בלי גוזמא! און אלעס שיין מסודר און מוגה, מיט בילדער און דאקומענטן, קעפלעך און קאפיטלען, פארשידענע מיני פאנטס און סייזעס, באלד און אייטאליק, אן אריינפיר אן ארויספיר, בקיצור, א תורה מפוארה בכלי מפואר!
(ליגעל דיסקלעימער: תמב"מ איז א רעזשיסטערד טרעידמארק פון "עוז והדר", כוכב איז אויף קיין פאל נישט אפיליאירט מיט עו"ה, אדאנק).

דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אנאנים איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אנאנים איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אנאנים, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אנאנים אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אז אנאנים גרייט זיך צו ערהאלטן זיין צען טויזנטסטע לייק, איז עס נישט קיין קלייניגקייט, און מ'דארף באמת אינאכט נעמען ווערט גייט זיין די לאקי וואן אפצוגעבן די צען טויזנטסטע לייק, איך וואלט געזאגט מ'זאל פארקויפן די זכות, (דער עולם ווייסטעך שוין, פארשוויגען האט מגלה געווען אז דער עולם דא איז אויף וועיזשעס, קאווע שטיבל איז א מאני מעקינג מאשין, די מנהלים באדן זיך אין געלט און יעדער גבאי אחראי איז אויף א פעסטן סיקס דיזשיט פעי ראל, ואני אנו אני בא, איך בין זשעלעס פונעם עולם וואס ווערט דא עשירים אזוי אונטער מיינע נאז לעכער, טריי איך אויך צו לייזן אן איזי באק, פליז אנדערסטענד) איז דעריבער שריי איך אויס ביים באלעמער מיט א סקוויקי קול פון אן אומגעלונגענעם שמש, מיט די טלית אויפ'ן פלייצע און מיט די אויגן געוואנדן צום עושר אין שול וואס קויפט און צאלט נישט: "צען טויזנט די מצות!"

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:01 pm

· #331873
כוכב
דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אנאנים איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אנאנים איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אנאנים, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אנאנים אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אשפגת״י!

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:22 pm

· #331875
ואנאנים מה לשון אומר? 'כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען'...


בדרך אגב, האסט פארגעסן וועגן די תגובות שנתארכו לכדי אשכול מיוחד...

פליקער » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:31 pm

· #331877
Re: 10,000סטע לייק פאר אנאנים
יא אנאנים איז איז פיינע נייעס, איך פלאץ אויך.

Sent from my VS987 using Tapatalk

זבולון » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:32 pm

· #331878
עס איז שוין לאחר מעשה.
יעצט לאמיר הערן פון @אנאנים, וואס איז די פיהלינג פון אריבער גיין צו פינעוו דיזשיטס לייקס.
גייט אן דערין דעם כלל פון מי שיש לו מנה רוצה מאתיים?
נאך א שאלה, וויפיל פיקטיווע ניקס האסטו אויפגעהאלטן?

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:49 pm

· #331883
Re: 10,000סטע לייק פאר אנאנים
אנאנים, כ'הער אז ד'האסט געקענסלט די שיפמענט פון לייקס פון טשיינע.

קענסטעס באשטעטיגן?

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:57 pm

· #331887
Re: 10,000סטע לייק פאר אנאנים
@כוכב אז די ווייסט שוין יא די סוד איז פארוואס האסטו נישט צעטיילט די אשכול און אפאר תגובות?

הוגה » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:02 pm

· #331890
נו! ליצנות פון א ת"ח און נאך א שוכן עפר דערצו? כוכב, עי וואן! אנאנים, זייער גרעיספול אויפגענומען מיט א שטארקע קאמבעק. מזל טוב צום גרויסע דערגרייכונג.

אגב, כ'האב מיך פונקט געוואונדערט היינט, איך האב אפגעשריבן א לענגס און א ברייטס, העכער צוואנציג טויזנט קערעקטארס. אנאנים שרייבט מיר א שיינע תגובה אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און ער באקומט א לייק אויף יענע תגובה. איר הערט א מעשה? יענער קומט אריין אין מיין אשכול, מיר לייקט ער נישט אבער אנאנים'ן לייקט ער פארן הנאה האבן פון מיין ארטיקל. דער אנאנים האט עפעס הימלישע כוחות. 😃


.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:12 pm

· #331893
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
קיין ספוק עטץ קעשט אריין די לייקס ערגעץ ווי

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:24 pm

· #331895
Re: 10,000סטע לייק פאר אנאנים
איך בין נישט קיין שרייבער און איך בין נישט א מענטש וואס קען ארויס ברעינגען מיינע הרגשים אבער בקיצור נמרץ אנאנים האט זיך ערליך פארדינט איעדע לייק קיפ איט אפ.

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:31 pm

· #331897
שוין געקומען די צייט,
שיינע פירות מ'שניידט,
מיר האבן דא פיל גרויסע לייט,
שוין אסאך חכמים דא געהאט,
זיי אלע האלטן נאך היבש ווייט,
רעכענענדיג די תוכן און פארמאט.

שש איז א טרעידמארק אין שטיבל,
שיין אויסגעלייגט יעדעס בריוו'ל,
מיט שנעלע טריט און שטארקע שטיוול,
שיקט ער זיינע סחורה ארויס פון גריב'ל,
זייענדיג קערענדלעך אנע איבעל,
רעבע'ס ציטערן פאר זיין אריגענעלע צוויבל.

שמן
ששון
מחבריך
שקבלת,
זכיתם
רבינו כי שאלת...

שיינע
שרייבער,
מורא'דיג
שיין
זיינע
רעיונות.

בן אדם » דאנערשטאג מאי 5, 2016 10:44 pm

· #331910
אשפגת"י במאוד מאוד, הן מהכוכב הגדול הזה והן מאנאנים שלנו - בעל הליקוטי"ם

גר ותושב » פרייטאג מאי 6, 2016 10:00 am

· #331950
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
מען דארף טוישן די קעפל צו 10,000סטע טענק איך זעי אז עס הייסט שוין נישט לייקס עס הייסט טענקס

כוכב » פרייטאג מאי 6, 2016 10:35 am

· #331953
קינד_אן_קייט
כוכב
דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אנאנים איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אנאנים איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אנאנים, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אנאנים אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אשפגת״י!


לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

קל וחומר » פרייטאג מאי 6, 2016 11:21 am

· #331963
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
דע עולם אשפגת"י'ט אינגרויסן, און איך האב קיין מושג וואס דאס מיינט.

כ'האב פרובירט אויפקומען מיט עפעס אזוי א'יך ש'טארב פ'אר ג'עלעכטער ת'ענק י'ו.

קען איינער אזוי גוט זיין און ארויסגעבן ס'קאוד ביטע?

תודה מראש.

כוכב » פרייטאג מאי 6, 2016 11:25 am

· #331964
איך שיס פאר געלעכטער, ומקורו מאייוועלט.
א ניק וואס אשפגט מיינט ער איז שוין דא דורי דורות (לפעמים נתעבר באמבטי, או נתגלגל, או דיבוק נכנס בו, דא הוא רזא דאשפגתתא, בהאי שטיבליא.)

קינד_אן_קייט » פרייטאג מאי 6, 2016 11:37 am

· #331967
כוכב
לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

מ׳דערציילט נאך אזא מעשה אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.

כך שמעתי בנעורי. (ואולי כבר נמצא אנקדוטה זו בתוך נבכי השטיבל, ואם לאו, יש להוסיפו ל״שונות ומשונות לבית בריסק״ כראוי לדמותו של נושא אשכול זו - ה״ה מחברו שם).

בן אדם » פרייטאג מאי 6, 2016 11:53 am

· #331969
(אגב, איך האב עס געהערט אויף ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל, אבער ס'נישט קיין סתירה וכו' וכו' והוא רחום יכפר וכו' ע"כ)

יהושע חיים » פרייטאג מאי 6, 2016 12:21 pm

· #331970
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
קינד_אן_קייט
כוכב
לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

מ׳דערציילט נאך אזא מעשה אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.

כך שמעתי בנעורי. (ואולי כבר נמצא אנקדוטה זו בתוך נבכי השטיבל, ואם לאו, יש להוסיפו ל״שונות ומשונות לבית בריסק״ כראוי לדמותו של נושא אשכול זו - ה״ה מחברו שם).

האט זיך אנגעריפן איינער פון די אנוועזנדע "מתוך שלא לשמה בא לשמה"

רושם » פרייטאג מאי 6, 2016 1:02 pm

· #331977
כוכב
קינד_אן_קייט
כוכב
דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אנאנים איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אנאנים איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אנאנים, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אנאנים אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אשפגת״י!


לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

מיינסט אוודאי שרולי/אביגיל
איך גלייב נישט ער האט שוין פארגעסן אזא פאפעלערער שטיקעל גמרא.

נ.ב. נישט שיין אונטער צורייצען דעם המון עם דא.

כוכב » פרייטאג מאי 6, 2016 1:40 pm

· #331982
ניין, נישט אביגיל. און זיי מיר מוחל, קיינער ווערט נישט אנגערייצט.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 6, 2016 2:44 pm

· #331997
כוכב
איך שיס פאר געלעכטער, ומקורו מאייוועלט.

????

מונח בזכרוני אז ס'איז פון ליבי פאלאק,
קוק דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/480">viewtopic.php?f=4&t=480</a><!-- l -->

שלי שלך » פרייטאג יוני 3, 2016 3:09 pm

· #336321
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
וויפיל איז די מערסטע לייקס וואס שש האט נאר אמאל באקומען פאר א תגובה?

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2016 3:19 pm

· #336331
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
.

שלי שלך » פרייטאג יוני 3, 2016 3:23 pm

· #336334
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
איך וואלט דיך ווען געגעבן די איינע לייק אז די זאלסט אנקומען צו זיבעציג אבער וואס זאל איך טון אז מ'קען נישט לייקן צוויי מאל..

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk

מר. קלונימוס » פרייטאג יוני 3, 2016 3:28 pm

· #336337
איך האב עס ערגענצט. יעצט איז עס שבעים ואחד חסר אחת...

גאנצל » מאנטאג יוני 6, 2016 1:13 pm

· #336782
ליכא דלא רמיזא באוריתא

מ'האב מיר די וואך געליינט אין די קריאה

ומאה מכם 'רבבה' ירדופו


----------------

שש איך ווייס באמת נישט פון ווי דו שעפסט די כוחות און געדולד צו שרייבן אזעלכע שיינע און רייכע ארטיקלען אויף אזא שיינע מסורדיגע מקבלין על המוח והלב'דיגן אופן

באט איטס אלל אווער פלעזשור

לייק * 10000

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 11, 2016 9:58 am

· #341378
מזל טוב, כן ירבו....
א דאנק פארן מהנה זיין כסדר!

כוכב » מאנטאג יולי 11, 2016 10:23 am

· #341381
אויס מורא פון עין הרע, נעם איך זיך אונטער וגדר גדרתי בעדי נישט צו לייקן שש פאר די קומענדיגע דרייסיג טעג וידינו לא שפכו את הדם הזה.

גר ותושב » מאנטאג יולי 11, 2016 10:55 am

· #341386
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
איך מיין אז דאס איז די ערשטע תגובה פון שש וואס האט אפילו נישט איין לייק.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/341301">viewtopic.php?p=341301#p341301</a><!-- l -->

א איד » מאנטאג יולי 11, 2016 12:33 pm

· #341395
Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר
איינער האט געמוזט געבן א לייק דארט, פרעג פארוואס.
אבער די אמת'ע סיבה פארוואס עס האט נישט קיין לייק איז ווייל דער עולם האט געטוהן למעשה, און געלייקט דער וועקער נאכדעם.

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:19 pm

· #346008
[ציטאט אראפגענומען]

שש קענסט שוין פיקסן דעי ליין ''ובגדול"

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:31 pm

· #346029
[ציטאט אראפגענומען]


דער איינציגער וואס שרעקט זיך דערפון איז שמעקעדיג

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:37 pm

· #346031
דו קענסט נישט שמעקעדיג...

בן אדם » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 10:29 am

· #351712
[ציטאט אראפגענומען]

!Wow אזא עניוות, נישט די לייקס רוקט זיך שנעל, נאר די 'צייט' גאר!

פארבינדן » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 4:17 pm

· #353685
14000וועקער/אסיף

פארבינדן » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 4:27 pm

· #353687
איך בין אקטיוו און לייענן ווייל שרייבן קען איך א פייג אין איך האב זייער הנאה פון דיר

נאכאמאל 👍

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 4:58 pm

· #353691
[ציטאט אראפגענומען]

שש האסט אמאל געשריבן זה שמי לעולם איך האף האסט נישט געטוישט דיין מיינד....

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 6:18 pm

· #353700
איך האב אויסגערעכענט וויפל לייקס אונזער באליבטער @אנאנים האט באקימען פארן אסיף אליינס , דערווייל בעפאר די אסיף איז בכלל ארויסגעקימען. די סכום קימט אויס דעם שיינעם סכום פון 260 לייקס !!! Wow!
ממנו ילמדו וכן יעשו