☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

163 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9555
בלאט: 1 2 3 4

אוהב שלום » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:30 pm

· #302193
יא איך בין דארט געווען ס'איז געווען א מוראדיגע שיינע דרשה, און צום סוף האט ער גערעדט זייער שארף וועגן אינטערנעט, דערנאך האט ער געזאגט אז אפי' איינער וואס האט נישט קיין אינטערנעט דארף גרויס רחמי שמים מיט די וואטסעפ.

הייסע חסיד » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 1:11 pm

· #302961

אוהב שלום » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 9:35 am

· #303710
ישר כח, הייסע חסיד פאר די ווידיאו.

איך בין געווען דארט די יאר ביי די הקפות און נעילת החג, מהאט נישט געקענט אריינשטעקן נאדל דארט.

פאר אפאר יאר צוריק ווען ער האט געהאט די טראסק מיט די ישיבה, האט איך נישט געחלומט אז ער וועט אזוי שנעל גרויס ווערען.

הייסע חסיד » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 9:41 am

· #303712
ס'איז כדי אריינצוגיין כאפן א בליק שמחת תורה צופרי 11:00 ווען רוב ווילאמסבורג שלאפט נאך, טאנצט מען שוין אין וויען די ערשטע הקפה, קיע"ה אזא עולם, פילע פארענטשעס.

מ'שטעלט זיך דאווענען 8:30 און אויף 4:00 איז מען פערטיג.

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 9:52 am

· #303717
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
אין אלע שולען חוץ סאטמער הייבט מען אן טאנצען בערך עלעף אזייגער

הייסע חסיד » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 10:05 am

· #303718
וועלכע אלע?

איך דא פון א גרויסע ביהמ"ד פון אפאר הונדערט אידן.

כוועל דיר זאגן דעם אמת, כ'בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין אנדערע הקפות, סאו איך ווייס נישט.... צווייטנס איך מיין אז שמחת תורה באשטייט רוב וויליאמסבורג פון סאטמאר...(???)

הייסע חסיד » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 10:47 am

· #303721
-

אוהב שלום » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 10:49 am

· #303723
דו פרעגסט? אדער זאגסט?

הייסע חסיד » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 10:52 am

· #303724
איך זאג וואס איך טראכט, און איך פרעג אויב איינער האלט אנדערש..

אוהב שלום » פרייטאג אקטאבער 9, 2015 11:13 am

· #303729
מאך דעם חשבון.

אין פאפא איז דא בערך 500 מענטשן, וויען 200 - 300, אלע ספינקא'ס צוזאמען אן ערך פון 300 - 400, יאוואזנא בין איך נאך נישט געווען, אבער מען קען עס צוזאמרעכענען מיט סאטמער, אלע וויזניץ (אין וומס"ב, די וואס זענען נישט געפארן צו זייער רבי'ן) לאמיר זאגן 200, צאנז קלוינבורג 50, אין ווער נאך?
אלע קליינע בתי מדרשים'לעך לאמיר זאגן קומט אויס 2000.

סאו פאר האלטן מיר ביי אן ערך פון 3500 מענטשן, ניטאמאל האלב פון סאטמער, (ביידע צוזאמען).

(נומערן זענען מעגליך נישט ריכטיג ווער ס'קען ארויסהעלפן, זאל זיך נישט שעמען.)

הייסע חסיד » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 1:53 pm

· #304061
קודם איך וואלט געשאצט אז סאיז דא סך מער מענטשן אין וויען, קען זיין ווייל איך האב א נגיעה, אבער מיט דעם אלעם..

אן אינטערעסאנטע באמערקונג, אזוי ווי די קהילה וואקסט ב"ה אויף א שיינעם אופן, פארשטייט זיך אז מען דארף יעדעס יאר צוקויפען נאך פארענטשעס, איז אינטערעסאנט אז די רב האלט מיט אלעס וואס טוטזעך און ער לאזט נישט מאכן מער פון פיר שטאק (א זאך וואס ספעלט זיך זייער אויס פאר אזא גרויסער וואקסנדער עולם, און פארשטייט זיך אז די פיקטשער וואלט אודאי בעסער אויסגעזעהן אזוי) ווייל מ'קען אריינקוקען צו די ווייבער שוהל פון אקעגן איבער, וואס זיי האבן דארט פארענטשעס ביזן דאך.

אוהב שלום » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:40 am

· #304213
הייסע חסיד
קודם איך וואלט געשאצט אז סאיז דא סך מער מענטשן אין וויען, קען זיין ווייל איך האב א נגיעה, אבער מיט דעם אלעם..


דאס איז מיט וויען, איינער האט א הגה איבער איינע פון די אנדערע חשובע קהילות אין וומסב"ג?

מילך טראק » מוצ"ש פעברואר 10, 2024 7:50 pm

· #549043
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
אינטרעסאנט וויען איז זייער א בעלבתישע קהילה, זייער רב איז אייביג פארנומען מיט סמארט פואנס אין צניעות, דאך זענען די אינגעלייט אזוי מקושר צו אים

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש פעברואר 10, 2024 9:09 pm

· #549047
Re:
הייסע חסיד #
קודם איך וואלט געשאצט אז סאיז דא סך מער מענטשן אין וויען, קען זיין ווייל איך האב א נגיעה, אבער מיט דעם אלעם..

אן אינטערעסאנטע באמערקונג, אזוי ווי די קהילה וואקסט ב"ה אויף א שיינעם אופן, פארשטייט זיך אז מען דארף יעדעס יאר צוקויפען נאך פארענטשעס, איז אינטערעסאנט אז די רב האלט מיט אלעס וואס טוטזעך און ער לאזט נישט מאכן מער פון פיר שטאק (א זאך וואס ספעלט זיך זייער אויס פאר אזא גרויסער וואקסנדער עולם, און פארשטייט זיך אז די פיקטשער וואלט אודאי בעסער אויסגעזעהן אזוי) ווייל מ'קען אריינקוקען צו די ווייבער שוהל פון אקעגן איבער, וואס זיי האבן דארט פארענטשעס ביזן דאך.
ווער קען אריינקומען מיט נומערן אויף די קהילה ?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:23 am

· #549283
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
נאר ווי ס'זעהט אויס זיין "זכרון" ארבעט נישט אייביג. מעגליך ער האט א "גדר" אדער אנדער'ן גוטן פילטער.

מיט עטליכע יאר צוריק ווען ער האט געהאלטן א ז' אדר דרשה, כמנהג קהילת וויען מקדמת דנא, און ער האט אויסגערעכנט אלע צדיקים און גדולי ישראל וועלכע זענען נפטר געווארן יענעם יאר, האט ער עפעס "פארגעסן" צו דערמאנען אויך הרב שטיינמאן זצ"ל, וועלכער איז געווען אן אמת'ער גדול בתורה און מרביץ תורה און א מסתפק במועט פאר א סאך יארן. עפעס האט איהם דער זכרון נישט געדינט.

נאר ס'דא א יש אומרים (אפשר ציונים?) אז ער האט בכיוון אויסגעלאזט הרב שטיינמאן ווייל ער איז געווען א ציוני, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט דאך געזאגט אז בחורים וועלכע דרייען זיך ארום ליידיג אין ישיבה זאלן ענדערש גיין דינען אין די (טמא'נע) נחל חרדי פון די (טמא'נע, כבר אמרנו) צה"ל.

זיין תורה איז דארט וואו די תורה פון הרב קוק (--"-) יו פיל אין דהע בלענקס.

חכם עתיק » מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:37 pm

· #549315
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
בערל האלטס באמת אז ער זאל דעמאנען הרב שטיינמאן (וואס איז לא מעלה ולא מוריד) און פארלירן צוליב דעם די סאטמארער ציבור

נישט גענוג סיבה איהם צו באשמיצן

ברענג עפעס בעסער

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:48 pm

· #549320
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
חכם עתיק #
בערל האלטס באמת אז ער זאל דעמאנען הרב שטיינמאן (וואס איז לא מעלה ולא מוריד) און פארלירן צוליב דעם די סאטמארער ציבור

נישט גענוג סיבה איהם צו באשמיצן

ברענג עפעס בעסער
סיבה צו באשמוצען, ניין.
אבער ער ווערט נאכנישט קיין נאבעלער פערזענליכקייט.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:06 pm

· #549327
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
חכם עתיק #
בערל האלטסט באמת אז ער זאל דערמאנען הרב שטיינמאן (וואס איז לא מעלה ולא מוריד) און פארלירן צוליב דעם די סאטמארער ציבור?

נישט גענוג סיבה איהם צו באשמיצן
ברענג עפעס בעסער

הוא מותיב לה והוא מפרק לה: דו האסט אליין פארענטפערט דיין (רעטארישע) קשיא. "ווייל ער וויל נישט פארלירן דעם סאטמאר'ער ציבור"...! שוין. דאס מיינט אז ער שפילט פאר א געוויסע אוידיענץ. וואס טוטצעך מיט'ן פסוק פון "לא תגורו מפני איש"? איך האב אייביג געמיינט אז ער איז אן איש אמת. מילא אויב הרב שטיינמאן וואלט געוען עפעס א מאדערן ארטאדאקסישער רב וואלט איך פארשטאנען, נאר ער איז דאך געווען אן אנערקענטער גדול בתורה פון אלע קרייזן. דאס מיינט אז אידישקייט איז תלוי אין פאליטיק.

עמרם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:15 pm

· #549330
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
שוין געהערט יארן צוריק אז ער איז די גרעסטע פאליטיקאנט אין וויליאמסבורג!

ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט הרב שטיינמאן ז''ל, אבער דערמאנען ביי זיין אפציעלע דרשה גייט ער נישט, ווייל אזוי גייט ער הייסן שענער,
נעבעך, א רחמנות אויף זיינע חסידים, וואס רעדן זיך איין אין אים אזעלכע גדולות...

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:21 pm

· #549332
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
עמרם: ייש"כ. און פאר פאליטישנס ווער איך בד"כ נישט נתפעל.

חב''ד הויזן » מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:53 pm

· #549335
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
עמרם #
שוין געהערט יארן צוריק אז ער איז די גרעסטע פאליטיקאנט אין וויליאמסבורג!

ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט הרב שטיינמאן ז''ל, אבער דערמאנען ביי זיין אפציעלע דרשה גייט ער נישט, ווייל אזוי גייט ער הייסן שענער,
נעבעך, א רחמנות אויף זיינע חסידים, וואס רעדן זיך איין אין אים אזעלכע גדולות...

דאס אז דו האסט עס געהערט יארן צוריק איז א חלק פון די ראי'?

א רחמנות איז אויף די היינטיגע דור, אויב קריגט מען זיך איז מען א שגץ, און אויב ארבעט מען צו לעבן בשלום מיט יעדן איז מען א פאליטיקאנט.

ניין, ער וויל נישט מצער זיין אידן, און אסאך אידן וואס זענען געזיצן ביי זיין דרשה וואלטן נישט אויסגעהאלטן אז ער דערמאנט הרב שטיינמאן ז"ל, האט ער באשלאסן אז שב ואל תעשה עדיף.

עמרם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:23 pm

· #549341
און מיט דעם מבזה געווען איינער פון די גרעסטע תורה לייבן אין אונזער דור !

ווען ער האט א פראבלעם מיט אים מילא, אבער ער האלט יא פון אים, און מיט וועלכע רעכט האט ער נישט קלאר געשטעלט זיין דעת, און מודיע געווען כאטש לאחר מותו, אז די אלע בזיון ת''ח זענען נישט געווען אויסגעהאלטן, און מספיד זיין כהלכה,
נאר דעס מיינט א פאליטיקאנט, טוהט וואס איז בעסער פאר אים, איידער צו טוהן וואס איז ריכטיג, און אויסגעהאלטן

חב''ד הויזן » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:47 pm

· #549348
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
ווייל ער וויל זיך נישט מישן אין מחלוקת. פינטל.

עמרם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:49 pm

· #549349
הייסט אז ער האט א צד אז הרב שטיינמאן ז''ל איז געווען יענע פויגל ?

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:00 pm

· #549353
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
berlbalaguleh #
וואס טוטצעך מיט'ן פסוק פון "לא תגורו מפני איש"? איך האב אייביג געמיינט אז ער איז אן איש אמת.

איך מיין אז לא תגורו מפני איש גייט ארויף אויף דיינים און בית דין, נישט אויף דרשות און הספדים.

חב''ד הויזן » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:00 pm

· #549354
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
עמרם #
הייסט אז ער האט א צד אז הרב שטיינמאן ז''ל איז געווען יענע פויגל ?

וואס עפעס? ס'דא א מחלוקת איבער די כשרות פון הרב שטיינמאן ממילא ווען ס'איז געקומען אים צו מספיד זיין ברבים האט ער באשלאסן אז שב ואל תעשה עדיף. ער פערזענליך האלט מסתמא אז הרב שטיינמאן איז געווען פון די גרעסטע גדולים.

די חכמה פון איינעם וואס מישט זיך נישט אין מחלוקת איז טאקע אט דאס צו אוועקלייגן די אייגענע מיינונגען און שטיין ווייט פון מחלוקת. פאר דעם האט ער געקענט זאגן פורים (ווי די פותח האשכול האט נאכגעברענגט) 'נעווער אין מיי לייף איך זאל מצער זיין א איד'.

דערהויבענע איד » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:35 pm

· #549361
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
חב''ד הויזן #
עמרם #
הייסט אז ער האט א צד אז הרב שטיינמאן ז''ל איז געווען יענע פויגל ?

וואס עפעס? ס'דא א מחלוקת איבער די כשרות פון הרב שטיינמאן

סיריעסלי??

ווער פונטקליך זענען די צוויי 'זייטן' אין די מחלוקה?

רויטער » מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:50 pm

· #549363
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
berlbalaguleh #
נאר ווי ס'זעהט אויס זיין "זכרון" ארבעט נישט אייביג. מעגליך ער האט א "גדר" אדער אנדער'ן גוטן פילטער.

מיט עטליכע יאר צוריק ווען ער האט געהאלטן א ז' אדר דרשה, כמנהג קהילת וויען מקדמת דנא, און ער האט אויסגערעכנט אלע צדיקים און גדולי ישראל וועלכע זענען נפטר געווארן יענעם יאר, האט ער עפעס "פארגעסן" צו דערמאנען אויך הרב שטיינמאן זצ"ל, וועלכער איז געווען אן אמת'ער גדול בתורה און מרביץ תורה און א מסתפק במועט פאר א סאך יארן. עפעס האט איהם דער זכרון נישט געדינט.

נאר ס'דא א יש אומרים (אפשר ציונים?) אז ער האט בכיוון אויסגעלאזט הרב שטיינמאן ווייל ער איז געווען א ציוני, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט דאך געזאגט אז בחורים וועלכע דרייען זיך ארום ליידיג אין ישיבה זאלן ענדערש גיין דינען אין די (טמא'נע) נחל חרדי פון די (טמא'נע, כבר אמרנו) צה"ל.

זיין תורה איז דארט וואו די תורה פון הרב קוק (--"-) יו פיל אין דהע בלענקס.

אולי ואולי האלט ער באמת אז רב שטיינמאן איז א פראבלעים??

מענדל » מאנטאג פעברואר 12, 2024 8:25 pm

· #549372
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
ער האט דערמאנט הרב שטיינמאן ברמז, ער האט געהאט אסאך היעט פאר די דרשה נישט צו דערמאנען.

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 12, 2024 8:26 pm

· #549373
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
דערהויבענע איד #
חב''ד הויזן #
וואס עפעס? ס'דא א מחלוקת איבער די כשרות פון הרב שטיינמאן

סיריעסלי??
ווער פונטקליך זענען די צוויי 'זייטן' אין די מחלוקה?

ס'דא וואס זאגן אז ער האט נישט קיין געשפאלטענע hooves

עמרם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:23 pm

· #549377
איינער וואס וויל זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת איז טאקע זייער א נאבעלע מענטש, אבער א רב איז יא מחויב צו לאזן הערן א קלארע מיינונג!

אזוי ווי איינער זאל זאגן אז ער מישט זיך נישט צווישן די חכמים און די צדוקים. אויב איז ער א רב בישראל דארף ער זאגן זיין מיינונג, נאכדערצו ווען ער האט איינס.

מיט די תורה קען מען זיך נישט ארומשפילן, און מ'איז מחויב זיך צו לאזן הערן אין אזעלכע פעלער.

נאך א משל מיט דעם צדיק, איז די נושא פון א עירוב אין ברוקלין. אפציעל האט ער אפי' נישט מתיר געווען אין ב''פ, ווייל ער האט מורא מ'וועט זיך נעמען אויף זיינע ביינער, אבער זיין עולם טראגט אינגרויסן, אבער ער מן הסתם וויל זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת.

דאס מיינט א גדול בישראל? אז ער האט מורא פון בזיונות זאגט ער נישט זיין דעת תורה?
ער וועט נישט זאגן א ווארט וואס ער אליין האלט אז ס'איז די דעת תורה, ווייל ער האט מורא פון א צווייטן!

אלץ א נאבעלע מענטש, אדרבה ואדרבה, אבער פאררופט אייך נישט אלץ א רב פון א קהילה און אלץ א מנהיג ווען איר ווילט זיין א מענטש, ס'גייט נישט אינאיינעם!

אשטארקעפרומער » מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:34 pm

· #549380
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
עמרם, עס זעהט אויס ווי דו האסט עפעס פערזענליך אקעגן וויענער רב.

עמרם » מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:41 pm

· #549382
פונקט נישט (ס'איז דא געוויסע רבנים וואס איך האב פערזענליכע טענות, אבער פונקט אים נישט)

איך גלייך גראדע זיין איידעלע כאראקטער, אבער די מעלה אז ער פרובירט צו טאנצן אויף צווי חתונות, האלט איך איז מער א חסרון.

אז ער האט קיינמאל קיינעם נישט וויי געטוהן, בינעך מקנא.
אבער אלץ א מנהיג האלט איך אז ער האט נישט (אדער עכ''פ זאגט ער נישט) קיין דעת תורה - און איך רעד פון א ריכטיגע דעת תורה, אהן קוקן און טראכטן וואס אנדערע וועלן זאגן.

(און אויב וויענע רב ליינט דא, װיל איך אים איבערבעטן ברבים, איך מיין ח''ו גארנישט פערזענליך, אבער ביטע הער אויף צו פראבירן צו געפעלן פאר די משתלטים אויף כלל ישראל).

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:29 pm

· #549389
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
די היתר פון סאטמאר מהר"א צו גיין אין ערכאות מיט סאטמאר מהרי"י ליגט ביי וויען רב, לכאורה צוליב זיין נאבעלע פערזענלעכקייט.

mechel » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:41 pm

· #549392
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
ער האט גארנישט געהאט מיט רב שטיינמאן, סתם מצער זיין 80 פראצענט פונעם ציבור, האט ער אלץ שב ואל תעשה נישט מספיד געווען.

גראדע, קלויזענבורגער רב האט ער מספיד געווען פאר א האלבע שעה, ווייל ער פלעגט גיין צו אים אסאך, און ער האט געהאלטן פאר ריכטיג דעס צו טון, על אף וואס ס'איז נישט געפאלן דעם זעלבן סאטמארער ציבור.

בעסיקלי זיין נאבלקייט האט אים געברענגט מספיד צו זיין קלויזענבורגער רב און נישט מספיד זיין רב שטיינמאן.

mechel » מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:44 pm

· #549393
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
איינער פרעגט דא זיינע נאמבערס.... ס'געווען איצט א שבת התוועדות פאר יונגעלייט ביז די 30, מספר המשתתפים עטוואס מער ווי 200 וואס האבן געצאלט $500

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:22 pm

· #549406
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
עמרם #
איינער וואס וויל זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת איז טאקע זייער א נאבעלע מענטש, אבער א רב איז יא מחויב צו לאזן הערן א קלארע מיינונג!

וואס איז די מקור דערצו?

א רב דארף נאר נעמען א שטעלונג אין א זאך וואס האט מיט בני קהלתו, וועמען ער האט א פליכט צו מעורר זיין בענינים הצריכים תיקון. ער איז נישט מחוייב זיך אריינצומישן אין א ריב לא לו.
און אפילו אויב ער דארף געווענליך יא, האט ער דעם ריכטיגן דעת צו וויסן ווען יא און ווען נישט. אויב איז יצא שכרו בהפסדו (וואס ווארשיינליך איז עס טאקע אזוי) האט ער זייער גוט געטון.

שיין זעהען מיר אויס אז הרב שטיינמאן ווערט מבוזה ווייל אויפן אנדערן עק וועלט האט א געוויסע רב - אין א שטאט ווי הונדערטער אנדערע רבנים האבן געטון דאס זעלביגע, אויב נישט ערגער - נישט דערמאנט זיין נאמען ביי א דרשה.

#מען_קריכט_אויף_גראדע_ווענט

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:38 pm

· #549412
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
mechel #
איינער פרעגט דא זיינע נאמבערס.... ס'געווען איצט א שבת התוועדות פאר יונגעלייט ביז די 30, מספר המשתתפים עטוואס מער ווי 200 וואס האבן געצאלט $500
וויען רב האט געזאגט אז די שנה ראשונה יונגעלייט זאלן אויך קומען אויף שבת, און די שבתון איז געווען אן די ווייבער.

זעהט אויס אז וויען שוואנצונעס איז העכער די תורה וואס זאגט "נקי יהיה לביתו שנה אחת ושמח את אשתו"

מחותנים "מרכז - וויען" שטימען.

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:42 pm

· #549414
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
פון די אנדערע זייט זענען זיינע חסידים וואס זענען נישט יוצאים פון זיין ישיבה נישט געווען אויף שבת האט ער לכאורה מער פון דעם.

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:47 pm

· #549416
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
נאר ווען די מרכז רבי טוט עפעס אינטערעסאנט האט יעדער טענות אבער אלע אנדערע אדמורי"ם מעגן טאן וואס זיי ווילן ואין פוצה פה ומצפציף.

לך לך » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:51 pm

· #549418
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
שיינע זאך ווינע רב איז אריבער צום טיש פון נייע ווסב"ג רחמסטריווקא טיש די שבת אין עידן פעלעס

לאכעדיג » מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:53 pm

· #549419
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
[ציטאט אראפגענומען]

וויען איז נישט אזוי גרויס ווי איך מאך עס, און ס'איז נישט אזוי קליין ווי דו מאכסט עס.

נאך סאטמאר מהר"א, מהרי"י, פאפא איז וויען די גרעסטע חסידות אין וויליאמסבורג.

יעצט זאג איבער די באקאנטע ווערטל פון סענדער די דייטש, נאך 30 מאהל סאטמאר איז פאפא.

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:02 am

· #549423
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
נאכן אנפירקלען גאנצעטע בלעטער קען נאך קיינער נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף וויענער רב נאר אז ער האט נישט דערמאנט הרב שטיינמן, און אז סאטמאר איז גרעסער. איי קנוא.

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:04 am

· #549425
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
און ווער רעדט נאך פון איבערלאזן די ווייבער אליין ווי א שטיין פאר גאנצע פיר און צוואנציג שעה מיט א וויינעדיגע בעבי... ממש א פארברעך.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:06 am

· #549426
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
שלעכט איז אז ער האט צעטיילט שנה ראשונה ווייבער פון זייער מענער פאר א גאנצע שבת.

היו לא תהיה.

דערהויבענע איד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:07 am

· #549427
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
שמעקעדיג #
עמרם #
איינער וואס וויל זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת איז טאקע זייער א נאבעלע מענטש, אבער א רב איז יא מחויב צו לאזן הערן א קלארע מיינונג!
שיין זעהען מיר אויס אז הרב שטיינמאן ווערט מבוזה ווייל אויפן אנדערן עק וועלט האט א געוויסע רב - אין א שטאט ווי הונדערטער אנדערע רבנים האבן געטון דאס זעלביגע, אויב נישט ערגער - נישט דערמאנט זיין נאמען ביי א דרשה.

#מען_קריכט_אויף_גראדע_ווענט

ווער רעדט פון מבוזה נישט מבוזה?

ווייסט ווער הרב שטיינמאן איז געווען?
ס'איז עפעס א קאנטריווערסעל נאמען??

גייטס ארויס פון די סאטמערע באבל, הרב שטיינמאן איז געווען די גרעסטע חרדי'שע מנהיג וואס די לעצטע 10 יאר האט אים קיינער נישט רעפלעיסט, ווער רעדט נאך פון זיין תורה בדחקות, וכו' וכו'.

וואס איז עס אויב נישט סתם צו געפעלן סאטמאר?

דערהויבענע איד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:09 am

· #549428
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
לאכעדיג #
שלעכט איז אז ער האט צעטיילט שנה ראשונה ווייבער פון זייער מענער פאר א גאנצע שבת.

ניין, יעדער מעג ארומפארן אביסל.

ס'איז א חרדי'שע משוגעת אז ווען צוויי מענטשן האבן חתונה דארפן זיי זיין צוגענאגעלט מיט סטיק גלו און זיך נישט רירן אביסל. מאכט נישט קיין סענס בגשמיות, ברוחניות, און ס'ברענגט נישט קיין שלום בית.


וואס יא, ס'וואלט געמעגט זיין אזעלכע צוזאמקונפטן פאר פרויען אויכעט.

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:09 am

· #549429
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
לאכעדיג #
שלעכט איז אז ער האט צעטיילט שנה ראשונה ווייבער פון זייער מענער פאר א גאנצע שבת.

מ'האט נישט קיינעם געצווינגען צו גיין. אפשר געווען צוויי דריי שנה ראשונה'ניקעס. יעדער האט געטוהן לויט זייער פארשטאנד.

חיים׳ל ברוקלינער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:11 am

· #549430
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
דערהויבענע איד #
לאכעדיג #
שלעכט איז אז ער האט צעטיילט שנה ראשונה ווייבער פון זייער מענער פאר א גאנצע שבת.

ניין, יעדער מעג ארומפארן אביסל.

ס'איז א חרדי'שע משוגעת אז ווען צוויי מענטשן האבן חתונה דארפן זיי זיין צוגענאגעלט מיט סטיק גלו און זיך נישט רירן אביסל. מאכט נישט קיין סענס בגשמיות, ברוחניות, און ס'ברענגט נישט קיין שלום בית.


וואס יא, ס'וואלט געמעגט זיין אזעלכע צוזאמקונפטן פאר פרויען אויכעט.

פיין ארויסגעברענגט!

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:11 am

· #549431
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
דערהויבענע איד #
לאכעדיג #
שלעכט איז אז ער האט צעטיילט שנה ראשונה ווייבער פון זייער מענער פאר א גאנצע שבת.

ניין, יעדער מעג ארומפארן אביסל.

ס'איז א חרדי'שע משוגעת אז ווען צוויי מענטשן האבן חתונה דארפן זיי זיין צוגענאגעלט מיט סטיק גלו און זיך נישט רירן אביסל. מאכט נישט קיין סענס בגשמיות, ברוחניות, און ס'ברענגט נישט קיין שלום בית.


וואס יא, ס'וואלט געמעגט זיין אזעלכע צוזאמקונפטן פאר פרויען אויכעט.

די תורה זאגט "נקי יהיה לביתו שנה אחת ושמח את אשתו",
זאגסטו אז ס'איז א חרדי'שע משוגעת...
בלאט: 1 2 3 4