☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

163 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9555
בלאט: 1 2 3 4

בעל מדות » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 9:00 am

· #299663
נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
איינע פון די גאר אנגעזעענע רבנים וואס קריגן הערצה און שעצונג ביי רוב שיכטן און שאטירונגען פון די יהדות החרדות איז די גאר חשובע און רעספעקטירטע וויענע רבי שליט"א.

הרב הגאון בנש"ק רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א איז א זוהן פון די פריערדיגע סאמבאטהעלי רב הגה"צ רבי יהושע כץ זצ"ל זיינע ברודער זענען אנשים חשובים און גרויסע פוסקים צווישן זיי הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ אב"ד סערעדהעלי פון בארא פארק און הרה"ג רבי שלמה זלמן כ"ץ לרפו"ש אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג.

ער איז היינט איינע פון די גאר פראמינענטע פיגורן און אנשים חשובים וואס די דור פארמאגט, און איז גאר אקטיוו און אריינגעטון אין יעדע גרויסע געשעעניש וועלכע גייען פאר אין כלל ישראל, ער פארמאגט א חשובע טייל אינעם פאקטישן מח ההוראה ביי כלל ישראל, ווען על שלחנו קומען אהן פון די שווערסטע און קאמפליצירסטע שאלות בהלכה און אזוי ווייטער.

גאר אינטערסאנט איז זיין פערזענליכקייט ווען ער פירט גאר א ליבעראלע קהילה און דינט צו זיינע חסידים ווי א ריכטיגער אמעריקאניזירטע רב רעדנדיג די היינטיגע שפראך ווען ער איז איינע פון די גרעסטע גדולים אין דור פארמאגנדיג אויפן גאס שווערע צענדליגע ספרים.

אביסל זיין היסטאריע.

די וויענע רבי שליט"א איז אלץ געווען באקאנט אלץ א גרויסע מתמיד, ער פלעגט שוין פון אלץ יונג קינד זיצן און הארעווען על התורה אויף א זעלטענע פארנעם, אלץ בחור האט ער זיך זייער פארליבט אין די הייליגע ספרים פונעם חתם סופר זאגנדיג אמאל ביי א טיש פורים כטוב לב המלך ביין אז ער שפורט אז ער האט די נשמה פונעם חתם סופר, (ווי באקאנט זענען זיינע ספרים איבערגעפולט מיט שטיקער חתם סופר).

נאך זיין חתונה איז ער געווארן ראש מתיבתא אין די ישיבה פון זיין פאטער ז"ל אין ישיבת סאמבאטהעלי ווי ער האט געגעבן שיעורים פאר די בחורים זיך מאכנדיג א גאר נאענטע קשר מיט זיינע תלמידים.

ער איז שוין דאן געווען בארימט מיט זיינע שיעורים, און דרשות צוציענדיג הינדערטער מענטשן פון שטאט וויליאמסבורג, און עס האט יעדער געוואוסט אז דא שיינט אונטער א שיינע שטראל וואס וועט געוויס איין טאג באדינען כלל ישראל מיטן כתב הרבנות.

געווען איז עס אין די קהילת האשכנזים, די קהילה עדת יראים וויען וועלכע האבן אנגעהאלטן מיט די נוסח און מנהגי אשכנז און אויך אנגעהאלטן די מנהג פון אויפנעמען א רב דורך וואלן, ווען זייער מנהיג הרה"ג רבי עזריאל יודא לעבאוויטש זצ"ל איז נפטר געווארן, ווען די ראשי הקהילה האבן זיך צוזאמען גענימען און אויסגעקליבן עטליכע קאנדידאטן חשובע מרביצי תורה וועלכע זאלן זיין געאייגנט ווייטער צו פירן די קהילה און מוסדות, ווען צווישן זיי איז אויך געווען די וויענע רבי שליט"א דאן נאך א אינגערמאן אבער מיט א בארימטע נאמען אין גאס ווען שמו הטוב הולך לפניו, זייענדיג איינער וואס מענטשן זענען נאכגעלאפן פון אלע זייטן צו דורכשמועסן ענינים, קריגנדיג א שטארקע הערצה אפילו אין די אלגעמיינע גאס.

די וואלן זענען ווי פארשטענדליך געווען גאר היסטאריש און די וויענע קהילה לייט האבן געזען דעם רב פאר די פאסיגע קאנדידאט און אים אויסגעוועלט מיט רוב שטימען.

ער איז געווארן געקרוינט אלץ די נייע וויענע רב ביי א ריזיגע הכתרה פייערונ, זייענדיג איינע פון די גרעסטע געשעענישן וואס עיר וויליאמסבורג האט נאר אמאל געזען, פון אלע זייטן האבן מענטשן געשטראמט אפצוגעבן מזל טוב פאר נייעם רב.

ער האט דאן איבערגענימען די כס הרבנות, ווערנדיג נאענט צו זיינע מענטשן ווי א טאטע פון קינדער זיך אראפלאזנדיג צו זיינע חסידים אויף א אומדערהערטער פארנעם אויף צענדליגע אופנים, געווען איז עס איין יאר שמחת תורה ווען אינמיטן די הקפות האט ער גענימען א וויעלטשעיר פון א מיטגעמאכטע אינגל און איר אנגעהויבן שטופן טאנצנדיג מיט אים פאר א לאנגע צייט אים ווען א גייסט פון ליבשאפט האט געשוועבט אין חלל פון שול לאזנדיג א רושם אויף אלע אנוועזנדע און אזוי איז דא ביכער פון געשיכטעס וויאזוי ער האט אלעמאל געוויזן ספעציעלע נאנטשאפט צו בני קהלתו.

מיט די צייט ווען עס האט זיך פארמירט די פראבלעם אז די יונגערע דור האט פארלאזט די איינארטיגע נוסח אשכנז און געגאנגען זיכן אנדערע קהלות, און אסאך עלטערע בני קהילה זענען נפטר געווארן האט די רב בפקודת פון גאב"ד ירושלים שליט"א און די בעל שבט הלוי ז"ל און נאך לענגערע זיצונגען און פארהאנדלונגען מיט ראשי ובני הקהילה האט מען געטוישט די נוסח צו ספרד און איינגעשטעלט פולע טוישונגען אין די טעגליכע ווירטשאפטן.

די ווינע קהילה האט זיך געספראוועט מיט אסאך פראבלעמען ווי צום ביישפיל די פרשה פון י.ר. אין די ישיבה און נאך וועלכע האבן אפגעשטעלט די וואוקס פון חסידים און רעדוצירט די קהילה סטאביליטעט פאר א צייט אפשניט פון עטליכע יאר.


נאך בלוטיגע כוחות און אסאך ארבעט וואס די ווינע רבי שליט"א האט אריינגעלייגט צוריקצושטעלן די קהילה אויף די ריכטיגע רעלסן האט זיך דערקענט א שינוי לטובה און זאכן האבן זיך אנגעהויבן ענדערן לטובה ווען היינט צוטאגס שיינט דארט א געוואלדיגע הצלחה אויף אלע פראנטן ב"ה.

ער פארמאגט אונטער זיין דעספאזיציע מוסדות אין אלע היימישע געגנטער מיט עטליכע טויזנט קינדער בלי עין הרע, ער פארטרעט א קהילה מיט טויזענטער חסידים אויסגעשפרייט אין אלע עקן וועלט, אריינגערעכנט פייערדיגע אנהענגער וואס רירן זיך נישט אהן זיין הדרכה וכדו', ער געבט א טעגליכע שיעור אין זיין ישיבה קטנה וואס וואקסט און איז אויסטערליש מצליח און גרייט זיך צו עפענען א ישיבה גדולה צום קומענדיגן זמן הבעעל"ט, די לעצטע עטליכע יאר האט מען אריינגעגאסן מיליאנען דאלארן אין די צענטראלע וויענע שול אין וויליאמסבורג און האלטנדיג נאך אינמיטן די רענאוואציעס ברענגט מען אריין א פנים חדשות אין דעם היסטארישן קאמפלעקס.

היי יאר האט וויען געעפנט אירע טויערן צו א זומער מחנה, קעמפ עדת, בנות וויען, פאר די מיידלעך פון די וויענע מוסדות אנהויבנדיג אויפן ערשטן זומער מיט ארום פינעף הינדערט מיידלעך!

אין די ישיבה קעמפ האט מען געבויעט א הערליכע נייע בית המדרש פארן פרייז פון אהאלב מיליאן דאלער.

די ווינע רבי שליט"א איז באקאנט אלץ גאר א אנגענימענע פוסק און ער האט שוין געדינט ביי גאר אסאך מחלוקת אלץ די פארמיטלער צו וועם ביידע צדדים האבן פארגעלייגט די טענות (אריינגערעכנט ביי די מחלוקת אין סאטמאר)

ער איז באקאנט אלץ גאר א געלונגענע פה מפיק מרגליות, און טויזענטער הערן זיך צו זיינע פילצאליגע שיעורים ובפרט ביי פרקי אבות, אדער אום ז' אדר ווען ער רעדט א דרשה אלץ טייל פון עטליכע פארבליבענע מנהגים וואס עס איז געבליבן איינגעפירט.


זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.


ער פירט הערליכע טישן און מאורעות, אנפילנדיג עס מיט רוחניות'דיגע שמועסן, ער איז כסדר פארנימען מיט טעכנאלאגיע וועלכע עסט אים שרעקליך אויף, ער רעדט אלעמאל מיט א ווייעכע שטימע, עס קען זיך מאכן ער זאל זיך צעוויינען ווען מען רעדט פון אידישע קינדער אין גלות אדער צרות וואס מענטשן גייען דורך, פון די שענסטע מעמדים אין וויען זענען די הויעכפונקטן פורים ביים טיש ווען ער איז אנגעטרונקען און ער טוט פארשידענע אינטערסאנטע זאכן ווי געזען ביי אים אין די לעצטערע יארן צווישן אנדערע אז ער זאל זיך אויסטוהן זיין בעקיטשע און טאנצן אויפן טיש מיט קליינע קינדער אייניקלעך צו סתם תלמידים, ער האט דעם פארגאנגענעם פורים צוגעזאגט ערליכע דורות פאר ווער עס עסט פון די פיש וואס איז געווען על שלחנו, ווען די פורים רב האט אינמיטן די סעודה וויצלדיג געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז דא עמיצער וואס איז אנגעווייטאגט אויפן רבי'ן האט ער איבערגעהאקט דעם פורים רב, זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגן "...נעווער אין מיי לייף אז איך זאל וויי טוהן א צווייטן איד"...!!!, אויך שמחת תורה איז גאר דערהויבן ווי ער פראוועט זייער שיינע הקפות.

ער איז א מוסטער פון צוגעלאזנקייט, א ביישפיל פון איינער וואס האט ריכטיגע אהבת ישראל, זארגט פאר א צווייטן און שפורט מיט א צווייטנ'ס צרה אויף א פארנעם ווי ער זאל זיין פארמישט דערין, מען הערט קיינמאל נישט די שפראך פון איך, איך, און וועט מיט אהן א מאס געדולד אויסהערן די בלעבלערייען פונעם גרעסטן נער, און אים גלעטן מיט א שמייכל ווילאנג יענער שפורט בעסער, ער איז ביי געוויסע חסידים נאנט ווי א טאטע ווי באקאנט.




ער האט געגרינדעט א חבורה מיטן נאמען ובהם נהגה ווי מען לערנט אינאיינעם מסכת גמרא און ביי א סיום גאר לעצטענס האט ער זיך בתוך דבריו אויסגעדרוקט, "עס איז די שענסטע טאג אין די קהילה זינט איך בין רב דא".


ער איז שטארק געווען פארמישט אין די כינוס כלל ישראל.

ער איז נשיא אין כולל שומרי החומות, פון די רבנים אינערהאלב דרשו, און ער איז איינע פון די פעלער ווי א רבי זאל קריגן הערצה סיי ביי די חסידישע אידן און סיי ביי די ליטווישע אידן.

ער פלעגט אסאך ארימלויפן צו רבנים ווי ביים אלטן סאטמאר רבין ז"ל, סקולענער רבי'ן און ביים ליבאוויטשע רבי ז"ל, ער רעדט אסאך צו זיינע חסידים אז מען זאל גיין צו צדיקים, ער קען געזען ווערן ביים טיש פון סקולענער רבי שליט"א ווי ער פאלט אסאך אריין טראץ די פאקט אז ער איז אליין א מנהיג פון א גרויסע קהילה.

ער איז פון שענסטע וואס די דור פארמאגט, ער איז א ערנסטע איד א חכם און א געוואלדיגע נאבעלע פערזענליכקייט, זאל אים השי"ת שענקען אסאך סיעתא דשמיא און אריכות ימים געזינטערהייט.

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:39 am

· #299672
נעווערדעלעס ער האט א שטיקל רבנישער בעגידזש וואס ווען מען באטראכט דאס קען מען באקומען א עכטער רחמנות געפיל. א שטייגער ווי מונקאטשער רבי שליט"א, וואס איז א בריליאנטענער מענטש. מיט אסאך יארן צוריק האט מען געמיינט אז אט אט גייט אויפשיינען א פרושער סטאר. דער מונקאטשער רבי קען פארציילן דרשות כמים המתגבר, עס גיסט זיך פון אים פערל רייד משוגע צו ווערן. און וואס איז געשען מיט אים היינט?..

כמעשהו כך ב'ווינער רב (נישט ענטעני ווינער). ער איז באמת א אדם המושלם. ער פלעגט אמאל זיין ברום המעלה, געווען אלס א ראש המדברים ביי אלע אסיפות, דרשות וכו'. עס האט זיך געקענט דאכטען אז אט אט, אבער וואס איז געשען מיט אים היינט?.. א רב וואס שיינט ארויס מיט זיין ז' אדר דרשה ותו לא מידי. פון צייט צו צייט ווערט פארשפרייט עפעס א קונטרס פון א פרושע דרשה איבער די שעדליכקייט פון געפאסטע קליידער אא"וו. אבער עס איז נישטא פון וועמען צו רעדן.

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

און פארוואס זאג איך עס אייך? ווייסעך אויך נישט.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:46 am

· #299673
פרייוויליג

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:06 am

· #299674
קאווע טרינקער
פרייוויליג

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

סא פארוואס האט נישט זיידל קרעטשניפער קיין מענטשן? אויך מהאי טעמא?

לולב » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:13 am

· #299676
הערליכע ארטיקל, טראץ וואס איך בין נישט קיין וויענער, פאל איך אריין דא דארט, עס איז מיר א חידוש וויאזוי ער באצויבערט מיר עקסטער יעדע מאל מיט זיין רוהיגע שפראך און בליציגע רעיונות, ער איז באמת א זעלטענער מאן.

ער וועט רעדן אין ענגליש צו זיינע חסידים אויב קענען זיי נישט קיין אידיש.

ער איז א שטארקע מבקש, האלט און איין פאדערן, איך האב שוין פון אים געהערט בעטן פאר גרעסערע קאפלעך...

ער זינגט גאנץ שיין און ער גייט משוגע פאר אלטע ליבאוויטשע ניגונים, שמחת תורה צווישן יעדע הקפה זינגט מען א אלטע ניגון על פי רוב ליבאוויטשע.

זיין אינגל קעמפ איז וועלטבארימט, מענטשן רייסן זיך אריינצולייגן קינדער דארט, א וואך נאך פסח איז נישט דא קיין פלאץ, איך מיין אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזאנע פעטע יארן מיט די קעמפ ווי די לעצטע דריי יאר זיי האבן געהאט א מספר פון פינעף זעקס הינדערט קינדער היי יאר.

קרעקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:14 am

· #299677
פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:18 am

· #299678
פרייוויליג
קאווע טרינקער
פרייוויליג

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

סא פארוואס האט נישט זיידל קרעטשניפער קיין מענטשן? אויך מהאי טעמא?

משוגע האט אויך א גבול.

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:30 am

· #299680
קרעקער
פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

😂 😂

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:32 am

· #299681
קאווע טרינקער
פרייוויליג
קאווע טרינקער
פרייוויליג

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

סא פארוואס האט נישט זיידל קרעטשניפער קיין מענטשן? אויך מהאי טעמא?

משוגע האט אויך א גבול.

דאס איז דיין אפשאצונג. די זעלבע אפשאצונג האבן אנדערע מענטשן אויף רבנים. סא עס האט גארנישט מיט נישט פאון.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:36 am

· #299682
נאבעלע ארטיקל.... א דאנק בעל מדות, עס איז א געשמאק צו ליינען.

אלס איינער וואס פאלט אריין צומאל אין זיין ביהמ"ד, און הערט זיינע דרשות, און שוין אסאך געלייענט זיינע הערליכע ספרים שמן ראש, קען איך נאר מיטשטימען מיט יעדע שורה וואס דו שרייבסט.

באמת א זעלטנהייט פון א רב היינטיגע צייטן.

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:41 am

· #299684
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
קרעקער
פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

איך געדענק אויך בערך יענע יאר אלס דער אנהויב פין זיין ירידה הגם איך געדענק אז די פרשה מיט די אגודה עצרת קעגן די ישראלישע בג"ץ ווי ער האט געחתמעט קודם מען זאל גיין און נאכדעם צוריקגעצויגען אונטער גרויס דרוק האט איהם שטארק קאליע געמאכט סיי ביי די קנאישע לאגער און סיי ביי די אגודיסטושע לאגער

בעל מדות » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:42 am

· #299685
קרעקער
פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

טוה אהן הערנער מיין פריינט, קרעקער עז איט'ס בעסט, האסט געפונען עפעס?
לייג ארויף א בילד פון דיר, לאמיר עס גרינטלעך אנאליזירן.

הערליכע אשכול, די עולם האט הנאה, שרייבט שיינע תגובות, מוזן אלץ קומען די חכמים און איבערצייגן וואספארא טרויל'ס זיי זענען.

לאז כאטש איין אשכול אומ'אנגעגרעבצט.

שטילע אינגערמאן » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:46 am

· #299686
@אדונינו כזעה האסט געלייקט יעדער תגובה אין די אשכול. כוויל דיר מסביר זיין אויפן שפיץ גאפעל וואס מיינט א לייק
סמיינט אז האסט הנאה געהאט אין זאגסט שקויח, אז טיילסט יעדער רגע לייקס גייסטו מאכן פארלירען די גלאנץ פון א לייק, הער אויף

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:52 am

· #299687
בעל מדות
איינע פון די גאר אנגעזעענע רבנים וואס קריגן הערצה און שעצונג ביי רוב שיכטן און שאטירונגען.

שאטירונגען? ליין איך גוט? וויליאמסבורג איז א שאטירונג?

דריידל » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:54 am

· #299689
איך קען אים נישט פערזענטליך אבער איך קען יונגעלייט וואס זענען דבוק אין אים און זאגן מיר כסדר זאכן וואס ער האט געזאגט און געהייסן. איך בין ממש מקנא זיינע חסידים וועלכע האבן א מורה דרך מיט א שכל הישר און א יראת שמים.

ער איז אויף א יוניק פאזיציע זייענדיג א מנהיג פון א קהילה וואס האט נישט קיין פאליטישע חשבונות מיט קיינעם. אמת, אז ער איז שוין נישט אזוי פאפיולער מיט זיינע דרשות ווי אמאל, אבער ווען מ'דארף אן ערענסטע רב זאל אויפטרעטן ערגעץ איז ער די בעסטע קאנדידאט.

אפאר אינטערעסאנטע פונקטן.

זיינע מיידלעך פלעגן ארויסגיין פון קלאס ווען מ'האט געלערענט חומש (אין וויען לערנט מען חומש)

ראש השנה נעמט אים עטליכע שעה צו דאווענען שטילע שמונה עשרה (בכלל דאווענט ער לעצטענס זייער לאנג)

מ'קען אים זעהן וואקן אליינס אין גאס

ביז לעצטענס פלעגט ער גיין צום טיש פון יעדע רבי וואס איז געקומען קיין וויליאמסבורג

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:57 am

· #299690
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
באמת איז מסתבר אז זיין נישט מצליח זיין האט נישט מיט איהם נאר מיט זיין שלעכט מזל אז ער וואינט אין די עיר הנדחת וויליאמסבורג וואס דאכטס זיך חוץ סאטמער רב האט נאך קיין איין רב נישט מצליח געווען כידוע

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:59 am

· #299691
ער לאזט נישט טראגן פאר זיך מיטן עירוב.

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:01 pm

· #299692
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
ליפא
ער לאזט נישט טראגן פאר זיך מיטן עירוב.

דאכט זיך אז דאס איז פשוט פאליטיש זיך צו האלטען אינדערויסען פונים מחלוקת נישט הלכהדיג
אנהייב פרשת העירוב איז געווען אן ערענסטע קלער אז ער זאל גאר זיין בעל מכשיר

לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:19 pm

· #299696

Milk shake » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:45 pm

· #299954
מבקש, דאכט זיך אז פאפא רב זצ"ל והלבחל"ח פאפא רב שליט"א זענען גאנץ גוט געפארן אין וויליאמסבורג, אזוי אויך סקולענער רבי זצ"ל, רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, און היינט יאוואזשנער רב שליט"א, מעגליך אז אין בארא פארק אדער פלעטבוש וואלטן זיי נאך בעסער געפארן, אבער דער כלל געלט נישט אייביג.

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:56 pm

· #299959
מילק שעיק יא אוודאי האבן זיי מצליח געווען פאפא זיי זענען נאר געווארן די joke of the town

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:12 pm

· #300193
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז ער איז ממש פארקערט פון זיין ברודער ר חיים לייב ער איז א סאלידער איידעלער מענטש וואס זיכט אוועקצושטיין פון קאנטרעווערסיעס בעת זיין ברודער איז א שארפער עקסטרעמער מענטש וואס גלייכט גאר ארויסצוטרעטען קעגען דעת הקהל
אבער זיין ברודער פארדינט א אשכול פאר זיך וואס איך גלייב האט פאטענציאל צו ווערן גאר א גרויסען אשכול

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 10:21 pm

· #300195
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע נאך צוויי ברודערס רבנים גייען צום טאטען'ס קבר צוזאמען?

שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:32 pm

· #300223
Milk shake
מבקש, דאכט זיך אז פאפא רב זצ"ל והלבחל"ח פאפא רב שליט"א זענען גאנץ גוט געפארן אין וויליאמסבורג, אזוי אויך סקולענער רבי זצ"ל, רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, און היינט יאוואזשנער רב שליט"א, מעגליך אז אין בארא פארק אדער פלעטבוש וואלטן זיי נאך בעסער געפארן, אבער דער כלל געלט נישט אייביג.

די חילוק פון פאפא און וויען לדעתי איז אז פאר די אריגינעלע פאפא תלמידים האט פיין געשמעקט אז די זאך ווערט נתהפך צו א רביסטעווע, וחילופיהן בוויען

לולב » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 6:19 am

· #300241
איך האב אריינשפאצירט אין וויענע שול און עטליכע אינגעלייט האבן גערעדט איבער דעם אשכול מיט גרויס סאטיספאקציע, איך האב מיט נייגער צוגעהערט וואס זיי רעדן און חוץ פון לויב האבן זיי נישט געהאט עפעס אנדערש צו זאגן.

איין תיקון טעות האט יא איינער אויפגעמערקט דארט, און איז נעמליך די פרט בעל מדות שרייבט אז די ישיבה איז געווען פון זיין פאטער און ער האט עס איבערגענימען, דאס איז אבסעלוטלי ראונג און די פאקט איז אז די ישיבה איז געווען זיין אייגענע מבצע, ער האט עס אליין געעפנט און איר געפירט, ער האט געהאט אן ערך פון זיבעציג בחורים דארט.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 1:31 pm

· #300305
כ'גלייב אז מ'מעג צולייגן אנדערע מיינונגן אויך... (אז נישט, זאל דאס פארמעקט ווערן...)

נישטא וואס צו רעדן אז ווען דער וויענער רב איז געקרוינט געווארן, איז ער אזוי אומאפיציעל געווארן די "שטאטס רב", געווארן אנגענומען ביי אלע שיכטן און קרייזן אין יעדן ענין, מ'האט זיך גערעכענט מיט זיין מיינונג, זיין ערשיינונג ביי א מסיבה איז געווען א כבוד, א יעדע גרויסע רבנישע מיטונג איז ער געווען פון די ראש המדברים און פון די פירער'ס.

מאנכע זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס ער גייט צו יעדע (גרויסע) רבי'ס טיש, פשוט אלס זעלבסט באקרוינטע שטאטס רב...

מיט די צייט האבן א גרויס חלק פון וויליאמסבורגע איינוואוינער געזעהן אז באמת האט ער גארנישט צוגעברענגט פארן שטאט, צוביסלעך האבן זיך אסאך מענטשן אפגעשאקעלט פון אים, זיינע ז' אדר דרשות זענען נישט גרעסער געווארן, כמעט נישט צוקומען קיין פרעמדע.

(בנוסף סאטמאר האט זיך עסטעבלישט אלס צוויי קאמפעני'ס און ביידע זענען מסודר אנעם וויענע רב)

ביים כינוס כלל ישראל האט ער אפיציעל געדארפט זיין דער פארטרעטער פון די חסידישע און זיי געדארפט ברענגן צום טיש, למעשה האט ער ממש גארנישט דעליווערט (אן אריינגיין דערין).

היינט איז ער גארנישט מער ווי צעהלימ'ע רב שליט"א, אדער אנדערע רבנים. זיין נאמען איז נישט מחייב קיינעם אין וויליאמסבורג, און ס'נישט קיין באמבע ווער ס'האט שטיצע פון אים אדער א דורכפאל ווער נישט...

וקצרתי מאוד מאוד

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 3:10 pm

· #300328
שעפטל
אז באמת האט ער גארנישט צוגעברענגט פארן שטאט

וויפיל מענטשן קענסטו וואס זענען גרייט זיך צו מכניע זיין פאר א רב??? איך קען, פון גאנץ וויליאמסבורג, אפשר 300.
250 זענען טאקע אין וויען, די איבעריגע 40 זענען טאקע אין צעהלים, און נאך 10 ביי ר' יצחק מאסקאוויטש נייטרא.
די איבעריגע זענען דארט ווי מ'האט זיי אריינגעשיקט אין חדר אלץ 3 יאר אלט.

בעל מדות » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:56 pm

· #300620
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס ביזטו סורפרייזד? ביזט א סאטמארער? פאפא'נער? נעמסט זאצן און די צעווארפסט זיי אויפן פאפיר אויף א פארנעם וואס מאכט שווער צו פארשטיין וואס וואס די ווילסט ארויסברענגען.

און בעפאר איך שרייב ווייטער, איך האב נישט קיין טראפ געדולד צו עני צימעס געמויזעכץ איך טרעט קיינמאל נישט אריין אין צימעס אין אויב וועט דער אשכול ווערן ח"ו א שמועס ווי מען צימעסט וועל איך מוזן אפיאגן.

יעצט שרייבן אז "בעל מדות" שרייבט שקר" איז כעפרא דארעא, ווייל אויב האלטסטו אז איך האב מגזם געווען ערגעץ דאן שרייב וואס, ברענג ארויס וואס דו זעסט אז עס איז ליגנט, וכדו' נישט געב א שיס ארויס א סטעיטמענט אהן א גוטן גריפ ווי מען זאל זיך קענען דערויף אנכאפן.

ביידעוועי האב איך נישט מיט וויען גארנישט און איך כאפ נישט פארוואס זאל איך וועלן שרייבן ליגנט? עס איז ניטאמאל דא א פאליטיק דארט וכדו' וואס זאל דיר מאכן טראכטן אז עמיצער זיכט צו איבערטרייבן.

 בעפאר איך וועל אויס א נושא צו באשרייבן טראכט איך אסאך (און איך האב א גוטע שמעק דערצו) וואס מענטשן וועלן גלייכן און רעספעקטירן, און געווענליך גייט עס גענוי ווי געפלאנט, ב"ה אז די אשכול האט מיר געברענגט אסאך גוטע הארות, מענטשן האבן זיך באדאנקט פון אלע זייטן, איך האב נאכגעפארשט די ווינע רב און קהלה און דאס איז וואס איך האב געהערט.

מענטשן שרייבן אז ער איז האט נישט קיין מענטשן/הצלחה וכדו' וואס מאכן מיר טראכטן צו איך זאל באשרייבן נאר מענטשן מיט איינפלוס, געלט, און אנהענגער?...
ער איז א איש מכובד, א רעספעקטירטע מאן, און ווי גענוצט דעם אויסדרוק א נאבעלע פערזענליכקייט, איך כאפ נישט פארוואס מענטשן שרייבן אז ער איז נישט מצליח, ער האט טאקע געהאט אסאך שטיינער און דורכפעלער אבער ער שטייט זייער גוט היינט צוטאגס.

זיין פערזענליכקייט איז דאס איז וואס ער איז, און עס ווענדט נישט צו סאטמאר קימט צו אים און צו מען רופט אים צו מסיבות, זאל ער זיין א פלאמבער בלייבט ער דאס זעלבע געשעצט.


אין גראדע אין וויענע קהלה הערשט לעצטענס א פרישקייט ברוחניות, שפאציר נאר אריין אין זיין שול, עס ווירבלט מיט לומדים און מתפללים, פרישע אינגעלייט קומען כסדר צו דארט, זיינע מוסדות האבן א גוטע נאמען, און בגשמיות מען האקט שטיקער, זיין שול איז אונטער רענאוואציע ער האט אריינגעגאסן געלטער אין א הערליכע מקוה ועוד ועוד, ימים ידברו איך מיין ער כאפט זיך שטארק צוריק.


עמעזאן שפאציר אריין דארט ביי זיין נעילת החג טיש אדער ביי די הקפות, וועסט "עמעזד" ווערן קוק די יונגע דור וואס קלעבט אין אים.

און אז איך האב שוין די שופר אין האנט, אדאנק לולב פארן אנמערקן אזא וויכטיגע שטיקל אינפארמאציע.

לבלר » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:10 am

· #300641
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
איך בין נישט קיין ווינער בכלל איך האב נאר איין סימפעל קשיא איוב איז ער אזא בל מדות ווי מלייקט עס אראפ דא פארוואס איז דא 3 ווינער שילען אין בארא פארק אין יעדער איז ציקריקט מיט די צוויטע?
בית הכנסת,
ברכת אברהם,
זכריון יהודה,
קען נישט די בעל המדות ממש וואס דאס דור האט זוכה געווען סדר מאכן?
נאר וואס דען ער איז א פלענא כ"ק אדמו"ר שליט"א ווי די אלע סא קאללאד סעלף איופיונטיד רבנים וואס לייגען נישט אריין די פינקי אין קאלט וואסער נאר פאר זייער אייגער רבנית!

קאווע טרינקער » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:17 am

· #300644
משם ראיה!
דריי שטיבלעך קריגען זיך, און דער רב איז גוט מיט אלע דריי.
אבער קושיא מעיקרא ליתא, יעדע שטיבל איז אן אנדערע גיל, נוסח, ופשוט.

לבלר » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:24 am

· #300647
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
קאווע טרינקער
משם ראיה!
דריי שטיבלעך קריגען זיך, און דער רב איז גוט מיט אלע דריי.
אבער קושיא מעיקרא ליתא, יעדע שטיבל איז אן אנדערע גיל, נוסח, ופשוט.

קודם כל ער איז ווייט פין גיט מיט אלע שטיבלעך. שנית אויב איין שיל האט נישט קיין מנין קען נישט די בעל המדות שלום מאכן.?
ואין כאן מקום להאריך.

lazar » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 5:58 am

· #300673
בעל מדות
זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.

און "שמן" מיטן כולל איז גימטריא שמו "אנשיל".

הייסע חסיד » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 10:30 am

· #300684
איך בין א ווינע חסיד, ס'איז אמת ויציב א יעדעס ווארט וואס בעל מידות האט געשריבן, פארשטייט זיך אז האב גאנץ הנאה געהאט פון דעם, און איך האב נאר א הערה, איך געדענק נישט אזא זאך אז דער רב שליט"א זאל זיך זיך אויסטוען די בעקיטשע פורים ביים טיש.
וואס יא, ווי ביי אינז איז באקאנט האט דער רב שליט"א א מורא'דיגע אהבה און תשוקה צו ירושלים עיה"ק, איז דארט ביים טיש א איד מיט א ירושלימע קאפטן לכבוד פורים, און אינמיטן טיש כטוב לב המלך ביין האט דער רב געוויזן פאר דעם חסיד אז ער וויל מאכן א טויש מיט אים, אנהויב האט ער נישט פארשטאנען וואס דער רב וויל פון אים, אבער דער רב האט אים ארויף גערופן אויבן אן, און דער רב האב זיך אויסגעטוען זיין געבלומטע בעקיטשע און געמאכט א טויש מיט דעם איד.
מ'האט געקענט זעהן דעמאלט ווי דער רב שטראלט פאר שמחה, דערנאך האט ער געזאגט א האלבע שעה תורה און גערעדט פון קדושת ארץ ישראל, ווי ער איז געווען ממש אויסער זיך. דאס איז געווען תשע"ג, און אויף תשע"ד האט מען שוין געקויפט א אייגענע קאפטן, מיט וואס ער גייט טאקע יעדעס יאר פורים ביים משתה היין.
בייגעלייגט איז א ווידיאו פון יענעם יאר פורים ווי מ'קען טאקע זעהן אנהויב טיש מיט א געבלומטע בעקיטשע און שפעטער מיטן ירושלימער קאפטן
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=Q-vptRhs-bY">www.youtube.com/watch?v=Q-vptRhs-bY</a><!-- w -->

צווייטנס וועגן די בתי מדרשים אין ב"פ, "בית הכנסת" זענען די עלטערע דור (וואס מ'רופט יעקע'ס), "זכרון יהודא" זענען שוין די יונגערע דור חסידים, וואס דאס איז זייער א ווארעמע ביהמ"ד, און אין "ברכת אברהם" זענען דא געוויסע וואס גלייכן נישט אזוי דעם רב. ""דעטז אל!"" (כ'ווייס נישט אויב זיי גלייכן נישט דעם רב וויבאלד זיי האבן געוואלט אז א צוויטער זאל זיין, אדער ווייל דער רב איז צו פרום און חסידי'ש פאר זיי. און דאס אויך נאר חלק פון זיי, און בין אמאל געווען דארט און ביהמ"ד און איך האב געטראפן גענוג מענטשן וואס איך קען און זיי גייען נישט אריין אין דעם כלל).

געוואלדיג » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 11:52 am

· #300701
וואס איז מיט מאנסי? דארט איז אויך עפעס דא צוויי ביהמ"ד.

הייסע חסיד » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:10 pm

· #300703
דארט איז די זעלבע, "בית הכנסת" זענען יעקעס, און "אברכים" זענען די יונגערע חסידים, און סאיז זייער א ווארעמע ביהמ"ד.

אזוי ווי די אברכים ביהמ"ד איז לעטצטענס געווארן ענג, האלט מען יעצט אינמיטן בויען א נייע גרויסע שוהל מיטן נאמען "בית יהושע", לשמו ולזכרו פונעם רב'ס טאטע סאמבאטעהלי רב זצ"ל.

ס'איז וויכטיג אנצוצייכענען אז די ביהכ"נ זענען מענטשן וואס זענען ווינע מעמבער און זיי זענען זיך מכניע פאר ווער ס'איז רב פון דער קהילה, משא"כ די אנדערע זענען חסידים פונעם רב דיירעקט, ס'טייטשט אז אויב מארגן וועט דער רב ווערן קאוואטשהאזע רב, וועלן זיי ווערן קאוואטשהאזע חסידים.
און דאס זעלבע איז אין ב"פ אויך, און אין וומס"ב מעון קודשו איז אפי' נישטא עפעס אנדערש אין די קהילה.

דריידל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:54 pm

· #300798
lazar
בעל מדות
זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.

און "שמן" מיטן כולל איז גימטריא שמו "אנשיל".


אויך מאשר שמנה לחמו

lazar » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:25 pm

· #300868
און די איבריגע ה' פון שמנה צוזאמען מיט די ווארט לחמו עה"כ איז בגימטריא כ"ץ

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 2:12 pm

· #300877
הייסע חסיד

אזוי ווי די אברכים ביהמ"ד איז לעטצטענס געווארן ענג, האלט מען יעצט אינמיטן בויען א נייע גרויסע שוהל מיטן נאמען "בית יהושע", לשמו ולזכרו פונעם רב'ס טאטע סאמבאטעהלי רב זצ"ל.

אדער על שם העתיד. דער רב'ס צווייטע זוהן.

דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:02 pm

· #300918
lazar
און די איבריגע ה' פון שמנה צוזאמען מיט די ווארט לחמו עה"כ איז בגימטריא כ"ץ


רעכן איבער

lazar » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:09 pm

· #300919
אופס... 😳 😳 😳

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:11 pm

· #300920
מיט די שטרעכעלעך...

הייסע חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:52 am

· #300961
קאווע טרינקער
הייסע חסיד

אזוי ווי די אברכים ביהמ"ד איז לעטצטענס געווארן ענג, האלט מען יעצט אינמיטן בויען א נייע גרויסע שוהל מיטן נאמען "בית יהושע", לשמו ולזכרו פונעם רב'ס טאטע סאמבאטעהלי רב זצ"ל.

אדער על שם העתיד. דער רב'ס צווייטע זוהן.

תיקון טעות, תפילת יהושע

אוהב שלום » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 9:53 am

· #301039
Milk shake
מבקש, דאכט זיך אז פאפא רב זצ"ל והלבחל"ח פאפא רב שליט"א זענען גאנץ גוט געפארן אין וויליאמסבורג, אזוי אויך סקולענער רבי זצ"ל, רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, און היינט יאוואזשנער רב שליט"א, מעגליך אז אין בארא פארק אדער פלעטבוש וואלטן זיי נאך בעסער געפארן, אבער דער כלל געלט נישט אייביג.


קודם כל, כ'זעה נישט אז ווינער רב זאל זיין הונטערשטעלוג פון זיי, ער א שיינע פאר הונדערט אידן יעדע וואך ביי פרק, של"ש, אדער אפי' ביים דאווענען.. סתם אבי זיך אפצורעדן.

איך לויף אסאך ארום צו די וויליאמסבורגע רבי'ס (אזוי ווי רוב יונגע.. עוד חזון למועד דאס וועט נאך באקומאן אן אייגנארטיגן אשכול) און איך קען זאגן אז די ערנסטקייט, און אמת'דיגקייט, ארגינעלקייט, וואס הערשט דארט טרעפט מען נישט אין ערגעץ כמעט.

נאך דערצו ווען סווערט באגלייטמיטן חסידישע ווארעמקייט אין די זייט, סאיז א מוראדיגע קאמבענעישאן, כבין ממש מקנא די ווינע חסידים, איך האלט אז ווען די אלע טויזענטער וויליאמסבורגע סאטמערע בירגער (וואס האבן נעבעך נישט קיין רבי), וואלטן ווען געהאט שכל וואלטן זיי געלאפן צו ווינע רב.

נאר וואס דען, אזוי ווי "קאווע טרינקער" האט שוין פריער מעורר געווען, אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין דעם, נאר וועלעכע רבי ס'שרייט די העכסטע, אדער האט אייביג וואס צו האקן, און ווי ער קומט אן דארפן זיינע חסידים מאכן א חורבן, וכל המרבה הרי זה משובח, דאס דארפ דער עולם.

אבער א רבי וואס מישט זיך נישט אריין וואו ער דארף נישט, און ער דינט דעם אייבערשטן מיט א אמת, דער איז דאך סתם אויסגעשפילט.. פארוואס אויסגעשפילט?? אויף איהם שטייט דאך די וועלט!!!

אויף דעם זאגט מען, "גיי לערן א גוי ברטנורה"..

אוהב שלום » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:39 pm

· #301288
ווינע רב קישט סקולענע רבי'ס הענט.

וועלעכע רבי וועט קישן א צווייטע רבי'ס הענט?
📎 15964SkulenWedding(3).jpg

בעל מדות » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:21 pm

· #301298
אוהב שלום
ווינע רב קישט סקולענע רבי'ס הענט.

וועלעכע רבי וועט קישן א צווייטע רבי'ס הענט?


עס איז א באקאנטע זאך אז סקולענע רבי און ווינע רבי האבן א גאר שטארקע קשר און איך האב געהערט אז סקולענע רבי קישט אויך ווינע רב אין די האנט.


נישט דאס אבער איז די לייסענס צו זיין א ערליכע איד אדער נאבעלע פערזענליכקייט, ער איז א מוסטער פארן דור פאר דאס וואס ער איז.

הייסע חסיד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 6:34 pm

· #301303
זיי קישן א יעדעמס הענט. כמנהג ויזניץ

שמערל » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 8:42 pm

· #301304
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
[ציטאט אראפגענומען]


עפעס אן אלטער איינגעגעסענער גרייז אז די פלאר איז געווען שיף כמנהג אשכנז אז החזן 'יורד' לפני התיבה. ווי ווייט איך ווייס, איז נישטא אזא מנהג, בעדות האשכנזים.
די סיבה פארן שיפן פלאר איז גאנץ אן אנדערע, פשוט ווייל דער בנין פלעגט דינען פאר א טיאטער הויז פאר זי איז אפגעקויפט געווארן דורך עדת יראים, און דער מנהג אין א טיאטער איז אז כדי יעדער זאל קענען גוט זען, מאכט מען שיף די פלאר.

הייסע חסיד » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 10:06 pm

· #301315
הונדערט פראצענט קיינער האלט נישט אז עס איז געווען א שיפע פלאר האט עפעס צוטוען מיט אשכנעזישקייט,

סהאט נאר צוגעגעבן צום בליק פון דעם וויבאלד אזא קהילה איז בעצם געווען א זעלטנהייט אין וויליאמסבורג, ממילא זענען זיך מענטשן טועה אז סהאט איינס מיטן אנדערן.

לבלר » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:17 am

· #301663
Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
דער ווינער רב האט אמאל געפרעקט די נירבארטר רב וויאזוי האסטי געוויסט באן זיך משדך צי זיין מיט רבי ישראל הגר אז ער גייט זיין איינטאג האדמו"ר מויזניץ אין איך ווי א לאזור בין א מחותן מיט רבי מנדל הגר...
האט אים די נירבארטר גענפערט "צי בהמות פראשטיי איך" [emoji6]

בעל מדות » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:01 pm

· #302148
איך באקום היינט א אימעיל פון א מענטש מיט וועם איך בין פארבינדן כסדר, א געשוואוירענע וויענער, זאגט ער מיר אז צוליב זיין רעבינ'ס דרשה, שבת תשובה קעגן וואצעפ האט ער אנעסטאלט דעם עפפ.

אינטערסאנט צו הערן דאס, אויב איינער ווייסט מער פרטים, וועגן די דרשה וכדו' זאל ער ביטע שרייבן.
בלאט: 1 2 3 4