Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
לאכעדיג #לאכעדיג: דו ביסט קולע אל השערה. דו האסט געטראפן אין פינטל. אט דאס איז די גאנצע נקודה פון מיין אנרופן זיך איבער דעם עניין. ווייל ס'זענען דא מענטשן. ספעציעל איינער א גאר חשוב'ער ניק וועלכער האט זייער שטארק נישט ליעב ווען מ'טרעט אויף זיינע הינער אויגן. און איך בין מודה אז איך טוה דאס פון צייט צו צייט. ביודעין ובלא יודעין. ער האט עס דאסמאל גענימען שטארק פערזענליך. געוויינליך ווען דאס געשעהט לייגט ער ארויף שטעכעדיגע פערזענליכע קאמענטס אויפ'ן חשבון פון בעל עגלה. נאכדעים קומט ער ווי א סדומ'ער צדיק און ער זאגט אז אויב ס'שטערט מיך וועט ער עס אויסמעקן. ייש"כ.די טענות אויף וויען רב פון די אשכול.
א) נישט געזאגט א הספד אויף הרב שטיינמאן,
ב) שבתון פאר שנה ראשונה יונגעלייט,
ג) צוקריגט מיט הרב משה יעקב פישער,
ד) די עירוב אין וויליאמסבורג.
(ס'איז דא נאך טענות אויף אים וואס מען האט נישט ארויפגעברענגט דא, ווי למשל עפעס א נורסינג האום פרשה וכו')
הצד השוה שבהן, ער האט די זעלבע שניט ווי אלע אנדערע אדמורי"ם. כבוד, געלט און שוואנצונעס.
נאבעל? פערזענליכקייט?
בעל דרשן האלט אז באבוב 48 איז א נאבעלע פערזענליכקייט
און בא גד האלט אז מענדל הערש פאנעט איז א נאבעלע פערזענליכקייט...
און איך האלט נאבעל ארויף נאבעל אראפ יעדער מיינט זיך ובפרט די אדמורי"ם ורבנים שליט"א און אויך וויען רב.
איך האב פערזענליך גאנץ ווייניג איינגעשטויסן מיט'ן (הייליגן) כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א. נאר ווען מ'הייבט ארויס זיין נאבעלע פערזענליכקייט קום איך (און אנדערע) אויפווייזן אז ס'איז לאו דוקא. ער איז א פאליטישן אזוי ווי א סאך אנדערע רעבעס און רבנים...!