☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "דער בליץ" מדי חודש בחודשו

"דער בליץ" מדי חודש בחודשו

216 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #920
בלאט: 1 2 3 4 5

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 12:28 am

· #8364
"דער בליץ" מדי חודש בחודשו
איך שרייב דעם אשכול נישט מיט א פרייליך הארץ נאר פארקערט.

Competition איז א גוטע זאך, און אויב די שטערן איז געווארן בעסער ווען די בליץ איז ארויסגעקומען דארף מען געדעקען צו באדאנקען די בליץ פאר דעם.

יעצט נאך די ריזיגע איסורים אויף די שטערן זעט אויס אז די בליץ איז שוין בעסער ווי די שטערן און האט בעסערע ארטיקלען.

איך האב שבת געהאט ביידע און עס דורכגעקוקט און איך וויין אויף די מצב פונעם שטערן.

איך וועל שפעטער צושטעלן ביידע און הערן וואס עטץ זאגטס.

און צו די שטערן וויל איך בעטן, לאזטס ענק אפ פון די אלע משוגעים און הייב אן מיט א subscription campaign און זאל יעדער הנאה האבן.

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 29, 2012 12:49 am

· #8376
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
עס ווענדט זיך וויאזוי די קוקסט, איינער וואס ווייסט אביסל וואס עס טוט זיך ווייסט, אז דער בליץ האט נישט קיין אריגענעלע ארטיקלען, אלעס איז איבערגעטיייטשט ווארט ביי ווארט פון דאקומענטאריס וואס די קענסט זעהן אויף יוטאב פאר אימזינסט! דארפסט ניטאמאל צאלן די 6 טאלער דערפאר, ממש מורהדיג. פון די אנדערע זייט, דער שטערן שטעלט דיר צו אייגענע אריגענעלע ארבייט, נעם די ארטיקל פין חיליק פראנק די חודש, א מייסטער ארבייט, אראפגעגאנגען צו אים פערזענליך וכו. איך האב נישט די צייט יעצט מאריך צו זיין ודו"ק

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 12:57 am

· #8379
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
איך האב נישט געלייענט דעם אינטערוויא מיט חיליק, אבער פאראיאר איז געווען א לאנגן אינטערוויא אינעם "איד" מיט חיליק פראנק, ער האט דארט ארומגערעדט אלע דיטעילס וויזוי ער איז אנגעקומען אנצופירען די שפילערייען אין מירון ווי אויך אז ער איז געזיצן אין תפיסה אין אן אנדערן לאנד פאר פאלשע דראג קלאגעס.

משה געציל » זונטאג אפריל 29, 2012 1:12 am

· #8382
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
איך האב ס"ה איינמאל געליינט דעם בליץ, און איך בין געווען זייער אנטוישט צו זעהן צו וואס פארא שוואכע שטאפעל אידישע ליטראטאר קען זיך דערקייקלען, איך רעד נישט פון דעי חלק אז אלעס קומט פון אלטע דאקאמענטעריס, אבער אפילו לאמיר זאגען אז סיי דער שטערן און סיי דער בליץ זענען בס"ה בלויזע טרענסעלעיטערס, דארף מען וויסען ווי אזוי צו טראנסאלירען א ארטיקל עס זאל זיין געשריבען לויט די כללי הכתיבה, און עס זאל אויך זיין ציענד, דער שטערן צייכענט זיך אויס מיט ביידע מעלות, משא"כ דער בליץ -עכ"פ דעם אויסגאבע וואס איך האב געליינט- דארף אויף ביידע א גרויסע תיקון.

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 1:54 am

· #8394
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט.

איך האב נאר געלייגט א הקדמה.

שפעטער וועל איך מרחיב זיין.

מע מעג אבער לייגן די חילוקים פון די ביידע.

After all איז די בליץ נאכגעמאכט און געוואלט זיין ווי די שטערן, און יעצט זענען זיי שוין כמעט פאראויס, ליידער. און זיי מעגן ווייל זיי האבן נישט רבנים זאלן זיי זאגן וואס צו פארבעסערן ( פארערגערן!) און אויך האבן זיי נישט די וןאס זאלן זיי וועלן אומברענגען.

in-Kolel » זונטאג אפריל 29, 2012 3:28 am

· #8418
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
זיי שרייבן איבער דובאי א ענין וואס דער שטערן האט געהאט באשריבן אז סגערינען פין מויל.....

משה געציל » זונטאג אפריל 29, 2012 9:44 am

· #8426
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
זיי וויסען דאך נישט וואס שטייט אינעם געאסרטן שטערן, ס'האט זיך זעכער פונקט געמאכט...

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 8:51 pm

· #8712
Re: דער בליץ אייר תשע״ב
משה געציל
איך האב ס"ה איינמאל געליינט דעם בליץ, און איך בין געווען זייער אנטוישט צו זעהן צו וואס פארא שוואכע שטאפעל אידישע ליטראטאר קען זיך דערקייקלען, איך רעד נישט פון דעי חלק אז אלעס קומט פון אלטע דאקאמענטעריס, אבער אפילו לאמיר זאגען אז סיי דער שטערן און סיי דער בליץ זענען בס"ה בלויזע טרענסעלעיטערס, דארף מען וויסען ווי אזוי צו טראנסאלירען א ארטיקל עס זאל זיין געשריבען לויט די כללי הכתיבה, און עס זאל אויך זיין ציענד, דער שטערן צייכענט זיך אויס מיט ביידע מעלות, משא"כ דער בליץ -עכ"פ דעם אויסגאבע וואס איך האב געליינט- דארף אויף ביידע א גרויסע תיקון.


זייער גערעכט מיט דעם! די שטערן איז גוט איבערגעטייטשט (אסאך ארטיקלען קומען פון וויקיפידיע אליינס, אבער ס'איז גאר אינטרעסאנט די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ).
איך וואלט געקויפט דעם בליץ אויך ווען ער מאכט אביסל א שענערע ארבעט מיט די גרעפיקס און די טייפאגראפי. ס'איז ממש אן עקל צו ליינען דארט א ווארט!

מוראדיג » פרייטאג מאי 18, 2012 4:07 pm

· #13393
דער בליץ - סיון תשע"ב
בליץ
Der Blitz 26.jpg

גדעון » פרייטאג מאי 18, 2012 4:11 pm

· #13394
עעעעעעעעעענדליך,

משה געציל » פרייטאג מאי 18, 2012 4:21 pm

· #13399
ענדליך וואס? ענדליך נאכאמאל איבער געשריבען א ארטיקעל פונעם שטערן??? דער ארטיקעל פונעם באן קיין לאנדאן איז שוין געווען געדריקט א צייט צוריק אינעם שטערן. פאר די וואס ליינען נישט דער שטערן, איז דער בליץ ס"ה אזוי ווי דער קי וואס טרינקט זיך אן מיט טריפהנ'ע מילעך, און מען מעלקט ארויס פון איהם כשר'ע...

גלות יוד » פרייטאג מאי 18, 2012 5:13 pm

· #13410
משה געציל
ענדליך וואס? ענדליך נאכאמאל איבער געשריבען א ארטיקעל פונעם שטערן??? דער ארטיקעל פונעם באן קיין לאנדאן איז שוין געווען געדריקט א צייט צוריק אינעם שטערן. פאר די וואס ליינען נישט דער שטערן, איז דער בליץ ס"ה אזוי ווי דער קי וואס טרינקט זיך אן מיט טריפהנ'ע מילעך, און מען מעלקט ארויס פון איהם כשר'ע...

כלב שב על קיאו

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 18, 2012 7:02 pm

· #13442
מסירות נפש איד הרב הצדיק רבי...
איך זאג נישט ער איז א וואוילער איד, אבער פארוואס שיסן איבריגע טיטלען? (איך פארשטיי אז בעל הבליץ איז זיין איידעם, אבער דאך...)

זר זהב » פרייטאג מאי 18, 2012 7:05 pm

· #13443
אי זעה נישט קיין איבעריגע טיטלען.

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 18, 2012 7:12 pm

· #13444
הרב הצדיק איז איבערגעטריבן... ער איז א פיינער וואוילער איד, אבער מ'דארף נאך נישט מאכן קיין גאנצע הרב הצדיק פון אים, ס'נעמט גארנישט אראפ פון אים ווען ס'וואלט ווען געשטאנען הרב החסיד (ס'איז בחינת כל המוסיף גורע).

זר זהב » פרייטאג מאי 18, 2012 7:16 pm

· #13445
הרב החסיד איז אין מיינע אויגן א גרעסערער טיטל פון הרב הצדיק, ס'איז מער אריגינעל און מ'שרייבט עס נישט אויף יעדן.
מ'זאגט דאך ועמך כולם צדיקים

געב עס נאך אביסל און הגה"ק וועט אויך גארנישט מיינען (ס'מיינט שוין נישט קיין סך)

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 18, 2012 7:37 pm

· #13449
אויף יעדן טיטול קענסטו עס זאגן...
"הגאון" ס'שטייט גאון ישראל
"הצדיק" ס'שטייט ועמך כולם צדיקים.
"הקדוש" ס'שטייט ישראל קדושים הם
"החסיד" ס'שטייט אין מדרש תהלים אז אפילו רשעי ישראל ישראל נקראו חסידים
אא"וו

זר זהב » פרייטאג מאי 18, 2012 7:38 pm

· #13450
אבער נאר ביי צדיקים שטייט ועמך כולם

און גאון ישראל מיינט נישט וואס אונז זאג מיר א גאון.

שרגא » זונטאג מאי 20, 2012 2:49 pm

· #13562
פארוואס זאל נישט א פראפעסיאנאלע אויסגאבע קוקן צוויי מאל אויפ'ן דעקל איידער'ן שיקן צום דרוק?
ערשטנס פירט מען זיך נישט ביי אונז צו שרייבן "אמעריקא", נאר "אמעריקע".
צווייטנס, פארוואס נאר איין שטרעכל ביי "פאר'מסר'ן", כזה: פארמסר'ן? מאך אפ, אדער שרייבסטו ווי די אידישיסטן אדער נישט. ווידער "אונטערן" איז אן א שטרעכל.
עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, אבער קודם פשוט'ע עברי טייטש? אויב דאס איז דער דעקל, האב איך מורא אריינצוקוקן אינעווייניג.
אגב, שמואל, טראכט איך די זעלבע. מאכט דען סענס אויף דעם איד דער טיטל "הרב הצדיק"? ער איז אפשר א צדיק פון א איד און אפשר וואלט ער געקענט שרייבן "דער איד דער צדיק האט געטאן א מורא'דיגן אקט", אבער צו געבן אן אפיציעלע טיטל "הרב הצדיק" איז אביסל מאדנע.

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 5:16 pm

· #14250
שרגא
פארוואס זאל נישט א פראפעסיאנאלע אויסגאבע קוקן צוויי מאל אויפ'ן דעקל איידער'ן שיקן צום דרוק?
ערשטנס פירט מען זיך נישט ביי אונז צו שרייבן "אמעריקא", נאר "אמעריקע".
צווייטנס, פארוואס נאר איין שטרעכל ביי "פאר'מסר'ן", כזה: פארמסר'ן? מאך אפ, אדער שרייבסטו ווי די אידישיסטן אדער נישט. ווידער "אונטערן" איז אן א שטרעכל.
עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, אבער קודם פשוט'ע עברי טייטש? אויב דאס איז דער דעקל, האב איך מורא אריינצוקוקן אינעווייניג.
אגב, שמואל, טראכט איך די זעלבע. מאכט דען סענס אויף דעם איד דער טיטל "הרב הצדיק"? ער איז אפשר א צדיק פון א איד און אפשר וואלט ער געקענט שרייבן "דער איד דער צדיק האט געטאן א מורא'דיגן אקט", אבער צו געבן אן אפיציעלע טיטל "הרב הצדיק" איז אביסל מאדנע.

בנוגע זיין קענטעניס אין שרייבן אידיש איז א פחד, איך באגרייף נישט וויאזוי א מענטש האט נישט די בושה ארויסצוגעבן א אידיש געשריבענע אויסגאבע מיט אזוי פיל אמעראצישע טיעותים, עס דערקענט זיך אז דער ווייסט נישט די פשוט'ע כללים פון אידיש שרייבן.

בנוגע שרייבן "הרב הצדיק" אויף הרב זיגעלמאן, האלט איך גראדע יא דערפון. אין א תקופה ווען אידן מסר'ן ליידער רעכטס און לינקס און די גרעסטע קהילות בישראל זענען אין ערכאות עכו"ם, אין אזא פינסטערניש האט א איד גענומען די שטארקקייט און זיך מוסר נפש געווען אויף א מצוה שבני אדם דשין בעקבותיהם און ער האט מקבל געווען אויף זיך צו גיין זיצן אין תפיסה אנשטאט אנדערע אידן, קומט זיך אים דער טיטול "צדיק"! ווער דען איז ראוי פאר דעם טיטול בדורינו!

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 30, 2012 6:03 am

· #15072
ער רעכנט אויס א רשימה קדישא וואס דער פראכט וואגען נעמט מיט זיך אויף זיין נסיעה, אבער אז דאס איז א געפילטערטע אידישע מאגאזין וואס איז מותר למהדרין צו ליינען, אויף וואס ארויף מיז ער אויס רעכענן אינציווישען דעם טעלעווישען?
ס'האט מי' ממש באנומען, כ'בין אדורך געפאלען נאך געקוקט מה טיבו, וואס איז דאס א טעלעווישען, ומשם ואלך ירד ירדתי וירד פלאים...רח"ל.
כ'האב מיר שנעל צוריק געכאפט, אפגעמאכט איהר מער נישט אריין צו נעמען אין שטוב.

town1 » דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:49 pm

· #19196
דער בליץ חודש תמוז
דער בליץ חודש תמוז
📎 cover tammuz.jpg

לעמיל » פרייטאג יוני 22, 2012 9:34 am

· #19285
איז עס אינטערסאנט? אדער אזוי אייביג גענימען פון אלטע שטערנ'ס

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 1:57 am

· #19461
פונקט זעה איך יעצט אז דער בליץ האט אן ארטיקל איבער די תפיסה סיסטעם אינעם מלכות שעל כעיסעד לאנד, אמעריקע. שטייט דארט אז ס'קאסט אפ 75 ביליאן דאלאר א יאר אנצופירן די גאנצע אפאראט, און אז שטעט שיקן ארויס פריזענערס צו פרייוועט דזשעילס פאר שיין באצאלט ווייל ס'נישטא גענוג פלאץ, הקיצור די עקאנאמיע איניש אזוי שלעכט פאר יעדן אינעם מאלחיס שעל כעיסעד.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 24, 2012 3:55 pm

· #19588
די תפיסות ארטיקל איז געווען זייער אינטרעסאנט און באלערנד, בנוסף צו די ארטיקלען פון די לעצטיגע שטערן און שפאקטיוו ארטיקלען לגבי תפיסות און יוסטיץ אין אמעריקע.

זר זהב, איך זעה דו האסט אן אגענדע אנטקעגן די אמעריקאנער תפיסות. איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש.

אפשר טאקע עפנסטו אן עקסטערן אשכול דערויף, מען זאל קענען דן זיין, נושא ונותן זיין אין די ענינים?

טאמבל סאס » זונטאג יוני 24, 2012 4:12 pm

· #19595
יענקל כ'פריי מיך צו זען נאך אנדערע מיטן זעלבן מיינונג ווי מיינס. די בליץ איז א ליידיגע אויפגעבלאזענע אינהאלט, צעשפרייטע לאנגע נודינקע שפראך, און לעהרע תוכן דאס איז שוין אויסער די עקסטירמע משוגעת'ן פון לייגן בילדער פון קערפער אהנע קעפ, ריזיגע פיקטשערס און אויסגראבן פון אונטער די ערד פונקט די זאכן וואס זענען דאס ווינציגסטע אינטרעסאנט פארן מענטשליכן בריה. אבער דער עיקר איז אויפ'ן שער בלאט פיגורירט ברייט יעדע וואך מיט קידוש לבנה אותיות דאס אז זיי זענען אויסגעשלאסן פונעם חרם און בונד. א כאפטע כשר חזיר פיסלעך

שמעקעדיג » זונטאג יוני 24, 2012 4:26 pm

· #19598
במחילת כבודכם בין איך מחולק. עס איז ווייט נישט אזוי אינטערעסאנט און ציענד ווי דער שטערן, און עס עקלט מיר גענוי אזוי זייער מ'כלומר'שטע היתר, אבער וואס איז שלעכט מיט זייערע ארטיקלען?

צב"ש די חודש, די ארטיקל פון דעם אויפשטאנד ביי די מלחמה אינעם סאביבאר לאגער, איז נישט אינטערעסאנט פאר דיר? די ארטיקל פון די אמעריקאנער תפיסות? לכה"פ פאר מיר, קורצקעפעלע, איז עס אינטערעסאנט.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 24, 2012 4:40 pm

· #19602
הער אויס! תיכף ווי נאר מ'נעמט דאס אין האנט קען מען גלייך מערקן זייער אומבאלומפערטקייט און רויע עקספערטיז און די עצם מושג פון שפראך, הסברה, און שפאנונג.
איז אזוי. די ארטיקל פונעם סאביבאר איז שוין אויסגעקייט און אויסגעשמאטשקעט דורך קול מבשר, און דער שטערן אויב נישט מער ווי איינמאל.
און די ארטיקל פון אמעריקאנע תפיסות איז אויך שוין כמה פעמים באשריבן געווארן אין שטערן, מיט א פילפאכיגע געשליפן פעדער, און ציענדע תוכן, אזוי אויך א גרעסערע שלל מיט ידיעות און איינצעלהייטן. גלייב מיר כ'האב אפ' נישט אריינגעקוקט אין בליץ צו זען וואס זיי שרייבן זינט כ'האב עס דעם ערשטן מאנאט גענומען אין האנט, אבער כ'גלייב אז ס'איז אזוי ליידיג און קינדעריש ווי דער צייטשריפט בחיו, ווארשיינליך רעדט ער און רעדט ווי א באבע און קומט נישט צו צום ווארט, און ווען ער דערזעט זיך שוין ענדליך יא ביים קלימאקס פון די ארטיקל פטר'ט ער זיך אפ מיט א שורה צוויי - די ערגסטע זאך וואס א שרייבער קען טון

שמעקעדיג » זונטאג יוני 24, 2012 4:57 pm

· #19608
אווא. ווארפסט שוין אזוי בחדא מחתא אריין דעם ״צייטשריפט״ וועלכע איז געווען פון מיינע באליבסטע לייען מאטעריאל, און כ׳בענק זיך דערויף ביז היינט.

איי געס על טעם וריח אין להתווכח.

לפענ״ד האט זיך דער בליץ לעצטנס היבש פארבעסערט.

און קול מבשר הער איך נישט

טאמבל סאס » זונטאג יוני 24, 2012 5:29 pm

· #19617
איך בין געגאנגען קוקן אין געשעפטן און געזען איבערגעבליבענע הויפענעס בליצן. אזוי ווייט אז אויב וואלט איך עס דאן געקויפט וואלט איך מסתמא געקענט מאכן דערויף, א 'עושה מעשה ב'ראשית' ווייל איך בין זעכער געווען די ערשטע.

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 10:33 pm

· #19692
חייקל אלצווייסער קומט דאך פון צייטשריפט, און ווער ס'געדענקט נאך האט זיך דער שטערן פאראייניגט מיטן צייטשריפט פאר 2 שעה...

קרעקער » מאנטאג יוני 25, 2012 9:42 am

· #19747
מזעט קלאהר אז דע שטערען אין זייערע שטיטצערס זענען זייער בייעס קעגען די בליץ איי געס זיי האבען גיט אריינגעשניטען אינעם שטערען
למעשה פאר א שטערען ליינער ואני בתוכם איז דע בליס נישט ווערט צי סאך _ ניטאמאל קיין פארגלייך אבער פאר דע וואס ווילען נושט אריינעעמען די שטערען און פאר בחורים אין יונגעלייט ואס האבען נושט קיין עקסעס צי די נעט איז עס גאנטץ פיין

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 25, 2012 9:51 am

· #19749
נעך! איך ווייס נישט וויפיל ס'האט אריינגעשניטן אינעם שטערן, און צו ס'האט בכלל. אבער נישט דערפאר בין איך אויסגעשפראכן קעגן זיי. איך בין ברוגז אז אזא ארימע ליידיגע אויסגאבע זאל האבן א ארט אויף די פאליצעס און ווערן אנגערופן 'אן אויסגאבע'. זאלן זיי צוריק גיין קוועטשן די בענק אין כולל און פארגעסן אז זיי האבן אמאל געהאט שרייב-טאלאנטן. כ'האב עס היינט גענומען אין האנט צוזען וואס זיי פארקויפן, דער שרייבער איז אבער נישט געקומען צום ווארט, ער רעדט ווי צו כיתה ד' קינדער, שטותים וואס יעדע אנציקלאפעדיע אין געשעפט ווייסט דאס צו פארציילן. ער פארלייגט נישט קיין שום כוחות, אינוועסטירט נישט קיין מיה צוצושטעלן ארטיקלען מיט א אינטרעסאנטן אומבאקאנטן אינהאלט און רייכע שפראך. חכמים דברו בלשון קצרה איז כלל נומער 1 ווען ס'קומט צו ליטעראטור.

קרעקער » מאנטאג יוני 25, 2012 9:54 am

· #19751
היא אשר אמרנו סאיז נושט פאר דיר און פאר מיר אבער אז זיי קימען ארויס איי געס זיי האבען פאר וועם_ מעגליך כתה ד' קינדער קיינער צווינגט עס אינז נושט צי קויפען אין ווייטאג נושט אזוי אויף דעם סיז דא גרעסרע פראבלעםס צי ווייטאגען

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 25, 2012 9:56 am

· #19752
גראדע איז דא נאך עפעס וואס באדערט מיר אין דעם ענין
"פארוואס האט די שטערן נאכנישט ארויסגעגעבן זייערע פארזעצונגען פון אלע יארן אין ביכער?
אפשר ווייל דאן וואלטן מענטשן רעאליזירט וואסערע סם מ'פיטערט אונזערע קינדער 😉 עכ"פ קען זיין פון דעם פארכט ער זיך.

משה רוקח » מוצ"ש יוני 30, 2012 10:31 pm

· #20875
נאכ'ן ליינען דער בליץ פאר אפאר חדשים, וואונדערט מען זיך פארוואס אונזער היימישע אינגעלייט און קינדער קענען נישט ספעלן קיין פשוט'ע אידישע ווערטער.

אבי גערעדט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:01 am

· #26061
שיינע גראפיקס
📎 AyKczvdCcAEp5nF.jpg

גדעון » דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:19 am

· #26065
דער שטערן האט געגנבעט 'גארביזש' די פארגאנגענע חודש פון די משפחה, פון באלייכטונען און אויך פונעם החומה!
די באווייזן וועלן נאכקומען תיכף נאך יענקל'ס.

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:12 am

· #26076
יא, כידוע איז דע שטערן א צונויפממישעניש פון החומה און באלייייכטונגען

קרעקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:29 am

· #26081
דע צייטינג האט פאריגע ואך געשריבען ועגען בייליס צים טויזענטסטען מאל
זעט אויס אלע האבען די פראבלעם

אבי גערעדט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:38 am

· #26083
לויט ווי מ'הערט, גרייט זיך באלייכטונגען אריינצוגעבן א מעכטיגן אנקלאגע אקעגן דער שטערן אינק. אין זי פארלאנגט צו באקומען 200,000 דאלאר אנטשעדיגונג.
אין א שמועס מיט די רעדאקציע פון די באלייכטונגען זאגן זיי פאר דער שרייבער פון די שירות, אז זיי האבן קלארע באווייזן אז דער שטערן נעמט אלע זייערע איידיעס אין אויך זייער סטיל פון שרייבן, פון די באלייכטונגען, פארוואס מיינסטו אז זי איז אזוי פאפולער? ווייל זיי האבן אלע אינזערע איידיעס, אין מענטשן גלייכן דאס...

דער רעדאקטאר פון די שטערן האט נישט געוואלט קאמענטירן דערויף, אבער נאכן שטארק מוטשענען האט ער בלויז געגעבן דעם קורצן סטעיטמענט: מיר זענען שוין סאך שטערקערע פון זיי בייגעקומען, עס איז בכלל נישטא וואס צו זיין באזארגט..

נו, ונזכה ונחיה ונראה

קרעקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:20 am

· #26109
איך וייס נושט פארוואס דע שטערען שטיצער מיזן זיין אזוי אנגעוייטיגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדע חודש
ואס איז דא געקאפיט פין אלטע צייטיינגען?
דעמ=באסטערס איז מיר נושט אינטערעסאנט כאב שוין געזען דע מאווי
קאסקוי קיקט אויס אינטערעסאנט
רוסלאנד זע איך נישט אויפען דעקעל ואס סרעט זיך
אלע 3 האב אוך נאכנושט געליינט אין קיין שים היימישע אויסגאבע סוי קאט דע קרעפ

נפתלי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:40 am

· #26125
קרעקער
איך וייס נושט פארוואס דע שטערען שטיצער מיזן זיין אזוי אנגעוייטיגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדע חודש

ס'האט נישט מיט קיין שטערן שטיצער
איך האב עטליכע מאל געקויפט דער בליץ
די שרייבער דארט קענען נישט קיין אידיש און אוודאי נישט די שרייבערישע שפראך וויאזוי עפעס ארויסצוברענגן אז ס'זאל זיך ליינען באקוועם און געשמירט.
רוב מאל האבן זיי גוטע אינטערעסאנטע טאפיקס אבער זיי באשרייבן עס זייער "אויבן אויף" אן ארומנעמען און אריינגיין טיף אינעם נושא , ווען איך ענדיג עס ליינען בין איך מער אומוויסענד ווי בעפאר.

עס עפעס » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:53 pm

· #26176
לפי דעתי איז דער פראבלעם מיטן בליץ טאקע נאר זייער שוואכע באקאנטשאפט אין פשוט'ע שרייבן כללים. אין פילע פעלער, ווי צב"ש ווען צו נוצן "און" "אין" "די" "דער" -זענען זיי ממש געפערליך

זיי האבן צומאל גאר גוטע נושאים און איך ווייס פערזענליך אז זיי לייגן אריין שטארקע כוחות אויף אינטערעסאנטע ארטיקלען.

די באשולדיגונג אז זיי לקח'נען פונעם שטערן איז אבער פאלש דורכאויס.

אויסלייג פאליציאנט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:08 pm

· #26182
קרעקער
איך וייס נושט פארוואס דע שטערען שטיצער מיזן זיין אזוי אנגעוייטיגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדע חודש
ואס איז דא געקאפיט פין אלטע צייטיינגען?
דעמ=באסטערס איז מיר נושט אינטערעסאנט כאב שוין געזען דע מאווי
קאסקוי קיקט אויס אינטערעסאנט
רוסלאנד זע איך נישט אויפען דעקעל ואס סרעט זיך
אלע 3 האב אוך נאכנושט געליינט אין קיין שים היימישע אויסגאבע סוי קאט דע קרעפ

מיט אזא אויסלייג ווי דיר איז נישט קיין וואונדער אז דו זעסט נישט פארוואס מען איז אזוי אנגעווייטאגט אויפן בליץ.
קרעקער
איך ווייס נישט פארוואס דע שטערן שטיצער מוזן זיין אזוי אנגעווייטאגט אויפן בליץ און עס אראפרייסען יעדן חודש.
וואס איז דא געקאפיט פון אלטע צייטונגען?
דעמ=באסטערס איז מיר נושט אינטערעסאנט, כ'האב שוין געזען דע מואווי.
קאסקוי קוקט אויס אינטערעסאנט.
רוסלאנד זע איך נישט אויפן דעקל וואס ס'רעדט זיך.
אלע 3 האב איך נאכנישט געליינט אין קיין שום היימישע אויסגאבע, סוי קאט דע קרעפ.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:49 pm

· #26209
איך וויל נישט אראפרייסן פערזענליך. פאר זיך אליין האב איך א כלל אז אן אויסגאבע וואו מען איז נישט מקפיד אויף פונדאמענטאלער גראמאטיק לייען איך נישט. א שרייבער אן עם הארץ אינטערעסירט מיך נישט; און אז דער אייגנטומער האט נישט דעם מינימום רעספעקט פאר די לייענערס, זיכער צו מאכן אז זיין סחורה זאל זיין כאטש פרעזענטעיבל, גיי איך זיך טאקע נישט אראפלאזן צו יענעמס שטאפל.

קרעקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:08 pm

· #26225
אויסלייג פאליציאנט
שכוח פארן מיר פערזענדליך אראפרייסען האסט אבער נושט געדארפט עפענען א ספעשעל ניק פאר דעם
אין ביי דע וועי דאס איז איינע פין די סיבות איך שרייב דא מיך אויסצולערנען בעסער שרייבען
אויסער א קליינע פראצענט אנגעווייטיגטע שרייבערס ואס קימען זיך אויסגעבען אין בלאגס גייט קיינעם נושט אן דוקדוק ארויף צי אראפ מקיקט אויף די ארטיקלעך וי אינטערעסאנט סאיז

יענקל
האסט מיך געכאפט כהאב אפילו נישט געזען דע 2 קליינע ארטיקלעך אינטען אויפן דעקל מיך זעט אויס זיי לייגען עס אריין יוצא צי זיין די פרומע עולם די הויפט ארטיקלעך זענען נייע איידיעס
אין ביי דע וועי עס איז א טאג טעגיגע ערשיינינג צו זען ארטיקלעך אין אויסגאבעס וואס איז שוין אמאל געוען ערגעצ אנדערש
סא ווייטאג נושט אזוי שטארק

ברוין » זונטאג יולי 22, 2012 7:53 pm

· #27165
געקויפט "דער בליץ" דעם ערשטן מאל איך בין אנטוישט ביזן ביין.

פארוואס ער הייסט קאמפעטישן פארן שטערן ווייס איך נישט. איך וואלט אים געשטעלט אלס קאמפעטישן פון די "גוט שבת"

אבי גערעדט » זונטאג יולי 22, 2012 8:32 pm

· #27189
ס׳איז טאקע נישט אין סטייל צו שרייבן בשבח פון די בליץ, אבער איך האב גראדע שטארק הנאה געהאט פון די בליץ דעם חודש, קען זיין עס איז צוליב די ארימע אויסוואל פון אידישע ליין מאטריאל, אבער למעשה האב איך הנאה געהאט

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 8:50 pm

· #27199
ברוין
געקויפט "דער בליץ" איך וואלט אים געשטעלט אלס קאמפעטישן פון די "גוט שבת"

אבי גערעדט
איך האב גראדע שטארק הנאה געהאט פון די בליץ דעם חודש

צוויי געגנזאצטע תגובות...
בכגון דא נאמר על טעם וריח אין להתווכח, וואס ס'איז ביי איין מענטש גוט איז ביי א צווייטן שלעכט, און דאס זעלבע פארקערט.
בלאט: 1 2 3 4 5