"דער בליץ" מדי חודש בחודשו
216 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #920
שמעקעדיג,
אוודאי שטייט "עפעס" אינעם ארטיקל, כ'מיין ער שרייבט דאך דערוועגן. אבער ווען מען זעט ווי איינער לייגט ארויס דריי היימישע אינטערעסאנטע פיגורן (נאך אין די 'פארברייטערטע' סוכות אויסגאבע), מיינט דאס געווענליך אז מען מאכט א גרינטליכע ארבעט, אראפגעלייגט מיט טעם, מיט א טאץ חידושים. אבער איינס איז נישט אזוי גוט און די אנדערע איז נישט אזוי שלעכט, אבער קיין איינס באקומט נישט קיין גוטן צייכענונג אלס א שלימותדיגער ארטיקל. ווייט דערפון. און דאס האט מיך געבאדערט. דארפסט זיך נאר פארשטעלן ווי דער שטערן אדער די מעלות (וואס זייער שריפט איז קלאר, פליסיג און רייך; הלוואי וואלט זי נאר אביסל פארברייטערט די גרעניצן פון אירע טעמעס), עס וואלט געווען אראפגעלייגט גאר אנדערש. פון די גראמאטיק, דערפון רעד איך נאך בכלל נישט.
זיי הייבן אהן זיך צו נעמען צו זיך. זיי האבן שוין גענומען א דרויסענדיגע גרעפיק דעזיינער פאר'ן דעקל וואס האט נישט געמאכט א שלעכטע דזשאב.
משה רוקחזיי הייבן אהן זיך צו נעמען צו זיך. זיי האבן שוין גענומען א דרויסענדיגע גרעפיק דעזיינער פאר'ן דעקל וואס האט נישט געמאכט א שלעכטע דזשאב.
איך האב דא הענדי די דעקעל אויפן קומפיוטער, ווי איך האב עס אפלאודעד פאר א דיפרענט דיסקאשען ביי אונז אין שטיבעל, שטעל איך עס ארויף
📎 IMG-20120922-WA0004.jpg
שמעקעדיג זעט אויס די ביסט נאך ניי דא
זייט קאווע שטיבעל האט זיך געפענט ווען די רבנים זענען ארויסגעקימען קעגען דער שטערן ווערט אנגעפירט א אגענדע קעגען דער בליץ וואס האט פארעקעלט מיך און אויך אנדערע
דער בליץ איז א פיינע מאגאזין טאקע נישט דער שטערן אבער אויך זייער גיט און זייט מהאט זיי אנגעהויבען דא אונטערייסן קויף איך עס יעדע חודש
אלע מאגאזינס שרייבען נאך ארטיקלעך וואס זענען שוין געווען ערגעץ אנדערש אלע מאגאזינס האבן מיסטעיקס סיי גרייזען און סיי גרעמער איינער מער איינער ווייניגער
סאו קאט דע פ קרעפ
א קלארערע פיקטשער פין די דעקעל
<a class="postlink" href="https://twitter.com/DerBlitzMag/status/245194840449613824/photo/1">https://twitter.com/DerBlitzMag/status/ ... 24/photo/1</a>
קרעקערשמעקעדיג זעט אויס דו ביסט נאך ניי דא
ממש אזוי?
קרעקערא קלארערע פיקטשער פין די דעקעל
<a class="postlink" href="https://twitter.com/DerBlitzMag/status/245194840449613824/photo/1">https://twitter.com/DerBlitzMag/status/ ... 24/photo/1</a>
📎 image.jpg
יאנקל (און די אנדערע דא), אפשר קענט איר מרחיב הדיבור זיין אביסל.
דעם פאקט פונעם "בליץ קריג" אנטקעגט דעם שטערן, עקלט מיר פונקט אזוי ווי אייך אלע.
אבער לגבי דעם פאקט פון "נידריגסטן קוואליטעט", דארף איך א הסבר:
ברענגט ער נישט גוט ארויס די ענינים?
שרייבט ער צו קורץ / צו לאנג?
קאפירט ער צופיל פון אנדערע?
מאכט ער גראמאטישע אדער אנדערע אמעראצישע טעותים?
וואס גענוי באדערט אייך? און פארוואס זעה איך עס נישט? (לדעתי - איך מיין נישט צו פארקריכן דא - איז דער בלאט 10 מאל ערגער, הגם ס'איז נישט קיין "אויסגאבע").
איך בין מודה אז ער איז ווייט נישט ווי דער שטערן/שפאקטיוו; אבער פון דארט ביז דאס נידריגסטע וואס שייך איז פאלג-מיך-א-גאנג.
איך האלט אויך אז דער בליץ האט עפעס קיינמאל נישט אויסגעזעהן צום זאך סיי די גראפיק און סיי תוכן און גרייזן. כ'קען אבער נישט צופיל זאגן ווייל איך לייען עס געווענדליך נישט. דערפאר איז מיר אבער געווען א וואונדער ווען כ'האב עס געזען ביין א חבר לעצטענס, איז געווען דארט באשריבן דאס לאנד סינגאפאור איך האב נישט געגלייבט ווי גוט ס'געווען אראפגעלייגט פון אלע הינזיכטן! האבן זיי אויפגענומען א נייעם שרייבער?
איך רעד בלויז פון דעם ארטיקל, ס'האט געפאסט מער פאר'ן שטערן.
שמעקעדיג, ס'איז קלאר אז פאר 6 דאלער דארף מען אהערשטעלן עפעס בעסער'ס ווי זיי שטעלן אהער.
דעי חודש שרייבט ער אז ער גייט אריין אינעם 2'טן יארגאנג. ער האט שוין ארויסגעגעבן 30 נומערן, וויאזוי שטימט עס?
שמואל הלוימסירות נפש איד הרב הצדיק רבי...
איך זאג נישט ער איז א וואוילער איד, אבער פארוואס שיסן איבריגע טיטלען? (איך פארשטיי אז בעל הבליץ איז זיין איידעם, אבער דאך...)
און איך פארשטיי אויך פארוואס ס'קומט איהם
יא די אלע טיטלען. ווייל ער איז באמת א מסירת נפש איד וואס וואלט זיך געקענט זייער גרינג ארויסדרייען פון זיינע צרות ווען ער זאגט נאר עדות א קעגן א מענטש וואס די גאווערנמענט האט שוין סייווי אלע דאקומענטן אים צו באשולדיקן. ער וואלט אפילו געקענט טרעפן א "היתר" עפ"י הלכה.
אינטערגעגאנגען?
זענט אויס.
יעצט קעמען וויינען אויף נאך א אויסגאבע וואס איז שוין געווען אין אידיש און איז געשטארבען.
ס'נישט ארויסגעקומען פון חשון?
זר זהבס'נישט ארויסגעקומען פון חשון?
ניין
wow
yay!
דער חורבן איז אז ער האט געהאלטן אינמיטן באשרייבן א שיינע פארזעצונג פון היסטאריע.
חבל על דאבדין.
די איינציגסטע זאך וואס כ'האב נאך געקענט (ע"פ הוראת הרבנים שליט"א) געבן מיינע קינדער צו ליינען מיט א רואיג געוויסן, ועכשיו אהה!! מי יתן לנו תמורתו...
זר זהב
ווייל איך קען מיך נישט איינהאלטן פון קויפן א אויסגאבע. עס איז געווען עטליכע דאלער אין מיסט.. .
דאס איז אינטערעסאנט!
שמעקעדיגדער חורבן איז אז ער האט געהאלטן אינמיטן באשרייבן א שיינע פארזעצונג פון היסטאריע.
חבל על דאבדין.
די איינציגסטע זאך וואס כ'האב נאך געקענט (ע"פ הוראת הרבנים שליט"א) געבן מיינע קינדער צו ליינען מיט א רואיג געוויסן, ועכשיו אהה!! מי יתן לנו תמורתו...
וועלעכע רבנים?
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז בכלל נישט געווען אין די סטארס דעם חודש.
און:
מ'מעלדט נישט אזעלכע זאכן...
קומט דאס טאקע מער נישט ארויס ?
בארואיגטס ענק. ס'גייט אי"ה ארויסקומען ווייטער געהעריג. ער האט נאר געהיפט איין חודש.
פראפעסיאנאלע דזשורנאליזם גייט נישט אזוי שנעל אונטער!...
פון וואו האסטו דיין אינפארמאציע?
קאנעקשאנס
ווא איז די סיבה אז ער האט אויסגעלאזט א חודש? דאס ווייסטו אויך?
אפשר האבן די "רבנים" נישט באשטעטיג געוויסע ארטיקלען, על כן נעמט אים א חודש צו זיכען נייע "רבנים"
לץ איינער
נו, אל תוכח
זר - איך פרעג דיך עפעס אין אישי - געב א קוק
סתם נייגעריג מאכן די מענטשהייט איז יושר?
ווילסט פרעגן אין אישי פרעג, אבער צו וואס מעלדן ברבים, אז דו פרעגסט עפעס פריוואט?
דער ישראל נח איז שון געווען אין כמעט אלע אידישע אויסגאבעס די לעצטע פאר יאר. אויב ארגא אינטרעסירט דיר לאז אפ די בליק און גיי וואטש די מאווי, עס איז געוואלדיג און פאר א טשעינג גענצליך ריין.
ווער האט לעצטנענס געהאט א באשרייבונג וועגען אייכמאן? דער שטערען אפשר? איך זעי אויף די קאווער פון די בליץ אז זיי באשרייבען אים דעי חודש
איך אויךדער ישראל נח איז שון געווען אין כמעט אלע אידישע אויסגאבעס די לעצטע פאר יאר. אויב ארגא אינטרעסירט דיר לאז אפ די בליק און גיי וואטש די מאווי, עס איז געוואלדיג און פאר א טשעינג גענצליך ריין.
עס איז ריין? ווייל איך זע אז עס איז R rated
יא, א R רעטינג קען מען קריגן פאר פארשידענע סיבות.
לעמילווער האט לעצטנענס געהאט א באשרייבונג וועגען אייכמאן? דער שטערען אפשר? איך זעי אויף די קאווער פון די בליץ אז זיי באשרייבען אים דעי חודש
דער שטערן האט לעצטנס באשריבן זיין תליין, א בעל תשובה.
איינער ווייסט אפשר ווער איז די ארויסגעבער פון די בליץ?
גראדע דעם חודש האט זיך דער בליץ פארבעסערט. די טעותים זענען פיל ווייניגער און דער שפראך איז בעסער און מער ציענד, בעיקר די ארגא ארטיקל וואס איז זייער פראפעסיאנעל געשריבן.
יאירגראדע דעם חודש האט זיך דער בליץ פארבעסערט. די טעותים זענען פיל ווייניגער און דער שפראך איז בעסער און מער ציענד, בעיקר די ארגא ארטיקל וואס איז זייער פראפעסיאנעל געשריבן.
איך מיין אז עס איז צו שפעט... באט יו נעווער (ק)נאו...
מיר שטערט אבער, פארוואס ער האט נישט געפונען פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן פאר זיינע ליינער פארוואס ער איז נישט ערשינען פאריגע חודש.
זיינע סובסקרייבערס באקומען א רי-פאנד?
זר זהבזיינע סובסקרייבערס באקומען א רי-פאנד?
איך גלייב אז ער וועט האבן א שנת העיבור דער יאר...
זר זהבזיינע סובסקרייבערס באקומען א רי-פאנד?
זיינע סובסקרייבער'ס באקומען דריי חדשים אומזיסט, פלוס צוועלף חדשים אלטע בליצן. א לעצטער מיטל צו פארמערן ליינער?
יאירזר זהבזיינע סובסקרייבערס באקומען א רי-פאנד?
זיינע סובסקרייבער'ס באקומען דריי חדשים אומזיסט, פלוס צוועלף חדשים אלטע בליצן. א לעצטער מיטל צו פארמערן ליינער?
נאר וואס דען? וויפיל סובסקרייבערס מיינסטו האט ער שוין?
לעמילווער האט לעצטנענס געהאט א באשרייבונג וועגען אייכמאן? דער שטערען אפשר? איך זעי אויף די קאווער פון די בליץ אז זיי באשרייבען אים דעי חודש
דער "זמן" (און כ'מיין אויך דער שטערן) האט דאך געהאט א גאנצע קאווער סטארי דערוועגן און אן אינטערוויו מיט דעם תליין. און אנדערע האבן דאך שוין דאס אויך געהאט פריער. כ'מיין ס'אביסל פאני זיך צו דערמאנען דערין יעצט ווען יעדער האט שוין געענדיגט פראווען און באשרייבן די 50-יאר אפצייכענונג.
דער בליץ ניסן
📎 Der Blitz - Nissen (1).jpg
כאב געוואלט קויפן די בליץ ווייל כאב געוואלט ליינען וועגן נעוואדע סאלער וואן. דערווייל, ווי וואס ווען? דער ארטיקל איז נישט צום געפונען. אנשטאט איז דא עפעס א ארטיקל וועגן עפעס א בונקער מארדזישנט ליין אדער עפעס אזוי. נאכאמזל זיי לייגן ינישט אריין די בליץ אין פלעסטיק.
די האסט געקויפט די בליץ פון אדר די בליץ וואס רעדט פון די נעוואדע סאלער וואן. איז פון ניסן