נאופ כרעד פון די בליץ חודש ניסן. זאג מיר פליז וועלכע פעדזש איז די ארטיקל ווייל איך האב עס נישט געזען דארט.
"דער בליץ" מדי חודש בחודשו
216 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #920
דא האסטו עס
סארי כאב עס נישט באמערקט ווייל כאב עס געזוכט אין די אינדעקס און נישט געטראפן
עס איז יא אין די אינדעקס
וואס רעדסטו דיך אפ
וואס רעדסטו דיך אפ
איך זעה די בליץ האט א סובסקיפשען דרייוו און זיי געבען אלע פריעדיגע בליץ פאר אימזינסט.
א מציאה
א מציאה
זיי האבען עס שוין פון ווען זיי האבען זיך אויף געמאכט
דער בליץ חודש אייר
אינטערעסאנטע טאפיקס, הגם די נירן איבערפלאנצונג איז שוין געווען באשריבן אין צייטשריפט
יעצט באקומען אין טוויטער א קלאהרע בילד
<a class="postlink" href="https://twitter.com/DerBlitzMag/status/323797530410364928/photo/1">https://twitter.com/DerBlitzMag/status/ ... 28/photo/1</a>

ידעןאיך זעה די בליץ האט א סובסקיפשען דרייוו און זיי געבען אלע פריעדיגע בליץ פאר אימזינסט.
א מציאה
דארף איך דאך זיין משוגע עס צו מאכן יעצט. איך וועל עס מאכן אין א יאר ארום און אזוי באקומען נאך א יאר אומזיסט...
אבי גערעדטאינטערעסאנטע טאפיקס, הגם די נירן איבערפלאנצונג איז שוין געווען באשריבן אין צייטשריפט
כאב כמעט נישט געזעהן די צייטשריפט. מע האט עס נישט געלאזט אין מיין ישיבה. מיך איז גוט אויב מע שרייבט נאך אמאל וועגען עס.
הדד בן בדדידעןאיך זעה די בליץ האט א סובסקיפשען דרייוו און זיי געבען אלע פריעדיגע בליץ פאר אימזינסט.
א מציאה
דארף איך דאך זיין משוגע עס צו מאכן יעצט. איך וועל עס מאכן אין א יאר ארום און אזוי באקומען נאך א יאר אומזיסט...
זיי שרייבען אויך אז סע קען אויסגיין..
איך האב אין אן אנדערן אשכול געשריבן א לענגערן rebuttal איבער דעם בליץ ארטיל וואס באהאנדלט דעם זהות פונעם סמבטיון און דער גן עדן <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/118595">viewtopic.php?p=118595#p118595</a><!-- l -->
אקעי, איך מוז אויפגעבן האפענונג אויף דעם בליץ.
ביים אריינזומען זע איך נישט אזוי קלאר די קלענערע ווערטער, קען איך נאר רעדן פון די גרויסע ווערטער, און די איבריגע לאז איך אויף די חזקה. (נאר דעם שטרעכל אין "מענטש'נס" מוח באמערק איך יא.)
איז אזוי:
מיסיע מוח קאנטראל: אויב איך געדענק גוט איז עס אמאל געווען אין דער שטערן. (און טראכט נאר אריין די קלארקייט פון דעם טייטל: "מיסיע מוח קאנטראל". קלאר, ניין? אה, איך כאפ שוין, עס איז טרענסלעיטעד פון "מישען מיינד קאנטראל". אבער האלא, דא שרייבט מען אין אידיש. ביטע פארשטיי וואס דו שרייבסט. כאטש אויפ'ן דעקל. כאטש די גרויסע הויפט קידוש-לבנה ווערטער. איך בעט דיך.)
הייוועי סיסטעם: נישט לאנג צוריק געווען אין דער איד.
ג'יבראלטור: שוין געווען אין צייטשריפט (אדער אפשר אין בלאט), איינער האט עס שוין זיכער געהאט. (און איך בעט דיך ברחמים, וואס איז די שטרעכל אין "ג'יבראלטור"? אה, אפשר ווייל ביסט געוואוינט צו ליינען עברית, וואו דו זעסט דעם שטרעכל נאכ'ן ג'. אבער אין עברית זאגט מען דאס אויך "גיבראלטאר". אהה, דו האסט עס פשוט געליינט אין ענגליש אזוי "דזשיבראלטאר", פיין, אבער דא שרייבט מען דאך אידיש. און אויב ווילסט דוקא יא שרייבן אין אידיש אזוי, שרייבט העכסטנס "דזשיבראלטאר", נישט "ג'יבראלטור". האסט שוין אמאל געזען שרייבן "צ'יפס" אין אידיש. אזוי האסטו געמאכט דא א קוגל פון דעם ענגלישן גערעדעכץ מיט'ן עברית'ישן געספעלעכץ און גענצליך ארויסגעלאזט דעם אידיש. צו אלע צרות האסטו נאך געמוזט ענדיגן מיט "גיבראלטור" אנשטאט "גיבראלטאר". שוין, עסט וויסן פאר נעקסטטיים.)
אייקיע: נישט אזוי שלעכט. עט ליסט פשוט נאכגעשריבן דאס ווארט. איך האף נאר דער ארטיקל אליין איז אויך עפעס ווערט.
וויכטיגע ברען זיכערהייט טיפס: טאקע א מוראדיגער יוניק איידיע. און טאקע משוגע וויכטיג. (נאר נעקסט טיים שרייב "ברי" אנשטאט "ברען". יא, איך ווייס אז אויף ענגליש זאגט מען burn.)
נשמת כל חי: עלעפאנט. נאו קאמענט.

[ציטאט אראפגענומען]
אה, גערעכט, אין "בליק". שוין, דעמאלט וואס איז דא די טענה? עס איז דאך שוין פארמאכט.
מסתמא איז דער "אויסשליסליך צום בליץ" די לעצטע מינוט נישט אריין צוליב א מאנגל אין פלאץ. העכסטנס וועט מען עס שרייבן ביי דעם נעקסטן ארטיקל.
כ'ווייס נישט פארוואס איך געדענק נישט דעם ג'יבראלטור באשרייבעכץ אין א אלטע אויסגאבע, אבער איך האב גראדע זייער הנאה געהאט דערפון, און אודאי אזוי מיינע קינדער וועלכע געדענקען נישט די אויסגאבעס פון פריערדיגן דור... כמעט וואס איך וויל אהינגיין וואוינען.... ווער קומט מיט?
אבער איך בין זייער ברוגז אויפן בליץ, און אזוי אויך אויף אלע אנדערע אויסגאבעס וועלכע זענען נישט "נכלל אינעם איסור הנורא", און פארקויפן זיך אלס כשר וישר אין אידישע היימען אפילו פאר די קינדער, און שרייבן משוגע'נע שרעקעדיגע ארטיקלען.
די מח מיינד קאנטראל איז אפשר אינטרעסאנט, אבער א קינד טאר אזוינס נישט ליינען, און אויב יא קען ער ווערן טראומעטייזט! עכ"פ איך לאז נישט מיינע קינדער ליינען אזעלכע חזיריי אנצופילן זייערע מוחות מיט אזעלכע דזשאנק וואס העלפט נישט בגשמיות און אודאי נישט ברוחניות.
איך בין מעתיק דעם העדער פונעם ארטיקל, קוקט וואס זיי שרייבן, וירא הקהל וישפוט צי ס'איז בארעכטיגט אריינצולייגן אזא ארטיקל אין א כשר-פאר-קינדער אויסגאבע.
אגב, בין איך שוין מאוס ונמאס פון דעם "שלום עליכם חשוב'ע ליינער" יעדער חודש, כאילו ס'איז ס'ערשטע מאל וואס מיר טרעפן זיך, און ער פארציילט מיר מיט גרויס פאטאס די נייעס אז דא האב איך איינגעהאנדעלט כשר'ע לייען מאטעריאל... ער טענה'ט קודם אז עס איז אין צווייטן יאר גאנג, אבער שפעטער שרייבט ער אז ס'איז שוין דאס פערטע יאר....
און אגב, דער שטערן/שפאקטיוו זענען אויך גילטי אויפן זעלבן טענה.
און א זייטיגע הערה אויף א עד וועלכע ערשיינט מדי חודש בחדשו אין אלע 3, שטערן, שפאקטיוו און בליץ, פול פעידזש, א נעבעכדיגע ארימע עד פון פארדינגען דירות אין ירושלים, מיט א מאדנער בילד פון א פריוואטער עראפלאן וואס קען אפילו נישט פליען פון יונייטעד סטעיטס ביז תל אביב, און שוין יארן וואס עס גייט אריין א פול-פעידזש עד אין אלע אויסגאבעס, און עס קוקט מיר אויס פישי.

גראדע איז דא א national geographic סי די פון די C I A ארטיקעל
אבער נישט פאר שוואכע הערצער
אבער נישט פאר שוואכע הערצער
כ'האב זיך כדרכי נאכאמאל איינגעהאנדעלט דעם נייעם "שטערן" און דעם "בליץ".
און בשעת דער בליץ איז מיר גאנץ אינטרעסאנט, האלט איך קלאר אז אויב א איסור, איז עס נאר אויפן בליץ. דער "שטערן" וועל איך ענדערש געבן פאר מיינע קינדער ווי איידער "בליץ".
דעם חודש גייען זיי ווייטער מיט דעם שרעקעדיגן 'מח קאנטראל' מיסיע, מען באשרייבט דאס לעבן פון קאר גנבים און די מאפיא באנדעס אין מעקסיקא מיט בילדער פון קוילן-באשאסענע אויטאס, און נאך אומוויכטיגע אינפארמאציע.
סך הכל לייגן זיי ארויף א עקלדיגע באלי אויף יעדע פרצוף פון א נישט-איד, און מיט דעם איז מען מקדש ומטהר דעם בליץ.

דער בליץ איז א פלעינע גנב און איבערטייטשער, יעדע חודש קוק איך עס איבער, און ווען איך טרעף א נושא וואס ציעט מיר, געב איך א סירטש אויף יוטאב פאר א דאקימענטרי דערפון, א זאך וואס איך האב נאך אייביג געטראפן, און איך קוק עס דארט, און דארט איז עס בדרך כלל פיל אינטערעסאנטער ווי אינעם מאגאזין
די חודש האב איך עס געטון מיטן ארטיקל איבער דער פארפאלק וואס וואינט אזוי איינזאם טיעף אריין אינעם ארקטיק נעבן אלאסקא, איך האב נאר אריינגעלייגט די ווארט Heimo, וואס איז די ערשטע נאמען פונעם פארשוין, והנה די גאנצע דאקעמענטרי שווימט ארויף

האסט געוואלט זיי זאלן ענדערש אויסטראכטן נייע מעשיות?
דער שטערן שרייבט אויך איבער אדער פון מאוויס אדער פון אלטע ארטיקלען.
די קינץ איז נאר צו קענען גוט איבערשרייבן און צולייגן גוטע ספייסעס.

דער בליץ תשרי
כאב פונקט געליינט די חודש תמוז בליץ וואס כאב געזען ביי איינעם. כ'מיין אז זיי טרעפן לעצטענס אינטערעסאנטערע טאפיקס צו באשרייבן, מער ווי אין זייער ערשטע יאר צוויי. אבער ס'פעלט נאך פראפעשענליזם, ס'היבש קינדעריש די גראמאטיג/ספעלינג מיסטעיקס לרחצה. איין זאך דענק איך דארט האבן זיי באשריבן סטארבאקס קאפי קאמפעני, שרייבן זיי אז מענשטן פארברענגען אנגענעם איינער מיט'ן אנדערן ''העכער'' א שאל קאווע. ריכטיג איז צו שרייבן "איבער"
דער ארטיקל דעם חודש פון דעם אידישען שפיטאל אין בערלין איז הערליך און גאר אינטערעסאנט.
נו וואס זאגט איר, זענען זיי אויפ'ן וועג ארויף? האבן זיי אויפגענומען נייע שרייבער?
כ'ווייס אליינס נישט. כ'האב מורא אז זיי האבן אויפגענומען נייע שרייבער אבער זיי האבן נאך דעם זעלבן אלטן בעל מגיה, ווייל אפאר ארטיקלן זענען הערליך און שפאנענד בעת אנדערע זענען באבעריש און גרילצן אין די אויערן.
מיינסט אין די אויגן...
הייסט דו זאגסט אז ביי געוויסע ארטיקלען מאכט דער מגיה יא א גוטן דזשאב? אדער מיינסטע צו זאגן אז דער תוכן גריצעלט

מיר גרילצט צו הערן / ליינען דעם ווארט פראנאונסד "גריצעלט".
דו מערסטע נארישע אויסגאבע ס'איז נאר דו צו באקומען.
אויב טרעפן זיי שוין יא עפעס א גוטע נושא. צוטיילן זיי עס אויף אפאר פארזעצונגען.
אגב, דו בעל הבית פון דער בליץ, א סאטמארער מיט א שטאפענע היט, האט מיר אליינס מודה געוועהן,
אז דעיס וואס זיי שרייבען אז ס'ווערט איבערגעקוקט דורך מחנכים משפיעים מורה הוראה. מיינט עס אים אליין.
בין איך דען נישט א מחנך און מיין הויז?....
כ'האב זיין ווערטער איבערגעגעבן פאר שמעון ראלאניצקי
ואידך פירושא...
רשעים, משיגי גבול, מחרחרי ריב פארן וועלן אונטערברענגען דער שטערן און שפאקטיוו

סאו וואטמשיגי גבול
????
זייער גאנצע מהלך און אויסשטעל און וואספארע מיני ארטיקלען און דער גאנצע איידיע קומט פון דער שטערן שפאקטיוו
דאס איז נארישקייטן, ביזט אפשר שמעון ראלניצקי?
די צייטונג איז אויך א מסיג גבול פון דער איד

באקומען א טוויט פון א בעסערע בילד פונעם קאווער
<a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/374602079890722816/photo/1">https://twitter.com/hasidic1/status/374 ... 16/photo/1</a>
קען איינער זאגען איבער וואס די ארטיקעל פון הירש איז געבעיסט?
כקען נישט פארשטיין פארוואס איינער איז זיך גרייט צו באשרייבען זיינע צרות אין פאבליק

די ארטיקל אונטן איבער די אידן אין בערלין אונטערן שוץ פון די נאצי'ס, איז געשטאנען אין די ערשטע אדער צווייטע אויסגאבע פונעם בליץ.
גייטס לערנען מיט די חזרה חברים!
גייטס לערנען מיט די חזרה חברים!
דער בליץ דער חודש חשוון באשרייבען זיי דער שטאט בודאפעסט.
און דער עפילאג שרייבען זיי, אז ס'איז שוין דא דארט בנינים דירות
מוסדות. טא, אפשר זאל מען דארט מאכען דער נייע אידישער ישוב
שטעטל. ממש הומראסטיש, גאר פאני. נעבעך א קליין קעפיק שרייבער.
להערה בין איך מוחה ווי זיי באטיטלען הרה"ק רבי ברוך האדמו"ר ממונקאטש זי"ע
פלעין ר' ברוכ'ל. איז ער אפשר ענקער חבר? שעמט'ס ענק. נאך אזוי חשוב געוועהן
ווי דו היינטיגע ווילי רעביס, וואס ווערן באטיטעלט כ"ק אדמו"ר.
אן אויסגאבע אן קיין שום קלעסס און דיגניטי.

די בליץ האט אסאך מאל גאנצע שטיקער פון די אידישע פלאם ווארט ביי ווארט, די גאנצע אויסשטעל - וועג פון (נישט) שרייבען איז די זעלבע ווי דער פלאם,
איך מיין אז עס איז די זעלבע בעל הבית?
איך מיין אז עס איז די זעלבע בעל הבית?
דער בליץ פון חודש כסליו,
עס שטערט מיר זייער, ווען איך זעי ווי מען מעקט בילדער, זיי לייגן אריין בילדער פון א מענטש, סטייטש אז מען מעיג, אבער פליצליג כאפט א הירהור תשובה, כאפט מען א רינדיגן לעכל מאכר, און מיט א לשם יחוד אראפ מיטן קאפ, און עס ווערט מותר, אלזא פארשטייען מיר שוין אז דער בליץ מיט בילדער איז א סתורה, גיט אבער וואס איז דער פשט אז עס איז יא דא בילדער, און דייקי בילדער וואס זענען זייער אפענסיוו, בילדער פון דו סאמע טמאים שבאימות העולם, און אין פוצה פה לשטן, פארוואס ברויכען זיי אריין לייגן בילדער פון יאשקען מיט דו צוועלעף דיסייפלען, ווי איז דאס דערהערט געווארן, ווען אזא זאך וואלט פאסירט און דו שטערן אדער דו שפאקטיוו וואלט דאך דו וועלט געשוידערט, און ביי דער בליץ איז עס מותר, פארוואס האבן זיי דארט ביי דעים בילד נישט גברויכט ניצן דעים לעכל מאכער.
ווי איז דו פרוי וואס איז זייער מקפיד אויף נאקעטע קאראקטארן, א שטייגער ווי נאקעטע פענגווין'ס, זיי האבן אפילו א בילד, ווי איין פענגווין קיקט ווי מען טאר נישט, אן אנדערן בילד ווי א פענגווין ווערט פארגעוואלטיגט.
איך פריוו ארויפלייגן דו בילדער איך מאך דערווייל מיט
דו בילד איז פון גוגל, זיי האבן אריין געלייגט דו בילד אן קיין קאלירן אינעם ארטיקל פון זאלץ מינעס

האט דער בליץ נאכגעשריבן די נייעס פון ק"ש?
עס קוקט מיר אויס אז מען האט גענומען די נייעס פון דא, און נאר אביסל פארדרייט די ווערטער. איך פארשטיי פארוואס ער האט געטוישט פון "פריינדינע" צו "זיין פרוי"; אויך פארשטיי איך אז ער האט געטוישט פון "נישט געפאניקט" צו "יא געפאניקט", כדי עס צו מאכן מער דראמאטיש; אבער בדרך כלל קוקט עס אויס נאכגעשריבן פון דא.
דא האב איך געשריבן ווי פאלגענד:
.
דא האב איך געשריבן ווי פאלגענד:
שמעקעדיגא מאן (זעהט אויס ער האט גענומען שלאף-פילן) איז איינגעשלאפן אויף א פליגער אינמיטן פליען, און געבליבן שלאפן ביז נאכדעם וואס יעדער איז אראפגעגאנגען, די פליגער איז געווארן פארשלאסן און פארלאשן די לעקטערס... און ער האט זיך שפעטער דערוועקט מיט א פחד אין א פארשלאסענעם טונקעלע פליגער...
אבער ער זאגט אז ער האט נישט געפאניקט. ער האט געזוכט אין די טונקל די בית הכסא, וואס איז צו מזל געווען אפן.
דערנאך האט ער געקאלט זיין פריינדינע, וועלכע האט אנגעהויבן לאכן פון אים, נישט גלויבנדיג די געשיכטע, און אים געהייסן אויפהערן טרייבן קאטאוועס פון איר. אבער ער האט געשריגן אז ס'איז ערנסטע מעשיות...
צופעליג האבן עטליכע מעינטענענס ארבייטער געעפנט דעם פליגער, און זענען ערשטוינט געווארן פון וואס זיי האבן געטראפן.. און ער איז ענדליך באפרייט געווארן.
.
זיי האבן דיר טאקע נאכגעשריבן ווייל ביידע פון ענק באריכטן עס נישט גוט. מ'האט נישט "פערצופאל" געפנט דעם פליגער פאר מעינטענעס, זיין פריינדינע האט אנגערופן דעם עירליין און דע פלייט קרו איז געקומען צו לויפן.
ריכטיג, אבער טראץ דעם - לייען די נייעס - האבן די מעינטענענס ארבייטער קא-אינצידענטלי געעפנט דעם פליגער און פארוואונדערטערהייט געפרעגט וואס ער טוט דא.
אבער פארוואס שרייבן זיי ענגלאנד? יוסטאן איז אין ענגלאנד? אנשטאט א יונייטעד עראפלאן לייגן זיי בילדער פון בריטיש ערוועיס? מאדנע.

שמעקעדיגריכטיג, אבער טראץ דעם, לייען די נייעס, האבן די ארבייטער קא-אינצידענטלי געעפנט דעם פליגער
Wagner reportedly called his girlfriend, who contacted the airline, which sent a crew to let him out of the dark cabin.
-
כ'האב נישט געזאגט ממש נאכגעשריבן, ער האט צוגעפוצט און אביסל מוסיף געווען, אבער עס איז גאנץ בולט אז דער תמצית און אופן קומט פון אונז.
ווי איז @יידל? אפשר קען ער נאכפארשן 😞 ❓
ווי איז @יידל? אפשר קען ער נאכפארשן 😞 ❓
כבין שיעור נישט געשטארבען פין שרעק ביים ליינען די ארטיקעל פון קינדער וואס געדענקען זייער פאריגע גלגול
וואס? האסטיך דערשראקן אז די זכרון ארבעט דיר שוין נישט?
זעיער גוט געזאגט טאמבי
ביי אינדז ווייסט מען אז דער ישמח משה האט געדענקט ווער ער איז געוועהן ביים חורבן ביהמ"ק און ביי די מחלוקה פון קורח און לעבען וועם ער איז געשטאנען ביי קבלת התורה
אבער סתם מענטשען זאלען געדענקען? און נאכדעצי מיט אלע דיטעילס, וואס ווי מען זעהט איז עס אמת? סהאט מיר געמאכט טשילס
ביי דע וועי טאמבי זאג אויס ווער און וואס ביסטי געוועהן אין פריערדיע גולגיל?

די בליץ איז נישט ווערד דאס פאפיר אויף וואס ס'איז געדרוקט.
קרעקערביי דע וועי טאמבי זאג אויס ווער און וואס ביסטי געוועהן אין פריערדיע גולגיל?
איך בין נאך אסאך מסופק דערין. אבער מסתמא בין איך געווען אזא סארט צימערמאן, דערפאר איז מיין לעבן אזא גיהנום.
עה, מיין לעבן איז ברוך השם געוואלדיג! מסתמא בין איך א צימערמאן געווען, און זה שכרו.
איך זאג "איך האב מורא פונעם שטארבן, אויב וועל איך נישט קענען צוריק מגולגל ווערן נאכאמאל אין "טאמבל סאס!"