"דער בליץ" מדי חודש בחודשו
216 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #920
ברויןגעקויפט "דער בליץ" דעם ערשטן מאל איך בין אנטוישט ביזן ביין.
פארוואס ער הייסט קאמפעטישן פארן שטערן ווייס איך נישט. איך וואלט אים געשטעלט אלס קאמפעטישן פון די "גוט שבת"
דאס איז טאקע די פראבלעם, אז מ׳פארגלייכט עס צו א צווייטן, אבער ניין, ס׳איז הימל אין ערד פונעם צווייטן, לא מיניה ולא מקצתיה, נו ווער זאגט ס׳מיז זיין ווי דער שטערן? אין וויבאלד ס׳נישט ווי דער שטערן טאר מען שוין נישט הנאה האבן דערפון? אז מ׳ערווארט נישט ס׳זאל זיין ווי דער קאמפעטישן קען מען עס ענדשויען
זייט איך האב מיר געטראפען דא אין קאווע שטיבעל דעפענדען דער בליץ (איך בין בטבע מבקש דעם נרדף אזוי בין איך געווען אויך ביי בני יואל כאטש איך האב זיי בעצם נושט ליב) האב איך מיך געשפירט חוזק אז איך וייס נישטאמאל ועם איך דעפענד און די לעצטע פאר חדשים האבעך אנגעהויבען קויפען אויך די בליץ= סאיז נושט די שטערן אין אפילי נושט די שפאקטיוו אבער סאיז זייער א גיטע צייטשריפט ספעשעל פאר די ואס האבען נושט קיין עקסעס צי די נעט
דע ואס פארפירען קעגן די בליץ זעט מען קלאר זיי האבען א אגענדע
חוץ פין ואס כהאב שוין געשריבען פריער אז טייל פין דע וואס פארפירען קעגן די בלאט אין אנדערע צייטונגען זענען שרייבערס אין מגיהים ואס האלטען אז אויב מען נעמט וען זיי צי טין די ארבעט ואלט עס געווען בעסער ודל
קרעקער איך לייען נישט קיין איינס אבער אויב איז אמת וואס די קריטיקירער פון די בליץ שרייבן דא אז דער בליץ האט נישט קיין מגיהים און זיי ספעלען שלעכט וואלט פון דיין תגובה אויסגעקוקט ווי דו ביזט א שרייבער דארט... מילא האסטע דאך א נגיעה.
א זייטיגע קשיא
קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי מען ווערט פטור פטור פון "דער בליץ" עד אין אימעיל מידי חודש בחודשו?
איך פארמאג דריי אימעיל אדרעסן און זיי לאזן נישט נאך. וויפיל מאל איך בעט זיך צו זיי בתחנונים הערט אויף מיט די ספעם. יעדן חודש שיקן זיי אויפסניי א אימעיל צו אלע אימעיל אדרעסען און דערציילן די בשורה טובה אז עס איז שוין דא צובאקומען.
איך פלעג אויך באקומען אימעילס פון די בליץ, און איך האב ריפלייט מער ווי איינמאל אז מען זאל מיר אראפנעמען, אבער סוף כל סוף האט עס געהאלפן.
פיינע קאוועא זייטיגע קשיא
קען מיר איינער אנצייגן וויאזוי מען ווערט פטור פטור פון "דער בליץ" עד אין אימעיל מידי חודש בחודשו?
איך פארמאג דריי אימעיל אדרעסן און זיי לאזן נישט נאך. וויפיל מאל איך בעט זיך צו זיי בתחנונים הערט אויף מיט די ספעם. יעדן חודש שיקן זיי אויפסניי א אימעיל צו אלע אימעיל אדרעסען און דערציילן די בשורה טובה אז עס איז שוין דא צובאקומען.
📎 Capture.PNG
איך קויף נאך אמאל די בליץ ווען איך ענדיג לייענען דער שטערן, אדער ווען ס'קומט ארויס פארדעם פשוט ווייל איך דארף האבן וואס צו לייענען. אבער יעדעס מאל וואס איך ענדיג לייענען דארט א ארטיקל רעג איך מיך פון דאס ניי. ס'איז ממש בעל תשחית יעדע ארטיקל וואס זיי שרייבן! זיי לייגן ממש צוגרינט די ארטיקלען! איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן א אויסגאבע וואס נעמט די בעסטע נושאים און באשרייבן עס אזוי שלעכט אז ס'פארגייט די אפעטיט ווייטער צו לייענען.
איך בין נאר נייגעריג ווי אזוי איז זיי געלונגען צו טרעפן אזעלכע אומטויגליכע און אומגעלונגענע שרייבערס?
נידער מיט די בליץ! לאמיר זיי אלע באיקאטירן און באנקראטירן.
קרעקערזייט איך האב מיר געטראפען דא אין קאווע שטיבעל דעפענדען דער בליץ (איך בין בטבע מבקש דעם נרדף אזוי בין איך געווען אויך ביי בני יואל כאטש איך האב זיי בעצם נושט ליב) האב איך מיך געשפירט חוזק אז איך וייס נישטאמאל ועם איך דעפענד און די לעצטע פאר חדשים האבעך אנגעהויבען קויפען אויך די בליץ= סאיז נושט די שטערן אין אפילי נושט די שפאקטיוו אבער סאיז זייער א גיטע צייטשריפט ספעשעל פאר די ואס האבען נושט קיין עקסעס צי די נעט
דע ואס פארפירען קעגן די בליץ זעט מען קלאר זיי האבען א אגענדע
חוץ פין ואס כהאב שוין געשריבען פריער אז טייל פין דע וואס פארפירען קעגן די בלאט אין אנדערע צייטונגען זענען שרייבערס אין מגיהים ואס האלטען אז אויב מען נעמט וען זיי צי טין די ארבעט ואלט עס געווען בעסער ודל
אזעלכע שטותים צדיקל..
וואס האט עס מיט אגענדע איינגעשטויסן? קיינער האט נישט ליב א אויסגאבע וואס מאכט חוזק פון די מענטשהייט.
ווייסטו וואס. יא אוואדאי אגענדע. מיין אגענדע איז צו זען די בליץ אין דר'ערד, וויבאלד זיי חזער'ן ארויס געלט פון מענטשן פאר בלויזע דרעק, און שטעלן צו גארביטש, ח"י פעמים קאק. לופטיגע הוילע פירקלערייען. זיי פארשעמען די אידישע שפראך, און זיי פרובירן בלויז אונטערצוהאקן דער שטערן.
וואסערע חלום זאל איך האבן אז זיי זאלן מיך אויפנעמען פאר א שרייבער אדער מגיה? מיינסט אז יעדער דא ליגט אין בעט און קלאצט אפ דעם טאג זייענדיג ארבטעסלאז? רעב איד. מענטשן האבן ב"ה בעסערע פרנסות ווי ווערן א פארדרעקטער שרייבער און אונטער ווישער פאר די בליץ.
מיין שכן האט מיר געבארגט דעם נייעם בליץ פון דעם חודש און בלעטערנדיג האב איך נישט געוואוסט צי איך זאל לאכן אדער וויינען.
אבער קודם האב איך גענומען א שיינע בילד וויאזוי איין ארטיקל ענדיגט זיך: טוב לי תורת פיך מאלפי זהב
וחסד... אויב קען איינער כאפן צי דאס דארף צו זיין א מליצה אדער וואטעווער, לאזט זיך הערן.
📎 100.jpg
לכאורה איז דער טעות דירעקט אלט׳ס עין הרע ווי דער רויטער בענדעל אויפן קינד.
איך נאר גענומען דעם בליץ אין האנט די וואך און זיך פשוט פארעקלט נאכן זען די גרויסע אומבח'נטע בילדער וועלכע זיי צעשמירן אויף יעדן בלאט. און די גרויסע אויתיות, צעשפרייטע שורות וואס זיי ווארפן צו פאר א ביינדל.
ס'עסט מיך דאס געזונט... רעד שוין נישט פון די ליידיגע אינהאלט מיט וואס זייערע ארטיקלען צייכענען זיך אויס.
.
אנאנים, א חוזק שאין כמוהו! אומגלויבליך!
עס האט זיך מיר שוין עטליכע מאל געדאכט אז איך זע דארטן ארטיקלעך וואס זענען שוין פריער געווען אין אידיש, אבער עס האט זיך געקענט דאכטן אז אפשר האט עס שוין אמאל די צייטונג באשריבן יארן צוריק אין קורצן וכדומה, אבער יעצט זע איך אז עס איז ממש גענומען ארטיקלעך וואס איז שוין געלאפן און פשוט איבערגעלייגט בלי שום שינוי או חידוש כלל וכלל. און טאקע מיט די טעותים... און מילא ער גנבעט עפעס פון אידישע ליכט תשט"ו אדער אפילו נ"ב, אבער צו איבערלייגן עפעס וואס געווען געדרוקט ממש אין זעלבע סארט אויסגאבע, וואס די ג עס איז נאך ערשינען קוים צוויי יאר צוריק. אנבעליוועבל ווי מען האט זיך דערקייקלט צו מאכן חוזק פון ליינער.
איך זע אויך ווי ער האט ממש נאכגעמאכט דעם קעפל מיט ממש די זעלבע ווערטער: "ישיבת חכמי לובלין צוריק נתחדש געווארן אלס מקום תורה ותפילה פאר אידן". ניטאמאל האט ער געוואלט אוועקגעבן די צוויי מינוט צו איבערקוקן און עפעס מחדש זיין
די זעלבע האט ער אויך נאכגעשריבן גענוי די זעלבע קעפל ביי די אנדערע ארטיקל פונעם פלאם: "דער הייליגער כתב יד פונעם ש"ך ווערט אנדעקט אין מאנסי". און כדי צו זיכער מאכן אז ער רירט זיך טאקע נישט אוועק קיין קוצו של יו"ד האט ער אפילו געלאזט דעם אמעראצעסדיגן אויסלייג "אנדעקט" און חלילה נישט צוגעלייגט דעם ט' אין "אנטדעקט".
איך קען מיך פארשטעלן אז ער האט ניטאאמאל איבערגעקוקט דעם ארטיקל אינעווייניג. טו מיר א טובה און קוק נאך צי שטייט נישט ערגעץ א דאטום, ווי למשל "פאראיאר איז געווען א מיטינג" וכדומה, ווייל עס איז מסתמא דאס אויך געבליבן די זעלבע. פונקט ווי "וחסד"...
און נאך די חוצפה פון גיין שרייבן די ווערטער "אויסשליסליכער באריכט" אויף אן ארטיקל וואס איז נאכגעשריבן פון א אידישע מאגאזין צוויי יאר פריער, דאס איז געפערליך.
און אגב, אז דו האסט יא אוועקגעלייגט פארשידענע אלטע אויסגאבעס, האסטו נאך לכ' אסאך אנדערע ארטיקלעך וואס זענען איבערגעלייגט געווארן וואס דו קענסט אפירקראצן.
ווען דער בליק/פלאם וואלטן געוואוסט עתידות, וואלטן זיי זיך געקענט אדווערטייזן ווי פאלגענד: "ביי אונז קענט איר לייענען גאר אינטערעסאנטע בליץ ארטיקלעך מיט פינף יאר פריער!"
איך האף נאר אז די בליץ שרייבער לייענען דא, און זען זייער שאנדע אין פרצוף.
ליידיגע צייט דא צו קוואקען, האבן זיי דאך זיכער. זינט זיי דארפן נישט אריינלייגן צופיל ארבעט אין זייערע ארטיקלען. ווי מיר זען שוין דא..
א שאנדע און א שפאט..
אגב, מען דארף זאגן פאר מר. אנאנים פון אונזער שטיבל אז ער קען גרינג ווערן א מיליאנער. ער דארף נאר אנטראגן זיין סערוויס פאר "דער בליץ"...
ווער נישט אזוי עקסייטעד דאס איז מעשים בכל יום
דער באלבוס פון דער פלאם פארקויפט ארטיקלעך פון זיין אלטע מאגעזין און לייגט עס אריין אין דער צייטונג און בלאט כסדר
איי געס ער האט אנגעהויבען ארבעטען אויך פאר דער בליץ
אריינלייגען 2 קליינע אלטע ארטיקלען וען איך צייל דא אפ 9 ארטיקלען אינקלודעט די גרויסע ארטיקלען וואס זענען ניי איז נישט געפערליך
קרעקערווער נישט אזוי עקסייטעד דאס איז מעשים בכל יום
דער באלבוס פון דער פלאם פארקויפט ארטיקלעך פון זיין אלטע מאגעזין און לייגט עס אריין אין דער צייטונג און בלאט כסדר
איי געס ער האט אנגעהויבען ארבעטען אויך פאר דער בליץ
אריינלייגען 2 קליינע אלטע ארטיקלען וען איך צייל דא אפ 9 ארטיקלען אינקלודעט די גרויסע ארטיקלען וואס זענען ניי איז נישט געפערליך
אפילו אויב דאס איז מעשים בכל יום, איז עס נאך אלץ א חוצפה פון יעדן וואס טוט עס. אבער איך גלייב נאכנישט אז מען טוט דאס טאקע. אדרבא, טו ווי יאנקל, ברענג עפעס פרוף. כאטש איין משל. איך בין זייער נייגעריג צי דאס איז א גאנגבארע זאך. און נאכאמאל, אויב ער נעמט עפעס פון 15 יאר צוריק, וואלט איך פארשטאנען אויב מען דעבאטירט די מאראל דערפון. אבער פון קוים צוויי יאר צוריק? פון די זעלבע סארט אויסגאבע? וואס איז אויך פונקט אזוי ערשינען אין ניו יארק? און די גאנצע חילוק צווישן זיי איז איין ק' (בליק-בליץ)? און נאך דעם אלעם גייסטו חוזק מאכן און שרייבן "
אויסשליסליכע באריכט"?... (אפשר קען מען אים דן זיין לכף זכות אז ער ווייסט נישט פונקטליך די באדייט פון "אויסשליסליך"... סאו לאמיך דיר יעצט ערקלערן. עס מיינט "עקסקלוסיוו". נאך אלץ נישט גענוג קלאר? עס מיינט אז דער באשרייבונג איז א באשרייבונג/אינטערוויו איז געמאכט געווארן ספעציעל פאר די צייטונג און עס ערשיינט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ די טעמע מיט די אינפארמאציע. יעצט אויב עס איז שוין געלאפן די זעלבע זאך עטליכע יאר פריער, איז נישטא קיין גרעסערע וויץ ווי שרייבן דאס ווארט "אויסשליסליך". שטימט?)
און נישט נאר איין ארטיקל, נאר צוויי? און עס איז נישט דא ניין ארטיקלעך, נאר 4 אדער 5, אויסער אויב ביי דיר ווערט גערעכנט א בלעטל פון "30 אינטערעסאנטע פאקטן" אלס אן "ארטיקל". פלאס וואס דער ישיבת חכמי לובלין ארטיקל איז נאך די לענגסטע פון אלע ארטיקלעך.
האלטסט טאקע אז דאס איז נארמאל?
שרגאאגב, מען דארף זאגן פאר מר. אנאנים פון אונזער שטיבל אז ער קען גרינג ווערן א מיליאנער. ער דארף נאר אנטראגן זיין סערוויס פאר "דער בליץ"...
מר ארכיוויסטנ'ס ארטיקלען זענען דאך אויך שוין באשריבן געווען אין פארשידענע פלעצער. איך געדענק קלאר אז די וויליאמסבורג בריק ארטיקל האב איך שוין ערגעצוואו געלייענט אמאל, כ'געדענק נישט צו אין א שטערן, אדער א אלטע בליק..
נו מסתמא דאס מיינסטו טאקע, דער בליץ וועט זיך מחיה זיין מיט זיינע אלטע ווערק, ישן נושן איז נאך בעסער ווי חדש..
כ'זע נישט די רוישיג'קייט פונעם סקאנדאל, בסך הכל האט דער בליץ שרייבער גענוצט אן ארטיקל וואס 'ער אליין' האט שוין געהאט געשריבן - אין א צווייטע היבש אומבאקאנטע מאגאזין - אפאר יאר צוריק, נו מה כל הרעש?
ווען מ'האקט אויף זיין עצם שרייבן קענטעניס פארשטיי איך, אבער נוצן איין אייגענעם ארטיקל וואס איז שוין געלאפן, כבר היה לעולמים (אפי' אין שטערן שפאקטיוו, טאקע מער זעלטן אבער ס'שוין געווען)
קרעקערווער נישט אזוי עקסייטעד דאס איז מעשים בכל יום
דער באלבוס פון דער פלאם פארקויפט ארטיקלעך פון זיין אלטע מאגעזין און לייגט עס אריין אין דער צייטונג און בלאט כסדר
איי געס ער האט אנגעהויבען ארבעטען אויך פאר דער בליץ
אריינלייגען 2 קליינע אלטע ארטיקלען וען איך צייל דא אפ 9 ארטיקלען אינקלודעט די גרויסע ארטיקלען וואס זענען ניי איז נישט געפערליך
כשרגא ועוד
א צייטונג איז געמאכט פאר נייעס, איצטיגע געשעענישן, עדיטאריעלס, אדווערטייזמענטס, די באשרייבונגען און היסטאריע ארטיקלען איז נאר א צוגאבע ממילא איז נישט אזוי געפערליך אז ער האט אלטע ארטיקלען, ער איז נישט געבויט אויף דעם און ער פארקויפט דיר גענוג אייגענע זאכן
דער בליץ און אלע אנדערע מאגאזינען באשטייט נאר פון די סארט באשרייבונגען איז עס א נערישקייט און אן עוולה סתם צו קפי פעיסטן ארטיקלען פון אלטע אויסגאבעס
קאנצעפטכ'זע נישט די רוישיג'קייט פונעם סקאנדאל, בסך הכל האט דער בליץ שרייבער גענוצט אן ארטיקל וואס 'ער אליין' האט שוין געהאט געשריבן - אין א צווייטע היבש אומבאקאנטע מאגאזין - אפאר יאר צוריק, נו מה כל הרעש?
ווען מ'האקט אויף זיין עצם שרייבן קענטעניס פארשטיי איך, אבער נוצן איין אייגענעם ארטיקל וואס איז שוין געלאפן, כבר היה לעולמים (אפי' אין שטערן שפאקטיוו, טאקע מער זעלטן אבער ס'שוין געווען)
די רעש איז אז ער האט זיך אפילו נישט באמיעט צו איבערקוקן די ארטיקלן און איר אויסבעסערן.
און דעק רעש איז אויך אז ער בעט 6 דאללער כאילו ס'עפעס פרישע ווערק. און די רעש איז אויך וויאזוי מענטשן קענען צאלן 6 דאלער פאר דרעק. און די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.
זר זהבאון די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.
דער רעש איז ווייל מענטשן פארגעסן
נישט אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט 2 יאר צוריק.
זר זהבאון דעק רעש איז אויך אז ער בעט 6 דאללער כאילו ס'עפעס פרישע ווערק. און די רעש איז אויך וויאזוי מענטשן קענען צאלן 6 דאלער פאר דרעק. און די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.
און די רעש איז אויך, וויאזוי ער קען שרייבן אזא אויפרייסערישע ערשטע בלעטל יעדע וואך, זיך גרויסהאלטנדיג מיט זיין איינציגקייט און ספעציעלקייט, און דערביי באהאלטענערהייט צוווישן די שורות אוועקמאכן דער שטערן (וואס איז די ארגינעלער סיבה פארוואס ער האט זיך געגרינדעט) מיט דעם אז זיינס טוט 'נישט' באשרייבן די שיינקייט אדער ברוטאליטעט פון די גוים, און 'נישט' לייגן בילדער פון גוים וכו'. אבער שטעלט צו די בעסטע תוכן פאר אירע לייענער.
נפתליזר זהבאון די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.
דער רעש איז ווייל מענטשן פארגעסן
נישט אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט 2 יאר צוריק.
אדער ווייל "שרייבער" פארגעסן וואס זיי האבן געשריבן פאר צוויי יאר צוריק.
נפתליזר זהבאון די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.
דער רעש איז ווייל מענטשן פארגעסן
נישט אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט 2 יאר צוריק.
ביזט ראנג! יא, אוודאי די וואס ליגן אליין אין שרייבערייען פארגעסן נישט, איך רעד אבער פונעם המון עם וואס ווייסן נישט גארנישט.
זר זהבאיך רעד אבער פונעם המון עם וואס ווייסן נישט גארנישט.
פאר מיר איז דאס ענדערש א מעלה. וויבאלד איך לייען צוזאם אזוי סאך, פארגעס איך אסאך מאל וואס איך לייען. ווען איך ליין עס איבער שפעטער, דערמאן איך זיך אז כ'האב שוין אמאל געלייענט עפעס דערפון, אבער דאך לייען איך עס איבער מיט א פרישקייט.
און שפעטער קען מען מאכן אסאך געלט..... מען דרוקט עס איבער 2-3 מאל פארן זעלבן דור לייענער, און שפעטער דרוקט מען איבער פון די "ארכיוון" פארן קומענדיגן דור.
וויאזוי זאגט מען נאר.. בורא נפשות רבות וחסרונן.... להחיות בהם נפש כל חי... דורך דעם וואס איז "וחסרונן", מענטשן האבן פעלערן (זיי פארגעסן וואס זיי האבן געלייענט, און נאך אנדערע משוגעת'ן), דורך דעם איז להחיות בהם נפש כל חי, האבן אסאך מענטשן פרנסה.
דאס איז גוט ווען מ'דריקט איבער פאר'ן נעקסטן דור, און א דור איז נישט 2 יאר.. ס'איז 20 יאר. און ווי אויך האב איך אלץ געוואוסט אז ריסייקעלד סחורה איז ביליגער, די בליץ פון די חודש בעט די זעלבע 6 דאללער.
[ציטאט אראפגענומען]
הוא אשר דברנו! ער מאכט נישט חוזק פון קיינעם, נאר פון דיר און פון נאך אפאר געציילטע ליטערעט חברה אין די פיעלד. און איך דעפענד אים נישט! איך זאג נאר וואס פארא פערדן די לייענער קלייענטעל זענען און אזוי קענען זיי רייטן אויף אונז!
מיך איז אינטרעסאנט צו וויסן וויאזוי די ביילייכטונגען למשל האט יעדע וואך פון אנפאנג א פרישע מעשה פון א צדיק לכבוד שבת, שוין באלד דריי דורות (א זיידע, זון, אייניקל) צודען האט מרת וואלערשטיין א פרישע מעשה יעדע וואך, אדער קאפירט זי אויך פון אלטע ביילייכטונגען? כ'האב קיינמאל נישט גענומען די מיה עס נאכצוטשעקן, אבער כ'בין זיכער זי איז אויך נישט אזוי ריין.
דער בליץ מאכט לכאורה פרנסה, ווען נישט וואלט ער שוין לאנג צוגעשפארט. אלזא מוז מען צוקומען צום אויספיר אז ס'איז דא גענוג מענטשן (לאמיר זאגן 2800 בערך) וואס קעירן נישט פאר ספעלינג מיסטעיקס/עכטע דזשורנאליזם, און וואס האבן נישט געליינט די בליק און ס'גייט זיי נישט אן אז ס'איז שוין דארט געלאפן...
קאנצעפטדער בליץ מאכט לכאורה פרנסה, ווען נישט וואלט ער שוין לאנג צוגעשפארט. אלזא מוז מען צוקומען צום אויספיר אז ס'איז דא גענוג מענטשן (לאמיר זאגן 2800 בערך) וואס קעירן נישט פאר ספעלינג מיסטעיקס/עכטע דזשורנאליזם, און וואס האבן נישט געליינט די בליק און ס'גייט זיי נישט אן אז ס'איז שוין דארט געלאפן...
ואל זה בכה זר זהב
איך וויל נישט דוקא פארטיידיגן דעם בליץ, אבער איך זע אויך נישט די ביג דיעל. זיי האבן גענומען שיינע ארטיקלעך וואס איז שוין געלאפן ערגעץ צוויי יאר צוריק און איבערגעלייגט אז מענטשן זאלן נאכאמאל קענען הנאה האבן. אויב איינער האט יענץ פארפאסט, קען ער עס יעצט ליינען. און ווער עס האט שוין געליינט די צוויי ארטיקלעך, קען גיין צו די אנדערע ארטיקלעך.
נאר מיך באדערט עפעס אנדערש: אויב נעמסט שוין אלטע ארטיקלעך, נעם כאטש מעכטיגע ארטיקלעך. נעם אזעלכע וואס איך וואלט אפילו געקענט באשטיין איבערצוליינען. אבער צו נעמען די אויסגעדראשענע טעמע פון ישיבת חכמי לובלין און איבערלייגן, איז דאך סתם א שאד די גאנצע פארברעכן. עס איז ווי גנבענען דזשעלי-בינס...
מוראדיגאיך וויל נישט דוקא פארטיידיגן דעם בליץ, אבער איך זע אויך נישט די ביג דיעל. זיי האבן גענומען שיינע ארטיקלעך וואס איז שוין געלאפן ערגעץ צוויי יאר צוריק און ווער עס האט שוין געליינט די צוויי ארטיקלעך, קען גיין צו די אנדערע ארטיקלעך..
וו
אס ?????
פארוואס זאלן זיי נישט געבן א דיסקאונט פאר די וואס האבן שוין געלייענט די 2 ארטיקלען?!?! וואס הייסט "גיי צו די אנדערע ארטיקלן?!?
זר זהבמוראדיגאיך וויל נישט דוקא פארטיידיגן דעם בליץ, אבער איך זע אויך נישט די ביג דיעל. זיי האבן גענומען שיינע ארטיקלעך וואס איז שוין געלאפן ערגעץ צוויי יאר צוריק און ווער עס האט שוין געליינט די צוויי ארטיקלעך, קען גיין צו די אנדערע ארטיקלעך..
וו
אס ?????
פארוואס זאלן זיי נישט געבן א דיסקאונט פאר די וואס האבן שוין געלייענט די 2 ארטיקלען?!?! וואס הייסט "גיי צו די אנדערע ארטיקלן?!?
און אויב האסטו אמאל סתם אזוי נישט ליב אן ארטיקל ווייל דיך אינטערעסירט למשל נישט די "טראנספארמירונג פון רוסלאנד'ס עקאנאמיע", ווילסטו אויך א דיסקאונט? ניין, דו גייסט פשוט צו די אנדערע ארטיקלעך. די זעלבע איז אויב דו ווילסט עס נישט ליינען וועגן אן אנדערע סיבה, ווי ווייל עס איז שוין אמאל געשטאנען ערגעץ.
ס'א פארגלייך? פליז!
קאנצעפטדער בליץ מאכט לכאורה פרנסה, ווען נישט וואלט ער שוין לאנג צוגעשפארט. אלזא מוז מען צוקומען צום אויספיר אז ס'איז דא גענוג מענטשן (לאמיר זאגן 2800 בערך) וואס קעירן נישט פאר ספעלינג מיסטעיקס/עכטע דזשורנאליזם, און וואס האבן נישט געליינט די בליק און ס'גייט זיי נישט אן אז ס'איז שוין דארט געלאפן...
און וואס קויפן דאס, ווייל די טריפה'נע שטערן וועט דאך חלילה אוועק'הרגענען זייערע קינדער, און דא שרייט די בליץ מיט קידוש החמה אויתיות, אז זיי זענען דעם צדיק'ס מענטעלע.. און אייערע קינדער וועלן דאדורך באקומען א אויסטערלישע חשקות התורה.
יעדע חודש נאכאמאל גייסטי עס בארגען פין א שכן נאר צי געבען א קיק אריין און זיך אויפעסען דעם געזינט? = קאמ-אן
קיינער צווינגט קיינעם נישט גארנישט צי קויפען ווילסט נישט קויף עס נישט און בארג עס נישט פין שכן און לאז געמאכט
עס קימט ארויס מסתם זענען דא ליינער דערערד ליגערס וואס פאר זיי איז עס יא גיט, זארג דיך נושט אזוי שטארק פאר זייער 6 דאלער
איך האב נישט קיין שום ציל אוועקציגעבען אזויפיל שעהן צו פארשאפען אלטע מאגעזינס צו קענען נאכקאפיען ווי צענדליגער ארטיקלעך פין דער פלאם זענען ערשינען נאכ אמאל אין דער בלאט און צייטונג ., אדרבה פרעג יש"ד ער האלט עס נישט פאר א סוד ווי געזאגט סאיז מעשים בכל יום דעק פליז אויף בעסערע שקאנדאלען ווי דעם
איך קער נישט, איך זעה עס אין געשעפט און ס'מיינט נישט מיר. 6 דאללער לוינט נישט צו צאלן אפילו פאר'ן שטערן, אין מיין רייכן אפיניאן.
קענסט עס בארגען פין דיין שכן......
זר זהב6 דאללער לוינט נישט צו צאלן אפילו פאר'ן שטערן, אין מיין רייכן אפיניאן.
דאס דארף א באזונדערע אשכול.
שוין מערערע מאל האט עס מיר געמאכט טראכטן -
א צייטונג האט באלד 3-4 מאל אזויפיל חומר ווי די אלע אויסגאבעס יעדע איינציגע וואך, און עס קאסט קוים צווי אדער צוויי-אהאלב דאלער.
ווי איז דאס מעגליך?
איז עס די פילע אדווערטייזמענס וואס מאכט דעם חילוק?
בפרט אז מען שמועסט דאך דא לעצטנס אז די עדס גייט אריין פאר חצי-בחנם!
האיך יתקיימו שניהם?
אבער ווי געשמועסט, דאס דארף א באזונדערע אשכול ענבים.
ס'קען זיין מערערע סיבות. ערשטענס צייטונג פאפיר איז סאך ביליגער און זיי פארקויפן מער קאפיעס ווי א 6 דאלערדיגע אויסגאבע.
זר זהבנפתליזר זהבאון די רעש איז אויך וויזוי מענטשן פארגעסן אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט א 2 יאר צוריק.
דער רעש איז ווייל מענטשן פארגעסן
נישט אזוי שנעל וואס זיי האבן געליינט 2 יאר צוריק.
ביזט ראנג! יא, אוודאי די וואס ליגן אליין אין שרייבערייען פארגעסן נישט, איך רעד אבער פונעם המון עם וואס ווייסן נישט גארנישט.
ליין איבער מיין תגובה און זאג מיר וואס איך האב געזאגט ראנג
די נייע תשרי בליץ איז דא און זעהט אויס זייער אינטערעסאנט מיט א פאר היימישע לאכעדיגע פניםער אויפען דעקל. כאב עס שוין אינדערהיים (צוזאמען מיט די שפאקטיוו) און וועל שפעטער לייגען וועגען די תוכן.
ידעןדי נייע תשרי בליץ איז דא און זעהט אויס זייער אינטערעסאנט מיט א פאר היימישע לאכעדיגע פניםער אויפען דעקל. כאב עס שוין אינדערהיים (צוזאמען מיט די שפאקטיוו) און וועל שפעטער לייגען וועגען די תוכן.
דער דעקל האט מיך אויך געצויגן, זעענדיג נעמען וואס איך האב נאכנישט געהערט פון זיי. אבער כ'קען זאגן אז נאכ'ן ליינען ווייס איך כמעט אזוי סאך ווי נאכ'ן אפליינען דעם דעקל... כ'האב ערווארטעט א באשרייבונג מיט אלע מפרשים, דעטאלן פון אלע זייטן, וויאזוי אנגעקומען דארט, וואס פארקויפט ער, זיינע חידושים, וועלכע "גרויסע קאמפאניס", און אזוי ביי די אנדערע פיגורן, אבער איך בין געבליבן נייגעריג ווי פריער (עלמיר מוזן גיין צו גוגל'ען, אבער כ'זע ער העלפט נישט צופיל אויף יענע היימישע "סעלעברעטיס".)
אגב, זעענדיג דא אן אנדערע אשכול פון הלל צייטלין, דענק איך אז ער האט א שטיק צייט אנגעפירט מיט א צייטונג גערופן: "דער בליץ". ער וואלט זיכער געביסן די ערד ארום זיין קבר פאר גרויס צער אויב וואלט ער געזען די ארעמע צושטאנד צו וועלכן "דער בליץ", אדער דאס געשריבן אידיש ווארט בכלל, האט זיך דערקייקלט.
איך ווייס נישט צו איך בין משוגע אדער האב אנדערע אויגן, אבער איך זעה נישט די ארעמקייט און אלע אנדערע חסרונות און האס וואס יעדער שפייט דא אויפן בליץ.
איך האב הנאה געהאט פון דעם ארטיקל פון די 3 פערזענליכקייטן, פון דעם חב"ד'סקער וועלכער האט געמאכט סדר אין פובליק סקול האב איך קיינמאל נישט געוואוסט און איז געווען א גרויסער חידוש פאר מיר;
זיי האבן אים די בעסטע באשריבן, מיט גאנץ אסאך דעטאלן, וואס איז מיר געווען גאר אינטרעסאנט.
ווידעראום די איבריגע 2 האב איך שוין געקענט בעפאר דעם און קיין גרויסע חידושים האב איך נישט געטראפן ביי זייער באשרייבונג.
אלע דריי סעלעברעטיס זענען שוין געווען באשריבן אין משפחה. די בילדער קומן אויך פון שפחה.
לאדיך אפאלע דריי סעלעברעטיס זענען שוין געווען באשריבן אין משפחה. די בילדער קומן אויך פון שפחה.
זיי האבן טאקע געגעבן קרעדיט פארן משפחה פאר די ארטיקל
שרגא איז גערעכט דערווייל.
כאב נאר געלייענט וועגען די רבי ואס דאווענט זייער ערלעך און האט געלייגט א מזוזה ביי גוגל אבער זיי האבען פארגעסען צו שרייבען וויפיל גוגל האט גענומען פון איהם פאר די עד וואס ער לייגט יעצט איבעראל אז ער איז א מארקעטער קאפ...
קאם אן, מע קען מאכען א בעסערע זשאב ווי עדוועטייזען דריי מענטשען אויפן דעקעל. פארוואס טראכט איך גראד אז סע נישט א באשרייבונג, נאר א עד פאר גינזבורג?