☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טשי-קאווע נייעס
טשי-קאווע נייעס
88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #908
בלאט: 1 2
פעדער » מיטוואך יוני 20, 2012 10:29 am
· #18860
טשי-קאווע נייעס
עמיצער א משוגענע גוי האט אצינד געבראכן די ביז איצטיגע רעקארד . ווען ער האט זיך אוועקגעשטעלט און געמאכט א לאאאאנגע גרעפס וואס האט זיך געצויגן 18.1 סעקנט'ס. איבערשטייגנדיג דערמיט די קוואליפיקאציעס וואס פיר אנדערע בעפאר אים האבן שוין ארויסגעוויזן.
ער האט זיך קודם אנגעשאשקעט מיט גאלאנען געזי טרונקען , און זיך אוועקגעשטעלט ביים מייק, מאכנדיג א לאנגע אויסגעצויגענע הויכע דונערדיגע גרעבעכץ, ווי ער האט שפעטער ערקלערט די געוואלדיגע חכמה וואס שטעקט דערין . זאגט ער , אז ער פרובט איינצוהאלטן דאס גאנצע לופט און עס שפעטער ארויסגעבן אויפ'ן איינגעהאלטענמסטן אופן וואס נאר שייך, אבער צונויף קלייבנדיג יעדעס איבעריג שטיקל גאז פון זיינע קישקעס, אבער געבנדיג אכטונג די זעלבע צייט נישט צושנעל ארויסצולאזן די לופט כדי די גרעפס זאל אנהאלטן פאר א שיינע תקופה.
די ארגאנעזירער רופן זיך "די ווארלד בוירפינג פעדערעישן" און האפן מיט די פראקטאצירונגען צו קענען מינמיזירן די סטיגמע וואס מענטשן האבן אויף די דאזיגע וואס גרעפצן אין פובליק. "ס'איז שוין די העכסטע צייט אז א מענטש זאל זיך קענען נאך א גוטן מאלצייט אויפ'ן מאגן, זיך אויפשטעלן און מאכן א הויכע קלארע רעבישע גרעפס,מיט ענטוזיאזם און דרייסט, און ער זאל נאך באקומען א קאמפלימענט ס'ארא שיינע גרעבעכץ ער האט פארפאסט.
אזעלכע 'פארגרעבטע' צופרעסענע גוים!!!
א קליפ פונעם לאאאאאאאאאאנגן גרעפץ
דעינעש » מיטוואך יוני 20, 2012 11:09 am
· #18873
ווען משוגע מאכט גרעפצן ...וכו;
שמואל הלוי » מיטוואך יוני 20, 2012 11:37 am
· #18880
איך האב געזעהן אין א ספר אז דער הייליגער אוהב ישראל פון אפטא פלעגט יעדן ערב שב"ק עסן פאר טועמי' א לעכאניע מיט בונדלעך און א טעטערפוצער פיש, און ווען ער האט געענדיגט עסן "גהק גהיקה גדולה ואיומה" (אין אידישער איבערזעצונג: האט ער געגרעבצט א גרויסע שרעקעדיגע גרעבטס)
ס'שטייט נישט ווי לאנג די גניחה גדולה האט גענומען, אבער דאס איז זיכער אז וויבאלד ס'שטייט "גדולה" האט עס געדויערט לענגער ווי נארמאל, און מעגליך גאר לענגער ווי 18.1 סעקונדען.
שמואל הלוי » מיטוואך יוני 20, 2012 12:14 pm
· #18897
אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.
דולה ומשקה » מיטוואך יוני 20, 2012 5:34 pm
· #18945
שמואל הלוי
אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.
גערעכט אין זמירות רזא דעובדא שטייט דער מעשה, אז "ואחריו גנח גניחה גדולה", דארט שטייט אז רבי לייזער וואלף האט דערציילט אז דער אפט'ער רב האט געגעסן 18 טעפ טשאלענט!!! אין דערנאך האט ער געמאכט דעם גניחה, רבי לייזער וואלף האב מסיים געוועהן זאגענדיק: דעם עבודת אכילה קען איך אויך נאכמאכען אבער דער גניחה גדולה דאס קען איך שוין נישט...
מסיבות מבינות וועל נישט רעאגירען אויף דעם.
איך אויך » מיטוואך יוני 20, 2012 10:49 pm
· #18984
18.1 סעקונדס איז לכאורה א חזון איש שיעור למהדרין מן המהדרין.
שמואל הלוי נאך א מזל ברענגסט דעם נאמען פונעם ספר, זאג נאר חוץ פונעם פרייז איז פארהאן דארט עפעס אמת אויך צווישען די קרעטשניפר דמיונות וחלומות?
געפילטע פיש » מיטוואך יוני 20, 2012 11:54 pm
· #19004
איך אויך
18.1 סעקונדס איז לכאורה א חזון איש שיעור למהדרין מן המהדרין.
חזון איש שיעור איז 24, 18 איז הגר"ח נאה.
נס קאווע » דאנערשטאג יוני 21, 2012 12:50 pm
· #19107
שמואל הלוי
אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.
דאס איז אלעס העכערע זאכן, און דו זאגסט נאך אזא רזא דעובדא פארן עולם מיט אזא פשטות? דאס דארף מען לערנען ווי די אגדתא גמרות.
טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:38 pm
· #19177
איך ווארט איינער זאל ברעכן די רעקארד מיטן מאכן א די לענגסטע רעדוועדיגע גרעפס! און נאך א שיסל טונא
געפילטע פיש » פרייטאג יוני 22, 2012 3:11 am
· #19277
נישט דא עפעס א ליסקא עובדא בענין גיהק ופיהק?
דזאסט קידינג, נאטינג פערסענאל.
שימעלע » דינסטאג יוני 26, 2012 2:26 pm
· #20119
א מאן האט אריינגעבויט מאגנעטן אין זיין האנט צי האלטן זיין אייפאד
שימעלע » דינסטאג יוני 26, 2012 5:26 pm
· #20179
גוגעל האט אריין געגעבען אן אפליקאציע צו ICANN פאר די .lol טאפ לעוואל דאמען.
טאמבל סאס » מיטוואך יוני 27, 2012 9:47 pm
· #20479
א וועבסייט האט אדווערטייזט אן אנטי טשיטינג רינגל, וואס ווי זיי זאגן איז דאס זייער מסוגל אקעגן טשיטינג.
די חכמה דערפון איז אז ס'פארמאגט פון די אינעווייניגסטע זייט פון די רינגל אריינגעקריצט די ווערטער "איך בין מערריד" און אויך זעצט זיך דער רינגל ארויף שטייף אויף די פינגער אזוי אז אויב זיצטו אין א באר, און ס'באגעגענען זיך דיר אויגן מיט עמיצן, און ס'כאפט דיר אן א חשק צו גיין איינקלאפן מיט איר, וועט דיר בשום אופן נישט געלונגען אזוי גרינג אראפצוגליטשן דעם רינגל פון פינגער, נאכדערצו ווען ס'וועט נאך פערמענאנט בלייבן שיינע בולט'דיגע ווערטער אויף דיין פינגער " איך בין חתונה געהאט" . בקיצור לאמיר בעסער זאגן אז ס'וועט זיך דיר נישט לוינען די בושות.
📎 s-ANTICHEATINGRING5-large640.jpg s-ANTICHEATINGRING6-large640.jpg
געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:22 pm
· #36225
א פרוי אין אוסלו האב פראבירט צו גנב'נען א 42 אינטש TV דורך עס ארויסשווערצען פון סטאר דורך, הערט, עס אריינרוקן אונטער איר סקירט, א ארבייטער אינעם געשעפט האט געהאט א חשד און גערופען פאליציי, וואס האט איר געכאפט אויף א באס. די פרוי, א ראמענישע, האט געזאגט פאר די פאליציי איז זי האט זייער שטארקע פולקעס.
די פאליציי האט זיך נישט געגלייבט אז מ'קען אזא זאך באווייזען האבן זיי דאס אויספראבירט איך סטאנציע און אנגעקומען צום החלטה אז "ס'איז שווער, אבער נישט אוממעגליך".
ניו יארק » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:51 pm
· #36233
געפילטע פיש
א פרוי אין אוסלו האב פראבירט צו גנב'נען א 42 אינטש TV דורך עס ארויסשווערצען פון סטאר דורך, הערט, עס אריינרוקן אונטער איר סקירט, א ארבייטער אינעם געשעפט האט געהאט א חשד און גערופען פאליציי, וואס האט איר געכאפט אויף א באס. די פרוי, א ראמענישע, האט געזאגט פאר די פאליציי איז זי האט זייער שטארקע פולקעס.
די פאליציי האט זיך נישט געגלייבט אז מ'קען אזא זאך באווייזען האבן זיי דאס אויספראבירט איך סטאנציע און אנגעקומען צום החלטה אז "ס'איז שווער, אבער נישט אוממעגליך".
איך וואלט ווען געוואלט וויסען די סייז פון די פרוי.....?
צו קענען אריינרוקען א 42 אינטש סקרין אינטער די סקורט דארף מען זיין - איידעל גערעדט - שטארק בעל-באטיש....
Espresso » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:05 pm
· #36238
מיר ווינדער זייער ווי זי האט פארשטעקט דעם רימאוט... 🙄
נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:26 pm
· #36246
42 איז די ברייט, וויפיל איז די הייעך? מסתם נישט צופיל ווייניגער, די סייז פון א מענטש רעכנט אריין אלע פיהר זייטן אפילו א סייז 50 האט נישט מער ווי 22 - 18 אינטש פלאץ
געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:43 pm
· #36254
42 אינטשעס איז די שיפקייט, אזוי
קומט אויס בערך 20.5 אין די הייעך ביי כמעט 37 אין די לענג, לייג צו א אינטש צווי פאר די פרעים, און מער אויב איז עס געלעגען אין די באקס.
gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:00 pm
· #36260
דולה ומשקה
שמואל הלוי
אויב האב איך נישט א טעות שטייט עס אין רזא דעובדא (קרעטשניף) איך דארף נאכקוקן.
גערעכט אין זמירות רזא דעובדא שטייט דער מעשה, אז "ואחריו גנח גניחה גדולה", דארט שטייט אז רבי לייזער וואלף האט דערציילט אז דער אפט'ער רב האט געגעסן 18 טעפ טשאלענט!!! אין דערנאך האט ער געמאכט דעם גניחה, רבי לייזער וואלף האב מסיים געוועהן זאגענדיק: דעם עבודת אכילה קען איך אויך נאכמאכען אבער דער גניחה גדולה דאס קען איך שוין נישט...
מסיבות מבינות וועל נישט רעאגירען אויף דעם.
How big were those pots. REMEMBER it has to make SOME sense !!!!
איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:12 pm
· #36266
כאפסט נישט? א קרעטשניפר מעשה וואס מאכט סענס איז נישט ראוי צו ווערן אנגעריפן א קרעטשניפע מעשה.
gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:12 pm
· #36268
טאמבל סאס
א וועבסייט האט אדווערטייזט אן אנטי טשיטינג רינגל, וואס ווי זיי זאגן איז דאס זייער מסוגל אקעגן טשיטינג.
די חכמה דערפון איז אז ס'פארמאגט פון די אינעווייניגסטע זייט פון די רינגל אריינגעקריצט די ווערטער "איך בין מערריד" און אויך זעצט זיך דער רינגל ארויף שטייף אויף די פינגער אזוי אז אויב זיצטו אין א באר, און ס'באגעגענען זיך דיר אויגן מיט עמיצן, און ס'כאפט דיר אן א חשק צו גיין איינקלאפן מיט איר, וועט דיר בשום אופן נישט געלונגען אזוי גרינג אראפצוגליטשן דעם רינגל פון פינגער, נאכדערצו ווען ס'וועט נאך פערמענאנט בלייבן שיינע בולט'דיגע ווערטער אויף דיין פינגער " איך בין חתונה געהאט" . בקיצור לאמיר בעסער זאגן אז ס'וועט זיך דיר נישט לוינען די בושות.
I don't understand. Aren't all cheaters married, and they know that they are married???
gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:26 pm
· #36275
איך אויך
כאפסט נישט? א קרעטשניפר מעשה וואס מאכט סענס איז נישט ראוי צו ווערן אנגעריפן א קרעטשניפע מעשה.
You are saying it from aptteh ruv ztzvk"lvr. My gosh. How in the world can you sell such a story to the kids. It doesn't make sense what so ever. Not BEHGASHMEYOS & not BEROCHNEYOS !!!!
זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:52 pm
· #38842
טיפס
אן איינוואוינער פון די שטאט קענטאקי, וועלכער איז געשטארבן אין עלטער פון 30 יאר, האט אין זיין צוואה געבעטן זיינע קרובים אז זיי זאלן געבן ברייטהארציגע טיפס אין רעסטאראנטען. "און איך מיין נישט קיין 25% טיפס נאר טאקע ברייטע נתינות פון 500 דאלאר ווען איר עסט א פיצא"...
די משפחה וואלט גערן ערפילט זיין בקשה, נאר איין פראבלעם... דער נפטר איז א דל עני ואביון, נישט איבערגעלאזן א פעני.
כדי צו קענען מקיים זיין די צוואה האבן זיי זיך געוואנדן צום פאבליק, אז זיי זאלן העלפן מיט געלט מקיים זיין צוואת המת.
דער ציבור איז געווען נתבעים ונותנים, און ס'שוין אריינגעקומען 50 טויזענט דאלאר. (גענוג פאר 100 טיפס...)
זיי האבן שוין געטיילט 3 טיפס פון 500 פאר סארווירער.
די קרובים זאגן אז זיי פלאנען צו טיילן כאטש איינמאל א וואך אזא ברייטן טיפ אזוי לאנג ווי זיי וועלן באקומען געלט פונעם ציבור.
אפשר וועלן זיי איינמאל קומען עסן קיין ברוקלין...
קרעדיט: ד.א.
געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:02 pm
· #38849
פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:14 pm
· #43778
א פרוי איז שאקירט געווארן נאך וואס זי האט אנטדעקט צו איר וואונדער אז עטליכע טישן ארויפציהר אין איר לאקאלע רעסטאראנט וואו זי האט געהאלטן אינמיטן עסן, זיצט א מאמע ביי א טישל און טרעינט אירע צוויי קליינע צווילינג מיידלעך, אויף טוילעט פאטי'ס. (קינדער זיץ-טוילעט'ס) מיט אראפגעצויגענע הויזן נאכדערצו. בשעת ווען זיי עסן זייער מיהל.
זי האט נישט געטראכט קיין צוויי, געסנעפט א פיקטשער, און עס געפאוסט אויף פעיסבוק. דער פיקטשער איז געגאנגען פובליק, און פארשטייט זיך מען האט געמאכט צימעס דערפון.
http://lasvegas.cbslocal.com/2012/09/05 ... ing-table/
פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:30 pm
· #43789
באגעגנט נאָואַ וועלכער האט פון 11 יאנואר 2000 געכאפט א בילד פון זיך יעדן איינציגן טאג, און גייט נאך אן, דא קענט איר וואטשן א קליפ פון זיינע ערשטע 5,414 שאט'ס, ביז דעם דרייסיגסטן יוני דעם יאר.
אינדזשויט, צו זען ווי א מענטש עלטערט זיך אפאר יאר אין אפאר מינוט.
http://digitallife.today.com/_news/2012 ... nutes?lite
ירושלים » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:30 pm
· #44838
הלוואי מ'קען אים אזוי אראפ טראגן פון דעם בענקל אין וואשינגטאון
זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:31 pm
· #45000
!!!OUCH
http://www.wtsp.com/news/watercooler/ar ... d-testicle
No_name » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:09 pm
· #45235
מאראל אויף די געשיכטע, קויף נישט קיין גאן.
געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:29 pm
· #45249
קויף יא, קלין עס נאר נישט! (אויב ביסטו א מאנספערזאן...)
טאמבל סאס » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:52 am
· #45363
געפילטע פיש
קויף יא, קלין עס נאר נישט! (אויב ביסטו א מאנספערזאן...)
קויף לעגאלערהייט און לערן דיך אויס אויף א לעגעטימע אופן וויאזוי צו קלינען דיין ביקס. וואסערע גרויסע תורה איז עס? יעדער ווייסט אז ס'האנדלט זיך דא מיט א טאטאלער גאסן יונג.
ער האט דאך געהאט מאריכוואנא אויך דארט. דו מיינסט אז ער האט עס גענוצט פאר בשמים פרייטיג צונאכטס?
זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:07 pm
· #49045
1800$ פאר געפילטע פיש?
http://www.jdn.co.il/news/123969
שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:29 pm
· #49068
געפילטע פיש (די ניק) איז ווערד מער ווי דעם!
אבער סיריעסלי, דאס איז דאך געווען פאר א פולע צען שטערנדיגע רייכע שבת סעודה, נישט בלויז פיש.
איך אויך » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:37 pm
· #49070
ובכלל דער קשר צווישען דער כותרת און דער גוף הידיעה אין די איזרעילי צייטונגען/וועבזייטלך איז רענדאם עט בעסט, ספעציעל אין די פרומע צייטונגען/וועבזייטלך.
שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:41 am
· #55770
וואלט נישט שלעכט געווען צו מאכן א מאסק פאר פורים פון דעם סקעלעט געשטאלט
זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 1:40 am
· #59972
Kenyan mother names twins Barack Obama and Mitt Romney
http://news.yahoo.com/blogs/sideshow/ke ... 44622.html
שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 8:43 am
· #59985
די קינדער וועלן זיך ארומרייסן ביי די קעפ און קיינמאל נישט מוחל זיין די מוטער.
נס קאווע » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:27 am
· #60017
ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועט קיינער נישט געדענקן גארנישט פון די גאנצע מעשה
קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 11:36 am
· #60021
זעהט מיר אויס אז זי האט דאס געטוהן כדי זיך נישט צו פארטוישן צווישען זיי
קוק גוט, איינער איז אביסעל מער טונקעל
זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 9, 2012 3:32 pm
· #60105
אומבלויבליך
ליינט דעם לינק. כאנישט כח איבערצושרייבן
Candidate’s Wife Sleeps In, Misses Tie-Breaking Vote
http://abcnews.go.com/blogs/politics/20 ... king-vote/
זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:09 pm
· #60859
איינער איז אין א קריטישן צושטאנד צוליב אבאמא'נען. א פרוי איז אריבערגעפארן איר מאן מיט'ן קאר, זי איז גערעגט אז ער איז נישט געגאנגען שטימען.
http://blogs.phoenixnewtimes.com/valley ... ilbert.php
sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:39 pm
· #60876
זר זהב
איינער איז אין א קריטישן צושטאנד צוליב אבאמא'נען. א פרוי איז אריבערגעפארן איר מאן מיט'ן קאר, זי איז גערעגט אז ער איז נישט געגאנגען שטימען.
http://blogs.phoenixnewtimes.com/valley ... ilbert.php
אפשר האט זי געוואלט ער זאל וואוטן ראמני?
קליגער איד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:57 am
· #61000
אין א מאדנע ערשיינונג,דערציילט איינער אז נאכן ווערן אראפגעקלאפט דורך א פאליציי קאר,האט ער באקומען א ביל אז ער זאל באצאלן פאר די פאליציי קאר
זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:11 am
· #63197
נישט פארגעסן מיטנעמען וועש אויב איר גייט קיין סאן פראנסיסקא
http://www.kqed.org/news/story/2012/11/ ... y=bay+area
זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 1:35 am
· #65485
דער עלטסטער פאטער אין דער וועלט וואוינט אין אינדיע, ביי די 96 יאר האט ער גע'פאטערט זיין 2'טן קינד. פיט"א האט אים אריינגענומען אין זייער קאמפיין. ער טענה'ט אז זיין לאנגדזשעוויטי קומט פון זיין וועדשיטעריען דיעטע.
old daddy.jpg
וואלפה » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 7:06 pm
· #101433
ער איז ניטאמאל א יוד...
א צען מניטיגע ווידיאו פון די "אקציע"
א אינטערסאנטע שפיקטאקעל האט זיך אפגעטוהן אין מאנסי נאכדעם וואס "חברים" האבען אפגערוימט פון די גאסן אן אזוי-אויס-גזעהן-ער "יוד",
דער מעשה גייט שוין צוריק פאר 3 חדשים ווען מען האט געכאפט דער "יוד" גנבענן אין סקווירא.
דריי וואכען צוריק האבן איהם חברים ארויסגענומען פון איינעמס הויז נישט ווילענדיג איבער געבען א "יוד" פארן פאליציי.
מען זיכט שוין לאנג ווער עס ליידיגט אויס דער ביקור חולים צימערן, אויף די אויגען זעהט מען דיע פארזאן.
פאסט פעלען פון שטיבער.
טאשען פון הויזענעסווערן ווערן פארשוועכט אין מקוה, וכדומה.
יעצט זענען חברים געריפען געווארן צי די אמאליגע ישיבה ספרינג וואלי, (היינט געהערט עס פאר וויזניץ)
ווי מען זעהט לעצטנס פארדעכטיגטע אקטיוועטען, ווען חברים זענען אנגעקומען האבען זיי באגעגנט "דער יוד"...
ווי ער האט זיך שטארק היימיש געמאכט און געמאכט שבת פארזיך
מען האט נישט געקענט אריין טרעטן אין דער צומער פון די פילע מיסט, קאפעליטשען, רעקלעך, בעקעטשעס, ביז באנאנעס... ממש ווי ביי זיך אין גארטן.
נאכען אנריפען די פילע אייגענטומער פון די "געטראפענע" זאכן איז מען אנגעקומען צי א רויטע האנט באגאזש. דא איז ער ווילד געווארן און ער האט אנגעהויבן טיילן מכות, נאכען איהם אפשטעלן האט ער געבעטן אז מען זאל איהם נאר געבען מן האדום הזה און ער וועט גיין,
האבען די חברה אנגעהויבן נישטערן אינערווענדיג פארן צוריק געבען, מען האט "געטראפען" פילע טשעקלעך, פאסט, קרעדיט קערדס, א.א.וו.
ביז ביז... מען איז אנגעקומען צי זיין אידענטיפעקאציע קארטלעך ווי עס שטעלט זיך ארויס ווערט ער גאר פארעכנט פאר א היספאנישער
און איז ניטאמאל א יודיש קינד...
📎 IMG-20130404-WA0018-976299345.jpg 📎 IMG-20130404-WA0020-1619630981.jpg 📎 IMG-20130404-WA0019-193278170.jpg
שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 4:29 pm
· #132282
פעדעראלע ארבייטער האבן בטעות אוועקגעווארפן 170 טויזענט דאלער ווערד אין טעכנאלאגישע כלים צוליב וואס זיי האבן געמיינט אז ס'האט נישט געהאט קייין משומר פילטער (אדער אנטי וויירוס) און נישט געווען גענוג כשר
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2421509,00.asp
שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:27 am
· #151715
ווי אזוי איימיצער האט צוגעפיקסט און פארשעמט בי.עם.דאבעליו נאך וואס ער איז שוין געווען פרוסטרירט פון זיין צובראכענעם אויטא פול מיט פראבלעמען:
http://autos.yahoo.com/blogs/motoramic/ ... 48995.html
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:29 am
· #167303
א מאן (זעהט אויס ער האט גענומען שלאף-פילן) איז איינגעשלאפן אויף א פליגער אינמיטן פליען, און געבליבן שלאפן ביז נאכדעם וואס יעדער איז אראפגעגאנגען, די פליגער איז געווארן פארשלאסן און פארלאשן די לעקטערס... און ער האט זיך שפעטער דערוועקט מיט א פחד אין א פארשלאסענעם טונקעלע פליגער...
אבער ער זאגט אז ער האט נישט געפאניקט. ער האט געזוכט אין די טונקל די בית הכסא, וואס איז צו מזל געווען אפן.
דערנאך האט ער געקאלט זיין פריינדינע, וועלכע האט אנגעהויבן לאכן פון אים, נישט גלויבנדיג די געשיכטע, און אים געהייסן אויפהערן טרייבן קאטאוועס פון איר. אבער ער האט געשריגן אז ס'איז ערנסטע מעשיות...
צופעליג האבן עטליכע מעינטענענס ארבייטער געעפנט דעם פליגער, און זענען ערשטוינט געווארן פון וואס זיי האבן געטראפן.. און ער איז ענדליך באפרייט געווארן.
http://news.msn.com/us/passenger-awakes ... d-in-plane
טעפל » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:36 pm
· #168626
שמעקעדיג
אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "Wake up and SMELL the coffee"
בלאט: 1 2