☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #871

אשכול אן א טיטל #871

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #871
בלאט: 1 2

בעריש » דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:32 pm

· #117364
בשנת תרס"ה (1905) ייסד ה"חפץ חיים" בישיבתו בראדין את "כולל קדשים" - בית מדרש מיוחד לאברכים גדולי תורה. עליהם היה להקדיש חלק חשוב מיומם ללימוד בסדר "קדשים", העוסק בענייני עבודת בית-המקדש. בין הרבנים שלמדו שם היו רבי נפתלי טרופ זצ"ל, רבי אלחנן וסרמן הי"ד זצ"ל, רבי יוסף כהנמן זצ"ל (ראש ישיבת פונוביז'), רבי ירוחם הלוי ליבוביץ זצ"ל (המשגיח בישיבת מיר), רבי אליהו דושינצר זצ"ל, ועוד.



בשנה הרביעית להקמת הכולל, בשנת תרס"ט (1909), התרחש בעיירה מאורע כביר. היה זה כאשר ה"חפץ חיים" הטיל על תלמידי חכמים אחדים מהכולל להוציא דיבוק מנערה יהודיה. אחד הבכירים שהתעסקו בזה היה רבי אלחנן וסרמן, והיה נוהג לספרו לתלמידי ישיבתו בכל שנה בחג הפורים.



לפנינו סיפורו של רבי אלחנן: על הדרך מאיישישאק לוילנא, שני מיל מאיישישאק, יש כפר הנקרא סטרלצי, וסמוך לו כפר פאסלי, ושם גר יהודי ושמו נחום. והנה בשנת תרס"ט, יום חמישי ד' אדר, בא נחום עם בתו בת ה-14 לראדין אל ה"חפץ חיים". הוא סיפר כי בתו הייתה חולנית, ואמר שיש בה גלגול. (דהיינו שנכנס לתוכה איזה רוח של אדם שכבר נפטר). וסיפר לי האב כיצד נכנסה הרוח לתוך בתו.



האב מספר לרבי אלחנן מה שקרה לבתו בבית



וכך סיפר לי האב: "אחר חנוכה, בחודש טבת, (דהיינו, בערך לפני כחודשיים), נפל אצלנו סוס ומת ברפת. תיכף בשומענו זאת יצאנו, אנשי הבית, בבהלה, וגם בתי זאת יצאה. בחזרתה מהרפת הייתה מכוסה בזיעה, ונכנסה אל הבית ושתתה מים קרים... ומהעת ההיא חלתה. בתחילה, היה אוחזה לפעמים התכווצות חזקה, ואז הייתה נופלת כאבן דומם בלא שום הרגשות. וכשזה היה קורה לה - לא ידעה כלום מהנעשה עמה, רק שהייתה בלא כוח בגלל הייסורים. אחר כך היה נשמע ממנה קול מנגן, ואחר כך היה מדבר.



"והגיד לי הקול, איך שהייתה (אותה רוח שנכנסה בבתי) נערה בת 12 אצל הורים זקנים, ומצבה הרע הביאה לזה, שתמיר דתה. והיא הייתה אז בעיר קטנה, וילדי ישראל היו רצים אחריה וקוראים לה "משומדת". והלכה עם נוכרים שונאי ישראל, וחנקה שני ילדים מישראל. וחמש שנים אחרי זה, כשהייתה בת 17 שנה - מתה, ודנוה בבית דין של מעלה.

והסבירה לי הרוח, כיצד היא מתגלגלת בעולם מאותה עת.



"והמשיכה הרוח ואמרה לי, שבתחילה (אחר פטירתה) נכנסה הרוח שלה לתוך הצלם (הצלב) של קברה. אחר כך ניתצו את הצלם ונכנסה לאילן. וקצצו את האילן... ולבסוף נכנסה לתוך אבן, שהייתה מונחת ברפת, שהסוס עמד שם. והסוס נגע באבן ותיכף מת... ומהסוס נכנסה לתוך כוס המים...

והוסיפה הרוח ואמרה: "בעת שכולכם נכנסתם במרוצה לרפת ראיתי את כולכם. וגם אותה, היינו בתך, ראיתי, ובכלל לא רציתי להסתכל עליה".

ועוד אמרה, שבפסח שנה זו ימלאו חמש שנים מעת שמתה, וישארו עוד עשר שנים.



"ושאלתי אותה: "אבל מה יש לך מהילדה שלי?".

והשיבה לי הרוח בקול עצב מאוד: "ר' נחום, אתה לא יודע שרע לי?".

והמשכתי לשאול: "לך רע, כי את חוטאת, אבל מה אשמה בתי?!".

והשיבה: "היא, גם כן חוטאת!".

והוספתי לשאול: "במה?".

והשיבה לי: "ילדה כזאת, כשהיא שותה מים צריכה לברך. אם היא הייתה מברכת, לא הייתי יכולה להיכנס אליה!".



דו שיח הרבנים עם הרוח



[כל זה סיפר האב נחום לרבי אלחנן. והמשיך רבי אלחנן לספר על השתלשלות המאורעות בראדין, למחרת הגעתו של האב].



ערב שבת קודש למדתי עם הרב רבי נפתלי טרופ, והרב יוסף קולער (הרב מפונוביז') בעליה שלומדים שם קדשים. בעוד אנו לומדים, והנה בא החפץ חיים ובקש מאיתנו, שנלך לראות את הילדה, שנכנסה בה הרוח. עשינו כמצוות רבינו, והלכנו שלשתינו לבית רבי יצחק צבי השמש. בבואנו לשם היו שם אנשים רבים...



שאלתי אותה (רבי אלחנן את הרוח): "מי את?".

והשיבה: "אדם".

והמשכתי לשאול: "מאין את?".

והשיבה: "מן הרפש...". [אז הפסיקה הרוח לדבר, או שרבי אלחנן הפסיק לשאול].



[ממשיך רבי אלחנן וסרמן ומספר:]. בליל שבת קודש היו נוכחים אצל הנערה - רבי אליהו דושינצר ורבי ירוחם. יותר מאוחר סיפר רבי אליהו מה שדברו עם הרוח.



רבי אליהו שאל את הרוח: "מי הם הממונים עליך?".

והשיבה: "שדים".

ושאל: "מה שמם?".

והשיבה: "לשם מה אתה צריך לדעת זאת?".

והוסיפה ואמרה: "בעת שאני נכנסת לאיזה חפץ או לאיזה גוף, אני נסתרת כמו במקום מקלט, והרודפים ממתינים לי, ותיכף שאני יוצאת הם חובטים ומכים אותי ומגרשים אותי החוצה". (ומוכרחת הרוח לצאת כדי לקבל את עונשה, כמבואר בכתבי האר"י ז"ל).



גם סיפר לי רבי אליהו, שבעת שהקול היה מדבר, הביטו כולם בתוך פיה, וראו שלשונה אינה מתנועעת בכוח עצמה, אלא כמו על-ידי כוח אחר.

והרב אפרים אהרן גולדברג ממונאלישאק שלמד אז בראדין העיד לפני, ששמע בעצמו איך ששאל רבי אליהו דושינצר את הרוח: "הלוא רשעים יש להם מנוחה בשבת קודש באותו העולם, ומדוע אין לך מנוחה?".

והשיבה: "שכל מי ששבת בשבת קודש בזה העולם, יש לו מנוחה גם שם בשבת קודש. וכל מי שלא שמר את שבת קודש בזה העולם, גם שם אין לו מנוחה".



הרוח מסכימה לצאת אם יאמרו קדיש עבורה



[ממשיך רבי אלחנן לספר:]. בקשתי שבעת שתחל הרוח לדבר יודיעו לי. ובשבת קודש אחר הצהרים הודיעו לי, שכעת היא מדברת, ותיכף הלכתי לשם.



שאלתי את הרוח: "את יודעת מי זה החפץ חיים?".

השיבה לי: "אני יודעת, הוא תנא גדול!".

ושאלתי אותה: "אם הוא יבקשך לצאת מהחולה, האם תצייתי לו?".

והשיבה: "אני אציית!".

ואמרתי לה: "באמת הוא מבקש ממך לצאת".

והשיבה: "אני אצא".

שאלתי: "מתי תצאי?".

השיבה: "היום בערב".

שאלתיה: "לאחר שתצאי מהחולה, האם לא תשובי להיכנס אליה?".

והשיבה בזה הלשון: "אם יאמרו אחרי קדיש, לא אכנס שוב. אך אם לא יאמרו אחרי קדיש, אכנס שוב, ואם לא אליה, אז אכנס לאחותה".

והמשכתי לשאול: "מי יאמר אחריך קדיש?".

והיא ענתה: "שני רבנים". [הבנו, שהיא מתכוונת לשני אברכים מכולל קדשים].

שאלתיה: "למשך כמה זמן יאמרו אחריך קדיש?".

והשיבה: "שבוע".

ושאלה: "מאיזה מקום אצא מגוף החולה?". ולא ידעתי מה להשיבה.

ואמרו לי האנשים העומדים שם: "תאמר לה שתצא דרך האצבע הקטנה ". וכך אמרתי לה...



יציאת הרוח



ובעת שהתפללנו ערבית במוצאי שבת קודש, אחר קריאת שמע, באמצע הברכה "אמת ואמונה", נכנסו אנשים והודיעו, שכעת היא יצאה. ובעת יציאתה עמדו שם שלושה אנשים, וכך היה המעשה: הנערה החולנית החלה לצעוק: "כאן כואב לי", ואחר כך: "הכתף כואב לי". ואחר כך: "הזרוע כואבת לי"... ואחר כך התנפחה פיסת היד, ואחר כך האצבע הקטנה... ואחר כך נשמע קול נפץ בזגוגית החלון, וראו ששברה החלון לצאת החוצה. כל זה אירע בבית רבי פאלק המלמד...



ובאשר בעת האחרונה היה תוקפה ההתכווצות אחת לכמה שעות, המתינו אחר כך עד יום ראשון בערב, כמעט מעת לעת, וכשראו שאינה סובלת יותר מהמחלה, והיא ממש ככל האנשים, אז נסע אביה עמה לביתה.



אחר כל זה ציוה החפץ חיים לעשות מנין בעלייה בה למדו קדשים, וגם החפץ חיים התפלל עמנו. כשסיימנו את התפילה, למדו משניות עבורה. והרב אליהו דושינצר והרב גרשון מסלאנט אמרו קדיש עבורה כל השבוע, עד קריאת המגילה.



רבי אלחנן וסרמן הי"ד, היה מספר זאת גם בהזדמנויות נוספות, הואיל וראה בסיפור עובדה זו חיזוק גדול לאמונה בהשגחת ה'. חיזוק לידיעה שיש דִין ויש דַיָן; יש עולם הבא, ויש מתן שכר טוב לצדיקים ועונש לרשעים. רבי אלחנן היה אומר: "אחרי ראותי עין בעין את מעשה הדיבוק, אין שום סיבה לגמול לי שכר בעולם הבא בעד אמונה

יידל » מאנטאג מאי 27, 2013 5:13 pm

· #118595
תשח"ח פאר שמעקעדיג, וועלכע האט מיר אין דער שטערן אשכול פארציילט אז אין דער בליץ פון דעם חודש (סיון תשע"ג) איז דא אן ארטיקל איבער די פאלאשן און בתוך הדברים ווערט אביסל דערמאנט איבער דעם גן עדן און דער סמבטיון. האב איך מיר אפגעשפארט א פרוטה אויף א פרוטה, נישט געלייגט קיין פוטער אויף ברויט פאר דריי טעג, און מיט די אפגעשפארטע געלט זיך איינגעהאנדלט דעם בליץ. וואס זאל איך אייך זאגן? א שאד געווען צו פארפאסן די פוטער. בעת וואס אין דער שטערן קען מען דא דארט אפירקראצן טעותים און צומאל זאגאר פלאגיאריזם, איז דער בליץ פשוט א שרעק אנצוקוקן, אזש איך בין שיעור נישט אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע. אבער דער אשכול איז דאך נישט איבער דער בליץ נאר איבער דער גן עדן און דער סמבטיון, וועלן מיר אלזא גיין צום פונקט.

דער ארטיקל פון וועלכע שמעקעדיג האט גערעדט הייסט "א באזוך ביי די שווארצע פאלאשן אין עטיאפיע". מאדנע, דער שרייבער אידענטיפיצירט זיך נישט, ניטאמאל מיט א פסוועדאנים. אט איז וואס ער שרייבט איבער אונזער נושא:

[quote="אנאנים, בליץ חודש סיון תשע"ג עמ' 27"]

איז דער טייך סמבטיון אין עטיאפיע? אויב יא דאן ווי אזוי קען מען דאס היינט צוטאגס אריבערגיין?


לויט די דערמאנטע טעאריע, אז די פאלאשן זענען מעגליך פון די עשרת השבטים וועלכע זענען פארווארפן געווארן אויפן אנדערן זייט סמבטיון, שטעלט זיך באלד די פראגע ווי אזוי זענען זיי אהין אנגעקומען?, און אויב איז דאס אמת אז זיי געפינען זיך אויפן אנדערן זייט סמבטיון, דאן ווי אזוי קענען מיר היינט צוטאגס אהין אנקומען?...
דאס ווערט שוין דערמאנט אין מערערע מקורות בדברי חז"ל אז דער סמבטיון איז א מעכטיגער טייך וועלכע שיסט שטיינער, אין מען קען דאס נישט אריבערגיין, שטעלט זיך די פראגע וואו איז דער טייך סמבטיון?, היינט צו טאג ווייסט מען דאס צו זאגן איבער יעדעס ווינקל פון דער וועלט (עכ"פ אזוי רעדן זיך פארשער איין), און אז מען געפינט נישט אין ערגעץ איבער דער וועלט א טייך וואס שיסט שטיינער?...
אין אמת'ן אריין איז שוין זייער אסאך געשריבן געווארן אין ספרי קודש און אויך דורך חוקרים איבער דער סמבטיון, וואו דאס איז, און וואס דאס איז, צו עס שיסט טאקע שטיינער, א.א.וו., אלע ברענגען אז זיי האבן געהערט פון עדות וואס האבן געזען אדער נאכדערציילט אז זיי האבן געזען דאס און יענץ, עס איז כמענט נישט פארהאן אקיין מקור וועלכע שרייבט אז ער האט זעלבסט ווירקליך געזען דעם סמבטיון...

הרב ישראל ברוך לעבאוויטש הי"ו האלט אז עס איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז ער איז געווען ביים סמבטיון, און זיין טעאריע פארענטפערט אלע דערמאנטע פראגעס און שוועריקייטן.
עס איז פארהאן א בריטישער פארשער און דזשורנאליסט מיטן נאמען 'גרעהעם הענקאַק', וועלכע האט ארויסגעגעבן אן ענגליש ביכל מיטן נאמען The Sign and the Seal. מיט יארן צוריק איז ער ארומגעפארן איבער גאנץ עטיאפיע, און עס איז אין אויסגעקומען צווישן אנדערעס אפצושטאטן א באזוך ביי די ארטיגע פארווארפענע קהלות, און ער ברענגט אין זיין ביכל אין דעטאל מערערע אינטערעסאנטע שטריכן ווי אזוי די אידן האבן געלעבט און זייערע מנהגים, א.א.וו.
(אגב, ער איז ארויסגעפארן קיין עטיאפיע אויף א מיסיע צו דערגיין וואו עס געפינט זיך דער הייליגער ארון . . א גרויס טייל פון זיין זוך באציעט זוך איבער זיין זוכעניש נאכן ארון, ביז ער איז אנגעקומען צו א קלויסטער וואו עס ליגט אנגעבליך באהאלטן דער הייליגער ארון. ער שרייבט דארט אז ער האט גערעדט צום גלח פון יענעם קלויסטער, און לויט ווי יענער האט אים אראפגעמאלן וויאזוי דער ארון זעט אויס און ווי גרויס עס איז, קען נישט זיין אז דאס זאל טאקע זיין דער הייליגער ארון, וויבאלד עס שטימט נישט מיט די פאקטן וואס ווערט דערמאנט אין די תורה איבער די גרויס פונעם ארון. - עס מוז אבער אנגעמערקט ווערן אז לויט די מקורות פון חז"ל איז דאס סיי ווי נישט ריכטיג, וויבאלד דער ארון איז באהאלטן געווארן ווי עס שטייט אין די גמרא (יומא נב:, הוריות יב.).

א באזוך ביים טיר פון גן עדן

צווישן אנדערס ברענגט דער מר. הענקאק נאך פון א ברימטער שפאנישער פארשער מיטן נאמען 'מארקא פאולאו', וועלכער איז מיט 300 יאר צוריק געווען אין עטיאפיע, און ער איז אנגעקומען צו א ריזיגע וואסער-פאַל, וועלכע האט אראפגעשאסן וואסער מיט אזא קראפט אז גיגאנטישע שטיינער זענען געפלויגן טאג און נאכט אינאיינעם מיט דאס וואסער, און פון די שטארקע קראפט פון די פליענדע שטיינער און וואסער איז ארויסגעקומען א מעכטיגע רויך, און עס איז נישט געווען קיין מעגליכקייט און דער וועלט אריבערצוגיין צו די אנדערע זייט פונעם וואסער-פאַל.
דער מארקא פאולאו שרייבט ווייטער, אז ער איז געשטאנען פארוואנדערט פון די מורא'דיגע בילד ווי דאס וואסער שיסט אראפ אינאיינעם מיט ריזיגע שטיינער מיט א מעכטיגער קראפט וועלכע צושפאלט פעלזן שטיינער, און אנווענזענדע האבן אים פארציילט אז מען ווייסט אויף די אנדערע זייט פון די וואסער-פאל וואוינען פארשידענע שבטים (ער שרייבט נישט אז דאס זענען אידן) וועלכע וואוינען זייער אפגעזונדערט, און האבן נישט קיין פארבינדונג מיט דער גאנצער וועלט.
נאכן ברענגען די ווערטער פון מארקא פאולאו, שרייבט מר. הענקאק: אז ער איז נאכגעגאנגען דאס ארט איבער וועלכע מארקא פאולאו רעדט, און ער איז אנגעקומען צו א פלאץ וואס איז היינט באקאנט אלס די 'בלו נייל פאלס', איינס פון די באקאנטסטע טוריסטן ערטער אין עטיאפיע, וועלכע איז אויך באקאנט אלס די 'טיס'-אבעי' אין אראמיש, וואס באדייט די 'רויעך וואסער', צוליב די רויעך וואס פלעגט שטענדיג ארויסקומען דערפון.

לויט ווי הרב ר' ישראל ברוך לעבאוויטש הי"ו פארציילט, איז ער אויך געגאנגען באזוכן דעם זעלבן וואסער-פאל, און ער האט ארויסגעדינגען א שיפל וועלכע האט אים געפירט איבערן גאנצן וואסער, וויבאלד ער האט געוואלט צופארן און דערגרייכן ביז צום מקור וואו דאס וואסער הויבט זיך אן, כדי זיך איבערצוצייגן א געוואלדיגע נצחיות וואס מיר טרעפן אין די הייליגע תורה, און איין וועגס שוין אויך גיין באזוכן דעם 'גן עדן'..., ווי פאלגנד:
אנהויב בראשית שטייט אין פסוק (בראשית ב י): "ונהר יוצא מעדן להשקת את הגן ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים, שם האחד פישון וגו', ושם הנהר השני גיחון הוא הסובב את כל ארץ כוש, ושם הנהר השלישי חדקל וגו', והנהר הרביעי הוא פרת."
ווען די תורה שרייבט עפעס איז דאס נצחיות לעלם ולעולמי עלמיא, עס פארבלייבט אויף שטענדיג, און הרב לעבאוויטש איז דאס געפארן אליינס בייוואוינען מיט די אייגענע אויגן. אט די דערמאנטע וואסער-פאל איז צווישן 125 און 150 פיס הויך, און דאס וואסער וואס רינט ווייטער ווערט עווענטועל צעטיילט אים פיר באזונדערע טייכן, איינס דערפון איז א טייך באקאנט מיטן נאמען 'טאנא'. אט די טייך טאנא איז דער 'נילוס' וועלכע ציט זיך ווייטער א לענג פון 4,135 מייל לאנג (וואס מאכט איר די צווייט גרעסטע טייל איבער דער וועלט), אדורכגייענדיג מערערע לענדער ווי אוגאנדא, קעניא, סודאן, און דאן מצרים, וואו עס גיסט זיך אריין אינעם מעדיטרעניען.
דער 'נילוס' האט צוויי ארגינעלע ווארצלן: דער 'ווייסער נילוס' וואס הייסט זיך אן אין אפריקע, און דער 'בלויער נילוס' וואס הייבט זיך אן אין עטיאפיע. און דאס איז וואס רש"י שרייבט אויפן דערמאנטן פסוק 'ושם האחד פישון': "פישון, הוא נילוס נהר מצרים".
ר' ישראל ברוך הי"ו דורכאויס זיין באזוך אין עטיאפיע איז ער געגאנגען באזוכן דעם טייך, און פאר לאנגע שטונדן איז ער נאכגעגאנגען אויבן העכער די וואסער-פאלס פון וואנעט דאס וואסער הויבט זיך אָן, ער איז ארויסגעפארן איבערן וואסער מיט א געדינגענער שיפל, און דערנאך האט ער געקלעטערט צווישן די בערג און שטיינער, ביז ער האט דערגרייכט דאס היסטאריש ארט וואו דאס וואסער הויבט אן צו רינען, וועלכע איז לויטן פסוק דער טיר פון גן עדן (זע בילד).
לויט ווי הרב לעבאוויטש הי"ו פארציילט, איז דער שטארקער קראפט פונעם וואסער-פאל -וואס מארקא פאולאו פארציילט- גאר שטארק פארמינערט געווארן אין די לעצטע 100 יאר, זינט עס איז דארט אויפגעבויעט געווארן עטליכע ריזיגע היידרא עלעקטערישע דאמבעס, וועלכע האבן פארקירעוועט ביז 80 פראצענט פונעם וואסער פלוס צו פראדוצירן עלעקטער, און היינט צוטאגס איז פארהאן א שוואכע 20 פראצענט וואסער וואס רינט אראפ די פאלס.
אט דער אינטערעסאנטער פאקט איבער דעם וואסער-פאל און טייך, קען אפשר ווארפן א פרישער ליכט איבער דעם סמבטיון, עס איז מעגליך אז דאס איז דער סמבטיון וועלכע פלעגט אראפ-פליסן די וואסער-פאל מיט אזא מעכטיגער קראפט אז עס פלעגט שליידערן ריזיגע שטיינער, אזש עס איז נישט געווען קיין מעגליכקייט אויף דער וועלט אריבערצוגיין אויך די אנדערע זייט, און די עשרת השבטים וועלכע זענען אהין אנגעקומען זענען ווי דערמאנט געגאנגען פון מצרים די גאנצע וועג נאכגייענדיג דעם נילוס ביזן מקור, קיין עטיאפיע, און זענען דארט פארשטעקט געווארן אונטערן מעכטיגער וואסער פאל. און היינט צוטאגס א דאנק דעם וואס ער שטארקער קראפט פונעם וואסער איז אפגעשטעלט געווארן קען מען דאס שוין אריבערגיין, און אנקומען אויך די אנדערע זייט דארט ווי די פרימיטיווע שבטים וואוינען.
[/quote]

לאמיר זיך קודם נעמען צו הרב ישראל ברוך לעבאוויטש'ס טעאריע אז די בלויער-נילוס וואסערפאל איז דער סמבטיון. דער ארטיקל גיבט נישט אן קיין איין סיבה פארוואס מיר זאל טראכטן אז דאס איז טאקע די סמבטיון, סיידנס אז עס איז א שטארקער וואסערפאל וועלכע האט מעגליך געקענט צושמעטערן און ווארפן שטיינער אין די לופט און אז אין יענעם געגנט וואוינען די עטיאפישע אידן וועלכע זענען מעגליך פון די עשרת השבטים, און די עשרת השבטים זענען דאך פארטריבן געווארן אונטער דעם סמבטיון. עס פארשטייט זיך אליין אז עס איז שווער אנצונעמען אז דער פאלס איז דער סמבטיון באזירט בלויז אויף א שפעקולאציע אז דער טייך האט מעגליך אינעם עבר געווארפן שטיינער. אבער לאמיר נאכקוקן אביסל די מקורות איבער'ן סמבטיון און זען צו די לאקאציע און די נאטור פונעם סמבטיון שטימען מיט די בלויער-נילוס פאלס. (א גרויס חלק פון וואס כ'ברענג אין די קומענדיגע פאר פאראגראפן זענען שוין געברענגט געווארן אין דעם אשכול, נאר דער תגובה איז אריגינעל געשריבן געווארן אין דעם אשכול "ערטער אויף די וועלט וואו מענטשן זענען נאכנישט צוגעקומען" און בשעת'ן שרייבן האב איך פארגעסן פון דעם אשכול. ישר כוח פאר נולד מאוחר וועלכער האט צוגעלינקט צו דעם אשכול, און איך האב אויסגעבעסערט לויט די מקורות וועלכע איך האב פארזען און זענען געברענגט געווארן אין דעם אשכול).

די פריע מקורות איבער'ן סמבטיון וועלכע דערמאנען אז די עשרת השבטים זענען דארט פארטריבן געווארן דערמאנען כמעט נישט קיין ספעציעלער אייגנשאפט פון דעם טייך. אין תרגום יונתן שטייט (שמות לד, י) "וְאַסֵילֵיקִינוּן מִתַּמָּן וְאַשְׁרִינוּן מִן לְגֵיו לִנְהַר סַמְבַּטְיוֹן". דער מדרש שרייבט אין פיל פלעצער אז [טייל פון די] די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן צו א פלאץ "לפנים מן נהר סמבטיון". אין בראשית רבה (וילנא, פרשת ויצא פרשה עג), "א"ר יהודה ב"ר סימון לא למקום שגלו עשרת השבטים גלה שבט יהודה ובנימין, עשרת השבטים גלו לפנים מן נהר סמבטיון, שבט יהודה ובנימין מפוזרים בכל הארצות." אין איכה רבה (פרשה ב) ווערט געברענגט נאך א פלאץ "חוץ מן נהר סמבטיון", "ר' ברכיה בשם ר' חלבו בשם ר' שמואל בר נחמן לשלשה מקומות גלו ישראל. אחד, לפנים מן נהר סמבטיון, דכתיב לאמר לאסורים צאו ולאשר בחושך הגלו, אחד, חוץ מן נהר סמבטיון, על דרכים ירעו אלו שירדו עליהם ענן והקיפן, ובכל שפיים מרעיתם אלו שגלו לדפני אנטוכיא, וירב בבת יהודה תאניה ואניה סכופים סכיפים." אין ירושלמי שטייט אביסל אנדערש (סנהדרין פ"י ה"ו): "לשלוש גלויות גלו ישראל: אחת לפנים מנהר סמבטיון, ואחת לדפני של אנטוכיה, ואחת שירד עליהם הענן וכיסה אותם." פון די אלע מקורות איז משמע אז מ'רעדט פון א טייך אין די געגנט פון אשור און/אדער מדי וואואהין די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן.

דער פריסטער מקור וואס דערציילט איבער א טייך וואס האט אן אינטערעסאנטער אייגנשאפט איז דער רוימישער שרייבער און פארשער פליניוס הזקן וועלכער האט געשריבן בערך 3 - 4 יאר נאכן חורבן בית שני אן אינציקלאפעדיע איבער נאטור מיט נאמען "נאטורליכע היסטאריע". דארט (xxxi 18) שרייבט ער אז "אין יהודה איז דא א טייך וואס איז טרוקן יעדן שבת." אבער מיינט נישט אז פליני פארציילט זאכן וואס ער האט אליינס נאכגעפארשט. סך הכל זאגט ער נאך באקאנטע לעגענדעס וועלכע ער האט געהערט און ער האט זיי רעקארדירט אין זיין אינציקלאפעדיע. צום ביישפיל, אינעם זעלבן קאפיטל דערמאנט פליניוס אויך א טייך אין כינע אויף וועלכע גארנישט קען שווימען, נאר אלעס ווערט תיכף איינגעזונקן דערין, א טייך אין טערקיי וואו די פיש וואס שווימען דערין זאגן עתידות דורך געוויסע סימנים, און נאך א טייך אין טערקיי וואס פארברענט זינדיגע וואס רירן צו צו אירע וואסערן.

דער צווייטער צו דערמאנען דעם לעגענדארישן טייך איז יוסיפין. אין זיין מלחמות היהודים (ספר ז פרק ה), אינמיטן פארציילן וויאזוי טיטוס האט גענומען די אידן אין גלות ביים חורבן בית שני, שרייבט ער אז ווען זיי זענען דורכגעפארן סיריע "האט ער געזען א טייך וועלכע האט אזא אינטערעסאנטע נאטור אז עס דארף פאראייביגט ווערן אין די היסטאריע ביכער: עס לויפט אין דער מיט צווישן ארקעא וואס באלאנגט צו אגריפס' קעניגרייך און ראפאנעא. עס האט גאר א מאדנע אייגענשאפט, אז ווען עס פליסט איז זיין שטראם זייער שטארק און עס האט אסאך וואסער, אבער דערנאך הערט עס אויף פליסן פאר 6 טאג און דער קאנאל ווערט טרוקן, ווי יעדער קען אליינס זען, און דערנאך אויפן זיבעטן טאג, הייבט עס אן פליסן נאכאמאל ווי פריער, ווי כאילו גארנישט האט זיך נישט געטוישט. ... און זיי רופן עס Σαββατικον (שאבאטיקיון), דער נאמען נעמט זיך פונעם הייליגן זיבעטן טאג ביי די אידן."

דר. יעקב נפתלי שמחוני וועלכער האט איבערגעזעצט מלחמות היהודים צו לשה"ק, שרייבט אז ארקעא איז ערקה וועלכע ווערט דערמאנט אין בראשית (י, יז) און איז פלאצירט אין צפון פון היינטיגן לבנון, מערב פון היינטיגן סיריע. ראפאנאע איז ערגעץ וואו אין סיריע (אין די ענגלישע וויקפעדיע שטייט אז דאס איז אין די אויבערשטע טייל פון סיריע, אבער אין אלטע מאפעס ווערט דערמאנט אז דאס איז אין דרום סיריע, נענטער צו א"י' און אזוי שרייבט אויך דער העברעאישער וויקיפעדיע).

עס איז מערקוודיג אז פליניוס און יוסיפין שרייבן איינער פארקערט פונעם צווייטן, לויט פליניוס רינט דער טייך א גאנצע וואך חוץ שבת און לויט יוסיפין רינט דער טייך (אויב עס איז טאקע דער זעלבער טייך) נאר שבת און א גאנצע וואך רוהט עס. עס שיינט ווי דער גאנצער עסק איבער א טייך וואס ווייזט ספעציעלע אייגנשאפטן איז בכלל נישט אזוי באגרינדעט, און איז נישט מער ווי אן אור-אלטער לעגענדע.

אין חז"ל ווערט געברענגט דער איינגענארטיגקייט פונעם טייך אין סנהדרין (סה, ב) וואו די גמרא פארציילט ווי פאלגנד: "ואף שאלה זו שאל טורנוסרופוס את ר' עקיבא. אמר לו, "ומה יום מיומים?" אמר לו, "ומה גבר מגוברין?" א"ל, "דמרי צבי." "שבת נמי דמרי צבי." א"ל, "הכי קאמינא לך, מי יימר דהאידנא שבתא?" אמר לו, "נהר סבטיון יוכיח, בעל אוב יוכיח, קברו של אביו יוכיח שאין מעלה עשן בשבת"". כאטש מען קען זיך דינגען, איז אבער גאנץ מעגליך אז ר' עקיבא האט נישט אייגענטליך געוואוסט פון אזא טייך צו זאגן, ער האט פשוט אנגעכאפט א פאפולערע לעגענדע פון וועלכע טורנוסרופוס האט זיכער אויך געהערט, כדי צו מנצח זיין טורנוסרופוס אינעם ויכוח.

דער מדרש (מקורו בבראשית רבה פרשה יא סימן ה) ברענגט אויך די מעשה פון רבי עקיבא און טורנוסרופוס, און דארט איז קלאר אז דאס איז נישט מער ווי א לעגענדע. פאלגנד איז די גירסא פונעם מדרש: "טורנוסרופוס הרשע שאל את רבי עקיבא מה יום מיומים א"ל מאי גבר מגוברין א"ל מאי אמרת לך ומאי אמרת לי א"ל מה יום מיומים מאי שנא שבתא מכל יומיא מאי שנא גבר מגוברין מאי שנא רופוס מכל גבריא א"ל שרצה המלך לכבדני א"ל אף זו שרוצה המלך לכבדה א"ל ומן הן את מודע לי א"ל נהר סמבטיון יוכיח שהוא מושך אבנים כל ימות החול ובשבת הוא נח א"ל לנגדא את נגיד לי, אתמהא?" דאס הייסט אז טורנוסרופוס האט אים צוריקגעפרעגט "ווילסט מיר סתם מדחה זיין בקש?" ר' אחאי גאון, ווען ער ברענגט די מעשה אין שאלתות, ברענגט ער עס אזוי (פרשת בראשית שאילתא א): "מעשה ברבי עקיבה שהיה יושב בשבת לפני טורנוסרופוס הרשע אמר לו טורנוסרופוס מה יום מיומים א"ל ר' עקיבה . . . אמר לו טורנוסרופוס, ממה ילפינן? א"ל רבי עקיבא, ממן שהיה יורד לישראל שבכל יום היה יורד ובשבת אינו יורד. א"ל, הנח ממן שלא היה יורד בימינו, נילף מדבר אחר. א"ל ממאי נילף? מנהר סמבטיון שהוא רץ כל הימים ובשבת הוא עומד. אמר ליה, אף בנהר הזה איני מאמינך שאיני יודע את מקומו." אין פסיקתא ווערט געברענגט אז טורנוסרופוס האט ענליך געענטפערט (פסיקתא רבתי (איש שלום) פיסקא כג - י' הדברות פ' תליתאה ): "טורנוסרפוס הרשע שאל את רבי עקיבא, אמר ליה מה היום מן יומין, אמר ליה ומה גברא מן גברין, . . . אמר ליה נהר סמבטיון יוכיח, שכל ימות החול הוא מושך ובשבת אינו מושך, . . . א"ל את מובלי לרוח." ווי צו זאגן, דו שיקסט מיר נאכלויפן א ווינט. עכ"פ פון די מקורות זעלבסט איז קלאר אז דאס איז נישט געווען מער ווי עפעס א לעגענדע, און נישט א באגרינדעטע ידיעה.

לגבי דעם לאקאציע פונעם טייך, זעט שטארק אויס פון די מקורות אז עס איז ערגעץ וואו אין מיטל מזרח. לויט די מדרשים איז עס ערגעץ וואו אין אשור, לויט פליניוס אין יהודה און לויט יוסיפין - אין סיריע. און טאקע וואו עס איז משמע פון חז"ל, טוט דער רמב"ן (דברים לב כו) אינדענטיפיצירן דעם סמבטיון מיט א טייך אין אשור (געוויסע חוקרים צייגן אן אויף א דערפל "תל-חלף" וועלכע געפינט זיך אין היינטיגן סיריע) וועלכע ווערט דערמאנט אין נ"ך. אט זענען די ווערטער פונעם רמב"ן: "עשרת השבטים שגלו לנהר גוזן (מלכים ב יז ו) הוא שהחכמים קורין סמבטיון כי נקרא גוזן מלשון ויגז שלוים (במדבר יא לא) אתה גוזי (תהלים עא ו) כי העומדים אחריו מוסרים מבני אדם וקורין אותו סמבטיון מפני שביתתו בשבת כי יום השבת בלשון ההוא סבט כאשר הוא בערבי ונהוג בלשונם להוסיף בתארים "יון" אזוביון חוריון מוליון וכן הרבה".

פון א טייך וואס די וואסער דערין פליסט יא אדער נישט און געוויסע טעג, איז דער טייך פארוואנדלט געווארן אין א "טייך" וואס אנשטאט וואסער פליסט דערין זאמד און שטיינער. דער קוראן שרייבט איבער א שבט "בני משה", און לויט פארשער פאול מאנאנסאלא האט אן אראבישער מפרש מיטן נאמען מוקאטיל אבן סולעימאן אל-באלכי וועלכער האט געלעבט אין די צייטן פון די גאונים (ער איז געשטארבן ד'תקכז) געטענה'ט אז די בני משה זענען פון די עשרת השבטים און זיי ציילן 70,000 מענטשן, און זיי זענען גענצליך ארומגענומען מיט א "טייך" וועלכע פליסט זאמד און שטיינער אן קיין וואסער.

דער זעלבער געדאנק איבער בני משה וועלכע זענען ארומגענומען מיט א "טייך" פון זאמד און שטיינער (אבער אן וואסער) איז א 100 יאר שפעטער געניצט געווארן דורך דעם באקאנטן אלדד הדני. אין א שאלה וואס די מענטשן פונעם שטאט קירואן האבן געשיקט צו רב צמח גאון פרעגן זיי אים זיין דעת איבער די ווערטער פון אלדד הדני, און בתוך הדברים ברענגן זיי וואס ער האט איבערפארציילט פון די א.ג. "בני משה" וועלכע וואוינען לויט אלדד אפגעזונדערט ערגעץ וואו אין "ארץ כוש" (עטיאפיע?) וואס זיי האבן מקובל איבער דעם סמבטיון:

"ספרו לנו אבותינו ואבותינו מאבותיהם ששמעו באותו הלילה רעש גדול ובבקר ראו חיל גדול וכבד, והסב להם את הנהר שגולל אבנים וחול במקום שלא היה שם נהר מעולם, והנהר ההוא עדיין גולל אבנים וחול בלי מים ברעש גדול וקול גדול, שאלמלא היה פוגע בהר של ברזל היה מנפצו. והנהר גולל כל ששת ימי השבוע אבנים וחול בלי שום טיפת מים, ובשבת נח. ובשעה שיעריב יום השישי בין השמשות תרד עליו ענן, ואין אדם יכול ליגש אליו עד מוצאי שבת, והוא ששמו סמבטיון ואנו קוראין אותו סבטינו (או סנבטיון), ויש מקומות באותו הנהר שאין להם רוחב [אלא] כששים אמה, והם עומדים בצד הנהר משם ואנו מכאן ומספרים אלו עם אלו. והם אסורין מפני שהנהר מקיף עליהם, ולא אנו יכולין ליכנס אצלם ולא הם יכולין לצאת משם."

לויט די בני קירואן האט זיי אלדד פארציילט אז אינעם טייך פליסן שטיינער און זאמד אן קיין איין טראפ וואסער, און אז שבת הויערט אויף דעם טייך א ריזיגער וואלקן. אבער אין א בריוו וואס ער האט אנגעבליך געשריבן צו דאס יהדות ספרד, דערמאנט ער דארט אויך די שרעקעדיגע קולות און די שטיינער וואס דער טייך ווארפט אבער דארט שרייבט ער אז שבת ברענט א פייער ארום און ארום דעם גאנצן טייך און ער דערמאנט נישט דעם וואלקן.

רש"י איז מפרש דעם אויבנדערמאנטן גמרא אין סנהדרין אזוי: "סמבטיון יוכיח. נהר אחד של אבנים, ובכל ימות השבת שוטף והולך, וביום השבת שוקט ונח." ביי מיר איז ברור אז רש"י, בעקבות אלדד הדני'ס לעגענדע, איז מפרש דעם סמבטיון אלץ "טייך" פון שטיינער אן קיין איין טראפ וואסער. די גאנצע מושג פון א טייך פון וואסער וועלכע ווארפט אויך שטיינער איז הערשט נתחדש געווארן קנאפע 350 יאר צוריק אין די 17'טע יאר-הונדערט (1600'ס) דורך דעם באקאנטן "מעשה מבעל האקדמות" (די מקור דערפון איז א מעשה ביכל אין אידיש, ווי דער אליה רבה שרייבט, וואס איז געדרוקט געווארן אין די פריע 1600'ס), און פון דארט צו מנשה בן ישראל אין זיין "מקוה ישראל" און גרשון בן אליעזר און זיין "גלילות ארץ ישראל".

צוריק צו הרב לעבאוויטש'ס טעאריע. דער טעאריע שטימט נישט פשוט וויבאלד סיי לויט די גאר פריע מקורות (חז"ל, יוסיפין און פליניוס), און סיי לויט די שפעטערע מקורות (אלדד הדני) איז דער סמבטיון: אדער א טייך פון וואסער אן קיין שטיינער, אדער א טייך פון שטיינער אן קיין וואסער. דער בלויער נילוס וואסערפאל אלץ סמבטיון שטימט נאר איז נאר אויב מיר וועלן אננעמען די גאר לעצטע ווערסיע פונעם לעגענדע אז עס איז א טייך פון וואסער וועלכע ווארפט שטיינער אין די לופט. אבער אפילו דאן וועט עס נישט שטימען וויבאלד לויט אלדד הדני און בעקבותיו דער בעל מעשה מבעל האקדמות, טוט דער סמבטיון ארומנעמען ווי א רינג די בני משה (אנדערש איז דאך נישטא קיין הסבר פארוואס די בני משה זאלן נישט קענען פון דארט אוועקגיין, און פארוואס מ'זאל נישט קענען צוקומען צו זיי) און דער בלויער נילוס טייך און וואסערפאל נעמט נישט ארום גארנישט. אבער נאך א גרעסערן פראבלעם מיטן טעאריע איז אז עס פארפעלט גענצליך זיך צו מטפל זיין מיטן הויפט אייגנשאפט פונעם סמבטיון, נעמליך אז אין שבת רוט דאס! זעלבסטפארשטענדלך אז דער בלויע נילוס וואסערפאל ריט נישט אין שבת, און אפילו די 20 פראצענט וואסער וואס רינט אראפ די פאלס היינט צו טאגס, רינט אין שבת פונקט ווי אינדערוואכן.

דער שרייבער איז מקדים מיט א גאנצע הקדמה פון גראהאם הענקאק ווי ער ברענגט נאך פון מארקאו פאולאו. כ'זע נישט וואס דאס האט א שייכות מיט הרב לעבאוויטש'ס טעאריע, סיידן אז דארט ווערט דערמאנט די גרויסקייט און מעכטיגקייט פונעם וואסערפאל, אבער חוץ מזה האט עס נישט קיין שייכות מיטן ארטיקל. אזוי צו אזוי, עס איז אומגלויבליך וויפיל לי די צוויי דריי פאראגראפן אין בליץ זענען אנגעפילט מיט טעותים און ליגנטס. דער ביכל "The Sign and the Seal" איז טאקע העכסט אינטערעסאנט, (אגב, עס האט נישט קיין שמץ פארלעסליכקייט אין זיך), אבער דער אנאנימער בליץ שרייבער האט ווייזט אויס נישט געענדיגט ליינען דעם בוך, ווייל כאטש אינדערמיט באשרייבט הענקאק אזא שמועס ווי א געוויסער ארון שטעלט זיך ארויס נישט צו שטימען מיט די מאסן וואס די תורה געבט אן, קומט אבער הענקאק צו צו א מסקנא אז דער ארון ליגט היינט אינעם עטיאפישער קירכע אין אקסום.

מארקאו פאולאו פון וועם הענקאק ברענגט אנגעבליך נאך, האט נישט געלעבט 300 יאר צוריק, נאר איבער 700 יאר צוריק, און איז ווי ווייט מיר ווייסן קיינמאל נישט געווען אין עטיאפיע. אבער דאס איז נישט הענקאק'ס טעות, ווייל הענקאק ברענגט בכלל נישט נאך פון מארקאו פאולאו... הענקאק ברענגט פון א סקאטישער פארשער וועלכער האט געלעבט פאר 250 יאר צוריק מיטן נאמען דזשעימס ברוס. ברוס האט פון 1768 ביז 1770 נאכגעפארשט די מקור פון דעם בלויער-נילוס טייך. פארשטייט זיך אז במשך זיין נסיעה איז ער אויך אנגעקומען צום בלויער-נילוס וואסערפאל און ער האט שפעטער באשריבן זיינע הרגשים ביים זען דעם מעכטיגן וואסערפאל. אבער עס איז בכלל נישט ריכטיג אז הענקאק האט נאכגעפארשט צו טרעפן וועלכע וואסערפאל ברוס האט גערעדט פון, ווייל ברוס האט זייער קלאר ארויסגעשריבן אז ער רעדט פון א וואסערפאל אויפן בלויען-נילוס טייך.

אט זענען הענקאק'ס ווערטער (The Sign and the Seal, ch. 9):

[quote="Graham Hancock"]
As I stood enraptured, gazing at the rainbows playing amongst the fine spumes of spray thrown high into the air by the boiling cataract, I could well understand why. I was also reminded - and struck by the accuracy - of the description given by the Scottish explorer James Bruce after his visit here in 1770:

[quote="James Bruce"]The river . . . fell in one sheet of water, without any interval, above half an English mile in breadth, with a force and a noise that was truly terrible, and which stunned and made me, for a time, perfectly dizzy. A thick fume, or haze, covered the fall all around, and hung over the course of the stream both above and below, marking its track, though the water was not seen . . . It was a most magnificent sight, that ages, added to the greatest length of human life, would not deface or eradicate from my memory; it struck me with a kind of stupor, and a total oblivion of where I was, and of every other sublunary concern.[/quote]
[/quote]

קיין איין ווארט איבער "גיגאנטישע שטיינער" וועלכע פליען "טאג און נאכט אינאיינעם מיט דאס וואסער", און קיין אנדייטונג אז עס איז נישטא "קיין מעגליכקייט און דער וועלט אריבערצוגיין צו די אנדערע זייט פונעם וואסער-פאַל." עס איז נישט אמת אז "אנווענזענדע האבן אים פארציילט אז מען ווייסט אויף די אנדערע זייט פון די וואסער-פאל וואוינען פארשידענע שבטים (ער שרייבט נישט אז דאס זענען אידן) וועלכע וואוינען זייער אפגעזונדערט, און האבן נישט קיין פארבינדונג מיט דער גאנצער וועלט", עס איז אבער יא אמת אז ברוס האט געשריבן איבער די איזאלירטע שבטים וועלכע וואוינען דארט. עס איז אבער נישט אמת אז ער שרייבט נישט אז דאס זענען אידן. ברוס באשרייבט די ביתא ישראל שבט (די פאלאשען) און זייער באנוץ פון לשה"ק און אנדערע אידישע מנהגים.

דער טייך הייסט נישט טיס אבעי אין אראמיש נאר אין אמהאריש אבער אפילו וויקיפעדיע ווייסט אז מ'קען זיך טועה זיין צווישן די צוויי שפראכן און אויפן בלאט איבער אמהאריש שרייבן זיי "Not to be confused with the Aramaic language". אמהאריש איז די אפיציעלע שפראך פון עטיאפיע.

דער טייך צעטיילט זיך נישט אין פיר (קוים אין צוויי) ווי מ'קען זיך אליינס איבערצייגן אויף גוגל מאפעס (דער A אינעם לינק איז וואו די וואסערפאל איז), און ניין, דער טייך "טאנא" קומט נישט פונעם וואסערפאל, נאר עס איז פונקט פארקערט: דער וואסערפאל קומט פונעם טייך טאנא וועלכע געפינט זיך (לויט וויקיפעדיע) 30 קילאמעטער ארויפציר, און ווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן אין די אויבענדערמאנטע גוגל מאפעס לינק.

עס איז ריכטיג אז די עטיאפישע רעגירונג האט אויפגעשטעלט א פאוער-פלענט וועלכע פארניצט די קראפט פון די וואסער צו פראדוצירן עלעקטעריציטעט, אבער דאס איז נישט די לעצטע 100 יאר, נאר די לעצטע 10 יאר... ליינט דא אן אינטערעסאנטער ארטיקל פון ריטשארד בענגס, דעם קא-דירעקטאר פון דער מאווי "דער נילוס מיסטעריע" וועלכע איז געפארן אין 2004 צו כאפן א ווידעא פונעם וואסערפאל און איז שאקירט געווארן אז די וואסער וואס רינט איז בלויז 10 פראצענט פון וויפיל עס פלעגט רינען. דער דירעקטאר האט צום סוף אויסגע'פועל'ט אז מען זאל צוריקשטעלן די 100 פראצענטיגע וואסערפלוס פונעם וואסערפאל פאר א קורצע צייט אין וועלכע די מאווי איז געכאפט געווארן. עס שטעלט זיך ארויס אז אפילו ווען די וואסערפאל פלוסט מיט די גאנצע 100% פון די וואסער ווארפט עס נישט קיין שטיינער, ניטאמאל קיין שטיינדעלעך...

נ.ב. כאטש דא איז נישט דער בליץ אשכול מוז איך ארויסברענגן מיין אנטריסונג איבער די נידעריגע גראמאטישע מצב פונעם בליץ. איין זאך וואס שטעכט מיר ממש אין די אויגן איז די משוגעת פון שרייבן אן אונטער-שטרעכל , נאך די ענדע פון א זאץ, און דאס לייגן אן אויבער-שטרעכל בעפאר א ס וועלכע קומט ללשון רבים, לדוגמא "קאלומ'ס". און ער מעג זיך שעמען. "מידעטרעניען"? וואו מיינט ער שרייבט ער? אויף עפעס אן אנליין פארום? ער קען נישט שרייבן ים-התיכון אדער מיטלענדישער ים?

זר זהב » מאנטאג מאי 27, 2013 5:33 pm

· #118602
הערליך יידל, כ'האב נאך נישט אפגעליינט, כ'שטעל מיר אבער פאר מקודם. מיר אנטריסט אבער אויף די 6 ארויסגעווארפענע דאלער וואס כ'וואלט גוט געקענט נוצן 😞

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 5:40 pm

· #118603
פיינעלי, כ'האב געכאפט יידל מיט א טעות
אפשר נישט
"מיטלענדישער" אדער "מיטללענדישער"

יידל » מאנטאג מאי 27, 2013 5:48 pm

· #118606
קאווע טרינקער
פיינעלי, כ'האב געכאפט יידל מיט א טעות
אפשר נישט
"מיטלענדישער" אדער "מיטללענדישער"

ווענד זיך צו מ'זאגט עס "מיט-לענדישער" אדער מיטל-לענדישער". לכאורה איז די צווייטע ריכטיגער, און עס איז טאקע א טעות פון מיין זייט צו שרייבן מיט איין למ"ד, כאטש אין וויקיפעדיע, און אין גוגל טרענסלעט זע איך אז זיי האבן עס אויך געשריבן מיט בלויז איין למ"ד.

kliger » מאנטאג מאי 27, 2013 6:19 pm

· #118618
👍 👍 👍 wow wow!!!!
יידל!!
איך האב נישט קיין ווערטער!
דא ליגט מן הסתם שעות ארבעט!

איין זאך פארשטיי איך נישט,
די עשרת השבטים וואלט געדארפט זיין היינט מיליאנען מענטשן!
וויאזוי קענען זיך אזוי פיהל מענטשן באהאלטן???

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 27, 2013 6:21 pm

· #118621
יידל..... אזא וואונדערליכע ארבעט!! מען קען זאגן, עכ"פ צווישן אונז חברים, אין חכם ונבון כמוך!
און ער געדענקט נאך צו געבן פאר יעדן זיין קרעדיט מיט א גוטהארציגקייט...

איך האב אדורכגעלייענט דעם גאנצן מאמר, און כ'האב נישט קיין הערות ווייל איך בין נישט באקאנט אין דעם נושא. אבער עס איז רייך און מלא תוכן!
און אלס אוכל פירותיהם בעוה"ז, קענסטו קומען אפנעמען פון מיר א שאכטל פוטער פאר אומזיסט, כדי דיר צו באצאלן ד' וה' אויף די פארלוירענע אפגעשפארטע פוטער.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 6:30 pm

· #118625
יידל
קאווע טרינקער
פיינעלי, כ'האב געכאפט יידל מיט א טעות
אפשר נישט
"מיטלענדישער" אדער "מיטללענדישער"

ווענד זיך צו מ'זאגט עס "מיט-לענדישער" אדער מיטל-לענדישער". לכאורה איז די צווייטע ריכטיגער, און עס איז טאקע א טעות פון מיין זייט צו שרייבן מיט איין למ"ד, כאטש אין וויקיפעדיע, און אין גוגל טרענסלעט זע איך אז זיי האבן עס אויך געשריבן מיט בלויז איין למ"ד.

וואס זאגט עטץ צו יידל?
איך וואלט אים געגעבן א קוויטעל...
ער האט וויקיפעדיע און גוגל אויף זיין זייט, אבער דאך, ער וועט ענדערשט זאגן אז ער האט א טעות געהאט.
WOW
דאס איז "גדלות".

יידל » מאנטאג מאי 27, 2013 6:33 pm

· #118626
😂

יידל » מאנטאג מאי 27, 2013 6:40 pm

· #118628
איך ווארט אויף א לייק פון אנאנים... קידינג עסייד, זאלן די בליץ שרייבער ווייטער שרייבן שטויות און איך וועל נאכדעם זיי צולייגן אנליין 🙂

יואליש » מאנטאג מאי 27, 2013 7:02 pm

· #118634
יידל

נ.ב. כאטש דא איז נישט דער בליץ אשכול מוז איך ארויסברענגן מיין אנטריסונג איבער די נידעריגע גראמאטישע מצב פונעם בליץ. איין זאך וואס שטעכט מיר ממש אין די אויגן איז די משוגעת פון שרייבן אן אונטער-שטרעכל , נאך די ענדע פון א זאץ, און דאס לייגן אן אויבער-שטרעכל בעפאר א ס וועלכע קומט ללשון רבים, לדוגמא "קאלומ'ס". און ער מעג זיך שעמען. "מידעטרעניען"? וואו מיינט ער שרייבט ער? אויף עפעס אן אנליין פארום? ער קען נישט שרייבן ים-התיכון אדער מיטלענדישער ים?


באזונדער שטעכט אויס די אויגן - אדער וויל זיך אויסשטעכן די אויגן - דאס נוצן א קאמע נאך און בנוסף צו א פראגע צייכן. פעך. ווען כ'האב עס געליינט האב איך באוואונדערט דאס סבלונות דיינער אין זיך האלטן צו א דירעקט ציטיט אפי' בכל נפשך, און אן אנמערקן [sic].


*****

יידל, א געשמאק צו לערנען אזא מאמר! יישר כח!

יואליש » מאנטאג מאי 27, 2013 7:10 pm

· #118635
kliger



איין זאך פארשטיי איך נישט,
די עשרת השבטים וואלט געדארפט זיין היינט מיליאנען מענטשן!

וויאזוי קענען זיך אזוי פיהל מענטשן באהאלטן???


קען זיין אז אין די הרי חושך (די לעגענדע ברויך א באזונדערע באהאנדלונג) לערענט מען בלויז לימודי קודש און ממילא האבן זיי נישט געמאכט פארשריט אין מעדעצין און אין הייגין, און דאס לעבען איז נאכאלס א דורכשניט פון דרייסיג ביז זעכציג יארן, און פון יעדע משפחה שטארבן האלב ביים לידה, און מגיפות קומען יעדע שטיק צייט און ווישן אפ א דרייפערטעל פון די פאפולאציע.

boxcover » דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:47 pm

· #128700
ווי געוויסע האבען שוין געשריבען, איז עס מחמת חסרון ידועה און איגנארענס אז איינער זאל ווילד אוועקמאכען דברי סיענטיסטס. עאכו״כ על דברי חז״ל!

boxcover » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:50 pm

· #128736
כאפסט טאקע נישט?

יידל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:13 pm

· #128737
Boxcover, אנאנים (וגם אנכי) וויל וויסן מער ספעציפיש וועלכע נקודה ווערט אוועקגעמאכט, און וואו אין חז"ל ווערט די נקודה דערמאנט.

boxcover » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:15 pm

· #128738
אקעי, כ'על מסביר זיין.

דאס אז א איד - מעג זיין א חכם מחוכם - טרעפט א שטיקל תורה שבעל פה וואס ער פארשטייט נישט, איז קיין פראבלעם.

דאס הייסט עס איז נישט א פראבלעם פאר די לומד אז ער קען עפעס נישט צוזאמשטעלן די שטיקל גמרא מיטן מציאות (און כ'רעד שוין פארשטייט זיך נאכן פראבירען איינמאל און נאכאמאל), מיינענדיג אז מען דארף נישט זיין צובראכען ווייל דערפאר האבען זיי געהייסן חכמים, נישט ווייל זיי האבן באוויסען א חכמה נאר ווייל זיי זענען געווען חכמי דורותם ודורות הבאים. זיי האבען - אויסער די ברייטע און שארפע פארשטאנד - געהאט מקובל חכמות ומצוות איש מפי איש פון צייטן נאך פאר מתן תורה (למשל די ספר יצירה וכדומה). זיי האבען געהאט א העכערע מדריגה ווי סתם סיעתא דשמיא (וואס דאס איז גארנישט אזוי סתם). זיי האבען געלעבט אין די ריכטיגע עידזש אוו איפארמעישאן... סאו אז דו פארשטייסט נישט א מאמר חז"ל, זייט נישט צובראכען און דיסאפאוינטעט, ווייל מיר לעבען מיט אסאך שוואכערע מוחות אזש אפילו מיט די גרויסע שפע החכמות וואס די וועלט ווערט יעצט באגאסען, שטייען מיר נאך צוריקגעשטאנען פון זיי אין געוויסע הינזיכטן (און נישט לאנג צוריק, מיט אסאך הינזיכטן).

און אויך איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר להבדיל די חכמים זצ"ל. ווען א היינטיגע פארגרעבטע משכיל (נישט חלילה די ניק) אדער גויאישע אקאדעמישער קאפ קומט צו די מסקנה אז א שטיקל גמרא שטימט נישט אדער אז א מאמר איז אוטדעיטעד (אפ"ל), איז נישטאמאל א פחיתת הכבוד פאר די גאוני הגאונים וקודמי הראשונים (כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די עונשים ר"ל). עס איז אבי געשאסן! וואס רעדסטו?! אפילו דו וואלסט געענדיגט גאנץ בבלי, ירושלמי, תוספתא, מכילתא, מדרש, ספרא וספרי, האסטו נאכאלץ נישט די גדלות צו קריגען אדער אפווענדען א מאמר חז"ל ווייל דו האסט געלערענט וואס זיי האבען געשריבען. אבער אז דו האסט אפגעלערנט קוים עטליכע מסכת - וואס האלב געדענקסטו - און דו ביסט א פארטיגע מבין?

אין לך איגנארענס גדולה מזה!

יידל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:59 pm

· #128751
וואס האט דאס מיטן סמבטיון?

boxcover » פרייטאג יוני 28, 2013 9:02 am

· #128826
[ציטאט אראפגענומען]

דו פארשטייסט גאנץ גוט וואס איך מיין

איך הער.. » מאנטאג מאי 22, 2023 4:53 pm

· #525714
אויפגעפרישט לכבוד שבועות
בלאט: 1 2