☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » עשרת השבטים

עשרת השבטים

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3855

ידען » מיטוואך מאי 22, 2013 2:35 pm

· #116792
עשרת השבטים
שבועות האט יעדער געלייענט פון די מעשה פון בעל אקדמות וואס האט געגאנגען צו די סמבטיון און אריבער געגאנגען שבת ווען סע האט אויפגעהערט צו שיסען שטיינער און ווען ער איז דאארט אנגעקומען האט מען איהם געלייגט אין די תפיסה פאר מחלל שבת זיין און ווען ער האט געזאגט אז סע פיקוח נפש האט מען איהם ארויס געלאזט און געשיקט אשטאטס איהם עפעס א דארע איד ר' דן.

זעהט אויס אז דעמאלטס איז געווען באוויסט ווי די סמבטיון איז און אז סע דארט דא די עשרת השבטים און אז זיי האבען גרויסע כחות זיך צו שלאגען מיט יענע גלח וואס די גרויסע צדיק ר' מאיר האט נישט געקענט אויף אונזערע זייט.

וואס איז געשעהן אז מע האט פארגעסען ווי יענע פלאץ איז?

וועגען די עשרת השבטים האבעך שוין א סאך מאל געלייענט אז אויף א סאך מענטשען און שבטים זאגט מען אז זיי זענען פון די עשרת השבטים.

היינט האבעך געלייענט אין די צייטונג וועגען נאך עפעס א שבט אין ניגעריע וואס מע זאגט אז זיי זענען פון די עשרת השבטים, ווייל זיי האבען זאכן וואס איז ענדלעך צו אונז, ווי זיי היטען שבת און זיי מאכען ברית, און נאך א פאר זאכן.

איך בין זייער ניייגעריג אויב אפשר זענען זיי די עכטע אידען און אונז האמער ענדלעכקייטען צו זיי? ווער זאגט אז אונז זענען די עכטע אידען?

ידען » מיטוואך מאי 22, 2013 6:24 pm

· #116891
סע זעהט אויס אז מע איז אינטערעסירט וועגען די עשרת השבטים, וועלעך לייגען פון די צייטונג..
📎 עשרת השבטים.jpg

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 22, 2013 9:15 pm

· #116952
כמיין דא רעדט מען אויך דערפון www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=871

יידל » מיטוואך מאי 22, 2013 9:22 pm

· #116958
יישר כוח נולד! איך ארבעט יעצט אויף א תגובה בענין הסמבטיון, און דער אשכול וואס דו האסט צוגעלינקט איז מיר ארויס פון קאפ.

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 22, 2013 9:41 pm

· #116965
יידל כהאב אלץ געמיינט די ווייסט אלעס.

יידל » מיטוואך מאי 22, 2013 9:42 pm

· #116966
נו, יעצט ווייסטו די אמת.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:30 am

· #117063
לגבי די עשרת השבטים בקיצור נמרץ:

אין נ"ך שטייט אז די עשרת השבטים וועלן כמעט - גענצליך ווערן אסימילירט צווישן זייערע גוי'אישע שכנים. און דערפאר איז מורא'דיג מתקבל על הלב - און דער שכל איז מילא אזוי מחייב - אז די אלע שבטים וואס מען טרעפט אין די אזיאנער געגנטער מיט שטארקע ענליכקייטן צו אידן, זענען באמת עשרת השבטים אפשטאמיגע.

כשר'ע אידן זענען זיי כמעט זיכער נישט, בפרט לויט די דעה אין די גמרא אז די פרויען האבן געטרינקען א כוס של עיקרים.

עס איז נישטא קיין ערנסטע הארטע באווייז איבער די אלע דמיונות - וואס שטאמען אפ פונעם מיטל אלטער - איבער אידישע מלוכות פון די עשרת השבטים. זיכער נישט פון די מאדערנע עפאכע. לעומת זה, עס איז יא דא ערנסטע ראיות אז דאס איז במכוון פארשפרייט געווארן צווישן אידן זיי צו שטארקן צו קענען קאופן אינעם ביטערן גלות דורך די פאלשע איינרעדעניש אז אין אזיע שטייען גרייט ווייסע פערד מיט העלדישע רייטער וואס וועלן זיי קומען אויסלייזן ווי נאר די צייט וועט קומען. (עס איז פסיכאלאגיש א שטערקערע בארואיגונגס מיטל ווי סתם טראכטן און גלייבן אין ביאת המשיח וועלכע זעט אויס מער שלא מעלמא הדין).

דער סמבטיון קומט בכלל נישט אריין אין בילד. אויב עפעס איז דא א מדרש איבער די לוויים וועלכע זענען אהין געפלויגן פון גלות בבל. וויאזוי האבן די עשרת השבטים געקענט אריבערגיין צו זיי? וואכן נישט, שבת זיכער נישט...

בקיצור, ווי אלעמאל זענען די פאנטאזיעס געוואלדיג אבער דער רעאליטעט סתם אומבא'חן'ט.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:41 am

· #117067
דעת תורה
די פאלשע איינרעדעניש אז אין אזיע שטייען גרייט ווייסע פערד מיט העלדישע רייטער וואס וועלן זיי קומען אויסלייזן ווי נאר די צייט וועט קומען.

דער גר"א און דער בני יששכר שרייבן אז ועלו מושיעים גייט אויף די בני משה.

יואליש » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:19 am

· #117075
לערענדיג די פסוקי התנ"ך, איז מיר אלעמאל שווער געווען פון ווי נעמט זיך די צאל "עשרת השבטים"? ביי די עטליכע דעפארטאציעס פון די מלכי אשור ווערט נישט דערמאנט דער צאל. בלויז עטליכע שבטים ווערן אויסגערעכענט. און ס'איז במציאות שווער צו פארשטיין, ווארום שבט שמעון איז געווען דרום פון, און אייגענטליך "אין", יהודה. (זעה מאפע דא) און אז אשור איז געקומען פון פון מזרח / צפון און איינגענימען מלכות ישראל, ווי קומט ער אן צו שמען. און אויב שמעון איז נישט פארטריבן געווארן, האמיר יהודה, בנימין און שמעון וועלכע זענען נישט נגלה געווארן.

אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.

אביגדור » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:59 am

· #117084
שימאני'ס מיאפאן?

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:46 am

· #117153
ונבנתה העיר
דעת תורה
די פאלשע איינרעדעניש אז אין אזיע שטייען גרייט ווייסע פערד מיט העלדישע רייטער וואס וועלן זיי קומען אויסלייזן ווי נאר די צייט וועט קומען.

דער גר"א און דער בני יששכר שרייבן אז ועלו מושיעים גייט אויף די בני משה.


די נקודה איז נישט פאלש אדער אמת. די פוינט איז אז עס איז פארשפרייט געווארן בכוונה תחילה, פלוס לעבעדיגע ציורים פון זייער איצטיגער מלכות'דיגער צושטאנד.

ידען » זונטאג יוני 2, 2013 4:48 pm

· #120438
די צייטונג פון שבועות האט געשריבען עפעס וועגען די טאליבאן אז זיי האבען א גרופ פון פאשטונס וואס האבען א סאך זאכען וואס איז ענלעך צו אידען. און איינער האט ארויס געגעבען א ביך וועגען זיי. יאנקל וועט מן הסתם וויסן וועלעכע ביך.

חזקיהו המלך » זונטאג יוני 2, 2013 6:49 pm

· #120500
יואליש

אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.


לויט ווי כ'האב פארשטאנען במושכל ראשון פין נ"ך איז די פשט אז שבט בנימין איז כמעט גענצליך עלימינירט געווארען ביי די מעשה פין פילגש בגבעה, וואס איז געווען נאך פאר די מלכים, אין זיי ווערען נכלל אין שבט יהודה, זיי האבען זיך געהאלטען ציזאמען מיט מלכות יהודה אין נישט אריבער געגאנגען צי מלכות ישראל, קען זיין ווייל זיי האבען געזעהן אין מלכות יהודה א המשכה פין מלכות שאול וואס איז געווען פין בנימין, אזוי צי אזוי זענען זיי נישט אריבער צי מלכות ישראל ווי די אנדערע צען שבטים,
אנאנים, שמעון, יששכר, זבולון, דן, נפתלי, גד, אשר, מנשה, אפרים,

galitzyana » זונטאג יוני 2, 2013 8:32 pm

· #120563
Shimon was blended in yehuda cheleck check it out in nach

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 6:26 pm

· #120852
ידען
די צייטונג פון שבועות האט געשריבען עפעס וועגען די טאליבאן אז זיי האבען א גרופ פון פאשטונס וואס האבען א סאך זאכען וואס איז ענלעך צו אידען. און איינער האט ארויס געגעבען א ביך וועגען זיי. יאנקל וועט מן הסתם וויסן וועלעכע ביך.

יאנקל ווייסט מסתם, אבער גוגל ווייסט זיכער.
en.wikipedia.org/wiki/Theory_of_Pashtun_descent_from_Israelites

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 7:54 pm

· #120879
יואליש
לערענדיג די פסוקי התנ"ך, איז מיר אלעמאל שווער געווען פון ווי נעמט זיך די צאל "עשרת השבטים"? ביי די עטליכע דעפארטאציעס פון די מלכי אשור ווערט נישט דערמאנט דער צאל. בלויז עטליכע שבטים ווערן אויסגערעכענט. און ס'איז במציאות שווער צו פארשטיין, ווארום שבט שמעון איז געווען דרום פון, און אייגענטליך "אין", יהודה. (זעה מאפע דא) און אז אשור איז געקומען פון פון מזרח / צפון און איינגענימען מלכות ישראל, ווי קומט ער אן צו שמען. און אויב שמעון איז נישט פארטריבן געווארן, האמיר יהודה, בנימין און שמעון וועלכע זענען נישט נגלה געווארן.

אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.

שמעון איז געווארן אויסגעמישט מיט יהודה, "אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל" איז נישט א תורה פון די מפרשים, נאר א מציאות וואס היסטאריקער באשטעטיגן. אלזא, האבן מיר צען שבטים: ראובן, לוי, יששכר, זבולון, דן, נפתלי, גד, אשר, מנשה, אפרים. דערנאך האבן מיר יהודה און בנימין. און וואס טוען די לויים צווישן אונז? די לויים האבן דאך נישט געהאט קיין אייגענע נחלה, און זענען געווען אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג, ממילא זענען א חלק לויים געבליבן מיט די צוויי שבטים.

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 7:56 pm

· #120880
חזקיהו המלך
יואליש

אבער די טערמין עשרת קרעים ווערט שוין געניצט אין תנ"ך (מלכים א' י"א:ל"א) ביי די פילוג המלכות. אבער די זעלבע שאלה איז דא דארט. וועלכע צען שבטים שאפן מלכות ישראל? הגם דארט קען מען פרעגן מער, אחיה השילני האט צוריסן זיין קלייד אין צוועלף, געגעבן פאר אחאב עשרת קרעים און פאר יהודה בלויז שבט האחד. ווי איז די צוועלעפטע. אויב כ'מאך נישט קיין טעות, זאגן די מפרשים אויפן פלאץ אז שמעון איז אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. אבער פשוט פשט ברויך עס א הסבר.


לויט ווי כ'האב פארשטאנען במושכל ראשון פין נ"ך איז די פשט אז שבט בנימין איז כמעט גענצליך עלימינירט געווארען ביי די מעשה פין פילגש בגבעה, וואס איז געווען נאך פאר די מלכים, אין זיי ווערען נכלל אין שבט יהודה, זיי האבען זיך געהאלטען ציזאמען מיט מלכות יהודה אין נישט אריבער געגאנגען צי מלכות ישראל, קען זיין ווייל זיי האבען געזעהן אין מלכות יהודה א המשכה פין מלכות שאול וואס איז געווען פין בנימין, אזוי צי אזוי זענען זיי נישט אריבער צי מלכות ישראל ווי די אנדערע צען שבטים,
אנאנים, שמעון, יששכר, זבולון, דן, נפתלי, גד, אשר, מנשה, אפרים,

שבט בנימין איז געווארן צוריק אויפגעבויט, ככתוב במקרא (סוף שופטים):
טו וְהָעָם נִחָם, לְבִנְיָמִן: כִּי-עָשָׂה יְהוָה פֶּרֶץ, בְּשִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל. טז וַיֹּאמְרוּ זִקְנֵי הָעֵדָה, מַה-נַּעֲשֶׂה לַנּוֹתָרִים לְנָשִׁים: כִּי-נִשְׁמְדָה מִבִּנְיָמִן, אִשָּׁה. יז וַיֹּאמְרוּ, יְרֻשַּׁת פְּלֵיטָה לְבִנְיָמִן; וְלֹא-יִמָּחֶה שֵׁבֶט, מִיִּשְׂרָאֵל. יח וַאֲנַחְנוּ, לֹא נוּכַל לָתֵת-לָהֶם נָשִׁים--מִבְּנוֹתֵינוּ: כִּי-נִשְׁבְּעוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל, לֵאמֹר, אָרוּר, נֹתֵן אִשָּׁה לְבִנְיָמִן... כג וַיַּעֲשׂוּ-כֵן, בְּנֵי בִנְיָמִן, וַיִּשְׂאוּ נָשִׁים לְמִסְפָּרָם, מִן-הַמְּחֹלְלוֹת אֲשֶׁר גָּזָלוּ; וַיֵּלְכוּ, וַיָּשׁוּבוּ אֶל-נַחֲלָתָם, וַיִּבְנוּ אֶת-הֶעָרִים, וַיֵּשְׁבוּ בָּהֶם.

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 7:59 pm

· #120881
ידען
די צייטונג פון שבועות האט געשריבען עפעס וועגען די טאליבאן אז זיי האבען א גרופ פון פאשטונס וואס האבען א סאך זאכען וואס איז ענלעך צו אידען. און איינער האט ארויס געגעבען א ביך וועגען זיי. יאנקל וועט מן הסתם וויסן וועלעכע ביך.

די פאשטונער האבן די מערסטע ווארשיינליכקייטן צו זיין פון די עשרת השבטים. אפילו די סקעפטיקער זענען דאס מודה. זיי געפינען זיך אויף די ריכטיגע ארט, און האבן די מערסטע ענליכע מנהגים צו אונז. זיי האבן אויך נישט קיין שום סיבה זיך צו אויסטראכטן ליגנטס.
אגב, איך בין נייגעריג, צו וועלן די וויליאמסבורגע אידן רחמנות האבן אויף די טאליבאן וויבאלד זיי זענען מעגליך אונזערע ברידער?

יידל » מאנטאג יוני 3, 2013 10:41 pm

· #120957
איז עס נישט מער ווארשיינליך אז די עשרת השבטים זענען געווארן אסימילירט אין די פעלקער צו וועלכע זיי זענען פארטריבן געווארן? איך פרעג מחוסר ידיעה.

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 3, 2013 10:44 pm

· #120960
אפילו אויב די פאשטונס זענען די עשרת השבטים (לדעתי האלט איך אויך אז עס מאכט אסאך סענס) זענען זיי אלע אפגשמד'ט און גוים גמורים. און די לעגענדע גייט אז די עשרת השבטים זענען אידען אזוי ווי אונז.


אמאהל אין אן אלטען בוך האב איך געליינט אז די עשרת השבטים זענען צוריק געווארען אידען און זענען אויסגעמישט מיט אונז שוין פין בית שני און ווייטער. ער טענה'ט אזוי מכח כמה ראיות. אין תוספות שטייט אויך אזוי.

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 3, 2013 11:09 pm

· #120990
וואס איז די חילוק פון א גוי און א גוי גמור, ווייסטע?
א גוי גמור איז א איד!

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:34 am

· #121089
טאמבל סאס
וואס איז די חילוק פון א גוי און א גוי גמור, ווייסטע?
א גוי גמור איז א איד!



?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 12:35 am

· #121091
יידל
איז עס נישט מער ווארשיינליך אז די עשרת השבטים זענען געווארן אסימילירט אין די פעלקער צו וועלכע זיי זענען פארטריבן געווארן? איך פרעג מחוסר ידיעה.

אויבנאויף איז אזוי מסתבר, אבער ס'איז נישט מוכרח אז עס איז נישט געבליבן קיין שום זכר פון זייער עבר.

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:41 am

· #121097
כ'האב אביסל מורא צו זאגען וואס איך קלער.

אבער די עשרת השבטים זענען געגאנגען אין גלות זעהר זעהר לאנג צוריק, ווען די תורה איז אפילו נאך נישט געוועהן געשריבען נאר ביז ספר דברים אפשר יהושע שופטים אויך. און בימי חזקיהו זעהט אויס אז די תורה איז געפינען געווארען אין בית המקדש. און ווער ווייסט וואס פארע אידען זיי זענען געוועהן ווען זיי זענען פארטריבען געווארען. און פאר לאנגע יארען הגם זיי האבען אהנגעהאלטען מצוות וואס זעהן אויס צו זיין ווי מילה און ציצית, וואס זיי טראגען נאך עד היום הזה, איז קען גאר זיין אז זיי זענען נאך גאנץ "ערליכער" אידן לדעתם. טאמער זיי האבען געגלייבט אין מחמד, און די זקנים דארט האבען איינגעזעהן אז ער איז א נביא איז עס אויך נישט כנגד התורה אזוי ווייט.

והוא רחום יכפר עוון.

דעת תורה » דינסטאג יוני 4, 2013 1:29 am

· #121143
איחוד פעלד

אמאהל אין אן אלטען בוך האב איך געליינט אז די עשרת השבטים זענען צוריק געווארען אידען און זענען אויסגעמישט מיט אונז שוין פין בית שני און ווייטער. ער טענה'ט אזוי מכח כמה ראיות. אין תוספות שטייט אויך אזוי.


דו מיינסט מסתמא דעם בבלי'שן תלמוד (אין מסכת ערכין דוכט זיך). נאר דארט שטייט נאך פון אינמיטן בית ראשון.

דעת תורה » דינסטאג יוני 4, 2013 1:30 am

· #121144
יאיר
יידל
איז עס נישט מער ווארשיינליך אז די עשרת השבטים זענען געווארן אסימילירט אין די פעלקער צו וועלכע זיי זענען פארטריבן געווארן? איך פרעג מחוסר ידיעה.

אויבנאויף איז אזוי מסתבר, אבער ס'איז נישט מוכרח אז עס איז נישט געבליבן קיין שום זכר פון זייער עבר.


אין פסוק שטייט אין די נבואה אז זיי גייען ווערן אסימילירט, אבער עפעס סימנים גייט בלייבן ביי זיי אז זיי זענען אידן.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 4, 2013 6:26 pm

· #121389
וואס זאגט איר צו די חברה? ס'סאונד ווי איינער האט זיי דאס אויסגעלערענט.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 9:05 pm

· #121478
דעת תורה
יאיר
יידל
איז עס נישט מער ווארשיינליך אז די עשרת השבטים זענען געווארן אסימילירט אין די פעלקער צו וועלכע זיי זענען פארטריבן געווארן? איך פרעג מחוסר ידיעה.

אויבנאויף איז אזוי מסתבר, אבער ס'איז נישט מוכרח אז עס איז נישט געבליבן קיין שום זכר פון זייער עבר.


אין פסוק שטייט אין די נבואה אז זיי גייען ווערן אסימילירט, אבער עפעס סימנים גייט בלייבן ביי זיי אז זיי זענען אידן.

וואו שטייט אין פסוק אז עס גייט בלייבן סימנים?

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 4, 2013 10:24 pm

· #121499
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=RRpsY20QVx8">https://www.youtube.com/watch?v=RRpsY20QVx8</a>

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 11:37 pm

· #121520
דעת תורה
איחוד פעלד

אמאהל אין אן אלטען בוך האב איך געליינט אז די עשרת השבטים זענען צוריק געווארען אידען און זענען אויסגעמישט מיט אונז שוין פין בית שני און ווייטער. ער טענה'ט אזוי מכח כמה ראיות. אין תוספות שטייט אויך אזוי.


דו מיינסט מסתמא דעם בבלי'שן תלמוד (אין מסכת ערכין דוכט זיך). נאר דארט שטייט נאך פון אינמיטן בית ראשון.



ניין נישט דאס האב איך געמיינט, איך האב געמיינט א בוך אויף ענגליש פין בערך הונדרעט פיפציג יאר צוריק, פין גוגל בוקס. איך געדענק נישט דער נאמען.

וואס שטייט אין די גמרא?

דעת תורה » מיטוואך יוני 5, 2013 1:21 am

· #121535
אלא מלמד שהחזירן ירמיה ויאשיה מלך עליהן.

די גמרא האט א ראיה ווייל די הלכה איז דאך אז יובל איז נישט נוהג ווען עס איז אין ישראל שרויין על אדמתן, דערווייל זעט מען ירמיה רעדט אין גרויסן פון יובל ווען רוב אידן זענען שוין לאנג פארטריבן געווארן. די גמרא בלייבט מיט א פשטות אז ירמיה החזירן, און קלאוזד קעיס. די שאלה איז אז אויבנאויף אין תנ"ך אין די נבואה אויף זיי איז לכאורה נישט אזוי משמע, קען זיין אז פון א גזירה לרעה איז הקב"ה יא חוזר.

@יאיר, איך געדענק נישט כרגע דער פונקטליכער מראה מקום, איך וועל דארפן נאכקוקן.

פאר הדור » מיטוואך יוני 26, 2013 12:50 pm

· #128137
ב"ה

המקובל מרן הגאון הרב שמעון צבי הורוביץ זצ"ל (יש לציין שהוא נולד בשם קמינצקי ואינו מגזע משפחת הורוביץ המיוחסת), ממייסדי ישיבת "שער השמים" בירושלים, חיבר ספר על מסעותיו בעולם בחיפוש אחר עשרת השבטים בשם 'קול מבש"ר': <a class="postlink" href="http://hebrewbooks.org/20732">http://hebrewbooks.org/20732</a>.
מפני שלפי המקובלים עשרת השבטים יתגלו לפני הגאולה השלמה, ר' שמעון צבי נשלח בתרנ"ט לאסיה מטעם מקובלי ירושלים מכל העדות לחקור את הנושא. במשך כשנתיים הלך ברגל או רכב על גמל. הוא גילה שרידים של יישובים יהודים במקומות נידחים המנותקים משאר העולם. הגיע עד טיבט ושלטונות הודו חשדו בו שמניעיו פוליטיים, והוא נאלץ להפסיק את המסע. את חוויותיו במסעו העלה את הכתב בספר "קול מבשר" שיצא לאור בתרפ"ג.

מור וקציעה » מאנטאג פעברואר 1, 2016 8:26 pm

· #319828
שליט אפריקני אצל הרב קנייבסקי
שליט שבט אפריקני הגיע ארצה וביקר אצל הגר"ח קנייבסקי • הגר"ח בירך עליו "ברוך שחלק מכבודו לבשר ודם"
משה ויסברג יום ראשון כ"א שבט תשע"ו 22:46 31/01/2016

הפתעה בבית הגר"ח קניבסקי ברחוב רשב"ם בבני ברק: שליט במדינה אפריקנית הגיע לביקור אצל הרב.

הרב שאל את השליט אם יש לו סמכות להרוג. משהשיב בחיוב קם הרב, חבש את כובעו, לבש את מעילו ובירך עליו "שנתן מכבודו לבשר ודם".

לדברי השליט האפריקני הוא שולט על עוד 300 שליטי שבטים אפריקניים.

האיש הגיע לארץ והתארח אצל הרב דניאל עשור מתל ציון, לאחר שניהל איתו ויכוח על הנצרות.

הוא וחלק גדול מאנשיו מתייחסים לטענתו לשבטי יעקב והם מחולקים לפי כל שבט ושבט. לדבריו הם מקיימים ברית מילה, וכעת בתוכניתו להתגייר יחד עם אנשיו, כך לטענותו. אם כי הם לא נבדקו והדברים מפוקפקים.

בשבת האחרונה, התארח אצל האדמו"ר רבי יוסף יואל קאהן ממבקשי אמונה.



ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:17 am

· #319914
Re: עשרת השבטים
דער שליט באקומט גרעסער כבוד ווי דער שליט פון אפסטעיט נ.י. וואס האט אויך אזעלכע רעכטען!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:24 am

· #319915
Re: עשרת השבטים
איך האב אן עצה. פונקט ווי מ'טיילט בשמים יוכ"פ מזכה צו זיין דער עולם מיט א ברכה, אזוי זאל ער גייען פון שול צו שול, און יעדער איינער קען מאכען א ברכה.
אפשר זאל ר' חיים זיך אויך דרייען פון ביהמ"ד צו ביהמ"ד מ'זאל קענען מאכען אשר חלק מחכמתו, און מ'זאל ברענגען סטיפען האוקינגס צו קענען זאגען אשר נתן מחכמתו.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירח בן יומו » מיטוואך פעברואר 3, 2016 3:31 pm

· #320114
בחדרי חרדים
מו מעבר לסמבטיון, הפציע פתאום בחיינו 'המלך איו' עם סיפורים מופלאים, על ממלכה נידחת של עשרת השבטים, על מלך כל יכול השולט במיליוני איש ויכול לחסל את מתנגדיו בהינף יד.

התרגשות רבה אחזה בקהל בשל סיפוריו המופלאים של המלך הגולה מטוגו. הבוקר (ג') בירושלים, אנשים נעמדו בתור כדי לברך על האפריקני החביב בשם ומלכות "שנתן מכבודו לבשר ודם".

אך תחקיר שערך 'בחדרי חרדים' מעלה שהאיש החביב והנחמד הזה, שרצונו להתקרב לעם היהודי כנה ומרגש, אולי שלא מטובתו ומתוך כוונת טובות, גרם להכשלת הרבים. הוא לא גולה מטוגו, אלא מתגורר מזה שנים ארוכות בארצות הברית, הוא אולי נושא תואר 'מלך' של שבט בטוגו אך אינו משמש בפועל מלך בשום מקום. הוא מעולם לא התיימר לשלוט על אנשים או להחליט על גורלם. ודאי וודאי שאינו יכול להורות על הרג אדם.

אז מי אתה המלך איו הראשון?

האיש ששמו הינו, לפי תחקיר 'בחדרי חרדים' - פרנסיס פולי בבה, נולד בטוגו והיגר כנער לארצות הברית לפני כעשרים שנה. זמן קצר לאחר מכן החל לכנות את עצמו כ'מלך איו', מאז הינו מציג את עצמו בתואר זה, והוא ייסד מוסד צדקה בשם 'הצלב הירוק' המספק עזרה לאפריקה.

מי שהכיר אותו עוד כנער היה המטיף גורדון ווייט ממהמלין פנסילבניה, ששימש כמיסיונר בטוגו בשנים 1978-1986. "זו הונאה", אמר הכומר לעיתונאי שהתעניין ב'מלך איו', "האיש הזה לא יותר מלך ממני וממך, הוא למד אצלי בבית הספר בטוגו ונודע בשם פרנסיס, לא היו לו בגדים חוץ מזוג מכנסיים וסנדלים, הוא גידל גידולים חקלאיים כמו כולם ואף אחד לא קרא לו מלך".

הכומר שב לארצות הברית ומייד אחריו הגיע פרנסיס, "שילמתי לו כרטיס אוטובוס כדי להגיע לבקר אותי. הוא חיפש דרך לחיות להתפרנס ולהישאר באמריקה. הדבר הבא ששמעתי ממני היה כשהוא הופיע באיזה תוכנית טלויזיה וטען שהוא מלך".

בשיחה עם 'המלך' הוא מסביר: "האיש הזה אני מכיר אותו, הוא השמיץ אותי כמה שנים, וכוונותיו אינן טובות. אבל זה נכון שבטוגו מסיבות בטיחות לא הצגתי את עצמי כנסיך ובן למשפחת מלכים, אבל העובדות הן עובדות ואי אפשר לערער עליהן. אני ממשפחת מלוכה מקומית, ויש לי על כך אישור מהשגרירות בטוגו".

לדברי ה'מלך': "כאשר הגעתי לארה"ב לא רציתי שאיש ידע שאני נסיך מטוגו בשל המצב הפוליטי בטוגו אז הלכתי ועבדתי בקיוסק. עד שמשפחתי גילתה שאני עובד בעבודת דחק ושלחו לי כסף".

מה שנכון נכון, השגרירות אישרה במסמך מאותן שנים כי: "הוד מעלתו המלך היאי איו (פרנסיס פולי באבה), הינו אזרח טוגו המתגורר בארה"ב... הינו מחזיק בתואר הסימבולי והמסורתי של 'מלך גוין', שהוא בעיקרו שבט שהתיישב באזור החוף של טוגו".

הוד מעלתו המלך הוא לפי ההגדרה הזו מעין צ'יף או דומה לשייח בדואי, של שבט בטוגו. כשהוא כלל אינו שוהה בטוגו. מה מקורו של השבט ומה גודלו? מה פשר התואר הזה? מתברר שהעניין פה מפתיע אף יותר ממה שנדמה.


טוגו היא מדינה קטנה במערב אפריקה, המונה כשבעה מיליון נפש, המורכבים מארבעים שבטים שונים. השבטים הגדולים שלה הם "אווא", המונה קרוב ל-30 אחוזים ו'טם' המונה כעשרים אחוזים, השאר מתחלקים לעשרות שבטים.

שבט 'גיון' הוא שבט בן כחצי מיליון נפש שהיגר מאזור 'חוף הזהב' במאה ה-17, כנראה בשל הפחד מסוחרי עבדים, והתיישב באזור טוגו סביב הכפר גולדג'י, כפר קטן בן מאות תושבים. מזרחית לעיר הבירה של טוגו - לומה. כיום חיים כשלוש מאות אלף נפש מבני השבט באזור הזה, ועוד כמאתייים אלף נפש בגאנה הסמוכה.

השבט, תת שבט של הקבוצה האתנית 'גא', הינו לא גדול אבל גילה יכולות לחימה מרשימות. הוא התיישב באזור כשהוא דוחק את רגלי השבטים האחרים. באותם שנים מי ששלטו באזור היו הבריטים שהסכימו לייסוד ממלכה בחסותם סביב הכפר גולדג'י. הכפר הקטן היה מרכז הממלכה של השבט. הוא ירד מגדולותו אך נודע עדיין בכך שנוסד בו טקס שהובא על ידי שבט הגיון בשם הקרוי 'אפקא אפא', טקס של עובדי אלילים. עד היום מתאספים שבטים שונים להשתתף בטקס שנחוג סביב אבן מקודשת להם הניטלת מיער סמוך המקודש להם.

"אני נולדתי בכפר הזה", מספר לנו הוד מלכותו, "זה היה פעם בירת הממלכה והיה לנו ארמון שם".

השבט שלט במחוז בחסות השלטון הבריטי, אחר כך בחסות הצרפתים, ואחר כך בחסות הגרמנים, עד לימי עצמאותה של טוגו. לפי הרשומות, השושלת של המושל במחוז גילדגי החלה בשנת 1680, החל מתחילת הכיבוש הבריטית בשנת 1992, הלך לעולמו גא טוניו פולי באבא ה-14, סבו של פרנסיס. מי שמונה במקומו הוא עוצר בשם פיו טטקבא ואחריו פולי באבא ה-15, השולט במחוז עד עצם היום הזה.

אז איך הגענו ל'מלך איו'? הוא מסביר: "הסבא שלי רצה שאהיה מלך, אבל בסופו של דבר מונה הדוד שלי כי אני לא רציתי, השתתפתי בטקס ההכתרה שלו שהיה מפואר ומרשים, תמורת זאת הוענק לי מעמד סמלי של מלך. אבל הוא מלך בפועל רק של מחוז אחד ואני מלך סמלי לא רק של המחוז אלא של כל טוגו".


לכך שהינו מלך טוגו אין אישור רשמי מגורם ממשלתי, המסמך מהשגרירות די מקפיד לדייק באשר לתפקידו. בתגובה אחרת של השגרירות לעיתונאי מטקסס, אף נוסף, ש"צאצאים טוענים למלכות של שבטים שונים יש לא מעט, גם בטוגו ואפילו בארצות הברית".

הוא אכן הוכר כ'מלך הסימבולי של טוגו' על ידי שימו לב: "נשיא לשעבר של טוגו". לא ברור איזו סמכות יש לנשיא לשעבר לעניין כזה.

יהא אשר יהא מעמדו הרשמי בטוגו, בעיקרו הוא אזרח ארה"ב ואינו שליט של אף מקום, ייתכן ואם מישהו ירצה לברך בשם ומלכות - עליו לנסוע לטוגו לפגוש את הדוד. נראה שאפשר לחסוך את הנסיעה המתישה לחופה של טוגו ולהסתפק בברכה על שייח' בדואי - אלה הנפוצים לרוב במדבריות הנגב.
רב פעלים

עם זאת, יודגש שהאיש החביב נפל לתוך הסערה שלא בכוונה תחילה, שכן משמעות התואר אינה מובנת כראוי למי שאינו מכיר את התרבות השבטית האפריקנית.

אז איך הגענו לעניין הבומבסטי שהינו 'יכול להרוג אנשים'? הוא עצמו מסביר: "נשאלתי על ידי הרב אם אני יכול להכריע גורל של אנשים, באופן עקרוני, בשל המעמד אני יכול להשפיע על גורלם, אבל להרוג? ממש להרוג? לא, גם הדוד שלי השליט בפועל אינו יכול לעשות זאת, אבל ודאי שהוא יכול לשפוט אנשים במסגרת משפט פלילי וכדומה ולגזור את דינם לפי העניין כפי שמחייב החוק. הוא בעצם שופט, אני רק במעמד סמלי, אם כי לו הייתי מושל של ממש הייתי יכול גם להשתתף במשפטים".

ה'מלך' פעיל בשדה הבינלאומי ולו קשרים עם גורמים בינלאומיים בעולם ובייחוד באפריקה. בשנים האחרונות כפי שהוא מספר - הינו משוכנע יותר ויותר שמוצאו יהודי, כפי שכבר סיפר ל'בחדרי חרדים'. אנשיו אומרים שהוא מהול כבר, והוא עצמו מתכוון להתחיל בהליך גיור.

זה הביקור השני שלו כאן בישראל, וכבר בארצות הברית החל להתקרב ליהדות, והוא שמח שהתקבל כאן בהערצה והערכה רבה: "אני חש שאני שב לעם היהודי, שהיה העם שלי תמיד, עכשיו אני לומד יותר ויותר, מניח תפילין, לומד תורה ורוצה להתקרב עוד יותר ליהדות".

ומה באשר למשפחתו בארה"ב? האם הוא נשוי? האם יש לו ילדים?

מקורביו בישראל אמרו ל'בחדרי חרדים' כי האיש היה נשוי בעבר לאשה יהודיה מאיטליה. מקורב אחר אף הגדיל וסיפר ששמע שלבני הזוג היה בן משותף יהודי. אבל פרנסיס עצמו צוחק כשהוא שומע את הדברים. "לא, לא הייתי נשוי מעולם ליהודיה ולצערי אין לי ילדים. הייתי נשוי אמנם לאשה נוצרית בארצות הברית, ולצערינו לא היו לנו ילדים, אבל בסופו של דבר דרכינו התפצלו לכיוונים ששונים והתגרשתי. אני מקווה שלאחר שאתגייר אכן אמצא גם יהודייה כשרה להתחתן איתה".

למרות זאת מקורביו מתעקשים שאכן מדובר היה ביהודיה שהתנצרה אך העניין טרם נהיר, ו'בחדרי חרדים' ניסה להגיע למקורות מידע נוספים בעניין בארה"ב.

מה שברור הוא שיש לקחת רבים מהסיפורים על האיש בעירבון מוגבל - הוא עצמו מכחיש את חלקם וגם מה שאינו מכחיש רצוי לשים בהקשר הנכון.

טמיר » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 11:22 am

· #320211
Re: עשרת השבטים
הגר"ח גייט יעצט זאגן ברוך שם? אפשר זאל מען מאכן א מעמד אמירת ברוך שם

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:01 pm

· #320234
טמיר
הגר"ח גייט יעצט זאגן ברוך שם? אפשר זאל מען מאכן א מעמד אמירת ברוך שם

טמיר: ווי משוגע דאס קלינגט, קען עס נאך ווערן א חפצא. וואס די חסידים (לאו דוקא) קענען באווייזן איבער זייער'ס א גדול קענמען נישט פאראויסזאגן. אז מ'קען מאכן א מעמד קריעת ים סוף מיט א בעיבי פול אנגעפולט מיט וואסער. און די רבי איז אנגעטון מיט זיין קאלפיק בתפארתו. און ער זאגט נאך תורה מיט א תמימות'דיגן פנים. אן אן אויספלאץ אינמיטן די ..."דברי טעירע"...איז שוין נישט קיין קשיא אויף גארנישט...!