@יידל און
@פארוואס? אינספערירן מיר מיט זייער קענט'ניזם אין מאטאמאטיקע!
פארוואס טענהט, אז דער סימבאל = קען גענוצט ווערן אויף צוויי מטרות. איינס, מיר צו מעלדן וויפיל מיין חשבון איז באשר הוא שם. מיינענדיג, אז אויב האב איך אן 1 ובנוסף לזה האב איך נאך אן 1 קומט דער סימבאל = מיר מודיע זיין אז דער סיכום פון וואס די האסט איז נומבער 2.
נאך א מטרה פון דער סימבאל =, איז מיר צו מודיע זיין די ווערד פון אן איינצעלן נומבער גופא. דהיינו, לדוגמה אז איך האב ביי מיר אין קעשענע א נומבער 1. קומט צו גיין דער סימבאל = און זאגט מיר, זאלסט וויסען אז נומבער 1 סימבאליזרט נומבער 1. ולימים אז איך גיי מיר פאר שאפן נאך א נומבער 1, וועל איך מיר דערמאנען אז נומבער 1 רעפענזעטירט נומבער איינס. וועל איך וויסען אז איך האב יעצט צוויי נומבער 1'נס.
בין איך גערעכט.
איך וואלט עס אויסגעלייגט אזוי: מטרה נומבער איינס פינעם סימבאל איז נוגע למעשה, צו וויסן וויפיל איך האב יעצט. מטרה נומבער צוויי איז דער לומדישער קוק אויפן סימבאל, און איז אובייעקטיוו, סאיז נאר מייצג דעם נומבער גופא, אן קיין חשבון פון סיכום.
אז כ'טעות ארום, זאגטס מיר.
...........
ומה שנוגע צו די שאלה וואס
@יידל האט געשטעלט.
72=9
56=8
42=7
30=6
20=5
?=3
די ערשטע שאלה איז, וויאזוי קוקען מיר אויפן סימבאל =. דארף דער סימבאל זאגען וויפיל איך האב יעצט למעשה. אדער קומט דער סימבאל זאגען א לומדות. לדוגמה, 72=9, קומט מיר דער סימבאל = זאגען אז לסיכום וואס איך האב אין טאש, איז עפעס מיט א 9 וואס גייט מיך פירען צו אן אויספיר פון 72. אדער קומט דער סימבאל = זאגען דער אובייעקטיווער שייכות פון א 9 ביז דער נומבער 72.
דער שואל האט לכאורה נישט געפרעגט פון דעם לעצט דערמאנטן קוק - ווינקל, ווי אלע יידל און פארוואס האבן שוין געזאגט, האט 9 גארנישט מיט 72. ואם כנים הדברים מוז נישט נומבער 3 האבן עפעס מיט די אובייעקטיווע שייכות צו נומבער 3. וואס דאס וועט אלעמאל בלייבען נומבער 3.
אלא מאי האט דער שואל לכאורה געפרעגט פון דעם למעשה'דיגען פערספעקטיוו. דהיינו, די געפין מיר אויס וויפיל איך האב יעצט אין מיין קעשענע, א סכום וואס האט עפעס צו טוהן מיט א נומבער 9, און די אויסגאנג וועט מיזען זיין 72. און לבסוף האב איך א סכום וואס האט עפעס צוטוהן מיט א נומבער 3, גיי ברעך קאפ וואס די אויסגאנג איז. ולו יצוייר איך בין גערעכט, קומט דער סימבאל = זאגן דער סיכום וואס איך פארמאגט יעצט.
אויב בין איך גערעכט ביז יעצט, איז מוכרח אז עס לויפט א געוויסע סדר צווישען די אלע משלים וואס דער שואל האט ארויסגעשטעלט.
די שאלה צו וועלכער סדר מען דארף ריכטיג מכוון זיין, ווייל עס איז דא עטליכע.
אדער איז די ענטפער 6, והסדר הוא כדלהלן:
די נומבער וואס איך זעלבסט לייג צו, איז איין נומבער ווייניגער ווי דער שואל האט ארויסגעשטעלט, און די סדר גייט זיך רעכענען מיט די נומבערס וואס דער שואל האט ארויסגעשטעלט:
72=9×(8 )
56=8× ( 7 )
42=7× ( 6 )
30=6 × ( 5 )
20=5 × ( 4 )
און מיט א הנחה אז דער שואל האט מאיזשהו סיבה אויסגעלאזט דעם ציור :
12=4 ×( 3 )
און דער ענטפער וועט זיין:
6=3 ×( 2 ).
און דער סיבה וואס פירט צו זאגען אזא חשבון איז צוויי, סיי די חשבון פון
@וכדומה... ועוד אז מען זעהט אז די סדר לויפט אז דער נומבער וואס איך דארף צו לייגען ווערט ווייניגער מיט א נומבער, און איך רעכן מיך די גאנצע צייט מיט די נומבערס וואס דער שואל האט ארויסגעשטעלט
אבער דאס איז לכאורה נישט מסתבר, ווייל למעשה איז דער ציור פון נומבער 4 נישט דא.
קען מען זאגען אז דער ענטפער איז נומבער 9, והסדר הוא כדלהלן, און די סדר גייט זיך רעכענען מיט די נומבערס וואס איך זעלבסט לייג צו:
72=9×
( 8 )56=8×
( 7 )42=7×
( 6 )30=6 ×
( 5 )20=5×
(4)און יעצט וועט מען דראפען די חשבון וואס דארף אפיציעל אויסקומען פינם שואל'ס נומערן, און איך וועל מיך האלטן צו מיין סדר, און די ענטפער גייט זיין:
9=3×(3)סאיז דא דא נאך רעכענונגען און מהלכים זיך אומצוגיין מיט די שאלה, ועוד כמה דיונים שעלה מזה, ועוד חזון.
איך האב באמת נאך ספיקות און שאלות בנוגע מתמטיקה.