דרך אגב, רוב היינטיגע חסידישע מוזיק איז געשריבן אין "מיינער" וועלכע איז אין די מערב וועלט אנגענימען אלס א טרויעריגע סקעיל. נוסח התפילה איז יא אין מעיזשאר אדער הארמאניק.
מעלאנכאלישע מוזיק
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8456
בלאט: 1 2
@יואליש, האנס איז א גאון נורא, זיין ארבעט אויף גלאדיעטאר איז א שם דבר, ער האט שוין פארפאסט צענדליגער מוזיקאלישע Soundtrack Themes און איז נאך אלץ כסדר מחדש.
איך כאפ דאס מערסטע התפעלות פון זיין ווערק אויף:
The Rock
Tears of the Sun
Da Vinci Code
Batman Begins / The Dark Knight
Inception
כ׳וועל בלי״נ צוזאמקלייבן עטליכע פון זיינע בעסטע מעלאנכאלישע יצירות, און עס אהערברענגן לזיכוי הרבים.
און אז מ׳רעדט פון סאונדטרעקס איז דא א געוואלדיגע שטיקל פון Clint Mansell וואס רופט זיך Sacrifice, ס׳פארמאגט שטריכן פון Chant, א געזאנג פון מעלנכאלי מלא השתוקקות:
עמוק עמוק!
(אגב, איז דער גאנצער אלבוים געוואלדיג, ס׳איז פונעם מאווי L'Affaire Farewell, און אז ס׳געפעלט אייך זיין שניט, איז אויך כדאי צו הערן זיין ארבעט אויף The Fountain, זייער ענליך).
Tennessee פון האנס זיממער איז אויך כדאי צו דערמאנען, נישט אזא עמקות, אבער הערליך טרויעריג:

יאירהצדיק ר' שלמה'לע קרליבך האט אסאך ניגוני התעוררות, אבער דער, רעלאטיוו אומבאקאנטער ניגון, מיט די הקדמה אין דער אלטער קארליבאנער נוסח איז עפעס אויסערגעווענליך.
סורפרייזינגלי איז עס א שטיקל פרייליך ניגון גאר.
מרדכי בן דוד בענקט זיך צו זיין רבי'ן דעם ריבניצער צדיק
נעמט נאר אין אכט אז די captions אויף דעם ווידיא איז היבש גרייזיג
נעמט נאר אין אכט אז די captions אויף דעם ווידיא איז היבש גרייזיג
דער ניגון פון טיף בענקעניש האט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל אויסגעלערנט מיט די מעשה:
ניגון זה שמעתי מחסידים, ויחד עמו שמעתי את הסיפור הבא:
"הדבר היה ברוסיה, בזמן בו שלטון רוסיה החל להתפשט. הם ביקשו לכבוש כל מקום, גם את ההרים בהם התגוררו שבטים קווקזיים.
"שבטים אלו היו אנשים לא מתורבתים שחיו כציפור דרור, ולהם היה מנהיג ששמו שאמיל. למרות שמספר החיילים הרוסיים היה גדול ממספר אנשי השבטים, הם לא הצליחו לגבור עליהם בשל יתרונם האסטרטגי – ההרים הגבוהים.
"מה עשו הרוסים? הם התחכמו והציעו להם לכרות עמם ברית שלום. כאשר אנשי השבט התפתו וירדו מן ההרים, תפסו אותם הרוסים והשתלטו על השטח; את מנהיגם, שאמיל, הגלו לעומק רוסיה.
"בגלות, היה שאמיל נזכר מזמן לזמן בהרים הגבוהים, בימים בהם היה חופשי מהממשלה ומשוחרר מכבלי התרבות; הוא היה חושב על מצבו העגום ונזכר בימים בהם היה חופשי כמו הנשר בשמים. הוא הלחין שיר זה שתחילתו רווי געגועים לימים עברו, וסופו חדור בתקווה שעוד יבואו ימים טובים וכי בסופו של דבר הוא ישוב אל מולדתו, אל ההרים הגבוהים.
הוסיף הרבי ואמר:
"כאשר יהודים שמעו את הניגון, הם השתמשו בו כמשל לירידת הנשמה לגוף. כאשר הנשמה נמצאת למעלה היא מאוחדת עם האלוקות, וכשהיא יורדת מטה אל העולם החומרי זו הירידה הגדולה ביותר.
"כשהאדם מתבונן במצבו ורואה את מצבו הרוחני הלא-טוב, הוא רואה את כבלי הגוף האוסרים אותו ולא מרשים לנשמתו לעוף כמו נשר בשמים, הוא מתעורר בגעגועים אל ההרים הגבוהים – אל שורשה של הנשמה. אך סופו של הניגון חדור תקווה, כי האדם יודע שירידת הנשמה בגוף מאפשרת לנשמה לעבוד ולהתרומם לגבהים אליהם לא יכלה להגיע קודם לכן."
"
[ציטאט אראפגענומען]
לעבעדיק!!!
לגבי דעם געדאנק וואס איז בארירט געווארן דורך @יאיר און @לעיקוואד, יידישע מעלאנכאלישע לי דער vs. סעקולארע/אנדערע וכו וכדו, לעיקוואד זאגט א געדאנק. אבער מיין מושכל ראשון איז געווען, ווען איך האב באמערקט די חילוק, אז דאס איז מכח דעם גלויבען. דהיינו, אז דער גלויביגער איז שווערער זיך מקשר זיין מיט די עומק פון די צער פון די טרויעריגע רגש, סאיז דא נאך עפעס וואס ער מישט אריין און דעם צער/ רגש, ובכן איז ער נישט מצליח אנצוקומען אל תוך עמקות הרגש ורגשות של צער. ועוד אז דער תקווה און האפענונג, די נחמה אז אלעס איז לטובה, הארגעט אוועק די גאנצע מעלאנכאלי, די רגשות פון דעם גלויביגער איז שווער אז סזאל זיין אובייעקטיוו. דער סעקולארער קאמפעזירער אדער זינגער, ער איז דער גאנצער צער, ער איז דער גאנצער רגש, ובכן דערגרונטעוועט וואס 'ער' שפירט, און 'זיין' אבלות. דער גלויביגער איז נישט מקושר מיט זיינע אינסטיקטיווע הרגשים ווייל עפעס ספירוטאל מישט זיך אריין, דער 'איך' האט נישט אזויפיל פלאץ בכלליות ביי דעם גלויביגער. הגם סאיז נישט קיין כלל, אולי אויב האלט פון 'האמעניזעם און יהדות' קען זיין אז סאיז אנדערש ויש עוד לעיין. וזה הוא הרעיון בקיצור
דאס ליגט שוין ביי מיר און דרעפט א שטיק צייט, כהאב זיך געיישובט צו איך זאל עס ארויסלייגען, אפשר וועלן מאנכע עס נישט ריכטיג אויפנעמען. נאר אז @אנאנים האט עס שוין בארירט, דארף שוין מער נישט דרעפט'ן.
ובדרך אגב, אז מען רעדט שוין פון מעלאנכאלישע לידער. האב איך ארויסגעלייגט א מעלאנכאלישע פאעזיע לאור האסון האחרונה. דארט האב איך פראבירט נישט אריינמישען אין מיינע הרגשים חיצוניות דיגע זאכען, נאר עס זאל בלייבען ריין טרויער און עצבות און אבלות.
אחד העם
ובדרך אגב, אז מען רעדט שוין פון מעלאנכאלישע לידער. האב איך ארויסגעלייגט א מעלאנכאלישע פאעזיע לאור האסון האחרונה. דארט האב איך פראבירט נישט אריינמישען און מיינע הרגשים חיצוניות דיגע זאכען, נאר עס זאל בלייבען ריין טרויער און עצבות און אבלות.
איך מוז דיר זאגן אז דו האסט גוט מצליח געווען מיט דיין כוונה א נחת פאר אלע דעפרעסטע מענטשן 🙄
עכט ברענגט דאס אריין דעם מענטש אין די סיטואציע נאך פאר ער האט חיזוק נאר די פארלוירענקייט און זיך פילן אליין און פארלאזט, נאך פאר מען פילט דעם יד ה'
@אחד העם איך בין נישט מסכים מיט אייער רעכענונג איבער גלויביגער. וואס איר זאגט איז אפשר אמת פאר אזוינע קלישעי מאמינים, פון די בס"ד בב"א סארט. אבער קלישעיס איז דא פונקט אזויפיל ביי נישט מאמינים. איינער מיט אמת אוטענטישע הרגשים וואס האט די פאך עס ארויסגעבן וויאזוי עס איז איז א זעלטענהייט, אבער מאכט זיך ביי מאמינים ווי נישט מאמינים צוגלייך. דער אמונה טוישט נישט די פאקטן און די הרגשים, און אדרבה אז מען קוקט אין גוטע ווערק פון מאמינים זעהט מען די זעלבע טיפעניש.
אפילו די פיוטים פון איכה און קינות בין איך נישט מסכים צו אנאנים'ס הבנה אז אלע זענען מסיים בנחמה. איכה זעלבסט ענדיגט זיך דווקא אויף דער טיפסטער טרויער נאוט פון אנטוישונג כי אם מאס מאסתנו. יא דער קלישעי מנהיג פארדרייט דאס און חזר'ט איבער השיבנו, דאס ווייזט נאר אז דער מנהג האט פארפאסט די גאנצע פוינט פון סיי דער פסוק השיבנו און סיי כי אם מאס מאסתנו. די זעלבע רוב קינות זענען זיך דייקא נישט מנחם. אדרבה זיי שרייען אל תנחמוני הבל וואס העלפט מיר די אלע חיזוק און אמונה און בטחון אז מיר איז שרעקליך. ירמיהו הנביא איז געווען גענוג מאמין און האט נישט גענדיגט מיט קלישעי נחמות.
א מער לעצטיגער משל איז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל, וואס קיינער איז נישט חושד אין נישט זיין קיין מאמין, דאך האט ער געשפירט די טיפסטע צער און טרויער איבער דער חורבן און האט דאס ארויסגעבען אין זיין קינה.

Re: מעלאנכאלישע מוזיק
קינד_אן_קייט״פאפיראסן״, אן אלטער אידישער טרויעריגער ליד וואס דרוקט אויס דעם ביטער׳ן שיקזאל פונעם יתום, דער ארימאן און דער פארקנעכטעטער ארבייטער.
הערליך אראפגעזינגען פון יענקי לעממער מיט הארצרייסענדע בילדער.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/rlQ1SxdUuJo">https://youtu.be/rlQ1SxdUuJo</a>
Re: מעלאנכאלישע מוזיק
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=k86bJOqBey8">https://www.youtube.com/watch?v=k86bJOqBey8</a>
Re: מעלאנכאלישע מוזיק
אויף מוהרא"ש
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uh_DiO1RAbU">https://www.youtube.com/watch?v=uh_DiO1RAbU</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uh_DiO1RAbU">https://www.youtube.com/watch?v=uh_DiO1RAbU</a>
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז נורא נוראות, כאפט אריין פאר ר"ח.
כ'זעה אז זי האט אליין געשריבן דעם ניגון (מיט איהר פראדוסער) ביי די 23.
ונבנתה העירעס איז נורא נוראות, כאפט אריין פאר ר"ח.
אפשר איז פאראן א היתר צו הערן בימי הספירה מעלאנכאלישע מוזיק? עס ברענגט דאך צו קלאגן, קראו למקוננות, נישט צו שמחה.
ווענדט זיך ביי וועמען, איך זוך שוין לאנג דעם היתר צו זאגן קינות תשעה באב.
פון ונבנתה'ס געזעץ האסטו שוין געהערט?
פון ונבנתה'ס געזעץ האסטו שוין געהערט?
ראה פה.
אויפן וועג שטייט א בוים. א אלטע אידישע וויגליד.
ליד: פיליפ לעסקאווסקי.
ווערטער: איציק מאנגער.
אויפן וועג שטייט א בוים, וויגליד.
חוה אלבערשטיין, קול באשה.
אויפן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער איינגעבויגן,
אַלע פייגל פונעם בוים
זיינען זיך צעפלויגן.
דריי קיין מערב, דריי קיין מזרח,
און די רעשט – קיין דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפקר פאַרן שטורעם.
זאָג איך צו דער מאַמע: הער,
זאָלסט מיר נאָר ניט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פויגל ווערן.
איך וועל זיצן אויף דעם בוים,
און וועל אים פאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט
מיט אַ שיינעם ניגון.
זאָגט די מאַמע: ניטע, קינד!
און זי וויינט מיט טרערן,
וועסט, חלילה, אויפן בוים
מיר פאַרפרוירן ווערן.
זאָג איך: מאַמע, ס'איז אַ שאָד,
דיינע שיינע אויגן,
און איידער וואָס און איידער ווען
בין איך מיר אַ פויגל.
וויינט די מאַמע: איציק קרוין,
זע, אום גאָטעס ווילן,
נעם זיך מיט אַ שאַליקל
קאָנסט זיך נאָך פאַרקילן.
די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.
און דאָס ווינטער-לייבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע".
כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.
קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל..
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.
ליד: פיליפ לעסקאווסקי.
ווערטער: איציק מאנגער.
אויפן וועג שטייט א בוים, וויגליד.
חוה אלבערשטיין, קול באשה.
אויפן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער איינגעבויגן,
אַלע פייגל פונעם בוים
זיינען זיך צעפלויגן.
דריי קיין מערב, דריי קיין מזרח,
און די רעשט – קיין דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפקר פאַרן שטורעם.
זאָג איך צו דער מאַמע: הער,
זאָלסט מיר נאָר ניט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פויגל ווערן.
איך וועל זיצן אויף דעם בוים,
און וועל אים פאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט
מיט אַ שיינעם ניגון.
זאָגט די מאַמע: ניטע, קינד!
און זי וויינט מיט טרערן,
וועסט, חלילה, אויפן בוים
מיר פאַרפרוירן ווערן.
זאָג איך: מאַמע, ס'איז אַ שאָד,
דיינע שיינע אויגן,
און איידער וואָס און איידער ווען
בין איך מיר אַ פויגל.
וויינט די מאַמע: איציק קרוין,
זע, אום גאָטעס ווילן,
נעם זיך מיט אַ שאַליקל
קאָנסט זיך נאָך פאַרקילן.
די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר.
און דאָס ווינטער-לייבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע".
כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן.
קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל..
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.
כוונתי צום שמועס דארט.
.
יאירמאכט זיך אמאל, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אז מען פאלט אריין אין נפילת המוחין, און מען זוכט צו אויסדרוקן די מרה שחורה אויף עפעס א וועג. מעלאנכאלישע מוזיק, כידוע, איז ממתיק די דינים און גיבט א געלעגנהייט אויפצולאזן אביסל פון די פארהארטעוועטע מאסקעס וועלכן מיר טוען במשך דעם טאג, (און לאו דוקא אין פארעם פון א ניק). איך וויל דא ווידמען אן ארט פאר א קאלעקציע פון אזעלכע סארט ניגונים וואס קומען פון דעם היכל העצבות, און זאל מען דערמיט געבן א כזית פאר די סטרא אחרא און אויסרייסן דעם דעפרעסיע און מרה שחורה ווי א שורש פורה ראש ולענה.
איך וועל אנהייבן מיט דעם באקאנטן זעלבסטמארד ליד וואס איז שוין געברענגט געווארן אין דעם אשכול קלאסישע מוזיק דורך ידידנו נהורא נפישא. איך וועל מעתיק זיין דעם נוסח וואס איז מקובל פון הצדיקת מרת שרה'לע בירמינגהאם'ער, וועלכע האט עס געהערט פון אן אונגארישן פאסטוך און איבערגעטייטשט אויף א היימישער שפראך.
Sunday is gloomy
My hours are slumberless
Dearest the shadows
I live with are numberless
Little white flowers
Will never awaken you
Not where the black coach
Of sorrow has taken you
Angels have no thought
Of ever returning you
Would they be angry
If I thought of joining you
Gloomy Sunday
Sunday is gloomy
With shadows I spend it all
My heart and I have decided
To end it all
Soon there'll be flowers and prayers
That are said I know
But let them not weep
Let them know
That I'm glad to go
Death is no dream
For in death I'm caressing you
With the last breath of my soul
I'll be blessing you
Gloomy Sunday
Dreaming
I was only dreaming
I wake and I find you asleep
In the deep of my heart dear
Darling I hope
That my dream never haunted you
My heart is telling you
How much I wanted you
Gloomy Sunday
Gloomy Sunday
@יאיר,
Thanks for linking this song. It touched my heart.
Re: מעלאנכאלישע מוזיק
די ליד פון The cure איז דעדיקעיטעד פאר די מעלאנכאלישע נשמות וואס איז זיי קאלמוטנע אויפן הארץ ווען פורים דערנענטערט זיך:
Plainsong
לעצטנס האט זיך ארומגעדרייט א ווויירעל ווידעא ווי ראבערט סמיט דער סולן פונעם בענד פארלאזט א טרער בשעת'ן פערפארמן דעם ליד.
Plainsong
לעצטנס האט זיך ארומגעדרייט א ווויירעל ווידעא ווי ראבערט סמיט דער סולן פונעם בענד פארלאזט א טרער בשעת'ן פערפארמן דעם ליד.
Re: מעלאנכאלישע מוזיק
אין אידישן מוזיק רעפערטואר איז (כמעט) נישט פארהאן קיין דירעקט מעלאנכאלישע ניגונים אדער תנועות. וועלכע ברענגען אריין אן עצבות. ס'דא שטייטע און לעבעדיגע תנועות און ניגונים און שירים.
אין די גוי'אישע וועלט ספעציעל אין די זשאנער פון קאונטרי מיוזיק זענען דא א סאך מעלאנכאלישע לידלעך מיט טרויעריגע געשיכטעס פון אנטוישונגען אין משפחה לעבן און פון חברים.
איינער פון די גרויסע און פאפולערע זינגערס איז (געווען) וועילאן דזשענינגס. ער פארציילט פארשידענע געשיכטעס וואס האבן איהם אדער זיינע באקאנטע באטראפן. זיין חבר בדומה לו איז (געווען?) ווילי נעלסאן.
אן אנדער בארימטער זינגער פון די מעלאנכאלישע לידער איז געווען דזשאנני קעש. ער האט געהאט אן אייזערנע שטימע. און ער האט פארציילט געשיכטעס פון שיכרות און לעבן אין תפיסה. (קרוב צו אמת אין זיין פאל).
ביי אונז אידן איז (ב"ה) נישט דא דער זשאנער פון זינגען וואס ברענגט צו עצבות. די אידישע נגינה איז דאך געבויט אויף פסוקים און מאמרי חז"ל וועלעכע ברענגען ארין שמחה און האפענונג אין די הערצער פון די צוהערער.

berlbalaguleh #ווילי נעלסאן לעבט נאך און איז אקטיוואין אידישן מוזיק רעפערטואר איז (כמעט) נישט פארהאן קיין דירעקט מעלאנכאלישע ניגונים אדער תנועות. וועלכע ברענגען אריין אן עצבות. ס'דא שטייטע און לעבעדיגע תנועות און ניגונים און שירים.