די עיקר וויל איך וויסן וועלכע סטאנציע ארבעט ביי טאמבל סאס'ס דענטיסט
יאיר
איך בין לעצטנס געווארן א ליבהאבער פון קלאסישע מוזיק. די אנגענעמע נאטן און די שלוות הנפש וואס גיסט זיך ארויס דערפון נעמען מיר איבער ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. און א גרויסע מעלה איז אז עס נעמט נישט אוועק דעם קאפ פון טון סיי וואס. איך קען וואשן די געשיר, ליינען א בוך, און שרייבן אויף קאווע שטיבל בשעת די זיסע מעלאדיעס פילן אן דעם שטוב.
כ'בין נישט קיין גרויסע קענער, אבער די שלוות הנפש איז נאר ביי געוויסע שטיקלעך, און ביטהאווען און מאטצארט זענען בעיקר פון די סארט, אבער ס'דא שטיקלעך וואס צושטורמען די נשמה אזש מ'קען אויף גארנישט קאנצעטרירן, נאר מ'ווערט איבערגענומען פון די מוזיק און ס'ברענגט ארויס פון די כלים.
כ'האב א שטיק צייט פראבירט צו ארבעטן צו מיין פאנדארא סטאנציע פון קלאסישע מוזיק, אבער כ'האב גארנישט געקענט טוהן, ביי יעדע צווייטע שטיקל האט זיך די גאנצע אפגעשטעלט, די גאנצע קאנצעטרירונג איז פארגאנגען, אקיצור ס'נישט געווען קיין תכלית.
די ערשטע מאהל איך האב בכלל געהערט די סארט מוזיק איז טאקע געווען ביים דענטיסט... אודה ואבוש אז איך האב עס נישט געקענט דערליידן, נאך א מזל אז דער חובת הלבבות האט נישט גענומען פאר א משל א קעסטל נאטן וואס האבן זיך אויסגעגאסן און געשאפן א סימפאני פון מאזארט, ווייל אט דאס איז עס געווען אין מיינע אויערן, א געמויזעכטס פון נאטן - פערטלעך, אכטלעך און זעכצנטלעך פאלן אראפ און פליעהן דראסטיש צוריק ארויף נאר צו קענען פאלן נאך נידריגער, קיינע זאצן קען מען נישט ערווארטן - פאראגראפן אפגערעדט.
איך בין שוין אבער פאראויס געקומען, איך שפיר שוין אז עס ליגט אין דעם אן אור גדול - מרחוק הויה נראה לי, איך האב אבער נאכנישט די כלים עס אויפצוכאפן און ריכטיג אפלערנען, אפשר קען איינער פון די מלומדים דפה געבן א שיעור כללי פאר מתחילים.
דא האב איך געברענגט א שטיקל פון ביעטהאובען וואס דאכציך אז דער עולם קען.
פטור בלא מאזארט און ביעטהאובען א"א, דא האט איהר פון BBC א הערליך שטיקל ארבעט, דאס לעבן פון מאזארט און דאס לעבן פון ביעהאובען געמישט מיט אסאך פון זייערע קאמפאזיציעס.
@יאיר, א גרויסן שכוח, איך בין זיך ממש מחיה מיט קלאסישע מוזיק, אפילו כ'בין נישט אזא מבין אין דעם, די עיקר געשמאק פון דעם איז טאקע ווען די הערסט אפאר מאהל און די קענסט עס שוין, ס'איז ממש א נחת, איך ווער פשוט פארחלומט.. דא איז דא א שטיקל פון יונתן בארהאמס באקאנט אלץ דעם אונגערישען טאנץ דעם פיפטען, כ'ווייס נישט אויב ס'געהערט דא, אבער ס'איז הערליך שיין און גרינג. <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=3X9LvC9WkkQ">http://www.youtube.com/watch?v=3X9LvC9WkkQ</a>
גראדע זענען פאר'ן פארשידנע פעריאדן פון קלאסישע מוזיק. די ערשטע תקופה איז באקאנט אונטער דעם נאמן "רענעסאנס". דאס איז די ערשטע תקופה. בערך אין 15'טן יאר הונדערט. די מוזיק איז נישט צום הערן. נישט צום שלונגען און נישט אויסשפייען.
די 2טע תקופה איז די "באראוק" פעריאדע. די באקאנט קאמפאזיטארן יאהאנוס באך, סעליארי, הענדעל (באקאנט מיט די פייער מוזיק און וואסער-מוזיק).
די 3טע תקופה איז די קלאסישע תקופה, היידען, מאצארט, בעטהאווען, שובערט, און נאך.
די 4טע תקופה איז די "ראמאנטישע" תקופה, די שפעטערדיקע ווי שומאן, פראנץ ליסט, שטראוס, וואגנער, ווארזשאק, שאפען, טשייקאווסקי.
זייענדיג דא א נייער מיטגליד, און א קלאסיקל-מוזיק ליבאהאבער פאר די גרעסערע טייל פון מיין לעבן, בעט איך צום ערשטן רשות פון די מיטגלידער פון דעם פארום, צי איך מעג אויסדרוקן מיינע מיינונגען און אנאליזן איבער קלאסישע מוזיק בכלל, און איבער געוויסע קאמפאזיציעס, קאפאזיטארן, דיריגענטן בפרט.
איך האף אז איך וועל איך נישט באלעסטיגן מיט אומנויטיגע אינפארמאציע איבער קלאסישע מוזיק, און אין פאל אז יא, לאזט מיר ביטע וויסן.
צום אלעם ערשטן, אזוי ווי יעצט קומט דאך א ניי יאר צום גוטן בעז"ה, און עס קומט אט דער פארכטיגער טאג יום כיפור, און דער "כל נדרי" פארנעמט א גאר-וויכטיג ארט אין דעם טאג, איז אינטרעסאנט צו צוגעבן אז עס עקזעסטירט א "KOL NIDRAI" אין די קלאסישע דזשענערא, פון דעם וועלט-בארימטן דייטשן קאמפאזיטאר מאקס ברוך.
דער מאקס ברוך איז קיין איד נישט געווען, און בכלל נישט געשטאמט פון אידישן אפטשאם, אבער דעם "כל נדרי" זיינעם רייסט די סטרינעס פון הארץ, און עס לאזט זיך קוים גלויבן אז דאס האט געמאכט אן ערל.
הערט דעם כל נדרי, און לאזט זיך הערן.
א דאנק:
די כל נדרי געשפילט אין די פאפאל ארקעסטרא, אינעם וואטיקאן ענסאמבעל:
ברוכ'ס כל נדרי ווערט כמעט נישט געזונען אינעם אידישן רעפטואר. די נענסטע ווער עס זינגט דאס איז חזן העלפגאט, אין די הערליכע SONY CD וואס ער זינגט אינאיינעם מיט דעם מייסטראו פיאניסט איצאק פערלמאן.
ברוכ'ס כל נדרי ווערט כמעט נישט געזונען אינעם אידישן רעפטואר. די נענסטע ווער עס זינגט דאס איז חזן העלפגאט, אין די הערליכע SONY CD וואס ער זינגט אינאיינעם מיט דעם מייסטראו פיאניסט איצאק פערלמאן.
קלאסישע מוזיק האט באקומען א פאטש אויף ביידע באקן היינט. קודם האט די ניו יארק סיטי אפרא געפיילט פאר טשעפטיר 11. והשנית האט קארניגו האלל געקענסלט די ערשטע קאנצורט פון יאר, וואס איז די גרעסטע נאכט פון קלאסישע מוזיק אין די וועלט צוליב א סכסוך מיטן סטעזשהענד יונאין.
איך וואלט געוואלט מאכן א שטיקל הקדמה איבער די השתלשלות פון קלאסישע מוזיק, וויאזוי זי איז צושטאנד געקומען פון די אמאליגע רענאסענס עפאכע סטיל מוזיק, וועלכע ציט זיך שוין בערך 600 יאר אדער מער, ביז בערך אין 16טן יאר הונדערט ווען די בעראוק עפאכע מוזיק איז אויפגעקומען.
כראנאלאגישע השתלשלות: אין די בראשית יארן פון ארקעסטרירטע מוזיקאלישע ווערק, זענען דאן גענוצט געווארן הויפטזעכליך פאר רעליגיזע סערוויסעס אין די קירכעס. ווער עס הערט אמאל די מוזיק וועלכע ווערן געזונגען אין די קאטוילישע קירכעס וועט אויפגעכאפן די אמאליגען שטייגער מוזיק, די געדיכטע כאר באגלייט מיט סטרינגס, פידל, טשעלאוס, מאנדרינען, שפעטער האט מען צוגעשטעלט וואוד-ווינד אינסטרומענטן. די בארימטע קאמפאזיטארן אין די באראוק עפאכע זענען באקאנט אנטאניא וויוואלדי, יאהאן סעבעסטיען באך, דזשארדזש פיליפ טעלעמאן און דער גרעסטער איז ווארשיינליך באטראכט דזשארדזש פרידריך הענדעל, וועלכער איז זיך בארימט געמאכט מיט די קריסטליכע "הענדעל" מעסייע, די וואסער-מוזיק און קונסטליכע אפעראס.
דאס האט אנגעהאלטן עטליכע הונדערט יאר, אבער מיט די יארן האבן אנדערע ווינטן אנגעהויבן בלאזן אין אייראפע, און מ'האט אנגעהויבן מאכן שינויים. די נייע קאמפאזיטארן האבן צעביסליך אגענהויבן אפנויגן פון די געדיכטע-סטיל קירכע מוזיק און האבן אריינגעברענגט מער לייכטע-ווערק פאר אינטערטעינמענט קאנצטערן, נישט אזוי ווייט פאר די קירכע, און אויך מאדערניזיריט מיט קונטסליכער הארמאניעס, קארדס און ריטעמס וועלכע האבן געמאכט א רעוואלוציע אין די אייראפעישע מוזיק וועלט.
כאראקטעריזאציע: עס איז נישט שווער אויפצוכאפן די קארדינאלע דיפערענצן צווישן באראוק מוזיק און קלאסישע מוזיק. יעדער וועלכער הערט די ביידע עפאכעס כאפט גלייך אויף אז לא ראי' זה כראי' זה. אבער וואס גענוי די ענדערונגען זענען וועלכע האבן געמאכט די גרויסע רעוואלוציע איז שוין שווערער אנצוצייגן.
צום אלעם ערשטן זענען געלייגט געווארן גרויס דגוש אויף די "קאנטרא פאינט", ווי קעגענגעזעצטע תנועות, עליונים למטה ותחתונים למעלה האבן אנגעהויבן שווימען אין די ארקעסטראע, די פיל-פארביגע אינטסרומענטן האבן הארמאניש געשפילט מיט טענער פון באזונדערע עקסטרעמען. דאס גוטע אויער כאפט אויף ווי פילצאליגע אינטסרומענטן פון באזונדערע קלאסן, רעדן זיך צונויף אין א פראגע-ענטפער דעבאטע, פון געלאסן צו געלויף פון פאמעליך צו ריטמיטש עקסיידעט, פון לאנגע צו קורצע ביטס, דער סקאור ענדערט זיינע פארבן מיט מאדנע טענער וועלכע ברענגען ארויס א געשמאקער און גלייכצייטיג און לעבהאפטער עקסטאז פאר דעם צוהערער.
פארשטייט זיך אז דאס רעדט מען נאר פון מבינים, וועלכע האבן טועם געווען קלאסישע מוזיק און פארשטייען וואס די קולות רעדן צו זיי. צו זיי רעדט קלאסישע מוזיק א קלארע זעה-בארע שפראך מיט אלע קאלירן און יעדע קלאנג שיינט ארויס מיטן גאנצן קנאק. ווידעראום די וועלכע פארשטייען נישט צו קלאסישע מוזיק וועלן אים די זעלבע סימפאניע הערן משונה'דיגע טענער, צעדרייטע ווילדע קולות, קלאנגען וועלכע הערן זיך אן קיין שום סדר, אומארדענטליכע תנועות זה בכה וזה בכה, און עס וועט זיך אים דוכטן ווי א ווילד-קעצל איז געשפרינגען אויף די פיאניא און א צעדרייטער מאן-דהוא האט זיך געשפילט מיט'ן פידל און געצויגן אויף אלע זייטן און וועלן אים מאכן דול דעם קאפ, רינגען אין די אויערן מאכן דיזי און נערוועז, און נישט פארנעמען דעם מאדענעם צעדרייטן געפילדער וועלכער הערן זיך ארויס.
קלאסישע מוזיק פיאנערן:
פון די פאן טרעגער פון די ערשטע קלאסישע קאמפאזיטארן זענען באקאנט דזשאסעף היידען, וועלכער איז געבוירן אין תצ"ב, און געשטארבן אין תקס"ט, ער האט איז געווען דער ערשטער וועלכער האט אנגעהויבן מיט די מאדערנע סימפאניעס אין 4 מאוומענטס.
דזשאסעף היידען האט געשאפן א ריזיגע רעפעוטאר וועלכע באשטייט פון 104 סימפאניעס, די גרעסעטע און בארימסטע זענען די "פאריז סימפאניעס" און די "לאנדאן סימפאניעס". 44 פיאניע טריא'ס, און א שטויס קאנסטעראוס פאר פיאנא, וויאלן, טשעלאו, פלוד און הארן.
היידען איז נישט געווען אליינס, ער האט געהאט שותפים אין דעם אין די פריע עפאכע, דאס זענען געווען קארל מאריע פאן וועבער,
מאצארט דער וואונדער-קינד: דער גרויסער תלמיד זיינער ערשטער וועלכער ווערט לויט געוויסע היסטאריקער אויך באטראכט אלס דער גרעסטער שעפער פון די קאלסישע פעריאדע איז וואלפגאנד אמאדעיוס מאצארט, וועלכער האט טראץ זיין יונג לעבן געשאפן א וועלט און איבערגעקערט די קלאסישע סטיל עד היום הזה. מאצארט איז געבוירן אין תקט"ז און געשטארבן אין תקנ"א, און האט געשאפן איבער 600 וואונדער קאמפאזיצעס, וועלכע ווערן איבעראל געשפילט ביזן היינטיגן טאג. זיינע לייכטע געשמאקע מוזיקאלישע ווערק זענען אזוי געשמאק פאר'ן אויער אז עס האט זיך געשאפן אזא לעגענדע אז קליינע בעיביס וועלכע הערן אסאך מאצארט אין קינדער-בעטל, וואקסן אויס קלוג און אינטעליגענט.
איך בין געבלאקט פון YouTube, קען איינער ביטע לייגן די קליפס (מעג זיין אפילו נאר אודיאו) ערגעצוואו צו קענען דאונלאודן? כוונתי אויף די מייסטער-ווערק וואס @קלאסיקעל האט אהער געשטעלט.
איך בין געבלאקט פון YouTube, קען איינער ביטע לייגן די קליפס (מעג זיין אפילו נאר אודיאו) ערגעצוואו צו קענען דאונלאודן? כוונתי אויף די מייסטער-ווערק וואס @קלאסיקעל האט אהער געשטעלט.
איך בין געבלאקט פון YouTube, קען איינער ביטע לייגן די קליפס (מעג זיין אפילו נאר אודיאו) ערגעצוואו צו קענען דאונלאודן? כוונתי אויף די מייסטער-ווערק וואס @קלאסיקעל האט אהער געשטעלט.
בכלל, לענ"ד איז בעטהאווען געווען מער "אפן הארציג" ווי דעם געצערטלן מאצטערט. האט איר געזען אמאל דעם מוזעאום פון מאצטערט'ס הויז אין ווין? (קעגן דעם פאלאץ פון די מרשעת)
זיין ניינטע סימפאניע איז אפשר נישט אזוי שטורמיש, אבער די חידושים וואס ער האט דארט אריינגעבויט זענען אומגלויבליך, און די סקאור איז א מקשה אחת פון מבהיל'דיגע נאוטס איינס בעסער פונעם אנדערן.
אז דו רעדסט פון מאצארט איז כדאי צו דערמאנען די גראנדיעזע רעקיוויום, מיט א פולע כארעל פלאטפארמע. מאצארט האט זיך נישט שעמען פאר קיינעם. אפילו נישט פאר וואגנער'ס "רינג", וועלכע נעמט 24 שעה צו שפילן.