☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע

בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8118
בלאט: 1 2

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:29 pm

· #248208
מען דארף אבער וויסן ווער איז א ערליכע איד

א איד » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:54 pm

· #248212
מען הייבט ארום צו גיין און שמעקן דא און דארט
און מען איז מתפלל צום הייליגן באשעפער אזוי ווי דער היליגער קאמארנא'ער שרייבט כמה פעמים בספרו היכל הברכה אז ווער עס איז ערליך אדער נישט קען קיינער נישט וויסן נאר דער יודע תעלומות, און מען דארף מתפלל זיין צום אויבערשטן אז דו זאלסט ווערן געפירט צו צדיק אמת.

שמן זית » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:41 pm

· #248224
אזוי ווי א איד זאגט, עס איז במציאות נישט מעגליך צו וויסן ווער עס איז א צדיק אמת, עס איז אייביג דא מינטשען וואס וועלן זאגן אז ער מאכט זיך נאר וכדומה.
אויך אויף הרה"צ מ'זלאטשוב זי"ע האט מען אסאך געקווענקעלט, און ווער עס געדענקט ווי ער פלעגט הייסן סתם א וואוילער איד, און מ'פלעגט אפילו חוזק מאכן פון אים, פון זיין פשטות, פון זיין וועג פון זאגן ווערטלעך.

די איינציגסטע עצה איז, ארומצוגיין אביסל און פרובירן צו דערשמעקן ווער עס רעדט צו דיין שורש נשמה, און זיך אנקלאמערן אין אים.
און פארשטייט זיך אסאך בעטן דעם אייבערשטען ער זאל אונז צופירן צו די ריכטיגע.

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:50 pm

· #248256
לית דין בר נש
מעג איך פארשטיין פארוואס מען ווארט צו עפענען אשכולות ביז יענע איז שוין נישט דא?
וואס זאל איך יעצט טוהן? איך האב פארפאסט זיך צו באקענען מיט אזא קדוש וטהור.

איך וויל בעטן ווער עס קען נאך אזא איד זאל ביטע יעצט עפענען א אשכול און יעדע זאל פארציילן זייער מעשיות וואס זיי האבן אליין געהאט און אליין גיזעהן און אליין גיהערט. איך זאל כאטש נישט זיין א צועק לשעבר.
יישר כח

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=8073
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=7416
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=3839
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=7711
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=7521

וכהנה רבות זעיר פה זעיר שם

למדן » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:47 pm

· #248272
ר' פישל הערשקאוויטש איז אויך דא אשכול,
נישט יעדער ערליכער יוד האט מוסדות אדער אדווערטייזט אז ער נעמט קרעדיט קארד

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:57 pm

· #248277
אז מען רעדט פון ערליכע יודן וואס לעיבן נאך מיט אונדז, און זיי זאלן דערלעבן משיח'ן מיט אונדז אינאיינעם טראכט איך צוויי נעמען און איך בין נייגעריג וואס די עולם זאגט צו זיי.

כ"ק אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א פון ב"פ
כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון ב"פ ר' דוד

ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:23 pm

· #248283
און וואס איז מיט ר' אליעזר'ל פון סטוטשין?

ברוך שאמר » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:22 pm

· #248296
ער פלעגט קימען א סאך מאל אויף פאפא אין ער האט געדאוונט פארן עמוד אין פאפא רב זצ"ל האט נישט אראף גענימען קיין אויג ובפרט ביי זיין לכה דודי געטאנצאכץ

chusid » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:52 pm

· #248305
מיט יארן צירוק בין איך געווען ביי א עובד השם במסירת נפש ,א יונגערמאן ער הייסט ברוין און ער וואוינט אין מאונט קיסקא, כ'האב געהערט אויף עם דעמאלטץ עפעס גדלישע זאכן. קען אים איינער דא?

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:32 pm

· #248324
איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

איך קוק עס אן אלץ א שוואכקייט וואס ער האט געהאט אז ווען ער האט רחמנות געהאט אויף איינעם האט ער זיך נישט געקענט קאנטראלירן און געטון זאכן וואס זענען נגד השכל והלכה. ס'האט אים מסתמה געגעבן א סעטיספעקשאן וויסענדיג אז ער האט געטון כל מה שביכלתו צו העלפן א צווייטן.

איי וועסטי פרעגן אז די צאנזער רב האט דאך אויך אזוי געטון? אויף דעם איז די תירוץ אז נאכדעם וואס מ'ווייסט אויף איינעם אז ער איז דבוק בה' ובתורתו און זיינע אלע מעשים זענען געוואיגן און געמאסטן, מוז מען ענטפערן אז ער האט געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי. אבער צו ברענגן א ראי' אויף איינעמס גדלות פון דעם, איז אבסורד.

די שווערסטע זאך איז זיך אויפצופירן נארמאל. ס'איז אסאך מאל גרינגער צו טון אויסטערלישע זאכן און האבן געוואלדיגע חומרות ווי איידער צו טון פשוט וואס מ'דארף.

פליז דאנט געט מי ראנג; הלוואי וואלט דאס געווען מיין גרעסטע עבירה, אבער איך דולד נישט ווען מענטשן כאפן התפעלות אן אריינטראכטן ווי וואס און ווען.

ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:42 pm

· #248329
דריידל
איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

אין תניא שטייט אז א בעל עבירה וואס זוכט א כפרה כמש"כ וחטאך בצדקה פרוק, מעג אוועק געבן אלעס וואס ער פארמאגט, כל אשר לו יתן בעד נפשו.
ח"ו איך מיין נישט ר' מיכל'ע, אבער אונז קענען נאך נוצן די עצה.

שלמה המלך » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:40 am

· #248362
לית דין בר נש
מעג איך פארשטיין פארוואס מען ווארט צו עפענען אשכולות ביז יענע איז שוין נישט דא?
וואס זאל איך יעצט טוהן? איך האב פארפאסט זיך צו באקענען מיט אזא קדוש וטהור.

איך וויל בעטן ווער עס קען נאך אזא איד זאל ביטע יעצט עפענען א אשכול און יעדע זאל פארציילן זייער מעשיות וואס זיי האבן אליין געהאט און אליין גיזעהן און אליין גיהערט. איך זאל כאטש נישט זיין א צועק לשעבר.
יישר כח

נעם דיינע קינדער און פאר אריבער קיין קרית טאהש און ווייז דיינע קונדער א צדיק אמת א קדוש אלוקי וואס שאקעלט וועלטען, זיי זאלען שטארק מסתכל זיין בצורת קדשו, זיי וועלען דיר אייביג דאנקבאר זיין פאר דעם!
דערנאך גיי מיט זיי קיין בארא פארק און גיב א קוויטעל און נעם א ברכה פון סקולענער רבי.
אויף דעי צדיקים איז דא א בעק ארדער......

דריידל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:52 am

· #248370
ירח בן יומו
דריידל
איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

אין תניא שטייט אז א בעל עבירה וואס זוכט א כפרה כמש"כ וחטאך בצדקה פרוק, מעג אוועק געבן אלעס וואס ער פארמאגט, כל אשר לו יתן בעד נפשו.
ח"ו איך מיין נישט ר' מיכל'ע, אבער אונז קענען נאך נוצן די עצה.

איך ווייס פון דעם תניא און נאך אנדערע פלעצער. (אגב, לויט די תניא איז ער ווייט פון א צדיק, אפשר א בינוני). למעשה איז אין מקרא יוצא מידי פשוטו און אז די רמ"א ברענגט עס אין שו"ע האט ער עס נישט געשריבן נאר פאר צדיקים גמורים. פאקט איז אז מ'האט נישט געזעהן אזא געפיראכץ בי צדיקים און כאמור איז סאך א גרעסערע מדריגה ווען מ'איז ערליך און פונדעסוועגן נארמאל.

כל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:15 am

· #248390
וואס איז מיט כ''ק אדמו''ר מראכמיסטריבקא שליט''א פין ב''פ
ער איז א אמת'דיגע ערליכע יוד נעמסט מיט די קינדער גייטס צו איהם

אין אויך כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מונסי שליט''א
ער איז פין דער אלטע גווארדיע נאך א יוד א מתמיד עצום א אמת'דיגע ערליכע יוד כאפסט אריין ...

בשבילי! » פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:11 am

· #248403
נאנאש'יר רב אין וויליאמסבורג

chusid » פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:24 am

· #248409
ראב"ד סאטמאר שליט"א.

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:28 am

· #248410
קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 10:48 am

· #248412
האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,

ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?

האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......

גאלד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:01 am

· #248418
לית דין בר נש
מעג איך פארשטיין פארוואס מען ווארט צו עפענען אשכולות ביז יענע איז שוין נישט דא?
וואס זאל איך יעצט טוהן? איך האב פארפאסט זיך צו באקענען מיט אזא קדוש וטהור.

איך וויל בעטן ווער עס קען נאך אזא איד זאל ביטע יעצט עפענען א אשכול און יעדע זאל פארציילן זייער מעשיות וואס זיי האבן אליין געהאט און אליין גיזעהן און אליין גיהערט. איך זאל כאטש נישט זיין א צועק לשעבר.
יישר כח

הן בקדשיו לא יאמין

רש"י פ' ויצא

ואלקי יצחק. אף על פי שלא מצינו במקרא שייחד הקב"ה שמו על הצדיקים בחייהם לכתוב אלקי פלוני משום שנאמר הן בקדושיו לא יאמין כאן ייחד שמו על יצחק לפי שכהו עיניו וכלוא היה בבית והרי הוא כמת ויצר הרע פסק ממנו.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:07 am

· #248421
דריידל
איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

איך קוק עס אן אלץ א שוואכקייט וואס ער האט געהאט אז ווען ער האט רחמנות געהאט אויף איינעם האט ער זיך נישט געקענט קאנטראלירן און געטון זאכן וואס זענען נגד השכל והלכה. ס'האט אים מסתמה געגעבן א סעטיספעקשאן וויסענדיג אז ער האט געטון כל מה שביכלתו צו העלפן א צווייטן.

איי וועסטי פרעגן אז די צאנזער רב האט דאך אויך אזוי געטון? אויף דעם איז די תירוץ אז נאכדעם וואס מ'ווייסט אויף איינעם אז ער איז דבוק בה' ובתורתו און זיינע אלע מעשים זענען געוואיגן און געמאסטן, מוז מען ענטפערן אז ער האט געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי. אבער צו ברענגן א ראי' אויף איינעמס גדלות פון דעם, איז אבסורד.

די שווערסטע זאך איז זיך אויפצופירן נארמאל. ס'איז אסאך מאל גרינגער צו טון אויסטערלישע זאכן און האבן געוואלדיגע חומרות ווי איידער צו טון פשוט וואס מ'דארף.

פליז דאנט געט מי ראנג; הלוואי וואלט דאס געווען מיין גרעסטע עבירה, אבער איך דולד נישט ווען מענטשן כאפן התפעלות אן אריינטראכטן ווי וואס און ווען.

דריידל, "ביי די בוקס" ביסטו אפשר גערעכט, אבער טאקע דאס איז א גדלות, קענסט מסתמא די טייטש פון דעם מאמר חז"ל ביים חורבן ביהמ"ק "על שהעמידו דבריהם על דין תורה", און אויב צב"ש אן ארעמאן האט זיך געבעטן פאר א שטיקל ברויט האט מען יענעם רואיג איגנארירט, ווייל איך האב דאך שוין געגעבן מיין חומש פאר צדקה, זאל יענער אויסגיין...

וואס כ'מיין צו זאגן, מ'זעהט אזעלכע מעשיות ביי רבי ר' זושא און אנדערע צדיקים וואס האבן נישט געמאכט קיין חשבונות, ער האט גארנישט פארלאנגט פאר זיך, אלעס אוועקגעגעבן פאר יענעם אפילו דאס אייגענע העמד, דאס רחמנות און געטריישאפט פאר א צווייטן איד וועמען מען קען ניטעמאל, דאס ווייזט א ספעציעלע ווארעמקייט, א מדריגה אין אהבת ישראל, און איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען זאגן אויף אזעלכע מעשי צדקה אז מען קוקט עס נישט ארויף... איך גיי ארויס פון התפעלות, און כ'בין זיכער אז מ'וועט אים נישט שמייסן דארט אויבן פארן עובר זיין דעם חז"ל און מבזבז געווען יותר מחומש, אדרבה, עס האט זיכער אדורכגעבראכן די שערי רחמים...

גאנצל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:18 am

· #248424
שמעון וואלף
קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ

איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס

גאלד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:39 am

· #248431
גאנצל
שמעון וואלף
קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ

איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס

לפי רש"י הנ"ל שטימט עס זייער גוט ווייל אז א צדיק איז אינוואליד ל"ע איז די פשט אז דער מענטש איז ווי ער האט נישט קיין יצה"ר און איז מער בטוח אז ער וועט זיין עומד בצדקו.

הוגה » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:45 am

· #248432
סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.

בשבילי! » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:52 am

· #248434
הוגה
סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.

זיין גבאי האפמאן ס'נעמט אים א יאר מיט א דינסטאג צו שרייבן א קוויטל. איך פרוביר צו גיין אייביג אינמיטן טאג ווען דער אנדעררע שטוב מענטש זיצט דארט, אריין און ארויס א מחיה.

בר דעת » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:59 am

· #248435
אויב זוכט מען אן ערליכער איד פארוואס מוז ער האבן א קאמפאני נאמען. איך גיי צו א געוועזענער מגיד שיעור, א טייערער איד. אן ארבעטער אין די גראסערי א גאר איידלער יונגערמאן, און אן עלטערע האלאקאוסט סורווייווער א שכנטע, גאר א תמימות'דיגע און וואוילע, און עפעס א קאזין, א יונגערמאנטשיק מלא חסד. די מיט די קאמפאני נעמען זענען שוין בחשש קארופטירט דורך די איבעריגע כח וואס מען געט זיי

שלמה המלך » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:29 pm

· #248442
[ציטאט אראפגענומען]

ניין! יעדער שרייבט (עכ"פ איך) זיין אפיניען ווער עס איז א עהרליכער איד און שפעטער ווען עס וועט זיין 'גרויסע אשכולות פון די דאזיגע אידען' וועט מען פרעגען פאר וואס האט מען נישט געזאגט ווען עס איז נאך געוועהן וואס צי טוהן! איז אלזא מיין אפיניען וואס איך האב געזאגט, און אנדערע האלטען אז פאפא אדער סקווירא מב"פ וכדו' גייט מען באוויינען פאר נישט אריינכאפען בעוד מועד.... נו זאל יעדער אויסקלייבען וואס ס'שמעקט אים דאס בעסטע!

ערליכער איד » פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:05 pm

· #248457
ניקעלשבורגער רבי פון ב״פ

בשבילי! » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 8:50 pm

· #248526
איך זע א וזרח ההבדלה

שלמה המלך » זונטאג יאנואר 18, 2015 10:23 am

· #248627
נא וואז'שע זאל ער טאהן? מאכען א פלאסטישע סורג'ערי?

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 18, 2015 12:49 pm

· #248662
שמעקעדיג
האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,

ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?

האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......

די ווארט הגם עס איז גוט איז געזאגט געווארן דורך א בדחן אין מאנסי על דעת אז ר' מיכעלע וואלט דאס ווען געזאגט...

elter-zeide » זונטאג יאנואר 18, 2015 3:57 pm

· #248710
ווער עס געדענקט, האט ר' מיכעלע פארקויפט ספרים וואס ער האט געוואלט פארשפרייטען, בין איך געווען ביי אים ווען ער האט באקימען א שיפמענט פין פריש געדריקטע ספרים, ער האט געדארפט באצאלען פאר דע גוים פאר דעליווערי האט ער זיי געגבען פ"ס, זיי קיקן עם אן מיט ווינדער וואס ער גיט זיי, זיי האבען אזא געלט קיינמאל נישט געזען,זאג איך עם אז זיי נעמען נישט קיין פ"ס, זאגט ער מיר איך זאל זיי זאגן אז דאס איז גיט געלט, ער האט נישט פארשטאנען פארוואס זיי נעמען דאס נישט,

צדיק נסתר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:49 pm

· #249298
ירח בן יומו
דריידל
איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

אין תניא שטייט אז א בעל עבירה וואס זוכט א כפרה כמש"כ וחטאך בצדקה פרוק, מעג אוועק געבן אלעס וואס ער פארמאגט, כל אשר לו יתן בעד נפשו.
ח"ו איך מיין נישט ר' מיכל'ע, אבער אונז קענען נאך נוצן די עצה.

נו ר' מיכל'ע איז דאך דער "בעל התניא" אליין.

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 21, 2015 5:58 pm

· #249302
אן אינטערעסאנטע אינטערוויאו האב איך געהערט אויף קול מבשר פון זיינס א חבר פון דערהיים. ער זאגט אז ווען הרה"ק ר' מעכעלע איז געקומען קיין ארץ ישראל און ער נישט געהאט קיין פרנסה, האט ער זיך שואל עצה געווען ביי איינעם און יענער האט אים גע'עצה'ט צו ווערן א רבי. וכך הוה.

צדיק נסתר » מיטוואך יאנואר 21, 2015 6:14 pm

· #249304
דער יענער וואס האט אים גע'עצה'עט צו ווערן א רבי איז געווען מהרי"צ דושינסקי זצ"ל.

שלמה המלך » פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:15 am

· #249671
איך ווייס נישט און ס'איז נישט נוגע ווער עס האט אים געהייסען אדער גע'עצה'ט וואס! אין פאקט איז ער געוועהן א איש צדיק וקדוש און צי דעם אויך א פועל ישועות וואס איך קען פערזעדליך מעיד זיין דערויף!

בא גד » פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:26 am

· #249723
שלמה המלך