☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)

בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3839
בלאט: 1 2

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 21, 2013 9:07 am

· #116300
בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)
רבי בנימין איז גאר אייגנארטיג, ער איז דער משפיע פאר המון עם אידן. נישט קיין מבקשים, נישט קיין עובדים, זיין קהלה באשטייט אויסשליסליך פון פשוט'ע ארבעטס יונגעלייט.

און דאך איז ער משפיע בחסד עליון מיט'ן גאנצן קנאק! ער לערנט פאר טיפע ספרים, זאגט שמועסן עפ"י ספרי מחשבה וחסידות, א שיעור אין נ"ך ומפרשיה בעמקות, און בעיקר, גפ"ת בעיון אז פשוט'ע יונגעלייט זאל באקומען א טעם אין תורה.

רבי בנימין איז באמת אסאך מער ווי א משפיע. אבער קודם א בליק אויפ'ן שפיץ גאפל איבער זיין פערזענליכקייט.

רבי בנימין אלימלך אייזנבערגער איז אן אשכנזי'שער יונגערמאן פון בארא פארק. א איד א בן תורה מתלמידי הישיבות, און א תלמיד פון הרב קאפלמאן.

זיין פאטער איז א פשוט'ער מענטש וואס וואוינט אויף 56סט.

עפ"י מנהגי אשכנז דאווענט ער אן א גארטל מיט די צוויי הענט אויף די לענדן כמבואר בשו"ע, ער גייט אן איינגעבויגן היטל הנקרא בענדדאון, אינדערוואכן און בשבת. ביז לעצטנס איז ער אפילו געגאנגען א קורצער רעקל, עד שבא רבי מאטל. ער האט אים געבעטן (כ'מיין אמאל ברבים ביי א הכנסת ספר תורה) אז ער זאל זיך אנטון א לאנגער רעקל, וכך הוה.

א דיסקלעימער: קיינמאל גערעדט צו אים פערזענליך, בלויז א שוואגער פון די חברה דארט. אלעס וואס רבי צבי מאיר שרייבט אין זיין הקדמה צו שיחות התחזקות זאל דא חל זיין, ס'איז נאר בערך, אן קיין אומר דבר בשם אומרו, קען זיין מ'מאכט א טעות, וכו'.

נחזור לענינינו, א וואוילער ישיבה'שער יונגערמאן כאחד מבני החבורה, ער דרייווט, וגם עקרת ביתו וכו'. פונקטליך ווייס איך נישט, אבער יונגעלייט האבן זיך צוגעשארט צו אים, און ער האט אנגעהויבן זאגן שיעורים. ס'האט זיך צואוואקסן, און מ'האט געדינגען די מונקאטשער בעיסמענט אויף 52.
בראשית פריחתו ושגשגו, אויב איינער האט בטעות פארבלאנזשעט און געקומען צום שיעור, האט ער אנגעהויבן קלעבן און נאכלויפן אז מ'האט נישט געקענט לויז ווערן. אזוי, און אדאנק חברא חברא אית ליה האט ער צוביסלעך אויפגעבויעט א קהילה, בעסער געזאגט אן ערנסטע אימפעריע.

ער טראגט מיט זיך א צויבער וואס מאכט אים אטראקטיוו. אויסער וואס ער איז א טאלאנטפולער פערזאן אלס אן אויסנאם שטארקער זאגער, א בעל מחדש, און אן אראטארישן מגיד שיעור, האט ער אן עקסטרעם כאריזמאטישער און צוגעלאזענער נאטור.

אבער יש אומרים אז זיין אויסערגעווענליכע הצלחה, איז אין גרויס טייל צו פארדאנקען א הידן טרעזשור, דאס איז זיין אפענער מהות.

רבי בנימין איז שרעקליך אן אפענער מענטש, אז מ'רעדט מיט אים נאר פאר פינף מינוט איז כמעט אוממעגליך נישט ארויסצובאקומען אלעס ארום אים לכל פרטיה ודקדוקיה, אנגעהויבן מיט זיין סדר היום, זיין הלוך ילך, און געענדיגט ביז זיין פערזענליכער שלום בית. ממש אלעס ווערט אויסגעפאקט אויפ'ן טיש אפילו פאר א סטרעינזשער. עס איז אפילו שאקירנד וויאזוי א מענטש קען זיין אזוי דורכזיכטיג און זיך אויסטון נאקעט פאר סיי וועמען. מענטשן אבער גלייכן עס, און נאך 2 מינוט אריין אינעם שמועס ברענגט עס א באצויבערנדע נאנטקייט.

דורכאויס די 2טע פינף מינוט פונעם שמועס באקומט מען א פונקטליכע באריכט איבער דער קהילה, אבער אין באבנס באבן אריין: וויפיל מעמבערס, די שיעורי תורה, וואס ער טוט מיט זיין עולם, פון וואס באשטייט זיין קליענטעל, ממש תוך תוכו, אלע אינס ענד אוטס, אויף אן אופן נישט צום גלייבן, כאילו דו ביזט זיין נאנטסטער מענטש וועמען מ'קען מגלה זיין כל מצפני לבו. פאקט איז אז אזא צוגאנג ברענגט א געשוואוירענע קרבות.

דורכאויס די דריטע 5 מינוט איז מתוך שיחתו בא לידי שבחותו, און מיט א שעפ לעפל. אזוי מיר נישט דיר נישט וועט ער מסביר זיין רב חילו וכוחו להגדיל תורה ויאדיר וכו'.

בקיצור, ער איז א מענטש וואס הערט נישט אויף צו רעדן פון זיין ברודערס ברודער, ערב בוקר וצהרים, און לאמיר עס אנקוקן אלס דער שמיני שבשמינית וואס חז"ל פארלאנגען פון א תלמיד חכם.

מיט זיין קהלה איז ער רעוואלוציאנער.

קהילת היכל התפלה ווי זי ווערט גערופן, געפינט זיך היינט צוטאגס אין א געדינגענעם לאקאל אין קאמעניצער בנין, מיט א פלאן צו בויען אן אייגענעם ביהמ"ד וואס האט זיך שוין לאנג פארצויגן.

ווי ערווענט האט ער אנגעהויבן מיט א פשוט'ן עולם, בארא פארקער אידן מיט'ן פולן גלאנץ, כאסידישע פיפל, ענד יו נאו וואט איי מין. די וואס געהערן אין ערגעץ. אין חדר געגאנגען אין חתן סופר, וויען, קראסנא, מונקאטש, שבת געדאווענט ביי א קארנער שול, די קינדער געשיקט וואו אימער, חמץ פארקויפט ביי משה אין שומר שבת, און באלאנגט אין ערגעץ נישט. היינט האט ער שוין פון אלעם גוטן, און נאשט אראפ אנשי שלומינו פון אלע קהלות קדושות.

און ער האט באוויזן א קונץ. גענומען א הארטע טייג, א שוואכערן ציבור, ארבעטס בחורים לשעבר, שליש בערדלעך, וכו', און געמאכט מיט זיי עפעס. יונגעלייט מיט א טעם אין אידישקייט, איינער מער און איינער ווייניגער.

הרב אייזנבערגער איז נישט קיין רב וואס קומט באזינגען ביי די שמחות פאר א מאה'לע, נישט קיין מגיד שיעור נוסח הרב שלעזינגער וועמען מ'פרייעט זיך צו געבן א היטש נאכ'ן שיעור, און מ'קלאפט זיך אין בייכל יו נאו איי גאו טא ראביי שלעזינגער, ער איז א מנהיג!

הרב אייזנבערגער איז א פירער מיט אן אייזערנעם פויסט, ער באגלייט זיינע מענטשן אויף טריט און שריט. ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף זיינע מענטשן, ועל פיו יושק. דער רבי, דער משפיע, דער מחנך, דער שלום בית מאכער, דער פרנסה פארזארגער וכו'.

זיין קהילה באשטייט פון עטליכע הונדערט משפחות (שווער צו זאגן א פונקטליכן מספר), ס'דא דארט געלט אויך, כאטש וואס די עקאנאמיע האט שווער אפעקטירט עטליכע גרויסע פישלעך. אים אליין טראגט מען אויף א גאלדענעם טאנץ, און מ'האט אים אפילו געקויפט א שיין הייזקע.

נישטא וואס צו רעדן ער איז א זעלטן געלונגענער מענטש, אן ערשט קלאסיגער מגיד (ער זאגט אפילו שטערקער פון הרב שלעזינגער), א שעפערישער פערזאן ואיש המעש, א לשון לימודים. קען גוט נ"ך ומפרשיה, און מ'האט געדרוקט פון זיינע שיעורים א ספר מיט'ן נאמען 'במסילות הנביאים' וועלכער איז גראדע נאו ביג דיל. ער איז אויסגעקאכט אין אגדות חז"ל, ספרי מחשבה א שטייגער ווי מהר"ל און רבי צדוק, מכתב מאליהו קען ער פון דעקל צו דעקל, און האט א באהאוונטקייט אין דרשת חתם סופר.

כאטש וואס ער איז גאנץ א טיפער זאגער, האט ער האט א דאון טו ערטה שפראך. אימה און פחד וועט ער מסביר זיין אז פחד איז דער וואס האט צוגעזען די ווארלד טרעיד סענטער צוזאמפאל מיט די אייגענע אויגן, און אימה איז דער וואס האט נאר געהערט דערפון אין די נייעס. גלות מצרים איז דער ביאור איז פון חכמה ביז בינה איז נישט קיין געווען קיין רעסעפשאן, דער לב האט דאן נישט באקומען די מעסעדזש, ווייל ס'איז נישט געווען קיין סערוויס פון מוח ביז לב.

שבועות ביינאכט אנשטאט תיקון זאגט ער א שיעור פון עטליכע שעה אין א לומד'ישער סוגיא. מ'קוקט זיך פאר עטליכע טעג פריער, און מ'לערנט דאס אפילו נאך יו"ט ביז מ'ענדיגט. ער טיילט אויס קאפיס, מיט אלע מראה מקומות פונקטליך אנגעצייכנט, ווי א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה. קובץ שעורים, רי"ף, מהרש"א, רעק"א, אלעס וואס מ'גייט אדורכלערנען. ווי קאווע טרינקער האט שוין פארציילט איז אן אפטער ערשיינונג אז א יונגערמאן קומט איינמאל צום שיעור און ער בלייבט שוין דארט לעולמי עד.

ער זאגט אויך שיעורים פאר די פרויען. דאכט זיך מיר אז ס'דא א האטליין ווי די פרויען קענען הערן א וועכנטליכער שמועס פאר ליכט צינדן.

דער גאס קען אים נישט. ער שטייט זעלטן פאר א ספאט לייט, ער טרעט נישט אויף אין ערגעץ, און מ'זעט אים גאנץ ווייניג, אויסער ווען יודי מאנדל מאכט בר מצוה פארשטייט זיך. די לעגנדע גייט אז הרב אייזנבערגער און הרב שלעזינגער 2 תלמידים פון הרב קאפלמאן האבן אזא הוראה נישט ארויסצושטיין, און זיי וועלן קיינמאל אויפטרעטן אין דער פרעמד (הרב שלעזינגער האט לעצטנס אויפגעטרעטן ביי א רבי מאיר בעל הנס דינער אין לאנדאן, וואס איז געווען א גרויסער חידוש).

געגאנגען פאבליק איז ער ביי פרשת קלעצקי, ער האט דאס גוט איינגעקעשט (נעבעך, עיני עיני ירדה מים). דעמאלט האט מען זיך אביסל באקענט מיט אים. אויך האט ער זיך דאן געלאזט אינטערוויוען אין דער 'משפחה' וואו ער האט מסביר געווען די פליכטן פון א רב בישראל וכו', וואס איז אגב געווען א העכסט אינהאלטסרייכע און אינטעלעקטואלע אינטערוויו. יאנקל, שייך צו שאפן א לינק ביטע?

תיכף די ערשטע נאכט פון דער טראגעדיע זענען די באטראפענע אריבער שלאפן צום רב אינדערהיים. דאס האט געהויבן אויגן ברעמען, מ'האט געזען אביסל ווי אנגעוואנדן מ'איז, ועד היכן הדברים מגיעים, אביסל איבער אלע גרעניצן אז מ'קען ממש נישט אנגיין אן אים, ודוק כי קצרתי מאוד מאוד מחמת כבוד ונימוס.

די לוי' איז געווען א שטאטישע לוי', טויזנטער מענטשן, אנשים ונשים, בני עמינו ובני נכר, גרויסע רבי'ס (מהר"א, רמ"ד, מהר"י וויזניץ, און נאך), העליקאפטער פון דער לופטן, און א טעלעוויזיע אנקארמאן פון יעדער גרויסער סטאנציע איבערן לאנד. באשטעלט האט מען 2 יונגע רבנים זאלן זאגן דברי הספד, מיט אן אלטימאטום פון ביז גאנצע 5 מינוט אויפ'ן זייגער. רבי שרגא מקאסוב האט גערעדט איבער די ריבוי אהבה וואס איז דא היינטיגע צייטן אין די גאסן, און בעל נטעי גבריאל האט גערעדט איבער א זהירות אין איסור יחוד.

דאן האט רבי בנימין גענומען דאס ווארט פאר זיך פאר לאנגע 45 מינוט. מיט'ן ישיבה'שן איכה ניגון האט ער מסביר געווען ווי דער עולם שטייט אין דער רייע אים צו זאגן גוט שבת, און אז שלשה שותפים באדם און איך בין דאך דער רב בין איך במקום דעם אויבערשטן, ווי אויך האט ער פארגעליינט זיינע אייגענע ווארעמע דברי חיזוק אויפ'ן ריפארט קארד, איי מין קאם אן?! ווי אראגאנט דארף מען זיין, והיה לפלא.

רבי בנימין האלט זיך פאר א רעכטער תלמיד פון רבי מאטל און רופט אים מורי ורבי. רבי מאטל איז זיין 'ראול מאדעל' און פארשידענע זאכן מאכט ער אים נאך, אריינגערעכנט טאנצן פורים אויפ'ן טיש.

אויסער א תלמיד קוקט ער זיך אפילו אן ווי ר' מאטל'ס גלייכן, זיין קאלעגע, זיין בן גילו. ביידע עובדי ה', ביידע זענען משפיע חסידות. ואין הדמיון עולה יפה בשעת וואס ר' מאטל שפייעט בלוט, און ער קומט און גייט און עסט טועמיה.

פאר עטליכע יאר האבן די צוויי געהאט א וועכנטליכער שיעור אין ספה"ק ליקוטי מוהר"ן. די ערשטע תורה פון רבי נחמן האט גענומען 2 יאר צייט אדורכצולערנען (הערסט ברסלבער וויאזוי מ'דארף לערנען ליקוטי מוהר"ן). ווי אויך האבן זיי געהאט א שיעור אין קבלה.

אגב, די ערשטע שטיקל תורה פון רבי נחמן איז א מורא'דיג און יסודות'דיג שטיקל וואס וואלט אסאך פארלייכטערט די ווייטאגן פון יואליש און יאנקל על חללי בת עמי. רבי נחמן זי"ע איז מסביר 'כי עיקר החן והחשיבות הוא שם'. היינט ליידער, כאטשיג וואס כלל ישראל האט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלן זיין ארויפגעקוקט וברום המעלות, האבן זיי עפעס נישט קיין חן. חן וחשיבות ליגט ביי די אומות העולם, וכדאי לעיין בדבריו הקדושים ותמצא נחת ומרגוע.

ער האט אויך א כולל פאר בחורים ואברכים אין ביהמ"ד זידיטשוב אויף 54 סט. גראדע האט עס א ישיבה'שער גייסט און מ'לערנט, אבער ס'שפירט זיך אביסל פון אוירא דארץ ישראל. די חברה קומען דארט צו קרוזן מיט סמארט קארס, אדער די מאמעס אינפיניטי וכו', און ס'פרייליך.

ל"ג בעומר פארט די גאנצע קהלה קדושה קיין מירון. האסט נישט צו באצאלן פאר א טיקעט דעמאלט בארג, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. געווען שיינע בילדער אין די בלעטלעך ווי הרה"צ טאנצט אינדערמיט ארומגענומען מיט עדת צאן מרעיתו.

וואס נאך? בסוגיא דמאחורי איז מיט אן ארבע כנפות'ל דייקא, כמבו' במג"א בשם האר"י.

סוף דבר: מי יתן עס זאלן זיך יאווען נאך אזעלכע קהלות קדושות ווי קהילת היכל התפלה, אן אגודה אחת ושכם אחד לעשות רצונו יתברך. ס'איז זיכער אז אזא קהלה דערהייבט די גאנצע שטאט בארא פארק, א טייערע שטעטל... וואס קען דרינגענד נוצן אביסל א push. וואלט איך ווען געוואוינט אין בארא פארק וואלט איך יתכן דארט געדאווענט צוליב אירע איבערוויגנדע מעלות.

(דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אין קאנסאלטאציע און צוזאמענארבעט מיט ידידי החכם השלם ונהנין ממנו עצה ותושי' הרב יאנקל הי"ו, טובים השנים מן האחד, ותוחח"ל).

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 10:17 am

· #116325
מאראנצןזאפט
דער גאס קען אים נישט. ער שטייט זעלטן פאר א ספאט לייט, ער טרעט נישט אויף אין ערגעץ, און מ'זעט אים גאנץ ווייניג, אויסער ווען יודי מאנדל מאכט בר מצוה פארשטייט זיך. די לעגנדע גייט אז הרב אייזנבערגער און הרב שלעזינגער 2 תלמידים פון הרב קאפלמאן האבן אזא הוראה נישט ארויסצושטיין, און זיי וועלן קיינמאל אויפטרעטן אין דער פרעמד (הרב שלעזינגער האט לעצטנס אויפגעטרעטן ביי א רבי מאיר בעל הנס דינער אין לאנדאן, וואס איז געווען א גרויסער חידוש).


ר' בנימין האט נישט אזא גרויסע פראבלעים מיט די פרעמד, הגם ער לויפט נישט ארום אויסצוניצען זיין קרעדיט - כדי זיין טעיסט זאל נישט אויסוועפן,
אבער ער טרעט אויף אין קהילת תולדות אהרן נא פראבלעם, אזוי אויך אין נאך מקומות.

ווי האט יענער געזאגט? מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט צו צום עמוד - האט ער געענטפערט אז ער וויל נישט פארלירן דאס קול, האט מען אים געפרעגט וואס האט איר פונם קול אז איר ניצט אים נישט? האט ער געענטפערט, איך מיין די קול וואס מ'האט אויף מיר ארויף געלייגט, אז איך קען שיין דאווענען...
כמה גוטע בעלי דרשנים האבן פארלוירן זייער טעם נאכן עביאזען זייער מייק...



מידי דברי וועגן הרב בנימין,
אויב מיין דעה איז ביי אייך עפעס ווערט, וויל איך דא ארויסברענגען א פוינט, ווער עס וויל קען דעבאטירן דערמיט.

באקאנט די מעשה מיט הגאון ר' שמעון סופר און צאנזער רב,
די צאנזער רב האט געפרעגט הגאון ר"ש סופר, אלס רב אין קראקא וואס טוט איר, איר זענט פארנומן מיט שאלות?
ת: ניין - עס זענען אוועקגעשטעלט מורי הוראה אויף דעים (אזא גרויסע שטאט ווי קראקא האט פארשטייט זיך געהאט מער ווי איין מו"ץ)
ש: פארנומען מיט דין תורות?
ת: ניין - פאראן א בית דין...
ש: צוזאם נעמען געלט פאר עניים און צרכי הקהלה?
ת: ניין - פארהאן גבאי צדקה.
ש: אויב אזוי, מיט וואס זענט איר קראקא רב?
ת: ווי עס איז נאר דא אן צעבראכענע אלמנה אדער יתום געב איך זיך אוועק פאר זיי און איך בין זיי מחזק...

אט דאס איז א קלארע בילד פון הרב אייזענבערג הנ"ל.

יעצט אבער שטעלט זיך די פראגע, דארף גאנץ קראקא האבן די זעלבע (ספיריטשאל) לעבנס שטייגער?
ווי באקאנט האט ער א גרויסע געמישטע עולם, אנגעפאנגן פון א ישיבישע טיפ, אדער א בארא פארקער בעל הבית, ביז א חסידישע אינגערמאן.
פארוואס מיז דאס ווערן אוועק געשטעלט אויף א גוויסע סארט שניט וואס אלע סארט דארפן אין דעים אריין פיטען?
פארוואס דארף א שטריימל אינגערמאן אנטוהן קאפלינגס... כדי צו שפירען אז ער איז א פארט פון די זאך.

אבער דאנט געט מי ראנג, די שטריימל אינגערמאן איז נישט געווען בעפאר דעים די גרויסע חסידישע איד,
אבער דאך, די לופט איז אזא סארט, וד"ל (איך האב אנגעכאפט א דוגמא קל, אבער ביודעי ומכירי איז נישט כדי אריינצוגיין אין מער דעטאלען).

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 21, 2013 10:24 am

· #116327
פון דיין פראגע און אראפ בין איך נישט אזוי קלאר וואס דו זאגסט, אפשר קענסטו אביסל בעסער מסביר זיין.

בדחן » דינסטאג מאי 21, 2013 11:07 am

· #116345
זייער שיין באשריבען,

גוט ארויס געברענגט די אייזענע פויסט מיט וואס ר בנימין כאפט אן זיינע מענטשן, פאר א דוגמה דארט איז שבת נאמיטאג כילו תורה, אזוי אויך אנדערע פרייע ארבייט ציייטען איז דא עמטליכע שיעורים, ווער עס האלט נישט ביין דינען השי״ת מיט תורה ותפלה האט נישט וואס צו זיכען דארט.

דאס איז די הויפט חילוק צווישן ר בנימין און רב שלעזינגער.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 21, 2013 11:10 am

· #116347
איך בין שפראכלאז נאך אזעלכע זאפטיגע מאראנציגע אנאליזן, ארומגענומען פון אלע זייטן, געקאווערד פון אויבן ביז אונטן אלע דעטאלן אזוי הערליך. איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דו פארמאגסט אזויפיל אינפארמאציע אויף דעם איש האשכולות.

עטליכע הערות/שאלות:

מאראנצןזאפט
הרב אייזנבערגער איז א פירער מיט אן אייזערנעם פויסט, ער באגלייט זיינע מענטשן אויף טריט און שריט. ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף זיינע מענטשן, ועל פיו יושק. דער רבי, דער משפיע, דער מחנך, דער שלום בית מאכער, דער פרנסה פארזארגער וכו'.


וואס מיינסטו מיט איין אייזערנעם פויסט, אויסשליסליכער בעה"ב? דאס הערט זיך ווי מדת הדין, בשעת פרנסה פארזארגער, משפיע, מחנך, שלום בית מאכער באשטייט פון דאס פארקערטע. מיינסט צו זאגן אז ער טיילט דעות און צווינגט זיינע מענטשן דאס מקבל צו זיין באהבה (אדער ביראה)?

אגב, מען האט ערגעץ ארויפגעברענגט (איך געדענק נישט צי דא אין שטיבל) אז ער האט שוין אדורכגעקוקט די סעלפאונ'ס פון אלע זיינע מתפללים. די שאלה איז ווי ווייט זיין עקסטרעמקייט גייט. צי לאזט ער דוקא נאר 'מאושר' אדער ער איז ער מער טאלעראנט און ווייסט גענוי וואס זיינע מענטשן געברויכן?

מאראנצןזאפט
געגאנגען פאבליק איז ער ביי פרשת קלעצקי, ער האט דאס גוט איינגעקעשט (נעבעך, עיני עיני ירדה מים).

תיכף די ערשטע נאכט פון דער טראגעדיע זענען די באטראפענע אריבער שלאפן צום רב אינדערהיים. דאס האט געהויבן אויגן ברעמען, מ'האט געזען אביסל ווי אנגעוואנדן מ'איז, ועד היכן הדברים מגיעים, אביסל איבער אלע גרעניצן אז מ'קען ממש נישט אנגיין אן אים, ודוק כי קצרתי מאוד מאוד מחמת כבוד ונימוס.


איך זעה נישט דעם פראבלעם דערמיט "עד היכן הדברים מגיעים", אודאי זאלן מיר קיינמאל נישט געפרואווט ווערן מיט אזעלכע אומשטענדן ה"י, אבער אין אזא מצב קען מען - און דארף מען - נוצן יעדע מעגליכע ביסל חיזוק. אז א מענטש איז אזוי מקושר צו א משפיע, איז נישט מער ווי נארמאל אז בשעת ער נויטיגט זיך דאס מערסטע אין חיזוק און נחמה זאל מען זיך דארט געפינען.

ביי די גלויבער טראגעדיע נמ"ג האב איך שוין געשריבן ערגעץ-וואו אז גלויבער'ס רב, ר' חיים יהושע האלבערשטאם פון מאנסי, איז געזעסן ביי אים אינדערהיים ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן, צו שטיין צו הילף און מחזק זיין וואס און וואו אימער מען קען נאר. אדרבה, אזוי דארף זיין, און תשואות חן חן פאר די רבנים און משפיעים וועלכע געבן זיך אוועק פאר זייערע מענטשן בשעת זיי דארפן עס! דאס איז די ריכטיגע אפטייטש פון "משפיעים", נישט אז זיי זאלן הייסן משפיעים בלויז ווייל זיי זאגן שיינע תורה'לעך, אבער באמת זענען זיי מקבלים, מען שטעלט זיי צו פון שענסטן און בעסטן..

מאראנצןזאפט
ל"ג בעומר פארט די גאנצע קהלה קדושה קיין מירון. האסט נישט צו באצאלן פאר א טיקעט דעמאלט בארג, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. געווען שיינע בילדער אין די בלעטלעך ווי הרה"צ טאנצט אינדערמיט ארומגענומען מיט עדת צאן מרעיתו.


זייער א שיינע זאך מצד אחד, אבער צו וואס מחייב זיין יעדן צו פארן.. אבער איך ווען איך וואלט געוואוינט אין ב"פ און איך גיי צו אים, וואלט איך אויך געפארן, און געטאנצן אינאיינעם מיט אונזער מאראנצןזאפט...

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 11:15 am

· #116350
מאראנצןזאפט
פון דיין פראגע און אראפ בין איך נישט אזוי קלאר וואס דו זאגסט, אפשר קענסטו אביסל בעסער מסביר זיין.

איך האב עס אביסל מגיה געווען
לאמיר וויסן אויב איר פארשטייט יעצט בעסער.

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 11:18 am

· #116356
מאראנצןזאפט
רבי בנימין האלט זיך פאר א רעכטער תלמיד פון רבי מאטל און רופט אים מורי ורבי. רבי מאטל איז זיין 'ראול מאדעל' און פארשידענע זאכן מאכט ער אים נאך, אריינגערעכנט טאנצן פורים אויפ'ן טיש.

אויסער א תלמיד קוקט ער זיך אפילו אן ווי ר' מאטל'ס גלייכן, זיין קאלעגע, זיין בן גילו. ביידע עובדי ה', ביידע זענען משפיע חסידות. ואין הדמיון עולה יפה בשעת וואס ר' מאטל שפייעט בלוט, און ער קומט און גייט און עסט טועמיה.

ווי קען דאס זיין, עס איז דאך הימעל און ערד, סיי די סטייל פון די קהלות, און כל שכן זייער אייגענע מהות און אופן ההשפעה.?!

קרעקער » דינסטאג מאי 21, 2013 11:43 am

· #116364
סהאט אסאך סימנים פון א קולט
אנגעהויבען זיין שטארקע פויסט מיט וואס ער כאפט אן די גאנצע פרייוועט לעבן פון א יונגערמאן און אויך די ווייב מיטהאלטענדיג יעדע זאך
אסאך נאאיווע תמימי לב זענען או קעי מיט דעם און אפשר איז עס גוט פאר זיי

מאטי » דינסטאג מאי 21, 2013 11:46 am

· #116367
מאראנץ איך בין ספיטשלעסס! דער אשכול פאקט איין פינקיס אשכול מיט אירע 61 לייקס, איך קען נישט ווארטן פאר ווען ר׳ מוטה פראנק וועט זיך דורכגליטשען דיין קיבאורד..

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 21, 2013 12:23 pm

· #116386
מאראנצן גייט קאמפעטישן מיט זיין אייגענע 100% ראנג, אבער כ'גלייב אז די ארטיקל וועט שנעלער אנקומען גאנץ אויבן אויפן ליסט, פשוט ווייל די ליינער ווייסן שוין אז מ'זעט אזא ארטיקל געט מען קודם א לייק, צו ווייזן אפרישיעישן, ליינען קען מען עס שוין שפעטער מיט ישוב הדעת

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 21, 2013 2:15 pm

· #116416
שמעקעדיג
אגב, מען האט ערגעץ ארויפגעברענגט (איך געדענק נישט צי דא אין שטיבל) אז ער האט שוין אדורכגעקוקט די סעלפאונ'ס פון אלע זיינע מתפללים. די שאלה איז ווי ווייט זיין עקסטרעמקייט גייט. צי לאזט ער דוקא נאר 'מאושר' אדער ער איז ער מער טאלעראנט און ווייסט גענוי וואס זיינע מענטשן געברויכן?

איך מיין ער הייסט זיי לייגן Covenant eyes, און די ריפארט קומט אן צו עם.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 21, 2013 2:54 pm

· #116428
הייסט עס ער האט אויך א קאמפיוטער מיט אימעיל, כראוי וכיאות.
נייס.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 21, 2013 3:18 pm

· #116435
דער עולם זאל זיין גרייט צו אקמאדירן די פרישע 400 ניקס וואס וועלן דא ארויסשפראצן בעז"ה, נישטא קיין מענטש אין דעם ביהמ"ד אן א סמארט פאון, לאמיר האפן די סיסטעם וועט נישט קראכן.
חזנים ביזט אריינגעקומען קלארער, א דאנק.
טאמבל, כ'האב מיך געהאלטן צום דעטאל? זעט אויס אז עוף השמים יוליך את הקול איז אויך אין יושב בסתר עליון.
שמעקעדיג, חילוק גדול יש בין חיזוק של ר חיים יהושע ביז זיך אריבערציען אין יענעם'ס שטוב בבחי' לפרוש ממך איני יכול.
מאטי, ס'האלט שוין ביי 62, און ר' מוטה פראנק האב איך באשריבן ביי די ברסלבער משפיעים.
בדחן, דיין לייק איז עולה על כולנה, א קלארע כרוז בבית דין של מעלה וובי"ד של מטה אז איך שרייב חלילה נישט קיין אומאויסגעהאלטענע זאכן.
חזנים, ס'נישט קיין קשיא, רבי מאטל דערהייבט פארשידענע גוונין, און טוט אים שטארק אינדראסירן (מפי השמועה) ואכהמ"ל.
קרעקער, יו היט אן טארגעט, איידעלערהייט.
...
זר, האסטו 3 פינטעלעך פאר איבעראל וואו מ'ברויך צו שמייכלען.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 21, 2013 3:25 pm

· #116441
שמעקעדיג
הייסט עס ער האט אויך א קאמפיוטער מיט אימעיל, כראוי וכיאות.
נייס.

איך בין נישט באהאווענט, כ'מיין אז ער האט איינעם אוועקגעשטעלט פאר דעם. (אזוי געדענק איך, כ'בין אבער נישט זיכער)

בד"וו ער האט אנגעהויבן דערמיט נאך סאך פאר די היימישע רבנים האבן גערעדט וועגן פילטערס, יארן צוריק ווען די אינטערנעט איז נאך געווען אסור בתכלית האיסור האט ער שוין געבעטן דעם עולם צו לייגן covenant eyes, (וואס איז נישט קיין פילטער, נאר א מין עין רואה), איך בין אבער נישט זיכער אויב דאס איז געווען דוקא לצורך פארנאאסע.

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 3:38 pm

· #116449
קרעקער
סהאט אסאך סימנים פון א קולט
אנגעהויבען זיין שטארקע פויסט מיט וואס ער כאפט אן די גאנצע פרייוועט לעבן פון א יונגערמאן און אויך די ווייב מיטהאלטענדיג יעדע זאך
אסאך נאאיווע תמימי לב זענען או קעי מיט דעם און אפשר איז עס גוט פאר זיי


נישט ריכטיג!
אפשר קענסטו מיר פונקטליך אנטייטשען וואס הייסט א קאלט?

אויב איינער איז נישט קעיפעבעל צו פירן א אויסגערעכנטע ווירטשאפט (נעמען און באטראכט אז איעדע אידישע הנהגה כדי צו האבן סאקסעס מיז עס זיין גאר גוט אויסגערעכענט, לאמיר נישט אריין גיין און פרטים, עס איז א באזינדערע שמועס)
מעג ער נעמען א חבר וואס ער וועט אנהאקען מיט אים אל די וועי?
דהיינו אפילו אריינגיין און פריוואטע לעבען, פארן מיט אים אויף א שבת...
דאס הייסט נאכנישט קיין קאלט?

בעסער - מעג איינער האבן אפאר חברה וואס ער העלפט אזוי ארויס גאר פערזענליך, און פראוועט אסאך צוזאמען מיט זיי?
דאס הייסט נאכנישט קיין קאלט?

אויב איז יענער א טערעפיסט מיט אסאך פאלויערס - דאס הייסט נאכנישט קיין קאלט?

אויב האט דאס יענער אוועקגעשטעלט און פארעם פון א קהילה - אה דאס הייסט שוין א קאלט!?...

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 4:14 pm

· #116467
אויב דער טעראפיסט, וואס האט אוועקגעשטעלט זיינע פאללאוערס באופן פון א קהילה, באפעלט יעדן - איש בל יעדר - צו קומען צו פארן קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און לייגט דרוק אפילו אויף די וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען, און רופט אן זייערע ווייבער און אזוי ווייטער, דאן יא, שמעקט עס היבש קולטיש.

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 4:36 pm

· #116477
יידל
אויב דער טעראפיסט, וואס האט אוועקגעשטעלט זיינע פאללאוערס באופן פון א קהילה, באפעלט יעדן - איש בעל יעדר - צו קומען צו פארן קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און לייגט דרוק אפילו אויף די וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען, און רופט אן זייערע ווייבער און אזוי ווייטער, דאן יא, שמעקט עס היבש קולטיש.


הייסט די נסיעה קיין אר"י איז דיין פראבלעים?
דארף מען קודם סתם אזוי פארשטיין, ווי איז אזאנס געהערט געווארען צו הייסען בארגען געלט אויף דעים?
אויב איז דא א תירוץ אויף דעים, קען זיין אז דאס איז אויך די תירוץ אויף קושיא הנ"ל.

אבער איך מיין בדרך כלל, אז זיינע פאלויערס זענען אזוי נאנט צו אים, און זייער פריוואטע לעבען ווערט אזוי אינוואלווט צוזאמען, און די שיעורים פון די ווייבער... איז לכאורה נישט קיין קאלט פראבלעם, איך בעק אזא איידיע אין יאר 2013.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 21, 2013 4:39 pm

· #116480
די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?

שרייבער » דינסטאג מאי 21, 2013 4:44 pm

· #116485
לענ"ד, אויב דער חסיד קען גיין פון דארט פריוויליג איז דאס נישט קיין קולט, קיינער הייסט אים נישט זיצן דארט

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג מאי 21, 2013 4:46 pm

· #116486
קאך_לעפל
די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?

מעשה לסתור? די אלע "וואס פארען שוין די לעצטע הונדערט יאר" זענען אויך נאר געווארען מכח וואס זיי האבן נישט געפאלגט דיין עצה פאר הונדערט יאר צוריק.

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 4:53 pm

· #116489
קאך_לעפל
די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?


זאלט איר מיר שטארק אנטשולדיגען
אבער איך זעה נאך נישט די גרויסע גליק פון די מסורת אבות וואס איר הענגט זיך אזוי שטארק אן אין דעים
ווער האט היינט מסורה?
איז מנהג בעלז געווען צו אריינברענגן פטסכילאגישע חינוך?
איז מנהג סקווירא אמאל געווען צו נישט לאזען מער ווי איין מנין שבת?
איז מנהג סאטמאר אמאל געווען צו מאכען הדלקות ל"ג בעומר?
אא"וו

זיי טוען וואס זיי ווילען כדי צו רילעיטאן צום דור, וואס האסטו פון די גאנצע מסורה?

בעסער געזאגט, וואספארא מסורת אבות האט ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אז ער איז אזא פייער און לעיקוואד,
אפשר וועט ער אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 4:54 pm

· #116490
שרייבער
לענ"ד, אויב דער חסיד קען גיין פון דארט פריוויליג איז דאס נישט קיין קולט, קיינער הייסט אים נישט זיצן דארט

אויב אזוי איז סקווער - בעלז - וויזניץ ... אסאך א גרעסערע קולט!?

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג מאי 21, 2013 5:00 pm

· #116494
יידל
אויב דער טעראפיסט, וואס האט אוועקגעשטעלט זיינע פאללאוערס באופן פון א קהילה, באפעלט יעדן - איש בל יעדר - צו קומען צו פארן קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און לייגט דרוק אפילו אויף די וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען, און רופט אן זייערע ווייבער און אזוי ווייטער, דאן יא, שמעקט עס היבש קולטיש.

וואס איז דיין פוינט מיט די ווייבער?

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 21, 2013 5:13 pm

· #116506
איך ווייס נישט לגבי א"י, אבער כ'האב שוין געהערט אז אמאל אויב וויל ער עפעס פון איינעם עפעס א הנהגה קען ער רופן די ווייב זי זאל לייגן פרעשור.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:16 pm

· #116511
פוןדעסטוועגןדאך
קאך_לעפל
די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?

מעשה לסתור? די אלע "וואס פארען שוין די לעצטע הונדערט יאר" זענען אויך נאר געווארען מכח וואס זיי האבן נישט געפלאגט דיין עצה פאר הונדערט יאר צוריק.


נישט ריכטיג:

דער בעל שם הקדוש האט אראפ געברענגט א נייע דרך און עבודת ה', רוב כלל ישראל האט טאקע נישט מקבל געווען דעם נייעם דרך, עס האט גענימען א סאך יארן ביז דער דרך האט זיך אנגעהויבן איין עסן, ערשט און די צייטען פונעם הייליגען רבי'ן פון לובלין זי''ע, האט זיך דער דרך החסידות אנגעהויבן ערענסט צו פארשפרייטען,

כלל ישראל האט גוט געציטערט פון א נייע דרך, וואס האט נישט קיין מסורת אבות, מען האט זיך שוין גוט אפגעבריהט מיט שבתי צבי ימ''ש, נאר נאך א סאך יארן וואס מען האט געזען אז דער דרך החסידות איז נישט קיין געפאר, האט עס כלל ישראל אנגעהויבן צו אקסעפטירן,

איז אזוי:

דער הייליגער בעל שם טוב האט געקענט מחדש זיין א נייע דרך, מרוב קדושתו, און זיינע תלמידים זענען געווען קדושי עליון, גאונים בנגלה ונסתר, עובדי ה', דאך האט כלל ישראל גוט געציטערט,

אבער רב אייזענבערג איז טאקע גאנץ א וואוילע יוד, ער שעפעט נישט קיינעם, און ער קען אביסל דרשות ח''ס, און זיינע תלמידים און חסידים זענען עפעס נישט די סמעטענע פון כלל ישראל, פארוואס זאל זיך א ערליכע יוד נישט באציען צו אזא איינעם מיט פארדאכט? ממלא ווען ער האט א מסורה, אזוי ווי רבי יעקב מאיר שעכטער, רבי מאטל זילבער, אד''ג החרשתי, אבער אן קיין מסורה, און ער אליינס איז עפעס אויך נישט אזא עובד ה', און זיינע תלמידים וחסידים, זענען מער פון די שוואכערע פון כלל ישראל, פארוואס זאלן מען זיך נישט באציען צו אזא איינעם מיט פארדאכט???

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:20 pm

· #116515
קאך לעפל, די אידן אינעם דור פון בעש"ט האבן זיך געמעגט באציען צום בעש"ט מיט פארדאכט?

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 21, 2013 5:21 pm

· #116517
איך בעט ענק ברחמים, איך האב געשפיגן בלוט פאר דעם מאמר, און לאמיר זיך האלטן צום פינטל.
א דאנק פון פאראויס.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:22 pm

· #116518
יידל
קאך לעפל, די אידן אינעם דור פון בעש"ט האבן זיך געמעגט באציען צום בעש"ט מיט פארדאכט?


יא! פארוואס נישט? איז דען דער הייליגער ווילנער גאון זי''ע מיט זיינע הייליגע תלמידים, געווען שיסטער'ס, און בארבערר'ס?

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 5:24 pm

· #116519
אלה מסעי.

שרייבער » דינסטאג מאי 21, 2013 5:26 pm

· #116520
ער איז אין די אדמורי"ם קליקע? ער איז אינדרויסן, ער ווייסט ווי אזוי צו פירן, און די אנדערע (רוב) ווייסן נישט

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 5:29 pm

· #116522
תהא ישיבתך וכו'

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 5:37 pm

· #116527
איז אמת דאס וואס מ'זאגט אויף אים אז ער נעמט קוויטלעך? (פדיונות הער איך אז ער נעמט שוין פון לאנג...)

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 21, 2013 5:54 pm

· #116534
ס'ווערט בעסער דא פון מינוט צו מינוט 😂 , אני כשלעצמי האב מיך פרובירט צו האלטן מיט רעספעקט.

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 6:00 pm

· #116539
דער עולם זאל פלאצען!
דער פון אויבן האט אים פארגינט.

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 6:03 pm

· #116541
די גארליצער האט שוין טאקע זיין שאפ אפען לענגער ווי אים
אבער ר' בנימין האט א קהילה און נישט א שוהל

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 6:10 pm

· #116544
ער איז אייביג געווען ספעציאליזירט און בין אדם לחבירו
אייביג פארשטאנען יענעם און צופריעדען געשטעלט

חוש ההנהגה האט ער באקומען מיט די צייט
ער פלעגט מאכן מיסטעיקס און זיך געלערנט דערפון, כל הכבוד!

מאטי » דינסטאג מאי 21, 2013 6:14 pm

· #116548
@אנאנים
וכל דבר שהיו בכלל ויצא מן הכלל, אלא ללמד על עצמו יצא ולא על הכלל כלו יצא.

מאטי » דינסטאג מאי 21, 2013 6:29 pm

· #116557
האסט געזאגט אז די לעצטע פאראגראף איז לא דובים ולא יער, און רחוק מן האמת האב איך געוואלט מעורר זיין מ׳זאל ח״ו נישט מיינען אז ס׳איז על הכלל כולו יצא.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 21, 2013 7:52 pm

· #116583
ר' מאראנצען זייער שיין.
(על אף עטליכע שורות וואס זענען מעין-גנותו זענען גענצליך איבריג. בפרט מענין קלעצקי ע"ה, ווער ס'ווייסט איז ר' בנימין מער ווי א זיידע צו לייבי "נאך פאר ער איז פארלוירען געווארן")
דאס ענין פון פארגלייכן אים צו רב שלעזינגער איז שלא מן הענין. ווייל ביידע האבן געלערנט אין איין ישיבה? סך הכל איז שמו של "רב קופלמאן" געווען אינטערסאנט צו הערן פון זיין 95 ביז 105, ע"כ האט מען אים דערמאנט וואו מ'האט נאר געקענט.

בענין ל"ג בעומר, כ'ווייס נישט ווי ווייט דער עולם פארט צוליב "זיין" פארלאנג אדער אלץ קהל-פרעשור, וואס דאס איז א גלובאלע אישו, כידוע. אבער דאס יא, א באקאנטע מיינע, וואס אונטער די חופה האט געהאט א העמד רעכטס אויף לינקס, און א זקן א לאנגע, וואס היינט צו טאג'ס פקיע ריחו פון מור דרור, ממש א יופי, און צו דעם איז ער פוסט און לערר. שוין א שטיק צייט דרייט ער זיך ביי ר' בנימין'ן, און כמובן איז ער געווען מבני החבורה אין מירון היי יאר. א קיצור, ערב שבועות טרעפ איך אים אזוי ביים בלומען קויפן, און נישט ווייניגער נאר מער, ער גיבט מיר אריין א פסק'עלע, היתכן כ'בין נישט געווען ביי ר' שמעון...

עכ"פ, אויב מ'מעג מוסיף זיין:
ר' בנימין גיבט א שיעור, יעדען זונטאג אין ספר "נתיבות שלום".
זיין ווייב האט ארויסגעגעבן א בוך, אין ענגליש, שמועסן פאר פרויען. די פארמאט פונעם בוך איז שמאל און הויך, אין א פינקע קאליר.

דאס וואס מאנכע זענען מעורר בנוגע טאנצען ביי חתונות. איר דארפט פארשטיין, אז זיינע מענטשען זענען נאך אלעמען .. מענטשען. און מענטשען מאכן זיך נאריש. וואס זאל ער טוהן? ער זאל שרייען יומם ולילה: "נישט כאפן בילדער"! ?

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג מאי 21, 2013 7:59 pm

· #116584
קיימאל געוואוסט ווי גוט אביסל מאראנצען זאפט קען טעיסטן. 👍
פירושים והוספות זענען אך למותר, אבער אעפ"כ...
פון די תיקון ליל שבועות שיעור אליינס קען מען מאכן א לאנגס און א ברייטס.
ער שטעלט זיך ביים שטענדער און קוקט ארום אויפן עולם בערך צען מינוט. יא איך בין נישט מגזם ער קוקט ארום אויפן עולם און שווייגט פאר בערך צען מינוט.
דערנאך פארקויפט ער די זכות פון די שיעור. עס האלט ביי זעקס טויזענט דאללער, איינמאל צוויימאל....נו.... אבער ניין... ער איז נישט מסכים, עס איז צו ווייניג. ברענג אהער אביסל וואסער צו טרונקען, זאגט ער. נאכן מאכן הויעך א ברכה כדי להורות לתלמידים, פארקויפט ער ווייטער. צוביסלעך ווארעמט מען זיך אהן נאכמער און דער זוכה בזכות וועט פלאטיען א קיימא לן פון 13 אלפ'לך.
די מעין עטרעקשען האט זיך אנגעהויבן ער פאנגט אהן לערנען די סוגיא. אפאר מינוט דערין און ער פרעגט א קשיא. נו בערי וואס זאגסטו האסט עפעס א תירוץ? אם איך מיין אז אם אם... שטאמעלט בערי. וואס איז די שטאמלעכטס, ענטפער א תירוץ זאגט דער כיתה ט' מלמד. און אזוי פארט די שיעור ווייטער מען פרעגט אריין און ער העלפט מיט מיט די שאלה ווי דער געניטער מלמד וואס ער איז. צו מאל שרייט ער אהן דעם עולם "וואס פיסקעט עטץ דא, נאכדעם וואס איך וועל ענדיגן דעם שטיקל וועט עטץ קענען פיסקענען, יעצט הערטס מיך אויס"
א האלבע שעה בערך גייט פארביי און אט שטעלט זיך אלעס אפ. יעצט דארף מען "חזר'ן". איך געב ענק 15 מינוט איבערצוחזרן. "מאכט זיכער אז עס זאל זיין כמונח בקופסא", ווייל אז נישט איז א שאד צו גיין ווייטער. די אלא גוטע וואוילע אינגלעך חזר'ן אויפ'ן קול.
מען זעהט בחוש אז דאס חזר'ן האט אויפגעטאן. יעצט ענדיגט ער שוין נישט אייביג זיינע זאצען, דער עולם וואס האלט גוט מיט פארשטייט אויפן ווינק, און מיט א שיינע וואוילע חשק פארענדיגט מען די זאץ, ווייזענדיג דערמיט פאר די רבי ווי גוט מען האלט מיט און מען פארשטייט.
אח אח.... נאסטאלגיע צו כיתה ט'...

דאס אויבען געשריבענען איז א לעבעדיגע באריכט פון א מקור מוסמך.

ניו יארק » דינסטאג מאי 21, 2013 8:22 pm

· #116590
זאל מען כאטש וויסען פון וועם מען רעדט
📎 פורים-בבית-הגרב-אייזנברגר-17.jpeg 📎 הגרב-אייזנברגר-באפיית-מצות-תשעג-10.jpeg

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 21, 2013 8:59 pm

· #116601
יידל
איז אמת דאס וואס מ'זאגט אויף אים אז ער נעמט קוויטלעך? (פדיונות הער איך אז ער נעמט שוין פון לאנג...)

אז ער שפילט קוויטלעך האביך שוין געהערט....
נ.ב.: האמור לעיל איז נישט געמיינט ערנסט. נאר לשם המליצה.

משה געציל » דינסטאג מאי 21, 2013 10:10 pm

· #116618
הערליך מאראנצןזאפט! נישט קיין חילוק וועם דו באשרייבסט איז עס זאפטיג מרישא ועד גמירא!

חזנים » דינסטאג מאי 21, 2013 11:10 pm

· #116639
פוןדעסטוועגןדאך
קיימאל געוואוסט ווי גוט אביסל מאראנצען זאפט קען טעיסטן. 👍
פירושים והוספות זענען אך למותר, אבער אעפ"כ...
פון די תיקון ליל שבועות שיעור אליינס קען מען מאכן א לאנגס און א ברייטס.
ער שטעלט זיך ביים שטענדער און קוקט ארום אויפן עולם בערך צען מינוט. יא איך בין נישט מגזם ער קוקט ארום אויפן עולם און שווייגט פאר בערך צען מינוט.
דערנאך פארקויפט ער די זכות פון די שיעור. עס האלט ביי זעקס טויזענט דאללער, איינמאל צוויימאל....נו.... אבער ניין... ער איז נישט מסכים, עס איז צו ווייניג. ברענג אהער אביסל וואסער צו טרונקען, זאגט ער. נאכן מאכן הויעך א ברכה כדי להורות לתלמידים, פארקויפט ער ווייטער. צוביסלעך ווארעמט מען זיך אהן נאכמער און דער זוכה בזכות וועט פלאטיען א קיימא לן פון 13 אלפ'לך.
די מעין עטרעקשען האט זיך אנגעהויבן ער פאנגט אהן לערנען די סוגיא. אפאר מינוט דערין און ער פרעגט א קשיא. נו בערי וואס זאגסטו האסט עפעס א תירוץ? אם איך מיין אז אם אם... שטאמעלט בערי. וואס איז די שטאמלעכטס, ענטפער א תירוץ זאגט דער כיתה ט' מלמד. און אזוי פארט די שיעור ווייטער מען פרעגט אריין און ער העלפט מיט מיט די שאלה ווי דער געניטער מלמד וואס ער איז. צו מאל שרייט ער אהן דעם עולם "וואס פיסקעט עטץ דא, נאכדעם וואס איך וועל ענדיגן דעם שטיקל וועט עטץ קענען פיסקענען, יעצט הערטס מיך אויס"
א האלבע שעה בערך גייט פארביי און אט שטעלט זיך אלעס אפ. יעצט דארף מען "חזר'ן". איך געב ענק 15 מינוט איבערצוחזרן. "מאכט זיכער אז עס זאל זיין כמונח בקופסא", ווייל אז נישט איז א שאד צו גיין ווייטער. די אלא גוטע וואוילע אינגלעך חזר'ן אויפ'ן קול.
מען זעהט בחוש אז דאס חזר'ן האט אויפגעטאן. יעצט ענדיגט ער שוין נישט אייביג זיינע זאצען, דער עולם וואס האלט גוט מיט פארשטייט אויפן ווינק, און מיט א שיינע וואוילע חשק פארענדיגט מען די זאץ, ווייזענדיג דערמיט פאר די רבי ווי גוט מען האלט מיט און מען פארשטייט.
אח אח.... נאסטאלגיע צו כיתה ט'...

דאס אויבען געשריבענען איז א לעבעדיגע באריכט פון א מקור מוסמך.


איך האב ענק שוין אלעס מסביר געווען א האלבע דף ארויף
דער עולם זאל פלאצען!
דער פון אויבן האט אים פארגינט.

גוגל » דינסטאג מאי 21, 2013 11:14 pm

· #116641
איך מיין די קינדערגארטן וואס ער האט דארט פארגינט אים יעדער איינער

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 21, 2013 11:27 pm

· #116643
רבי'ס ניין, רבנים ניין, עסקנים ניין. א משפיע וואס מענטשן האבן אים ערוועילט, דאס אויך נישט?

להוסיף עוד, ר' בנימין פלעגט געבן א טעגליכע שיעור ביי ר' מאטל'ס בית המדרש.
ועוד. איך געדענק נאך פאר די בראשית יארן ווען שכנים פלעגן ארויפגיין צו אים אינדערהיים אין די לאנגע פרייטאג צו נאכטס נעכט, און האבן זיך משתעשע געווען בנופת צוף וכל טעם.

וואויל איז דער דור וואס בעלי בתים קענען זיך קרוינען א משפיע לויט זייער געשמאק.

גוגל » דינסטאג מאי 21, 2013 11:30 pm

· #116646
כהאב חס ושלום קיינעם נישט אראפגעריסן, ער איז א שיינע רעדנער, גוטע מנהיג, איך האב שוין אויך געהערט זיינע שיעורים אפאר מאל ,אבער איינער וואס דרייט זיך דארט דארף סך הכל זיין א מכיר את מקומו

חזנים » מיטוואך מאי 22, 2013 12:47 am

· #116684
גוגל
איך מיין די קינדערגארטן וואס ער האט דארט פארגינט אים יעדער איינער

די קינדערגארטן וואס איר פארגינט טרעפט זיך ביי די בעסטע און שענסטע, הכל כפי המצב, אדער לויט די פירסענעליטי, אא"וו.

וואס הערט זיך מיט די בעלזא קינדערגארטען?
לרגל די חתונה האט מען געשטעלט צוויי דיינים אלס סאפסעטאטס... (הרב ציננער פון נטעי גבריאל, און הרב דייטש פון קלויזענבורג)
ח"ו פרעגען אן אנדערע דיין, אפילו ווען די רבי גייט ארויס פון חדר.

אדער די באבוב'ער קינדערגארטען?
ראה שם תקנות התפילה של מהרב"צ השני, ער דרייט זיך ארום און ארום...
איינער וואס קומט שפעט דארף ברענגען א צעטיל...

בקיצור איך זעה נישט קיין גרויסע דיפרענטס, אבער מ'טוט לויט די מצב וואס עס פעלט אויס.

איינגעמיירעט » מיטוואך מאי 22, 2013 4:43 am

· #116703
מיין דעתי הפעוט אויף דעם ידיד ד׳
א מענטש וואס האט שטארק ליב צו קאנטראלירען מענטשען
און היות סמערט זיך לעצטענס מער און מער און אונזערע געזעלשאפט מענטשען וואס האבען נישט די יכולת (אדער ווילען נישט) נעמען אליינס קאנטראל אויף זייער לעבן בין חלקי הרוחני ובין חלקי הגשמי, פאקט מען זיך ארויף אויף אזא איינעם און מזאגט נעם מיר אריין תחת כנפיך,וויש און וואש מיר, געמיר צועסן און נעם מיך דערנאך און בית כסא כפשוטו ממש, פארשטייט זיך ער נוצט אויס דיע מענטשענס שוואכקייט אויף מפרנס צוזיין זיין שוואכקייט וואס ער האט צו קאנטרלירען אנדערע human beings זייטס מיר מוחל אויב בין איך צו נעגעטיוו אבער דאס זעעט מיינע אויגען.
והדברים ארוכים למבינים ודו״ק כי קיצרתי מאד

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 7:58 am

· #116711
שוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.
בלאט: 1 2