בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע
רבי מיכל מנתניהו זצוק''ל
ישמעאל הכהןוואס איז דאס מי הוא זה?
געוואלדיגאיך וועל פארציילן א מעשה וואס איך ווייס פון כלי ראשון, ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א פארטי און גריוסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם,
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין גאלדע ע ארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט (א אמעריקאנער איד) און ער האט געמאכט א רעטעך, ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גענצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט...
דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן
ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער מעג פאר קיינעם דארט נישט פארציילן
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון אינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים
דער עושר יענה עזות
"איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעהטן נאך איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות דו ביסט א גנב און א שקרן וכו' אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זיע"א
שמעקעדיגאבידה שאין לה תמורה!
ראש הישיבהאדמו"ר רבי מעכיל פון נתניה (פלעגט אסאך ארום פארן) איז געוועהן יאהרן צוריק אין ראדני. עס האט אים פארשמעקט צו פארן צו רבי יענק'ל אויף שבת. ער האט אבער נישט געהאט קיין גילטיגע פאספארט. איז ער ארום און ראדני זעהן ווער עס זעהט אויס ענדליך צו אים. ביז מען האט געטראפן א עלטערע איד, ער האט אויסגעזעהן ענדליך צו רבי מיכל. ער האט אים געבארגט זיין פאספארט.
אהנקומענדיג קיין בעלגיע דאנערשטיג נאכט האט מען געכאפט אז עס איז נישט זיין פאספארט. האט מען גענומען אין חד גדיא. די עסקנים האבן אויסגעפונען דערפון, געשתדלט, ביז שבת איז ער געוועהן באפרייט.
מוצ"ש ביי מלוה מלכה רופט זיך אהן רבי מיכל, אז ער האט געמאכט א חשבון הנפש פארוואס עס איז אין געשעהן אזא זאך צו דארפן זיצן א גאנצע נאכט אין חד גדיא????? 😕
ביז איך האב זיך דערמאנט, אז עס קען זיין עס איז געשעהן ווייל איך האב לעצטע וואך מוצ"ש נישט געזאגט 'וישלח'!!!!!!!! 🙂
רבי יענק'ל האט זיך צולאכט אינגרויסן: חא חא חא, און יאך זאג אז ווען מען פארט מיט געבארגטע פאספארט איז עס א 'סגולה' צו ווערן איינגעזעצט אין די חד גדיא!!!!!!! 😂
רבי מיכל האט צוגעענדיגט: ב"ה איך האב נישט געמאכט א חילול השם.... איך האב זיי נישט געזאגט אז איך בין א איד!!! 😂
positive.yidשמעקעדיגאבידה שאין לה תמורה!
יש תמורה.
ישמעאל הכהןאפשר הרה''ק מ'טאהש?
איך אויךאבער וואסי טאקע פשט פון די ניוול פה ווערטלעך וואס ער פלעגט זאגן?
יאפס, געדענק מיר אים נאך שושן פורים תשנ"ה, זיין ווערטל אז די גאנצע שטאט איז געלאפן, מען האט יעדן געפרעגט ווי ער לויפט, האט ער געזאגט ווייל יענער לויפט, און אזוי יעדער איז געלאפן ווייל יענער איז געלאפן, ביז מ'האט געכאפט דעם ערשטן און געפרעגט פארוואס לויפסטו? האט ער געענטפערט... "ווייל איך ברויך ארויסגיין"....
א רבי האט אנגעווינטשן פאר א איד אז די ערשטע זאך וואס ער וועט טוהן מוצאי שבת וועט ער האבן גרויס הצלחה, האט ער געטראכט אז ער וועט ציילן געלט
פארן ציילן האט ער געדארפט ארויס גיין לצרכיו, און ער האט געהאט גרויס הצלחה
דא פלעגט קומען זיין צחוק בקדושה...
ער האט פארציילט: א געזונטער בחור האט זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער, איז ער געגאנגען צו רבי ר' מענדעלע זי''ע אויף א מיטוואך פאר א ברכה, האט אים די רבי געגעבען א טעלער טשולענט משבת הקודם (ס'נישט געווען קיין פרידזשידער) ווען ער איז געפארן זיך שטעלן האט ער באקומען בויך קרעמפען, און פון מינוט צו מינוט איז זיין בויך געווארען מער געשוואלן, אז ווען ער איז אנגעקומען צום דאקטאר איז ער שוין געווען אזוי גרויס, אז ער האט שוין נישט געקענט אראפגיין פון וואגן, און דער דאקטאר איז ארויסגעקומען און אים געגעבן א פטור.
אבער ס'איז דאך נישט קיין תכלית אזוי , האטער אנגעהויבן צוריקצוגיין צו רבי ר' מענדעלע זי''ע, און פון מינוט צו מינוט איז אים די בויך קלענער געווארן, ביז ווען ער איז אריין צום רבין איז געווען אויס בויך...
דא פלעגט קומען זיין צחוק בקדושה
כ'דערמאך מיך א הלצה וואס ער האט געזאגט ביי מיינס א קרוב'ס שבע ברכות,
געווען אמאל א בעל דרשן וואס האט געזאגט, רבותי כ'וויל ענק זאגן דריי זאכן:
- ס'איז דא א א זאך וואס דער באשעפער ווייסט און איך ווייס און ענק ווייסן,
- ס'איז דא א זאך וואס ענק ווייסן נישט נאר דער באשעפער און איך ווייסן,
- און ס'איז דא א זאך וואס איך ווייס אויך נישט און נאר דער באשעפער ווייסט.
נו, האט דער עולם אנגעהויבן טראכטן, וואס דאס קען זיין
און דער רבי במתק לשונו הייבט אן מסביר זיין: ווען דאס בעקיטשע איז מיר צוריסן ווייסט דער באשעפער און איך און ענק,
ווען די הויזן איז מיר צוריסן ווייס נאר איך און דער באשעפער (ס'איז דאך צוגעדעקט מיט די בעקיטשע),
ווען איך גיי קויפן נייע הויזן דאס ווייסט שוין נאר איין באשעפער....
פא פא פא...(מיט א פינטל) אוי.. מי יתן לנו תמורתו.
ליידער ליידער האבן מיר דאס פארלוירן, אזעלכע הארציגע דרשות אויף שמירת עינים, בבחי' כל עצמתי תאמרנה.
אלץ גאר יונגע בחור האב איך מיך פארגענומען פארשידענע גדרים אויף שמירת עינים נאך דעם וואס דער צדיק אמת האט אריינגעלייגט אזא קאכעדיגע עבודה אין מעורר זיין יודן אויף דעם, און אלעס במתק לשונו, מיט א שטיק אהבה צו יעדן אידיש קינד.
און איבער צדקת פזרונו וואס ווערט דא פארציילט איז פארהאן צענדליגע אזעליכע מעשיות וואס איך האב געהערט כמה וכמה פעמים פון אסאך אנדערע מענטשען אין אסאך אנדערע מקומות איבער די וועלט.
ווען איינער האט נאר גערעדט צו איהם איבער א צרה, נישט קיין חילוק צו וועגן א חולה אדער וועגן נחת פון די קינדער, א שווערע קארט קעיס, א איד דארף געהאלפן ווערן מיט קינדער, פרנסה, שלום בית וכו' וכו', אלץ האט מען געשפירט ווי ער פילט מיט די צער, און פרובירט צו העלפן מיט וואס ער קען נאר, צי געלט צי עצות, און נאך דעם האט ער הערשט אנגעוואונטשן.
אוי, מי יתן לנו תמורתו!!! א נייע וועלט! א וועלט אן ר' מיכעלע זי"ע! א וועלט אן די הייליגע דיבורים, די ברענעדיגע תפילות, די קאכעדיגע דרשות, די מהות פון זיך משתתף זיין בצרת הכלל והפרט, די גוט וארט פאר יעדן מדוכה.
אוי איך קען מער נישט שרייבן נישטא מער קיין ווערטער
ער איז געווען פאר א צירקע פופצן-צוואנציג יאר צוריק פארהערן ביי אונז אין תלמוד תורה עטליכע כתות. ער האט צוגעזאגט אז די מצויינים וועלן באקומען א טאשן-זייגער פאר א מתנה. למעשה האט ער זיכער געמאכט אז יעדער האט פיין געקענט אפילו ווער נישט... אלע האבן באקומען דעם צוגעזאגטן טאשן זייגער. (עס ליגט מיר נאך ערגעץ ביי מיין טאטן אינדערהיים, דארף איך עס אפיר זוכן.)
אן ערליך און זיס איד געוועזן. אזוי אויך א זעלטענער איש אמת.
איך האב איהם אמאל געהערט פרייטאג צונאכטס זאגן די ווערטער 'ולעורר לבי', ער האט עס איבערגעזאגט עטליכע מאל, מיט אזא השתפכות הנפש, מיט אזעלכע געגועים, און אזוי פלעגט אויך זיין ביים יהי רצון פאר חנוכה ליכט.
אין מיינע אינגע יארן פלעגט ער פארהערן די קינדער א עמוד גמרא אויסענווייניג (און בשעת'ן פארהער מיטזאגן הויך די לשון) און טיילן מתנות דערנאך.
ער איז געווען א צדיק נסתר ממש, עס איז הערשט די לעצטע 15 יאר וואס מען האט איהם אנגעהויבן רעספעקטירן, כאטש אז ער פאר זיך האט גארנישט געדארפט, ניטאמאל געוואוסט וואס כבוד מיינט. מיט זיין יראת שמים און זיין תמימות, איז ער געווען א יחיד בדורו. געלעבט בלויז פארן באשעפער.
איינמאל בשנת תשס"ט בין איך געווען ביי מלוה מלכה אין מאנסי ביי ר' מעכעלע, איז דארט געזעצן א איד וואס פון תשל"ט גלייבט ער אין קיינעם נישט, אבער האט זיך צוגעטשעפעט צו ר' מעכעלע זצ"ל
און ער דערציילט מיר מיט טרערן אין די אויגן, אז פאריגע פרייטאג איז ער צאמגעפאלן אין זיין געשעפט אין קרית יואל, און הצלה איז געקומען איהם ראטעווען. למעשה האט די הצלה פארארדענט ער זאל זאפארט אריין געפירט ווערן אין שפיטאל, זאגענדיג אז ס'קוקט אויס אז ס'איז די הארץ, און מ'ברויך שנעל אויפשטאפן אפאר אדערן, האט ער געזאגט אז ער טוהט נישט גארנישט אן זיך דורך רעדן מיט זיין רבי.
דער איד האט געקאלט ר' מעכעלע, וואס האט איהם געזאגט ער זאל אהיים גיין ווייל ס'איז יעצט ערב שבת, און ס'וועט בעז"ה זיין אלעס אין בעסטן ארדענונג. ער לייגט אראפ דעם טעלעפאון, און זאגט פאר די הצלה אז ער גייט אהיים ווייל זיין רבי האט אזוי געזאגט, פרעגן זיי איהם ווער איז דיין רבי, זאגט ער זיי ר' מעכעלע נתניה, זיי צושמייכלען זיך און פריוון איהם איבער רעדן ער זאל יא אריינפארן, אבער נאכן זיך עקשנ'ען האט מען איהם געהייסן חתמ'נען אז ער איז אויף זיין אייגענע אחריות נישט אריינגעקומען, און זיי האבן איהם געלאזט גיין.
זאגט מיר דער איד, זעהסט איך בין דא געזונט און פריש (דער איד לעבט נאך לאוי"ט).
אזוי אויך ווייס איך פון א חשוב'ן איד, וואס האט נישט געקענט ענדיגן דעם חודש, איז ער יעדן ערשטן למספרם ארויף צו ר' מעכעלע אויף ריטא עוועניו, און אויפגעפיקט דאס איבעריגע וואס האט איהם צוגעפעלט!
איך אליינס בין אויך אמאל געווען ביי איהם נאך געלט, און ער האט אויסגעליידיגט זיינע טאשן, אן צו קוקן וויפיל ער געט, און פאר וועם ער געט.
אזוי אויך ליגט מיר נאך אין די ביינער די חנוכה ליכט, וזרעי, וזרע זרעי, וזרע זרע זרע זרעי, וואס איז געזאגט געווארן מיט אזוי פיל טרערן און השתפכות הנפש.
זכותו הגדול יגן עלינו
ב"ה נהנה געווען פונעם צדיק, בימי הבחרות פלעג מיר זיך אריינרוקן א גרופע בחורים ביי אים אינדערהיים אויף שבתים אין מאנסי אויף ריטא. דעמאלס האט ער געהאט עפעס א תימינים רעביצין, געזעהן זיין עבודה בתמימות פרייטאג צונאכטס, זיך בכלל נישט געלייגט שלאפן, פלעגט ער שטיין מיט א ספר און איבערגעגאנגען דעם זעלבען שטיקל כסדר מיטן שטימע זיינעם, ארויף דעם טאן צוריק אראפ מיטן טאן (ווער קען דען דאס נישט נאכמאכן).. דערנאך צופרי פלעגט זיין א וועקן צום געדענקען, דאס הויז האט געדונערט פון די קנאקערייען אויף די ווענט מיט זיין באוואוסטן שטימע... קריטשמע, אויפשטיין קריטשמע ליינען וואס איז דא, וואס פאפט איר... זיסע בחורים ציז טשוין זמן קריטשמע, רבותע וואס טוט איר דא? באשעפער איינציקער קריטשמע... קיין ברירה האב מיר פוילע בחורים נישט געהאט נאר ארויסגעשפרינגען פון בעט אבי די זעצערייען זאל זיך אפשטעלן..
בדידי הוה עובדא, איך האב מיר צובראכן מיין קליינע פינגער אויף די רעכטע האנט, ס'איז געווען א שבת, ס'איז געווארן אויפגעשוואלן ווי א באל, מוצאי שבת בין איך געפארן קיין מאנסי, צו ר' מיכלי זצ"ל, ער האט מיר געפרעגט וואו טוט דיר וויי, איך האב אים געוויזן מיין האנט, ער האט עס געגלעט עטליכע מינוט, אויך די געשווילעכטץ, איך בין ארויס פון דארטן מיט א נארמאלע הענט, ווי גארנישט געווען.
נ.ב. איך האב בשעת מעשה שוין דערציילט די מעשה פאר אסאך אידן.
איך האב נאך א זאק מיט אמת'ע אזעלכע מעשיות וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן, פירסט הענד. זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע.
כ'האב געהערט בערך 25 יאר צוריק (דעמאלט איז נאך געווען אסאך ערנסטע אידן פון פאריגן דור, מ'האט זיך נאך געקענט ערלויבן אים אנצוקוקן ווי א אינטערסאנטע איד....) פון זיינס א בעל אכסניא, אז דער איד שלאפט כמעט נישט ביינאכט, ענליכס האב איך געהערט פון א איד וואס אסאך גרויסע רבי'ס זענען ביי אים איינגעשטאנען, אז פון אלע רבי'ס איז ער געשלאפן די ווייניגסטע.
כ'געדענק זיינע מלוה מלכה'ס אין מאנסי, פלעגט פארציילן שיינע מעשיות, מאדנע וויצן, די קלימאקס פון די וויצן פלעגט זיין ווען ער אליין פלעגט זיך געבן א כאפ ביים נאז, און אויספלאצן אין א געלעכטער.... כ'געדענק גוט דעם תנו רבנן כיצד מרקדין..
ליגט מיר אין די ביינער זיינע דרשות, א שובבי"ם דרשה אין כולל.. פון עפעס א גדול וואס איז געקומען צו איינע פון די צדיקים, יענער האט געשריגן אז א נואף איז אריין געקומען וכו', למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער האט זיך נישט געהיטן די אויגן וכו' ווי אויך פלעגט ער שרייען אז דאס וואס מזאגט יוה"ק אנו מתירים להתפלל עם העבריינים גייט ארויף אויף די מזיקים וואס ווערן באשאפן פונעם חטא הידוע רח"ל... און זיי לויפן נאך דעם מענטש, און בעטן אים מזונות.. הלמאי, דו האסט אונז באשאפן, ליגט מיר אין די ביינער זיין געשריי "נו, וויאזוי ווערט מען פון די חברה פאוטעררר (פטור)?!" עניוועי, געדענק נישט פונקטליך, מסתם אז מ'טוט תשובה..
חבל על דאבדין
איך געדענק נאך גוט וואו די רבי פלעגט קומען צו אונז אין שטאט און אויסטיילן די צעטעלעך פון די מאנקי וואס קוקט אויפן טעלעוויזשען.. האט מען דעמאלס פארציילט אז דער רבי איז אריינגעקומען צו א מאדערנער אידל נאך געלט, און אויף איינמאל זעהט ער א טעלעוויזשען, האט ער אנגעהויבן זיך צו בעטן ביים בעה"ב, ווארף ארויס די כלי. דער בעה"ב האט זיך אויפגערעגט און אנגעהויבן שרייען כ'וועל אייך ארויסווארפען פון דא. האט אים הרה"ק ר' מעכעלע זצוק"ל געזאגט: ווארף מיך ביטע ארויס, אבער צוזאמען מיטן כלי.
באקומען אין אישי אזא מעשה:
איך וועל דיר פארציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון א כלי ראשון: ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א מסיבה און גרויסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם.
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א אמעריקאנער איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין הייליג הארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט און דערווייל נישט מצליח געווען. ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גאנצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט... דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן. ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער טאר פאר קיינעם דארט נישט פארציילן.
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון איינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים... און דער עשיר יענה עזות: "איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעטן נאך, איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות, דו ביסט א גנב און א שקרן וכו'". אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זכותו יגן עלינו!
געהערט פון א איד וואס איז דארט געווען בשעת מעשה,
א שיינע פאר יאר צוריק, אין איינע פון די קלענערע בתי מדרשים אין קרית יואל, איז רבי מיכל'ע זי"ע צוגעגאנגען צום עמוד א פשוט'ע וואכעדיגע שחרית און געדאווענט כדרכו בקודש מיט א פלאם פייער בקולות וברקים, נו פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז גרייט צו דעם אין א פשוט'ן ארבעט'ס טאג....
אזוי ווי ער האט געענדיגט דאווענען איז א איד (נישט קיין קליינע חצוף) צוגעגאנגען צו אים און זאגט אים הויעך "שכויעך רבי שכויעך, א פיינע ווארעמע דאווענען געווען, הגם דער רבי' האט געהאט פניות, אבער ס'איז פיין געווען", רבי מעכל'ע הייבט זיך אן שאקלען און זאגט אים הויך אז דער גאנצער ביהמ"ד האט געהערט: "איר זאגט דאך אזוי גוט זאגט'ס עס נאכאמאל"...
זי"ע
איך דערמאן מיר 2 מעשיות פון די מדות הצדקה פון רבי מעכעלע זצ"ל
1)
ווען איך בין געווען א בחור און געלערנט אין לאנדאן, בין איך איינמאל געגאנגן נאך געלט אין די בתי מדרשים, איך בין אנגעקומען אין סאטמאר ביהמ"ד 26 האט דארט געדאווענט הרה"ק רבי מעכעלע זצ"ל, שטייצעך איך בין נישט צוגעגאנגען צו אים, וויסענדיג אז ער גייט דאך אויך נאך געלט, זעהענדיג אז איך בין נישט געקומען צו אים איז ער אליין צוגעקומען צו מיר, (זיין מנהג איז געווען אז ער פלעגט אריין לייגן די האנט אין טאש & די ערשטע סכום וואס איז ארויסקומען האט ער יענעם געגעבן)
ער לייגט אריין די הענט אין טאש & ער נעמט ארויס 30 פונט, און ער גיבט מיר עס, איך האב פארשטייט זיך עס נישט געוואלט נעמען, אבער ער האט זיך נישט געלאזט און עס נישט געוואלט צוריקנעמען... יעדער אין ביהמ"ד האט מיר געפרעגט וואס איז פארגעגאנגען? און יעדער איז נתפעל געווארן פון אים!
2)
ר' חיים שלמה לעוו (זיין בעל אכסניא אין לאנדאן) האט מיר פארציילט די מעשה, איינמאל האט ער געטראגן רבי מעכעלע זצ"ל צו די עירפארט נאכן וויילן אין לאנדאן פאר א וואך, און ער האט אים איינגעפאקט די געלט וואס ער האט געמאכט זייענדיג אין לאנדאן אין א פארמאכטע ענוועלאפ, דער סכום האט באטראפן בערך $10,000. זאגט ר' חיים שלמה, אפאר שעה שפעטער קלאפט איינער ביי די טיר, ער עפענט עס און זעהט רבי מעכעלע זצ"ל שטיין דארט, פרעגט ער אים, וואס גייט פאר דיין פליגער האט שוין לאנג געדארפט פארן, זאגט ער אז א משולח איז צוגעקומען אין עירפארט צו אים נאך געלט, און היות איך האב נישט געהאט נאך געלט אין טאש אחוץ די ענוועלאפ מיט די $10,000 האב איך אים עס אהינגעגעבן, "יא, איר הערט גוט, געגעבן פאר א משולח וואס ער קען ניטאמאל, $10,000 וואס ער האט זיך געפלאגט צוזאם צושטעלן".. ממילא, זאגט רבי מעכעלע זצ"ל, בין איך צוריקגעקומען צו גיין נאך געלט נאכאמאל...
(דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס ער האט אהיים געטראגן די געלט אליינס....)
איך געדענק נאך זיין פייערדיגע דרשה וואס ער האט געהאלטן אין ישיבה פאר אונז בחורים, ער האט געעפענט די גמ' אין ב"ב איכא דרכא אחרינא.. זכרונות, ר' מעכעלע ביי אונז אין ישיבה, האט געשריגן מיט קולות, איכא דרכא אחרינא, "רשע הוא" איז ער דאך א ראשע, מדגיש געווען אזוי שטארק, אז ס'האט מיר באגלייט די קומענדיגע פאר חדשים.
און דאס אלעס איז ליידער שוין מער נישטא. היינט האט מען זיך אויפגעוועקט צו א נייע וועלט, א וועלט אן ר' מעכעלע זצ"ל
געוואלדיגאיך וועל פארציילן א מעשה וואס איך ווייס פון כלי ראשון, ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א פארטי און גריוסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם,
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין גאלדע ע ארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט (א אמעריקאנער איד) און ער האט געמאכט א רעטעך, ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גענצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט...
דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן
ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער מעג פאר קיינעם דארט נישט פארציילן
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון אינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים
דער עושר יענה עזות
"איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעהטן נאך איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות דו ביסט א גנב און א שקרן וכו' אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זיע"א
שמעקעדיגבאקומען אין אישי אזא מעשה:
איך וועל דיר פארציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון א כלי ראשון: ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א מסיבה און גרויסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם.
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א אמעריקאנער איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין הייליג הארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט און דערווייל נישט מצליח געווען. ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גאנצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט... דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן. ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער טאר פאר קיינעם דארט נישט פארציילן.
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון איינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים... און דער עשיר יענה עזות: "איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעטן נאך, איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות, דו ביסט א גנב און א שקרן וכו'". אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זכותו יגן עלינו!
quote