ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7416
ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
ס'דרייט זיך לעצטענס ארום איינער ראבינאוויטש ער גייט ארום פון מנין צו מנין און אלע בתי מדרשים און ער האלט פייערדיגע דרשות אקעגן סעלל פאונס. ער איז משוגע לאותו דבר. אין זיין פיליזאפיע טאר מען נישט האבן קיין סמארט פאון אפילו לצורך פרנסה. ער איז זייער א דינאמישער רעדנער, ער האט אויך א סענס אויף יומער, ער זאגט איבער שיינע געדאנקען און מענטשן שטייען אדער פארגאפט אדער לאכט מען אין די פויסטן. ווען איך הער אים רעדן טראכט איך אייביג הלואי איך האב דעם קוראזש זיך אויפצושטעלן און זאגן אן אפשלאג דרשה כדבעי, זאלן די קעלבערלך וויסן אז עס איז דא א צווייטע צד. אבער איך האב קינדער אין די מוסדות זיץ איך איינגעפאקט ווי יונה אין דער לויתן.
ווער עס האט א קליפ איז געבעטן ארויף צו לייגן אז כהעל האבן נערווען וועל איך נאכשרייבן זיינען דברי חכמה ופיקחות.
ווער עס ווייסט וואס די מעשה איז מיט אים, וואס האט אים אנגעפאקט צו ווערן ירמיהו הנביא בימינו זאל אונז מיטיילן. אפשר איז ער מאלעסטעד געווארן? ווער ווייסט.
היינט איז ער געווען אין א בית מדרש ווי איינער האט אים פארגעהאלטן ברבים אז היות רוב עולם האט נישט קיין סמארט פאונס זאל ער מער רעדן איבער אקטואלע טעמעס א שטייגער ווי די געפערליכע עולה אז אינגעלייט שטיין נאקעט אין די שאוערס אין מקוה אין מען רעדט דברים בטלים פאר א האלבע שעה אן קיין בושה. דער ראבינאוויטש האט אים גענטפערט אז דאס אלעס קומט פון די סעלל פאונס.
יחי השגעון.
סקולענער רבי גייט מאכן א כינוס פארן שטיין און שויער'ס און שמיסען!
ער זאגט אז דער אייבישטער וועט זאגן א אינגערמאן: זיי מקריב דיינע צוויי קינדער פאר א קרבן עולה, וועט ער זאגן, שוין, וואס קען מען טוען אז דער אייבישטער הייסט מוז מען, און ער וועט זיי מקריב זיין. נאכדעם אז דער אייבישטער וועט אים הייסן יעצט זיי מקריב דיין סמארט פאון, ווער ער ענטפערן: רבונו של עולם, עד כאן! דאס קען איך שוין נישט! אז די ווילסט וועל איך דיר מקריב זיין א דריטע קינד.. אבער נישט די סעלל פאון.
ער זאגט אז איין ראיה אסורה איז נישט ווערט די גאנצע פרנסה. ממילא קומט אויס אז איינער קען נישט אויסקומען מיט זיין פרנסה אן אינטערנעט זאל ער אויפגעבן די פרנסה ווייל חז"ל זאגן אז אין הברכה שרויה אין א עסק וואס האט א נדנוד עבירה, און ווער עס איז מפקפק אויף חז"ל איז א כופר. ער לייגט צו אז דאס איז די סבה וואס דער עולם זעצט אן גרויסע געלטער און מען האט נישט קיין פרנסות, אלעס איז וועגן מען באנוצט זיך מיט אינטערנעט וואס סאיז כמעט אוממעגליך ניצול צו ווערן פון א ראיה אסורה.
אויף די פראגע פון איינע פון די מתפללים ווי קען זיין אז דער רבי זכיתו יגון עלינו האט געלאזט גיין ארבעטן אין מאנטהעטן? ענטפערט ער אז דאס איז אן אריכות און ער פארענטפערט עס אויף די טעיפ וואס ער טיילט בחנם, א בחינה ווי הוא מותיב ליה והוא מפרק ליה. נעבעך איז דאס ווארט.
[ציטאט אראפגענומען]
וועלכע פוינט? אז מען טאר נישט האבן קיין סמארט פאון און אינטערנעיט לצורך פרנסה?
ער זאגט אז נייציג פראצענט פון די אלע וואס האבן סמארט פאונס זענען גוים למחצה ולשליש ולרביע.
די איבעריגע צען פראצענט? זיי זענען גוים גמורים...
אין אייוועלט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=59&t=22844">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=59&t=22844</a>
ער איז גאנץ א געריבענער, ער קען נישט האלטן קיין דרשות א קעגן אינטערנעיט לצורך פרנסה ווייל סוף כל סוף האבן די רבנים עס מתיר געווען. וואס טוט ער? ער פאקעסט זיין דרשה א קעגן סמארט פאונס (לצורך פרנסה) וואס דאס איז נישט קיין סתירה צום פסק פון די רבנים אין בתוך הדברים מאכט ער עס איין קוגעל מיט סתם אינטערנעט אפילו אויפן קאמפויטער.
ווער האט געזאגט אז טאליבאנער זענען נישט קיין געריבענע?
א גוטע נאכט טייערע אידן.
שרייט ווי א טיפוש, כ'גלייב נישט קיין אייינס פון די פארנאטישע מעשות,
קוקט ארום אויפן עולם בשעת ער רעדט רוב עולם לאכט עיהם אויס, קיינער נעמט נישט אן אלץ א ערענצטע נארמאלע מענטש
לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
Samkotonלויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
היינו דאמרי אינשי: "א משוגע'נער מיט געלט איז זייער שטארק מסוכן". א יעדער איינער האט משוגעת'ן. נאר מ'האט נישט קיין געלט אדורכצופיהרן די משוגעת'ן. אבער א משוגע'נער וואס האט נאך געלט אויך, קען אדורכפיהרן אלע זיינע משוגעת'ן. וואס, און ווען ס'כאפט איהם אן א נערוו.
איך אליינס קען איינעם א געזונטן משוגע'נעם וואס איז נאך אן עושר אויכעט דערצו. מ'רופט עים אן בלשון נקיה אן "עקסטרעמיסט". דער בראך איז דאפלט. ווייל ער איז נאך אין חינוך אויך. און ער האט שוין גורם געוועין א סאך בחורים זאללן ווערן או.טי.די.'ס... 😈 🙄
Samkotonלויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
דאס איז לכאורה אן עוולה, ווייל ער מאכט פרנסה דורך די אינטערנעט....
איחוד פעלדSamkotonלויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
דאס איז לכאורה אן עוולה, ווייל ער מאכט פרנסה דורך די אינטערנעט....
👍 😂 👍 😂 👍 😂
יתרוווען איך הער אים רעדן טראכט איך אייביג הלואי איך האב דעם קוראזש זיך אויפצושטעלן און זאגן אן אפשלאג דרשה כדבעי,
נא go ahead דא קענסטו אפזאגן דיין גאנצע דרשה קיינער גייט נישט ווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות
Samkotonלויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
פאסט פאר הערשל שרייבער.
<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/permalink.php?story_fbid=767717236644205&id=236271179788816">https://m.facebook.com/permalink.php?st ... 1179788816</a>
ארבעטן אין מענהעטען איז ערגער. גיין אין סאבוועי איז ערגער.
נישט גיין פיהר אינטשעס פירט אהן מער מענער ווי סעלפאוין
שאול יצחק ראבינאוויטש אין סאטמאר 53
אויף אינטערנעט זעט מען א שלאף צימער. (ראבינאוויטש)
היינט האב איך אנגעטראפן ראבינאוויטש און איך זע וואו ער לויפט ארום האסטיג טיילן קונטרסים, פרעג איך אים: האסט דאך שוין לעצטנס געטיילט קונטרסים וואס איז דאס נאכאמאל? זאגט ער מיר, יעצט איז עס מורחב און אביסל מוגה. פרעג אים מיט וואס, מיט נייע דזשאקס? זאגט ער מיר יא. פרעג איך אים: אין די מהודרא האסטו שוין אריינגעלייגט מראה מקומות, אדער עס שטייט נאך אלעס פון דיר? זאגט ער מיר: נאר אינטערענט מעג מען שרייבן אן הסכמה, איך מעג אויך שרייבן אן א הסכמה!. #היפקאריטיע.
פרעג איך אים: זאג מיר די אמת, צו ווייסטו וואס אינערנעט איז? האסטו עס שוין אמאל געשפירט אדער געזען? פרעג ער מיר: זאג, ווען די רעביזיכרונעליבראכע האט געהאקט קעגן טעלעוויזיע האט ער דאס געזען? זאג איך אים: העכסט זיכער אז מען האט פונקטליך ערקלערט וואס טעלעוויזיע איז, זאגט ער: עה! די רבי האט נישט געוויסט, זאג איך: דו האלסט די רבי איז געווען א בהמה? געהאקט אויף עפעס אן וויסן מה זה ועל זה? פרעג איך אים וואס איז דאס אינטרענעט: זאגט ער מען זעט דארט שלאף צימער'ס, זאג איך אים: איך האב נאכקיינמאל נישט געזען קיין שלאף צימער אויף אינטערנעט. און איך לייג צו: מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו וויסן וואס אינטרנט איז, בבחינת הכל יודעים כלה למה נכנסת לחופה, אבער דו ווייסט אדער נישט? וואס הייסט די רבי האט אויך נישט געוויסט!.. תמצית היוצא: היפקאריטיע, שטותים, וואסער מעלעריי, באבקעס, געהאקט ארבעס אין וואנט אריין.
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט דיר אויך געגעבן א לייק ווען איך וואלט פארשטאנען וואס דו זאגסט, אפשר ריפרעסטו דיין פראזע? א דאנק.
הער איך אז מ'האט אים ארויסגעטראגן פון גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל ווען ער האט זיך צושריגען אז "איין מאל קוקן אויף די אונטערנעט, איז ערגער פון טאנצן אויף טויזענט עטרת מאיר צבי חתונות"!!!....
#דברים כדרבונות..
פרייוויליג[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט דיר אויך געגעבן א לייק ווען איך וואלט פארשטאנען וואס דו זאגסט, אפשר ריפרעסטו דיין פראזע? א דאנק.
ראובן זאגט בלשון נקיה אז דער אנשיקעניש ראבינאוויטש ווייסט גוט וואס פארן (מיט א קמץ) איז ,נאר עס קומט עם אויס עסער צו שפילן דעם שפיל אזוי.
אמאל האב איך אים געקענט דולדן און אפילו געלאכט ווען ער האט געזאגט א גוטס אבער היינט קריכט ער מיר שוין אויף די געהירן
[ציטאט אראפגענומען]
איי וועסטו פרעגן וואסי שלעכט. על איך דיר זאגן אז דער רבי פון וועם ער רעדט האט נישט געקוקט קיין טעלעוויזיע אבער קיינמאל. און רבי מיכעלע מנתני לרפו"ש וואס האט אנגעפירט די מערכה אקעגן טעלעווישאנס האט אויך קיינמאל נישט געקוקוט. אמת פארקויפט זיך. זיך נעריש מאכן אין ביהמ"ד מיט שיינע מעשה'לעך מסתמא נישט ווייל סארקאזם איז א סארט שקר און לצנות קען א לץ בעסער ווי אים. א חוץ אז די זאגסט מיר אז כבין נישט גערעכט.נו וואס זאגט איר ראבינאוויטש. כמיין וואס טוט ער א גאנצן טאג
נישט ח"ו קאלט צו מאכן זיין פרנסה
פונקט פארקערט1
אז מ'עמיר אים אויסהערן אוואו עס ברויך צו זיין וועט ער פארלירן די פרנסה,
יעצט אז דער עולם איז נישט אזוי נענה לבקשתו, דארף ער דאך ווייטער ארומגיין... איז פרנסה גוט..
איך הער אז ער גייט יעצט ארום אין אפערט פאר ווער עס איז עם מברר עפ״י הלכה אז ראיות אסורת איז מותר לצורך פרנסה גיט ער הונדערט טויזנט דאללער.
רבותי א גרינגן דאללער, זייטס מברר און ער שיקט ענק אריין דעם טשעק.
אין זיין קונטרס שרייבט ער וועגן דעם, איך וועל קוקן אויב איך האב עס נאך, און שרייבן וואס ער שרייבט וועגן דעם.
ער שרייבט אז די רעבע האט נאר געלאזט גיין אין מאנהעטען אזעלעכע אידן וואס ער האט געוויסט קלאר אז זיי קענען זיך גובר זיין אויף הסתכלות, אבער אזא איינער וואס ער האט געוויסט אז ער וועט סוף כל סוף דורכפאלן (אפילו מיט איין) הסתכלות האט ער בשום אין אופן נישט געלאזט גיין.
גיי פרעג אים אפ.
דאן דארפסטו מאכן די זעלבע חילוק ווען עס קימט צי אינטערנעט, ווער עס קען זיך גובר זיין מעג האבן,
קוקט אויס אז יעדער קען זיך גובר זיין, און באמת מוז טאקע זיין אזוי, ווי די גמרא זאגט שוין, אין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו, איז ווען דער אויבערשטער ברענגט איינעם אריין אין א נסיון, מוז זיין אז דער באשעפער ווייסט אז דער מענטש קען עס ביישטיין.
ווי אויך קוקט אויס פון דעם אז די רבי זיכרוננעליוורוכע האט געהאט שטארקע קאנפידענט אין זיינע חסידים אז זיי וועלן נישט דורכפאלן די נסיונות.
איך האב אמאל געהערט אז א יוד האט געפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א אויף א ענין וואס שטייט אין שו"ע אז "בעל נפש יחמיר" צו ער דארף אפהוטן אזא ענין,
צו ער גייט אריין בגדר בעל נפש,
האט די רבי געפרעגט ווי ארבעטסטו"
זאגט די יוד אין מאנהעטן, פרעגט די רבי ווי אזוי פארסטו אהין.
זאגט די יוד מיט די טרעין.
זאגט די רבי אויב אזוי ביסטו שוין פון לאנג נישט קיין בעל נפש
(כידוע האבן צדיקים געזאגט פאר איינער וואס האט געזאגט אז די ראיות אסורות שאטן איהם נישט "וויפיל ראיות אסורות האט ער געזען אז ס'שאט שוין נישט"
אין למדין מן הכללות
דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?
לויט ווי עס זעט מיר אויס איז דער ראבינאוויטש א באַצאָלטע אַקטיאָר עס גייט אים באמת ווייניג אָהן וואס א סעלפאון דו האסט , ער וויל נישט זיין נאך א ירושלימער שנארער וואס שטויסט אויף טיהרן עלעף אזייגער ביינאכט האט ער זיך געמאכט א אייגענע פירמע פון מוחה זיין אויף סעלפאונס און אזעליכע תמימות׳דיגע אידן ווי ר׳ הערשל שרייבער וכודמה ווארפן אים אריין אפּאר טאללער
chusidדאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?
ניין.
אין די הקדמה צו דרך פקודך פרעגט ער פארוואס מ'איז נישט מקפיד אויף "אל תראה שיחה עם אשה"? אויף וואס ער שרייבט אז וויבאלד מ'איז רגיל צו רעדן מיט פרויען רייצט עס נישט אזוי אן.
איך וואלט צוריקגעענטפערט דעם סארקאסטישן חכם אז אויב ער ווייזט מיר ווי סשטייט ארויסגעשריבן אין די תורה אדער אין שו"ע אז מען טאר נישט האבן א סמארט פאון גיב איך אים 200 אלפים. אזעלעכע מענטשן מאכן א חורבן אין יהדות
chusidדאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?
נישט רעכטיג, ס'איז א לאו אין די תורה ולא תתורו וגו', ס'ווערט גע'פסקענט אין שו"ע און רמב"ם, אסור להסתכל אפילו על זקינה ועכורה, אויסער דעהם איז דא די פראבלעם פון עין רואה, הלב חומד, וכלי המעשה וכו'
דריידלchusidדאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?
ניין.
אין די הקדמה צו דרך פקודך פרעגט ער פארוואס מ'איז נישט מקפיד אויף "אל תראה שיחה עם אשה"? אויף וואס ער שרייבט אז וויבאלד מ'איז רגיל צו רעדן מיט פרויען רייצט עס נישט אזוי אן.
א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם?
ביודעי ובמכירי קאמינא אז ביי די סעקולארע מענטשן קומט מען יא צו לידי עבירה.
מער ווי ביי די היימישע
chusidדאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?
אזוי ווי חז"ל דערציילן אויף אביי, וואס האט נישט געקענט גלייבן אז א פשוטער איד איז נישט דורכגעפאלן מיט א ניסיון ער וואלט זיכער נישט געקענט, ביז מ'האט אים בארואיגט כל הגדול מחבירו...
--
האב איך געהאט די זכי' ב"ה נאכאמאל צו הערן די דברות קודש יוצא בקול חוצב להבת אש פון הרב ראבינאוויטש'ן.
גראדע איז מיין פערזענליכע מיינונג אויף אים אז ער זאגט באמת זייער גוטע זאכן, און ער האט באמת די מעגליכקייט ארויבצוסרענגען די פראבלעמען פונעם אינטערנעט.
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.
ווער עס וויל קען זיין מחולק, אבער דעס איז מיין הייליגע חוות דעת...
שמן זיתהאב איך געהאט די זכי' ב"ה נאכאמאל צו הערן די דברות קודש יוצא בקול חוצב להבת אש פון הרב ראבינאוויטש'ן.
גראדע איז מיין פערזענליכע מיינונג אויף אים אז ער זאגט באמת זייער גוטע זאכן, און ער האט באמת די מעגליכקייט ארויבצוסרענגען די פראבלעמען פונעם אינטערנעט.
אבער - און דא קומט א גרויסע אבער - איך האלט אז ער מאכט זיך קאליע מיט זיין האקן אויף מידערוויכטיגע זאכן ווי טעקסט און דאס גלייכן, עס מאכט די גאנצע זאך ווי איין גרויסע שטיק ליצנות, ווען ער האלט זיך ווען צום אינטערנעט אליין, אן די זייטיגע זאכן, וואלט ער ווען היבש אסאך געקענט אויפטון.
ווער עס וויל קען זיין מחולק, אבער דעס איז מיין הייליגע חוות דעת...
האסטו איהם מעיר געווען? פון שרייבן דא אין ק"ש וועט ער גארנישט וויסן, ער טרעט קיינמאל נישט אריין ביי אונז אין שטיבל.
קודם, ווער זאגט דיר אז ער טרעט נישט אריין דא ביי אונז? עס איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז ער איז א אפטע באזוכער דא.... (הער אויס, ער מוז דאך וויסן די מצב הדור כדי צו קענען מוחה זיין.... א שטייגער ווי די אנדערע עסקנים מעגן ארומקריכן אין כל מיני סיידס צו טרעפן די פארברעכער...)
והשנית, די זעלבע סיבה פארוואס ער טרעט נישט אריין דא, פאר די זעלבע סיבה וועט נישט העלפען אפילו די רבי זכרונעליבראכע אליין וועט אים קומען זאגן ער זאל אויפהערן מיט די זינלאזע אטאקעס אויף טעקסט מעסעזדשעס..
ער מיינט עס נעבעך - אזוי האלט איך עכ"פ - מיט אזא תמימות, אז גארנישט וועט אים נישט אפהאלטן, קענסט רעדן צו א וואנט.
שמן זיתקודם, ווער זאגט דיר אז ער טרעט נישט אריין דא ביי אונז? עס איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז ער איז א אפטע באזוכער דא....
ווי אזוי האסטו געוואוסט ווער איך בין? 😂
איינער האט א בילד פונעם סאבדזשעקט?
סלינקיאיינער האט א בילד פונעם סאבדזשעקט?
עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.