דער גאנצער עולם איז מכובד זיך משתתף צו זיין מיט שאלות און תירוצים - מן הסתם וועט מען פראבירן עס צו האלטן אינטערעסאנט, צו אין תוכן אדער אינעם צירוף פונעם זאגער מיט'ן זאג.
אזוי ווי מיר לעבן דאך אינעם א.ג. 'לעיקוואד-עפאכע', ווען מיט איין קוועטש אויפן קנעפל קען אלעס וויסן ר"ל, בין איך מציע אז [בעיקר] די ענגלישע פתגמים זאל מען שרייבן אין אידיש, אזוי אז עס זאל זיין מגלג"לין זכות ע"י זכאי.
-------------
1. עס שטייט אין פסוק 'שתו בשמים פיהם, ולשונם תיהלך בארץ', קען מען טייטשן אז דאס איז מרמז אז רעדן אויף אויף ערליכע אידן (לשונם תיהלך בארץ) ברענגט חלילה צו אז דערנאך זאל מען רעדן אויפן בורא כל עולמים (שתו בשמים פיהם).
2. ... אז א רעגירונג פון דעם פאלק, דורך דעם פאלק, פאר דעם פאלק, זאל נישט פארגיין פון די וועלט.
1. עס שטייט אין פסוק 'שתו בשמים פיהם, ולשונם תיהלך בארץ', קען מען טייטשן אז דאס איז מרמז אז רעדן אויף אויף ערליכע אידן (לשונם תיהלך בארץ) ברענגט חלילה צו אז דערנאך זאל מען רעדן אויפן בורא כל עולמים (שתו בשמים פיהם)
ענליך צו דעם שטייט אין שיחות הר"ן סימן ל"ח:
[list]"שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ". כי עכשו נתפשט האפיקורסות שהתרה הרצועה לדבר סרה על כל הצדיקים ועל כל יראי ה'. והוא כמו מי שפושט לשונו נגד כל העולם, שאינו משגיח על כל העולם. ובאמת זה האפיקורסות הוא נגד השם יתברך בעצמו. אך שהם בושים לדבר בפרוש על השם יתברך הם מהפכין אפיקורסות שלהם לדבר על העולם. וזהו ״שתו בשמים פיהם״. שבאמת מה שמדברים בפיהם הוא באמת למעלה בשמים, כי עקר דבריהם נגד השם יתברך כביכול כנזכר לעיל, אך ״לשונם תהלך בארץ״, שמחמת שבושים לדבר בפרוש נגדו יתברך, על כן לשונם תהלך בארץ, שפושטין לשונם נגד העולם כנ"ל. אבל באמת שתו בשמים פיהם כנ"ל: [/list:u]
וזה דרך ישיבת הלצים הרשעים בתחילה מרבין בדברי הבאי כענין שנאמר וקול כסיל ברוב דברים. ומתוך כך באין לספר בגנות הצדיקים כענין שנאמר תאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק. ומתוך כך יהיה להן הרגל לדבר בנביאים ולתת דופי בדבריהם כענין שנאמר ויהיו מלעיבים במלאכי האלהים ובוזים דברים ומתעתעים בנביאיו. ומתוך כך באין לדבר באלהים וכופרין בעיקר כענין שנאמר ויחפאו בני ישראל דברים אשר לא כן על י"י אלהיהם. והרי הוא אומר שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ מי גרם להם לשית בשמים פיהם לשונם שהלכה תחילה בארץ.
דער מאמר איז געזאגט געווארן (איך האב עס געהערט א סאך מאל אויף זיין ראדיא טאלק שאו.) דורך דעם אלעמען באקאנטן ר' יודל איציק בן ר' אהרון לייב ז"ל. המכונה עד קאטש...!
...Most situations turn out to be, NOT as good as we hope OR as bad as we fear...!
(Jewish philosopher in the Middle Ages.)
ונבנתה העיר: צו ערשט א יישר כח פאר דעם לייק...! אויב דו ווילסט וויסן ווער דער יודישער פילאזאף, וועלכער האט מחבר געווען דעם פתגם, קענסטו אים טרעפן אין קאווע שטיבל. אדער אין שומרי שבת שול, בין מנחה למעריב. אין קליינעם פאליש'ל אין בעיסמענט, ביי די קאווע און סנעקס... 😂
די דאמאטיזירונג פון גענעראל מ'קארטער איבער "איך וועל זיך צוריקקערן" איז דוכט זיך די פאקט אז ישו פארן געקרייצט ווערן געזאגט גענוי די ווערטער ווען טרערן פליסן פון די אויגן פון זיינע שטיצער תמהני עליו איך פה קדוש יאמר דבר זה איז ווי ריכטיג האט צוגעצייכענט די ערשטע עמוד אין נדרים פי'הר"ן ווי ער פרעגט אויפן ר"ת והמורה יורה כבן סורר ומורה ועלי יערה רוח הבורא זאגט די ר"ת אויף די מורים וואס נעמען אן די פסק פון רבינו אפרים אז שמרי עכו"ם איז מותר. ס'איז א תוס' אין ע"ז
ונבנתה העיר: ייש"כ. דו האסט מיך מחיה געווען. איך ווייס נישט. אבער א יעדעס מאל ווען איך זעה א שטיקל פון דעם וואונדעליכן פילם "פידלער" ווער איך זייער עמעאציאנעל. און ס'כאפט מיך אן א נאסטאלגישע פילינג צו דעם זיסן, פארגאנגענעם אמאל. אז מ'רעדט שוין. אונזער היימישער ליפא'לע שפיעלט אויך אויף א נאכמאכונג פון "פידלער אן דע ראאף" מיט עפעס א נקבה. נאר ער קומט נישט צו לקרסולי רגליו פון חיים טאפאל, ע"ה וועלכער שפיעלט "טוביה". נישט אין די שטארקקייט פון זיין קול, און נישט אין ארויסברענגען די עמאציעס וואס חיים טאפאל האט ארויסגעברענגט...!