☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » ביאגראפישע פילמען

ביאגראפישע פילמען

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8012

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:20 am

· #243530
ביאגראפישע פילמען
איך בין נישט קיין גרויסער בקי אין דער וועלט פון פילמען, אבער פון וויפיל איך האב געזען, בין איך א חסיד נלהב פון דעם ביאגראפישע פילמען זשאנרע, המכונה biopic, און רוב מיינע בעסטע פילמען, אויב נישט כמעט אלע, ציילן זיך צווישן די סארט פילמען. ווי דעם מאמר העולם: truth is stranger than fiction, האלט איך אז ווען מען זעט לעבעדיג אראפגעמאלן א כאראקטער וואס עקזיסטירט באמת גיבט דאס די שטארקסטע מעגליכקייט ארויסצוברענגען אין דעם פילם די שטארקייטן און שוואכקייטן פון דעם מענטשליכן נאטור.
איך עפן דעם אשכול מיט'ן ציל צו דורכשמועסן און זיך באקענען איינער דעם צווייטן מיט פילמען אין דעם זשאנרע. אבער איך וויל זיך נישט קאנצענטרירן דוקא איבער די פילמען וואס דערציילן תולדותיהם של צדיקים מבטן ומלידה ועד יום מותם, נאר אויך אזעלכע וואס שילדערן געוויסע פעריאדן אין דעם לעבן פון א כאראקטער, און לייגן א שטארקע דגוש איבער די נסיונות און שוועריקייטן וואס זענען אלס דורך איבער אים אדער איר.
איך וועל אנהייבן מיט דעם פילם וואס איז ממש יעצט ארויסגעקומען:
The Theory of Everything
דאס איז איינע פון די בעסטע פילמען וואס איך האב נאר אמאל געזען. עס שפילט דעם לעבן פון דעם בארימטן סייענטיסט סטיווען האוקינג, וועלכער איז ווי באקאנט צוגעבינדן צום ווילטשעיר, נישט קענענדיג רירן קיין אבר. דער מאווי שילדערט בעיקר זיין רילעישאנשיפ מיט זיין ווייב, וועלכן ער האט שפעטער גע'גט. אויסער דעם וואס די אקטארס שפילן ממש גאוני'ש, טוט די מאווי א געוואלדיגע ארבעט אין אראפלייגן די קאמפליצירטע כאראקטער פון סטיווען און ווי אזוי זיין לעבן האט זיך אויסגעשטעלט. דא קענט איר זען אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט די אקטיארין וואס שפילט סטיווענ'ס געוועזענע ווייב, זשעין.


The Pursuit of Happyness
דאס איז די געשיכטע פון קריס גארדנער, א ביטערער ארעמאן וואס איז געווארן א מיליאנער. שוין פארהאן ערגעץ אן אשכול דערוועגן, ויבאו המלנקקים.

Hannah Arendt
די ביאגראפיע פון די קאנטראווערסיאלע פילאזאפין חנה ארענדט, וועלכע האט געדעקט די אייכמאן געריכט פאר די ניו יארקער, און האט אראפגעמאלן אייכמאן אין אירע ארטיקלען און אין א שפעטערדיגער ביך ווי א טראכטלאזער, כאראקטערלאזער פארשוין וועלכער האט געטון זיינע שרעקליכע מעשים נישט מכח רשעות נאר מכח נישט טראכטן. דער פילם איז זייער אינטערעסאנט פאר די וואס גלייכן אביסל פילאזאפיע און היסטאריע, און איז גאר גוט געשפילט.


Temple Grandin. דאס איז די געשיכטע פון די בארימטע אוטיסטישע פרוי טעמפל גרענדין, וועלכע האט באוויזן צו גיין אין קאלעזש און באקומען א דאקטאראט. זי האט א מורא'דיגע געפיל צו חיות, און זי האט רעוואלוציאנעזירט די וועג ווי אזוי מען באהאנדלט בהמות אין שלאכטפעלד. די אקטיארין וואס שפילט איר טוט א מייסטערהאפטיגע ארבעט. דער מאווי, אויסער דעם וואס עס איז אינטערעסאנט און הערליך, איז אינספירירינד ביז גאר.


Lawrence of Arabia
דער אלעמען באקאנטער epic שילדערט ווי אזוי אן ענגלישער גענעראל האט באוויזן צו צוזאמנעמען די אראבישע שבטים אין די ערשטע וועלט מלחמה און זיי פאראייניגן און פירן צו א זעלבסטשטענדיגע זיג. די סצענעס אין דעם פילם זענען געוואלדיג, און דער אקטיאר וואס שפילט דעם הויפט כאראקטער איז גאר כאריזמאטיש און איבערנעמענד.
אגב, דער שטערן באשרייבט די היסטאריע דערפון דעם חודש.


Capote
דאס איז א פילם געשפילט דורך סיימאר האפמאן ע"ה, אין וועלכן ער שפילט דעם כאראקטער פון Truman Capote, אן אמעריקאנער שרייבער וועלכער האט אויסגעפארשט א געוויסע מארד, און איז געווארן נאנט מיט די מערדער און צוגעבינדן צו זיי, און האט שפעטער ארויסגעגעבן א ביכל דערוועגן וועלכע איז געווארן איינע פון די גרעסטע בעסטסעללערס אין דעם פעלד. הגם איך בין נישט אזוי נתפעל פון דעם פילם בכלליות, טוט האפמאן א געוואלדיגע ארבעט אין שפילן דעם מאדנעם כאראקטער פון קאפאוטי, וועלכער איז עטוואס קינדעריש און פרויעריש, און ארום אים דרייט זיך דער גאנצער פילם.

עס זענען דא נאך אסאך אויסגעצייכנטע פילמען אין דעם זשאנרע, זאל דער עולם זיך לאזן הערן.

כוכב » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 9:25 am

· #243540

פידלער » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 9:58 am

· #243541
Flash of Genius

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Flash_of_Genius_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Flash_of_Genius_(film</a>)



The Jewish Cardinal

<a class="postlink" href="http://bestforfilm.com/film-reviews/drama/the-jewish-cardinal">http://bestforfilm.com/film-reviews/dra ... h-cardinal</a>




Flash of Genius is the story of Robert Kearns. He invented the intermittent windshield wipers, which he patented and presented to Ford Motor Company. The company stole his idea and Kearns spent years and years of his life fighting the injustice

The Jewish Cardinal is the story of (Aaron) Jean-Marie Lustiger, a Jew who became the Archbishop of Paris. For those of you who remember, he spoke at Yeshiva Chovevei Torah a few years ago

קינד_אן_קייט » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 4:00 pm

· #243633
ייש״כ @יאיר פאר די רעקאמאנדאציעס.

כ׳האב בלויז געזעהן Lawrence of Arabia און Capote פון דיין ליסטע, און כ׳בין לגמרי מיט דיר, דער ערשטער איז גאר גוט און דער לעצטער איז בלויז אינטערעסאנט צוליב האפמאן׳ס קונסטליכע דעפיקציע. דער פילם איז אויך בעיקר באקאנט צוליב דעם ווייל Capote איז געווען א ליטעראטורישע פענעמאנען בשעתו. כ׳וועל בלי״נ קוקן די אנדערע און עס אויסשמועסן ווען צייט וועט ערלויבן.

אזויווי דו האסט שוין אנגערירט, איז מיין פראבלעם מיט ביאגראפישע פילמען אן ענליכער. נעמליך אז עס ווערט געווענליך געענדערט און גאר דראמאטיזירט אזש ביז עס שטעלט שוין צומאל נישט פאר דעם ריינעם מציאות. אפילו דאקאמענטאר׳ן טוען אויך מאניפולירן זייערע ערציילונגען, אבער כאטש איז עס ע״פ רוב רוי, און דערפאר א מער מציאות׳דיגער פארשטעלונג בדרך כלל.

עכ״ז, איז עס פיל בעסער ווי ניינציג פראצענט פון ריין אויסגעבלאזענע פיקציע פילמ׳ס.

אלץ אן עצה, וואלט כ׳צוטיילט ביאגראפישע פילמען אין פיר באזונדערע קאטאגאריע׳ס:

[list]1. די וואס זענען בעיקר באזירט אויפ׳ן מענטש און זיין פערזענליכע לעבן אלץ פראיעקט,
2. די וואס פרובירן צו שילדערן א געוויסע אויפטוה אדער געשעעניש ארום דעם הויפט כאראקטער,
3. די וואס צונעמען א נושא וואס א געוויסער כאראקטער האט געשפילט דערין א הויפט ראלע,
4. די וואס שטעלן פאר א געוויסע אמת׳ע פערזאהן אבער דער פילם גופא איז מייסטענ׳ס פיקציע. [/list:u]
ס׳איז צומאל שווער צו צוטיילן אדער ריכטיג קאטאגאריזירן די פארשידענע ביאגראפישע פילמען ווייל זיי זענען אלע היפש ענליך, אבער דאך איז דא חילוקים.

אויף מיין ליסטע פון באליבטסטע ביאגראפישע פילמען וואלט איך ארויפגעשטעלט די פאלגענדע פילמ׳ס:

*

קאטאגאריע 1 (מענטש און זיין פערזענליכע געשיכטע):

Gandhi
א פילם וועגן דאס לעבן און שאפן פון גאנדי, דער פילם איז היפש לאנג אבער ס׳איז כמעט אוממעגליך דאס נישט ליב צו האבן, נישט אזוי ווייט צוליב די סינעמעטאגראפיע וכדומה, נאר צוליב דער פערזאהן וועם עס שפילט אפ און זיין הילוך החיים ומחשבה. דער אקטיאר בען קינגסלי שטעלט דא אראפ א מייסטער ווערק און האט געווינען אן אסקער פאר זיין ראלע.



Shine
דער מייסטער אקיטאר דזשעפרי ראש, פארווירקליכט דא אין זיין ראלע דאס פיינליך לעבן פונעם אידישען פיאניסט דוד העלפגאט, וועלכער איז געווען א גאון אין מוזיק אבער איז געווארן געשטופט צו מענטאל דיסטעביליטי דורך זיין אייגענעם פאטער׳ס אומפארזיכטיגקייט.

A Beautiful Mind
נאך א א פילם וועגן א גאון וואס האט ערווירקליכט ״יוסיף דעת יוסיף מכאוב״, דזשאן נאש איז געווען א פראפעסאר און א קאפשטיק אין מאטעמעטיקס, וואס האט שטארק געליטן פון סכיזאפרעניע. אן אינטערעסאנטער פילם, בעיקר פאר׳ן וועג וויאזוי ס׳עפנט אויף דעם קאפ און ברענגט ארויס גאר שטארק די טיפקייטן פון אילוזיע׳ס, ממש כאילו מ׳שפירט עס אליינס.



Ray
א פילם וועגן רעי טשארלס א בלינדער מוזיקאלישער גאון וועלכער האט צוזאמגעשמאלצן אלטע זשאנרע׳ס פון מוזיק און אויסגעטראפען נייע. דער אקטיאר דזשעמי פאקס האט זיך ערווארבן א שם אלץ העכסט געלונגענער שפילער אדאנק זיין ראלע אין שפילן רעי אויף דעם פילם (אין אנדערע פילמען איז ער למעשה שוואכליך, דא איז ער געוואלדיג).

La Vie en Rose
א פילם וועגן די קאריערע פון פראנצויזישע זינגערין Édith Piaf און איר שטורמישער כאראקטער. דער פילם גופא איז אפשר נישט אזוי אינטערעסאנט, אבער מיר אינטערעסירט פראנצויזישע קולטור און דער פילם גיבט אביסל א בליק דערין.



Catch Me If You Can
דער פילם שפילט אויס די אינטערעסאנטע געשיכטע פון פרענק אביגנעיל (ער איז שוין עטליכע מאל באשריבן געווארן אין היימישע מידיא) וואס האט אויסגענוצט זיינע גאונ׳ישע פעיגקייטן אויף שווינדל און דער עף.בי.איי. מאן וואס האט עס געמאכט זיין לעבנ׳ס מיסיע אים אפצושטעלן. ס׳איז מער א האליוואד סטייל פילם און קען לעולם אויך אריין גיין אין קאטאגאריע 4, אבער ס׳איז געשמאק און באזירט אויף אמת׳ע געשעענישן.

The Blind Side
ענליך צו Catch Me If You Can איז דאס אויך שטארק דראמאטיזירט אבער די מעשה און דער מענטש זענען ביידע אמת ויציב. ס׳שפילט אויס די געשיכטע פון מייקל אהער א שווארצער ארימער יוגענטליכער וועלכער איז געווארן אדאפטירט דורך א ווייסע משפחה און האט דורך זייער הילף דערגרייכט צו ווערן א געלונגענער ספארטלער.




*

קאטאגאריע 2 (אויפטוה אדער געשעעניש באזירט אויף א מענטש):

The Social Network
א פילם וועגן מארק צוקערבערג און וויאזוי פעיסבוק איז צושטאנד געקומען.



Schindler’s List
דאכט זיך אז דאס ברויך מען נישט פארשטעלן, ס׳איז ברייט באקאנט אלץ די בעסטער פילם אויפ׳ן האלאקאוסט, הגם ס׳איז באזירט אויף די אויפטוהען פון אסקער שינדלער. דירעקטירט דורך שפילבערג, האט עס געווינען אן א שיעור אויסצייכענונגען, ווי אויך האט דאס געברענגט דעם מוזיקאנט יצחק פערלמאן צו אינטערנאציאנעלע אנערקענונג. דער אויבנדערמאנטער אקטיאר בען קינגסלי שפילט דא יצחק שטערן, שינדלער׳ס בוכהאלטער וואס האט רעפרעזענטירט די אידישע ארבעטער און איז געווען א שותף אין די מיסיע צו ראטעווען אידן דורך חכמה און רחמים. לדעתי וואלט קינגסלי געדארפט באקומען אן אסקער פאר די ראלע.

The Pianist
אויך א האלאקאוסט פילם, באזירט אויפ׳ן לעבן פונעם אידישן פוילישען פיאניסט וואדיסלוי שפילמאן און זיינע מיטלעבענישן דורך די מלחמה. אקטיאר אדריאן בראדי האט געוואונען אן אסקאר פאר זיין ראלע אלץ שפילמאן.



Lincoln
א פילם וואס גיבט זיך אפ מיט פרעזידענט לינקאלן׳ס פילאזאפיע און זיינע פאליטישע אנשויאינגען און אויפטוען סוף ימיו. לינקאלן ווערט געשפילט דורך דניאל דעי לואיס, א ריין מעטאד אקטיאר און איינס פון מיינע באליבטסטע שפילער׳ס, ער לייגט דא אראפ אן ארבעט אז מ׳קען זיך שווערן לינקאלן איז אויפגעשטאנען תחיית המתים, אבער נאך מער אינטערעסאנט איז דאס מיטלעבן לינקאלן׳ס היסטארישע חכמה און פקחות׳דיגע עררייכונגען (מציאות׳דיג גערעדט, איז עס היפש דראמאטיזירט).

In The Name of The Father
געשפילט דורך אן עטוואס יונגערער דניאל דעי לואיס, שפילט דאס אויס די אמת׳ע געשיכטע פון די פיר יוגענטליכע וועלכע זענען באשולדיגט געווארן אין זיין IRA סימפאטיקער און טעראריסטן, זיי זענען איינגעזעצט געווארן אויף לאנגע יארן פאר פארברעכנ׳ס און מארדן וואס זיי האבן נישט געטאן. ס׳איז א באקאנטער קעיס אין די היסטאריע פון יוסטיץ און ס׳איז גאר א שטארקער פילם.



Philomena
דער פילם באציעט זיך צו די טראגעדיע׳ס וואס זענען פאראורזאכט געווארן דורך די קירכע אין נאמען פון רעליגיע. די אקטיארשע דזשודי דענטש איז גאר ווירקזאם אין איר ראלע אלץ פילאמענא, א פרוי וואס זוכט איר קינד וואס זי האט געבארן אלץ יונג מיידל און וועמען די קלויסטער מאמע׳ס האבן אוועק געריסן פון איר כדי אים איבערצוגעבן פאר אדאפטירונג. ס׳איז הארצרייסנד און ליידער בלויז איין ביישפיל פון פיל מער ענליכע טרויעריגע געשיכטעס.



*

קאטאגאריע 3 (נושא, באזירט אויף א מענטש):

The King’s Speech
דזשארדזש דער 6טער, קעניג פון ענגלאנד דורכאויס דעם צווייט׳ן וועלט קריג, האט קיינמאל נישט גע׳חלומ׳ט אז ער וועט זיין קעניג (זיין עלטערער ברודער האט געזאלט זיין דער נאטורליכער יורש), באשיידן און עטוואס צוריקגעצויגן, האט ער געהאט א ערנסטער פראבלעם זיך אויסצודרוקן ווייל ער איז געווען אן ערל שפתים. דער פילם שפילט אויס וויאזוי מיט די הילף פון א טעראפיסט, אייזן געשפילט דורך דעם אויבנדערמאנטער אקטיאר דזשעפרי ראש, פארבעסערט ער זיינע אויסזיכטן צו קענען רעדן בפני כל עם ועדה (ברוב עם הדרת מלך). ס׳איז גאר א שטארקער פילם און זייער באלערנד.



כ׳וואלט אויך ארויפגעשטעלט דעם נייעם פילם The Imitation Game אויף די ליסטע, וואס הגם כ׳האב עס נאך נישט געזעהן (גאנץ מעגליך אז ס׳געהערט טאקע ענדערש אין איינע פון די אנדערע קאטאגאריע׳ס), האט עס שוין @מאטי רעקאמענדירט דא און כ׳גדעדענק זעהן דעם אריגענעלן Enigma פון וואס כ׳האב הנאה געהאט בשעתו.



*

קאטאגאריע 4 (אמת׳ע פערזאהן, פיקציע דעפיקציע) :

The Last King of Scotland
שפילט אויס דאס לעבן און קוריאזע שאפן פון אידי אמין, דער צורודערדעטער דיקטאטור פון אוגאנדא (באקאנט ביי אונז אידן צוליב מבצע אנטבה).



The Assassination of Jesse James
דזשעסי דזשעימס מיט זיין ברודער זענען פון די מערסטע באקאנט׳סטע אמעריקאנער רויבערס אין די תקופה פונעם Civil War (איז דא א טערמינאציע דערויף אין אידיש?), זיי האבן געראבעוועט און געמארדערט כמעט ככל העולה על רוחם אבער זענען געווען גאר געליבט ביי די מאסן. מ׳האט זיי אנגעקוקט אלץ קוראזשפול און נישט אלץ בלויז נידריגע פערשוינען. דער פילם באציעט זיך בעיקר צו זיין אונטערטאן און נאענטער מיטגליד ראבערט פארד און די חברותא פון די צוויי. פארד ווערט דא געשפילט דורך דער אקטיאר קעיסי אפלעק וועלכער האט געווינען אן אסקער פאר זיין ראלע דא וואס איז א שטיק גאונות.

פידלער » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 6:40 pm

· #243638
א דאנק @קינד_אן_קייטפאר דיין אויסגעצייכענטע ליסט. אזוי ווי די האסט פארברייטערט די זשאנרע אביסל, וויל איך צוגעבן The Magdalene Sisters, די הארצרייסענד מעשה פון 4 וויקטיםס פון די Magdalene Asylums (Magdalene Laundries).

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Magdalene_Sisters">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Magdalene_Sisters</a>

קינד_אן_קייט » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 6:59 pm

· #243640
@פידלער, כ׳בין מסכים מיט דיין רעקעמענדאציע אויף Flash of Genius (א פארהאלטנמעסיגער פילם וואס דערציילט די געשיכטע פון ראבערט קיערנס וועלכער האט ערפינדן די ווינדשילד ווייפער׳ס פאר אויטאמאבילן און וויאזוי ער האט איינצעלנרהייט געקעמפט מיט די אויטא אינדאסטרי פאר זיינע רעכטן). ס׳האט מיר בעיקר בארירט דאס דעפיקציע פון געוועזענע באשיידנארטיגע אמעריקאנער פאמיליעס אין די 70׳ער יארן און וויאזוי אן ערפינדער קומט אויף מיט פרישע אויסטראכטונגען אפילו ווען ס׳קוקט נישט אויס ווי עס איז דא א רעאליסטישער וועג ארויס.

The Jewish Cardinal האב כ׳נישט געזעהן און ס׳זעהט אויס אינטערעסאנט, ייש״כ פאר די רעקאמאנדאציע, כ׳וועל עס מוזן אפירזוכן.

מאטי » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:26 pm

· #243643
א גרויסן דאנק @יאיר @פידלער @קינד_אן_קייט, וואו נעמט מען אזויפיל צייט... ס'איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט ערווענט א פילם וואס איז לדעתי נישט בלויז העכסט אינטערעסאנט און שאקירענד, אבער אויך א "מוז זען" פאר א יעדן אמעריקאנער סיטיזן.
Citizenfour
📎 MV5BMTc0MTM0MTA5MF5BMl5BanBnXkFtZTgwNzEwODEwMzE@._V1_SY317_CR1,0,214,317_AL_.jpg

דאס איז נישט בלויז אן אמת'ע געשיכטע, נאר אויך אמת'ע footage - טאקע שלאמפערדיג אבער זיס און אטענטיש - פון דעם וועלטס פיגור "עדווארד סנאודען" ווי אזוי ער האט געמאכט צו שפאט דעם גרעסטן סופער-פאוער אין די אויגן פון די גאנצע וועלט.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:35 pm

· #243645
א גרויסן דאנק פאר אלע וואס האבן צוגעגעבן. איך האב נאכנישט געזען flash of genius, אבער דאס דערמאנט מיר אייגנטליך פון אן ענליכער פילם Erin Brockovitch, א סינגל מוטער וואס האט סוקסעספול באקעמפט א ריזיגע גאז קאמפאני וואס האט פארסמט א גאנצער געגנט און געמאכט א שווייג. פרוי בראקאוויטש ווערט געשפילט דורך יוליען ראבערטס, וועלכע טוט א געוואלדיגע ארבעט אין נאכשפילן איר עראגאנטישע און עקשנותדיגע צוגאנג.

קינד_אן_קייט » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:47 pm

· #243647
מאטי
ס'איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט ערווענט ... Citizenfour ... פון דעם וועלטס פיגור "עדווארד סנאודען" ווי אזוי ער האט געמאכט צו שפאט דעם גרעסטן סופער-פאוער, אין די אויגן פון די גאנצע וועלט.

@מאטי, כ׳האב עס נאכנישט געזעהן ושאלה לי אליך: האסט עס געגליכן משום גברא או חפצא?

@יאיר, שוין א היפש ביסל צייט זינט כ׳האב געזעהן Erin Brockovitch, און כאטש זיי זענען ביידע ריין אמת׳ע געשיכטע׳ס איז מיר Flash of Genius פארגעקומען אלץ אביסל מער אויטענטיש (מעגליך ווייל ס׳איז נייער און עטוואס אונטערגעשפילט), ס׳איז אבער א שטארקער פילם און ראבערטס האט טאקע געוואונען אן אסקער פאר איר ראלע.

פידלער » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:27 pm

· #243658
Thank you for all these recommendations. There are about 5 films here I haven't seen yet, among them Citizen 4 and Philomena. I also just remembered that there's an excellent film, fabulously acted, called The Great Train Robbery. It was a made-for-tv BBC film and last I checked, it was available in Netflix streaming.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Great_Train_Robbery_(2013_film">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Great_ ... (2013_film</a>)



The one I watched is this 2013 version. There are a few others, but I can't vouch for those

@קינד_אן_קייט
I enjoyed The Jewish Cardinal a lot, though I think the film had potential for more. Still, it's worth watching.

yatzmachp » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:24 pm

· #243667
Eric brokovitch האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פראוד, די קאמפעניס זענען נישט שולדיג געווען

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:01 pm

· #243695
The best autobiographical film I have seen in my life is “Magic Beyond Words”. It is an exceptional film; very inspirational, deeply engrossing, and has superb acting. The film is about the life story of J K rolling the author the bestselling book series in the history of mankind (after the bible) she is the author of the Harry Potter fantasy series. It’s a very moving film and at times will bring you to the verge of tears.
📎 51lr+uXwIHL._AA160_.jpg

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:05 pm

· #243696
It’s available on amazon prime, with a different art cover.
📎 41sp6oaCRcL._PI_PJStripe-Prime-Only-500px,TopLeft,0,0_AA160_.jpg

מאטי » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:45 pm

· #243708
קינד_אן_קייט
מאטי
ס'איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט ערווענט ... Citizenfour ... פון דעם וועלטס פיגור "עדווארד סנאודען" ווי אזוי ער האט געמאכט צו שפאט דעם גרעסטן סופער-פאוער, אין די אויגן פון די גאנצע וועלט.

@מאטי, כ׳האב עס נאכנישט געזעהן ושאלה לי אליך: האסט עס געגליכן משום גברא או חפצא?


באמת פון די חפצא, דארפסט פארשטיין אז די שפילער זענען די עכטע כאראקטערן און נישט קיין פראפעסינאלע אקטארן, וואס וואלטן נאגעמאכט סנאודענ'ן בעסער ווי אים אליינס. אבער באמת בין איך יא אביסעלע נתפעל געווארן ווען סנאודען באציט זיך צו זיין מאראלישע עטיקעט הונטערגרונט וואס האט אים געדריקט ארויסצוקומען אין דער עפענטליכקייט למרות די קאנסעקווענצן.

פידלער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:01 am

· #243719
Here are a few more excellent ones

Pollock

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Pollock_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Pollock_(film</a>)

This is the story of the famous painter, Jackson Pollock. Pollock was an incredible painter who knew how to paint beautifully in traditional realistic style but turned to abstract expressionism because he felt it allowed him to better express the torment in his soul. This film depicts some of that torment, or at least how it led him to behave



The Queen

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Queen_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Queen_(film</a>)

This film depicts the story of Queen Elizabeth, particularly her public reaction to Princess Diana's death. Although the queen wasn't officially consulted in the making of this film, she expressed her approval of it.



Kinsey

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Kinsey_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Kinsey_(film</a>)

The story of Alfred Kinsey, the man who pioneered the study of sexology and himself led an untraditional life, including --for a while -- an open marriage



Milk

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Milk_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Milk_(film</a>)

The story of Harvey Milk, played brilliantly by Sean Penn (surprise, surprise). Outstanding film



The Prizewinner of Defiance, Ohio

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Prize_Winner_of_Defiance,_Ohio">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Prize_ ... ance,_Ohio</a>

Another excellent film. It tells the story of Evelyn Ryan, a mother of ten who entered jingle-writing contests and won many of them. Her husband was an alcoholic loser, though at the end he redeems himself somewhat.



Okay, I have a few more, but I'm too tired to c/p more links. Is anyone interested in seeing more? Let me know, and I'll add another few tomorrow

קינד_אן_קייט » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:25 am

· #243729
בענדזשאמין פרענקלין
The best autobiographical film I have seen in my life is “Magic Beyond Words”.

@בענדזשאמין פרענקלין, כ׳וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי דו, אבער כ׳האב עס יעצט געזעהן אדאנק דיין אנווייזונג און ס׳איז זייער א געלונגענער פילם, ווארעם און ״צום זאך״. ייש״כ פאר די רעקאמאנדאציע (קומסט מיר אויך א האלבע באקס טישוס 😎 ).

קינד_אן_קייט » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:59 am

· #243736
@פידלער, כ׳האב זיי אלע געזעהן חוץ Milk, און זיי זענען שטארקע פילמ׳ס, איינס ביי איינס.

Pollock איז זייער אינפארמאטיוו פאר וועמען ס׳אינטערעסירט Abstract Art אדער ארטיסטן בכלל, עד העריס איז זייער גוט אין די ראלע.

Kinsey איז אינטערעסאנט בעיקר צוליב זיין פארש ווערק און איר היסטארישע ביישטייערונג צום מענטשהייט, כ׳האב אבער נישט אזוי געגליכן די ׳סטייל׳ פונעם פילם. (אגב, איז די לעצטע פאר יאר דא א טעלעוויזע סעריע Masters of Sex וואס איז אויך געבויעט אויף קינזי׳ס לעבן און שאפן, אבער ס׳איז היפש דראמאטיזירט).

The Prize Winner of Defiance, Ohio האט מיר שטארק איבערגענומען, בעיקר צוליב די מוטערליכע און פאמיליע הארמאניע פון יענע תקופה וואס ווערט היינט ליידער ״א זאך פון אמאל״ (כ׳האב פאר די זעלבע סיבה געגעליכן Flash of Genius ווי אויבנדערמאנט).

The Queen איז געוואלדיג, העללען מיררען איז א נחת צו אבזערווירן אין די ראלע און זי האט געוואונען אן אסקער דערויף.

און אז מ׳רעדט פון פאליטישע ביאגראפיעס האסטו מיר דערמאנט פון נאך צוויי:

The Iron Lady
א פילם וועגן מארגארעט טאטשער, פרעמיערן פון ענגלאנד, געשפילט דורך מעריל סטריפ (איינס פון די בעסטע אמעריקאנער אקטיארן וואס האבן נאר אמאל עקזיסטירט), כ׳האב גראדע נישט מורא׳דיג געגליכן דעם פילם, מעגליך אז כ׳דארף עס איבעזעהן מיט א נייעם בליק.



Frost/Nixon
דער פילם איז הויעך אויף מיין ליסטע אלץ איינס פון די בעסטע (קאטאגאריע 3: נושא) ביאגראפישע פילמען. ס׳באהאנדעלט עטליכע אונטערוויו׳ס וואס פרעזידענט ניקסאן האט געגעבן פאר׳ן דזשורנאליסט דעוויד פראסט שוין נאכ׳ן אפשטייגן פון אמט, ס׳איז ריין היסטאריש אקוראט און ס׳גיבט אונז א טיפן בליק און פסיכאלאגישער בילד אויף זיין פערזענליכקייט. פרענק לאנגעלא, שפילט אפ ניקסאן מיט אומשאצבארע געניטקייט, און דער פילם איז סיי געשמאק (אדאנק דעם סקריפט, דירעקציע, סטייל, און גאר געלונגענע אקטיארן) און סיי באלערנד פאר וויילער, פאליטיקאנטן און פארשער פון מענטשן אין אמט (power בלע״ז). כ׳קען עס נישט גענוג רעקאמאנדירן.

קינד_אן_קייט » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:16 am

· #243738
מאטי
קינד_אן_קייט
מאטי
ס'איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט ערווענט ... Citizenfour ... פון דעם וועלטס פיגור "עדווארד סנאודען" ווי אזוי ער האט געמאכט צו שפאט דעם גרעסטן סופער-פאוער, אין די אויגן פון די גאנצע וועלט.

@מאטי, כ׳האב עס נאכנישט געזעהן ושאלה לי אליך: האסט עס געגליכן משום גברא או חפצא?

באמת פון די חפצא, דארפסט פארשטיין אז די שפילער זענען די עכטע כאראקטערן און נישט קיין פראפעסינאלע אקטארן, וואס וואלטן נאגעמאכט סנאודענ'ן בעסער ווי אים אליינס. אבער באמת בין איך יא אביסעלע נתפעל געווארן ווען סנאודען באציט זיך צו זיין מאראלישע עטיקעט הונטערגרונט וואס האט אים געדריקט ארויסצוקומען אין דער עפענטליכקייט למרות די קאנסעקווענצן.

כ׳וועל עס מוזן שטודירן (ווען ס׳ווערט עוועילעיבל אנליין) און דערגיין פארוואס אויב ס׳איז אזויווי דו זאגסט, מאי שנא און פארוואס איז עס נישט בגדר דאקאמאנטערי.

ישראל קאפקע » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:36 am

· #243739
האט איינער געזען Girl Interrupted?

אן אמת'ע געשיכטע באזירט אויף די מעמוארן פון סוזאנא קאיסען פון אירע איבערלעבענישן אין א פיסכיאטרישע אינסטוטוציע אין 1967-1968 אלס עלטערע מיידל נאכן פראבירן באגיין זעלבסטמארד.

עס איז איינע פון די מערסט רירנדע, בעסט געשפילטע פילמען וואס איך האב סיי ווען געזען.
📎 Girl,_Interrupted_Poster.jpg

פידלער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:07 am

· #243741
@קינד_אן_קייט א דאנק פאר געבן א ברייטערע אפמאלונג פון די פילםס וואס איך האב ארויפגעשטעלט. I see we have similar taste in films

Your mention of the Iron Lady reminded me of another Meryl Streep film where she plays real life character, Julia Child. Although it's pretty much impossible for Meryl Street to not be superb in a role, in this film, I wasn't completely crazy about her. Not because she gave anything less than her usual stellar performance, but because apparently, real life Julia had a sort of ho-ho-ho laugh, which Streep mimicked and which grated on my nerves

Anyhow, for anyone interested, here's the link. The film got excellent reviews
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Julie_%26_Julia">http://en.wikipedia.org/wiki/Julie_%26_Julia</a>



@ישראל קאפקע
I totally agree with your assessment of Girl Interrupted. Gorgeous film, beautifully acted

פידלער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:59 pm

· #243801
Two more films, these based on literary characters

Wilde

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Wilde_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Wilde_(film</a>)



This is the story of the wonderful poet, novelist, and playwright, Oscar Wilde, and how he acknowledged his homosexuality. Wilde is a cult figure to many poets today, particularly gay poets. His quips are memorable, often quoted and debated. Here's an example
''Between men and women there is no friendship possible. There is passion, enmity, worship, love, but no friendship.''

Howl

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Howl_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Howl_(film</a>)



Howl explores the story of poet Allen Ginsberg, the famous writer of the poem "Howl." I watched this film because I love "Howl" (the poem) and am intrigued by most of the writers of the Beat Generation, especially Ginsberg. But in truth, I wasn't crazy about this film. The writers could have done much more with the material, I felt. Still, I'm posting it here, because others' tastes might differ from mine.

קינד_אן_קייט » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:23 pm

· #243806
@פידלער, כ׳געדענק דוקא יא הנאה צו האבן פון Julia & Julia, דער אופן וויאזוי דער פילם שמעלצט צוזאם אן אמאליגער מיט א היינטיגער געשיכטע איז רירנד, מעריל איז זייער גוט אין איר ראלע אלץ טשיילד און עמי עדעמס איז אויך גאר גוט. ס׳איז א פילם וועגן עסן און א פיאנער אין קאכן וואס האט כמעט אויסגעטראפן די קאטאגאריע וואס איז היינט א מאלטי ביליאן דאללער אינדאסטרי.

אגב, איז דא א בריטישער טעלעוויזיע סעריע פון די 70׳ער יארן וואס הייסט: The Duchess of Duke Street (עוועילעבאל אויף עמעזאן אינסטענט), וואס איז באזירט אויפ׳ן לעבן פון רויזא לואיס, ס׳איז אביסל א ענליכער געשיכטע, בעיקר ביים אנהייב (ערשטע סעזאן).

@ישראל קאפקע, ייש״כ פאר די רעקעמאנדאציע פון Girl Interrupted, כ׳האב עס נאכנישט געזעהן (דער טרעילאר האט מיר דערמאנט פון The Cider House Rules, טאקע נישט ביאגראפיש אבער אן אויסגעצייכענטער דראמא פילם) אבער ס׳האט מיר דערמאנט פון נאך צוויי פילמען ווי אנגעלינא דזשאלי שפילט אפ אן אמת׳ער פערזאהן:

A Mighty Heart
די געשיכטע פונעם אידישן דזשורנאליסט דניאל פערל וואס איז פארכאפט געווארן דורך אל-קאידא אין פאקיסטאן אין די תקופה נאך 9/11. אנגעלינא שפילט דא פערל׳ס ווייב און איר צאפלענישן דורכאויס דעם קאשמאר, ס׳איז א גוטער פילם וואס האט נישט באקומען גענוג קרעדיט לדעתי.



Changeling
איז א פילם וועגן א פרוי וואס פרובירט צו דערגיין וואס האט פאסירט מיט איר געקידנעפטער זוהן, באזירט אויף די אמת׳ע געשיכטע פון קינדער פארכאפונגען אין קאליפארניע אין די 20׳ער יאר.

רוב כאראקטער׳ס זענען באזירט אויף אמת׳ע מענטשן, און סיי די דירעקציע (דורך קלינט איסטוואד וועמענ׳ס ווערק כ׳רעספעקטיר) און סיי די אקיטיארן זענען גאר גוט. אנגעלינא האט געוואונען אן אסקער פאר איר ראלע, און דזשאן מאלקאוויטש איז עפעקטיוו אין זיין ראלע אלץ דער אויסגעשפראכענער גלח וואס העלפט איר אין איר קאמף.



*

Girl Interrupted האט מיר אויך דערמאנט פון נאך א ביאגראפישער פילם וואס איז לדעתי איינס פון די שטערקסטע פילמען אין היסטאריע:

Awakenings
א פילם וועגן אליווער סאקס א נערוון מומחה וועלכער האט אנטדעקט א ווירקזאמער דראג פאר זיינע פאציענטן אין א שפיטאל אין די בראנקס. דער פילם איז נורא נוראות! און ס׳האט געוואונען מערערע אויסצייכענונגען.

ראבין וויליאמ׳ס ע״ה און בעיקר ראבערט דע נירא (וועלכער האט דא ערליך געוואונען אן אסקער) לייגן דא אראפ א מייסטער ווערק וואס איז לדעתי דאס בעסטע פון זייערע קאריערעס.

ס׳איז נישט קיין גרינגער פילם צו פארדייען, אבער אויב זענט איר אין די גיסטע פון זעהן דאס בעסטע וואס דראמא האט פארצושטעלן, גרייט אייך אן א קוואל פון טרערן און פאר אייערע הרגישים צו ווערן טאטאל איבערגענומען. דער פאקט אז די געשיכטע איז לויטער אמת, און אז דער פיין און קוראזש פון די באטרעפנדע האט זיך אפגעשפילט במציאות, גיבט בלויז צו צום שטוינענדן און קונסטליכער שפילעריי וואס שפילט זיך אפ פאר די אויגן און ממש ״ערוועקט״ די סטרונעס פונעם נפש בחוש ובהחיש.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:27 pm

· #243807
א גרויסן יישר כח, פידלער, קינד אן קייט, ישראל און בנימין. מיין טו וויש ליסטע איז שוין אנגעפילט ביז אויב, און איך בין שוין זייער עקסייטעד פאר דעם פרישן ים פון תוכנ'דיגע פילמען וואס האבן זיך אריינגעגליטשט צו מיר אין קעשענע אזוי אומבאמערקט.
די אייזערנע פרוי האט מיר גראדע שטארק איבערגענומען. קודם די היסטארישע חלק דערפון, און צווייטנס ווי אזוי אזא מאכטפולער מענטש ווערט אינגאנצן צענישט ווען מוטער נאטור גיבט איר א באהאנדלונג.

פידלער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:27 pm

· #243808
Agree completely about Awakenings. Difficult to digest but very very worth it

פידלער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:59 pm

· #243918
I just remembered one I watched years ago. It tells the story of the captured slave ship, La Amistad, and how its shrewd captives managed to overthrow their captors. If you watch this film and are interested in knowing more about this part of American history (that won't show up in our history books), you can read about it in Marcus Rediker's The Amistad Rebellion -- link below

Link to film Amistad
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Amistad_(film">http://en.wikipedia.org/wiki/Amistad_(film</a>)



Link to book
<a class="postlink" href="http://www.versobooks.com/books/1524-the-amistad-rebellion">http://www.versobooks.com/books/1524-th ... -rebellion</a>

Another excellent film: Calendar Girls
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Calendar_Girls">http://en.wikipedia.org/wiki/Calendar_Girls</a>

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:32 am

· #243996
דורכגייענדיג די אלע פילמען וואס מען האט דא אויסגערעכנט, זע איך אז נעטפליקס האט קוים געציילטע פון זיי, (Iron lady, The Great train robbery, the Jewish Cardinal the, pianist), האט עמאזאן פריים א בעסערע אויסוואל?
לויט די איצטיגע פרייזן זענען זיי בערך די זעלבע פער יאר, (איך רעד יעצט דווקא פון די אויסוואל פון פילמען, נישט פון עמאזאן פריימ'ס אנדערע בעניפיטן) וועלכע לויט זיך בעסער, אויב וויל איך נאר איינע פון די צוויי?

קינד_אן_קייט » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:53 pm

· #244183
@פידלער, Amistad האב כ׳געזעהן שוין א שטיק צייט צוריק, די געשיכטע איז אינטערעסאנט אבער כ׳גדעדענק לייענען אז ס׳איז נישט היסטאריש אויסגעהאלטן. כאטש ס׳איז דירעקטעד דורך ספילבערג האט דאס אבער נישט זיינע געווענליכע פינגער אפדרוקן און כ׳בין געווען אנטוישט פון די דירעקציע און שוואכליכע סינעמעטאגראפיע. ס׳שטעלט אבער פאר אן אויסערגעווענליכער בליק אויפ׳ן שיקזאל פון די שווארצע שקלאפן אין יענע תקופה.

דער פילם איז אנגעפולט מיט א גאנצע סטאדע ״ברענד נעים״ אקטיארן, ווצב״ש מארגען פרימאן און דזשאמאן האננאססו (באקאנט פון גלעדיעטאר), מיר האט אבער דאס מערסטע באיינדרוקט מעטיו מאקאנעהעי אין זיין ראלע אלץ יונגער אבער גאר בליציגער אדוואקאט, און ענטאני האפקינס אלץ דזשאן קווינסי עדעמס וועלכער נעמט איבער די הויפט פארטיידיגונג׳ס ראלע.

ומדי דברו בו, איז פאר עטליכע יאר צוריק געווען א מיני סעריע איבער׳ן ארגינעלן דזשאן אדאמס (דער פאטער), געשפילט דורך סופער אקטיאר פאול דזשיאמאטי. ס׳איז א מייסטער ווערק און גאר אינטערעסאנט פאר ליבהאבער פון אמעריקאנער היסטאריע.



@ישראל קאפקע, כ׳האב זיי ביידע און ביי ביידע איז קתני ומיחסרא, אבער פערזענליך טרעף איך לעצטענ׳ס מער וואס איך זוך ביי עמעזאן פריים, (נעם עס אבער נישט אן אלץ אן אינדאקאציע אויף א רעקמאנדאציע, די תקופות טוישן זיך כסדר, וכשזה עולה זה יורד, מוז מען צוקומען צו ביידע און נאך אנדערע אליבא דהילכתא).

פידלער » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:35 am

· #244223
I can't believe that none of us thought to include The Aviator! An excellent biopic, it presents the story of eccentric billionaire Howard Hughes during the period of his life when OCD pretty much took over his mind. Wonderfully acted by DeCaprio (who's generally not my favorite actor). If you haven't seen this yet, it's definitely worth it

The Aviator

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/The_Aviator_(2004_film">http://en.wikipedia.org/wiki/The_Aviator_(2004_film</a>)



I'm adding another biopic of a literary figure, the great poet Sylvia Plath. Personally, I wasn't mad about the film, but that's mainly due to my own biases (I don't really like the acting of Gwyneth Paltrow, as a rule). However, if you want to get an overall feel for Paltrow's life, her marriage, her depression, her suicide, this film'll give it to you

Sylvia

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Sylvia_(2003_film">http://en.wikipedia.org/wiki/Sylvia_(2003_film</a>)

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:20 pm

· #244394
אז דו רעדסט שוין פון דעקאפריא (וועלכער איז פון מיינע באליבטסטע אקטיארן) לאמיר דערמאנען א פילם וואס איז יעצט אוועילעבל אויף נעטפליקס און איך האלט אינמיטן וואטשן. The Wolf of Wall Street. דעקאפריא שפילט אין דעם מאווי אן אמת'ע געשיכטע איבער א קארופטירטער סטאק בראוקער וועלכער האט געמאכט זיין געלט דורך שווינדלערייען און געלעבט א פארשווענדעריש לעבן.
ווארענונג: ראטירט ר' מיט קידוש לבנה אותיות.

פידלער » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 9:36 pm

· #245544
One of my favorites! The film depicts the romance and singing careers of Johnny Cash and June Carter. Joaquin Phoenix plays Johnny and Reese Witherspoon plays June. Both are outstanding in their roles! And I actually like the Joaquin/Reese renditions of the songs even better than the original Jonny/June renditions

Walk The Line

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Walk_the_Line">http://en.wikipedia.org/wiki/Walk_the_Line</a>



The movie's soundtrack
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=MYhgfugnsUU">https://www.youtube.com/watch?v=MYhgfugnsUU</a>

מאטי » מאנטאג יאנואר 5, 2015 9:24 pm

· #246106
כאפט אריין צו זען Selma איידער ס'איז צו שפעט, טרערן גאראנטירט.

פידלער » מיטוואך יאנואר 7, 2015 9:54 am

· #246572
Argo! The story of Tony Mendez's brave rescue operation of Americans trapped in Iran during the hostage crisis. Ben Affleck is excellent, both as an actor and director. Definitely worth seeing

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Argo_(2012_film">http://en.wikipedia.org/wiki/Argo_(2012_film</a>)

הציץ ונפגע » מיטוואך אפריל 8, 2015 5:02 pm

· #264887
מאטי
כאפט אריין צו זען Selma איידער ס'איז צו שפעט, טרערן גאראנטירט.

שיינער מאווי. מער ווי טרערן האט עס מיר געברענגט כעס. עס איז א שיינער מאווי, נאר אביסל צו אויסגעצויגן. עס איז כל כולה א מארש, וויפיל קען מען שוין פארציילען דעריבער?

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 12, 2015 2:29 pm

· #265386
Re: ביאגראפישע פילמען
כהאב געוואטשט Hannah Arendt. איר טיאריע איבער אייכמאן, פלעג איך קלערן אויף אונזער געזעלשאפט. כפלעג דאס ניצען צי מאכן סענס וויאזוי עכטע פיינע מענטשען ווערן ביטער שלעכט און וויאזוי אמתע קליגע מענטשען ווערן עקסטרימלי נאריש ווען סקומט צי געזעלשאפטליכע טאפיקס.

פידלער » זונטאג אפריל 19, 2015 1:02 am

· #267258
כ'האב יעצט געענדיגט זען Oranges and Sunshine. ס'דערציילט די אומגלויבליכע מעשה פון צענדליגע טויזענטער קינדער וואס מ'האט אומלעגאל דעפארטירט פון ענגלאנד צו אוסטראליע, ווי מ'האט זיי געמאכט פאר ממש קנעכט. ס'איז שווער צוצוקוקן עטליכע חלקים פון די פילם, אבער ווערט זיך צו שטארקן. די סאבדזשעקטס פון די פילם לעבן נאך, וואס מאכט עס מער אינטערעסאנט.

פידלער » זונטאג יולי 12, 2015 11:52 pm

· #288952
אזוי ווי די אשכול האט זיך אויפגעוועקט, וויל איך צולייגן Woman in Gold. זייער שיינע פילם, געשפילט ערשט-קלאסיג דורך Helen Mirren. מ'קען עס נאך זען אין טעאטער.

פידלער » זונטאג יוני 26, 2016 2:38 am

· #339021
Amazon Prime האט יעצט Trumbo, א זייער אינטערעסאנטע bio פילם מיט גאר גוטע acting. די פילם דערציילט די געשיכטע פון דאלטאן טראמבא אין די צייט ווען ער איז געווען blacklisted.

Bryan Cranston is excellent as Trumbo, the fabulous Helen Mirren is a brilliant Hedda Hopper, and Louis C.K. has a supporting role here in which he's very good. (This is the first time I saw Louis CK in anything other than his own productions.) I recommend this film both for its excellent acting and its historical significance. Besides, it's just fun to watch.

אחד העם » זונטאג יוני 26, 2016 2:50 am

· #339024
אן אויסגעצייכענטער פילם.
טראמבא ווערט גאר גוט אראפגעשפילט, געוואלדיגע קערעקטער, די געשיכטע פון א קאמפ פאר פרייהייט פון ווארט, הגם איך האלט, אז זיי וואלטן ערגעץ וואו אינעם פילם, געמעגט אביסל מער מדגיש איבער טראמבא'ס ווערק זעלבסט, וואס זיי זענען געווען מייסטער ווערק, נישט נאר זיינע מערכות, אבער א געוואלדיג פילם.