די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7751
די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
איך טראכט שוין א לענגערע צייט צו שרייבן איבער דעם מיסטעריעזן און העכסט אינטרעסאנטן נושא: די "בלע"ז" ווערטער וואס רש"י אין זיין פירוש על התורה און אויף ש"ס ברענגט צו.
א יעדער איינער פון אונז, ווען ער לערנט דעם פירוש רש"י אויף חומש באגעגנט זיך מיט איינס אדער מערערע ווערטער וועלכע זענען געשריבן מיט לשה"ק אותיות, אבער זענען קענטיג אין אן אנדערע , מיסטעריעזע שפראך. דאס ציעט דעם נייגער פון כמעט א יעדן איינעם.
דער ענטפער אויף דעם איז, אז רש"י הק' וועלכער האט געלעבט מיט בערך 800 יאר צוריק אין פראנקרייך האט געשריבן זיין פירוש און האט אויך, אין געוויסע פלעצער צו געלייגט די מיינונג פון דעם ווארט אדער פסוק אין די תורה אויף די פראנצויזישע שפראך וואס מ'האט גערעדט אין זיין צייט.
די חוקרים און היסטארישע פארשער האבן שוין געשריבן זייער א סאך ארטיקלען און ביכער איבער דעם פענאמענאן און עמקות פון רש"י'ס פירוש על התורה. אני הקטן וויל נאר פרובירן צו ערקלערן עטליכע ווערטער וואס רש"י ברענגט, און זייער מיינונג.
נאך איין קליינע נקודה וואס איז וויכטיג צו געדענקען. די שוועריגקייט אין דעשיפרירן די בלע"ז ווערטער (דאס קען זיין איינס פון די סיבות פארוואס ס'איז פאקטיש דא זייער ווייניג ספרים וואס באשעפטיגן זיך מיט די נושא.) איז, אז רש"י האט געשריבן די ווערטער (מערסטנס אין די פראנצויזישע שפראך. א טייל אין ענגליש און אויך אין ספאניש.) מיט דעם גראמאטיק פון פראנצויזיש. נאר מיט לשה"ק אותיות. ער האט מסתמא נישט געוואלט אריינשרייבן לאטיינישע אותיות אין חומש אדער די גמרא. אבער מ'דארף קענען די שפראך כדי אפצוליינען די ווערטער. און דער ריוח פון פארשטיין די בלע"ז ווערטער איז אז מ'קען פארשטיין מיט א סאך מער עמקות די מיינונג פון דעם פסוק....!
איך וועל אנהייבן מיט א פסוק אין פ' וישב.קאפיטל ל"ח, פסוק י"ז.. ביי יהודה ווען ער האט באגעגנט תמר. "ויט אליה אל הדרך".זאגט רש"י "מדרך שהיה בה, נטה אל הדרך אשר היא (תמר) בה". "ובלשון לע"ז דשטורני"ר יעצט לאמיר זעהן דאס ווארט געשריבן מיט לאטיינישע אותיות: destourner Equivalent of detour.
זיכער. אויף מאדערנעם פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט אין פראנקרייך זאגט מען שוין ארויס דעם ווארט אנדערש. אבער אין די צייט פון רש"י האט מען עס אזוי געשריבן...!
איך וועל בלי"נ ברענגען איינס אדער מערערע ווערטער א יעדע וואך פון די פרשת השבוע וועלכע רש"י ברענגט און זיי מפרש זיין...
נאך איין ווארט וועל איך אראפברענגען פון פ' מקץ. אין פסוק ב', קפיטל מ"א. אויפ'ן פסוק "ותרעינה באחו" זאגט רש"י פי' באגם. מריש"ק בלע"ז. אויפ'ן היינטיגן פראנצויזיש זאגט מען עס א ביסל אנדערש. Marecage the equivalent of Marshland . א זומפ....!
שמעתי מהגרי"ד שלעזינגר שליט"א (א ילוד פראנקרייך) אז די אלע ווערטער וואס רש"י הק' ברענגט מיט א "ש" איז א שין שמאלית (מיט די סמך הברה)
יין שרףשמעתי מהגרי"ד שלעזינגר שליט"א (א ילוד פראנקרייך) אז די אלע ווערטער וואס רש"י הק' ברענגט מיט א "ש" איז א שין שמאלית (מיט די סמך הברה)
יא. הונדערט פראצענט ריכטיג. נאכמער. אויף די אלטע פראנצויזישע שפראך איז געווען זייער א סאך ווערטער מיט א שין שמאלית, אבער די שין איז געווען "סיילענט". מ'האט עס נישט ארויסגעזאגט. אין היינטיגן, מאדערנעם פראנצויזיש האבן זיי שוין אויסגערייניגט די מערסטע ווערטער און מ'זאגט דעם קרי און כתיב כמעט אייניג...!
צווייטע אשכול פון בערלען.
# מצוה גוררת
כוכבצווייטע אשכול פון בערלען.
# מצוה גוררת
ווען איך האב געזעהן דעם נאמען פון בעל המגיב, האביך געוואוסט אז ס'גייט קומען עפעס א באמבע...נו, ב"ה אפגעקומען מיט דעם.... 🙄
אין די ש"ס לובלין האבן זיי צום סוף (פון יעדער באנד) א מדור אדורכצוטוען די לעז"י רש"י , לויט די אמאליגע און לויט די היינטיגע פראנצויזיש
ירח בן יומואין די ש"ס לובלין האבן זיי צום סוף (פון יעדער באנד) א מדור אדורכצוטוען די לעז"י רש"י , לויט די אמאליגע און לויט די היינטיגע פראנצויזיש
יא. ס'איז שוין די לעצטע פאר יאר. ס'איז אבער כדאי אנצומערקן , לויט א טייל היסטארישע פארשער, אז די בלע"ז'ן פון רש"י על התורה, נביאים וכתובים דארט וואו רש"י האט זיי געשריבן זענען מער עמקות'דיג ווי די פירושי לע"ז על הש"ס. ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז רש"י האט אויך געשריבן עטליכע געציילטע ווערטער אין ספאניש און אויך אין ענגליש. למשל, אין אנהייב פון ספר ירמיהו איז דא א פסוק וואו דער מלאך פרעגט פון ירמיה , "מה אתה רואה" און ער ענטפערט "אני רואה סיר נפוח" זאגט רש"י אויף דעם ווארט "נפוח",
בוילינ"ק בלע"ז.וואס דאס איז זייער שטארק ענליך צו דעם ווארט
בוילינג. אויך אין מס' גיטין זאגט רש"י אויף דעם ווארט גלימא
קויט"א בלע"ז...
דער נושא איז זייער א פארצווייגטער, און ס'איז דא עטליכע הונדערט ווערטער פון רש"י סיי אויף נ"ך און סיי אויף ש"ס...!
[ציטאט אראפגענומען]
יא. איך וועל פרובירן. און מיר האפן בעזר השי"ת מצליח צו זיין.
לאמיר נעמען טאקע איינס פון די בלע"ז ווערטער פון די פארגאנגענע וואך פ' וישב. איך וועל נאר רעדן וויאזוי איך פערזענליך בין נשפע געווארן. וויאזוי מיין הבנה פון דעם גאנצן ענין פון יהודה און תמר האט זיך פילפאכיג פארגרעסערט ווען איך האב פארשטאנען דעם אפטייטש פון דעם ווארט "ויט" אליה הדרך...ווייל איך האב אויך --אזוי ווי א יעדער פון אונז --געלערנט אין חדר, די פשוט'ע טייטש פון דעם ווארט. .."און ער האט אפגענויגט"... אבער פונקטליך וויאזוי דאס איז פארגעגאנגען האב איך נישט פארשטאנען. ביז ווען איך האב געכאפט אז דאס מיינט פשוט ,צו מאכן א "דיטאור" ווער פון אונז האט דען נישט געזעהן די סיינס אויף די הייוועיס...
Detour 100 Ft...!
דער תמצית איז, אז רש"י הק' האט געברענגט אן אפטייטש פון איין ווארט אדער עטליכע ווערטער וועלכע געבן א רעאליסטישן בילד פון דעם מצב מער ווי סתם טייטשן דעם ווארט...
איך וועל ברענגען נאך איין משל כדי בעסער צו פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגען.
אין פ' ויגש (בראשית מה,ב') שטייט אין פסוק..."וישמעו מצרים. וישמע בית פרעה. זאגט דארט רש"י .."כלומר עבדיו ובני ביתו. ואין זה בית ממש...און ער ברענגט דארט א בלע"ז..[b]מישנד"ה. איז דא עטליכע אפטייטשערס פון דעם ווארט. אריינגערעכנט "ארט-סקראלל" וועלכע זאגן אז אין אלט פראנצויזיש מיינט דאס
הויז. דאס איז אבער נישט ריכטיג. ווייל פונקט אזוי ווי דו האסט מעורר געווען אז רש"י איז דא נישט געקומען פארפולן דעם תפקיד פון א דיקשיאנערי. ווער ס'איז אבער מדייק זעהט דא צוויי ווערטער.
Maison de... which is the equivalent to ...
The House of... ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאגט אויף די בריטישע בני המלוכה "די הויז פון ווינדזאר", מיינט מען נישט די פיזישע הויז. די ציגל און שטיינער. נאר ס'מיינט די אלע מענטשן וועלכע האבן א שייכות מיט די בני המלוכה....דאס וויל רש"י דא ארויסברענגען. קוק גוט אויף דעם בלע"ז וועסטו זעהן די ווערטער דארט...!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. איז לאמיר דא בארואיגן די גרויסע "ידענים" ביי עוז והדר. אז די אלע בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט אראפ, האבן גארנישט צו טון מיט די "שפה הטמאה אשר בדו הציונים מליבם"... 😂 אט די אלע ווערטער האט רש"י הק' געשריבן , מערסטנס אין פראנצויזיש, און א טייל אין ספאניש און ענגליש, כדי בעסער מסביר צו זיין פאר די מענטשן פון זיין צייט די מיינונג פון א פסוק אדער אן אביעקט פון א הלכה אין א משנה אדער די גמרא.
נ.ב.: אין די משנה ברורה בהוצאת "גרינפעלד" ברענגט ער אויך דארט אין די הקדמה אז זיי האבן "אויסגערייניגט" די אלע טייטשן פון די "שפה הטמאה אשר בדו הציונים מליבם". און צוויי שורות ווייטער ברענגט ער צוויי ריין
איווריט" ווערטער. "ביקוש" און "משרד". אזא פנים האבן זיי די אלע גרויסע קנאים. זיי זענען געווען און בלייבן גרויסע עמי הארצים...!
נקודת החבדית
נקודה החבדי"ת: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם לינק. נאר איך זאג אז אפילו דערוואקסענע מענטשן באקומען אויך א סך א טיפערע הבנה פון דעם ענין המדובר, ווען מ'ליינט ריכטיג אפ דעם טייטש פון די בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט צו...!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון. יא. ווייל איך האב געוואוינט אין א מדינה וואו מ'רעדט פראנצויזיש אויך. (חוץ אן אנדערע שפראך.(.
איך האב אויך געוואוינט אין א לאנד אין דרום אמעריקע, וואו מ'רעדט שפאניש. האב איך זיך דערלערנט די שפראך אויך. דארף מען עס אויסנוצן פאר גוטע צוועקן. דורכדעם האב איך באמערקט אז ס'איז דא "לע"ז'ן" פון רש"י אויף ספאניש אויך. און עטליכע , געציילטע אויף ענגליש אויך. איך האף אז מיר וועלן בעזר השם יתברך אנקומען צו אלע. בכלל. עטימאלאגיע (די חקר און שורש פון שפראכן) איז זייער נאנט צו מיין הארץ... איינס פון די הויפט חילוקים פון אלט פראנצויזיש און די נייע מאדערנע שפראך וואס מ'רעדט היינט איז, אז א סאך ווערטער האבן דעם זעלבן שורש. נאר מ'זאגט זיי ארויס אנדערש ווי אמאל. אויך איז דא אין אלט פראנצויזיש א סאך סיילענט לעטטערס. . וואס מ'זאגט זיי נישט ארויס. האבן די חכמי הלשון ארויסגענומען די אלע לעטטערס. לדוגמא. טאקע דעם ווארט. "דשטורניר" אליין. אפילו לויט די הברה פון די אלטע שפראך זאגט מען עס..."דעי-טורנעי". און לויט די מאדערנע הברה זאגט מען עס כמעט אזוי ווי אויף ענגליש "דעי-טור" און די אלע איבריגע אותיות באנוצט מען נישט...!
זייער אן אינטערעסאנטער אשכול, ר' בערל. יישר כח.
berlbalagulehירח בן יומואין די ש"ס לובלין האבן זיי צום סוף (פון יעדער באנד) א מדור אדורכצוטוען די לעז"י רש"י , לויט די אמאליגע און לויט די היינטיגע פראנצויזיש
יא. ס'איז שוין די לעצטע פאר יאר. ס'איז אבער כדאי אנצומערקן , לויט א טייל היסטארישע פארשער, אז די בלע"ז'ן פון רש"י על התורה, נביאים וכתובים דארט וואו רש"י האט זיי געשריבן זענען מער עמקות'דיג ווי די פירושי לע"ז על הש"ס. ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז רש"י האט אויך געשריבן עטליכע געציילטע ווערטער אין ספאניש און אויך אין ענגליש. למשל, אין אנהייב פון ספר ירמיהו איז דא א פסוק וואו דער מלאך פרעגט פון ירמיה , "מה אתה רואה" און ער ענטפערט "אני רואה סיר נפוח" זאגט רש"י אויף דעם ווארט "נפוח",
בוילינ"ק בלע"ז.וואס דאס איז זייער שטארק ענליך צו דעם ווארט
בוילינג. אויך אין מס' גיטין זאגט רש"י אויף דעם ווארט גלימא
קויט"א בלע"ז...
דער נושא איז זייער א פארצווייגטער, און ס'איז דא עטליכע הונדערט ווערטער פון רש"י סיי אויף נ"ך און סיי אויף ש"ס...!
איך בין א שוואכער קענער אין לינגוויסטיקס, אבער עס איז שווער צו גלייבן אז רש"י האט געקענט ענגליש. ענדערש איז מסתבר אז די ווערטער זענען שפעטער נתגלגל געווארן אין שפאניש און אין ענגליש, כידוע אז זיי שעפן אלע פון איין מקור, לאטייניש, מסתמא נאך פון בעפאר דעם דור הפלגה. למשל, א פשוט'ע
גוגל סוירטש זאגט מיר אז דער ענגלישער בויל איז אפשטאמיג פון אלט פראנצויזיש בוילי"ר בלע"ז, וואס קומט פון דעם לאטיינישן בוליר, וואס מיינט באבלען. ענליך דערצו פסק'נט דער גוגל הדור אויף קאוט.
און אז מ'רעדט שוין פון בלע"ז, אפשר קענסטו מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל וואס רש"י וויל יעדן מאל באזונדער מיט דעם אשטיינ"א של ימים, וואס ערשיינט בערך זיבעציג מאל אין סדר בראשית לויט מיין זכרון פון כתה ג'?
הו אה, ווער וואלט זיך געגלייבט... ר' בערל האט גאר געוואוינט אין א האלבע וועלט, און ס'גיסט זיך פון אים בקיאות בכל מקצועות התורה והמדע. און איך האב שוין געמיינט אז מיר זענען סטאק מיט הרב סופר לאורך ימים ושנים.
אגב, היינטיגע צייטן זענען אויך דא שטילע אותיות לרחצה אין פראנצויזיש. עס האט מיר געדויערט א שיינע שטיקל צייט ביז איך בין געוואויר געווארן אז Albert Camus הייסט נישט אלבערט קאמוס, נאר אלבעיר קאמוא. (מיט דעם דגוש אויפ'ן בית פון אלבערט און אויפ'ן מ' פון קאמוא).
יאיר: אויף דעם וואס דו זאגסט א סברא אז די אלע בלע"ז'ן פון רש"י וועלכע זעען אויס ווי אנדערע שפראכן, חוץ פראנצויזיש, אבער זענען אין מקור לאטייניש, וועל איך דיר ברענגען א ווארט וואס קומט מיר יעצט ארויף אין זיכרון, אן נאכקוקן. ס'איז דא א ווארט, איך מיין אין מס' שבת, וואו די שאלה איז אויב מ'מעג שפילן מיט א באלל אום שבת. זאגט רש"י אויף דעם ווארט "כדור" פלוט"א אויף ספאניש רופט מען א באללPelota.
אויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגט סעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!
יא. פארגעסן צו צושרייבן אז די לעטטער P . אז דו וועסט גוט קוקן אויף דעם "בלע"ז ווארט אין רש"י וועסטו זעהן דעם ווארט. Septienne .איז "סיילענט". מ'זאגט עס נישט ארויס
אויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגטסעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!
סעט מיינט אפשר זיבען
אבער כ'מיין רש"י זאגט ביי די שלשת ימי אפילה אויך שטיינ"א בלעז
ר' בערל, איי מאסט טעלל יו, דער אשכול איז פון די שענסטע לעצטיגע אשכולות אין שטיבל. יישר כח!!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: יא. אמת. ס'איז דא פארשידענע מיינונגען אז נישט אלע בלע"ז'ן זענען אריגינאל פון רש"י. אבער, פאקטיש איז נישטא קיין שום שפראכן קענער וואס טוט זיך אידענטיפיצירן אלס א מחבר פון די בלע"ז קאמענטארן אין די פארשידענע שפראכן חוץ פראנצויזיש...!
איחוד פעלדאויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגטסעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!
סעט מיינט אפשר זיבען
אבער כ'מיין רש"י זאגט ביי די שלשת ימי אפילה אויך שטיינ"א בלעז
איחוד פעלד: איך האב יעצט נאכגעקוקט, אין פ' בא (שמות י' , כ"ב) שטייט דארט אין פסוק "ויט משה את ידו על השמים, ויהי חושך-אפילה בכל ארץ מצרים שלושת ימים...
זאגט רש"י "שלושת ימים...
טרציינ"א וכן שבעת ימים בכל מקום...
שטיינ"א.(אויף אידיש-דייטש איז איינגערינגלט. ("דרייהייט" .
עכ"פ אויף דריי זאגט רש"י "טרציינ"א". און אויף זיבן זאגט רש"י שטיינ"א...
אויפ'ן היינטצייטיגן פראנצויזיש איז נישט דא פונקטליך אזא ווארט. נאר ענליך.
Troisiemme or
Tertiaire דאס ערשטע ווארט מיינט "די דריטע". דאס צווייטע ווארט מיינט "א דרייהייט"...!
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. יא. 100%. אויף די פעולה (קאכן און באקן) נוצט מען דאס זעלבע ווארט. ממילא איז עס א שיינער דיוק...אבער פאר די מענטשן, ווי קעכער אדער בעקער האבן זיי יא אן עקסטער ווארט. א קעכער הייסט
Cuisinier/ : און א בעקער הייסט
Boulanger. : גיי פארשטיי פארוואס דאס איז אזוי...!
אויך. א קאך הייסט.
Cuisine: און א בעקעריי הייסט.
Boulangerie :...!
די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
לכבוד ליל ששי (במקום טשולנט ביי הדר גאולה אדער דעלי 52 ) עמיר ברענגען א בלע"ז ווארט פון רש"י אין מס' שבת דף ו' ע"א וואו די גמ' רעדט פון די ארבע רשויות לגבי הוצאה מרשות לרשות אום שבת. זאגט די גמ' אז א "בקעה" וואס אונז טייטשן "טאל" האט נישט קיין דין ווי סיי וועלכע פון די ד' רשויות. זאגט רש"י "בקעה" קנפני"א בלע"ז.
ויש גורסין "שנפני"א". טייטשט דער Merriam Webster Dictionary. Campagne/ Countryside.
האב איך צו געלייגט מיין אייגענע ספעקולאציע. אז ס'קען זיין פארדעם הייסט די שאמפאניע וויין אזוי ווייל ס'קומט פון די קאנטרי. די בקעה אדער ארץ המישור...! Champagne....!
אין פ' מקץ (בראשית מא , י"ד) אויפ'ן פסוק "וירוצוהו מן הבור. זאגט רש"י פוש"י בלע"ז. טייטשט דער דיקשיאנערי. Fosse/Pit א גרוב. לכאורה וואס וויל דא רש"י מחדש זיין? נאר רש"י זאגט "וכן כל בור שבמקרא. אף אם אין בו מים...ווייל געוויינליך דאס ווארט "בור" ווערט גענוצט אויף א גרוב וואו מ'האלט וואסער. א "רעזערוואואר". זאגט רש"י אז סיי וועלכער גרוב פאר סיי וועלכן צוועק הייסט בור. און דאס קומט דער בלע"ז מרבה זיין. נישט נאר Reservoir....!
אין פסוק ט"ו, וואו פרעה זאגט פאר יוסף "ואני שמעתי עליך לאמור. תשמע חלום לפתור אותו"...
זאגט רש"י תשמע לשון הבנה ווהאזנה. אנטינדר"א בלע"ז. אויף די היינטיגע פראנצויזישע שפראך זאגט מען Entendre to understand, comprehend.
וואס וויל דא רש"י זאגן? נאר ווייל ס'שטייט אין דעם זעלבן פסוק ווי פרעה זאגט צו יוסף שמעתי עליך לאמור. תשמע חלום לפתור אותו. זאגט ער אז די צווייטע "שמועה" איז א לשון פון הבנה...!
נ.ב.: ס'איז דא נאך עטליכע ווערטער וואס רש"י ברענגט א "בלע"ז" אין די פריערדיגע פסוקים. אבער איך האב נישט געטראפן אן ענליך ווארט צו דעם אין די היינטיגע שפראך, האב איך עס נישט געברענגט...!
מיט די הייסע נייעס פון די צוויי געשאסענע פאליציי אפיצירן, וועם אינטרעסירט דען בערל בעל עגלה'ס איבערטייטשונגען פון די בלע"ז ווערטער פון רש"י?...!
אעפ"כ. וועל איך ברענגען נאך איין איבערטייטש פון א בלע"ז ווארט פון רש"י הק'. און נאכדעם 'עמיר נעמן א שטיקל ברעיק. און ווען דער עולם וועט ארויסווייזן א באנייטע אינטרעסע אין די עניינים,העמיר זיך ווידער נעמען דערצו: והנה:
אין פ' מקץ (מ"ג, ט"ז.) אויפ'ן פסוק...."כי איתי יאכלו האנשים בצהריים"...זאגט רש"י "זה מתורגם בשירותא. שהוא לשון סעודה ראשונה בלשון ארמי. ובלע"ז דיזנ"ר. ס'איז דא אן ענליך ווארט. Diner מ'זאגט ארויס דעם ווארט "דינעי" וואס מיינט צו עסן די סעודה דינער....!.אין היינטיגן פראנצויזיש איז נישטא א ווארט מיט דעם ספעללינג
berlbalagulehמיט די הייסע נייעס פון בערל בעל עגלה'ס איבערטייטשונגען פון די בלע"ז ווערטער פון רש"י, וועם אינטרעסירט דען די צוויי געשאסענע פאליציי אפיצירן?...!
יין שרףberlbalagulehמיט די הייסע נייעס פון בערל בעל עגלה'ס איבערטייטשונגען פון די בלע"ז ווערטער פון רש"י, וועם אינטרעסירט דען די צוויי געשאסענע פאליציי אפיצירן?...!
יין שרף: ייש"כ פאר דעם ונהפוך הוא. און דאס אלעס איז נאך פאר דעם "עד דלא ידע"... 😂
אינטרעסאנט אז די ווארט בטנים (אין העברעיש מיינט דאס פינאטס = אמעריקאנע ניסלעך) זאגט רש"י די וואך פישטניא"ס ענליך צום ווארט pistachios. נו בערל, וויאזוי זאגט מען עס אין אלט-פראנצויזיש?
יין שרףאינטרעסאנט אז די ווארט בטנים (אין העברעיש מיינט דאס פינאטס = אמעריקאנע ניסלעך) זאגט רש"י די וואך פישטניא"ס ענליך צום ווארט pistachios. נו בערל, וויאזוי זאגט מען עס אין אלט-פראנצויזיש?
יין שרף, קודם כל. דער בלע"ז שטייט אין מיין חומש אזוי...
פושטציא"ס מיט א "צדיק", נישט א "נון"...!
דער Merriam Webster Dictionary טייטשט עס אלס
Pistache/s...!
דער קדוש פין וואדרידזש זאגט אז דער גאנצע מקור החיות פין דייטשלאנד נעמט זיך ווייל רש"י זאגט אויף שניר אז עס טייטש שניי, ווייל אין בלע"ז איז עס שנע"י. און דאס איז אויף דייטש, און פין דעם האט דייטשלאנד א חיות פין די תורה.
זעהמיר פין דעם אז די בלע"ז אין רש"י איז גארנישט קיין פשוטע זאכען.
איחוד פעלדדער קדוש פין וואדרידזש זאגט אז דער גאנצע מקור החיות פין דייטשלאנד נעמט זיך ווייל רש"י זאגט אויף שניר אז עס טייטש שניי, ווייל אין בלע"ז איז עס שנע"י. און דאס איז אויף דייטש, און פין דעם האט דייטשלאנד א חיות פין די תורה.
זעהמיר פין דעם אז די בלע"ז אין רש"י איז גארנישט קיין פשוטע זאכען.
יא. און ס'איז נישט נאר ווייל דער קדוש פון וואודרידזש זאגט עס.
מ'דערציילט אז ביים שינאווא'ער רב זי"ע האט איינער געמאכט א סיום און ביים סוף מסכתא איז געווען א בלע"ז אין רש"י וואס ער האט אויסגעלאזט. האט איהם דער שינאווער רב געהייסן איבערזאגן. האט ער געטענה'ט אז ער האט אלעס געזאגט. האט דער שינאווער רב עים געזאגט. "ניין. דו האסט נישט געזאגט דעם בלע"ז אין רש"י. אז רש"י האט עס געשריבן דארף מען עס צו זאגן"...!
און אפילו על פי פשטות קען מען פארשטיין די וויכטיגקייט פון די בלע"ז ווערטער. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין די הקדמה צו דעם אשכול. אז מ'באקומט א סאך א קלארער בילד פון דעם טייטש ווען מ'פארשטייט דעם בלע"ז...!
און יעצט דארף.מען אנהייבען די ב"ש, צדיקים האבען געזאגט אז עס איז א גרויסע סגולה צו זאגען די בלע"ז פין רש"י, אנדערע האבען מפליג געוועהן אז עס איז מציל פין מחשבות רעות. אנדערע האבען געזאגט עס איז נאך העכער פין תרגום, ווידער די פוילישע האבען אינגאנצען נישע געמאכט קיין עסק. דער חסיד פין גרימפענשיין האט אמאהל נישט געזאגט די בלע"ז האט אים דער קאליצער געזאגט אז ווען מען זאגט די בלע"ז גנב'ט מען אוועק דער קליפת נוגה פין דער ס"מ, ולהיפוך די למבין.
איך וועל ברענגען נאך א בלע"ז פון רש"י אין פ' מקץ. : (בראשית מד', ב'). אויפ'ן פסוק "ואת גביעי, גביע הכסף... זאגט רש"י: "גביע. כוס ארוך וקורין לו
מדרינ"ש.. אויפ'ן היינטיגן פראנצויזיש איז דא אן ענליך ווארט...
Madriner מ'זאגט עס ארויס "מאדרינעי". וואס מיינט בעצם א זאך געמאכט פון האלץ. (אויף שפאניש הייסט האלץ..
Madera...לכאורה וואס וויל דא רש"י מסביר זיין? אין פסוק שטייט דאך "ואת גביעי, גביע
הכסף...!
נאר רש"י וויל דא מסביר זיין וואספארא בעכער דאס איז געווען. וואס מ'רופט היינט "Champagne Glass". וואס איז געוויינליך געמאכט פון האלץ. אבער פרעה'ס בעכער איז געווען פון זילבער...!
📎 champagne glass.jpg
אין פ' ויגש (שמות מז', ז') אויפ'ן פסוק..."ויברך יעקב את פרעה"...זאגט רש"י .."היא שאילת שלום כדרך כל הנראים לפני המלכים לפרקים...שלודי"ר בלע"ז.
אויף די היינטיגע שפראך איז דא זייער אן ענליך ווארט...Saluer...מ'זאגט עס ארויס "סאלו-עי...!
גוט יו"ט, גוט יו"ט. מיר האלטן יעצט אינמיטן פייערן דעם גרויסן יום טוב פון די שושנים פאעזיע קאנטעסט, וואוטס, והמסתעף.
איך וויל דא ח"ו נישט צושטערן אדער פארמינערן פון די שמחת החג. אבער רש"י הק' האט טראצדעם געלערנט די פ' השבוע און עס מפרש געווען. איז לאמיר מקיים זיין דעם "ושפתותיו דובבות, בקבר".
והנה: אין פ' ויחי. (בראשית מח'-ז') אויף דעם וועלט בארימטן פסוק "ואני בבואי מפדן ארם מתה עלי רחל, בעוד כברת ארץ"...
זאגט רש"י כברת ארץ..."ואומר אני, שהיה להם קצב שהיו קורין אותו כדי מחרישה אחת...קוריאדי"א בלע"ז. אין די היינטיגע פראנצויזיש איז פאראן אן ענליך ווארט...Charrue/er...אקער אייזן/צו אקערן...!
אין פ' ויחי (בראשית מט'-י"ג) זאגט רש"י אויפ'ן פסוק "וזבולון לחוף ימים ישכון"...חוף. כתרגומו ספר...מרק"א בלע"ז...אויפ'ן היינטיגן פראנצויזיש איז דא אזא ווארט. אבער ס'ווערט גענוצט אין גאנצן אן אנדערן קאנטעקסט...Marche...צו מארשירן...!
[ציטאט אראפגענומען]
די שפראך אין וועלכע רש"י האט געשריבן די
בלע"ז'ן ווערט פאררעכנט ביי לינגוויסטן אלס א באזונדערע שפראך גערופן ארגינעל
צרפתית (
Zarphatic, ארויסגעזאגט
צאָרפאַתיש אין יודיש) וועלכע האט געבליהט אינעם עלפטן יאהר-הונדערט ביי די יודן אין פראנקרייך און אין מערב דייטשלאנד.
עס איז איינע פון די פילע שפראכן וואס די יודן האבן אנטוויקלט אין לויף פון די יאהרן <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/807">viewtopic.php?f=7&t=807</a><!-- l -->, מיט יודיש און לאַדינאָו אלס די גרעסטע און מערסט פארשפרייטע. די גרעסטע מערהייט פון זיי זענען שוין נישט אינעם טאג-טעגליכן באנוץ.
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7%A8%D7%A4%D7%AA%D7%99%D7%AA_%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%99%D7%AA">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7 ... 7%99%D7%AA</a>
<a class="postlink" href="https://www.jewishvirtuallibrary.org/jsource/judaica/ejud_0002_0011_0_10461.html">https://www.jewishvirtuallibrary.org/js ... 10461.html</a>
עס איז א געמיש פון הויעך פראנצויזיש, לשה"ק, און הויעך דייטש. דאס פארענטפערט די דייטשע ווערטער אין לעזי רש"י, וואס איז נישט ווייל רש"י האט געקענט דויטש נאר ער האט געשריבן אין זיין שפראך צארפאתיש פאר די ארטיגע יודן.
טייל ווילן זאגן אז אונזער יודיש וואס רוב אשכנזים האבן שפעהטער גערעדט, האט זיך אנטוויקלט פון אט די פראנצויזישע יודיש. (ולא נראה לי, ואכמ"ל).
אן אנדערער באקאנטער גדול וואס האט גערעדט און געשריבן אין די שפראך איז רבי משה הדרשן פון וועמען רש"י ברענגט אראפ זיינע דרושים 21 מאל אין זיין פירוש - ניינצן דערפון אין זיין ערקלערונג אויף די תורה.
איך וויל אפגעבן א פערזענליכן דאנק פאר רבי בערל פאר אייערע ערקלערונגען וואס איהר שרייבט דא אויף די לעזים אין רש"י.
קרעמער1: קודם כל וויל איך דיר באדאנקען פאר ארויסווייזן אן אינטערעסע אין דעם העכסט אינטרעסאנטן אבער אונטערגעשאצטן נושא.
דאס וואס דו שרייבסט אז די בלע"ז'ן פון רש"י זענען געשריבן געווארן אין די "צארפאת'ישע"/אידישע שפראך, איז נישט דאקומענטירט, אבער גאנץ מעגליך. ווייל די געגנט וואו רש"י הק' און די מערסטע פון די בעלי התוספות האבן געוואוינט הייסט אויף אידיש עלזאס....און אויף ענגליש Alsaice/Lorraine. איבער די גאנצע געגנט זענען אייביג אנגעגאנגען מלחמות צווישן דייטשלאנד און פראנקרייך, פאר איבער טויזנט יאר. איבער דעם קענמען טרעפן אין היינטיגן דייטשלאנד נעמען פון שטעט וועלכע זענען טיילווייז פראנצויזיש, ווי למשל די שטאט "קעלן",וועלכע הייסט אויף פראנצויזיש Cologne...און אין פראנקרייך זענען דא שטעט מיט דייטש-קלינגענדיגע נעמען ווי למשל ":שטראסבורג"...Strasbourg...!
אויסער דעם האט זיך די פראנצויזישע שפראך פאר די אלגעמיינע, נישט אידישע באפעלקערונג אויך געטוישט פון די תקופה פון רש"י. אבער א סאך ווערטער זענען בעצם געבליבן די זעלבע. נאר די ספעללינג האט זיך געטוישט. ווייל די פראנצויזישע חכמי הלשון האבן ארויסגענימען זייער א סאך אומניצליכע אותיות (סיילענט לעטערס). זיי האבן אויסגערייניגט אזוי צו זאגן די שפראך. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין דעם פירוש אויפ'ן פסוק "וישמע בית פרעה" אין פ' ויגש. (ראה לעיל(...!
אויך איז דא אן אינטרעסאנטער פאקט צו באמערקן, אז אין אונזער'ן היינטיגן גערעדטן אידיש שפראך זענען דא זייער א סאך ווערטער וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש. איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין קיין אריכות, אבער איך וועל בלי"נ שרייבן איבער דעם נושא בקרוב, אי"ה. איך וועל נאר אנכאפן איין דוגמא. דאס ווארט "טשולנט" איז א קאמבינאציע פון צוויי פראנצויזישע ווערטער...Chaud-Lent...וואס מיינט אין פראנצויזיש "הייס, און שטאאט"...!. ס'זענען נאך דא צענדליגע ווערטער וואס אונז זאגן מיר ארויס און מ'כאפט נישט אז דאס שטאמט פון פראנצויזיש...! ועוד חזון למועד ...אי"ה.
berlbalagulehיין שרףberlbalagulehמיט די הייסע נייעס פון בערל בעל עגלה'ס איבערטייטשונגען פון די בלע"ז ווערטער פון רש"י, וועם אינטרעסירט דען די צוויי געשאסענע פאליציי אפיצירן?...!
יין שרף: ייש"כ פאר דעם ונהפוך הוא. און דאס אלעס איז נאך פאר דעם "עד דלא ידע"... 😂
אוי ווי נעמט מען יין שרפ'ן (ע"ה). ס'נאר בערך מיט א יאר צוריק, דעמאלס איז נאך קאווע שטיבל געווען ברום המעלה. געווען אזעלכע זיסע שרייבערס ווי יין שרף און מאטי און נאך אנדערע וועלכע האבן אריינגעפלאכטן א סאך הומאר אין זייערע זאכליכע און אינטרעסאנטע תגובות... 😞
אונגערי"ש בלע"ז
פרשת שלח אויף די פסוק ויעפילו: זאגט רש"י לשון חוזק אינג"ריש בלע"ז, עיי"ש
בערעלע מי יתנני זאלסט ממשיך זיין מיטן הערליכן און אינטרעסאנטן אשכול, איך בין מבטיח ח״י לייקס פאר די ערשטע ח״י הודעות.
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
מיש-נייעספרשת שלח אויף די פסוק ויעפילו: זאגט רש"י לשון חוזק אינג"ריש בלע"ז, עיי"ש
ס׳איז מיר א פלא אז קיינער האט עס נאך נישט געברענגט. נאר רש"י ברענגט אינגרי"ש בלע"ז ערגעץ אנדעריש אויך. ווער ווייסט ווי?
ס׳ליגט מיר אין קאפ אז דער שם משמואל (אפשר אין פרשת דברים) זאגט אז דער פראנצויזישע שפראך איז מורה אויף ניאוף, כידוע (!), און רש"י האט עס פראבירט צו דערהויבען מיט׳ן ברענגען לעז׳ן פון דארט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ישעי' נ"ו פסוק י"א, ד"ה והכלבים עזי נפש: רוצים למלאות כריסם אינגרי"ש בלע"ז. מלשון זיך אנשטאפן.
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס נישט וואס דער שם משמואל ברענגט. אבער דא ביי דעם פסוק..."ויעפילו לעלות ההרה"... איז די טייטש ..."אגרעסיע"... צו זיין אגרעסיוו...!
מיין (ליטווישע) זיידע פלעגט מיר זאגען ויעפילו לעלות - מ׳איז געפאלען ארויפצוגייען. וואס מיינט עס? זאגט רש"י לשון חוזק - ס׳איז א ליצנות - אינגרי"ש בלע"ז.
דער שם משמואל רעדט אין אלגעמיין, נישט דוקא אויף דער רש"י
אברעימלישעי' נ"ו פסוק י"א, ד"ה והכלבים עזי נפש: רוצים למלאות כריסם אינגרי"ש בלע"ז. מלשון זיך אנשטאפן.
אברעימל: איך וועלל טייטשן א ביסל אנדערש ווי דו. (במחכת"ה). דאס ווארט מיינט ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"..." דו זעהסט דאך אליין. אין פסוק שטייו..."והכלבים עזי נפש"...ד.מ. זיי זענען אגרעסיוו...! צו ווייל זיי זענען הונגעריג און זיי ווילן זיך אנזעטיגן. צו פאר אן אנדערע סיבה. אבער דאס איז די טייטש פון דעם ווארט...!
ליטוואק פון: יא. ס'איז גוט פאר א דזשאוק. מיין רבי, אין חדר האטציך אויכעט גוט אונטערגעלאכט ווען ער האט געזאגט לשון חוזק. אונגעריש בלע"ז. א ראיה אז אונגעריש איז א חוזק שפראך...!
מיין רבי, וועלכער איז טאקע געווען אן אונגארישער אפשטאמיגער האט טאקע געזאגט אנדערע בלע"ז ווערטער פון רש"י , וועלכע ער האט ברוב עם הארצותו נישט פארשטאנען. און ער האט זיך גוט צולאכט...למשל ביי דעם פסוק..."המבלי אין קברים במצרים לקחתנו למות במדבר"...איז דא א לאנגע בלע"ז רש"י. און מיין רבי האט עס אפגעליינט אויף אונגאריש און די לעצטע ווארט איז אויסגעקומען נישט א שיינע ווארט אויף אונגאריש... (באקטנ'ט) און מיין רבי האט זיך שטארק צולאכט...! די ריכטיגע אפטייטש פון דעם ווארט אויף פראנצויזיש...Fosses...פושי"ש...וואס מיינט קברים. אבער אז מ'ווייסט נישט איז ביטער...!
געוואלדיגבערעלע מי יתנני זאלסט ממשיך זיין מיטן הערליכן און אינטרעסאנטן אשכול, איך בין מבטיח ח״י לייקס פאר די ערשטע ח״י הודעות.
געוואלדיג: דו זעהסט אז איך האב דיך געפאלגט. כמו שאמרתי. אויב דער עולם וועט ארויסווייזן אינטרעסע וועל איך בלי"נ אי"ה ממשיך זיין. ווייל סוכ"ס פארלאנגט דאס א ביסל ריסוירטש. און איך וויל מיך נישט פלאגן און צום סוף רעדן צו די ווענט...!
אין די פרשה פון די וואך. פ' בא. קפיטל י' פסוק ט"ו..!
אויפ'ן פסוק...ולא נותר כל ירק בעץ ובעשב השדה...! זאגט רש"י. עלה ירוק. א גרינע בלעטל. ער ברענגט דעם בלע"ז...ווירדור"א...Verdure... אינטרעסאנט אז אויף ספאניש מיינט די ווארט מיט א קליינע שינוי במבטא, די זעלבע זאך...Verdura...!
נ.ב.: א קליינע תיקון טעות...אויף פראנצויזיש ספעללט מען עס...Verdure...In Spanish it's spelled...Verdura
אין פ' בא. קפיטל י' פסוק כ"ב.
בכל ארץ מצרים אויפ'ן פסוק..."ויהי חושך אפילה שלושת ימים"...זאגט רש"י...טרציינ"א בלע"ז. ...Tresienne/Troisienne...א דרייהייט...A unit of Three...! ... די זעלבע ווי ס'שטייט אין פסוק שבעת ימים. זאגט רש"י שטיינ"א בלע"ז...Septienne/Setienne...A unit of seven...!
נאר די פראבלעם איז, אז אין מאדערן פראנצויזיש וועלכע ווערט באנוצט היינט זענען נישט דא די 2 ווערטער. אבער אין אלט פראנצויזיש וואס מ'האט גערעדט בימי רש"י זענען די ווערטער יא געווען אין באנוץ...!
נ.ב.: א סאך ווערטער פון פראנצויזיש וועלכע מ'האט גערעדט אמאל זענען פארענדערט געווארן. ביי א טייל איז די מבטא פארענדערט געווארן. און א אנדערע טייל איז די ספעללינג אנדערש. אין א געוויסע תקופה האבן די חכמי הלשון ארויסגענומען א סאך סיילענט אותיות פון די שפראך. נאר ס'זענען נאך געבליבן גענוג ווערטער וועלכע האבן שטילע אותיות וואס מ'זאגט נישט ארויס . פונקט אזוי ווי ביי ענגליש זענען אויכעט דא ווערטער מיט סיילענט לעטטערס. וואס מ'האט אמאל יא ארויסגעזאגט...!
נ.ב.2: (איך מיין מ'האט עס שוין אמאל אויסגעשמועסט.))...רוב ווערטער פון די בלע"ז איבערטייטשונגען פון רש"י זענען געשריבן געווארן אין פראנצויזיש. נאר ס'איז דא א סאך ווערטער וועלכע זענען אין ספאניש. און אפילו אין ענגליש. אין פ' פקודי ווי ס'שטייט ביי די מנורה..."נרותיה"... זאגט רש"י לוצי"ש בלע"ז. דאס איז א ווארט קלאר אויף ספאניש...Luzes...lights...!...ווייל אויף פראנצויזיש הייסט א לאמפ/לעמפל...Lumiere...! אין די גמרא וואו די ווארט כדור ווערט דערמאנט טייטשט רש"י...פלוט"א בלע"ז...Pelota...אזוי הייסט א באלל אויף ספאניש...אדער אין מס' גיטין ביי דעם ווארט גלימא. זאגט רש"י קויט"א בלע"ז...Coat...אין אנהייב ספר ירמי' (קפיטל ב') וואו דער מלאך פרעגט ביי ירמיה ..."מה אתה רואה...אני רואה סיר נפוח...זאגט רש"י בוילינ"ק בלע"ז...Boiling...!
המשך יבוא, אי"ה
berlbalagulehאברעימלישעי' נ"ו פסוק י"א, ד"ה והכלבים עזי נפש: רוצים למלאות כריסם אינגרי"ש בלע"ז. מלשון זיך אנשטאפן.
אברעימל: איך וועלל טייטשן א ביסל אנדערש ווי דו. (במחכת"ה). דאס ווארט מיינט ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"..." דו זעהסט דאך אליין. אין פסוק שטייו..."והכלבים עזי נפש"...ד.מ. זיי זענען אגרעסיוו...! צו ווייל זיי זענען הונגעריג און זיי ווילן זיך אנזעטיגן. צו פאר אן אנדערע סיבה. אבער דאס איז די טייטש פון דעם ווארט...!
רש"י זאגט עס אויף רוצים למלאות כריסם, ועיין
כאן.
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
בבחינת ׳גרויס׳ אויף דויטש\אידיש?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די פשוט'ע טייטש אז טאקע אנשטאפן, אבער עס ווערט אפט גענוצט בלשון גנאי אלץ אן אויסדרוק אויף איינער וואס ווערט רייך אויף יענעמס חשבון, און בפשטות איז דאס רש"י'ס כוונה.
זעה
דא אפאר ביישפילן.