☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7751
בלאט: 1 2 3 4 5

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:27 pm

· #388227
אישתישבי: ייש"כ. דער ערשטער סגול. (#2) אויף די ליסט איז כנוסח סקווירא. ( מיין פעיוואריט חסידות.)

דער צווייטער סגול. (#3 אויף די ליסט) איז כנוסח סאטמאר/מונקאטש. פארוואס זאג איך מונקאטש...? ווייל כ'האב אמאל געזעהן זייער א זיסן קליפ פון די שטאט מונקאטש. פון די תלמוד תורה וויאזוי דער מלמד זאגט מיט די קינדער ברכת התורה. אויב דו האסט עס געזעהן וועסטו זיכער הנאה האבן פון דעים. דו דארפסט הערן ווי דער מלמד זאגט מיט זיי..."וצאצאינו וצאצאי צאצאינו"...! ממש אט אזוי זאגט מען ארויס דעם לעטטער אי. (אדער אן אנדער'ן וואועל/וואקאל ב'אידיש) וועלכער האט דעם היטעלע אויפ'ן קאפ...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 10:08 pm

· #388288
אין קפיטל י"ט, פסוק י"ז...ויאמר, המלט על נפשך...! זאגט רש"י המלט...אשמוצייר, בלע"ז. אין די היינטיגע שפראך איז דא אן ענליך ווארט...Emousser...= To blunt (verb). to cut out. to separate forcefully...!

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 5:04 pm

· #400766
רש"י פרשת שמיני, ד"ה מרבה רגלים. זה נדל, שרץ, שיש לו רגלים מראשו ועד זנבו לכאן ולכאן, וקורין צינטפיי"ד (י"א צינטפיד"ש).
לכאורא איז דאס א Centipede בלע"ז
centipede.jpg

יין שרף » דינסטאג מאי 1, 2018 5:19 pm

· #401130
[quote="רש"י אין פרשת תזריע"]בהק. כמין לובן, הנראה בבשר אדם אדום שקורין רוש"ו בין חברבורות אדמימותו קרויה בהק[/quote]
יין שרף
שמעתי מהגרי"ד שלעזינגר שליט"א (א ילוד פראנקרייך) אז די אלע ווערטער וואס רש"י הק' ברענגט מיט א "ש" איז א שין שמאלית (מיט די סמך הברה)

ממילא לכאורה מיינט עס די קאליר ROSE וואס מיר רופן היינט.

אדער אפשר גאר מיינט עס rouge, וויקיפידיע זאגט אז עס קומט פון French מלשון רויט.

@berlbalaguleh toute aide dans la langue??

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 2, 2018 11:44 am

· #401196
לכב' הידען הנפלא ר' יין שרף שליט"א: גם אני בחלומי. נישט אין חלום נאר בהקיץ אויך. דו ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט. דאס איז טאקע דאס ווארט וואס ווערט באנוצט אויף רויטן וויין. נאר ס'איז דא נאך א קנייטש. אין די פראנצויזישע שפראך איז דא א סיסטעם פון כמו נקודות. מיט שטרעכלעך, וועלכע ווערן געשריבן אויפ'ן אות. מערסטנס די לעטטער..."אי."...! א שטרעכל וועלכע בייגט זיך רעכטס זאגט מען ארויס אזוי ווי אן אשכנזיש'ער יודעלע זאגט ארויס א ציר"י. א שטרעכל וועלכע בייגט זיך אויף לינקס זאגט מען ארויס אזוי ווי א סגו"ל. נאכדעים איז דא א מין היטעלע וואס מ'טוט אן אויף דעם אות. דאס זאגט מען ארויס ווי א א לאנגער (דאפלטער) סגו"ל...!...דאס ווארט צו באשרייבן רויטן ווין זאגט מען ארויס..."ראוזעי"...!

יין שרף » מיטוואך מאי 2, 2018 1:52 pm

· #401212
😳 🙄 I'm blushing, נישט קיין ידען בכלל (אפשר נפלא..) סך הכל גע'גוגל'ט און געוויקי'ד..

ידעתי אז rose אין פראנקרייך רופט זיך ראזעי, אבער רוש"ו וואס רש"י ברענגט מוז בכלל נישט זיין מיטן זעלבן הברה ווי היינטיג פרענטש. ווי אויך און כמעט יעדע אלטע חומש שטייט אן אנדער לשון בלע"ז פון רש"י. אנדערע חומשים שטייט רוש"א און נאך ספעלינגס. (בכלל, לאו דוקא די ווארט).

(איך האב פארשטאנען אז מען נוצט עס מער אויף lipstick און makeup ווי אויף וויין).

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 2, 2018 2:28 pm

· #401215
'רוזש' איז פראנצויזיש פאר רויט.

יין שרף » מיטוואך מאי 2, 2018 4:06 pm

· #401225
צרעת ממארת. זאגט רש"י לשון סילון ממאיר פונינ"ט בלע"ז.
סילון ממאיר שטייט אין יחזקאל כח, כד. וְלֹא יִהְיֶה עוֹד לְבֵית יִשְׂרָאֵל סִלּוֹן מַמְאִיר וְקוֹץ מַכְאִב מִכֹּל סְבִיבֹתָם הַשָּׁאטִים אוֹתָם. און רש"י שרייבט דארט
סילון. מין קמשונים וחוחים הוא:
ממאיר. ענין הכאבה כמו צרעת ממארת (ויקרא יג) פוניינ''ט בלע''ז:
פשוט פשט מיינט עס א דארן (thorn) וואס שטעכט. אפשר מלשון point, אדער אין French א ענליך לשון pointé.

אין די אלטע נ"ך האב איך געטראפן די translation אין רש"י צו די ווארט צו poignant3.PNG. וואס אין אלטן שפראך ממינט דאס אויך שארף1.PNG

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 2, 2018 9:04 pm

· #401290
יין שרף: ייש"כ. אט דאס האביך געוואלט שרייבן. די נקודה דא איז נישט אויף דעם דארן. נאר אז ס'איז שטעכעדיג. רש"י הק' ברענגט טאקע דאס ווארט פוניינ"ט. דאס איז די זעלבע ווארט אויף ענגליש. נאר אויף פראנצויזיש זאגט מען עס אנדערש ארויס. (פוא-ניאננט)...p-oi-gnant...! The letter o and the letter i are pronounced in French...Wa- G and N are pronounced...ny...!...P-wa-ny-ont...!

וואלווי » מיטוואך מאי 15, 2019 7:12 am

· #430510
@berlbalaguleh : ביי די שווערד פון אהוד בן גרא זאגט די פסוק, ויבא גם הנצב אחר הלהב וגו' (שופטים ג' כ"ב) , און רש"י איז מפרש דארט (ד"ה הנצב) וז"ל, הוא הברזל שהשנון תחוב לתוכו שקורין הול"ט בלע"ז, ובלע"ז למ"א.

1) קען זיין אז די לשון הול"ט איז דומה צו וואס מ'זאגט אויף ענגליש hold אדער holder ? אי נמי, וואס מ' רופט ביי אונז holster ?

2) וואס איז פשט פון די ווערטער צום סוף פון רש"י, ובלע"ז למ"א ?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 15, 2019 11:00 am

· #430540
וואלווי: ייש"כ פאר ארויסווייזן אינטרעס אין די גאר אינטרעסאנטע סאבדזשעקט...(האומר דבר בשם אומרו וכו'). גוגל טרענסלעיט טייטשט ..."למ"א"... בלעיד...Blade...! שיידל/שווערד האלטער...טייטשט ער...Etui...Ay-tuee...!

מדי דברי: אויף די שפה הטמאה...לאל...עברית זאגט מען פאר אן עלעקטריקל גראונד..."הארקה"...(ha-araka) discharge....מלשון אריק חרבי...!

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 15, 2019 11:32 pm

· #430588
יין שרף
:oops: 🙄 I'm blushing, נישט קיין ידען בכלל (אפשר נפלא..) סך הכל גע'גוגל'ט און געוויקי'ד..

ידעתי אז rose אין פראנקרייך רופט זיך ראזעי, אבער רוש"ו וואס רש"י ברענגט מוז בכלל נישט זיין מיטן זעלבן הברה ווי היינטיג פרענטש. ווי אויך און כמעט יעדע אלטע חומש שטייט אן אנדער לשון בלע"ז פון רש"י. אנדערע חומשים שטייט רוש"א און נאך ספעלינגס. (בכלל, לאו דוקא די ווארט).

(איך האב פארשטאנען אז מען נוצט עס מער אויף lipstick און makeup ווי אויף וויין).

יין שרף: די ווארט ...Rouge...Le couleur Rouge...ווערט באנוצט אלס שם דבר פאר די קאליר רויט. אויך ווערט עס באנוצט פאר ליפסטיק. לאוו דווקא רויט...!

Billy » דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:47 pm

· #430638
וואלווי
@berlbalaguleh : ביי די שווערד פון אהוד בן גרא זאגט די פסוק, ויבא גם הנצב אחר הלהב וגו' (שופטים ג' כ"ב) , און רש"י איז מפרש דארט (ד"ה הנצב) וז"ל, הוא הברזל שהשנון תחוב לתוכו שקורין הול"ט בלע"ז, ובלע"ז למ"א.

1) קען זיין אז די לשון הול"ט איז דומה צו וואס מ'זאגט אויף ענגליש hold אדער holder ? אי נמי, וואס מ' רופט ביי אונז holster ?

2) וואס איז פשט פון די ווערטער צום סוף פון רש"י, ובלע"ז למ"א ?

די ווארט hilt אין ענגליש מיינט א הענטל פון א שווערד.
📎 Screenshot_20190516-174451_Dictionary.jpg

וואלווי » דינסטאג יוני 4, 2019 9:50 am

· #431576
@berlbalaguleh

ידין אפסי ארץ (שמואל-א ב' י') זאגט רש"י, שופטן ומייסרן יושטיציי"א בלע"ז.

וואס איז יושטיציי"א? און בכלל, אויף ידין פעלט דען אויס א בלע"ז? אטו כי רוכל?

סארי פאר אינטעראפטן שלא מן הענין, די שאלה דא האט גארנישט מיט איצו שגץ אדער סענדר דער דייטש...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 4, 2019 10:46 am

· #431582
?justice

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 4, 2019 11:47 am

· #431591
וואלווי
@berlbalaguleh

ידין אפסי ארץ (שמואל-א ב' י') זאגט רש"י, שופטן ומייסרן יושטיציי"א בלע"ז.

וואס איז יושטיציי"א? און בכלל, אויף ידין פעלט דען אויס א בלע"ז? אטו כי רוכל?

סארי פאר אינטעראפטן שלא מן הענין, די שאלה דא האט גארנישט מיט איצו שגץ אדער סענדר דער דייטש...

וואלווי: ייש"כ. דער פארגלייך און דער אפטייטש פון דעם בלע"ז ווארט איז זייער פשוט און אנזעהבאר. .."דזשאסטיס"...נאר דיין 2'טע , דרך אגב'דיגע שאלה איז זייער שטארק צום פאוינט. ווייל אונז דארפן וויסן א כלל אז רש"י הק' איז נישט געקומען אויספוללן דעם תפקיד פון א דיקשאנערי. ווייל דאמאלס וואלט ער געקענט מאכן א קאמפליעט דיקשאנערי אויף אלע ווערטער פון חומש. נאר רש"י האט געברענגט א ראיה פון א בלע"ז ווארט ווען מ'וואלט דאס ווארט געקענט טייטשן אויף פארשידענע וועגן...!

א ראיה האמיר פון פ' ויגש. אויפ'ן פסוק..."וישמע בית פרעה"...וואס מ'וואלט געקענט טייטשן א הויז. פון בריקס און האלץ. ברענגט רש"י דעם בלע"ז ווארט ..."מישנד"ה"...(וואס איז אייגנטליך 2 באזונדערע ווערטער) צו זאגן אז דאס מיינט נישט א הויז. נאר די מענטשן פון דעם הויז. כידוע ליודעים...!

פונקטליך וואס דער טעם וואס רש"יברענגט דא דעם בלע"ז אויף דעם פסוק, ווייסיך נישט. איך וועלל בלי"נ נאכקוקן...!

וואלווי » דינסטאג יוני 4, 2019 2:51 pm

· #431603
berlbalaguleh

פונקטליך וואס דער טעם וואס רש"יברענגט דא דעם בלע"ז אויף דעם פסוק, ווייסיך נישט. איך וועלל בלי"נ נאכקוקן...!

קען זיין אזוי. אז מ'איז מדייק אין רש"י, זעהט מען אז ער קומט נישט זאגען די עצם פירוש המילות פון ידין, ווייל דאס איז ידוע לכל בכל התורה. נאר ער קומט זאגען די פשט פון די ווארט ידין מה שנוגע למעשה. און דאס גייט ארויף אויף די אייבערשטער און זיין פעולה לויט די שירה פון חנה. דהיינו, נישט סתם ידין ווי א דיין וואס פסק'נט און גייט ווייטער, נאר די פעולה פון שופטן ומייסרן, פונקט אזוי ווי רש"י'ס לשון, וואס מיינט אז די אייבערשטער האט זיך דא אנגענומען פאר חנה. ס'איז א טיפערע באדייט אין דין, ד.ה. די המשך פון דין, און דאס הייסט יושטיציי"א, justice.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 5, 2019 3:32 am

· #431648
וואלווי: ייש"כ. לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין דיינע ווערטער...!

ס'איז פארהאן צוויי ערליי דעפינישנס פאר ..."דזשאסטיס"...גערעכטיגקייט. ווען 2 מענטשן האבן א טענה איינער צום אנדערן. און מ'קומט פאר א דזשאדזש. און מ'ווארט צו הערן וואס דער פסק הדין וועט זיין. נאכדעם איז פארהאן א דעפינישן פאר דזשאסטיס/גערעכטיגקייט. ווען איינער באגייט א פארברעכן, למשל. און מ'ווייסט פאראויס וואס דער פסק הדין וועט זיין. דער דזשאדזש וועט איהם באשטראפן מיט זייער א הארבע שטראף...! אט דאס בעטן מיר ביי השי"ת..."ידין בגויים"... ער זאלל באשטראפן די גויים וועלכע האבן געפייניגט די אידן אלע יארן פון גלות...!

וואלווי » מיטוואך יוני 5, 2019 1:23 pm

· #431659

בעצם איז עס איין דעפינישאן, משפט צדק. ביי א קליינע גניבה איז אויך justice אז דער גונב זאל באצאלן פאר די נגנב. די זעלבע זאך איז, אז סוף כל סוף וועט די אייבערשטער אפצאלן די אומות המשתעבדים בישראל יותר מדי, דהיינו משפט צדק. די נפק"מ איז נאר, אז ביי די קליינע גניבה אינטערסירט נישט פאר קיינעם אויפ'ן גאס, אבער לעתיד וועט זיין די justice מפורסם בכל העולם כולו.

וואלווי » מיטוואך יוני 5, 2019 1:32 pm

· #431660
-

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 12, 2019 12:05 am

· #431830
אין פ' במדבר קפיטל ב' פסוק י"ז:...כאשר יחנו כן יסעו. איש על ידו לדגליהם...זאגט רש"י..."על מקומו. ואין לשון יד זז ממשמעו. רוח של צידו קרוי ..."על ידו"...! הסמוכה לו לכל הושטת ידו...! אינשו"ן איש"א בלע"ז......! איך האב נישט געטראפן אן ענליך ווארט פאר ..."זייט"... אין די היינטיגע שפראך... היינט נוצט מען דעם ווארט ..."קאו-טעי"...פאר דעם ווארט זייט.!
En Son Cote...צו זיין זייט...!

Billy » דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:14 pm

· #431947
berlbalaguleh
אין פ' במדבר קפיטל ב' פסוק י"ז:...כאשר יחנו כן יסעו. איש על ידו לדגליהם...זאגט רש"י..."על מקומו. ואין לשון יד זז ממשמעו. רוח של צידו קרוי ..."על ידו"...! הסמוכה לו לכל הושטת ידו...! אינשו"ן איש"א בלע"ז......! איך האב נישט געטראפן אן ענליך ווארט פאר ..."זייט"... אין די היינטיגע שפראך... היינט נוצט מען דעם ווארט ..."קאו-טעי"...פאר דעם ווארט זייט.!
En Son Cote...צו זיין זייט...!

איך בין נישט קיין מומחה אין פראנצויזיש, אבער די ווארט ici מיינט "דא", ענדליך צו די ספאנישע aquí. קען זיין אז איש"א מיינט דא? אינשו"ן מיינט טאקע "אין זיין/איר". קען זיין אפשר מ'קען אייזעצן בדוחק גדול "אין זיין/איר דא"? ווי איינער וואלט געזאגט "אין זיינע דלת אמות"?

Billy » דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:28 pm

· #431949
berlbalaguleh
אין פ' במדבר קפיטל ב' פסוק י"ז:...כאשר יחנו כן יסעו. איש על ידו לדגליהם...זאגט רש"י..."על מקומו. ואין לשון יד זז ממשמעו. רוח של צידו קרוי ..."על ידו"...! הסמוכה לו לכל הושטת ידו...! אינשו"ן איש"א בלע"ז......! איך האב נישט געטראפן אן ענליך ווארט פאר ..."זייט"... אין די היינטיגע שפראך... היינט נוצט מען דעם ווארט ..."קאו-טעי"...פאר דעם ווארט זייט.!
En Son Cote...צו זיין זייט...!

כ'האב געגריבלט אביסל און געפינען אז דער ענגליש ווארט ease און די פראנצויזיש ווארט aise האבן איין מקור וואס מיינט גרינגערהייט. אין אלט-פראנצויזיש האט aise - אדער איש"א - זיך אויך באצויגן צו אן עלנבויגן! איז ווען רש"י זאגט אינשו"ן איש"א מיינט ער "ביי דיין עלנבויגן".

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 13, 2019 9:27 pm

· #431957
ביללי: ייש"כ. דיין 2'טער פשט איז מעגליך קרוב לאמת. און ס'לייגט זיך אויפ'ן שכל. נאר א סאך ווערטער זענען אין משך פון יארן (800 יאר+) פארענדערט געווארן. און פון די אנדערע זייט זענען א סאך ווערטער וואס רש"י האט גענוצט אין זיין פירוש פונקט אזוי אקטועל אין די היינטיגע פראנצויזיש. למשל די בלע"ז אין פ' ויגש. וואו ס'שטייט..."וישמע בית פרעה"...כי באו אחי יוסף. זאגט רש"י אין זה בית ממש. אלא אנשי ביתו. און ער ברענגט דעם בלע"ז...מישנד"ה...א טייל אזוי-גערופענע מפרשים זאגן אז דאס איז א ווארט אין אלט-פראנצויזיש פאר א הויז. דאס איז נישט ריכטיג. נאר דאס איז א היינטיג-באנוצטע סענטענס פון 2 ווערטער...Maison De...! The House of...!

berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2019 9:15 pm

· #432006
אין פ' בהעלותך. קפיטל ח' פסוק ד':וזה מעשה המנורה ...מקשה...זהב.!זאגט רש"י מקשה, בטדי"ץ בלע"ז...!

אין די היינטיגע באנוצטע שפראך איז נישט דא אזא אדער ענליך ווארט. ס'איז דא א ווארט...Battre...אבער דאס איז ענדערש א ווארט באנוצט אין קאמף. די נאנטסטע ווארט צו ..."מקשה"...געקלאפט איז ...Frapper... (Frah-pay)...!

וואלווי » זונטאג יוני 16, 2019 11:21 pm

· #432011
bat·ter1
/ˈbadər/
verb
strike repeatedly with hard blows.
"a prisoner was battered to death with a table leg"

און א סטארבאקס פראפטשינא...

frap·pé1
/fraˈpā/
adjective
1.
(of a drink) iced or chilled.
"a crème de menthe frappé"
noun
1.
a drink served with ice or frozen to a slushy consistency.

וואלווי » זונטאג יוני 16, 2019 11:25 pm

· #432012
Batter אלס א לשון פאר צוקלאפטע אייער (חפצא) איז נישט מדרכי במלחמה..

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 17, 2019 2:12 am

· #432018
וואלווי: דו רעדסט דא פון צוויי אנדערע שפראכן. ענגליש און פראנצויזיש. אויך, ווערן די ווערטער אנדערש ארויסגעזאגט. די ענגלישע ווארט פאר צוקלאפטע אייער זאגט מען ארויס...בעט-טער...און די פראנצויזישע ווארט זאגט מען...(א)-באט-טעי...!
Batter (English) vs. (a) Batter (French) (Bat-tay)...!

וואלווי » מאנטאג יוני 24, 2019 7:23 am

· #432235
שמואל א' - ט' ה'
פן יחדל אבי מן האתונות ודאג לנו. זאגט רש"י אויף ודאג, איטוביטאר"ה בלעז.
ווייטער אין פרק י' פסוק ב' שטייט, ודאג לכם לאמר, און רש"י זאגט אויף דעם, כל לשון דאגה לשון יראה דושטי"ר בלעז.

קודם, דארף מען וויסען וואס די דעפענישען פון די צוויי לעזען.
דערנאך דארף מען פארשטיין די צוויי אנדערע לועזים וואס גייט ארויף אויף די זעלבע ווארט כנראה. הגם, רש"י וויל זאגען צוויי זאכען, דאס הייסט, דאגה און יראה, אבער דאך אלס א כלל פון דער ווארט דאגה אזוי ווי ער אליינס זאגט וואלט ביידע געדארפט זיין די זעלבע.

יורנו המורה

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 12:49 pm

· #432254
וואלווי: צוערשט. די שאלה פארוואס רש"י זאגט 2 אנדערע דעפינישנס אויפ'ן זעלבן ווארט. (דארט אין שמואל ה) איז זייער פשוט. ווייל די מיינונג איז דאך די זעלבע. פונקט אזוי ווי אין ענגליש נוצט מען מערערע לשונות פאר די זעלבע מיינונג...ווי למשל...Worry or Concern...!

איבער די טייטש פון די בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט אראפ. האביך געטשעקט. ס'איז נישט דא אזעלכע ווערטער אין היינטיגן באנוץ. כ'האב אויך געטשעקט אין די שכינות'דיגע שפראכן. (ספאניש און קאטאלאן. וואס מ'רעדט אין קאטאלאניע. א געגנט פון שפאניע.)...!

אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך הייסט דאגה...Preoccupation or Inquieter... (מיט די צייריי שטרעכעלעך). און פחד הייסט...Peur...פעור...!

וואלווי » מאנטאג יוני 24, 2019 4:25 pm

· #432272
ייש"כ.

בעצם איז מיין קשיא נישט אויף צוויי לשונות פון די זעלבע זאך, נאר פארוואס ער טוישט די לשון צווישען די צוויי זעלבע ווערטער, די ערשטע מאל דאגה אליינס, און די צווייטע מאל דאגה זאגט ער אז דאגה איז לשון יראה, און פאר דעם (יראה) האט ער א צוויטע טייטש.
בקיצור, אויב לייגט ער אוועק א כלל אויף די לשון דאגה, דעמאלטס די ערשטע מאל וואלט אויך געדארפט זיין דער כלל, מיט די זעלבע טייטש.

יראה איז afraid = פארכט
פחד איז scare = דערשראקען

דאגה איז מער דומה צו concern, ווייל דאגה קען זיין אפי' בדרך כלל, אז א מענטש טראגט די דאגה פון פרנסה.
כדאמרי אינשי to whom it may concern

Worry איז מער פאר א סיבה פון זארג, אז עפעס וואס טויג נישט קען געשעהן

וואלווי » מאנטאג יוני 24, 2019 4:31 pm

· #432274
נאך א נקודה, אפילו ס'איז דא אין שפראכן עטליכע ווערטער וואס מיינען די זעלבע זאך, דאך, זענען זיי נישט די זעלבע זאך, ווייל מ'נוצט זיי אין אנדערע context.

מ'קען עס זען אין א thesaurus. אז אפילו די זעלבע מיינענדיגע ווערטער אויף איין ליסטע, האט א יעדער פאר זיך אויך אן אנדערע גרופע ווי ער באלאנגט. און דע צוויי גרופעס זענען שוין צוויי אנדערע מיינונגען.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 10:57 pm

· #432290
וואלווי
ייש"כ.

בעצם איז מיין קשיא נישט אויף צוויי לשונות פון די זעלבע זאך, נאר פארוואס ער טוישט די לשון צווישען די צוויי זעלבע ווערטער, די ערשטע מאל דאגה אליינס, און די צווייטע מאל דאגה זאגט ער אז דאגה איז לשון יראה, און פאר דעם (יראה) האט ער א צוויטע טייטש.
בקיצור, אויב לייגט ער אוועק א כלל אויף די לשון דאגה, דעמאלטס די ערשטע מאל וואלט אויך געדארפט זיין דער כלל, מיט די זעלבע טייטש.

יראה איז afraid = פארכט
פחד איז scare = דערשראקען

דאגה איז מער דומה צו concern, ווייל דאגה קען זיין אפי' בדרך כלל, אז א מענטש טראגט די דאגה פון פרנסה.
כדאמרי אינשי to whom it may concern

Worry איז מער פאר א סיבה פון זארג, אז עפעס וואס טויג נישט קען געשעהן

וואלווי: ויש ליישב. אפשר פאר דעם טאקע נוצט רש"י ביידע לשונות. כדי צו ווייזן אז די דאגה דא קומט פון יראה. נישט די סטענדערד דאגה איבער טאג טעגליכע זאכן...!

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2019 10:33 pm

· #432475
אונז האמיר געוואוסט אז רש"י הק' האט געשריבן זיינע בלע"ז פירושים בד"כ אין 3 שפראכן. די מערסטע ווערטער האט ער איבערגעטייטשט אויף פראנצויזיש. (די שפראך וואס מ'האט גערעדט אין עלזאס. וואו רש"י האט געוואוינט). אויך אין ספאניש. און ענגליש. (א מיעוטא ד'מיעוטא). אבער איך האב נעכטן געזעהן א חידוש. אז רש"י טייטשט אפ א ווארט אויך אויף רוסיש...!

אין נ"ך. מלכים א-א'ז'. ס'שטייט אין פסוק וואו מ'האט געבויעט דעם ביהמ"ק..."והבית בהיבנותו אבן שלימה מסע נבנה. ומקבות והגרזן כל כלי ברזל לא נשמע בבית בהיבנותו"... זאגט רש"י ומקבות. דלוט"א בלשון רוסיא...!

אויף רוסיש הייסט א טשיזל...Do-Lo-To...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:21 am

· #483763
די פארגאנגענע וואך פ' וירא שטייט אין חומש (קפיטל י"ט' פסוק ט') וואו די אנשי סדום האבן גערעדט צו לוט און זיי האבן געזאגט צו איהם..."גש הלאה"...זאגט רש"י טריט"י דינו"ש, בלע"ז. מיין אונגערישער רבי אין חדר וואלט געזאגט אז מ'רעדט דא פון א טריעט פון א דעניש. אבער רש"י ווילל דא גאר עפעס אנדערש זאגן ...Traite des nous...טרעט אפ. גיי אוועק פון אונז ..

באמערקונג: רש"י. אדער די מענטשן וועלכע האבן איבער געשריבן די כתבים פון רש"י שרייבן א סאך מאל, 2 אדער מער ווערטער אן קיין ספעיסינג. און ס'זעהט אויס ווי איין ווארט.

ועיין עוד בפ' ויגש רש"י...מישנד"ה בלע"ז. ס'איז עכט 2 ווערטער...Maison de...! The house of...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 3:17 am

· #483772
berlbalaguleh
וואלווי: דו רעדסט דא פון צוויי אנדערע שפראכן. ענגליש און פראנצויזיש. אויך, ווערן די ווערטער אנדערש ארויסגעזאגט. די ענגלישע ווארט פאר צוקלאפטע אייער זאגט מען ארויס...בעט-טער...און די פראנצויזישע ווארט זאגט מען...(א)-באט-טעי...!
Batter (English) vs. (a) Batter (French) (Bat-tay)...!

ועוד יש להוסיף. אז אין פראנצויזיש זאגט מען פאר א..."שם דבר"...(a) Batter (Battay) ...און לשון ציווי...(צו טון. דו זאלסט טון)...Battez (Battay) (vous)...!

קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:03 pm

· #483786
הער שפראכמייסטער בערלבעלעגלה: וואס מיינט שיפו"ר פלינצ"ה דנו"ן פוש"ש? (כ'געדעינק נישט די ספעלינג אזוי גיט, אבער כ'בין זיכער די ווייסט פון וואס כ'רעד).

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:24 pm

· #483807
וואלווי
Batter אלס א לשון פאר צוקלאפטע אייער (חפצא) איז נישט מדרכי במלחמה..

וואלווי: דו דארפסט דאס זאגן בלשון בתמיה...?!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:35 pm

· #483808
קהל'ס נער
הער שפראכמייסטער בערלבעלעגלה: וואס מיינט שיפו"ר פלינצ"ה דנו"ן פוש"ש? (כ'געדעינק נישט די ספעלינג אזוי גיט, אבער כ'בין זיכער די ווייסט פון וואס כ'רעד).

קהל'ס נער: ייש"כ. איך וועלל יעצט נאר שרייבן פון זיכרון. דאס פאריגע מאל איך האב געדרשנ'ט איבער דעם פסוק האביך נאכגעקוקט (רעפערענס'ד) א יעדעס ווארט...והנה. אין רש"י (פ' בא) שטייט...שיפו"ר פלינצס"א דינו"ן פושי"ש בלע"ז. (איך ווילל נישט זאגן וויאזוי מיין )אונגעריש אפשטאמיגער רבי האט עס אפגעליינט,און זיך גוט צולאכט. ווייל אין אונגאריש מיינט עס עפעס פאני.). אבער די טרענסלעישן גייט (בערך) אזוי...Si pour faillainsa de non fosses...! דאס איז ממש א ווארט פאר ווארט טרענסלעישן פון די ווערטער פון רש"י הק'
אויפ'ן פסוק... המבלי אין קברים במצרים...וכו'...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:59 pm

· #483810
קהל'ס נער: נאך א באמערקונג. איינס פון די שוועריגקייטן איבערצוטייטשן און פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' נעמט זיך פון דעם פאקט אז רש"י האט געשריבן די ווערטער אויף די פראנצויזישע שפראך מיט דעם גראמאטיק (דיקדוק) פון פראנצויזיש. נאר מיט די אותיות פון לשה"ק. ווייל ער האט נישט געוואלט אריינלייגן גוי'אישע ווערטער אין די תוה"ק. (דערפאר רופט מען איהם רש"י הק'). נאר אונז מיינען און ליינען דאס אפ אלס לשה"ק ווערטער...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 10:15 pm

· #483884
אין פ' חיי שרה. (ס'איז דא א סאך ..."פרומאקעס"...אזוי ווי א געוויסער ..."אייניקל"...וואס זאגן אדער שרייבן נישט דאס ווארט שרה. נאר חיי. אויך צוליעב זייערע פערזענליכע מיחושים אדער מחלות, ל"ע.) קפיטל כ"ד' פסוק י"ד' שטייט ..."אתה הוכחת לאדוני ליצחק"...זאגט רש"י ..."הוכחת"..."אפרובישט" בלע"ז.וואס מיינט ..."דו האסט באשטעטיגט"...מסכים געווען!

אין די היינטיגע פראנצויזיש (לעומת וויאזוי מ'האט גערעדט אין רש"י'ס צייטן) איז דא אן ענליך ווארט..."Approve"...(Appro-vay)...מיט א ציר"י שטרעכעלע אויפ'ן ..."אי"...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:20 pm

· #484126
דאס איז נישט קיין בלע"ז. אבער א שיין ווארט פון בעל הטורים. אין סוף פ' חיי שרה שטייט אויף ישמעאל..."על פני כל אחיו נפל"... און גלייך נאכדעים שטייט ..."ואלה תולדות יצחק בן אברהם"... זאגט דער בעל הטורים...פארוואס שטייט נישט אויף ישמעאל מת...? ווייל באחרית הימים וועט ישמעאל (די בני ישמעאל) פלוצלינג אראפפאללן. (אזוי ווי די גמ' זאגט אז מ'וועט זיך ווינדערן פארוואס אונז האמיר מורא געהאט פון זיי. זיי זענען דאך בטל ומבוטל.) און נאכדעים וועט משיח קומען צו די קינדער פון יצחק אבינו בן אברהם אבינו...!

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 7, 2022 11:25 pm

· #513506
berlbalaguleh
דאס איז נישט קיין בלע"ז. אבער א שיין ווארט פון בעל הטורים. אין סוף פ' חיי שרה שטייט אויף ישמעאל..."על פני כל אחיו נפל"... און גלייך נאכדעים שטייט ..."ואלה תולדות יצחק בן אברהם"... זאגט דער בעל הטורים...פארוואס שטייט נישט אויף ישמעאל מת...? ווייל באחרית הימים וועט ישמעאל (די בני ישמעאל) פלוצלינג אראפפאללן. (אזוי ווי די גמ' זאגט אז מ'וועט זיך ווינדערן פארוואס אונז האמיר מורא געהאט פון זיי. זיי זענען דאך בטל ומבוטל.) און נאכדעים וועט משיח קומען צו די קינדער פון יצחק אבינו בן אברהם אבינו...!
עס איז א מדרש

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 2:14 am

· #513512
berlbalaguleh
קהל'ס נער: נאך א באמערקונג. איינס פון די שוועריגקייטן איבערצוטייטשן און פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' נעמט זיך פון דעם פאקט אז רש"י האט געשריבן די ווערטער אויף די פראנצויזישע שפראך מיט דעם גראמאטיק (דיקדוק) פון פראנצויזיש. נאר מיט די אותיות פון לשה"ק. ווייל ער האט נישט געוואלט אריינלייגן גוי'אישע ווערטער אין די תוה"ק. (דערפאר רופט מען איהם רש"י הק'). נאר אונז מיינען און ליינען דאס אפ אלס לשה"ק ווערטער...!
איך מיין אז איך האב שוין אמאל געשריבן דא אין קאווע שטיבל איבער די נושא.

די שוין באקאנטע ארטסקראל/ארטסקרול פאבלישינג ארג. וועלכע האבן שוין אויפגעטון גרויסע זאכן מיט איבערטייטשן און מפרש זיין ש"ס בבלי וירושלמי און אלע תפילות אין די ענגלישע שפראך. אויך די ארטסקרול חומשים. וועלכע פארקויפן זיך פאר זייער א העפטיגן פרייז.

איז אבער דא א שטיקל שווינדל ביי דעם. איך האב פונקט אויפגעמישט דעם חומש אין פ' ויגש וואו די תורה פארציילט אונז אז דאס הויזגעזינט פון פרעה (די שטוב מענטשן) האבן געהערט אז די ברודערס פון יוסף זענען געקומען קיין מצרים. זאגט רש"י..." אין זה בית ממש.". און רש"י ווארפט דארט אריין א בלע"ז ווארט..."מישנדה"...זאגט דער (הייליגער) ארטסקראלל..."אז אין אלט פראנצויזיש רופט מען א הויז מישנד"ה.

ווער ס'פארשטייט א ביסל פראנצויזיש (פון היינט) ווייסט אז דאס איז גערעדט...קינדעריש...! ווייל אין די היינטיגע פראנצויזשע שפראך ליינט מען דאס אפ ווי 2 באזונדערע ווערטער...Maison De...דאס איז ווי גלייך מ'זאגט אין ענגליש...The house of...אט דאס וויל רש"י זאגן אז נישט דאס הויז. פי' די ציגל און שטיינער. נאר די מענטשן פון דעם הויז...!

וואס זיי וואלטן געדארפט צו טון איז נעמען א מענטש וועלכער רעדט די שפראך און ער זאלל שרייבן דעם פירוש. נישט פארקויפן זייערע אייגענע בויך סברות.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 5:44 am

· #513513
old French maisniede English all the inmates of a house.
דאס איז פין דער מאדערנע איבערזעצונג.

ארטסקרול גנב'ט פין זיי.

זיי האבן אדורך געטוהן אלטע פראצויזיש.

זעהט אויס, אז אויף אלט פראנצויזיש מיינט עס די מענטשן פין דער הויז.

עס איז טאקע מסתבר ווי דו זאגסט, אז עס מיינט נישט דער הויז, ווייל דעמאלטס זאגט רש"י גארנישט מיט דער בלעז.

אין פסוק טז זאגט רש"י
והקול נשמע בית פרעה – כמו: בבית פרעה, וזהו לשון בַיִת ממש.
און די מפרשים מוטשען זיך וואס דער חילוק איז.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 7:29 pm

· #513539
היסטאריע: אט דאס איז די נקודה.

נאר אויב דו קענסט רעדן און פארשטיין די פראנצויזישע שפראך וואס מ'רעדט היינט אין פראנקרייך וועסטו פארשטיין אז דער בלע"ז ווארט האט א פשט לויט דעם אויך...! כמו שאמרתי.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 9, 2022 12:14 am

· #513563
אין די פרשה פון די וואך, וישלח (בראשית לג) פסוק י'. דאס ווארט ותרצני. זאגט רש"י אפיצומנ"ט בלע"ז. אין פראנצויזיש שרייבט מען עס...Apiesement...Also in English...Appeasement...!
דאס מיינט איבערבעטן.

אין פסוק יא. (ווען יעקב האט געזאגט צו עשיו)...קח נא את "ברכתי". זאגט רש"י שלודא"ר בלע"ז...Saludar...דאס איז שוין ענדערש אין ספאניש. (Spanish)...באגריסן. ווייל רש"י האט מפרש געווען ווערטער אין עטליכע שפראכן. בעיקר אין פראנצויזיש. אבער אויך אין ספאניש און ענגליש. ס'זענען דא א סאך ווערטער אין נ"ך און אין די גמ' וואס רש"י טייטשט איבער אויף ענגליש. אין די גמ' אין מס' גיטין. אויף דעם ווארט "גלימא"...זאגט רש"י קוט"א בלע"ז. אויך אין אנהייב פון ספר ירמיה ווען דער מלאך פרעגט ביי ירמיהו הנביא..."מה אתה רואה. אני רואה סיר נפוח. זאגט רש"י בוילינ"ק בלע"ז. כ'מיין אין מס' שבת וואו די גמ' רעדט אויב מ'מעג שפילן מיט א באלל אום שבת (אין רה"ר?). זאגט רש"י...פלוט"א בלע"ז...Pelota...א באלל. אין ספאניש.

אויב מ'קען אפטייטשן די בלע"ז ווערטער פון רש"י פארשטייט מען דעם פשט אין פסוק אדער אין די גמ' מיט א שטארקע קלארקייט...!

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 2:38 am

· #513609
berlbalaguleh
אין די פרשה פון די וואך, וישלח (בראשית לג) פסוק י'. דאס ווארט ותרצני. זאגט רש"י אפיצומנ"ט בלע"ז. אין פראנצויזיש שרייבט מען עס...Apiesement...Also in English...Appeasement...!
דאס מיינט איבערבעטן.
זייער אינטערעסאנט.
איך האב נאכגעקוקט אין די המאור חומש, האבן זיי געטוישט די בלע"ז אין דעם רש"י. האבן זיי עפעס מקורות אויף זייערע שינוים אדער איז עס סתם א טעות?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 7:31 pm

· #513635
שמעון וואלף: איך ווייס נישט וואספארא מקורות דער המאור חומש האט געניצט. ס'איז מעגליך אז זיי האבן יא געהאט עפעס גוטע מקורות. ווייל אין די בלע"ז ווערטער אליין זענען א סאך מאל דא מערערע גירסאות. ממילא קען דאס טוישן די טייטש פון דעם ווארט.

מיין וועג פון נאכזוכן דעם פירוש פון די בלע"ז ווערטער איז, אויסער וואס איך קען דאס ווארט אין פראנצויזיש קוק איך נאך די טייטש אין א דיקשאנערי. אויך אין גוגל טרענסלעיט.

די הויפט שוועריגקייט איז צו קענען אפליינען דעם בלע"ז ווארט אזוי ווי רש"י האט עס געשריבן. און טרעפן דעם ווארט אין די היינטיגע שפראך. ווייל פראנצויזיש האט זיך גאנץ שטארק געטוישט אין משך פון די יארן. אין די פראנצויזישע שפראך זענען דא זייער א סאך "סיילענט" לעטטערס. וואס מ'שרייבט אבער מ'זאגט עס נישט ארויס. ס'איז געווען א סאך מער. נאר די שפראכקענערס האבן ארויס גענימען א סאך פון די שטילע לעטטערס און געטוישט די ספעללינג פון דעם ווארט.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:38 pm

· #513718
איחוד פעלד
אויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגטסעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!

סעט מיינט אפשר זיבען

אבער כ'מיין רש"י זאגט ביי די שלשת ימי אפילה אויך שטיינ"א בלעז
איחוד פעלד: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. זאלסטו לעבן ביז 120 לאורך ימים ונשים). אויב דו וועסט (גוט) מדייק זיין וועסטו באמערקן אז אויף דעם ווארט שלשת ימים זאגט רש"י טרציינ"א. דאס ליינט זיך אויף אלט פראנצויזיש...Troisienne...(tru-ah-zienne)...!
ווייל איינער א חכם (א הויפט שרייבער אין בלאט און א גרויסער הוגה דיעות אין סאטמאר) האט געשריבן נישט לאנג צוריק אז שטיינ"א של ימים מיינט א שטיין פון טעג. האביך איהם געוואלט זאגן אז ניין. ס'זענען געווען 2 שוועסטערס. איינע האט געהייסן שטיינ"א און די צווייטע האט געהייסן טרציינ"א. שטיינע און טערציינע...!
בלאט: 1 2 3 4 5