נאר נישט וויינען, נאר נייייישט וויינען. .
די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7751
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalagulehר' בערל זייט כ'האב אנגעהויבן נאכגיין אייער אשכול בין איך מיך מחי', יעדן טאג ווען כ'לערן מיינע שיעורים קוק איך ארויס פאר אפאר בלע"ז'לך צו קענען הערן פון אייך, און קענען מוסיף זיין נופץ משלי.רבותיי: שא. שטילל. קיינער זאלל זיך נישט דערוואגן אויפצו וועקן דעם אשכול. ער איז שוין ווידער איינגעשלאפן. איך גיי נישט זאגן אז ער איז ח"ו געשטארבן. אדער ער גוסס'ט. או.קעי. כ'פארשטיי. דער עולם איז שטארק ביזי פעסטצושטעללן צו די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זיעועכיאזצוקלאלהאהא...איז געווען געמאכט פון תכלת אדער געלע לען. און צו די הייליגע ווייבער פון זיין הארעם האבן עס געשפינט אין זייער פרייע צייט. שוין. ווען דער עולם וועט האבן געלייזט אט דעם פראבלעם. וועט מען זיך האפנטליך נעמען צוריק צו קוקן אויף ווערטפולע אשכולות.
איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא... [emoji38] 😢
היינט האב געזוכט אבער דערווייל נישט געפונען. עוד היום גדול.
berlbalagulehרבותיי: שא. שטילל. קיינער זאלל זיך נישט דערוואגן אויפצו וועקן דעם אשכול. ער איז שוין ווידער איינגעשלאפן. איך גיי נישט זאגן אז ער איז ח"ו געשטארבן. אדער ער גוסס'ט. או.קעי. כ'פארשטיי. דער עולם איז שטארק ביזי פעסטצושטעללן צו די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זיעועכיאזצוקלאלהאהא...איז געווען געמאכט פון תכלת אדער געלע לען. און צו די הייליגע ווייבער פון זיין הארעם האבן עס געשפינט אין זייער פרייע צייט. שוין. ווען דער עולם וועט האבן געלייזט אט דעם פראבלעם. וועט מען זיך האפנטליך נעמען צוריק צו קוקן אויף ווערטפולע אשכולות.
איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא... 😂 😢
לכבוד אונזער סעידזש ר' בערעל!
נקוט האי כללא בידך, תורה שלמדתי באף האי שעמדה לי, האלט דיך דעם אטעם וסוף ה"עקשען" לבא.
לאמיר דיך מגלה סוד זיין. כ'קען מיך פשוט נישט גובר זיין אויפ'ן יצר, א סאך מאל ליין איך דורך דיינע תגובות במקום שאמרו אסור להרהר.. אבער די דרייסט צירוק צו מפלפל זיין בלחיצת הכפתור וואס דאס איז שוין א מחשבה הבא לידי מעשה דארטן, אזא גרויס יצר הרע האביך נאכנישט. ביני לביני צווישען אשר יצר און ריפיולען פאר'ן נעקסטען פיט סטאפ פארגעס איך וואס כ'האב מתחילה געוואלט מגיב זיין. קען זיין אז אנדערע דא האבען אויך דעם פראבלעם?
בערל, (נאך אזא אשכול קומט זיך דיר א ר' בערל) צוויי לעז"ן איינס נעבן צווייטן, פארריגע וואך פרשת מסעי אישלי"ש און אפינדי"ץ איז עס שוין אמאל צולייגט געווארן?
די אפקאמינג לע"ז איז רש"י ד"ה שמוע: לשון הווה אודנ"ט בלע"ז כמו זכור ושמור, רש"י ווארט אז דו זאלסט איהם באשיינען
מיש נייעס, חזרה קען אייביג נוצן
הגה''ק ר' בערל, זעהסט אז מען לערנט און מען געדענקט דיינע לימודים?
berlbalagulehאין פ' דברים קפיטל א' פסוק ט"ז:אויפ'ן פסוק...שמוע בין אחיכם...זאגט רש"י...אודנ"ט...בלע"ז...Audant... דאס מיינט אויסהערן...פון דעם זעלבן שורש ווי ...Audio...דאס איז אין אלט פראנצויזיש. היינט נוצט מען אן אנדער ווארט...Ecouter...דאס האט אויך א שורש פונ'ם ווארט ..."קול"...Accoustics...!
הגה''ק ר' בערל, זעהסט אז מען לערנט און מען געדענקט דיינע לימודים?
מיש-נייעסבערל, (נאך אזא אשכול קומט זיך דיר א ר' בערל) צוויי לעז"ן איינס נעבן צווייטן, פארריגע וואך פרשת מסעי אישלי"ש און אפינדי"ץ איז עס שוין אמאל צולייגט געווארן?
מיש נייעס: ייש"כ. איך האב נישט באמערקט די ווערטער אין רש"י הק'. ביטע זאג מיר נאר בערך וואו זיי קומען פאר. און מיר וועללן בעז"ה זיך נעמען ארבעטן אויף דעם פירוש. עד שידי מגעת...!
מיש נייעס: ייש"כ. נאר איך האב יעצט באמערקט אז איך האב שוין געשריבן איבער די צוויי ווערטער אין פ' מסעי. (קוק אויף פעידזש #3). אויף דעם ווארט ווארט איזלי"ש האביך געטראפן א פשט ...Isles...אינזלען...! אויף דעם ווארט אינפינדי"ץ האביך נישט געטראפן קיין טייטש. און אויך נישט אן ענליך ווארט וואס ווערט באנוצט אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
דער גאלדענער אדלערר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
בנוגע אשכנז קוק דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11635">viewtopic.php?f=7&t=11635</a><!-- l --> וועסטו זעהן וואס די שפראך איז דורך זינט איר גרינדונג, נאך א זאך שניר און שניי איז נישט אזוי ווייט פארפארן איינס פונ'ם אנדערן, בפרט אז זיי טוען עס פערנאנס"ן שני, נישט ווי די היינטיגע אידיש וואס עס איז שניי, וואס דאס איז ממש שניר נאר אן די ר'
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
מיש-נייעס@מיש נייעס, שכוחדער גאלדענער אדלערר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
בנוגע אשכנז קוק דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11635">viewtopic.php?f=7&t=11635</a><!-- l --> וועסטו זעהן וואס די שפראך איז דורך זינט איר גרינדונג, נאך א זאך שניר און שניי איז נישט אזוי ווייט פארפארן איינס פונ'ם אנדערן, בפרט אז זיי טוען עס פערנאנס"ן שני, נישט ווי די היינטיגע אידיש וואס עס איז שניי, וואס דאס איז ממש שניר נאר אן די ר'
דער גאלדענער אדלערר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
דער גאלדענער אדלער: קודם שלום עליכם. איך בין נישט געווען דאהי איבער שבת קודש. ממילא האביך נישט געזעהן (און מגיב געווען) דיין פאוסט פריער.
איך האב יעצט נאכגעקוקט אויף גוגל טרענסלעיט (האומר דבר בשם אומרו. ויש עוד טעמים בדבר.). און ער טייטשט שניי אויף די היינטיגע שפראך..."Schnee"...!
יעצט איבער דיין ערשטע שאלה. פארוואס רש"י הק' רופט נישט אן לשון אשכנז, בלע"ז. מייניך אז ס'איז דא א ביסל אנ'אנדערע פשט ווי מיר לערנען אין דעם ווארט בלע"ז. ס'איז נישט (כפי טעות העולם.) די ראשי תיבות פון..."בלשון עם זר"...נאר ס'איז טייטש..."די לאנד'ס שפראך"...וואס ווערט אויף ענגליש אנגערופן..."Vernacular"...און די דייטשע שפראך איז דאך נישט געווען וואס מ'האט גערעדט אין פראנקרייך...! בלייבט נאר איבער א קשיא. פארוואס ווען רש"י טוט (אין די געציילטע פאללן) איבערזעצן א ווארט פון חומש אדער גמרא אויף ענגליש אדער ספאניש זאגט ער יא..."בלע"ז"...! תיקו...!
נ.ב.: איך קען זאגן א ספעקולאטיוון תירוץ. (נישט באזירט אויף פאקטן). אבער דאס האט נישט מער ווערט ווי ספעקולאציע...!
די געגנט (ראיאן) וואו רש"י האט געוואוינט האט געהייסן..."עלזאס"..אויף דייטש. און אויף פראנצויזיש האט עס געהייסן...Alsace-Lorraine...דאס איז געווען איינס פון די געגנטער וואו פראנקרייך און דייטשלאנד/פרייסן האבן זיך ארומגעריסן פאר כמעט טויזנט יאר. און טיילמאל איז עס געווען ביי דייטשלאנד. טייל מאל ביי פראנקרייך. און אין די תקופה וואס רש"י הק' האט געלעבט איז עס געווען ביי פראנקרייך. און רש"י, אלס ערליכער בירגער פון די רעגירונג וואס הערשט דארט האט געהאלטן אז דייטש איז א שפראך פון א פרעמד לאנד...! כנלענ"ד.
מיש-נייעסדער גאלדענער אדלערר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
בנוגע אשכנז קוק דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11635">viewtopic.php?f=7&t=11635</a><!-- l --> וועסטו זעהן וואס די שפראך איז דורך זינט איר גרינדונג, נאך א זאך שניר און שניי איז נישט אזוי ווייט פארפארן איינס פונ'ם אנדערן, בפרט אז זיי טוען עס פערנאנס"ן שני, נישט ווי די היינטיגע אידיש וואס עס איז שניי, וואס דאס איז ממש שניר נאר אן די ר'
מיש נייעס: ייש"כ. נאר ס'איז דא נאך א ספעקולאציע. ווייל דייטש איז אויכעט א ..."אינדא-יוראפיען"... שפראך. וועלכע שטאמט פון אזיע/מיטל מזרח...! און די חתיים (איינס פון די ז' עממין וועלכע האבן געוואוינט אין ארץ כנען.) האבן גערעדט א פרימיטיוון פארם פון די שפראך...!
א גוטן מוצאי תשעה באב אלע גוטע פריינט און ידידים וחסידים: ווען ס'שאקלט זיך וועלטן מיט מאטי קאהן און זיין נייעם סי.די. און זיין קאנצערט. און מ'האט נאכאלס נישט מברר געווען אויב די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זאציק, לאל, הא האה, תמ"ל, להגפ"ה, איז געווען תכלת אדער סתם געילע לען, קומט בערל בעל עגלה און האקט א טשייניק מיט זיינע באורינג שטותים פון די בלע"ז'ן פון רש"י. וועים פון אונז אויפגעקלערטע פילאזאפן אינטרעסירט דאס דען...?! על הראשונים אנו מצטערין. דער עולם (גולם) האטציך נאכנישט אנגערופן אויף די פריערדיגע מאמרים וועט מען זיך פונקט יעצט אנרופן,?!...הא???!
אעפי"כ: (אף על פי כן. פאר די מענטשן וואס וואוינען אין האבאוקען. קרעדיט ראש לימבאו). אין מגילת איכה קפיטל א' פסוק ח'. אויפ'ן פסוק..."לנידה היתה"... זאגט רש"י אז דאס מיינט מען נישט די פאפולערע טייטש פון א נדה. אומריין.נאר ס'איז א לשון פון וואנדערן. שאקלען. סווינגען...און דער בלע"ז איז..."אישמובי"ר" בלע"ז...וואס וואלט זיך געליינט...Esmover...וואס איז א לשון פון וואנדערן. אבער אין די היינטיגע שפראך איז נישטא אזא ווארט אין באנוץ. נאר ס'איז דא 2 אנדערע דעפינישנ'ס...Errant au tour.=Wandering around; Balancer (balansee) = swinging. לנדנד...!
אין זעלבן פסוק. אויפ'ן ווארט נאנחה. זאגט רש"י ..."שישפיר"ר"...בלע"ז...אין די היינטיגע שפראך איז נישט דא אזא ווארט. נאר קלאגן הייסט...Lamenter...= wailing; or..."Soupir"...to Sigh...!

berlbalagulehא גוטן פארטאגס ר' בערל: איר זענט שוין מן הסתם אויף געשטאנען און איך האב מיך נאכנישט געלייגט.א גוטן מוצאי תשעה באב אלע גוטע פריינט און ידידים וחסידים: ווען ס'שאקלט זיך וועלטן מיט מאטי קאהן און זיין נייעם סי.די. און זיין קאנצערט. און מ'האט נאכאלס נישט מברר געווען אויב די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זאציק, לאל, הא האה, תמ"ל, להגפ"ה, איז געווען תכלת אדער סתם געילע לען, קומט בערל בעל עגלה און האקט א טשייניק מיט זיינע באורינג שטותים פון די בלע"ז'ן פון רש"י. וועים פון אונז אויפגעקלערטע פילאזאפן אינטרעסירט דאס דען...?! על הראשונים אנו מצטערין. דער עולם (גולם) האטציך נאכנישט אנגערופן אויף די פריערדיגע מאמרים וועט מען זיך פונקט יעצט אנרופן,?!...הא???!
אעפי"כ: (אף על פי כן. פאר די מענטשן וואס וואוינען אין האבאוקען. קרעדיט ראש לימבאו). אין מגילת איכה קפיטל א' פסוק ח'. אויפ'ן פסוק..."לנידה היתה"... זאגט רש"י אז דאס מיינט מען נישט די פאפולערע טייטש פון א נדה. אומריין.נאר ס'איז א לשון פון וואנדערן. שאקלען. סווינגען...און דער בלע"ז איז..."אישמובי"ר" בלע"ז...וואס וואלט זיך געליינט...Esmover...וואס איז א לשון פון וואנדערן. אבער אין די היינטיגע שפראך איז נישטא אזא ווארט אין באנוץ. נאר ס'איז דא 2 אנדערע דעפינישנ'ס...Errant au tour.=Wandering around; Balancer (balansee) = swinging. לנדנד...!
נידה פון איכה איז מיט א יוד, נדה אין די תורה איז אן א יוד
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אין דעם פאל איז עס טאקע אזוי. אבער נישט דאס איז דער קובע. ווייל סאיז דא א סאך ווערטער אין די תורה וואס די זעלבע ווארט מיט די זעלבע מיינונג איז אמאל מלא און אמאל חסר. א תיבה דגושה אדער רפה איז מער קובע ווי מלא און חסר. דאס איז בדרך כלל. פארשטייצעך אז ס'איז דא אויסנאמען. איך קען נישט אלע כללים...! (איי. ס'ארא בעל גאווה בערל באלאגאלעה איז. ער קען נישט אלע כללים. אבער א סאך כללים קען ער יא. דער אמהארעץץץ...!)
דער גאלדענער אדלער: ניין.איך האב מיך נאכנישט געלייגט. ווער קען זיך דען לייגן שלאפן ווען ס'איז דא אזויפיהל נייעס אויף קאווע שטיבל...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalagulehאזעלעכע עם הארצים ווי אייך זאלן זיך מערן[emoji2]דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אין דעם פאל איז עס טאקע אזוי. אבער נישט דאס איז דער קובע. ווייל סאיז דא א סאך ווערטער אין די תורה וואס די זעלבע ווארט מיט די זעלבע מיינונג איז אמאל מלא און אמאל חסר. א תיבה דגושה אדער רפה איז מער קובע ווי מלא און חסר. דאס איז בדרך כלל. פארטייצעך אז ס'איז דא אויסנאמען. איך קען נישט אלע כללים...! (איי. ס'ארא בעל גאווה בערל באלאגאלעה איז. ער קען נישט אלע כללים. אבער א סאך כללים קען ער יא. דער אמהארעץץץ...!)
דער גאלדענער אדלערberlbalagulehאזעלעכע עם הארצים ווי אייך זאלן זיך מערן[emoji2]דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אין דעם פאל איז עס טאקע אזוי. אבער נישט דאס איז דער קובע. ווייל סאיז דא א סאך ווערטער אין די תורה וואס די זעלבע ווארט מיט די זעלבע מיינונג איז אמאל מלא און אמאל חסר. א תיבה דגושה אדער רפה איז מער קובע ווי מלא און חסר. דאס איז בדרך כלל. פארטייצעך אז ס'איז דא אויסנאמען. איך קען נישט אלע כללים...! (איי. ס'ארא בעל גאווה בערל באלאגאלעה איז. ער קען נישט אלע כללים. אבער א סאך כללים קען ער יא. דער אמהארעץץץ...!)
דער גאלדענער אדלער: אמן. איך נעם אן די ברכה. נאר נישט אזעלכע תלמידי חכמים ווי איך. פאר אן עם הארץ ביניך נישקשה. ב"ה. נאר פאר א תלמיד חכם ביניך אזוי ווי דער רוסישער יוד וואס האט גוט געקענט סידור. און ס'איז געקומען פאר פסח האט ער נישט געוואלט מבער זיין זיין סטאק פון ביער וואס ער האט געהאט. וויפיהל מ'האט זיך געטענה'ט מיט איהם האט נישט געהאלפן. ער האט געזאגט ער פארשטייט אז ברויט איז חמץ. אבער ביער איז נישט. ווען מ'האט איהם געזאגט אז סשטייט אזוי אין שו"ע האט ער געענטפערט אז ער קען נישט שולחן ערוך. ער קען נאר סידור. אויב מ'וועט איהם ווייזן אין סידור אז ביער איז חמץ וועט ער גלייבן. האט מען איהם אויפגעמישט אין סידור וואו ס'שטייט ...על ביעור חמץ"...ענד דהע רעסט איז היסטערי. די מעשה האביך געהערט פון מיין רבי ווען איך בין געווען 8 יאר אלט...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל: אין מס' סנהדרין דף ט"ו עב רש"י, ברדלס ובלע"ז פוטויו"ש. וואס מיינט עס?? האט איר עס שוין אמאל מסביר געווען?
דער גאלדענער אדלער: דאס ווארט וואלט זיך געדארפט ליינען...Fotois/Potois...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז נישטא אזא אדער ענליך ווארט. ס'איז אנגענומען אז די חי' ..."ברדלס"...מיינט א ..."טשיעטא"..."Cheetah"...אין די היינטיגע פראנצויזיש הייסט עס ..."Guepard"...(געיפארד)...!
שכוח בערל זייער שיין געשריבן איבער די לעזן פון איכה איך האב עס נישט געוואלט קוקן אום תשעה באב כ'אב מורא געהאט עס וועט מיר שאפן א שמחת יום טוב...
אין פ' ואתחנן קפיטל ד' פסוק כ"ד.שטייט..."כי ה' אלוקיך אש אוכלה הוא, א-ל קנא. זאגט רש"י אויפ'ן ווארט קנא...אנפרדמנ"ט..."enpordement"...אין די היינטיגע פראנצויזיש שרייבט מען עס א ביסל אנדערש. אבער ס'איז בעצם די זעלבע...Emportement... = passion...!
הערה: אין די רש"י אין פ' פינחס אויפ'ן פסוק ..."בקנאו את קנאתי"...ברענגט רש"י אן ענליכן בלע"ז ווארט. מיט א קליינעם שינוי. דארט שטייט..."אנפרטמנ"ט"...און ס'מיינט עפעס אנדערש. דארט מיינט עס ..."ענפארסירן דאס געזעץ"...אדער ..."ענגעידזשן"...כמו שכתבתי שם...!
הערה: אין די רש"י אין פ' פינחס אויפ'ן פסוק ..."בקנאו את קנאתי"...ברענגט רש"י אן ענליכן בלע"ז ווארט. מיט א קליינעם שינוי. דארט שטייט..."אנפרטמנ"ט"...און ס'מיינט עפעס אנדערש. דארט מיינט עס ..."ענפארסירן דאס געזעץ"...אדער ..."ענגעידזשן"...כמו שכתבתי שם...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ערעב בערעלע טייערע. לערנעדיג מסכתא ביצה י"ד עמוד א' האב איך געטראפן צוויי רש"יס ד"ה או בעץ פרור: כף גדולה שקורין פוקי"א (אין אונגאריש ריפט מען א קאך לעפעל fun kanal אפשר איז עס די זעלבע)
די צווייטע איז ד"ה נבוחי מנבח: נשמה קולות במדוכה כמנבחים קרוישנ"ט. אין די היינטיגע פראנצויזיש הייסט croissant א מין roll געמאכט פון flaky dough.
What's your input?
lead, follow, or get out of the way!
די צווייטע איז ד"ה נבוחי מנבח: נשמה קולות במדוכה כמנבחים קרוישנ"ט. אין די היינטיגע פראנצויזיש הייסט croissant א מין roll געמאכט פון flaky dough.
What's your input?
lead, follow, or get out of the way!
יעלה ויבאערעב בערעלע טייערע. לערנעדיג מסכתא ביצה י"ד עמוד א' האב איך געטראפן צוויי רש"יס ד"ה או בעץ פרור: כף גדולה שקורין פוקי"א (אין אונגאריש ריפט מען א קאך לעפעל fun kanal אפשר איז עס די זעלבע)
די צווייטע איז ד"ה נבוחי מנבח: נשמה קולות במדוכה כמנבחים קרוישנ"ט. אין די היינטיגע פראנצויזיש הייסט croissant א מין roll געמאכט פון flaky dough.
What's your input?
lead, follow, or get out of the way!
אונגעריש איז געווענליך נישט אויסגעמישט מיט אנדערע שפראכען. עמער ווארטען וואס זאגט ר' בערעל.
ערעב וואלווי שליט"ע: איך האב נאכנישט אויספייעט צו לערנען די רש"י אין מס' ביצה. אבער איין זאך ווייס איך אז דער קאך לעפל וואס מ'רופט אויף אונגאריש מיט א נישט שיינע קאננאטאציע אויף ענגליש, הייסט באמת אזוי ווייל ס'איז געמאכט פון האלץ. און די פשוט'ע איבערטייטש אויף אידיש איז,,. א האלצערנער לעפל...! איי, ס'איז דאך דא קאך לעפלעך פון אנדערע מאטעריאלן אויכעט. דיבר הכתוב בהווה. ווייל אין יענע צייטן אין אונגארן זענן די קאך לעפלעך געווען געמאכט פון האלץ. ופשוט הוא...!
berlbalagulehערעב וואלווי שליט"ע: איך האב נאכנישט אויספייעט צו לערנען די רש"י אין מס' ביצה. אבער איין זאך ווייס איך אז דער קאך לעפל וואס מ'רופט אויף אונגאריש מיט א נישט שיינע קאננאטאציע אויף ענגליש, הייסט באמת אזוי ווייל ס'איז געמאכט פון האלץ. און די פשוט'ע איבערטייטש אויף אידיש איז,,. א האלצערנער לעפל...! איי, ס'איז דאך דא קאך לעפלעך פון אנדערע מאטעריאלן אויכעט. דיבר הכתוב בהווה. ווייל אין יענע צייטן אין אונגארן זענן די קאך לעפלעך געווען געמאכט פון האלץ. ופשוט הוא...!
זאגט ר' גוגל טרענסלעיט אזוי:
merőkanál/merítőkanál = ladle/scoop
fakanál = kitchen spoon
kanál = spoon
fak = trees
זעט אויס אז יעלה ויבא האט גאר רעכט אז די כלי איז גערופען אלס די האלץ שבו וואס ווערט אנגערופען פא"ק (משורש פא עיי"ש בגוגל) אזוי ווי די נאמען פונם כלי אין די משנה און די ד"ה פון רש"י "עץ הפרור", און נישט אלס די כף חלק וואס דעס איז די קאנא"ל חלק פונ'ם נאמען פאקאנא"ל.
אבער בדרך כלל אז איינער קען אונגעריש העלפט עס נישט צופיל פאר אנדערע שפראכן. משא"כ אנדערע שפראכען האבען אסאך אייניגע שרשים.
וואלווי באטשי שליט"ע: אבער דער שורש פונ'ם ווארט ..."האלץ" אויף אונגאריש איז...Fa...Fak is plural for tree/wood. the proper spelling is...Fa canal. With an apostrophe on the second letter...A... in the word ...canal. Making the pronunciation ...Faw Konaal...!
סא וואס איז דער "אבער"? שטימט נישט?
וואלווי: ווייל דו האסט עס געשריבן בלשון רבים, וואס איז טאקע א גוטע מליצה אויף ניבול פה. האביך מעיר געווען אז דער שורש פונ'ם ווארט איז נאר פון 2 אותיות. בלשון יחיד...!
אין פ' עקב. קפיטל ט' פסוק כ"א:.."ואשרוף אותו באש ואכות אותו טחון היטב".. זאגט רש"י לשון הווה. מולאנ"ט בלע"ז...! דאס וואלט זיך געליינט אזוי...Moulant...= grinding/milling...! אין די היינטיגע פראנצויזיש נוצט מען אן אנדער ווארט...Broyage...!
אין מסכת סנהדרין דף כ"א שעשתה לו מיני טיגון. זאגט רש"י אויפן ווארט טיגון פריי"ט, וואס איז זייער ענליך צום ענגלישן טייטש fried.
יין שרף: ייש"כ. ס'איז טאקע אינטרעסאנט. אבער אין פראנצויזיש הייסט געבאקן/געפרעגלט..."Frite"... (Pronounced...fritt...) French Fries are called...Patate Frite= Fried potatoes...!
איך ווייס דא נישט ווער ס'האט געגנב'עט פון וועם. ענגליש פון פראנצויזיש אדער פארקערט. יא. אויף ביידע שפראכן איז עס זייער שטארק ענליך...!
איך ווייס דא נישט ווער ס'האט געגנב'עט פון וועם. ענגליש פון פראנצויזיש אדער פארקערט. יא. אויף ביידע שפראכן איז עס זייער שטארק ענליך...!
די נאמען פריטו לעי (lay's potato chip and more, owned by pepsico) שטאמט אויך פון די אינווענשאן פון פרייד קארן טשיפס.
למעשה ר' בערל, עלעך נאכאמאל פרעגען, וואס איז די אבער? יי"ש האט גוט צו געטראפען, נישט אזוי?
למעשה ר' בערל, עלעך נאכאמאל פרעגען, וואס איז די אבער? יי"ש האט גוט צו געטראפען, נישט אזוי?
וואלווי: ייש"כ. אבער נישט איך זאג דיר א יישר כח. נאר די קאמפעני פריטאו לעי פאטעיטא טשיפס. ווייל דו האסט זיי געגעבן א פרי קאמערשל אויף קאווע שטיבל. וואו הונדערטער טויזנטער ליינערס און שרייבערס זעהן דאס. צווייטנס, ווייס איך נישט וואס דו האקסט א טשייניק מיט אבער...דו מיינסט זיכער אובער קאר און לימוזין סערוויס. ווייל ס'טוטצעך לעצטנס אין די נייעס איבער זיי...!. דריטנס יין שרף איז גערעכט. ביי מיר איז יי"ש אייביג גערעכט. ספעציעל שבת אינדערפריה ווען איך מאך קידוש אין ביהמ"ד און ביי מיר אינדערהיים...!
😂 😂 😂
אבער...
לחייים ר' בערעל..
אבער...
berlbalagulehיין שרף: ייש"כ. ס'איז טאקע אינטרעסאנט. אבער....
לחייים ר' בערעל..
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל: די וואכעדיגע פרשה קאפיטל י"ג פסוק ו' רש"י ד"ה סרה, דישטולוד"א בלע"ז
וואס מיינט??
וואס מיינט??
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל: ווייטער איו פסוק ז' רש"י ד"ה כי יסיתך, אמיטר"א בלע"ז.
וואס מיינט
וואס מיינט
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר'בערל: נאכאיינס, זעלבען פסוק רש"י ד"ה חיקך, אפיקייד"א בלע"ז.
וואס מיינט???
וואס מיינט???
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך גיי דיר בלי"נ ענטפערן על ראשון ראשון... נאר אקדמות מילין איידער הייב אן צו שפרעכן...אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...וויל איך דיר באדאנקען. דו שפארסט מיר ארבעט נאכצוקוקן די פסוקים איבער (נישט אובער) די גאנצע פרשה און זוכן וואו רש"י הק' האט געזאגט א בלע"ז ווארט...דאס איז 50% פון די ארבעט. איך וועלל מיך בלי"נ טיילן מיט דיר מיט די רווחים...! אבער מיט די לייקס, זיכער... 😂
דער גאלדענער אדלערר' בערל: די וואכעדיגע פרשה קאפיטל י"ג פסוק ו' רש"י ד"ה סרה, דישטולוד"א בלע"ז
וואס מיינט??
דער גאלדענער אדלער: אין מיין חומש . תורה תמימה, מהדורת ..."מסורה"... געדרוקט אין ארץ ישראל, שטייט א ביסל אנ'אנדערע בלע"ז ווארט..."דישטורנור"א" וואס ליינט זיך אויף אלט פראנצויזיש אזוי..."Desturnire"...=Off the beaten path...!
דאס פאלט זייער גוט אריין אין רש"י'ס פשט אין פסוק אויפ'ן ווארט ..."סרה"..."דבר המוסר מן העולם. ולא היה ולא נברא. ולא ציויתיו לדבר כן"...!
דאס איז פון זעלבן שורש ווי אן ענליך ווארט אין פ' וישב אויפ'ן פסוק..."ויט אליה יהודה"...זאגט רש"י..."דישטורני"ר"..."Destourner"...= to make a detour...!
הייסט אז יהודה איז געוועהן א.ט.ד.
אל קנא טייטש א פאשינעט גאט?
גאר אינטערעסאנט.
אל קנא טייטש א פאשינעט גאט?
גאר אינטערעסאנט.
דער גאלדענער אדלערר' בערל: ווייטער איו פסוק ז' רש"י ד"ה כי יסיתך, אמיטר"א בלע"ז.
וואס מיינט
דאס ווארט וואלט זיך געליינט...Amittre/Emittre...איז נישט אין באנוץ אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז דא א ווארט פאר פראוואקירן/פראוואצירן..."Susciter"...!
הערה כללית: אין די כתבי יד פון רש"י הק' וועלכע זענען אדורך א סאך וואנדערונגען אין פארשידענע נאציאנאלע לייברעריס, איז א סאך מאל דא קליינע שינויים אין די בלע"ז ווערטער. וואס דער בעל עגלה ובזמן קריב טוט איז, פרובירן צו טרעפן אן ענליך ווארט אין די היינטיגע שפראך וואס שטימט לויט די כללים פון גראמאטיק פון פראנצויזיש וואס ווערט היינט גערעדט...!
למשל. אין די פריערדיגע פרשה פ' עקב אויפ'ן פסוק ..."שמוע בין אחיכם"...זאגט רש"י ..."אודנ"ט"...Audant...פונ'ם שורש..."אודיא"...דאס ברענגט זייער גוט ארויס דעם מעסעדזש וואס רש"י וויל דא איבערגעבן..."לשון הווה"...אבער דאס ווארט ווערט נישט באנוצט אין די היינטיגע שפראך. נאר ס'איז דא אנ'אנדער ווארט..."Ecouter"...from the root word for ...Accoustics"..!דאס איז אויך טייטש ..."אויסהערן. אבער דאס אנדערע ווארט (וואס רש"י ברענגט) איז א סאך קלארער...ברענגט שטערקער ארויס דעם מעסעדזש פון רש"י הק'...!
אישתישביהייסט אז יהודה איז געוועהן א.ט.ד.
אל קנא טייטש א פאשינעט גאט?
גאר אינטערעסאנט.
אישתישבי: מ'קען זאגן פארקערט. אז די א.ט.ד.'ס האבן געמאכט א דיטאור...!
וואס מיינט א ...."פאשינעט" גאט...?!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
"דער גאלדענער אדלער: אין מיין חומש . תורה תמימה, מהדורת ..."מסורה"... געדרוקט אין ארץ ישראל, "
ר' בערל; כ'האב דעם דעת מקרא חומש פון מוסד הרב קוק, און דארט זעה'כ טאקע אסאך ווי דע בלע'זן זענען אנדערש פון די "היימישע" חומשים, כ'מיין אז דארט איז מער אקוראט, זיי לייגן מער א דגוש אויפן אוטענטישקייט
ר' בערל; כ'האב דעם דעת מקרא חומש פון מוסד הרב קוק, און דארט זעה'כ טאקע אסאך ווי דע בלע'זן זענען אנדערש פון די "היימישע" חומשים, כ'מיין אז דארט איז מער אקוראט, זיי לייגן מער א דגוש אויפן אוטענטישקייט
דער גאלדענער אדלערר'בערל: נאכאיינס, זעלבען פסוק רש"י ד"ה חיקך, אפיקייד"א בלע"ז.
וואס מיינט???
ביי מיר אין חומש שטייט..."אפקיט"א, בלע"ז"...ס'איז דא אן ענליך ווארט אין פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט. ..."Affective"...=Emotionally dependent...
דאס איז זיך זייער גוט מתיישב מיט רש"י'ס פשט...! מ'דארף געדענקען אז קליינע שינויים האבן געקענט געשעהן פאר 2 סיבות. איינס. די מעתיקים (טרענסקרייבערס, בלע"ז) אין משך פון די יארן האב נישט גוט נאכקאפירט. מעגליך געמאכט טעותים מיט אן אות. די צווייטע סיבה קען זיין אז די מענטשן האבן געטוישט די אויסשפראך אין פארלויף פון די יארן...כדאמרן...!
דער גאלדענער אדלער"דער גאלדענער אדלער: אין מיין חומש . תורה תמימה, מהדורת ..."מסורה"... געדרוקט אין ארץ ישראל, "
ר' בערל; כ'האב דעם דעת מקרא חומש פון מוסד הרב קוק, און דארט זעה'כ טאקע אסאך ווי דע בלע'זן זענען אנדערש פון די "היימישע" חומשים, כ'מיין אז דארט איז מער אקוראט, זיי לייגן מער א דגוש אויפן אוטענטישקייט
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. די חומשים און אנדערע ספרים וועלכע זענען געדרוקט דורך דעם מוסד הרב קוק זענען זיכער מער מדוייק. ווייל דארט זיצן אידן תלמידי חכמים. מיט א סאך ידיעות בכל המקצועות. משא"כ ביי אונז היימישע... שוין...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalagulehר' בערל; כ'וויל נאר וויסן וואס איז געבליבן סטאק אין אייער פעדער נאכן צו ענדיגן דעם ווארט "שוין...!" המתחיל ... אומרים לו גמורדער גאלדענער אדלער"דער גאלדענער אדלער: אין מיין חומש . תורה תמימה, מהדורת ..."מסורה"... געדרוקט אין ארץ ישראל, "
ר' בערל; כ'האב דעם דעת מקרא חומש פון מוסד הרב קוק, און דארט זעה'כ טאקע אסאך ווי דע בלע'זן זענען אנדערש פון די "היימישע" חומשים, כ'מיין אז דארט איז מער אקוראט, זיי לייגן מער א דגוש אויפן אוטענטישקייט
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. די חומשים און אנדערע ספרים וועלכע זענען געדרוקט דורך דעם מוסד הרב קוק זענען זיכער מער מדוייק. ווייל דארט זיצן אידן תלמידי חכמים. מיט א סאך ידיעות בכל המקצועות. משא"כ ביי אונז היימישע... שוין...!
דער גאלדענער אדלער: ס'איז דא געוויסע אידן וועלכע האבן פון זייער גירסא דינקותא א סענסיטיוויטעט צו די אלע גוטע זאכן ווי ר' סענדער דער דייטש, הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות. און ווען איך שרייב עפעס איבער די עניינים גייט זיי די בלוט פרעשור שטארק ארויף. אזוי ווי ביי מיר איז עס אייביג ארויפגעגאנגען ווען איך האב געליינט די שטוינענדע מאמרים פון הרב דייטש זכותו יגון עלינו....!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל: כ'גרייט אך שוין צו פארן מארגענדיגן חומש רש"י שיעור אפאר בלע"ז'לך, כדי ווען איך גיי לערנען זאל איך נישט מפסיק זיין אין פרעגן דעם רבין, נאר תוך כדי לערנען זאל עס פארן ווי אשרי יושבי.
קאפיטל י"ד פסוק ד-ה רש"י ד"ה ואקו.. אשטנבו"ק.
פסוק ו' רש"י ד"ה פרסה, פלנט"א.
פסוק ט"ז רש"י ד"ה התנשמת, קלב"א שורי"ץ.
פסוק י"ח רש"י ד"ה דוכיפת, ובלע"ז הרופ"א.
ע"כ פאר מארגן
קאפיטל י"ד פסוק ד-ה רש"י ד"ה ואקו.. אשטנבו"ק.
פסוק ו' רש"י ד"ה פרסה, פלנט"א.
פסוק ט"ז רש"י ד"ה התנשמת, קלב"א שורי"ץ.
פסוק י"ח רש"י ד"ה דוכיפת, ובלע"ז הרופ"א.
ע"כ פאר מארגן