☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7751
בלאט: 1 2 3 4 5

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 12:36 pm

· #361750
אברעימל
berlbalaguleh
אברעימל
ישעי' נ"ו פסוק י"א, ד"ה והכלבים עזי נפש: רוצים למלאות כריסם אינגרי"ש בלע"ז. מלשון זיך אנשטאפן.

אברעימל: איך וועלל טייטשן א ביסל אנדערש ווי דו. (במחכת"ה). דאס ווארט מיינט ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"..." דו זעהסט דאך אליין. אין פסוק שטייו..."והכלבים עזי נפש"...ד.מ. זיי זענען אגרעסיוו...! צו ווייל זיי זענען הונגעריג און זיי ווילן זיך אנזעטיגן. צו פאר אן אנדערע סיבה. אבער דאס איז די טייטש פון דעם ווארט...!


רש"י זאגט עס אויף רוצים למלאות כריסם, ועיין כאן.


אברעימל:דו ביסט גערעכט. ס'איז פון לשון...Grossing out...זיך אן עסן...נאר דער אנדערע פשט איז אויך איכטיג. ווייל די גמ' זאגט (כ'מיין אין מס' גיטין.) ..."כלבים עזין שבבהמות"...!. אבער ביי די מעפילים איז עס זיכער טייטש ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"... ווייל די אנדערע טייטש פאסט נישט אריין דא לויט'ן ענין...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 12:38 pm

· #361751
אברעימל: ייש"כ פאר די טרענסלעישן וועבסייט. ווייל גוגל טרענסלעיט איז א סאך מאל ווערט א זעץ אין ד'רערד. וויאזוי זיי טייטשן איבער א סאך ווערטער. ספעציעל סענטענסעס אז מ'קען קוילערן פאר געלעכטער...!

אברעימל » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 12:46 pm

· #361754
מ'דארף אבער זאגן ייש"כ פאר גוגל פאר'ן צופירן צי דעם סייט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 9:20 pm

· #361783
פ' בא. קפיטל יב, פסוק ז':ולקחו מן הדם ונתנו על שתי המזוזות ועל ...המשקוף....
המשקוף. זאגט רש"י...לינט"ל, בלע"ז. ויש גורסין...לינטיי"ר, בלעז...! דאס ווארט לינטעל ווערט היינט באנוצט אין ענגליש צו באצייכענען די ..."אויבערשוועללע"... ווי רש"י זאגט אויף אידיש-דייטש...!...Lintel...!

אויף פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט הייסט עס ...Linteau...לינ-טאו...!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 8, 2017 10:35 pm

· #362355
פ' בשלח: קפיטל י"ד פסוק ג'..."ואמר פרעה לבני ישראל, נבוכים הם בארץ"...
זאגט רש"י. נבוכים. כלואים. איינגעשפארט...! שירי"ר בלע"ז...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז דא אזא ווארט...Serrer...To tighten...ענג צו מאכן...!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 8, 2017 10:53 pm

· #362358
פ' בשלח: קפיטל י"ד פסוק י"א..."המבלי אין קברים במצרים"...זאגט רש"י...שיפו"ר פלינצס"א דינו"ן פושי"ש...בלע"ז...!
..."צו וועגן ס'פעלט קברים אין מצרים"...! )אין היינטיגן פראנצויזיש )....Si Pour Faillance de non Fossees...!

אויף דעם האט מיין רבי ז"ל ווען ער האט געלערנט דעם פסוק האט ער עס געליינט אויף אונגאריש. און ער האטציך גוט צולאכט. ווייל אזוי ווי ער האט עס ארויסגעזאגט מיינט עס (באקטנ'ט) אויף אונגאריש...! כמו שאמרתי במאמר הקודם...!

יא. פארגעסן מדגיש צו זיין ...Faillance...מיינט פעהלונג/חיסרון...Fosse/es...מיינט קבר/קברים...אין היינטיגן פראנצויזיש מיינט עס א ..."טרענטש. א קבר. א גרוב...!

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 7:09 am

· #362372
נאכאמאל ייש״כ ר׳ בערל פאר די אינטרעסאנטע אשכול.

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 12, 2017 11:08 pm

· #378885
בערל איך האלט אז די דארפסט צוריק אנהייבן מיט דיין מפנח זיין לעז"י רש"י, אונז האמיר פארלוירן נישט צו לאנג צוריק א באשיידענע איד וואס האט פיל עוסק געווען אין דעם, אפשר דארף מען ממלא זיין דעם חלל.

ר' אברהם מאיר ב"ר יצחק גלאנצער זצ"ל פון אנטווערפן, עס איז ארויסגעקומען פון איהם אפאר ספרים מעייני אגם, און נאך.

אפשר וועל איך מקדיש זיין א באשרייבונג פאר איהם אין אנשי שם, ער האט נישט איבערגעלזאט קיין קינדער, ער איז אוועק פארגאנגענעם מאנטיג פרשת בלק אין עלטער פון 91 יאר

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:25 am

· #378908
מיש נייעס: ייש"כ. איך בין שטארק אינטרעסירט צו פארשאפן די ספרים מעייני אגם. איך וויל זעהן וויאזוי ער פארטייטשט געוויסע ווערטער. גלייב מיר. איך בין גרייט אנצוהייבן שרייבן איבער אלע ווערטער פן רש"י אויף די פרשת השבוע און אויף נ"ך. אויך אויף די בלע"ז ווערטער פון די גמרא. וואס איז זייער שטארק אינטרעסאנט. אבער דער עולם דא ווייזט בכלל נישט ארויס קיין אינטרעס צו דעם סאבדזשעקט. חוץ א פאר יחידים. וואספארא קאליר דאס גאטשע בענדל פון ר' שלמה העלבראנץ האט געהאט. צו ס'איז געווען געל אדער בלוי. דאס וועט ציען צענדליגער תגובות. אבער וויאזוי מפרש צו זיין די לכאורה אומפארשטענדליכע ווערטער פון רש"י הק'. דאס ברענגט קוים איינס אדער צוויי תגובות. קומט אויס אז איך רעד צו די ווענט. נאר אעפ"כ וועל איך בלי"נ אנהייבן שרייבן איבער בלע"ז ווערטער פון די פ' השבוע פ' פינחס. אויך אפשר איבער א פאר ווערטער פון רש"י אויף ש"ס...!

יעלה ויבא » דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:46 am

· #378911
Nous sommes très intéressés. Continuez votre bon travail.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:49 am

· #378921
בערעלע, איך האב דיר שוין געשריבן כמה פעמים, דער עולם איז אינטרעסירט מער ווי דו מיינסט, שרייב שרייב

קל וחומר » פרייטאג יולי 14, 2017 1:20 am

· #379040
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
בערל טייערער זייט וויסן אז דו האסט מיר אנגערייצט מיט דעם אשכול און איך פגר צו לערנען זיך פראנצויזיש.

איין פראבלעם נאר, כ'האב נאכנישט געטראפן דעם מענטש וואס וועט עס מיר קענען אויסלערנען איבער נאכט.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 14, 2017 4:26 am

· #379046
יעלה ויבא
Nous sommes très intéressés. Continuez votre bon travail.

Merci beacoup, mon ami...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 14, 2017 4:35 am

· #379047
קל וחומר
בערל טייערער זייט וויסן אז דו האסט מיר אנגערייצט מיט דעם אשכול און איך פגר צו לערנען זיך פראנצויזיש.

איין פראבלעם נאר, כ'האב נאכנישט געטראפן דעם מענטש וואס וועט עס מיר קענען אויסלערנען איבער נאכט.

קל וחומר: ייש"כ. איבער נאכט טאקע נישט. אבער איבער עטליכע נעכט און טעג. א גוט פלאץ אנצוהייבן איז טאקע מפענח צו זיין די מיסטעריעזע בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...! די אינטרעסאנטע זאך איז, אז רש"י האט טרענסלעיטעד אין עטליכע שפראכן. מערסטנס אין פראנצויזיש. אבער אויך אין ענגליש און ספאניש. וואס די סיבה פון דעם איז געווען בין איך נישט זיכער. אבער ס'איז מעגליך אז מענטשן ועלכע האבן געוואוינט אין יענע מדינות האבן איהם אנגעפרעגט די טייטש פון געוויסע ווערטער אין די תורה...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 14, 2017 10:17 am

· #379051
אין די רש"י אין פ' פינחס. קפיטל כ"ה, פסוק י"א. אויפ'ן פסוק..."בקנאו את קנאתי"...זאגט רש"י אנפרטמנ"ט,בלע"ז...איז דא 2 דעפינישנס אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך..."Enfortement"...1) Enforcement; 2) Engagement... ביידע טייטשן פאסן זיך זייער גוט אריין אין פשט פון פסוק...אז פינחס האט ..."ענפארס'ד די לאו"...אויך אז ער האט ..."ענגעידזשד'ט"...די שולדיגע.לויט דעם פשט איז עס נישט דווקא א לשון פון "צארן". נאר פון זיך שטעללן כביכול אויפ'ן פלאץ פון השי"ת און באשטראפן די שולדיגע...!

diff » פרייטאג יולי 14, 2017 10:40 am

· #379052
.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 14, 2017 10:47 am

· #379053
הערה כללית: ס'איז דא א ספר/בוך וועלכער הייסט ..."לעזי רש"י"?...דורך עפעס א (פארשטארבענעם) פראפעסאר קטן/קליין. ער פארטייטשט א סאך פון די בלע"ז ווערטער פון גאנץ תנ"ך און ש"ס. ס'איז גאנץ א גוטע רעפערענס ביכל. נאר ס'האט עטליכע ..."אימפערפעקשאנס"...ער עקשנ'ט זיך אריינצוטייטשן ווערטער וועלכע זענען קלאר נישט געשריבן דורך רש"י אין פראנצויזיש. נאר אין ענגליש אדער ספאניש. (דאס זענען די אלטערנאטיווע שפראכן וואס רש"י האט גענוצט א טייל מאל צו פארטייטשן ווערטער.) ווען דאס האט אינגאצן נישט קיין פשט אין די פראנצויזישע שפראך. אויך ברענגט ער צו מאל ווערטער מיט די נישט ריכטיגע אפטייטש. למשל אין פרשת ויגש ביי דעם פסוק..."וישמע בית פרעה"...זאגט רש"י דאס ווארט ..."מישנד"ה"...זאגט פראפעסאר קטן אז אין אלט פראנצויזיש איז דאס ווארט טייטש א הויז. אבער ער האט פארפאסט דעם ריכטיגן פשט אין די ווערטער פון רש"י הק''. ווייל רש"י זאגט לא בית ממש. און דאס איינע ווארט מישנד"ה געט גארנישט צו צום פשט. אבער ווען מ' מ'ליינט ריכטיג דעם בלע"ז ווארט זעהט מען אז דאס איז 2 ווערטער...Maison-de...The House of...! ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאגט אין ענגלאנד..."דהע האוז אוו ווינדזאר"...מיינט מען נישט די ציגל און שטיינער. נאר די אלע מענטשן ארום. וועלכע האבן א שייכות צום הויז. אזוי ווי די קעכער'ס, וועשערס, רייניגערס און שטאלמייסטערס...! לויט דעם קומט דער פשט אין רש"י'ס ווערטער זייער גוט אויס...!

ועוד. העולה על כולנה. דער מחבר דערמאנט נישט דעם שם ה' אין די הקדמה...! געוויינליך הייבט א מחבר פון א ספר אן די ווערטער..."יתברך הבורא וישתבח היוצר"...!

אויך האט ער נישט געהאלטן פאר וויכטיג איינצוטיילן זיין פירוש רש"י על התורה לויט די פ' השבוע...!

מיש-נייעס » מוצ"ש יולי 15, 2017 11:27 pm

· #379130
דער עולם איז יא אינטרעסירט און דאס וואס די זעהסט אז מען מען רעדט פון הרב העלבראנץ, בעלזא, בראקעלי, וכדומה אויף דעם שלענגלן זיך בלעטער על גבי בלעטער ווייל אין קיץ לדברי רוח' און צו שרייבן שטותים דארף מען נישט האבן מער ווי וויי פי, מיט א ק"י באר"ד...

אבער אז די וועסט ווייטער מפנח זיין לועזי רש"י אודאי וועט נישט זיין קיין סאך תגובות ווייל צו דעם דארף מען שוין האבן אביסל קאפ אבער דער עולם וועט זייער הנאה האבן פון דעם

גיי ווייטער אן אםשר במשך הסמן וועט מען מאכן א ספר דערפון, לכל הפחות אפשר וועסטו זוכה זיין צו א מקום נכבד אינ'ם וועקער...

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 17, 2017 1:37 am

· #379232
מיש נייעס: ייש"כ פאר די ווארימע דברי חיזוק. די מציאות איז, אז איך (און מסתמא די אנדערע באוואוסטזיניגע ניקס דא אין קאווע שטיבל) שפיר א ספעציעל מתיקות ווען איך קען מפענח זיין די ווערטער פון רש"י הק' שנאמרו ברוח הקודש. פשוט פאר דעם טעם ווייל מ'באקומט אן אנדער'ן און טיפער'ן פערספעקטיוו איבער די טייטש פון רש"י.

די טרעפן און איבערטייטשן די ווערטער איז ביי מיר נישט ..."כמונח בקופסא"...נאר ביי א יעדן בלע"ז ווארט פון רש"י נעם איך ארויס א דיקשיאנערי אדער איך קוק עס נאך אין גוגל טרענסלעיט כדי צו טרעפן אן ענליך ווארט וואס ווערט באנוצט אין די היינטיגע שפראך. אין אמת'ן קען (כמעט) א יעדער איינער טון דאס זעלבע. נאר די עיקר שוועריגקייט מיט די בלע"ז ווערטער איז, דער פאקט אז רש"י הק' האט עס געשריבן לויט די גראמאטיק פון פראנצויזיש. נאר ער האט גענוצט אידישע אותיות. און אונז פרוביר מיר דאס צו ליינען מיט'ן דיקדוק פון לשה"ק...!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 17, 2017 10:59 am

· #379266
אין פ' מסעי קפיטל ל"ד, פסוק ו': אויפ'ן פסוק..."והיה לכם הים הגדול וגבול"...זאגט רש"י הם איים שבים... איזלי"ש בלע"ז.isles (islands)...The letter I is silent...!

אין פסוק ז' אויף די ווערטער ..."תתאו לכם הר ההר"...לשון סבה..."ותאי שער היציע"...אנפנדי"ץ, בלע"ז...
איך האב דערווייל נישט געטראפן אן ענליך ווארט אין די שפראך וואס מ'רעדט היינט...מ'ארבעט אויף דעם...!

נקודה » מאנטאג יולי 17, 2017 11:05 pm

· #379389
בערל גיי אן. איך ליעב די אשכול

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 18, 2017 9:10 pm

· #379492
אין מס' ברכות דף ד' ע"א. רשי בד"ה ..."שליא"...זאגט רש"י...Vestidure...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך נוצט מען נישט דאס ווארט. נאר אנ'אנדער ווארט...l'encaissement...!

נ.ב.: א סאך ווערטער וועלכע מ'פלעגט נוצן אין רש"י'ס צייטן נוצט מען שוין היינט נישט. אבער די מערסטע ווערטער זענען געבליבן די זעלבע. אפשר מיט קליינע שינויים אין ספעללינג...! נאר דעם ווארט וועלכע רש"י ברענגט קענמען אריינטייטשן אפילו לויט די היינטיגע גראמאטיק...!

דף ו' ע"א וע"ב. האביך דערווייל נישט געטראפן קיין ענליך ווארט וואס ווערט היינט באנצוט וואס האט א שייכות צום פשט...!

דף ח' ע"אף אויף דעם ווארט ..."אסכרה" זאגט רש"י...Estrangulement...אין די היינטיגע שפראך איז נישט דא ממש דאס ווארט. נאר אן ענליך ווארט...Estrangler...צו דערשטיקן/דערווערגן...דאס איז די מחלה פון אסכרה/דיפטעריע...!

מיש-נייעס » מיטוואך יולי 19, 2017 7:29 pm

· #379604
berlbalaguleh
אין מס' ברכות דף ד' ע"א. רשי בד"ה ..."שליא"...זאגט רש"י...Vestidure...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך נוצט מען נישט דאס ווארט. נאר אנ'אנדער ווארט...l'encaissement...!



איך זעה אז גוגל טרענסלעיט זאגט אויף Vestidure א קלייד א צודעק אויף ספאניש עס קען זיין אז עס איז א שטיקל מראה מקום ווייל דער שליא איז א ארומדעק פאר'ן קינד בעפארן געבוירן קען זיין אז במשך השנים והדורות איז עס נשתלשל געווארן צו דעם ספאנישער קלייד

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 19, 2017 8:50 pm

· #379614
מיש נייעס: דאס איז זיכער אז ס'קומט פונ'ם זעלבן שורש. כמו שכתבתי. אז אפילו לויט די גראממאר/דיקדוק פון די היינטיגע פראנצויזישע שפראך קענמען דאס אויך נוצן. נאר דער פאקט איז אז דער עולם נוצט אן אנדער'ן, ענליכן טערמין. פון לשון..."ענקעיסמענט"...איינהילן...! אין ענגליש (מסתמא אין אנדערע שפראכן איז אויך אזוי) זענען דא ווערטער וועלכע טוען באשרייבן די זעלבע זאך. וואס מען האט באנוצט אפילו זעכציג יאר צוריק. און מ'נוצט עס שוין נישט. כש"כ די עוואלוציע פון א שפראך פון אריבער 800 יאר. נאר אין פראנצויזיש איז איינס פון די עיקר שינויים פון אמאל ביז היינט דאס ארויסנעמען די שטילע אותיות פון די ווערטער. מ'האט שוין א סאך ארויסגענומען. אבער ס'איז נאך אלץ געבליבן א סאך. למשל דאס ווארט..."דישטורניר" וואס רש"י ברענגט אין פ' וישב ביי יהודה...Destournir"...is written as..."Detour"...אדער דאס ווארט ..."האספיטאל"...האט מען אמאל געשריבן...l'Hospital...but today it's spelled...l'Hopital...! ...!די לעטטער..."עס" איז אייביג געווען סיילענט. אבער אין די מאדערנע שפראך האבן זיי עס אינגאנצן ארויסגענומען

berlbalaguleh » זונטאג יולי 23, 2017 7:35 am

· #379923
אין קול, ואין יונה. קראתי, ואין עונה. קול קורא במדבר...! מן המיצר...ניין. דאס קען איך נישט זאגן אבער די אלע אנדערע פסוקים און מאמרי חז"ל (וועלכע איך קען מיך נישט דערמאנען אויף די מינוט. אבער די אונטערשטע שורה איז אז איך וויל מיך דא באקלאגן/קאמפלעינען (אויב ס'איז נאך דא צו וועמען.) אז דער אשכול וואס פרובירט מפענח צו זיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' אויף תנ"ך און ש"ס ליגט דא כאבן שאין לו הופכין. ס'ליגט און ליגט. ניין. איך מאך נישט אוועק די עטליכע געציילטע תגובות וועלכע פאללן יא אריין ווי מאגערע זאנגען אין א מצרי'שן הונגער יאר. איך שאץ אפ א יעדנ'ס טירחא און מיה אדורכצוליינען מיינע פירושים און זייערע תגובות...! אבער דאך. ס'וואונדערט מיך וואו דער אזוי-גערופענער מאסיווער אפרוף איז. (איך רעד שוין נישט וועגן די לייקס. געטס אפילו דיס-לייקס. טאמבס דאון. אבער עפעס. ס'איז אלץ בעסער ווי איגנארן. לאזן שטיין כעני בפסח) (פאן אינטענדעד.)

א יעדער מינדערוויכטיגע פרט, אפילו פון ערנסטע טעמעס וועט אנציען צענדליגער תגובות און עטליכע בלעטער אין סיי וועלכן אשכול. למשל וואספארא קאליר דאס גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ ז"ל האט געהאט. און צו ס'איז געווען לויז אדער פעסט אנגעבינדן. אדער די קאליר פון די מצוה בעגס ביי זיין קולט. ניין.. נישט קיין באדי בעגס. די בעגס וואס די העיליגע אידענעס האבן אנגעטון בשעת קיום המצוה. די דאזיגע קאנטעינערס האבן געהאט 2 הויפט פונקציעס: 1) אז די פוס זאללן ח"ו נישט אנרירן דעם גוף פונ'ם העיליגן מאן...(ער קען נאך ח"ו קומען לידי הירהורים רעים, רח"ל)...2) אז מ'זאלל נישט שפירן דעם אומאנגענעמען גערוך פון די אומגעוואשענע פוס. און די אנדערע אומגעוואשענע חלקים פון דעם העיליגן גוף...ווייל מיר דארפן געדענקען אז איידער מ'איז געגאנגען נעמען א שויער האט מען זיך געדארפט מזכיר זיין ביים רבי'ן און בעטן זיין רשות און ברכה. און די רבי ז"ל איז לעצטנס געווען שטארק פארנומען מיט געבן אינטערוויוס פאר די אמעריקאנער, קאנאדישע, גואטעמאלא'ער און מעקסיקאנער מידיא...!

שוין. גענוג גערעדט שטותים. יעצט וויל איך זעהן אויב דער עולם (וואס איז נאך געבליבן) וועט זיך אנרופן. רבותיי געטס לייקס, דיסלייקס. וואס עטץ ווילטס. אבער זאגטס עפעס...יישר כח למפרע... הק' בערל בעל עגלה... 😂 🙄

מיש-נייעס » זונטאג יולי 23, 2017 4:04 pm

· #379993
👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍
בערל קיעפ אפ

יו אר דואינג ע גרעיט דשזאב

נאו ווארדס

tums up
📎 1954TumsAd-400px.png

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יולי 23, 2017 8:45 pm

· #380017
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
אין מס' ברכות דף ד' ע"א. רשי בד"ה ..."שליא"...זאגט רש"י...Vestidure...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך נוצט מען נישט דאס ווארט. נאר אנ'אנדער ווארט...l'encaissement...!

הרב ר' בערל

כ'געדענק נישט קיין סאך סוגיא'ס פון אלץ בחור, אבער דאס געדענק איך יא, מיין מגיד שיעור האט פארגעלערנט די גמ' פון "שליא" שיצאה מקצתה, האט ער געטייטשט "שליא" א סעעק Sack

berlbalaguleh » זונטאג יולי 23, 2017 9:35 pm

· #380022
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער די אלע פארשידענע שמות וכינויים פון פארשידענע תקופות האבן איין שורש. מפרש צו זיין די כונה פון דעם ווארט שליא. רש"י הק' האט געגעבן א ווארט וואס איז באנוצט געווארן אין זיינע צייטן. אבער אין די היינטיגע צייט נוצט מען אן אנדער ווארט וואס האט די זעלבע מיינונג און כונה.

איך וועל נאכאמאל איבער חזר'ן. די עיקר שוועריגקייט מפענח צו זיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י נעמט זיך פון דעם פאקט אז דאס זענען ריין פראנצויזישע ווערטער (און צומאל סענטענסעס), וועלכע דארפן געליינט ווערן מיט די גראמאטיק פן פראנצויזיש. נאר זיי זענען געשריבן געווארן מיט די אותיות פון א"ב. ווייל רש"י הק' האט נישט געוואלט אריינברענגען קיין גוי'אישע/לאטיינישע אותיות אין זיין פירוש על התורה...!

נ.ב.: די פאבלישערס פון ארטסקראל האבן אמאל פרובירט מפענח צו זיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י. אבער זיי זענען געבליבן ביי גארנישט. ווייל שטאטס זיי זאללן קאנסולטן עקספערטס אין די פראנצויזישע שפראך (אלט און ניי פראנצויזיש.) האבן זיי נאכגעשריבן (ק/פ) די אלטע פאלשע פשטים. און זיי זענען געבליבן ביי גארנישט. ואכמ"ל...!

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יולי 23, 2017 11:01 pm

· #380032
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל, ס'קומט מן הסתם נישט אריין דא, אבער סתם פאר מיין נייגעריקייט, א shell קען אויך מיינען א שליא??

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 12:53 am

· #380061
דער גאלדענער אדלער: יא. זיכער. ווען רש"י איז מפרש דאס ווארט שליא אין די גמ' מיינט ער א יעדע פארם פון א צודעק/איינהילונג. אין א ברייטערן קאנטעקסט קען עס אויך מיינען דער פאוטש פון א קענגאראא, וואו דאס קינד האלט זיך אויף אפילו נאכ'ן געבורט...!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 1:21 am

· #380065
אין פ' דברים קפיטל א' פסוק ט"ז:אויפ'ן פסוק...שמוע בין אחיכם...זאגט רש"י...אודנ"ט...בלע"ז...Audant... דאס מיינט אויסהערן...פון דעם זעלבן שורש ווי ...Audio...דאס איז אין אלט פראנצויזיש. היינט נוצט מען אן אנדער ווארט...Ecouter...דאס האט אויך א שורש פונ'ם ווארט ..."קול"...Accoustics...!

diff » מאנטאג יולי 24, 2017 8:30 am

· #380066
וויזו האט ער אזוי גוט געקענט גואיש

געוואלדיג » מאנטאג יולי 24, 2017 8:46 am

· #380067
פארדריי נישט דעם אשכול!

א דאנק

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 24, 2017 12:12 pm

· #380086
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalaguleh
אין פ' דברים קפיטל א' פסוק ט"ז:אויפ'ן פסוק...שמוע בין אחיכם...זאגט רש"י...אודנ"ט...בלע"ז...Audant... דאס מיינט אויסהערן...פון דעם זעלבן שורש ווי ...Audio...דאס איז אין אלט פראנצויזיש. היינט נוצט מען אן אנדער ווארט...Ecouter...דאס האט אויך א שורש פונ'ם ווארט ..."קול"...Accoustics...!
ר' בערל איר האט מיך אויסגעכאפט, כ'האב געלערנט חומש רש"י היינט, ווען כ'בין אנגעקומען צו דע בלע"ז האבעך אנגעהויבן ריסערטשן, כ'האב אבער גארנישט געפונען. אזוי ווי כ'בין אריין אין שטיבל זעה אז ר'בערל האט מיך שוין מקדים געווען. א גרויסען יישר כוח, קיפ איט קאמינג.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 1:33 pm

· #380090
diff
וויזו האט ער אזוי גוט געקענט גואיש

דיףף:נו. זאג דו אליין. דאס איז א לימוד פאר אונז אלע. אז מ'קען זיין אן ערליכער איד. אפילו א צדיק און א גאון. און מ'קען גוט די לאנדעס שפראך. די שאלה איז נאר צו וואס מ'נוצט אויס די קענטעניש. רש"י הק' האט עס אויסגענוצט מפרש צו זיין די תורה פאר די אלע מענטשן פון זיין לאנד. אפילו פאר די פשוטי עם...!

בדרך צחות, קענמען שפעקולירן אז בשעת ער איז געזיצן אין ביהכ"ס האט ער געליינט פון א דיקשיאנערי אדער א ביכל וואס לערנט אויס די פראנצויזישע שפראך. ווייל קיין גוגל טרענסלעיט איז נאך דאמאלס נישט געווען...!

נאך א פשט. אז בשעת ער איז געזיצן אין קלאס ווען מ'האט געלערנט ענגליש אדער פרענטש, האט ער נישט געווארפן קיין פעיפערס אויפ'ן טיטשער. נאר ער האט גוט אויסגעהערט...!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 1:45 pm

· #380092
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך וויל נאר א ביסל קלארער מאכן וואס כ'האב געשריבן אויבן. פונקט אזוי ווי אין די ענגלישע שפראך, אויב ס'וועט דיר אויסקומען אמאל צו הערן א טעיפ פון א ספיעטש פון פרעזידענט פרענקלין רוזוועלט פון אמעריקע אדער פון אנדערע אפיציעלע ספיטשעס פון בערך 70 יאר צוריק וועסטו הערן אז די אויסשפראך און די ווערטער וואס מ'נוצט איז א ביסל אנדערש פון וויאזוי מ'רעדט היינט. יעצט איז דאך א כל שכן וק"ו אז ס'איז דא א חילוק אין די ווערטער און די אויסשפראך וואס מ'נוצט היינט ביז צו די תקופה פון רש"י. אבער אין די מערסטע פאללן זענען די ווערטער די זעלבע. אפשר מיט קליינע שינויים.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 24, 2017 1:55 pm

· #380093
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך וויל נאר א ביסל קלארער מאכן וואס כ'האב געשריבן אויבן. פונקט אזוי ווי אין די ענגלישע שפראך, אויב ס'וועט דיר אויסקומען אמאל צו הערן א טעיפ פון א ספיעטש פון פרעזידענט פרענקלין רוזוועלט פון אמעריקע אדער פון אנדערע אפיציעלע ספיטשעס פון בערך 70 יאר צוריק וועסטו הערן אז די אויסשפראך און די ווערטער וואס מ'נוצט איז א ביסל אנדערש פון וויאזוי מ'רעדט היינט. יעצט איז דאך א כל שכן וק"ו אז ס'איז דא א חילוק אין די ווערטער און די אויסשפראך וואס מ'נוצט היינט ביז צו די תקופה פון רש"י. אבער אין די מערסטע פאללן זענען די ווערטער די זעלבע. אפשר מיט קליינע שינויים.
ר' בערל; דאס וואס איר זאגט לגבי דעם ענגלישע שפראך, כ'בין געווען אין א מוזעאום אין איינע פון די סטעיטס, האבעך באמערקט דארט אז פאר א צוויי הונדערט און פופציג יאר צוריק האט מען גענוצט אן F במקום ווי מ'ניצט היינט אן S.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 24, 2017 2:11 pm

· #380095
דער גאלדענער אדלער: יא. דו ביסט 100% גערעכט. איך האב געהאט די זעלבע עקספיריענס. איך האב פרובירט צו ליינען אן אלטן מאנוסקריפט אויף ענגליש. און איך האב געזעהן אז די ווערטער זענען עפעס נישט פארשטענדליך. ביז איך האב געכאפט אז דער לעטטער .."עף"... איז גאר אן ..."עס"...!

און דער לעטטער ..."דזשעי"... איז אויך א רעלאטיוו נייער אויסשפראך. ווייל אין א סאך שפראכן (כ'מיין איטאליעניש) האט מען גענוצט דעם לעטטער ..."איי"... מיט א וואועל (עי. אדער איי.)...!

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יולי 24, 2017 2:22 pm

· #380099
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalaguleh
diff
וויזו האט ער אזוי גוט געקענט גואיש

דיףף:נו. זאג דו אליין. דאס איז א לימוד פאר אונז אלע. אז מ'קען זיין אן ערליכער איד. אפילו א צדיק און א גאון. און מ'קען גוט די לאנדעס שפראך. די שאלה איז נאר צו וואס מ'נוצט אויס די קענטעניש. רש"י הק' האט עס אויסגענוצט מפרש צו זיין די תורה פאר די אלע מענטשן פון זיין לאנד. אפילו פאר די פשוטי עם...!

בדרך צחות, קענמען שפעקולירן אז בשעת ער איז געזיצן אין ביהכ"ס האט ער געליינט פון א דיקשיאנערי אדער א ביכל וואס לערנט אויס די פראנצויזישע שפראך. ווייל קיין גוגל טרענסלעיט איז נאך דאמאלס נישט געווען...!

נאך א פשט. אז בשעת ער איז געזיצן אין קלאס ווען מ'האט געלערנט ענגליש אדער פרענטש, האט ער נישט געווארפן קיין פעיפערס אויפ'ן טיטשער. נאר ער האט גוט אויסגעהערט...!
ועוד יש לומר, אז ביי זיי אינדערהיים האט מען גערעדט פראנצוזיש אויך, אדער גאר די ערשטע שפראך איז געווען פראנצוזיש, און ס'האט גארנישט געשאדט

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 25, 2017 10:23 pm

· #380277
אין מס' ברכות דף ח' ע"א זאגט די גמ'..."אמר רבה בר רב שילה, היינו דאמרי אינשי, ליבעי אינש רחמי אפילו עד זיבולא בתרייתא"...זאגט רש"י..."פלאד"ה" בלע"ז. דאס קלינגט ענדערש ווי א ווארט אויף ספאניש. ווייל אויף ספאניש איז א שאוועל טייטש...Pala.../Pallada means a shovelful...!

אין פראנצויזיש (וואס מ'רעדט היינט.) איז א שאוועל טייטש...Pelle...און א שוואעל-פול...איז טייטש...Pelletee...!

הערה כללית:די גמ' אויף דף ח' ע"א זאגט ...אמר רבי יהודה אמר רבי אמי, לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום... זאגט תוס..ד"ה שנים מקרא ואחד תרגום: ויש מפרשין והוא הדין ללועזות שלהן בלע"ז הוי כמו תרגום שמפרש לפעמים...אבער תוס' קומט צו אנ'אנדערע מסקנא...ער מאכט א חילוק פון תרגום ביז פי' לע"ז...עיי' שם...!

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 25, 2017 11:02 pm

· #380286
אין מס' ברכות דף י"ח ע"ב זאגט די גמ'...גזיזי דברדא...(שטיקער פון האגל) זאגט רש"י ...גלאנצ"א בלע"ז... אויף די היינטיגע שפראך איז נישטא פונקטליך אזא ווארט. אבער אן ענליך ווארט איז יא דא...Glace...meaning ice...(hail)

אין מס' ברכות דף כ"ב ע"ב זאגט די גמ' ...בקילעא דרב אושעיא... זאגט רש"י פורטיג"ו בלע"ז...אויף פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. אויף ספאניש איז יא דא. און דאס ווערט אויכעט באנוצט אין ענגליש...Portico...A porch with columns at the entrance of the house...!

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יולי 25, 2017 11:22 pm

· #380288
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalaguleh
אין מס' ברכות דף י"ח ע"ב זאגט די גמ'...גזיזי דברדא...(שטיקער פון האגל) זאגט רש"י ...גלאנצ"א בלע"ז... אויף די היינטיגע שפראך איז נישטא פונקטליך אזא ווארט. אבער אן ענליך ווארט איז יא דא...Glace...meaning ice...(hail)

אין מס' ברכות דף כ"ב ע"ב זאגט די גמ' ...בקילעא דרב אושעיא... זאגט רש"י פורטיג"ו בלע"ז...אויף פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. אויף ספאניש איז יא דא. און דאס ווערט אויכעט באנוצט אין ענגליש...Portico...A porch with columns at the entrance of the house...!
ר' בערל, איר האט געלערנט פערצן דפים גמרא אין א שעה מיט דרייצן מינוט??? נאט בעד, איר זענט א מתמיד עצום פון דף ח ביז כ"ב

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 26, 2017 2:01 am

· #380315
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער הלואי וואלט דער קאמפלימענט געווען אמת. וואס איך טוה איז אז איך לויף אדורך די בלעטער גמרא. ס'הייסט די רש"י אויף די דפים גמרא. און וואו איך טרעף א בלע"ז ווארט לערן איך א ביסל די גמ' ארום דעם. כדי צו פארשטיין דעם פשט. אבער דאס ציעט מיך ווי א זייער שטארקער מאגנעט און צינדט אן מיין נייגעריגקייט צו לערנען די גאר שטארק אינטרעסאנטע אגדתות פון די גמרא...!

נאכדעים נעמט מען ארויס א פראנצויזישן דיקשיאנערי. אדער איך קוק עס נאך אין גוגל טרענסלעיט. נאר צו ערשט פרוביר איך אפצוליינען דאס ווארט אין פראנצויזיש אדער ספאניש...!

וואלווי » מיטוואך יולי 26, 2017 2:44 am

· #380322
ר' בערל כ'וועל מוזען סקיפען דיין אשכול פון ערב ת"ב נאכמיטאג ביז נאכ'ן אויספאסטען. סארי.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 26, 2017 11:01 am

· #380358
וואלווי: או.קעי...עמיר זיך טרעפן אינ'ם שמייכל אשכול אדער אין הרה"ק ר' שלמה העלבראנץ תמ"ל זי"ע ועכי"א זצוקללה"ה'ס אשכול...!

וואלווי » מיטוואך יולי 26, 2017 11:55 am

· #380371
berlbalaguleh
וואלווי: או.קעי...עמיר זיך טרעפן אינ'ם שמייכל אשכול אדער אין הרה"ק ר' שלמה העלבראנץ תמ"ל זי"ע ועכי"א זצוקללה"ה'ס אשכול...!


אין שמייכל - היות ס'איז ת"ב עטעס מוזען זיין אזא כעין בחינה פונ'ם בחינה פונ'ם חובת הלבבות החסיד אבלו בפניו וצהלתו בלבו.. אדער פארקערט?...

אפשר אין שו"ת זאב יטרף איז דא א פסק ווי אזוי זיך צו פירן....

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 26, 2017 8:10 pm

· #380444
וואלווי: ס'דא נאך א סאך שו"ת ספרים וואס דו האסט פארפאסט. אין שו"ת הרמ"ז (הרב מאיר זאב) אדער דער ספה"ק קדושת מאיר, דרך מאיר, אור המאיר און אבן מאיר. דאס זענען אלע ספרים וואס איך פלאן בעז"ה ארויסצוגעבן און לאזן דרוקן. איך ווייס נישט צו אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 26, 2017 9:47 pm

· #380455
אין מס' ברכות דף כ"ד ע"א. ...שהיה פניה טוחות בקרקע...זאגט רש"י "אפלטיירש"א"...enflatier/aflatiarse...ס'איז נישט דא אזא אדער ענליך ווארט וואס ווערט באנוצט אין היינטיגע פראנצויזיש אדער ספאניש...!

אויפ'ן זעלבן עמוד אין רש"י ...גיהק..."ריטייר"...burp/ing...נוצט מען אין די היינטיגע שפראך...Eructement...!

פיהק...גענעצן..."באליי"ר" בלע"ז...Ballier...איז דא אן ענליך ווארט...Baillement...!

ונתעטש..."שטרנוד"ר" בלע"ז...Stranudar/Stranuder...to sneeze...איז נישט דא קיין ענליך ווארט אין די היינטיגע שפראך...Eternuer...וואס איז אינגאנצן נישט ענליך צו דעם ווארט וואס רש"י ברענגט...!

שם ע"ב.. די גמ' זאגט ...כשהיה מתעטש, היה מניח ידו על סנטרו...זאגט רש"י...מנטו"ן בלע"ז...דאס ווארט ווערט נאך היינט באנוצט אזוי ווי אין רשי"ס צייטן...!...Menton..= Cheek...!

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 26, 2017 10:05 pm

· #380457
דף כ"ה ע"א: די גמ' זאגט...סילון החוזר מביא את האדם לידי ירקון...זאגט רש"י...חולי הנקרא ...גלניצ"א בלע"ז...דאס מיינט מען געלקייט. דזשאונדיס...!
ס'איז נישט דא אן ענליך ווארט אויף דעם נישט אין פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט. און נישט אין ספאניש... דאס ווארט פאר געלקייט אין די היינטיגע שפראך איז...Jaunisse...= Jaundice...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:09 pm

· #380560
רבותיי: שא. שטילל. קיינער זאלל זיך נישט דערוואגן אויפצו וועקן דעם אשכול. ער איז שוין ווידער איינגעשלאפן. איך גיי נישט זאגן אז ער איז ח"ו געשטארבן. אדער ער גוסס'ט. או.קעי. כ'פארשטיי. דער עולם איז שטארק ביזי פעסטצושטעללן צו די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זיעועכיאזצוקלאלהאהא...איז געווען געמאכט פון תכלת אדער געלע לען. און צו די הייליגע ווייבער פון זיין הארעם האבן עס געשפינט אין זייער פרייע צייט. שוין. ווען דער עולם וועט האבן געלייזט אט דעם פראבלעם. וועט מען זיך האפנטליך נעמען צוריק צו קוקן אויף ווערטפולע אשכולות.

איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא... 😂 😢
בלאט: 1 2 3 4 5