דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. דו האסט מיר געגעבן האומווארק. נאר פונקט היינט ביניך געווען א ביסל ביזי אויף מיין דזשאב מער ווי געווענטליך. די קינדערלעך זענען געפארן אויף טריפס. און די בעלי עגלות האבן געדארפט שמייסן די פערד אז זיי זאללן פארן. אבער יעצט ב"ה איז מען שוין צוריקגעקומען בשלום. וועללן מיר זיך ארויפשארצן (דאס איז א ווארט פאר הער לאשיצער שליט"א) די ארבל פונ'ם העמעד וואס איך האב נישט. (אלע מיינע העמעדער זענען נאר מיט קורצע סליווס). און אז מ'זעהט א מענטש מיט קורצע סליווס אום חנוכה זאלל מען וויסן אז ס'איז אדער בערל בעל עגלה. אדער... שמואלי ד---. און נעמען ארבעטן אויף די בלע"ז ווערטער פון רש"י אויף די פרשה...!
די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
250 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7751
דער גאלדענער אדלערר' בערל: כ'גרייט אך שוין צו פארן מארגענדיגן חומש רש"י שיעור אפאר בלע"ז'לך, כדי ווען איך גיי לערנען זאל איך נישט מפסיק זיין אין פרעגן דעם רבין, נאר תוך כדי לערנען זאל עס פארן ווי אשרי יושבי.
קאפיטל י"ד פסוק ד-ה רש"י ד"ה ואקו.. אשטנבו"ק.
פסוק ו' רש"י ד"ה פרסה, פלנט"א.
פסוק ט"ז רש"י ד"ה התנשמת, קלב"א שורי"ץ.
פסוק י"ח רש"י ד"ה דוכיפת, ובלע"ז הרופ"א.
ע"כ פאר מארגן
דער גאלדענער אדלער: לאמיר גיין אין די רייע...אויפ'ן ווארט ..."ואקו" זאגט רש"י ..."אשטנבו"ק"...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז גארנישט דא ענליכעס... דאס איז א בארג ציג...."מאונטעין גאוט"..."Chevre de Montagne" (Shehvre de Montanye) = a Mountain Goat...!
רש"י ד"ה פרסה..."פלנט"א"...בלע"ז...אין די היינטיגע שפראך איז דא אזא ווארט. אבער ס'גייט צוזאמען מיט נאך 2 ווערטער. מסתמא כדי מבחין צו זיין צווישן דעם ווארט ..."זוילן" און א פלענט/פלאנצונג..."Plante de pied"...(plawnte de piey)=Sole of the foot...(ברוך שכיוונתי. ווייל איך האב מיך א סאך געמוטשעט צו טרעפן דאס ווארט.)
פסוק ט"ז. אויפ'ן ווארט ..."והתנשמת"...(פלעדערמויז/בעט)...זאגט רש"י..."קלבא שוריץ"...אין די היינטיגע שפראך ווערט עס אנגערופן..."Chauve Souris"...(Showve Suri)..The word Souris = Mouse...!
הערה: ביי דעם ווארט קענסטו זעהן די שוועריגקייט פון ליינען דעם בלע"ז ווארט ריכטיג אויף פראנצויזיש...ווער (וואס קען נישט רעדן פראנצוזיש) וואלט געחלומ'ט אז דאס ווארט ..."שוריץ" ליינט זיך ...שרי"... אזוי ווי שרי פריעדמאן, למשל... 😂 ...אט דאס איז איינס פון די הויפט שוועריגקייטן אין מפענח זיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!
אין פ' ראה. קפיטל י"ד פסוק י"ח. ד"ה דוכיפת.. זאגט רש"י ..."הרופ"א" בלע"ז...אזא אדער ענליך ווארט אין די היינטיגע שפראך האביך נישט געטראפן. אבער דאס קען אפשר מיינען א ווילדע טוירקי... וואס איז פון די עופות טמאים. דאס רופט זיך אויף פראנצויזיש..."Dinde de Sauvage"...Sauvage = Wild...!
נ.ב.: איך האב יא געטראפן א ווארט וואס קען זיין ענליך צו רש"י'ס ווארט..."הרופ"א"..."Huppe"...In English..."Hoopoe"...
דאס קען שוין האבן אן ענליכקייט צו דעם בלע"ז ווארט וואס רש"י ברענגט אראפ...!
דער גאלדענער אדלער: תזכה למצוות. דו האסט מיך געמאכט אדורכלערנען א פאר פסוקים חומש מיט רש"י...יישר כח... : 😃

Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל: מסכת סנהדרין דף ל' ע"ב סוף עמוד אין רש"י ד"ה בארירן יושרמ"א בלע"ז.
דעפענישן ביטע
דעפענישן ביטע
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך גיי באלד ארויסנעמען א גמרא און א ביסל אדורכלערנען דארט וואו דו האסט אנגעצייכנט...!
דער גאלדענער אדלערר' בערל: מסכת סנהדרין דף ל' ע"ב סוף עמוד אין רש"י ד"ה בארירן יושרמ"א בלע"ז.
דעפענישן ביטע
דער גאלדענער אדלער:איך האב שטארק נאכגעזוכט אין פארשידענע "סאורסעס אוו רעפערענס" און איך האב נישט געטרפן אן ענליך ווארט. כ'האב אויך געטרייט אלע שמות הנרדפים פאר אלערליי וועפאנס. ס'איז דא א סאך נעמען. קיין איינס מעטשט נישט די בלע"ז ווארט פון רש"י...!
ס'איז אויך מעגליך אז דאס איז בכלל נישט קיין ווארט אויף פראנצויזיש. ס'זעהט אויס ענדערש צו זיין ספאניש. לויט'ן אויסלייג פונ'ם ווארט...!
נאר איך געב נישט אויף. און דו זאלסט אויכעט נישט אויפגעבן. מ'וועט נאך זוכן ווייטער. און מ'האפט בעז"ה צו טרעפן אן ענטפער. דערווייל א יישר כח. דו האסט מיך געמאכט לערנען 2 בלעטער גמרא מיט רש"י. דף ל, ע"ב. און דף מ"א ע"א. אויך נאכקוקן אין ערוך...! און להבדיל אין גוגל טרענסלעיט. וואס ווען ס'קומט צו שווערע ווערטער איז ער ווערד א זעץ אין ד'רערד...! ס'איז מסתמא דא א העכערע לעוול טרענסלעיטינג עפפ. אדער וועבסייט. וואס איז אויף א קאלידזש לעוול. דאס זוך איך...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalagulehר' בערל א יישר כח פארן ארויסהעלפן, תשועה ברוב יועץ זאגט דער חכם.דער גאלדענער אדלערר' בערל: מסכת סנהדרין דף ל' ע"ב סוף עמוד אין רש"י ד"ה בארירן יושרמ"א בלע"ז.
דעפענישן ביטע
דער גאלדענער אדלער:איך האב שטארק נאכגעזוכט אין פארשידענע "סאורסעס אוו רעפערענס" און איך האב נישט געטרפן אן ענליך ווארט. כ'האב אויך געטרייט אלע שמות הנרדפים פאר אלערליי וועפאנס. ס'איז דא א סאך נעמען. קיין איינס מעטשט נישט די בלע"ז ווארט פון רש"י...!
ס'איז אויך מעגליך אז דאס איז בכלל נישט קיין ווארט אויף פראנצויזיש. ס'זעהט אויס ענדערש צו זיין ספאניש. לויט'ן אויסלייג פונ'ם ווארט...!
נאר איך געב נישט אויף. און דו זאלסט אויכעט נישט אויפגעבן. מ'וועט נאך זוכן ווייטער. און מ'האפט בעז"ה צו טרעפן אן ענטפער. דערווייל א יישר כח. דו האסט מיך געמאכט לערנען 2 בלעטער גמרא מיט רש"י. דף ל, ע"ב. און דף מ"א ע"א. אויך נאכקוקן אין ערוך...! און להבדיל אין גוגל טרענסלעיט. וואס ווען ס'קומט צו שווערע ווערטער איז ער ווערד א זעץ אין ד'רערד...! ס'איז מסתמא דא א העכערע לעוול טרענסלעיטינג עפפ. אדער וועבסייט. וואס איז אויף א קאלידזש לעוול. דאס זוך איך...!
שטעלט אייך פאר אז פארן פרעגן איין בלע"ז'ל האב איך געמאכט לערנען צוויי בלעטער גמרא, שטעלט אייך פאר אויב פרעג איך אייך א שורה רש"י אדער צוויי גרויסע רש"יס וואלט איר ווען געדארפט אפלערנען א האלבע מסכת
דער גאלדענער אדלער: אדרבה. לאמיר מאכן א יששכר-זבולון געשעפט. דו וועסט ארויסזוכן די בלע"ז ווערטער אין חומש-רש"י און אין גמ'. און איך וועל עס בעז"ה אדורכארבעטן. און ממילא וועלל איך שוין לערנען די פסוקים חומש-רש"י און די בלעטער גמרא...!
פון דא זעהמיר אז די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' זענען הייליג. איך דאנק דעם באשעפער אויף דעם עבר, וואס איך האב געהאט סייעתא דשמיא מפענח צו זיין די אלע ווערטער. ביז היינט. און איך בין מתפלל אויפ'ן עתיד.
די שמחה וואס איך האב ווען איך קען צו טרעפן די בלע"ז ווערטער פון רש"י, און עס צו פאסן צו די היינטיגע גערעדטע שפראך איז אין לשער. וויל דורכדעם קענמען פארשטיין פשט אין פסוק. און אויך די כונה פון רש"י הק' מיט א סאך מער עמקות...! יישר כח...!

berlbalagulehר' בערל, מ'האמער א געשעפט! כ'האב אויך אפיר גענומען מיין דעת מקרא חומש ס'זאל זיין ביי די האנט.דער גאלדענער אדלער: אדרבה. לאמיר מאכן א יששכר-זבולון געשעפט. דו וועסט ארויסזוכן די בלע"ז ווערטער אין חומש-רש"י און אין גמ'. און איך וועל עס בעז"ה אדורכארבעטן. און ממילא וועלל איך שוין לערנען די פסוקים חומש-רש"י און די בלעטער גמרא...!
פון דא זעהמיר אז די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' זענען הייליג. איך דאנק דעם באשעפער אויף דעם עבר, וואס איך האב געהאט סייעתא דשמיא מפענח צו זיין די אלע ווערטער. ביז היינט. און איך בין מתפלל אויפ'ן עתיד.
די שמחה וואס איך האב ווען איך קען צו טרעפן די בלע"ז ווערטער פון רש"י, און עס צו פאסן צו די היינטיגע גערעדטע שפראך איז אין לשער. וויל דורכדעם קענמען פארשטיין פשט אין פסוק. און אויך די כונה פון רש"י הק' מיט א סאך מער עמקות...! יישר כח...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
א גוטע וואך ר' בערל: כ'הייב שוין אן די וואך מיט אביסעל ארבייט פאר אייך, כ'פארזיכער אייך אפאר בלאט גמ', סנהדרין דף ל"ג ע"א רש"י ד"ה האם שלה, ובלע"ז מטריצ"ה.?
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל: כ'האב אזוי ג'בלעטערט דעם דעת מקרא האב איך געפונען דארט אלע בלע"ז'לך פון גאנץ ספר דברים, אבער זיי מאכן עס ביי יעדע סדר, די קאפיטל און פסוק די בלע"ז, די פראנצויזישע שפראך, און וואס ס'מיינט אין לש"הק, כ'וועל פרובירן כאפן א בילד דערפון און עס ארויף לייגן דא.
דער גאלדענער אדלער:ייש"כ. פאר ביידע ידיעות. עקסטער פאר די מראי מקומות אין די גמ' מס' סנהדרין. און אויך, א ספעציעלע ייש"כ פאר די פירושי בלע"ז פון חומש דעת מקרא. איך ווארט שוין מיט גרויס האפענונג ווען איהר וועט עס ארויפלייגן. ווייל איך האב נישט דעם דעת מקרא חומש...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; אזוי ווי כ'האב געזאגט פאריגע וואך, ברענג איך אייך דא קאפיעס פון חומש דעת מקרא מוסד הרב קוק, אויף אלע בלע"ז'לך פון סדר דברים, אויך פון די אנדערע סדרים ווען מ'וועט בעזר השם האלטן דארט וועל איך עס אריין ברענגן דא.

דער גאלדענער אדלער:ייש"כ פאר די טירחא. איך האב דעם ספר/בוך. ס'הייסט ..."לעזי רש"י"... פון פראפעסאר משה קטן /קליין, ע"ה.
איך האב עטליכע הערות:...1) די דעמארקאציע פון די פ' השבוע איז פון די מעתיקים פון מוסד הרב קוק. ווייל דער מחבר אין דעם אריגינאל האט נישט געפונען פאר וויכטיג דאס מיטצוטיילן. און דער ליינער/באנוצער דארף אליינס אויפזוכן פון וועלכע פ' מ'רעדט...!
2). דער מחבר לאזט אויס א סאך ווערטער פון די בלע"ז'ן פון רש"י. למשל, אין מס' סנהדרין דף ל' ע"ב. ער ברענגט בכלל נישט דעם ווארט...אויך אין פ' פקודי. אויפ'ן פסוק..."ואת נרותיה"... זאגט רש"י..."לוצי"ש, בלע"ז...דאס איז געהעריג א ווארט נישט אין פראנצויזיש. נאר אין ספאניש..."Luzes"...=lights...because in French there is a different word that is used to describe lights...Lumiere/s...!
3)...דער אריגינאלער מחבר האט איבערגעלאזט א סאך אומ-פונקטליכקייטן. ווי למשל אין פ' ראה. אויפ'ן פסוק ..."והעטלף"... זאגט ער קלב"א שורי"ץ...ווען אין אמת גייט דער בלע"ז ארויף אויף דעם ווארט ..."והתנשמת"...ווייל אין אידיש איז דער ווארט א נאמען פון א פייגל..."העטלף".. דער שוואלב. און ..."והתנשמת"... איז טייטש א פלעדערמויז...דאס איז א מין שרץ העוף!
4). דער מחבר. פראפ. קטן טוט נאר 50% פון די ארבעט. ער ברענגט דעם טייטש פון דעם ווארט אין אלט פראנצויזיש. א שפראך וואס מ'רעדט שוין היינט נישט אין פראנקרייך. ממילא האט עס נישט קיין סאך פראקטישע נוצן. משא"כ אני הקטן פרוביר צו זוכן אן ענליך ווארט אין די היינטיגע גערעדטע שפראך...!
5) טאקע אויף דעם ווארט ..."והתנשמת"...איז דא א חילוק וויאזוי מ'זאגט היינט ארויס דעם ווארט...ער זאגט אז מ'זאגט עס קלבא סאריז. בשעת ס'ווערט ארויסגעזאגט אנדערש..."Chauve Souris"...= a flying mouse...And it is pronounced like the name..."suri"/Sarah...!

נו, דער אשכול האטציך גערוקט מער אראפ און אראפ אויף די אקטיווע אשכולות פון קאווע שטיבל, און ער האט איינגעדרימלט. כ'האב נאר מורא אז ער זאלל נישט פארזונקען ווערן און ווערן נשתכח מן הלב. אבער ווי קען מען דען דערווארטן אז דער עולם (וואס איז נאך פארבליבן דא) זאלל זיך אינטרעסירן וואס רש"י זאגט. און וואס דער בלע"ז ווארט איז. און וואס ס'מיינט. ווען ס'טוען זיך אפ אזעלכע גררויסע זאכן וואס דער עולם איז שטארק פארנומען דערמיט ווי דער בראקקאלי עוף. (ס'א מין כלאים פון אן עוף און א וועדזשעטעיבל.). אדער וואספארא נארישקייט דער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט היינט גע'טווי'ט. נאר אעפ"כ. וועל איך פראבירן...והנה... די גמ' אין מס' כתובות דף ס"א ע"ב זאגט..."דמיטללא בגורייתא קיטנייתא"...זאגט רש"י.."שמשחקת בכלבים דקים ושחוק שנקרא ..."אישקקי"ש"...בלע"ז מיין רבי וואלט עס געליינט אויף אונגאריש...איש- קא-י. איז אבער דער ריכטיגער וועג דאס צו ליינען..."Echeques"...= chess game...(Ay-Shek)...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל, כ'האב געמיינט אז איר זענט געפארן אויף וואקאציע, אויב זענט איר יא דא דאן האב איך פאר אייך א גאנצע ליסט מיט בלע"לך. איר גייט דארפן אויף בלייבן א האלבע נאכט נאר אפצו לערנען אלע בלעטער גמרא
דער גאלדענער אדלער:ייש"כ. נו, אדרבה. איך ווארט שוין דערויף בכליון עיניים. אזוי לערן איך כאטש עפעס א אידיש ווארט. מ'האמיר שוין געשמועסט. איהר וועט אי"ה באקומען א פאר פראצענט פון מיין תורה לערנען. (איך ווייס נישט אויב א גאנצע יששכר-זבולון געשעפט לוינט זיך פאר מיר. ס'איז א ביסל צו א הויעכע פראצענט)...!
berlbalagulehדער גאלדענער אדלערר' בערל: מסכת סנהדרין דף ל' ע"ב סוף עמוד אין רש"י ד"ה בארירן יושרמ"א בלע"ז.
דעפענישן ביטע
דער גאלדענער אדלער:איך האב שטארק נאכגעזוכט אין פארשידענע "סאורסעס אוו רעפערענס" און איך האב נישט געטרפן אן ענליך ווארט. כ'האב אויך געטרייט אלע שמות הנרדפים פאר אלערליי וועפאנס. ס'איז דא א סאך נעמען. קיין איינס מעטשט נישט די בלע"ז ווארט פון רש"י...!
ס'איז אויך מעגליך אז דאס איז בכלל נישט קיין ווארט אויף פראנצויזיש. ס'זעהט אויס ענדערש צו זיין ספאניש. לויט'ן אויסלייג פונ'ם ווארט...!
נאר איך געב נישט אויף. און דו זאלסט אויכעט נישט אויפגעבן. מ'וועט נאך זוכן ווייטער. און מ'האפט בעז"ה צו טרעפן אן ענטפער. דערווייל א יישר כח. דו האסט מיך געמאכט לערנען 2 בלעטער גמרא מיט רש"י. דף ל, ע"ב. און דף מ"א ע"א. אויך נאכקוקן אין ערוך...! און להבדיל אין גוגל טרענסלעיט. וואס ווען ס'קומט צו שווערע ווערטער איז ער ווערד א זעץ אין ד'רערד...! ס'איז מסתמא דא א העכערע לעוול טרענסלעיטינג עפפ. אדער וועבסייט. וואס איז אויף א קאלידזש לעוול. דאס זוך איך...!
מספר "מרפא לשון" לר' משה לנדא נכד הנוב"י בתוך ש"ס הוצאת פראג שהוציא לאור, בדף ל' ציין לדף מ"א, ושם ביאר:
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; מס' סנהדרין דף ל"ז ע"א רש"י ד"ה מהבהבת, ובלע"ז פלמי"ד, ס'סאונד ווי פלאם, אבער כ'וויל סייווי וויסן די אפטייטש דערפון
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; מס' סנהדרין דף ל"ט ע"א רש"י ד"ה אותביה תותיה בחשא, קליני בלע"ז
רש"י ד"ה חבושי, קדוני"ץ
רש"י ד"ה ארבילא, קרובי"ל בלע"ז
רש"י ד"ה חבושי, קדוני"ץ
רש"י ד"ה ארבילא, קרובי"ל בלע"ז
דער גאלדענער אדלערר' בערל; מס' סנהדרין דף ל"ז ע"א רש"י ד"ה מהבהבת, ובלע"ז פלמי"ד, ס'סאונד ווי פלאם, אבער כ'וויל סייווי וויסן די אפטייטש דערפון
אויף די היינטיגע פראנצויזיש איז דא א ווארט וואס הייסט...Flamboyant...= flaming/fiery. But is pronounced differently than the same English word...(Flawm-Boua-yawn't)...!. While in English it describes a personality, in French it literally means a flaming situation/condition...!
גוטע פינטעלךberlbalagulehדער גאלדענער אדלערר' בערל: מסכת סנהדרין דף ל' ע"ב סוף עמוד אין רש"י ד"ה בארירן יושרמ"א בלע"ז.
דעפענישן ביטע
דער גאלדענער אדלער:איך האב שטארק נאכגעזוכט אין פארשידענע "סאורסעס אוו רעפערענס" און איך האב נישט געטרפן אן ענליך ווארט. כ'האב אויך געטרייט אלע שמות הנרדפים פאר אלערליי וועפאנס. ס'איז דא א סאך נעמען. קיין איינס מעטשט נישט די בלע"ז ווארט פון רש"י...!
ס'איז אויך מעגליך אז דאס איז בכלל נישט קיין ווארט אויף פראנצויזיש. ס'זעהט אויס ענדערש צו זיין ספאניש. לויט'ן אויסלייג פונ'ם ווארט...!
נאר איך געב נישט אויף. און דו זאלסט אויכעט נישט אויפגעבן. מ'וועט נאך זוכן ווייטער. און מ'האפט בעז"ה צו טרעפן אן ענטפער. דערווייל א יישר כח. דו האסט מיך געמאכט לערנען 2 בלעטער גמרא מיט רש"י. דף ל, ע"ב. און דף מ"א ע"א. אויך נאכקוקן אין ערוך...! און להבדיל אין גוגל טרענסלעיט. וואס ווען ס'קומט צו שווערע ווערטער איז ער ווערד א זעץ אין ד'רערד...! ס'איז מסתמא דא א העכערע לעוול טרענסלעיטינג עפפ. אדער וועבסייט. וואס איז אויף א קאלידזש לעוול. דאס זוך איך...!
מספר "מרפא לשון" לר' משה לנדא נכד הנוב"י בתוך ש"ס הוצאת פראג שהוציא לאור, בדף ל' ציין לדף מ"א, ושם ביאר:
גוטע פינטלעך: ייש"כ. נאר דער ווארט ...arme/s...מיינט געווער. בכלליות. אבער דעם ספעציפישן וועפאן האבן מיר נישט ארויס. איך האב נאכגעזוכט אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך. און ס'איז נישט דא א נאמען פון א מין געווער מיט אזא אדער אן ענליכן נאמען...!
דער גאלדענער אדלערר' בערל; מס' סנהדרין דף ל"ט ע"א רש"י ד"ה אותביה תותיה בחשא, קליני בלע"ז
רש"י ד"ה חבושי, קדוני"ץ
רש"י ד"ה ארבילא, קרובי"ל בלע"ז
אויף דעם ווארט..."ב/חשא"..וואס מיינט בלאטע איז נישט דא אזא ווארט ווי
קלינ"י"...אין די היינטיגע שפראך. ס'הייסט אדער..."Boue"...or "Marais"...
אויב ס'מיינט ..."אש"...דאס הייסט אויף פראנצויזיש..."Cendres"...Possibly similar to the English word..."cinder/s"...
אויף דעם ווארט..."חבושי"... זאגט רש"י ..."קדוני"ץ" בלע"ז...דאס איז א מין פרי וואס הייסט אויף אידיש קיטטן. ס'איז א מין הארטע עפל/באר...אויף ענגליש הייסט עס ..."Quinnapple"...In French..."Quinquille"...
אויף דעם ווארט ארבילא...וואס מיינט א זיפ (צו זיפן מעהל)...קרובי"ל בלע"ז...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז נישטא אזא ווארט נאר מ'נוצט אנ'אנדער ווארט..."Tamiseur"...= Sifter/strainer/sieve...!
הערה ל'גוטע פינטלעך: ס'קען אויך מיינען א ..."דארט" אדער "הארפון"...אבער דאס האט אינגאנצן אנ'אנדער'ן נאמען. דאס הייסט..."Harpon"...!
berlbalaguleh
פון דא זעהמיר אז די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' זענען הייליג. איך דאנק דעם באשעפער אויף דעם עבר, וואס איך האב געהאט סייעתא דשמיא מפענח צו זיין די אלע ווערטער. ביז היינט. און איך בין מתפלל אויפ'ן עתיד.
די שמחה ...! יישר כח...!
כ'האב אמאהל געהערט אז צדיקים האבן געזאגט אז די יניקה וואס די דייטשן האבן איז פין דעם וואס רש"י זאגט אויף דער ווארט שניר שני"י בלעז, דאס געבט זיי א חיות.
אקישתשבי: ייש"כ. סתם להערה בעלמא. רש"י הק' וואלט דאך געקענט אריינלייגן די לאטיינישע אותיות אין זיין פירוש על התורה. און אויף די גמרא. און ס'וואלט א סאך גרינגער געווען. ווען דער עולם וואלט פארשטאנען ברהיטא וואס רש"י'ס כוונה איז. נאר ער האט מקפיד געווען נישט אריינצולייגן גוי'אישע אותיות אין זיין פירוש. דאס מאכט עס הייליג. קודש לה'...!
אבער די חוקרים גייען נאך א טריט ווייטער. מה נפשך. אויב רש"י הק' האט איבערגעטייטשט געוויסע ווערטער פון די תורה אויף די שפראך וואס מ'האט דאמאלס גערעדט. פארוואס האט ער נאר גענומען געוויסע ווערטער. פארוואס נישט אלע ווערטער...?!
נאר דער תירוץ איז (לפי החוקרים בדברי רש"י הק') אז רש"י הק' האט נאר איבערגעטייטשט געוויסע ווערטער וואו מ'קען זיך טועה זיין אין פשט. למשל אין פ' ויגש. וואו רש"י הק' וויל ארויסברענגען דעם פשט אז דאס ווארט ..."בית"...דא מיינט נישט בית ממש. א הויז פון ציגל און שטיינער. נאר די הויזגעזינט. די מענטשן וועלכע האבן א שייכות צו דעם הויז...! און אזוי ביי א יעדע בלע"ז ווארט וואס רש"י ברענגט...!

ביי מיר איז נישט אזוי פשוט דיין פשט'ל, קען זיין אז אז רש"י שרייבט נישט די גוי'שע בוכשטאבן, פשוט ווייל ער שרייבט נישט פראנצויזיש!! ער שרייבט די אידיש וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
דער רמב"ם האט אויך געשריבן חיבורים אויף דער אידישער שפראך וואס מען האט דעמאלטס גערעדט, און דארט רעדט מען נישט פין ווערטער, נאר פין גאנצע חיבורים, איז בעל כרחך נישט שייך דיין תירוץ.
און דאס פארענטפערט אויך וואס די טרעפסט בלע"ז ווערטער וואס זענען פין אנדערע שפראכן, נישט דווקא פראנצויזיש, ווייל די אידיש דעמאלטס איז געוועהן געמישט פין מערערע שפראכן, אזוי ווי אונזער אידיש היינט.

אישתישבי: איך געב מער קרעדיט פאר רש"י...! ער איז געווען א וויין סוחר. און דאס איז געווען זיין עיקר פרנסה. זיין פירוש על התורה וש"ס האט ער געשריבן אלס זיין מיסיע אין לעבן. לויט ווי ס'איז באריכטעט האט ער געהאט שיין פרנסה פון זיין וויין געשעפט. וואו גרויסע פריצים און קעניגן זענען געקומען קויפן ביי איהם...! ס'דא געוויסע חוקרים און אקאדעמיקערס וועלכע קענען צוריק ..."טרעיסן".. אלע בלע"ז ווערטער וועלכע זענען אין די פראנצויזישע שפראך וואס מ'האט גערעדט אין יענע צייט. מכח די ווערטער פון די אנדערע שפראכן איז מעגליך אז מענטשן וועלכע האבן געוואוינט אין די פארשידענע מדינות ווי ענגלאנד, שפאניע און איטאליע האבן אנגעפרעגט ביי איהם איבער געוויסע ווערטער וואס זייער פשט איז און רש"י הק' האט עס געשריבן אין זייער שפראך....!
ניין. ער איז נישט געווען עפעס א בטלנ'יש איד'ל וועלכער איז ארומגעגאנגען מיט א פארשמאלצטן ישיבה כאלאט און דער געלער טלית קטן האט איהם ארויסגעהאנגען וואו מ'האט געקענט אפליינען די גאנצע מעניו פון סאפפער פאר די לעצטע 6 חדשים...!
אדער מיט אן אפענעם זיפפער און די העמעד מיט די הויזן זענען געווען צוקריעגט. אזוי ווי ביי...נ.ר...!
ניין. ער איז נישט געווען עפעס א בטלנ'יש איד'ל וועלכער איז ארומגעגאנגען מיט א פארשמאלצטן ישיבה כאלאט און דער געלער טלית קטן האט איהם ארויסגעהאנגען וואו מ'האט געקענט אפליינען די גאנצע מעניו פון סאפפער פאר די לעצטע 6 חדשים...!
אדער מיט אן אפענעם זיפפער און די העמעד מיט די הויזן זענען געווען צוקריעגט. אזוי ווי ביי...נ.ר...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
אישתישביביינינז האט מען געוויסט אז ס'נאר דא איין אידישע שפראך, "אונגאריש" עני אנדערע שפראך איז נישט געווען אויסגעהאלטן, ספעציעל "ענגליש".ביי מיר איז נישט אזוי פשוט דיין פשט'ל, קען זיין אז אז רש"י שרייבט נישט די גוי'שע בוכשטאבן, פשוט ווייל ער שרייבט נישט פראנצויזיש!! ער שרייבט די אידיש וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
דער רמב"ם האט אויך געשריבן חיבורים אויף דער אידישער שפראך וואס מען האט דעמאלטס גערעדט, און דארט רעדט מען נישט פין ווערטער, נאר פין גאנצע חיבורים, איז בעל כרחך נישט שייך דיין תירוץ.
און דאס פארענטפערט אויך וואס די טרעפסט בלע"ז ווערטער וואס זענען פין אנדערע שפראכן, נישט דווקא פראנצויזיש, ווייל די אידיש דעמאלטס איז געוועהן געמישט פין מערערע שפראכן, אזוי ווי אונזער אידיש היינט.
ס'האט געקענו זיין א פיינע שמועס אין אונגאריש אבער ווי נאר מ'האט געהערט דע אומערצויגענע יוגענט רעדן ענגליש, איז געגאנגן נו'ס מיט נא'ס, מ'קען נישט רעדן אידיש דא!! וואס איז מיט דע שלא שינו את לשונם!!
אבער ס'איז אמת אמאל זענען אסאך ספרים לכתחילה געדריקט געווארן אויף אראביש חובות הלבבות, כוזרי, מיט נאך, פארוואס דאמאלטס האט מען עס יא אריינגעלאזט אין אלע שולן און היינט קען מען נישט געפונען קיין רויטע ארטסקרול, און די אידיש רעדענדיגע שולן לא זכיתי להבין, היינט רעדן רוב אידן, ענגליש אדער עברית, סאך א קלענערע פארצענט רעדט אידיש
דער גאלדענער אדלער: דו ביסט 100% גערעכט. נאר אונגאריש פארבלייבט נאכאלץ די העליגע שפראך...ווייל די וואס רעדן עס זענען דאך די מערסטע טומלערס און ארומ-רודערערס.
פארוואס, למשל ..."טשיללאר"...קאקא-אוש (ניין. נישט קאקאש) קעיק און ראפאגאש בארכעס. און קאפטא-פא איז או.קעי. אבער א ווארט אין ענגליש אדער, רחמנא ליצלן מהאי דעתא אין די שפה הטמאה הידועה איז להשמיד ולהרוג. יהרוג ואל יעבור. כ'מיין טאקע יהרוג. נישט יהרג...! ווייל אט די חברה זענען גרייט צו הרג'ענען מענטשן...!
פארוואס, למשל ..."טשיללאר"...קאקא-אוש (ניין. נישט קאקאש) קעיק און ראפאגאש בארכעס. און קאפטא-פא איז או.קעי. אבער א ווארט אין ענגליש אדער, רחמנא ליצלן מהאי דעתא אין די שפה הטמאה הידועה איז להשמיד ולהרוג. יהרוג ואל יעבור. כ'מיין טאקע יהרוג. נישט יהרג...! ווייל אט די חברה זענען גרייט צו הרג'ענען מענטשן...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; דברים כ"ז א' רש"י ד"ה שמור, גרדנ"ט בלע"ז?
דער גאלדענער אדלער: זיכער. דאס ווארט וואס רש"י ברענגט ..."גרדנ"ט" בלע"ז... באנוצט מען אפילו אין די היינטיגע שפראך...
"Gardant"...=keeping... in the present tense. (Continuous)...

אין סנהדרין דף... איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען איינע פון די לעצטע דפים פון דף היומי, רש"י זאגט דארט וכן הוא בלשונינו, היינו אז דו גמרא דארט זאגט א ווארט און רש"י איז מפרש און ענדיגט צו כנ"ל וכן הוא בלשונינו
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
מיש-נייעסדף מ"ח ע"ב רש"י ד"ה פודגרא,אין סנהדרין דף... איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען איינע פון די לעצטע דפים פון דף היומי, רש"י זאגט דארט וכן הוא בלשונינו, היינו אז דו גמרא דארט זאגט א ווארט און רש"י איז מפרש און ענדיגט צו כנ"ל וכן הוא בלשונינו
דער גאלדענער אדלערמיש-נייעסדף מ"ח ע"ב רש"י ד"ה פודגרא,אין סנהדרין דף... איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען איינע פון די לעצטע דפים פון דף היומי, רש"י זאגט דארט וכן הוא בלשונינו, היינו אז דו גמרא דארט זאגט א ווארט און רש"י איז מפרש און ענדיגט צו כנ"ל וכן הוא בלשונינו
מיש נייעס. און דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. פלאי פלאים. אין פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. (מסתמא מהאי טעמא זאגט רש"י הק' נישט דאס ווארט בלע"ז..! איך האב נאכגעקוקט אין ערוך. זאגט ער אז דאס ווארט האט א מקור אין גריכיש. ווייל אין לשון יון הייסט א פוס..."פדא"...
איך האב פרובירט צו טרעפן דאס ווארט אין עטליכע שפראכן. לאטייניש. איז גארנישט דא. האביך פרובירט צו זוכן אין גריכיש. דארט איז יא דא א טייטש אויף דעם ווארט. און זייער קלאר..."Podagra"...in Greek means..."Gout"... a well known ailment where fluid accumulates around the joint of the knee...!
אין דעם פריערדיגן ד"ה זאגט רש"י..."מחזיק בפלך"...אוחז במקל להישען עליו מחמת חולי רגליו...! פלאי פלאות...!
איך האב נאכגעקוקט אין גוגל (סוירטש). זאגט ער אז דאס מיינט ..."גאוט"...!
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalagulehארטסקרול זאגט אויך goutאיך האב נאכגעקוקט אין גוגל (סוירטש). זאגט ער אז דאס מיינט ..."גאוט"...!
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. יעצט איינמאל געב איך קרעדיט פאר ארטסקראלל. אבער איך בין נישט איבעריג אנטציקט פון זיי. ווייל א סאך מאל פאנפענען זיי אונטער. למשל ביי די באקאנטע פסוק אין פ' ויגש וואו די ברודערס פון יוסף זענען אנגעקומען קיין מצרים. און ס'שטייט אין פסוק..."וישמע בית פרעה"...זאגט רש"י אין זה בית ממש. אלא אנשי הבית...(בערך אזוי). זאגט רש"י דארט א בלע"ז..."מישנדה" בלע"ז...טייטשט דער ארטסקראלל פירוש עה"ת אזוי..."In old French..."Mishenda"... means house...! (איך האב נישט דעם ארטסקראל עה"ת. ס'איז מיר נאר אונטערגעקומען ביי א געלעגנהייט)...
דער דאזיגער פשט/איבערטייטש איז נישט ריכטיג. זיי האבן נישט גוט איבערגעליינט דעם בלע"ז ווארט. ווייל רש"י הק' איז דא נישט געקומען צו ערפילן די פונקציע פון א דיקשיאנערי. וואס געט מיר צו צו דעם פשט (לפי פי' רש"י) אז איך ווייס וויאזוי א הויז הייסט אויף אלט פראנצויזיש...?! נאר דער בלע"ז באשטייט פון 2 ווערטער"Maison De"...= "The House of" מישנ"דה. דאס פאסט זייער גוט אריין אין פשט...!
אויך. אין מס' בבא מציעא ברענגט די גמ' א הלכה אז א רוכל טאר נישט ארויסלייגן זיין סחורה אין א פרעמדע שטאט. צוערשט מוזן די לאקאלע סוחרים ענדיגן צו פארקויפן זייער סחורה. אבער א תלמיד חכם מעג יא. אפילו ער קומט פון אנ'אנדערע שטאט. פרעגט די גמ' רבא איז דאך א ת"ח. און ער האט נישט ארויסגעלייגט זיין סחורה פאר די לאקאלע סוחרים...? ענטפערט די גמ' אז רבא האט געטון ..."לפנים משורת הדין"...טייטשט דער (ענגלישער) ארטסקראלל א מאדנע טייטש...He was within the (limit of the) law...!
.דאס איז דאך נישט דער ריכטיגער פשט. די גמ' וויל דאך דא זאגן אז ער האט געטון מער ווי ער איז געווען מחוייב

ר' בערל; מס' סנהדרין דף מ"ט ע"ב רש"י ד"ה ובורית, אירבנ"ו שבונריי"א?
דער גאלדענער אדלערר' בערל; מס' סנהדרין דף מ"ט ע"ב רש"י ד"ה ובורית, אירבנ"ו שבונריי"א?
דער גאלדענער אדלער: איך בין יעצט נישט אין א פאזיציע (פלאץ און צייט) נאכצוקוקן אלע מקורות פון רעפערענץ. (אנגעהויבן פון די גמרא און רש"י אויף דעם באטרעפנדן דף.) אבער איך קען דיר גלייך זאגן אז דאס צווייטע ווארט ..."שבונרייא"... מיינט אויף פראנצויזיש, א זייף פאבריק אדער וועירהאוז. און דאס ערשטע ווארט האט עפעס צו טון מיט א שטאט אדער געגנט...! שפעטער אין טאג ווען איך וועל אי"ה האבן מער צייט נאכצוקוקן און פארשטיין דעם ענין (קאנטעקסט) וועל איך בלי"נ שרייבן א מער פונקטליכע קאמענטאר...!
..."Savon"...= Soap. ...Savonerie...= soap factory or warehouse...! ..."Urbain/o" ="City or densely populated neighborhood"...!
נעכטיגע דף סנהדרין עו אונטן פונט"ש בלע"ז בערל מדארף דיין הילף דארט
קען עס מיינען אונזער היינטיגע פאנטש, עס איז מער משמע אז מען רעדט דארט פון א שטעך מיו אן אייזן, קוק אריין דארט ווייל מען רעדט פון די נושא פון פאנטשן אדער שטעכן

מיש נייעס: ייש"כ. אבער דו האסט נישט גוט אפגעליינט דעם בלע"ז אין מס' סנהדרין. רש"י זאגט דארט..."פונש"ט" בלע"ז...! (נישט פונט"ש). אבער אין די היינטיגע שפראך איז נישט דא ממש אזא ווארט נאר אן ענליך ווארט..."Pointe" = Spike. In English...!
נאר ס'איז מעגליך אז די מעתיקים פון די אלטע כתבי יד (און ס'זענען געווען א סאך) האבן נישט ריכטיג מעתיק געווען. און די ריכטיגע ווארט דארף טאקע זיין ..."פונט"ש וואס איז פון לשון שפיץ/שפיציג...!

עס קומט א מאדאל פאר בערל'ן, יא כ'האב מיך טועה געווען אין רש"י, זייער שיין עס שטימט הערליך אום צום point... בלע"ז
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.
די וואכעדיגע פרשה וירא קפיטל י"ט פסוק ט' ויאמרו גש הלאה בלע"ז טריטידנוש??

דער גאלדענער אדלערר' בערל; שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.
די וואכעדיגע פרשה וירא קפיטל י"ט פסוק ט' ויאמרו גש הלאה בלע"ז טריטידנוש??
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט אז אונז האמיר שוין לאנג נישט עוסק געווען אין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!
דעם ענטפער אויף דעם בלע"ז ווארט. אייגנטליך 3 ווערטער, געדענק איך אויסנווייניג. איך דארף אפילו נישט נאכקוקן. דאס איז וואו די אנשי סדום האבן געזאגט פאר לוט..."גש הלאה"...זאגט רש"י הק' ..."טריטדנוש"...Traite-de-Nous...Step away from us...!...טריטי-ד-נוש
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalagulehאינטערעסאנט, כ'האב געטראכט אז ס'מיינט עפעס טרעיט אפ, אדער ווי מ'דריקט זיך אויס ביינונז "טראג אפ פון דאדער גאלדענער אדלערר' בערל; שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.
די וואכעדיגע פרשה וירא קפיטל י"ט פסוק ט' ויאמרו גש הלאה בלע"ז טריטידנוש??
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט אז אונז האמיר שוין לאנג נישט עוסק געווען אין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!
דעם ענטפער אויף דעם בלע"ז ווארט. אייגנטליך 3 ווערטער, געדענק איך אויסנווייניג. איך דארף אפילו נישט נאכקוקן. דאס איז וואו די אנשי סדום האבן געזאגט פאר לוט..."גש הלאה"...זאגט רש"י הק' ..."טריטדנוש"...Traite-de-Nous...Step away from us...!...טריטי-ד-נוש
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. ס'איז אבער כדאי צו באמערקן ווען דו באטראכטסט דאס ווארט. ס'איז אייגטליך דריי ווערטער. (א גאנצע סענטענס.). אט דאס איז אויך איינס פון די שוועריגקייטן אין מפענח זיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'. ווייל זיי זענען נישט געשריבן מיט ספעיסעס און נקודות. (ווי קאמאס און פינטלעך. אויסער וואס אין פראנצויזיש, און עטליכע אנדערע שפראכן חוץ ענגליש, זענען דא פארשידענע נקודות און שטרעכלעך וועלכע קומען מדגיש צו זיין אדער פארענדערן דעם ארויסזאג פונ'ם ווארט. איך קען עס נישט ארויפברענגען אויף מיין קיעבאורד, צוליעב מיין עם הארצות אין טעכנאלאגיע. אבער איך וואלט דיר געוויזן אז אין פראנצויזיש און אין ספאניש זענען דא אזעלכע פינטלעך און קאמאס אנצודייטן דעם ארויסזאג פון א געוויסן ווארט.)
דער גאלדענער אדלער: איך פרוביר דא ארויפצולייגן א סעמפל פון די נקודות און אקצענטואציע פון די פראנצויזישע שפראך. דאס איז נאר א קליינער סעמפל. ווייל צו לערנען די גראמאטיק/דיקדוק פון פראנצויזיש איז א סאך מער קאמפליצירט. נאר כדי צו האבן א מושג. וואס וועט אויך צוהעלפן בעז"ה בעסער צו פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!
אויף דעם אימידזש איז דא 5 שורות. : #1ווערט ארויסגעזאגט אזוי ווי א צירי בהברת ליטא...צעי-רעי...!
#2 איז אזוי ווי א סגול...סע-גול.
#3 איז אזוי ווי א סגול מיט א דגוש...למשל אזוי ווי דער נאמען וועבער...וועי-בער
#4 האט נישט קיין אפליקאציע אין אידיש. (אין דייטש אדער אונגאריש האט עס יא א באנוץ)
#5 לאזט מיך הערן אז דער לעטטער סי. וואס געווענטליך ווערט עס ארויסגעזאגט ווי א קעי. (ווען ס'איז נישט פאר דעם לעטטער אי.) אבער ווען ס'האט דעם ..."פזר"..זאגט מען עס דאך ארויס אזוי ווי א סי.!
אבער דער כלל פון #5 עקזיסטירט נאר אין די פראנצויזישע שפראך...פאר מער פרטים איז נישט כדאי זיך אריינצולאזן. ווייל ס'איז קאמפליצירט. כדאמרן...!
אין ספאניש איז אויך דא א טייל פון די אויבנדערמאנטע שטרעכלעך. אבער א ביסל אויף אן אנדער'ן אופן. נאר איך בין זיכער אז פאר'ן עולם שווינדלט שוין דער קאפ. 'עמיר עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט, בעז"ה...!

יישר כח רב בערעל
דער סגול איז נוסח סאטמאר אדער נוסח סקווירא?
בדרך אגב, איז דא אלטער כתבים פין ראשונים וואס שרייבן אמאהל א לשון קודש ווארט מיט גוי'שע נקודות ווי צ.ב.ש. איר ברענגט, וואס מען קען פין דעם ארויסנעמען וועלכע הברה זיי האבען גערעדט?