בחירות אין מדינת ישראל 2015
247 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7668
בחירות אין מדינת ישראל 2015
יעצט קאנפירמעד ביבי האט אפגעזאגט זיין שר האוצר יאיר לפיד און שרת המשפטים ציפי לבני.
בחירות בקרוב!
ביבי גייט רעדן 8 אזייגער א"י צייט
א אומערווארטע נצחון פאר די חרדים - די העצע פון לפיד אויף חרדים איז און פולן שוואונג פארשטייט זיך זיי זענען שילדיג אין זייער מיאוס'ן דורכפאל
[ציטאט אראפגענומען]
פאליטיק איז שווער צו מסביר זיין אויף איין פיס, פרשנים וועלן דיר קענען מסביר זיין פון צוויי יאר צוריק פארוואס די איצטיגע ממשלה קען זיך נישט האלטן און די טעותים וואס ביבי האט געטון פון די ערשטע מינוט נאך די וואהלען, דורך מאכן א דיל מיט ציפי לבני גלייך נאך די וואהלען, און נפתלי בענעט האט זיך געפילט באדראעט ווייל ער איז געווען א בלוט שונא פון שרה נתניהו האט ער מורא געהאט אז ביבי וועט עם אויסשפילן איז ער געלאפן מאכן א דיל מיט יאיר לפיד וואס בעצם איז עס ווי פייער און וואסער זאלן מאכן א דיל ווייל א רעכטע מיזרחניק מיט א פרייע תל אביבער קענען זיך קיינמאל נישט פארשטיין, פאר ביידע וואלט געווען גרינגע צו זיצן מיט די פרומע, ממילא האט ביבי געמוזט זיי אריינעמען אין זיין ממשלה און לאזן די חרדים אינדרויסן וכו' וכו', וויאזוי זאכן זענען געפארן במשך די לעצטע צוויי יאר האט מען געקענט זעהן אז פריער צו שפעטער גייט געשעהן דא עקסידענטס,
אבער בקיצור אויף די שאלה וואס איז יעצט געשעהן? אין איין ווארט, ביבי האט פארלוירן קאנטראל אויף זיין ממשלה, אנגעהויבן מיט די חוק "ישראל היום"וואס איז קעגן די צייטונג פון זיין בעסט פרענד שעלדון עדלסון, און על אפו וחמתו פון ביבי איז עס אריבער מיט רוב אין כנסת דאס איז געווען א פערזענליכע פראסק אין פנים פאר ביבי, ווייטער מיט די חוק הגיור וואס ער האט געבעטן עס נישט צו ברענגן יעצט צום כנסת, און נאכדעם מיטן חוק פון יאיר לפיד חוק מע"מ אפס וואס ער האט זיך געעקשנט דווקא יעצט צו וואטן פאר דעם, און די זיך אפזאגן פון השר עמיר פרץ פון די התנועה פארטיי , די קריטיק יעדן טאג פון ציפי לבני וואס איז א חלק פון זיין ממשלה און אזוי נאך און נאך ,האט ער מחליט געווען אזוי קען איך קיין לאנד נישט פירן, נישט קענענדיג טרעפן א אלטערנאטיוו פאר יש עתיד נאכדעם וואס די חרדים האבן פאר כל הון דעלמא נישט מסכים געווען ארייצוגיין אין די ממשלה פאר בחירות און עניוועי האט אביגדור ליבערמאן נישט מסכים געווען האט ער דעסיידעט : מען גייט צו בחירות !!!!!!!!!!!!
ע"כ בקיצור.
וואס איז דער חוק ישראל היום?
כוכבוואס איז דער חוק ישראל היום?
ישראל היום איז א צייטוג בחינם אין מדינת ישראל עס געהערט ווי געזאגט פאר שעלדון עדלסון, עס איז געווארן זעהר שטארק ווייל עס איז בחינם, און פארשטייט זיך עס איז רעכט מיט דעות גענויגט צו ביבי, ממילא האט איתן כבל פון די עבודה פארטיי געברענגט א חוק אז עס זאל זיין אסור עס צו טיילן בחינם ווייל אזוי האבן זיי א גרעסערע השפעה ווי די לינקע צייטונגען, די מידיע רופט אהן די חוק "חוק ישראל היום" ווייל דאס איז די איינציגסטע צייטונג וואס איז געדעמעדזשט פון די חוק, יעצט די חוק איז אריבער "בקריאה ראשונה" אין כנסת נאר דורך א חלק פון די קאאליציע וואס האבן געוואט בעד די חוק אנפייפנדיג ביבי אין פנים, דאס האט עם געמאכט קומען צו די הכרה אז ער איז נישט מער באלעבאס.
(ביי די וועי עס וועט ווארשיינליך נישט אריבערגיין צום צוייט און דריטן מאל)
ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
כוכבווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
ימי קדםכוכבווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?

לויט ווי דו לייגסט עס אראפ ווערט מקויים דער את"ל פון ויואל משה... 😂

ס'ווערט נישט געפירט לחלוטין על ידי דת, און כלפי די ארגומענטן פון סאטמאר איז דאס נישט ממש היפך פון עקירת דת. די נקודה וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען איז אבער יא אמת – למחצה לשליש ולרביע. ס'איז דעמאקראטיש מיט דעם חלק אז די רעגירונג אפערירט אויף א דעמאקראטישן שטייגער; ס'איז איבער נישט אזוי דעמאקראטיש ווען ס'קומט צו סאציאלער גלייכהייט. א לאנד וואו געזעצן ווערט באשטימט אדער באיינפלוסט דורך רעליגיע איז אין גרויסער טייל א סתירה צו פרייהייט. און דאס איז אפילו אויב דאס רוב אין יענעם לאנד זענען אין שטיצע פון אזאנע חוקים.
ימי קדםכוכבווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
ס'איז דא א גרויסע חילוק פון די צייטן ווען די ויואל משה איז געשריבן געווארן - ווען די אלטע לינקע זענען געווען אין מאכט אנגעהויבן פון דער עטיאיסט בן גריון וואס זיי האבן געהאט א אידילאגיע פון טוישן דער אפטייטש פון יודישקייט - אבער היינט זענען אפילו די לינקע נישט אזוי אידילאגיש. עס איז פשוט זיי פייטן פאר דעמעקראטיע וכ"ש אז זייט יאר 77 ווען די רעכטע האבן איבערגענומען די מאכט אין דאס גאנצע אנטי דת אידילאגיע עגסעסטירט נישט ביי זייי..
לויט וויפיל איך ווייס איז בן-גוריון נישט געווען קיין אטעאיסט, כאטש ער האט זייער פיינט געהאט די ״אדוקים״.
ימי קדםכוכבווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
וואו קומט עס דא אריין.
איך רעד פון צוימען די פרעסע צוליב פאליטישע חשבונות דאס איז ריין דיקאטאטורשאפט און ווייט נישט קיין פארגלייך צו שריים פון עניני דת וואס האבן פארמירט געוויסע געזעצן.
אפציעל איז עס נישט קיין פגיעה אין חופש הביטוי, ווייל ער לאזט איהם ווייטער זאגן וואס ער וויל, ער זאל נאר נישט צושפרייטן אומזיסט, ווייל דעמאלס קלאפט ער אנדערע צייטונגען שלא כהוגן.
וואס איז מיט די לעצטיגע חוק וועגן אנערקענען מדינת ישראל אפיציעל אלס א אידישע מדינה? ווי אזוי קומט דאס אריין אין בילד?
לפי עניות דעתי מוז די חוק ישראל היום לאו דווקא זיין אנטי דעמאקראטיע,ווייל רוב מדינה האלט אז די כח פון די שופרות פון רעכט און לינק מוזען זיין אייניג, און נישט איינער וואס האט זיך עפעס א ביליאנער פון אמעריקע זאל קענען פארשפרייטן אויף אזא אופן אז די אנדערע זאל זיך בכלל נישט קענען מתחרה זיין, און דעמאקראטיע האט עס געברענגט צום דעמאקראטישן כנסת און עס איז אריבער מיט רוב, לייען: דעמאקראטיש.
בנוגע די חוק הלאום וואס ביבי האט געוואלט יעצט ברענגן צום כנסת איז אזוי : ער האט דאס בעצם צוגעזאגט ביים אויפשטעלן די קאאליציע פאר זאב אלקין יו"ר הליכוד וואס איז דעמאלטס געווען סגן שר החוץ און נאך אז ער גייט אריבערפירן אזא חוק, און סיי ציפי לבני און סיי יאיר לפיד האבן געוואוסט אז איין טאג גייט עס אנקומען, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה נישט איינצוהאלטן זיין צוזאג אזוי ווי ער האט מקיים געווען פאר לפיד די חוק הגיוס אפילו ער פריוואט איז אבסאלוט קעגן קרימינאלע סאנקציעס - ווי ער האט היינט געזאגט קלאר צום ערשטן מאל - און אזוי ווי ער האט מקיים געווען פאר אלע אנדערע צו וואטן פאר זייערע חוקים, נאר זיי האבן געהאלטן אז נישט יעצט איז די ריכטיגע צייט- ווען עס איז אזוי אנגעצויגן מיט די אראבער און די וועלט- און נישט די ריכטיגע וועג,
ביבי מצידו האט דאס יעצט גענוצט פאר די לעצטע טריי, וועט לפיד און לבני זיך בייגן און עס דורכלאזן קען מען נאך אפשר ווייטער שטיפן די ממשלה, אבער אויב דא וועלן זיי אויך גיין ביזן סוף בין איך אויס ראש ממשלה.
און נאך וואס זיי האבן געזאגט קלאר אז זיי גייען וואטן קעגן איז דאס געווען די שטרוי וואס האט צובראכן די ריקען פונעם קעמל און ער האט מחליט געווען : לפיד ולבני החוצה!
גיבור, איך בין נייגעריג צו דו האלטסט אויך אזוי לבני קוקט מיר אויס (הגם איך בין מחילוק מיט איר)ווי א אמתע אידילאגישער מענטש וואס האט א וויזיע און ארבעט לטובת די פאלק און נישט א ביליגע פאלאטישען וואס מיינט זיך..
זעהט אויס אז די ביסט ניי אין איזראעלי פאליטיק, אזא היפאקריט ווי לבני איז שווער צו טרעפן, ביי די פריעדיגע כנסת ווען זי האט געהאט רוב און זי האט געוואלט די חרדים אין קאאליציע איז זי געווען מוכן צו געבן פאר די חרדים וויפיל געלד זיי האבן געפאדערט, און עס איז באקאנט די צעטל וואס זי האט געשיקט פאר ליצמן, למעשה האט עס זיך נישט אויסגעארבעט וועגן חלוקת ירושלים און זי איז געבליבן אין די אופזיציה, א גאנצע צייט איז זי געווען ביזי צו האקן אז ביבי געבט געלד פאר די חרדים בשעת ווען זי האט געאפערט אסאך מער, אבער דאס איז א קליינע דוגמה קעגן יעדע זאך וואס זי האט געטוישט איר מיינד איינמאל זי איז געווען אין ממשלה, פארשטייט זיך ביז די מיאוסער ריס,
לעצטע שורה: זי איז די זעלבע ליגענער און פאליטיקאנט ווי יעדע אנדערע אויב נישט ערגער, מיט א באנוס פון מיאוסע נידריגע שנאה צו יעדע ערליכער יוד.
לפיד האט נעכטן ביי זיין פרעסע קאנפערענץ אויסגעשריגן אז ביבי גייט נישט זיין קומענדיגע ראש הממשלה , יעצט ווייסט די מידיע צו פארציילן אז ער ארבעט אויף א איחוד פון לפיד-ליבערמאן און קאהאלאן. אויב דאס געשענט וועלן זיי קענען פראבירן צו בייקומען ביבי
ישראל איכלר שרייט אין כנסת אז די אמת'ע סיבה פארוואס די ממשלה גייט צאמפאלען איז נישט ביבי, נישט לבני, נישט לפיד, נאר פשוט ''יד ה'' , מ'האט זיך אנגעהויבען מוטן תורה, זאגט דער אייבעשטע סאיז גענוג.. [ער האט שוין פראבירט צומאכען אזא סארט באבע מעשה דעמאלס ווען זיי האבן ביישטעטיגט די חוק הגיוס, און סאיז פונקט געפאלען א באמבע יענע וואך פון אזא, וואס דעמאלס האבן אלע צייטונגען געהאט א בילד פון א באמבע אויף איין זייט, און די כנסת אויפן צווייטע זייט, מוטן קעפל 'אם בחוקותי תלכו.. ואם לא..']. רבי, וואס דרייטסטע ביצים, וואו די באשעפער געווען ביז יעצט [די באשעפער גייט דען אריין אין א בית מינים?!?..], קאמ-אן אזוי פירט מען פאליטיק? די מיינסט די באשעפער נו פארוואס גייסטו יעצט צירוק אריין אין כנסת??
דו דארפסט רעספעקטן אז נישט אלע גדולי ישראל האבן אנגענומען די שיטה הקדושה פון ויואל משה. אנדערע גדולים האבן זאגאר געהאלטן קלאר אז דאס גיין אין כנסת איז א מצוה פון קיום התורה והמצוות צו ראטעווען פון דער נאנט וואס מ'קען. אן נעמען א שטעלונג, איז אבער קאמיש ווען איינער לעבט זיך אין זיין אייגענע באבעל, רעדט זיך איין אז דאס וואס מ'פיטערט כל ימי חייו אין די שלש-סעודה תורות, פראטעסט דרשות, איד עדיטאריעלס, גאס פלאקאטן, הויכהילכער געקלאגעכטס, איז תורת אמת ואי אתה רשאי להרהר אחריה, ווען מצד השני, צוויי פיס ארויפציער, לעבן זיך אנדערע אין "זייער" באבעל, און רעדט זיך איין אז דאס וואס מ'פיטערט ביי שטייענדיגע / זיצענדיגע / ליגענדיגע תורה, המודיע / מחנה חרדי / הפלס / יתד עדיטאריעלס, איז די ריכטיגע דעת תורה ואי אתה רשאי להרהר אחריה!
היוצא לנו מזה, ישראל אייכלער איז נישט פון אונזער חדר. ער הערט אנדערע י"ג אני מאמין'ס פון זיינע רבי'ס און גדולים, און ער, מיט די אנדערע פאליטישאנס, זענען מכוון מיט יעדע אריינטריט צום כנסת להגדיל תורה ולהאדירה ולחזק בדקי ישראל.
כ'העדיר זאגען, כ'בין בכלל נישט קיין סאטמערע איך האלט אז אפ' די סאטמערע אליין גלייבן שוין נישט אין זייערע אייגענע שיטה, אלעס ווענדס זיך אין געלט [זיי מאכען געלט דורך די מדינה, און תולדות אהרון-סאטמער דורך האקן אויף די מדינה], און די זעלבע זאך מוט די חרדים, געלט געלט געלט. די ווייסט אז די ידיעות האט געשריבען אז 'יאיר לפיד' האט געוואלט מאכן א הסכם מוט די חרדים אז זיי זאלען דרייען די רעדל אויף נתניהו און מוטדעם אוועק נעמען דעם חרון אף פון עם, פארדעם האט ער געהעכערט דעם בודזשעט פון 2015 לטובת די חרדים! נתניהו האט אויסגעפונען איז ער שנעל געלויפען און מבטל געווען די רעגירונג כדי לפיד זאל נישט פארכאפן די מאכט, שומי שמים! אייכלער איז אליינס מודה ביי זיין וועכינטליכע שיעור אויף קול בעלז אז 'מיר האבן שוין אויפגעגעבן אויף גיוס' כלומר: די עיקר איז געלט..
פישעל, ס'האט נישט גארנישט מוט שיטות, ס'איז אלעס ב.ס. די גאנצע חוק ישראל היום איז אויך געלט, די לינקע באדערט נאר אז זיי האבן נישט א עדעלשטיין..
הער צו ישראל אייכלער אויף קול בעלז יעדער וואך, העסט באקומען אביסל א נייע בילד. כע'נאר ברענגען איין קוואוט [פון א שיעור ער האט געזאגט גלייך נאך די גזירת הגיוס]:
''א איד פון אמעריקע, א אלטע חבר מיינע, האט מיר געפרעגט ר' ישראל, נו די עולם קומט אויף אמעריקע? ווייסט וואס כ'האב עם גע'ענפערט, געדענק אז נישט קיין חוליק וואס, עשו איז דאך נישט יעקב, א אידישע מדינה וואס האלט אויס איד'ן זאלען זיצען און לערנען שוין 60 יאר, די ישיבה'ס גייען אן, לפיד וועט אריבערגיין, מ'העט זיך בארועג'ען, מעק נישט אויס 60 יאר מוט איין נארישע חוק, די גוי [אמעריקע-ענגלאנד] העט קיינמאל נישט זיין בעסער פונעם איד..'' [וואס, אגב, כ'דינג זיך שטארק מוט עם]. עכ''ד הקדושים, וראוים הם הדברים למי שאומרם.
די פוינט איז, מיר זענען ללעג ולכלס פאר די גאנצע פרייער וועלט, אלע וויסען אז אויסער געלט איז גארנישט נוגע
לא להנאת גופי: איך האלט אויכעט אזוי ווי ישראל אייכלער. אז די אידן זענען אייביג בעסער ווי די גויים. טראץ די שיטה הקדושה. און ס'איז אייביג בעסער אז אידן זענען אין שלטון אין ארץ ישראל ווי סיי וועלכע אומה ולשון פון די גויים...און מ'זעהט עס בחוש. אז די אלע אידישע שונאים פון ערליכע אידן האבן נישט געהאט קיין אריכת ימים. טאקע יאיר לפיד'ס טאטע, וועלכער איז געווען אן עכטער שונא ישראל. וואס מ'קען נישט זאגן אויף איהם. און אנדערע ווי "רפול", דער געוועזענער רמטכ"ל, וועלכער האט אויכעט געמאכט א רעגירונג וואס איז געווען אקעיגן ערליכע אידן און תורה, האט געכאפט א שטארקע מפלה באלד בייים אנהויב.און זיי זענען פארשוואונדן נאך שנעלער ווי דער קיקיון דיונה. מיט'ן אייבערשטנס הילף וועלן די ערליכע אידן אויך איבערלעבן די גזירות און די אלע וועלכע האבן זיי געוואלט שטערן וועלן פארלירן די ממשלה...באו וראו את ישועת ה'. כי לא יטוש ה' את עמו ונחלתו לא יעזוב. נישט קיין חילוק וואס מ'זאגט אין סאטמאר... 😂
העי דאס איז נישט די פוינט, איך ברענג נאר זיינע ווערטער רייף נאכ'ן 'שוידערליכען גזירה הנוראה אשר לא היה מהיות היתה ישראל לגוי' [לפי דברי היתד נאמן, ולפי סאטמער איז עס מוט אסאך מער scary ווערטער..], וואס יעדער וואלט פארשטאנען אז ס'קומט אז די חרדים זאלן מודה זיין אז זיי האבן איבערגעצויגען די שטריק, אבער אנשטאטס דעם גייט ער אויסלויבען די מדינה ווייל זיי געבן מער געלט וואו אמעריקע [וואס כ'ווייס נישט פארוואס ער זאגט אזוי], דאס ווייזט דיך וואו money minded מיר זענען, און מעגסט מודה זיין בערל אז ס'איז א שאנדע און שעם פאר אינס אלע, סאטמער אינקלודעט.
אינס sucken אין פאלאטיקס, און שעם אויף אינס, מיר דרייען ביצים פון א מדינה שוין 60 יאר, און 2015 איז נישט קיין אויסנאם. דאס איז לפי אלע שיטות = סאטמער, בעלז, שטיימאן, און דרעי..
[אגב בערל, די האלסט טאקע די לעבן איז דארט בעסער, ערנסט גערעדט, איך בין בכלל נישט קיין סאטמערע, איך בין קוים א איד.. באט וואס פונקטליך איז דארט בעסער?]
אויב מ'לעבט א לעבן פון "דיפענדענס". א יונגערמאן באקומט "קינדער געלט" און א מין רענט סובסידיע. חוץ "ביטוח לאומי". און מוסדות באקומען דארט מער פון די רעגירונג. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט מער ווי אין אמעריקע...!
אבער יאיר לפיד האט דאס אלעס געוואלט אונטערברענגען...
איך פערזענליך זעה נישט וואס איז אזוי שרעקליך מיט די גזירת הגיוס. אדער שירות לאומי. חוץ אז ס'איז ביטול תורה, וואס איז יעצט מגין אויף די גאנצע מדינה...אין בין נישט דער וואס איז ראוי צו פסקנ'ען אין די זאכן...!
טרייסט צו זאגען אז אה''נ די חרדים שלאגען זיך מוט לפיד אויף געלט, און גיוס איז נישט די נושא? wow נישט דאס האב איך געזאגט? איך זאג נאר אויב אזוי who your kidding ? פארוואס מאכסטע 'חרם'ס' אויף לפיד-נתניהו, און די שלעפסט צאם א מיליון מענטשען מוט פראפעגאנדנשע נאצי בילדער ווען ס'איז א געלט אקציע??? און נאכדעם טאנצטע צו דער גרעסטע געלט געבער, וואס איז מוט'ן חרם? האסט א היתר מאה רבנים? אויס חרם?? בערל איך האלט פונקט וואו דיר, זאלען אלע גיין אין מיליטער, אדער תפיסה, אדער אומאן , אדער סתם לעזאזל, די אינטישטע שירה איז, אז די גאנצע 2015 וואלען איז נאר אדאנק די חרדים, און זיי טוען אזעליכע שטיק שוין 60 יאר, און באדאם ליין זייערע פאליטיק סאקס!! מיר האבן נישט קיין וועליוס חוץ פון געלט, און סאיז דיסגרעסינג!! בושה וחרפה!!
בערל אגב די מערסטע א אינגערמאן קען קריגען היינטיגע צייטען איז קרוב צו 800 ש''ח א חודש. פרעג דיך נאך.
אגב ווען מען רעדט וויאזוי מ'האט זיך דערקייקלט צום ביז יעצטיגן קאאליציע זאגט מען אז די פראבלעמען האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס ביבי האט נישט געוואלט האבן בענעט אינעם קאליציע ממילא האט ער געמאכט א יד אחת מיט לפיד וכו' , מען זאגט אז די סיבה פארוואס ביבי איז געווען קעגן בנט שטאמט נישט פין פאליטיק נאר פין א פריוואטע מחלוקה פון בנט מיט מרת נתיניהו. ווייסט איינער וואס איז דע מחלוקה? אז דאס האט געקענט איבערקערן די פאליטישע מאפע,
הקדמה. ביבי נתניהו איז זייער א שוואכע מענטש ווען ס'קומט צו געוויסע נושאים, ער ווערט נתפעל פון מענטשן וואס וואלטן נישט געדארפט לאזען א רושם, [וואו איין שרייבער לייגט עס אראפ, 'טאמער גייסטו א טייערע זייגער ביסטו ביבי'ס א מענטש']. ער האט שוועריגקייטען צו מאכען געוויסע באשלוסען, און ער איז אייביג חושד זיינע אייגענע מענטשען. די פראבלעם איז אז ער קען נישט בטבע נעמעו דיעות און באראטינגען פון יודעי עציות למיניהם, ממילא איז ער שטארק אנגעהאנגען אויף זיין איינציגע אלטערניטעוו, זיין ווייב. כידוע ביי די גלעד שליט אויסטויש האט ביבי געזאגט אז זיין ווייב האט משפיע געווען אויף עם צו מאכען דעם באשלוס, [אזאך וואס געהערט בעצם - אויסדרוקליך נישט פארן ווייבער שול, וואס טראכטן מוט געפילען]. די פרעסע אין א''י ווייסט דאס זייער גוט, אין זיי האבן שוין פראבירט מערערע מאל צו ניצען דאס צו צוברעכן ביבי. זיי טענה'ן [און אפשר מוט רעכט] אז זי פירט די מדינה, און ס'נישט יושר אז איינע וואס מ'האט נישט אויסגעוועלט זאל פירען די מדינה..
וואס טוט מען?!? שמוץ!! מ'זוכט אפיר א מעשה וואס קען צוטיילען 'זי מוט עם'..
כ'מיין אז ס'איז געווען איינער פון די דתי-לאומי ציבור, וואס האט אנגערופען נתניהו אז ער האט א סרט [ווידיא] וואו נתניהו ... מוט...און ער גייט עס ווייזען פאר שרה'לע נתניהו..
עכ''פ אנשטאטס זי זאל ווערן בייז אויף עם, האט זי עס אויסגענומען אויף בנט, אז ער איז שולדיג אין דער גאנצע רעש, [וואס האט אויפגעשאקלט די מדינה], כ'בין נישט קלאר אין דער פרט, פארוואס זי האט עם חושד געווען, אדרבה זאל איינער זאגען.
למעשה האט נתניהו פארלאנגט אז בנט זאל זיך איבערבעטן מוט איר פאר זיי זענען געגאנגען מאכען דעם קאליציע. וכך הווה.
זוי צו אזוי, האט דאס בכלל נישט קיין שייכות צו יעצט, ס'איז א אנדערע נושא, [ס'האט מוט ליברמאן, לפיד, און לבני]. טאמיר וואולסטו העב איך מסביר זיין ביתר שאת ובתוספת ביאר, וכפי עד שידי מגעת.
אוודאי, לאמיר הערן
משה גפני זאגט היינט אז טאמיר 'עבודה' מאכט א רעגירונג דיין איז ער גרייט אריינצוגיין! איך קען נישט כאפען. פון עקסטרעם רעכט בוז עקסטרעם לינק, אן קיין בושה????
עבודה איז עקסטרעם לינק?
איך האב אלץ געוואוסט אז עבודה איז צענטער לינקס.
ישראל קאפקעעבודה איז עקסטרעם לינק?
איך האב אלץ געוואוסט אז עבודה איז צענטער לינקס.
זיכער. אין פארגלייך צו מר"צ און די אנדערע עשר מכות...ספעציעל היינט ווען דער אנפיהרער פון "עבודה" איז יצחק "בוז'י" הרצוג. אן אייניקל פון פרעזידענט חיים הרצוג. און אור-אייניקל פון געוועזענעם רב הראשי הרצוג. און פאר גפני און די אנדערע "חרדי'שע" פארטייען איז דער עיקר אז מ'זאל פאנדן זייערע פראגראמען...!
בערל. געפילען גערדט. דו שעמסט דיך נישט צו זיין א חרדי ווען מיר זענען ממש ללעג ולכלס?? [און דא אין אמעריקע איז דאך אפגערעדט]
הגה- בוזי איז א זון פון חיים הערצאג
קודם כל זייטס נישט אזוי נאאיוו, דברים לחוד ומעשים לחוד, ער זאגט עס כדי צו שיקן א מעסעדזש צו ביבי - שלאף נישט רואיג ביינאכט אז אונז זענען מיט דיר, די האסט אונז ביטער געשטויסען און אונז האמיר גארנישט פארגעסן יעצט שוויץ אביסל, שנית די גאנצע מדינה רעדט אז די חרדים האבן א דיעל אינטערן טיש מיט ביבי און כדי דאס צו אפפרעגן זאגט ער אז ער האט נישט קיין פראבלעם צי זיצן מיט עבודה.
יעצט למעשה זעה איך נישט די פראבלעם פון צו גיין טאקע זיצן מיט זיי, קודם כל נאכן זעהן וואס אונזערע "רעכטע" ברידערס האבן פאר אונז אנגעמאכט צרות יגון ואנחה מיין איך אז ווילאנג די לינקע וועלן זיך צושטעלן צו די פרימע דארף דאס נישט צו זיין א פראבלעם, צו זיצן מיט די פרומע איז זייער גרינג, ווייל זיי בעטן קלייניקייטן וואס איז גרינג נאכצוגעבן,
1) טשעפע מיר נישט - דאס הייסט לאז מיר לעבן ווי אזוי איך וויל, לערנען וויאזוי איך וויל, נישט גיין אין צבא וכו' , דאס איז גרינג נאך צוגעבן ווייל זיי דארפן דיר באמת נישט האבן און עס איז זיי אסאך בעסער צו מוותר זיין אויף דעם ווי נאך צוגעבן די רעכטע קאפריזן ווי הר הבית און התנחלות,
2)געלד - וואס איז זייער גרינג נאך צוגעבן ענדערש צאלן אפאר דאללאר ווי מפקיר זיין די גאנצע מדינה פאר די רעכטע, (און פאר די אלע וואס טענה'ן אז עס בושות ווי די חרדים זיצן נאר פאר געלד, לא זכיתי להבין ווייל פאר דעם זיצן זיי דארט זיכער צו מאכן אז מען איז נישט מקפח זייערע מוסדות און צו ברענגן די מערסטע וואס זיי קענען צו העלפן די חרדישע מוסדות, און יא פאר דעם שיקט מען זיי אהין,און עס איז נישט קיין סוד)
3) האלטן די סטאטוס קווא - דאס הייסט די חרדים וועלן נישט פראבירן צו מאכן א חוק אז אין די ניין טעג מעג די מדינה נאר געבן קאלטע וואסער פאר די שאוערס, נאר זיי וועלן פראבירן בכל הכח צו האלטן דאס וואס מען האט אנגענומען בעת הקמת המדינה דהיינו שבת, נישואין, גירושין, חמץ בפסח וכדו'
ממילא אויב אפילו מרץ געבט נאך די אלע זאכן זעה איך נישט פארוואס נישט צו זיצן מיט זיי.
לא להנאת גופיבערל. געפילען גערדט. דו שעמסט דיך נישט צו זיין א חרדי ווען מיר זענען ממש ללעג ולכלס?? [און דא אין אמעריקע איז דאך אפגערעדט]
איך פארשטיי נישט די שאלה.
פאר וועם דארף איך געפעללן? יאיר לפיד. פאליטיש גייט ער ממילא פארקערט ווי איך...!
גיבור: די נקודה אז מיט עבודה האבן די חרדים נאך די בעסטע שאנסן אנצוהאלטן דעם סטאטוס קווא איז א שטארקע נקודה. ווייל די אלע וועלכע האבן געוואלט צוברעכן דעם סטאטוס קווא זענען נישט געקומען פון "עבודה". ציפי ליבני אין "קדימה", ליבערמאן און שאול מופז. און שוין לעצטנס "יש עתיד" מיט יאיר לפיד...!
שוין אפגערעדט פון "שינוי" און "מר"ץ"...!
עבודה פאר זיך איז גארנישט, צו בויען א לינקע קאליציע מוז ער צוקומען צי די חברה לבני-מופז און מרץ...
גיבורקודם כל זייטס נישט אזוי נאאיוו, דברים לחוד ומעשים לחוד, ער זאגט עס כדי צו שיקן א מעסעדזש צו ביבי - שלאף נישט רואיג ביינאכט אז אונז זענען מיט דיר, די האסט אונז ביטער געשטויסען און אונז האמיר גארנישט פארגעסן יעצט שוויץ אביסל, שנית די גאנצע מדינה רעדט אז די חרדים האבן א דיעל אינטערן טיש מיט ביבי און כדי דאס צו אפפרעגן זאגט ער אז ער האט נישט קיין פראבלעם צי זיצן מיט עבודה.
יעצט למעשה זעה איך נישט די פראבלעם פון צו גיין טאקע זיצן מיט זיי, קודם כל נאכן זעהן וואס אונזערע "רעכטע" ברידערס האבן פאר אונז אנגעמאכט צרות יגון ואנחה מיין איך אז ווילאנג די לינקע וועלן זיך צושטעלן צו די פרימע דארף דאס נישט צו זיין א פראבלעם, צו זיצן מיט די פרומע איז זייער גרינג, ווייל זיי בעטן קלייניקייטן וואס איז גרינג נאכצוגעבן,
1) טשעפע מיר נישט - דאס הייסט לאז מיר לעבן ווי אזוי איך וויל, לערנען וויאזוי איך וויל, נישט גיין אין צבא וכו' , דאס איז גרינג נאך צוגעבן ווייל זיי דארפן דיר באמת נישט האבן און עס איז זיי אסאך בעסער צו מוותר זיין אויף דעם ווי נאך צוגעבן די רעכטע קאפריזן ווי הר הבית און התנחלות,
2)געלד - וואס איז זייער גרינג נאך צוגעבן ענדערש צאלן אפאר דאללאר ווי מפקיר זיין די גאנצע מדינה פאר די רעכטע, (און פאר די אלע וואס טענה'ן אז עס בושות ווי די חרדים זיצן נאר פאר געלד, לא זכיתי להבין ווייל פאר דעם זיצן זיי דארט זיכער צו מאכן אז מען איז נישט מקפח זייערע מוסדות און צו ברענגן די מערסטע וואס זיי קענען צו העלפן די חרדישע מוסדות, און יא פאר דעם שיקט מען זיי אהין,און עס איז נישט קיין סוד)
3) האלטן די סטאטוס קווא - דאס הייסט די חרדים וועלן נישט פראבירן צו מאכן א חוק אז אין די ניין טעג מעג די מדינה נאר געבן קאלטע וואסער פאר די שאוערס, נאר זיי וועלן פראבירן בכל הכח צו האלטן דאס וואס מען האט אנגענומען בעת הקמת המדינה דהיינו שבת, נישואין, גירושין, חמץ בפסח וכדו'
ממילא אויב אפילו מרץ געבט נאך די אלע זאכן זעה איך נישט פארוואס נישט צו זיצן מיט זיי.
אמ''ג איך קען נישט גלייבן אז די זאגסט עס אן ווערן רויט.
#1 גרינג נאכצוגעבען??? אז מ'זאל איבערנעמען גאנצע שטעט [ווי למשל בית שמש ווי מ'ווארפט ארויס פרייער פון זייערע פובליק סקולס] און מוחה זיין מער און מער?
#2 געלט? נו פארוואס איז גיוס געקומען אויב נישט ווייל די פרייער זענען קראנק פון אויסהאלטען א ארבעטלאזע פאלק??
#3 וואס איז מוט קברים, ציטיילטע שולעס [אזוי ווי זיי טוען און בית שמש], חוקי תועבה וכו' וכו'???
אלעס איז רעלאטיוו!
מען רעדט גרינג קעגן וואס די רעכטע ווילן , איז די דריי זאכן זעהר גרינג, פארשטייט זיך ווען זאלן זיי נישט דארפן די פרומע אדער די רעכטע כדי צו אויפשטעלן א קאאליציע וואלט דאס געווען זייער שווער נאכצוגעבן, אבער ווען זיי מיזען איינעם נעמען איז דאס אלעס גרינגע זאכן.
ישיבה ווארלד שרייבט אז ליצמאן האט פארציילט אז פאריגע מאל ווען לבני האט זיי געוואלט אריינעמען אין קאליציע האט ער פארלאנגט א אינטערגעשריבענע צעטל אז מען גייט נישט פארהאנדלען אויף ירושלים. אגודה האט א שטעלונג איבער שלום געשפרעכן?
סתם אזוי נישט אבער יא לגבי ירושלים, בעיקר וועגן ש"ס און ר' עובדיה זצ"ל
בוזי הערצוג פון עבודה מיט ציפי לבני האבן נארוואס געסיינט אויף א ראטאציע קאנטראקט, דאס הייסט אז זיי לויפן צוזאמען, בוזי איז נאמבער 1 און ציפי נאמבער 2, און אויב זיי באקומען די ראשות ממשלה טיילען זיי זיך איין מיט די תפקיד, די סקרים יעצט געבן זיי 22 מאנדאטים 2 מער ווי ליכוד, אבער עס איז צו פרי זיך צו פרייען. (אדער וויינען)
ליכוד וועט זיך נישט קענען צאמשטעלן מיט איינעם?
נישט פאר די בחירות! לגבי א קאאליציע לכאורה וועלן זיי קענען אויפשטעלן, אבער זיי דארפן פאר דעם קודם באקומען די שליסלען פון די נשיא, אויב עבודה האט מער ווי ליכוד באקומען זיי די געלעגנהייט אויפצושטעלן א קאאליציע.
יעצט אנגהויבן א געמיינזאמע פרעסע קאנפרענץ, פון בוזי הערצאג מיט ציפי לבני, די קאמפיין נאמען איז "מנצחים ביחד".
ווי זיי רופען אויס אז זיי לויפן צוזאמען.
יעצט האט בוזי געזאגט אז די דיעל איז - די ערשטע צוויי יאר בין איך ראש ממשלה און די צווייטע העלפט איז ציפי לבני.
לכאורה די איינציגסטע נייע פארטיי ביי די קומענדיגע וואהלען וואס וועט אריינגיין אין כנסת וועט זיין די פארטיי פון משה כחלון א געוועזענע חבר כנסת פון ליכוד, זיין רשימה איז נאך נישט דא, הגם מען האט שוין געהערט אז אפשר וועט הרבנית עדינה בר שלום אריינגיין דארט, זי איז די טאכטער פון הרב עובדיה יוסף זצ"ל, אויב איז דאס אמת איז עס א שטארקע פראסק פאר ש"ס,
זיין נאמען וועט זיין "כולנו", און זיין סלאגאן "כולנו כחלונים", ווייל ווען ער איז געווען אין ליכוד און געמאכט די מהפכה פון סעלפון'ס האט ביבי אויסגעשריגן "תהיו כחלונים".
ביבי טוט זיך אויף מוט 'אייער און מילעך', משה מוט 'סעלפאנס', און לפיד מוטן אינטערברענגען א צייטונג, יענס מדינה..
גיבורלכאורה די איינציגסטע נייע פארטיי ביי די קומענדיגע וואהלען וואס וועט אריינגיין אין כנסת וועט זיין די פארטיי פון משה כחלון א געוועזענע חבר כנסת פון ליכוד, זיין רשימה איז נאך נישט דא, הגם מען האט שוין געהערט אז אפשר וועט הרבנית עדינה בר שלום אריינגיין דארט, זי איז די טאכטער פון הרב עובדיה יוסף זצ"ל, אויב איז דאס אמת איז עס א שטארקע פראסק פאר ש"ס,
זיין נאמען וועט זיין "כולנו", און זיין סלאגאן "כולנו כחלונים", ווייל ווען ער איז געווען אין ליכוד און געמאכט די מהפכה פון סעלפון'ס האט ביבי אויסגעשריגן "תהיו כחלונים".
וואס איז זיין פלאטפארמע?
ער קומט פון ליכוד, איז ער מער רעכט, אדער צענטריש?
גייט ער ענדערש גיין מיטן ליכוד, אדער ענדערש מיטן צענטער-לינק עבודה-ליבני קאאליציע,
אגב, אין מאה שערים קען מען זיך שוין אנהויבן זארגן, עס קומט א פרעצעדענטלאזע קרעקדאון, דען וויאזוי גייט אויסזען די שטיינער ווארפעריי ווען 'אלע זענען ווי פענסטערס'. 😛
@ישראל קאפקע איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)
יין שרף@ישראל קאפקע איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)
איך ווייס נאך נישט גענוג איבער די איצטיגע קאמפיין, אבער צוויי יאר צוריק האב איך געהאפט אויף עבודה, (ח''ו נישט געשטימט, נאר אויב איך קען ווען אליין אויסוועלן די פרעמיער מיניסטער פון מ.י. וואלט איך אריינגעשטעלט שעלי יאכימאוויטש 😎 ).