☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בחירות אין מדינת ישראל 2015

בחירות אין מדינת ישראל 2015

247 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7668
בלאט: 1 2 3 4 5

chusid » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:08 pm

· #240281
וואס איז פשט אז די שס שטימערס ווילן ישי אפילו די רבי זי"ע איז געווען דערקעגן און געוואלט ארי דערי?

chusid » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:11 pm

· #240282
ישראל קאפקע
יין שרף
@ישראל קאפקע איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)

איך ווייס נאך נישט גענוג איבער די איצטיגע קאמפיין, אבער צוויי יאר צוריק האב איך געהאפט אויף עבודה, (ח''ו נישט געשטימט, נאר אויב איך קען ווען אליין אויסוועלן די פרעמיער מיניסטער פון מ.י. וואלט איך אריינגעשטעלט שעלי יאכימאוויטש 😎 ).

וועגן עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן אדער אלץ פאליסי צו די פאליסטינער?

chusid » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:02 am

· #240604
יעצט צופרי אין א"י האט די ראדיא געמאלדן אז ישי גייט ארויס פון שס און גייט מיט אריאל

בשבילי! » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:11 am

· #240605
I hope bibi will be gone
Is that a possibility?

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:56 am

· #240614
לא להנאת גופי
גיבור

יעצט למעשה זעה איך נישט די פראבלעם פון צו גיין טאקע זיצן מיט זיי, קודם כל נאכן זעהן וואס אונזערע "רעכטע" ברידערס האבן פאר אונז אנגעמאכט צרות יגון ואנחה מיין איך אז ווילאנג די לינקע וועלן זיך צושטעלן צו די פרימע דארף דאס נישט צו זיין א פראבלעם, צו זיצן מיט די פרומע איז זייער גרינג, ווייל זיי בעטן קלייניקייטן וואס איז גרינג נאכצוגעבן,

1) טשעפע מיר נישט - דאס הייסט לאז מיר לעבן ווי אזוי איך וויל, לערנען וויאזוי איך וויל, נישט גיין אין צבא וכו' , דאס איז גרינג נאך צוגעבן ווייל זיי דארפן דיר באמת נישט האבן און עס איז זיי אסאך בעסער צו מוותר זיין אויף דעם ווי נאך צוגעבן די רעכטע קאפריזן ווי הר הבית און התנחלות

אמ''ג איך קען נישט גלייבן אז די זאגסט עס אן ווערן רויט.
#1 גרינג נאכצוגעבען??? אז מ'זאל איבערנעמען גאנצע שטעט [ווי למשל בית שמש ווי מ'ווארפט ארויס פרייער פון זייערע פובליק סקולס] און מוחה זיין מער און מער?

סתם נייגעריג, לויט מיין ידיעה זענען אית פרומע ואית פרומע, די דאזיגע וועלכע זענען אין כנסת - ווי אויך די מוסדות וועלכע זיי פארטרעטן - זענען נישט די זעלבע ווי די א.ג. 'סיקריקים' פרומע וועלכע זענען מוחה כסדר אויף אלץ און אלעמען. נישט אזוי?

איש את רעהו » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 10:19 am

· #240617
@שמעקעדיג אויף דעם וועסטו דארפן גרינדען א פרישע נטרונא הסברה ארגענעזעישן צו גיין מחלק זיין צווישן די פרומע.
ביי די פרייע און לינקע פארטייען איז אלעס איין גרויסע שם דבר פון פרומע וואס זענען פארהאסט אין זייערע אויגן.

פלאוויוס » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 3:37 pm

· #240664
נישט ריכטיג. זייער אסאך פרייע ווייסן אונטערצושיידן צווישן פרומע און פרומע, בפרט די וואס האבן באקאנטע פונעם חרדישן לאגער.

ס'איז אמת אז ס'איז זייער גרינג צו האנדלען מיט די חרדים, פשוט וויבאלד זיי לעבן נישט אויף קיין שום אידעאלאגיע שבעולם, אויסער אויף דעם איינעם ערך וואס רופט זיך "ממון". מיט אזעלכע קען מען שטענדיג האבן א גרינג פעלד...

לא להנאת גופי » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 5:38 pm

· #240669
איך וויל ענק פארציילען מעשה שהיה.
כ'בין אמאל געפארען אויף אומאן [ביזנעס-נישט פאר ר' נחמן] און יענקל ליצמאן איז געווען אויפען פליגער [פרעג מיך פארוואס]. אקיצור כ'פרעג עם אזוי וואס טוט איר דא, ער האט מיר מסביר געווען. עכ''פ כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטען און כ'האב עם געפרעגט, תגיד לי, תחלית, סאטמער רבי איז געווען גערעכט? ער קוקט מיר אן און מאכט א פנים.. זאג איך עם 'ניין כ'רעד וועגען נעמען געלט'. דא איז ער שוין געווארען ווילד 'האסט א שאלה בכלל, מיר אלע ווייסען דאס, ווען נישט מיר מיזען אויסהאלטען די ישיבות וואלטען מיר שוין לאנג געענדיגט מוט זיי. מעגסט זאגען פאר דיינע אמעריקאנער ברידאלאך אז זיי זאלען זיך אביסל אנווארעמען' עכ''ד הקדושים והטמאים בבת אחת.
אגב אז מ'רעדט שוין וועגען געלט..אפשר טאקע איז ער גערעכט..

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:20 pm

· #240695
לאמיר לייגן ליצמן אין די זייט פאר א מינוט ,וועלכע 'ביזנעס' האסטו געהאט אין אומאן חוץ פון ר' נחמן? רעדאגירט

לא להנאת גופי » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:57 pm

· #240706
אקעי. איך שליג עס אראפ.
וואסע נפ''מ, כ'האב א פלאסטיק פאבריק דארט וואס מאכט אזעלעכע באבעל רעפס וואס מרעפט ארום fragile זאכען ווען מ'שוקט עס. פארוואס יוקריינע? ווייל דארטען קען מען מאכען זאכען וואס שאטען פאר די לופט און די גאווערמענט מישט זיך נישט. טאמיר ווילסטו וויסען נאך פרטים פארבינד זיך מוט מיר פריוואט.
(רעדאגירט)

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:59 pm

· #240707
יע די סאטמארע זענען אייביג געווען גוטע אנהאקערס ,באט יעצט גיי זינג חסדי ה' אויף א טרעין.

מבקר » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:14 am

· #240732
פלאוויוס
ס'איז אמת אז ס'איז זייער גרינג צו האנדלען מיט די חרדים, פשוט וויבאלד זיי לעבן נישט אויף קיין שום אידעאלאגיע שבעולם, אויסער אויף דעם איינעם ערך וואס רופט זיך "ממון". מיט אזעלכע קען מען שטענדיג האבן א גרינג פעלד...

אויף אידיש ווערט דאס אנגערופן "זונה". איינער וואס גייט מיט יעדעם וואס גייט איר מער געלט 😂

diff » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:52 am

· #240745
און דער וואס באצאלט [פאר נישט שטימן] איז א מזנה

גיבור » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:17 pm

· #240772
אלי ישי פון ש"ס וועט מוזען אין די נאנטע טעג ארויסקומען ווי ער גייט, צו ער בלייבט אינטער דרעי אדער עפענט א אייגענע פארטיי צו מיט אורי אריאל פון הבית היהודי אדער אהן עם, אדער גאר לאזט ער אפ פאליטיק פאר א תקופה, עני וועיס מען רייסט זיך ביי די קעפ סיי אין ש"ס און סיי אין הבית היהודי, האלטנדיג 93 טעג צום בחירות וועט נאך אסאך שמוץ זיין און די קומענדיגע פאר וואכן,
אין אנדערע נייעס האט הרבנית עדינה בר שלום די טאכטער פון הרב עובדיה זצ"ל היינט געמאלדען אז טראץ וואס אסאך פארטייען האבן איר געאפערט א זיץ האט זי מחליט געווען צו בלייבן און העלפן איר טאטעס פארטיי ש"ס,
אזוי אויך האט נפתלי בענעט היינט געמאלדן אז ער נעמט אריין דני דיין די געוועזענע יושב ראש מועצת יש"ע אין זיין ליסט פאר א זיץ אין די קומענדיגע כנסת.

גיבור » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:19 pm

· #240780
עס איז ערווארטעט אז מארגן וועט ישי אפיציעל אפלאזן ש"ס און עפענען א נייע פארטיי, וואס ער וויל רופען מיטן נאמען "מרן", צו זאגן אז זיי זענען די ריכטיגע ממשיכי דרכו פון הרב עובדיה זצ"ל, אויב די וועד הבחירות וועט נישט באשטעטיגן די נאמען וועגן די ערווארטע קעגנשאפט פון ש"ס צו די נאמען, אדער וועגן עני אנדערע ריזען וועט ער לכאורה עס ריפען "יחד", די צווייטע אפציע איז מער ערווארטעט אויב אורי אריאל וועט לויפן מיט עם אינאיינעם,
די פייטס וועלן זיין פארשטייט זיך צו באקומען ווי מער די ספרדישע קולות,
איז דאס א טובה פאר יהדות החרדית אדער נישט ?
ימים יגידו!

גיבור » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:45 pm

· #240785
היינט איז פארגעקומען וואוטס אין "עבודה" צי זיי זענען מסכים מיט די פאראיינונג מיט "התנועה" פון ציפי לבני, יעדער האט מסכים געווען, די דיעל איז ווי שוין געשריבן א ראטאציע צווישן בוזי הרצוג און ציפי לבני אויב זיי שטעלן אויף די קאאליציע, חוץ פון דעם האט ציפי לבני באקומען 6 פלעצער פון די ערשטע 25 פלעצער פאר אירע מענטשן, 2-8-16-21-24-25.

גיבור » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:47 pm

· #240810
נאך א מיטינג פון איינס און א האלב שעה צווישן נפתלי בענעט און אורי אריאל צווישן פיר אויגן איז געבליבן אז מען גייט ווייטער צוזאמען פאראייניגט טראץ די חלוקי דעות, דאס איז שוין א דריטע פאטש היינט אליינס פאר אלי ישי נאך וואס ער האט געהאפט אז זיי וועלן זיך צוטיילן און ער מיט אורי אריאל וועלן קענען צוזאמען אויפשטעלן א פארטיי, די ערשטע פאטש איז געווען ווען אלע חברי כנסת פון ש"ס בלי שום יוצא מן הכלל האבן געמאלדן אז נישט קיין חילוק וואס ישי טוט בלייבן זיי אין ש"ס אינטער אריה דרעי, און די צווייטע פאטש איז געווען ווען ווי אויבן דערמאנט האט הרבנית עדינה בר שלום אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענץ מיט אריה דרעי און געמאלדן אז זי שטיצט עם ווייל דאס איז איר טאטעס פארטיי, דאס איז א שטארקע חיזוק פאר אריה דרעי נאך וואס אלי ישי וויל זאגן אז ער איז די עכטע ממשיך דרכו, עני וועי די דעדליין צו אריינגעבן א נייע פארטיי איז סוף די וואך און עס איז דא אסאך טשענסעס אז אלי ישי וועט נישט מצליח זיין ביז דעמאלטס, וועט ער לכאורה נעמען א הפסקה פון פאליטיק, אבער בלייבן אין ש"ס איז שוין זיכער אז נישט.
פאר די וואס פרעגן וואס איז די פייט צווישן נפתלי בענעט און אורי אריאל : הבית היהודי איז די פארטיי פון די מתנחלים, און עס איז צוטיילט צווישן די מער פרומע מתנחלים און מער פרייע מתנחלים , נפתלי בענעט איז מער די פרייע און ער וויל אז די פארטיי זאל זיך פירן דורך די ציבור אזוי ווי ליכוד דאס הייסט די ליסט פון חברי כנסת און אנדערע החלטות זאל מען טראגן צום וואוטער און זיי זאלן מחליט זיין, משא"כ אורי אריאל וואס איז מער פון די פרומע האלט אז די רבנים (ליין רבני חרדלים) זאלן מאכן די החלטות אזוי ווי יהדות התורה, ע"כ בקיצור.

גיבור » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:05 pm

· #240876
יוני שעטבאן פון הבית היהודי וואס מיר אלע געדענקען עם לטוב פארן זיין די איינציגסטע חבר כנסת וואס האט מיט א שטארקייט געוואוט קעגן די חוק גיוס בני ישיבות, האט יעצט געמאלדן אז ער וועט נישט ווידער לויפן פאר א פלאץ אין הבית היהודי, מען שפעקולירט אז ער וועט זיך צושטעלן צו אלי ישי.
ימים יגידו!

chusid » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:10 pm

· #240890
ישי האט געסטראשעט היינט אז אויב דרעי וועט אים פראבירן אראפצומאלן ווי א אמסלם אדער אמנון יצחק - דאס הייסט אז הכאילו ער פייפט אן הרב עובדיה דעמאלטץ וועט ער עפענען דער שווארצע קעסטל! די מבינים פארשטייען דערפין אז ער וועט טענהן אז מען האט אויסגעפאפט דעם רב כדאי צו מאכן דרעי פאר פירער. דאס קען אפשר זיין א מסוכנדיגע מחלוקת פאר די חרדים ווייל אין פאל ישי גייט אליין אהן אריאל דעמאלטץ גייט מען זיך רייסן איבער די ספרדישע שטימען און איינע פון דיע קען בלייבן אהן די מינאמאלע 4 זיצן

chusid » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:42 pm

· #240981
ישי האט יעצט געמאלדן אז ער עפענט א נייע פארטיי אוןער רישט זיך צו האבן מער ווי 10 זיצן

הדד בן בדד » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:45 pm

· #240984
chusid
ישי האט יעצט געמאלדן אז ער עפענט א נייע פארטיי אוןער רישט זיך צו האבן מער ווי 10 זיצן


אוודאי זאגט ער אזוי, וואס דען זאל ער זאגן, אז ער גייט קוים אריבערגיין דעם אחוז החסימה?

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:06 pm

· #241050
ווי ערווארטעט אין ווי געשריבן אויבען האט אלי ישי היינט געמאלדען אז ער לאזט אפ ש"ס ווי ער האט געדינט אלס יושב ראש במשך 13 יאר און ער עפענט א נייע פארטיי,
צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט: מיר עפענען א נייע פארטיי מיט א אלטע וועג, מיינענדיג צו זאגן אז זיי זענען די ריכטיגע ממשיכי דרכו פון הרב עובדיה זצ"ל,
אנשי אריה דרעי האבן זיך איינגעבראכן אין זאל און עס האט אנגעהויבן צו גיין פעטש, מען האט געמוזט ארויספירן אלי ישי פון א זייטיגע טיר,
אריה דרעי האט פארדאמט די אלימות און געזאגט אז עס איז נישט זיין וועג,

נאכן רעדן האבן זשורנאליסטן געפרעגט שאלות עס איז אינטרעסאנט צו שרייבן אפאר פון זיי,
איינער האט עם געפרעגט צו אויב די סקרים וועלן עם נישט געבן א טשענס אריבערצוגיין די אחוז החסימה וועט ער ארויסבעקן כדי נישט צו לאזן גיין לאיבוד וואוטס פאר יהדות החרדית ?
אויף וואס ער האט געענטפערט מיר וועלן אריבערגיין אי"ה מער ווי 10 מאנדאטן,
אויף די שאלה מיט וואס איז ער אנדערש ווי אמסלם און אנדערע וואס זענען מיט די יארן ארויס פון ש"ס און געפענט א אייגענע פארטיי און זיי זענען באצייכענט געווארן דורך עם ווי בוגדים?
האט ער גענטפערט זייער שוואך, עם כל הכבוד פאר די מועצת חכמי התורה האבן אונז הרב מזוז וואס שטיצט אונז ,
מען האט געקענט זעהן ווי ער פראבירט מיט אלע כוחות נישט צו אטאקירן ש"ס, אדרבה ער האט געווארענט זיינע מענטשן זייער קלאר אכטונג צו געבן אויף די כבוד פון ש"ס,
לאמיר האפן אז עס וועט טאקע נישט זיין צו שמוציג, פון ביידע זייטן, אזוי אפשר וועט מען קענען צוריק גיין צוזאמען נאך די בחירות, כדוגמת אגודת ישראל ודגל התורה, און יהדות החרדית וועט נאר האבן ריווח ווייל מער מענטשן ועלן ארויסגיין וואוטן,

די סקרים פון די היינטיגע טאג (פאר אלי ישי האט אפיציעל געפענט זיין פארטיי): ליכוד-22, עבודה-22, הבית היהודי-16, ישראל ביתנו-10, כחלון-10, יש עתיד-9, יהדות התורה-8, מרץ-7, ש"ס-6, די אראבישע צוזאמען-10.

אין אנדערע נייעס: אבישי בראווערמאן פון עבודה האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן נאכאמאל פאר א בענקל אין כנסת.

chusid » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:38 pm

· #241054
@גיבור דער ישי מאכט א גוטן רושם , ער מאכט א רושם ווי זייער א ארנטליכער ערנסטער מענטש, איז ער טאקע אזוי? גיב א שטיקל אנאליז איבער די מחלוקה פון אים און דרעי

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:48 pm

· #241057
ער איז טאקע געווען זייער ארנטליך אלע יארן ווען ער איז געווען יושב ראש, אבער הרב עובדיה זצ"ל האט צוגעזאגט פאר אריה דרעי אז ווען ער וועט קענען וועט ער עם צוריק געבן די הנהלה פון די פארטיי וואס ער האט אויפגעשטעלט, ער האט געהאלטן ווארט און פאר 2 יאר צוריק האט ער צוריק געמאכט אריה דרעי פאר נאמבער 1, עס איז זייער זייער שווער פאר א מענטש וואס איז אזויפיל יאר נאמבער 1 צו זיך בייגן און זיך מכניע זיין פאר יענעם , בפרט ווען ער האלט אז אריה דרעי האט עס ארויסגענומען מיט כח פון הרב עובדיה זצ"ל שלא ביושר, און דאס אומפארמיידבארע מינוט איז אנגעקומען, זה הכול.

chusid » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:14 pm

· #241065
וועם גייט עמאר שטיצן? ער איז עפעס נישט אין גוטן מיט דרעי

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:14 pm

· #241112
הרב עמאר איז רב הראשי פון ירושלים און ליגעלי מעג ער קיינעם נישט שטיצן, אזוי אויך הרב יצחק יוסף וואס איז רב הראשי אין ארץ ישראל,
ווען נישט דעם וואלט הרב עמאר לכאורה טאקע געשטיצט ישי,
א פרשן האט טאקע געשריבן דעמאלטס ווען הרב עמאר האט געווינען די וואלען אז דאס איז א געווינס פאר דרעי און א לאסט פאר ישי, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ער געוויסט וואס ער רעדט.

סמיילי » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:55 am

· #241167
I think that the whole story about the screaming on yishay by his press conference, made it look better for him

chusid » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:32 pm

· #241190
סמיילי
I think that the whole story about the screaming on yishay by his press conference, made it look better for him

זיכער אזוי, אבער ס'איז טיפשות ווייל 4 חעלעמע בחורים פארטרעטן נישט ש"ס.... ס'איז בערך ווי בשנים קדמוניות האט מען קאלירט די ארונים שווארץ וועגן יוסי בראך ...

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:17 pm

· #241235
ישראל אייכלער אין זיין וועכנטליכע שמועס אויף קול בעלז. שעלט צאם אלי ישי. ער זאגט בינתיים בזה''ל: 'ווער האט אינס ארויסגעשלעפט פון דער שרעקליכען גזירת הגיוס?? ווער?? נאר די כח הרבים. און די אויסערגעווענליכע השגחה וואס פירט, די הבטחה פון לא ימש מפיך. אבער נאר מוטן כח הרבים. כח האחדות. מיר טארען נישט פארלירען די אחדות, אינזער איינציגסטע כח.'

אויסגערוט » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:33 pm

· #241257
כ'האב נישט געוויסט אז דער גזירות גיוס איז בטל געווארן...

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:01 pm

· #241289
אויסגערוט
כ'האב נישט געוויסט אז דער גזירות גיוס איז בטל געווארן...

האסט טאקע נישט געוויסט?? עה, כ'גלייב נישט ביסט אזאי תם. אזאי זאך פאסט פאר איינער וואס זיצט דארטען אין דער קארנער, ער ווייסט נישט בחייכון, פרעג עם וואס איז דאס gmail ער מיינט דו רעדסט מוט עם וועגן די פאסט, ווען ער וואקט אריין אין באנק דארפן 14 מענטשען עם געבען אימזיסטע הילף, אמאל אמאל פרעגט ער איינעם 'וואס איז נייעס' סתם צו ווייזען אז ער איז געשמאק נאך-אויך, און בסך הכל האט ער פארפאסט דער נייעס, ממילא קענסטו נישט האבען ערענסטע טענות אויף עם פארן נישט וויסען.
אבער ''דו'' זאלסט נישט וויסען אזאי זאך איז זייער surprising...

פלאוויוס » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:24 pm

· #241295
נישט גזירת גיוס, נאר חוק הגיוס. גזירה איז שייך נאר ווען מ'צילט ספעציפיש קעגן א געוויסער גרופע.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:39 pm

· #241297
גיבור
ער איז טאקע געווען זייער ארנטליך אלע יארן ווען ער איז געווען יושב ראש, אבער הרב עובדיה זצ"ל האט צוגעזאגט פאר אריה דרעי אז ווען ער וועט קענען וועט ער עם צוריק געבן די הנהלה פון די פארטיי וואס ער האט אויפגעשטעלט, ער האט געהאלטן ווארט און פאר 2 יאר צוריק האט ער צוריק געמאכט אריה דרעי פאר נאמבער 1, עס איז זייער זייער שווער פאר א מענטש וואס איז אזויפיל יאר נאמבער 1 צו זיך בייגן און זיך מכניע זיין פאר יענעם , בפרט ווען ער האלט אז אריה דרעי האט עס ארויסגענומען מיט כח פון הרב עובדיה זצ"ל שלא ביושר, און דאס אומפארמיידבארע מינוט איז אנגעקומען, זה הכול.

יא. אבער, אלי ישי, מאי קא סבר? אויף וואספארא סמך וויל ער נישט אויפגעבן די פירערשאפט פון די ש"ס פארטיי? ער איז דאך נאר געווארן דער יושב ראש, צייטווייליג. ווייל אריה דרעי האט געמוזט גיין אפזיצן א פאר יאר. און ער האט דאך פאקטיש געגערינדעט די ש"ס פארטיי. ווייל ביז דאמאלס זענען די ספרד'ישע פאליטישנס נעבעך געווען אנגעוויזן ואויף די חסדים פון מזרחי און אגודה/דגל התורה...!

סמיילי » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:04 am

· #241360
לא להנאת גופי
ישראל אייכלער אין זיין וועכנטליכע שמועס אויף קול בעלז. שעלט צאם אלי ישי. ער זאגט בינתיים בזה''ל: 'ווער האט אינס ארויסגעשלעפט פון דער שרעקליכען גזירת הגיוס?? ווער?? נאר די כח הרבים. און די אויסערגעווענליכע השגחה וואס פירט, די הבטחה פון לא ימש מפיך. אבער נאר מוטן כח הרבים. כח האחדות. מיר טארען נישט פארלירען די אחדות, אינזער איינציגסטע כח.'


לכאורה גייט אייכלער ארויס פון כנסת יעצט, מער פון שעלטען קען גארנישט

הדד בן בדד » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:17 am

· #241367
בערל, דרעי האט נישט געגרינדעט ש"ס, ער איז שוין געקומען צום גרייטן, און האט געטראסקעט די גרינדער...

גיבור » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:06 pm

· #241440
די טענה פון ישי איז אז זייער אסאך ש"ס וואוטערס פארלאזן ש"ס וועגן זיי זענען נישט העפי מיט דרעי, און מען דארף דאס ראטעווען, ממילא עפענט ער א נייע פארטיי, די נעכטיגע סקרים האבן געגעבן פאר ישי 4 און פאר ש"ס 4 דאס איז א שטארקע באווייז פון ישי צו זיינע ווערטער,
דרעי פרובירט יעצט צו ראטעווען זיין פארטיי מיט כל מיני וועגן, למשל ער האט געאפערט פאר די באקאנטע פרשן פון ערוץ עשר צבי יחזקאלי וואס איז די לעצטע פאר יאר געווארן א שטיקל בעל תשובה זיך צו מצטרף זיין צו ש"ס אבער ער האט אפגעזאגט,
(ביי דעי וועי צבי האט אפאר יאר צוריק זיך ארויסגעלאזט קיין יוראפ פארשטעלט ווי א אראבער און ארויסגעגעבן א הערליכע תוכנית מיטן נאמען "אללה אסלאם" ווי ער צונעמט ווי די מוסלעמענער נעמען איין יוראפ, מען קען עס טרעפן אויף יוטויב עס האט 4 חלקים, עס איז זייער זייער אינטרעסאנט),
יעצט מיטוואך זעהט אויס אז אורי אריאל וועט אפשר זיך יא פאראייניגן מיט ישי נאך וואס נפתלי בענעט האט עם ארויפגעשטיפט צו די דריטע פלאץ, עס איז נאר דא איין פראבלעם אז ישי נעמט נישט אריין קיין פרויען און אורי האט א פרוי מיט זיך "אורית סטרוק" וואס וועט ער טון מיט איר ?
ימים יגידו ! (נישט צו לאנג)
איינער האט געשריבן אז לכאורה אייכלער פארלירט זיין פלאץ אין כנסת, דאס איז נישט ריכטיג נאר ווי עס זעהט יעצט אויס וועט יהדות התורה האבן כאטש 7 מאנדאטען דעמאלס איז ישראל אייכלער לכאורה פארזיכערט מיט זיין פלאץ.

פלאוויוס » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:00 pm

· #241453
גיבור, א הארציגן דאנק פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס. איך ניץ עס יעצט ווי מיין אפיציעלער מקור פון פארהיינטיגטע נייעס...

איש את רעהו » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:10 pm

· #241456
Utj קען אנציען מער פון 5 ?
מען הרגעט זיך ארום דארט

I'm back » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:24 pm

· #241459
הדד בן בדד
בערל, דרעי האט נישט געגרינדעט ש"ס, ער איז שוין געקומען צום גרייטן, און האט געטראסקעט די גרינדער...


ס'איז ווי זאלסט זאגן אז דזשארדזש וואשינגטאן האט נישט געגרינדעד אמעריקא

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:37 pm

· #241627
ל''ד ,די ש''ס פארטיי איז עקטשועלי געגרינדעד געווארן דורך רב שך אוו ער האט שפעטער אריינגענומען הרב עובדיה.

גיבור » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:31 pm

· #241774
די רבני תקומה פון אורי אריאל'ס פארטיי זענען זיך היינט צוזאמגעקומען צו מחליט זיין צו מען גייט ארויס פון הבית היהודי אדער מען בלייבט,
נפתלי בענעט פאדערט א ענטפער ביז סוף וואך.
סתם צו ווייזען אז סקרים מיינען גארנישט און ווי עס טוישט זיך יעדן טאג, א היינטיגע סקר:
ליכוד-23, עבודה-23, הבית היהודי-16, ישראל ביתנו-9, כולנו-9, יש עתיד-8, ש"ס-8, יהדות התורה-7, מרץ-6, די אראבישע פארטייען-11, ישי-2 דאס הייסט ער גייט נישט אריבער די אחוז החסימה.
הבית היהודי.jpg

גיבור » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:46 pm

· #241816
די נאמען פון אלי ישי'ס נייע פארטיי איז "העם אתנו",
יאיר לפיד האט היינט אריינגענומען חיים ילין אין זיין פארטיי, חיים ילין איז די ראש מועצת אשכול וואס איז נעבן עזה און האט אסאך געליטען פון די פריעדיגע מבצע אין עזה "צוק איתן", און ער האט גלאזט הערן דעמאלטס אסאך קריטיק קעגן די ממשלה, יעצט ווען די קאמפיין איז אראפ צו ווארפן ביבי פון די שלטון האבן אסאך פארטייען עם געאפערט אריינצוקומען צו זיי, אבער היות אלע פארטייען האבן פריימעריז און יש עתיד איז די איינציגסטע ווי די דיקטאטור יאיר לפיד איז מחליט ווער באקומט וואס קען ער עם צוזאגן א פארזיכערטע פלאץ און ער דארף קיינעם נישט צו פרעגן, עס איז איבעריג צו זאגן אז יאיר לפיד האט עם נישט גענומען מרוב אהבתו נאר ער פרובירט יעצט צו ראטעווען זיין פארטיי וואס אלע סקרים געבן עם נאר א איין ציפער מאנדאטען, פרובירט ער אריינצוברענגען נייע שטערנס וואס וועלן אפשר ראטעווען זיין פארטיי,
אין יש עתיד גייט אויך פעטש נאך וואס פון 19 חברה פון יעצט פארשטייט יעדער אז מער ווי 10 וועלן זיכער נישט צוריקומען און אפשר אפילו ווייניגער, און יעדער איינער וויל באקומען א פלאץ אנהייב פון די רשימה, און דא ברענגט ער אריין נייע חברה,
די אנדערע פארטייען ווי עבודה און נאך איז צו פרי צו רעדן אפילו עס האבן זיך שוין געמאלדן אפאר נייע חברה אבער ביז נאך די פריימעריז איז צו פרי צו וויסען ווער באקומט א ריאלעטי סיט און ווער ווערט ארויסגעשטופט,
אזוי אויך ציפי לבני וואס איז פארזיכערט מיט אפאר ריאליסטישע פלעצער וויל נאך נישט צוזאגן פאר קיינעם, ניטאמאל פאר עמיר פרץ דערווייל,
נפתלי בענעט האט געאפערט פאר אורי אריאל דריי סיטס פון די ערשטע 15 סיטס, דאס הייסט איינס סיט פון יעדע 5, אורי אריאל טענה'נט אז עס צו ווייניג און נפתלי בענעט עקשנט זיך אז עס איז זייער שיין און וויל בשום אופן נישט געבן עפעס מער, ער זאגט עם אויב די ווילסט גיין קענסטו גיין אבער לאז מיר וויסען ביז מוצאי שבת וואס די טוסט, מען האלט אינמיטן מחליט זיין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:38 pm

· #241918
הדד בן בדד
בערל, דרעי האט נישט געגרינדעט ש"ס, ער איז שוין געקומען צום גרייטן, און האט געטראסקעט די גרינדער...

אבער ער איז בשעתו געווען דער וויכטיגסטער פירער. ער איז געווען דער ממליך מלכים. זיין פאל איז געקומען ווען ער האט אויסגעשפילט יצחק שמיר, וועלכער האט געהאט א קאאליציע רעכענדיג אויףא איהם. און די לעצטע מינוט האט ער ארויס געבעקט. איז יצחק שמיר'ס חלום צופאלן. אלס נקמה האבן זיי זיך גענומען צו זיינע ביינער און מ'האט ארויפגעשמירט אויף איהם אמת'דיגע און פאלשע חטאים...!

גימפל » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:10 pm

· #242143
גיבור
די רבני תקומה פון אורי אריאל'ס פארטיי זענען זיך היינט צוזאמגעקומען צו מחליט זיין צו מען גייט ארויס פון הבית היהודי אדער מען בלייבט,
נפתלי בענעט פאדערט א ענטפער ביז סוף וואך.
סתם צו ווייזען אז סקרים מיינען גארנישט און ווי עס טוישט זיך יעדן טאג, א היינטיגע סקר:
ליכוד-23, עבודה-23, הבית היהודי-16, ישראל ביתנו-9, כולנו-9, יש עתיד-8, ש"ס-8, יהדות התורה-7, מרץ-6, די אראבישע פארטייען-11, ישי-2 דאס הייסט ער גייט נישט אריבער די אחוז החסימה.


למעשה האבן זיך די רבני תקומה נישט געקענט פאראייניגען אויף א באשלוס, האבן זיי מחליט געווען צו מאכען בחירות צווישען די מיטגליגער פון מרכז תקומה וואס באשטייט פון בערך הונדרעט מיטגלידער, די בחירות איז פארגעקומען נעכטען נאכט, און א מערהייט האט געשטימט אז מען בלייבט יא פאראייניגט מיט הבית היהודי. דאס איז לכ' נאך א שטארקע דורכפאל פאר אלי ישי.

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:01 pm

· #242366
85 טעג פאר די בחירות, א היינטיע אנקעטע: עבודה-23, ליכוד-21, הבית היהודי-16, יש עתיד-11, כולנו-9, ישראל ביתנו-7, יהדות התורה-7, מרץ-7, ש"ס-5, העם איתנו-4, די אראבישע פארטייען צוזאמען-10.

לך לך » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:32 pm

· #242369
הייסט עס
קען זיין ביבי גייט נישט זיין נעקסטע ראש הממשלה?

גיבור » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:42 pm

· #242373
איך האב שוין געשריבן אז די אנקעטעס טוישען זיך יעדעס איינציגע טאג, דערווייל שטייט עבודה און ליכוד ארויף און אראפ בערך ביי די זעלבע מצב, עפעס דארף געשען אין ארץ ישראל און געבן א שאקל די גאנצע מערכה אז אדער זאלן די לינקע פאלן און די רעכטע זיך הייבן אדער פארקערט, אויב גארנישט וועט נישט געשען איז טאקע שווער צו וויסען, אבער פארגעס נישט אז לאו דווקא די פארטיי מיט די מערסטע בענקלעך ווערט ראש ממשלה, ביי די פריעדיגע קדנציה האט ציפי לבני געהאט מער אבער זי האט נישט מצליח געווען אויפצושטעלן א קאאליציע,
אני הקטן האלט נאך אלץ אז ביבי נתניהו איז די קומענדיגע ראש ממשלה, אפשר בין איך נישט גערעכט ימים יגידו..................

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:28 pm

· #243455
הבית היהודי- נפתלי בנט קאמפיין ווידיאו

לא להנאת גופי » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:37 am

· #243755
הרב ישראל אייכלר שליט''א
פריש פונעם וועכינטליכע שיעור:
-ווען דרעי און ישי וואלטען געהאט א טראפעלע שכל וואלטן זיי נישט געפירט די גאנצע חרדישע כח אין דער ערד.
-יעצט איז די מדינה אינגאנצען באזארגט אז די אראבער וועלן נישט קענען אדורך גיין דעם אחוז, און דאס העט זיין געפערליך פאר די מדינה. אבער אלעס לוינט זיך זיי אינס ארויס צי ווארפען..
-דער וואס האט געוועלט אין בית שמש בהוראת שעה -ווייל מ'קען נישט וואוינען דארט- זאל וויסען אז מ'קען נישט וואוינען אין די מדינה אן א כח אין כנסת..
-איך קען אויך זיצען אין ארצה''ב און שרייען אקעגן די ציונים..
-די מדינה געט מער נישט קיין געלט פאר די חרדים וואס 'די ווייב ארבעט נישט' ווייל זיי ווילען אפהאלטען די חרדים פון האבען קינדער, זיי זענען אליין מודה. כ'האב געזאגט אין כנסת אז זיי זענען ערגער ווי די כינעזער, וויין זיי לאזען כאטש דאס קינד לעבן, און די נעמסט דאס ברויט ארויס פון מויל.
-זיי ענטפערען מיר 'מי שנותן להם את התורה, הוא יתן להם את הקמח'.. עפרא לפימיהם!
-יעצט האט מען באשולדיגט לינקע וואס האבן זיך פאררעדט אז מ'דארף הרג'ענען די רעכטע, מוט 180שח. און ווען ס'איז געווען אזא סיפור אקעגן די פרומע האבן זיי אינס גע'קנס'עט מוט 150,000שח!!
-ס'איז ממש א שרעקליכע מצב.

מאטי » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:34 am

· #243765
מי שנותן להם את התורה, הוא יתן להם את הקמח'.. עפרא לפימיהם!
עפרא לפימיהם?? ער גלייבט נישט אז מאן דיהיב חיי יהיב מזוני? גאט קען בלויז שפייזן די חרדים מיט די הילף פון די פרייע? עפרא לפומיה! ער זאל מיר מוחל זיין אבער שטותים האט אויך א גבול.
בלאט: 1 2 3 4 5