די דיסיזשען אין אגודת ישראל וועט נאר פארקומען נעקסטע וואך,
אויך ביי די אראבישע פארטייען איז די פארהאנדלונג סטאק געווארן און נאר נעקסטע וואך וועט מען וויסען צו מען לויפט אויף איין רשימה אדער צוויי עקסטערע רשימות, ווי אויבען אויסגעשמועסט,
לגבי די נסיעה פון ביבי קיין אמעריקא איז אזוי, מען האט עס אפגעשטופט מיט צוויי וואכן און ביבי וועט רעדן פאר ביידע הייזער אין קאנגרעס מערץ 3, דאס איז גענוי צוויי וואכן פאר די בחירות, עס שפילט זייער גוט פאר ביבי, די סיבה פון די אפשטופען האט הייינט זשאן בעינער געזאגט איז ווייל ביבי האט געבעטן, ווייל דעמאלטס קומט ער עניוועי קיין אמעריקא צו רעדן ביי די וועידת איפא"ק, אויך זאגט ער אז עס האט מיט די בחירות גארנישט נאר ער רופט עם רעדן לאור די מצב אין די וועלט מיט טעראר און אייסיס, און בנוגע די געשפרעכן מיט איראן, די לינקע אין מדינת ישראל קאכן און רעגן זיך נאך מער ווייל עס איז אזוי נאנט צו די וואלען, אזוי אויך האט אובאמא היינט געמאלדען אז ער וועט זיך נישט טרעפן מיט ביבי, ווייל עס איז נישט איינגעפירט זיך צו טרעפן מיט א מנהיג פאר בחירות.
עס איז נישט דא וואס צו זאגן אז די רעפובליקאנער האבן די עיקר שולד פון ריפען איינער קיין אמעריקא אפילו די פרעזידענט וויל נישט, אפילו זיי האבן די כח און די רעכט, נאר זיי ווילען ווייזען פאר אובאמא אז די וועסט אונז נישט איינטיילן וואס צו טון, יעצט לגבי ביבי דארף מען דאס איינטיילן אין 2, איינס אז ער קומט אויפן פארלאנג פון א ספיקער אין די צייט וואס מטעם די פרעזידענט איז ער נישט וועלקאם,(אהן אריינצוגיין אין די סיבות פארוואס ער איז נישט וועלקאם), צוויי אז ער קומט ממש פאר ער האט בחירות און מאנכע קוקן דאס אהן ווי ער קומט קיין אמעריקא פאר זיין אייגענע אינערליכע פריוואטע אינטערעסן, און נישט פאר זיין לאנד אדער פאר א אנדערע לאנד, יעצט לגבי די ערשטע חלק, שרייט ביבי אז די גאנצע וועלט ווייסט קלאר און האלט מיט ווי די לעצטע פאר יאר בין איך ביזי נאר מיט איין זאך "איראן איראן איראן" אז מען טאר זיי נישט נאכגעבן וכו' וכו', דאס האב איך גערעדט אין יו ען און דאס טריי איך צו איבערצייגן מיט וועם איך רעד נאר, יעצט אז קאנגרעס גרייט זיך צו דורך טון די נושא, יא צולייגן סאנקציעס אדער אראפ נעמען סאנקציעס, יא גלייבן איראן צו נישט, גיין שטרענגער צו איידעלער, וכו' וכו', און זיי רופען מיר רעדן ביי זיי, דאס הייסט מען געט מיר א געלענגנהייט צו זאגן וואס איך האב צו זאגן, טאר איך נישט אפזאגן און איך גיי נישט אפזאגן און איך דארף זיין א פערד צו אפזאגן אזא אפערטונעטי, און אויב איז דא אינערליכע ראבערייען צווישן קאנגרעס מיט די ווייט הויז איז עס נישט מיין געשעפט זיך אריינצומישן און זיי זאלן זיך אליינס א עצה געבן צווישן זיך, אבער איך טו וואס איך האלט אז עס גוט פאר מיין לאנד, ווי איך בין כרגע ראש ממשלה ביז מען שווערט נישט איין א צווייטע, און ביז דעמאלטס וועל איך טון אלעס וואס איך האלט אז עס איז גוט און קען אויפטון, און נישט שפעטער זאל קאנגרעס שרייען מיר האבן דיר גערופען צו הערן דיין זייט און די ביזט נישט געקומען, יעצט דאס אז פונקט יעצט קומט אויך פאר בחירות איז זיין ריוח אויב וועט זיין פאפולעריקייט שטייגן אין מדינת ישראל דורך זיין דרשה, אבער דאס אוודאי נישט קיין סיבה אפצוזאגן, און פארשטייט זיך אז די לינקע אין מדינת ישראל שמעקט עס נישט, אבער זיי קענען קריצן מיט די ציין ווייל עס איז לעגעטימי צו געבן א ספיטש ווי מען וויל.
אלי ישי וואס רוב סקרים גיבן עם נישט אריבערצוגיין די אחוז החסימה, באקומט מוראדיגע פרעשור פון מיכאל בן ארי פון עוצמה לישראל זיך צו פאראייניגן און לויפן אויף איין רשימה, מיכאל בן ארי איז די עקסטרעם רעכסטע פארטיי וואס איז דא, זיי גייען בדרך הרב מאיר כהנא הי"ד, און די פריעדיגע בחירות איז ער נישט אריבער די אחוז החסימה און יעצט איז זיין טשענסעס געטראסקעט אסאך מער ווייל די מינימום איז אסאך מער, סא אליינס ווייסט ער אז ער האט נישט קיין טשענס, אבער ער פלאנט עניוועי צו לויפן, יעצט ווען אלי ישי באקומט אויך ווייניג טשענסעס טרייעט ער צו לייגן פרעשור אויף עם צו גיין צוזאמען און אפשר אפילו נאך די וואלען זיך צוריק צוטיילן אין צוויי עקסטערע פארטייען נאר אויב לויפט מען צוזאמען האבן ביידע אסאך מער טשענסעס אריינצוגיין אין כנסת, די סקרים געבן זיי טאקע א שיינע פאר בענקלעך צוזאמען, און זיי נעמען צו בעיקר פון הבית היהודי, דערווייל זענען זיי זיך נאכנישט דורכגעקומען זיי האבן צייט ביז דאנערשטיק די וואך, וואס איז די דעדליין אריינצוגעבן די ליסט.
עס איז נישט דא וואס צו זאגן אז די רעפובליקאנער האבן די עיקר שולד פון ריפען איינער קיין אמעריקא אפילו די פרעזידענט וויל נישט, אפילו זיי האבן די כח און די רעכט, נאר זיי ווילען ווייזען פאר אובאמא אז די וועסט אונז נישט איינטיילן וואס צו טון, יעצט לגבי ביבי דארף מען דאס איינטיילן אין 2, איינס אז ער קומט אויפן פארלאנג פון א ספיקער אין די צייט וואס מטעם די פרעזידענט איז ער נישט וועלקאם,(אהן אריינצוגיין אין די סיבות פארוואס ער איז נישט וועלקאם), צוויי אז ער קומט ממש פאר ער האט בחירות און מאנכע קוקן דאס אהן ווי ער קומט קיין אמעריקא פאר זיין אייגענע אינערליכע פריוואטע אינטערעסן, און נישט פאר זיין לאנד אדער פאר א אנדערע לאנד, יעצט לגבי די ערשטע חלק, שרייט ביבי אז די גאנצע וועלט ווייסט קלאר און האלט מיט ווי די לעצטע פאר יאר בין איך ביזי נאר מיט איין זאך "איראן איראן איראן" אז מען טאר זיי נישט נאכגעבן וכו' וכו', דאס האב איך גערעדט אין יו ען און דאס טריי איך צו איבערצייגן מיט וועם איך רעד נאר, יעצט אז קאנגרעס גרייט זיך צו דורך טון די נושא, יא צולייגן סאנקציעס אדער אראפ נעמען סאנקציעס, יא גלייבן איראן צו נישט, גיין שטרענגער צו איידעלער, וכו' וכו', און זיי רופען מיר רעדן ביי זיי, דאס הייסט מען געט מיר א געלענגנהייט צו זאגן וואס איך האב צו זאגן, טאר איך נישט אפזאגן און איך גיי נישט אפזאגן און איך דארף זיין א פערד צו אפזאגן אזא אפערטונעטי, און אויב איז דא אינערליכע ראבערייען צווישן קאנגרעס מיט די ווייט הויז איז עס נישט מיין געשעפט זיך אריינצומישן און זיי זאלן זיך אליינס א עצה געבן צווישן זיך, אבער איך טו וואס איך האלט אז עס גוט פאר מיין לאנד, ווי איך בין כרגע ראש ממשלה ביז מען שווערט נישט איין א צווייטע, און ביז דעמאלטס וועל איך טון אלעס וואס איך האלט אז עס איז גוט און קען אויפטון, און נישט שפעטער זאל קאנגרעס שרייען מיר האבן דיר גערופען צו הערן דיין זייט און די ביזט נישט געקומען, יעצט דאס אז פונקט יעצט קומט אויך פאר בחירות איז זיין ריוח אויב וועט זיין פאפולעריקייט שטייגן אין מדינת ישראל דורך זיין דרשה, אבער דאס אוודאי נישט קיין סיבה אפצוזאגן, און פארשטייט זיך אז די לינקע אין מדינת ישראל שמעקט עס נישט, אבער זיי קענען קריצן מיט די ציין ווייל עס איז לעגעטימי צו געבן א ספיטש ווי מען וויל.
ער מאכט דאך חרוב די רילעישאנשיפ לויט אלע אנאלעזירער ( אפילו פאקס) איז יעדער האלט טאקע אז ער מאכט מער חרוב ווי די ריווח, איז פארוואס טוט ער דאס? קוקט ער נאר אויף זיך?
50 טעג פאר די בחירות, א היינטיגע סקר פון ערוץ 2 : עבודה-26, ליכוד-23, הבית היהודי-15, די פאראייניגטע אראבישע-12, יש עתיד-9, כולנו-8, יהדות התורה-7, ש"ס-7, ישראל ביתנו-7, מרץ-6, יחד-0.
יאיר לפיד האט היינט ארויסגעגעבן זיין רשימה, נישט קיין חידושים אלעס די זעלבע אלטע חברי כנסת חוץ פון די צוויי וואס איך האב שוין אויבען געשריבען אז ער גייט אריינעמען, חיים ילין מיט אלעזר שטערן,
כולנו בראשות משה כחלון האט געכאפט א מיאוסע פראסק ווען די וועד המרכזי לבחירות האט געפסל'ט זיין נאמבער 3 צאגה מאלקו א פרוי פון די עטיאפישע געמיינדע, און זי קען נישט לויפן פאר די קומענדיגע כנסת, נאך וואס זי האט זיך נישט אפגעזאגט גענוג פרי פון איר דזשאב ביי קול ישראל ,אזוי ווי די חוק איז, ווי עס זעהט יעצט אויס וועט ער נישט אריינעמען א צווייטע אויף איר פלאץ נאר די גאנצע רשימה רוקט זיך ארויף מיט איין פלאץ,
הבית היהודי וועט אריינעמען אלי אוחנה פון די גרעסטע שטערנס אין פוטבאל אין מדינת ישראל אויף א הויכע פלאץ,
משרד הפנים האט היינט צוגעמאכט די ליסט פון די בעלי זכות צו וואוטען, אזויפיל ווי 5,881,696 מענטשען וועלן קענען וואוטען מארטש 17.
עוצמה לישראל האט געטוישט נאמען צו "עוצמה יהודית", זיי האבן היינט ארויסגעגעבן זייער רשימה ,בראש ובראשונה פארשטייט זיך איז ד"ר מיכאל בן ארי, ווער דאס איז קוק דא, די צווייטע איז די באקאנטע לויער איתמר בן גביר, פאר זיינע מעשים טובים קוק דא, נאכדעם קומט בנצי גופשטיין מנכ"ל להב"ה, ארגון למניעת התבוללות, זע דא, און די פערטע ווער קען נישט הרב ברוך מרזל פון חברון קוק דא, אלע פיר תלמידים און ידידם פון הרב מאיר כהנא הי"ד, פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט קיין טשענס אריינצוגיין אין כנסת, און אפילו אויב זיי וועלן לויפן מיט אלי ישי וועט אפשר איינער אדער צוויי אריינגיין אבער אלע פיר זיכער נישט, עניוועי דערווייל זעהט נישט אויס אז זיי וועלן לויפן צוזאמען וויייל אלי ישי וויל זיי נישט געבן די פערטע פלאץ נאר די זעקסטע ווייל ער טענהט אז זייי האבן נישט אזויפיל וואוטערס, און זיי פאדערן כאטש די פערטע פלאץ וואס דאס איז פארזיכערט אויב מען גייט אריבער די אחוז החסימה, ונזכה ונחיה ונראה.......
49 טעג פאר די בחירות א היינטיגע סקר: עבודה-25, ליכוד-23, הבית היהודי-15, די פאראייניגטע אראבישע ליסט-12, יש עתיד-11, כולנו-8, יהדות התורה-7, ש"ס-7, ישראל ביתנו-6, מרץ-6, יחד-0. אויב אבער וועט יחד זיך פאראייניגן מיט עוצמה יהודית האבן זיי-5, למעשה האט מיכאל בן ארי געמאלדן ממש אין די יעצטיגע מינוטן אז מען גייט נישט צוזאמען ווייל מען איז זיך נישט דורכגעקומען אויף די נושא פון הר הבית, וואס די רבנים פון אלי ישי האלטן אז עס איז אסור ארויפצוגיין און די עקסטרעם רעכטע ווילען בשום אופן נישט מוותר זיין אויף דעם אפילו פארן פרייז פון נישט אריין גיין אין כנסת.
אין אנדערע נייעס איז געבליבן אז מנחם אליעזר מוזס איז ממשיך מיט זיין ארבעט אלס חבר כנסת מטעם וויזניץ.
היינט און מארגן זיצן די וועד לבחירות בראשות פונעם שופט סאלים זשובראן (וואס ביי דעי וועי איז א אראבער און איז אנגעקומען צו איינע פון די העכסטע פאזיציעס אין מדנ"י) און אלע פארטייען קומען זיך איינשרייבן און געבן איבער די ליסט פון זייערע קאנדידאטן, דאס הייסט אז ביז מארגן נאכט וועט מען שוין וויסען פונקטליך יעדעמס ליסט, ווייל נאך די דעדליין קען מען שוין גארנישט אריינגעבן,
אין אנדערע נייעס, זאגן היינט אלי ישי'ס מענטשען אז מען האלט גאר נאנט צו א אפמאך מיט עוצמה יהודית, זעהט זיך אויס אז סוף כל סוף ווילן ביידע יא אריינגיין אין כנסת, עניוועי ביז מארגן נאכט וועט מען אלעס וויסען.
ממש אין די יעצטיגע מינוטן איז צושטאנד געקומען א אפמאך צווישן יחד און עוצמה יהודית, אז אלי ישי געבט זיי אוועק די פערטע בענקל, וואס דאס מיינט אז אויב איינער פון זיי גייט אריין אין כנסת גייט איינער פון עוצמה יהודית אויך אריין, נאך וואס די מינימום איז 4 בענקלעך, אבער מיכאל בן ארי האט מוותר געווען אז נישט ער וועט זיין די איינער נאר ברוך מרזל וועט באקומען די פלאץ, נאך וואס הרב מאזוז די מנהיג רוחני פון אלי ישי האט געהאלטן אז מרזל וועט מער פאלגן ווי בן ארי, יעצט בלייבט נאר צו זעהן צו זיי וועלן אריבער גיין די אחוז החסימה, לאמיר ווארטן 48 טעג און זיין קלוגער......................
ש"ס האט מחליט געווען זייער ליסט, אלעס ממש די זעלבע זאך חוץ נסים זאב וואס איז געבליבן אינדערויסן און אמנון כהן וואס האט זיך אפגעזאגט פון פאליטיק,
ביבי האט מחליט געווען אריינצונעמען בני בעגין די זון פון מנחם בעגין אויף די עלעפטע פלאץ אין ליכוד וואס די יו"ר קען זיך וועלן ווער זאל זיין דארט,
משה כחלון האט אריינגענומען אנשטאט צאגה מאלקו וואס די וועד האט געפאסל'ט, די ראש העיר פון ערד טלי פלוסקוב,
אלי אוחנה האט מחליט געווען די לעצטע מינוט נישט צו נעמען א פלאץ אין הבית היהודי נאך וואס עס איז ארויס א שטארקע קעגנשאפט קעגן עם, און אסאך מענטשען האבן געסטראשעט אז זיי גייען נישט וועלן הבית היהודי אויב ער איז דארט, אזוי אויך האט דני דיין אפגעזאגט נפתלי בענעט צו נעמען די 17טער פלאץ וואס איז נישט ריאלי לויט קיין איין סקר,
אין יחד קומט אויך פאר אין די לעצטע מינוט שערוריות נאך וואס יוני שעטבאן וויל נישט אז ברוך מרזל זאל אריינקומען, און עס קען זיין אז שעטבאן וועט למעשה ארויס גיין און אלי ישי וועט נעמען אנשטאט עם הלל הורוביץ, עניוועי נאך ביז דריי שעה מיז יעדער אריינגעבן די ליסט און דעמאלטס וועט מען וויסען מער.
שוין יוני שעטבאן בלייבט, און דאס איז די רשימה, סופית. 1) אלי ישי, 2) יוני שעטבאן, 3) מיכאל עייש, 4) ברוך מרזל, 5) ששון טרבלסי, 6) אהרן צוהר, 7) די חרדישע שדרן דודי שוומענפעלד.
ח"כ שי פירון פון די יש עתיד פארטיי האט גענוצט די פאנאוויטש ראיאטן ( ווי דערווייל איז דא צענדליגע ארעסטירטע און צענדליגע האבן געדארפט מעדעצינישע באהאנדלונגען) פאר זיין פאליטישע אגענדע ) און ער זאגט אז די פאנאוויטש בחורים דארפן גיין אין די יס"ם אפטיילונג אין די מיליטער וואס דאס איז ראיאטן פאליציי.....
ח"כ שי פירון פון די יש עתיד פארטיי האט גענוצט די פאנאוויטש ראיאטן ( ווי דערווייל איז דא צענדליגע ארעסטירטע און צענדליגע האבן געדארפט מעדעצינישע באהאנדלונגען) פאר זיין פאליטישע אגענדע ) און ער זאגט אז די פאנאוויטש בחורים דארפן דינען אין די יס"ם אפטיילונג אין די מיליטער וואס דאס איז ראיאטן פאליציי.....
הרב עובדיה יוסף איז געקומען אין חלום צו א תלמיד הייסן שטימען רק ש"ס:
הרב דניאל זר, מרבני פרדס כץ וראש מוסדות 'אור דוד', הפתיע אתמול את מאזיני שיעורו כשסיפר כי הגר"ע יוסף נגלה אליו בחלום ואמר לו שמי שיצביע ש"ס, הרי שימליץ עליו טוב בשמיים".
בשיחתו השבועית אתמול נראה הרב זר נרגש מאד כשסיפר על דבר החלום. וכך סיפר: "ביום שלישי בשנת הלילה, חלמתי שאני רואה פתאום אור גדול בסלון. אני נכנס לסלון ורואה שם את מרן. מרן אומר לי בוא בני. הוא בירך אותי. אמר לי עוד משהו אישי שבשלב זה איני רוצה לחשוף אותו, ואח"כ אמר לי תגיד לקהל שלך לכל מי שהולך להצביע, שיצביע לתנועה שלי. ש"ס. כשהם הולכים להצביע שיגידו שהם הולכים לעשות את רצוני ואמליץ עליהם טוב בשמיים".
הרב זר הוסיף: "רציתי לשאול אותו מתי ייפסקו הצרות ויבוא משיח, אך התעוררתי מהשינה. הסתכלתי על השעון והשעה הייתה עשרה לחמש".
"אני מאד מרוגש", אמר הרב, "החלום היה נראה כמו משהו מוחשי ביותר. מעולם לא חלמתי משהו כזה ברור. מעתה הסיסמא שלנו היא 'הולכים לעשות רצונו של מרן'. עם זה נלך בכל הארץ ונביא את ההמונים".
דבר החלום אירע זמן קצר לאחר שהרב דניאל זר חזר מתפילה בציונו של רשב"י במירון, כמידי חודש, אר קורא שם יחד עם תלמידיו כל האידרא רבה והאידרא זוטא. מקורבי הרב אומרים כי החלום הזכיר לרב את מה שקרה בבחירות הקודמות לפני שנתיים, שהגר"ע קרא לו למעונו וחיזק אותו על כך שהוא "נלחם נגד כל המלעיזים והמנסים לחבל בתנועה".
35 טעג פאר די וואוטס, א היינטיגע סקר: ליכוד-23, עבודה-23, הבית היהודי-12, יש עתיד-12, ערבים-12, כולנו-9, ש"ס-7, אגודת ישראל-7, ישראל ביתנו-5, מרץ-5, יחד-5.
האט די וואך באזיכט א דעזיינער איינער מושיק גלאמין ביי איהם אין הויז און זיין ווייב די ערשטע פרוי שרה האט איהם ארומגעוויזן זייער הויז כאילו. ער וואוינט אין עפעס א פארקוועטשטע וויליאמסבורג הויז סטירט בעיסמענט, פארשימילטע ווענט אין די קאך פעלן קעבינעט טירן א.א.וו.
דער דעזיינער האט געמאכט א דראמיטישע ווידאו אז עס איז געקומען פשוט צו שוינען דעם נתניהו פאמיליע, למעשה איז די ווידאו געקומען צו חוזק נאכדעם ווי עס איז אויפגעוויזן געווארן אז די פארשימלטע קאך אין די ווידאו איז די ארבייטער'ס קאך און נתניהו פאמיליע האט א הערליכע קאך אויבן...
אזוי ואיך איז ארויסגעקומען אז נתניהו האט געהאלטן א פריוואטע עלעקטרישן און איהם גערופן און געהייסן ארבעטן אין הייליגסטן טאג פון יאר יום כיפור ה"י!
דאס וואלט דאך ארויסגענומען די חרדישע דשורנאליסטן פון די כלים און וואלטן געמאכט מטעמים דערפון מפה ועד להודעה חדשה
שמיעות קורסירן אז דער ווייסע הויז האט געארבעט ארויס צוריק ריקען ביבי פון אמט. אבער עס גלויבט זיך שווער. דאס איז אמאל זיכער אז אויב ביבי פארלירט וועט אבאמא האבן א זיסער נקמה אין ביבי. איך גלייב אבער שווער אז ביבי גייט סוף כל סוף פארלירן צו דער כאריזמאטישלאזער בוזשי, איך גלייב אז עס גייט קומען געזונטע סורפרייזעס.
Although the incumbent prime minister's party, Kadima, won the most seats in the parliament, the Likud leader Benjamin Netanyahu was able to form a majority coalition government and become the new prime minister.
איך בין דא נאר איך האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן, ואתכם הסליחה. איין זאך נאר מען בעט יעדער וואס רבותיו הייסען גיין וועלן זאל פליז נישט מאכן קיין פערסאנאלע קליינע חשבונות נאר רבותי ביטע גייט וועלן פאר די אות "ג".
איך בין דא נאר איך האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן, ואתכם הסליחה. איין זאך נאר מען בעט יעדער וואס רבותיו הייסען גיין וועלן זאל פליז נישט מאכן קיין פערסאנאלע קליינע חשבונות נאר רבותי ביטע גייט וועלן פאר די אות "ג".
בשלשה כלי שרת - אהבת ה', אהבת התורה, אהבת ישראל - צריכים צעירים בני תורה לגשת לעבוד בכרם ה' צבאות, לקרב לב אחיהם לקיום מצות מעשיות וקביעות עתים לתורה - מבלי התחשב עם מחלת המפלגות. והאמת הגמור הוא, אשר לב ישראל הוא מעין מקור מים חיים, וברית כרותה לעבודה ותעמולה שאינן חוזרות ריקם.