☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בחירות אין מדינת ישראל 2015

בחירות אין מדינת ישראל 2015

247 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7668
בלאט: 1 2 3 4 5

גיבור » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:44 pm

· #243797
אקעי די היץ הייבט אהן ארויפצוגיין!
ערוץ שתים האט יעצט מפרסם געווען א ווידיאו ווי ר' עובדיה זצ"ל רעדט מוראדיג שארף קעגן אריה דרעי, צווישן זיינע ווערטער רופט ער עם אהן "רשע",
ער איז מסביר דארטן פארוואס אריה דרעי טאר נישט צוריקקומען צו ש"ס, "30-40 פראצענט וועלן אנטלויפן פון ש"ס", "פארוואס זאל איינער אריינוועלן א גנב ?"
"ער וועט מיר נישט פאלגען, ער הערט זיך נישט צו צי מיר", "רשע זאל ער זיך עפענען א אייגענע פארטיי", "עס גיט מיר נישט אהן ער וועט סיי ווי נישט אריבערגיין די אחוז החסימה",
און ער ענדיגט צו "איך קען נישט בוגד זיין אין אלי ישי",
בלייבט נאר צו זעהן צו עס וועט האבן א השפעה אדער נישט .

chusid » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:17 pm

· #243805
דאס איז לכאורה א טויט קלאפ פאר דרעי ווייל זיין כח איז געווען אז דאס איז די פארטיי פונעם רב, וויאויכט האט אלי ישי א צוויי שעות'דיגער ווידאו פונעם אסיפה פון די רבני שס מיט חכם עובדיה ווי ער איז קלאר קעגן אויפנעמען דרעי, וויאויכט טענהט ישי אז עובדיה יוסף איז געווען קעגן די אוסלו דיעל. אין אנדערע נייעס האט דער יו"ר חכמי רבני שס הרב שלום כהן זיך אויסגעדרוקט אז ישי האט אונז איבערגעלאזט און געגאנגען אין בית הכסא- מיינענדיג רב מאזוז...

גדעון » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:58 am

· #243999
קען איינער ביטע מסביר זיין פאר די עמעראצעם וויאזוי סארבייט די מדינת ישראל פאליטיק, און אזוי אויך וואס איז די קריגעריי פון ישי מיט דרעי.
שכח

גימפל » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:07 pm

· #244045
ברעיקינג! אבישי בן חיים: אריה דרעי מתפטר מראשות ש"ס.

chusid » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:36 pm

· #244067
גימפל
ברעיקינג! אבישי בן חיים: אריה דרעי מתפטר מראשות ש"ס.

ס,איז נאר א ספין מצידו,,, ער וויל יעצט אז די מועצת זאל עם פארבעטן צו בלייבן( נאך וואס ישי אידאך שוין אינדרויסן),,,

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:07 pm

· #244080
זאל די מועצת אים לאזן לופטערן, און צוריקנעמען ישי ושלום על ישראל...

chusid » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:57 pm

· #244092
ברעיקינג: מועצת "גוזר" אז דרעי מוז בלייבן אין שס...

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:29 pm

· #244138
די קאממענט איז מיר די מערסטע געפאלן:

''הפתעה בפרק הנוכחי: מסתבר שאריה דרעי עשה על עצמו קעקוע עם המפה של הכלא!''

פאר ווער עס כאפט עס נישט קען איך געבן א כלב.

שעפטל » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:30 pm

· #244306
קורצע איבערזיכט פון נעכטן און אביסל היינט...

ארי' דרעי, דער חבר הכנסת פון ש"ס האט געשריבן א בריוו צו די מועצת אז ער גייט רעזעגנירן
📎 IMG-20141229-WA037.jpg

היינט האט ער אפיציעל רעזעגנירט
📎 IMG-20141230-WA065.jpg
און איבערגעגעבן די רעזיגנאציע צעטל צום יו"ר יולי אדלשטיין
📎 IMG-20141230-WA073.jpg
ארי' דרעי מיט טרערן אין די אויגן האט איבערגעגעבן זיין באשלוס און עס באשטעטיגט פאר די מידיא, בעהטענדיג אז פון יעצט און ווייטער זאל מען אים אפלאזן.....
📎 IMG-20141230-WA066.jpg

גימפל » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:00 pm

· #244326
אלע חברי הכנסת מטעם ש"ס האבען געשיקט א בריוו צו די מועצת אז זיי גיין רעזעגנירן פון די כנסת אויב ארי דערי קומט נישט צירוק צו שס.

ימים ידברו.
📎 IMG_20141230_155151.jpg

גיבור » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:14 pm

· #244332
באמת אין אזא מינוט וואלט איך געדארפט זיין ביזי נאר מיט ש"ס ווייל דאס קערט יעצט איבער די מדינה, אדער כאטש מיט ישראל ביתנו וואס זענען די צווייטע אויף די העדליינס וועגן די קאראפשען וואס מען האט געטראפן, נאר אזוי ווי עס איז צו גרויס און צו ברייט און צו לאנג קום איך נישט אהן צו שרייבן קוים טריקענע נייעס ווער רעדט נאך פון אנאליזן און השערות, ממילא ווער עס נעמט זיך די פעדער אין האנט תבא עליו ברכה,
אזוי פיל יא, אין אנדערע נייעס עדי קול פון יש עתיד האט יעצט געמאלדן אז זי לויפט נישט ביי קומענדיגע וויילן, זי איז נמאס, פארוואס איז דאס אינטרעסאנט ? ווייל ווער עס געדענקט ממש אנהייב פון די קאדענציע האט זי איינמאל נישט געהאלטן פון עפעס א חוק וואס יש עתיד האט געשטיצט און זי האט על דעת עצמה געוועלט קעגן, אוי האט מען איר גערודעפט דארט, זעהט זיך אויס אז די דיקטאטער יאיר לפיד האט איר נאכנישט מוחל געווען הגם זי האט שוין זיבן מאל חרטה געהאט אין פובליק.

שעפטל » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:39 pm

· #244335
הרב בעדני האט געשריבן א בריוו צו אלי' ישי

📎 IMG-20141230-WA088.jpg

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:22 am

· #245006
נעכטן איז פארגעקומען די פריימעריז אין ליכוד, ביבי האט פארשטייט זיך געוואונען מיט א מערהייט קעגן דני דנון,
לגבי די רעשט רשימה איז בערך די זעלבע חברה, יולי אדלשטיין האט געהאט א גרויס הצלחה נאך וואס ער איז אנגעקומען צו די דריטע פלאץ נאך גלעד ארדן,
משה פייגלין ווי עס זעהט יעצט אויס וועט נישט אריינגיין נעקסט טיים אין כנסת.

smart » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:31 pm

· #245732
@גיבור וואס איז די לעיטעסט? שטיל די לעצטע פאר טעג?

גיבור » זונטאג יאנואר 4, 2015 8:32 pm

· #245836
נאטהינג ספעשל, באט יעדן טאג טוט זיך שפעקולאציעס, ביז 17 יאנואר מיז מען אריינגעבן די פיינעל ליסטעס, וועט מען דעמאלטס וויסען ווער לויפט יא און ווער נישט צו דרעי קומט צוריק צו נישט וכדו'.......

לא להנאת גופי » זונטאג יאנואר 4, 2015 8:59 pm

· #245843
דערי קומט צירוק!!!!!
ווער האט נישט געטראכט אזוי??...
buncha luzers
נאך איין מזל כ'בין נישט א איזריעלי.. what a shame...
רעזיגנירט. פארוואס?? אה, ווייל ער איז ברוגז, און וויל ווייזען אז מ'מיז עם האבען..
איין רגע. ברוגז אויף וועם??? - די עולם? די עולם איז דאך מוט עם? -אלי ישי? נו, טוסט דאך עם די גרעסטע טובה אז דו גייסט? -אויף מועצת?? זיי וויינען דאך צו דיר? -אויף 'ר' עובדיה יוסף'??? אה, און דו גייסט עם באצאלען נאכן טויט?? אויף וועם ביסטו ברוגז???
וואס איז דער גאנצע רעזיגנאציע שפול???
אה, ווייל 'דו האסט נישט קיין כח מער צו פאליטיק'?? נו פארוואס קומסטו צירוק??!!??? ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓

גיבור » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:11 pm

· #245946
אקעי קודם כל בארואיג זיך, די ענטפער אין איין ווארט איז "פאליטיק", איך ווייס נישט אויב האסט אמאל געהערט אזא ווארט, אבער ווער עס קען די ווארט ווייסט און פארשטייט אז אריה דרעי האט געטון די קליגסטע זאך וואס ער האט געקענט טון דא אין זיין פאל, אין איין ווארט: אנשטאט זיך פארענטפערן אדער צוריק האקן קעגן אנדערע, איז מלאכתו נעשית על ידי אחרים, און יעצט בעט מען זיך ביי עם פליז קום צוריק, אלי ישי פארשטייט אויך אז די גאנצע עסק האט עם נישט געלוינט, ער האט אין פאבליק זיך פארענטפערט אז נישט ער שטייט אינטער דעם,

לגבי סתם נייעס איז אזוי, אזוי ווי איך האב געשריבן איז דא נאך בערך 2 וואכן ביז'ן אריינגעבן די פיינעל ליסטעס פון די קאנדידאטען, וואס ביז דעמאלטס וועלן די דעמאקראטישע פארטייען אפהאלטן פריימעריז און די דיקטאטערישע פארטייען מחליט זיין וועם ווארפט מען און ווער בלייבט און וועם נעמט מען אריין אלס נייע שטערנס,
ליכוד האט שוין געהאט פריימעריז, און מען שלאגט זיך יעצט ווייל אבי דיכטער האט באקומען 55 שטימען מער ווי די אמטירנדע חברת כנסת ציפי חוטובלי, און די חילוק איז צווישן יא אדער נישט אריינגיין אין די קומענדיגע כנסת, ווייל פון פלאץ 21 ביז 25 איז אוועקגעלייגט פאר געוויסע שטעט אדער מושבים דווקא, דאס הייסט אז פון די צוויי חברה ווער עס האט מער שטימען באקומט פלאץ 20 און די נעקסטע באקומט פלאץ 26, וואס ליכוד וועט לכאורה נישט האבן קיין 26 בענקלעך, און ציפי חוטובלי שרייט אז מען האט נישט געציילט אין נריה א מושב אין שומרון אין דארט האט זי מער ווי דיכטער, בקיצור גארנישט איז כרגע נישט זיכער,
אז מען רעדט שוין, ציפי חוטובלי איז א דתייה אבער זי האט נישט צו שטארק ליב פרומע יודען, ביי די פרשה פון הדרת נשים איז זי אפילו ארויף אויף א מהדרין באס פון בית שמש צו מאכן פראוואקאציעס פאר ווער עס געדענקט,
עניוועי אין די קומענדיגע טעג וועט פארקומען פריימעריז אין עבודה און אין מרץ און הבית היהודי, אזוי אויך וועט ליבערמאן לפיד און כחלון ארויס קומען מיט זייערע רשימות,
כחלון האט היינט געמאלדן אז די ערשטע פרוי אויף זיין ליסט וועט זיין ד"ר יפעת שאשא ביטון חברה מועצת העיר קריית שמונה,און אפשר אויך יואב גאלאנט די געוועזענע קאנדידאט פאר רמטכ"ל, ליבערמאן האט געמאלדן אז ער נעמט אריין א באקאנטע זשורנאליסט שרון גל, זהבה גלאון האט נאכאמאל געוואונען צו זיין די נאמבער 1 פון מרץ, און די באקאנטע שונא דת און תועבה'ניק ניצן הורוביץ האט געמאלדען אז ער גייט ארויס פון מרץ און לויפט נישט פאר ווידערוויילונג,
ביי די חרדים גייען ארום קלאנגען אז מען ארבעט שווער צו פאאראייניגן אויף איין רשימה די 4 פארטייען : אגודת ישראל, דגל התורה, ש"ס, און יחד פון אלי ישי, וועט עס מצליח זיין ? ימים יגידו..................

לית דין בר נש » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:17 pm

· #245949
גיבור
אלי ישי פארשטייט אויך אז די גאנצע עסק האט עם נישט געלוינט

זיי פליז אביסל מסביר פארוואס האט עס אים נישט געלוינט?

גיבור » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:30 pm

· #245961
קיינער פון די רבנים נישט פון ש"ס און אוודאי נישט פון פון די אשכנזים און אפילו נישט פון משפחת הרב עובדיה זצ"ל איז נישט ארויס בתוקף און אפען קעגן אלי ישי ווען ער האט געעפנט זיין נייע פארטיי, דאס אלעס האט זיך געטוישט נאך די ווידיאו און אסאך רבנים שרייען זייער קלאר אלי ישי בוגד צווישן זיי הרב דוד יוסף וואס האט ממש געהאקט אויף עם פעך און שוועבל, און הרב שטיינמאן האט היינט מנחם אבל געווען הרב שלום כהן און הרב שלום כהן האט גערעדט זעהר שארף קעגן אלי ישי זאגענדיג צווישן זיינע ווערטער אלי ישי האט פארוואנדעלט די רבנים צו זבל, און מען קען נישט וויסען וואס נאך עס קומט, נאך די אלע זאכן איז זיכער דא מענטשן וואס וואלטן געוועלט פאר אלי ישי ווייל זיי האבן עם ליב געהאט און יעצט וועלן זיי זאגן אויב די קינדער פון מרן זאגן " אלי בגד באבא" קען איך נישט וועלן פאר עם, וכו' וכו',
שמוץ און מחלוקת מאכט שאדן פאר ביידע זייטן און אז אלי ישי שאקעלט זיך אפ פון דעם ברבים מיינט עס אז ער פארשטייט אז עס האט עם געשאדט.

אויסגערוט » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:13 pm

· #246134
האסטו נישט געזאגט אז די נאמען פון דער געים איז "פאליטיק"?? דעס איז דער סיבה פארוואס אלי ישי האט זיך אפגעשאקעלט פונעם ווידיאו און נישט ווייל ער האט מורא ס'עט אים שאטן. רוב מענטשן וואס וואלטן געשטימט פאר ישי צוויי וואכן צוריק גייען נאכאלץ שטימען פאר אים אפילו ווען ער זאגט דעס ווען נישט. ער האט פונקט אזוי רבנים אויף זיין זייט וואס שרייען דאס פארקערטע. און דער המון עם ווייסט אויך אז ארי' דרעי איז גארנישט קיין צדיק (לשיטתם) חוץ מזה וואס זיי שרייען אז דרעי גאר פארשעמט מרן.
So again don't come to any conclusions when it all politics

גיבור » דינסטאג יאנואר 6, 2015 11:52 am

· #246229
אויסגערוט
האסטו נישט געזאגט אז די נאמען פון דער געים איז "פאליטיק"?? דעס איז דער סיבה פארוואס אלי ישי האט זיך אפגעשאקעלט פונעם ווידיאו און נישט ווייל ער האט מורא ס'עט אים שאטן.

איך האב געזאגט אז עס שאט עם פאליטיש.
רוב מענטשן וואס וואלטן געשטימט פאר ישי צוויי וואכן צוריק גייען נאכאלץ שטימען פאר אים אפילו ווען ער זאגט דעס ווען נישט.

רוב מיינט גארנישט, ער האט דערלייגט, אויב ווייסטו אנדערש אדרבה ברענג וואס די ווייסט.
ער האט פונקט אזוי רבנים אויף זיין זייט וואס שרייען דאס פארקערטע.

קיינער איז נישט ארויס אקעגן דרעי, פארגעס נישט אז למעשה האט עם הרב עובדיה זצ"ל צוריק געשטעלט אויף זיין איצטיגע פאזיציע.
און דער המון עם ווייסט אויך אז ארי' דרעי איז גארנישט קיין צדיק (לשיטתם) חוץ מזה וואס זיי שרייען אז דרעי גאר פארשעמט מרן.

ווייטער עס איז דא מענטשען לכאן ולכאן, אבער מיט די ווידיאו האט אלי ישי גאר נישט פארדינט אבער יא דערלייגט, ווי געשריבען אויבען.
So again don't come to any conclusions when it all politics

ענדליך האסטו געכאפט וואס די אשכול איז! לייען איבער די קעפל, און יא די אשכול איז פאליטיק.

גיבור » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:16 pm

· #246235
70 טעג פאר די בחירות, א היינטיגע אנקעטע: ליכוד-24, עבודה-23, הבית היהודי-15, יש עתיד-12, אלע אראבישע פארטייען צוזאמען-11, יהדות התורה-8, כולנו-8, ישראל ביתנו-7, מרץ-6, ש"ס-6, יחד-0, קדימה-0.

ישראל קאפקע » דינסטאג יאנואר 6, 2015 12:22 pm

· #246240
@גיבור
קענט איר זיין אזוי גוט און ערקלערן דעם אינפאגראפיק?
וואו זענען די דרייסיג צענטריסטישע און זיבן און צוואנציג לינקע זיצן?
פארוואס האט ער ליכוד און ציוניסטישע לאגער עקסטער?
וואס איז פשט פון 'עלעקשן דעי פעקטאר'?
איז ליבערמאנס ביתנו נישט אין די רעכטע לאגער (ליכוד 21 + הבית היהודי 15 = 36)?
📎 B6rEZPWCAAAWU8P-1.png

גיבור » דינסטאג יאנואר 6, 2015 1:24 pm

· #246260
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דאס איז, עפעס ער נעמט 7 סיטס פון אפאר פארטייען און לייגט עס ביי כולנו איך פארשטיי נישט פארוואס,
בנוגע די אנדערע שאלות: עבודה מיט התנועה האבן זיך פאראייניגט און זיי רופען זיך "המחנה הציוני" דאס איז די zionist camp אין אנדערע ווערטער "עבודה",
די לינקע 27 זענען: עבודה (המחנה הציוני ווי ער רופט עס) מיט מרץ,
די רעכטע זענען: ליכוד מיט הבית היהודי,
יעצט די היפאקריט אביגדור ליבערמאן וואס די קענסט עם אלס עקסטרעמע רעכטע האט לעצטנס געמאכט א שארפע מאוו און רעדט אסאך מער לינק, יעצט איך זאג "רעדט" ווייל וואס ער וועט מארגען טון ווייסט קיינער נישט, ניטאמאל ער אליינס, אסאך פרשנות זענען שוין געזאגט געווארען אויף דעם, אסאך לייגען עס אהן אויף די קאראפשען וואס מען האט געטראפען ביי זיין פארטיי, און אלס לינקע איז גרינגער זיך ארויסצודרייען פון יוסטיץ ווי אלס רעכטע ווייל בג"ץ און דאס גלייכן זענען לינק, (ביי שרון האט מען געטענה'עט די זעלבע זאך אז וועגן די חקירות אויף עם האט ער געמאכט די התנתקות,עס איז נישט דא די פלאץ צו רעדן פון דעם)
ממילא ווערט ער כרגע אנגערופען אין די מידיא "צענטער" עס מיינט גארנישט, ווייל קיינער גלייבט עם נישט, אבער מען קען נישט וויסען מיט עם,
סא די צענטער פארטייען זענען : ישראל ביתנו, כולנו, מיט יש עתיד.

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 6, 2015 7:05 pm

· #246428

smart » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 2:04 am

· #246839
וואס איז למעשה?? איז דרעי טאקע אויס?

דעע שפיל גייט שוין צו לאנג עס הייבט שוין אויסזעהן אז ער מיינט עס ערנסט...

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:21 am

· #246869
@ישראל קאפקע אין די עמ"י מעגעזין איז דא א אינטערוויו מיט די מחבר פון דער אינפאגראפיק Project 61 וואס די האסט גיברענגט אויבן (איך האב עס נאכנישט געליינט)

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 10:27 am

· #246870
לית דין בר נש
@ישראל קאפקע אין די עמ"י מעגעזין איז דא א אינטערוויו מיט די מחבר פון דער אינפאגראפיק Project 61 וואס די האסט גיברענגט אויבן (איך האב עס נאכנישט געליינט)

@גיבור האט שוין מער ווייניגער מסביר געווען דעם אינפאגראפיק עטליכע טעג צוריק.

אבער שכוח עניוועי.

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 1:46 pm

· #246900
נאך וואס אריה דרעי זוכט די לייטער אראפצוקריכען פונעם בוים און צוריק גיין צו פירן ש"ס, האט ער לכאורה עס געטראפען נאך וואס איבער הונדערט רבנים פון ישובים און שטעט פון אלל אווער אין ארץ ישראך האבן היינט געחתמעט א פעטיציע צו אריה דרעי אז ער זאל פליז ווייטער פירן ש"ס און זיי וועלן עם שטיצן, עס איז ערווארטעט אז דרעי וועט מעלדן זיין באשלוס צוריק צו גיין גלייך נאך וואס די העדליינס וועלן אויפהערן צו רעדן פון די וועטער,

אין אנדערע נייעס, האט טאקע משה כחלון געמאלדען אז ער נעמט אריין אין זיין ליסט פאר זיין נאמבער 2 "יואב גאלאנט", ווער עס געדענקט מיט אפאר יאר צוריק האט די דעמאלסטיגער שר הבטחון אהוד ברק געוואלט אויפנעמען גאלאנט אלס רמטכ"ל, אבער נאך א קאמפיין צו באשמיצען גאלאנט אז ער האט ארויסגעבויט פון זיין הויז איליגעל אויף פאבליק פראפערטי און מען האט עם פיר מאל געהייסען עס צוריק צו געבן און ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, האט די יועץ המשפטי לממשלה יהודה וויינשטיין געצה'ט ביבי עם נישט צו אויפנעמען אלס רמטכ"ל, באקאנט אלס פרשת גלנט, האט מען דעמאלטס אויפגענומען בעני גאנץ, זעהט זיך אויס אז גאלאנט איז פארט גענוג שטארק אז כחלון האלט אז עס וועט עם ארויפארבעטן זיין פארטיי.
היינט האט גאלאנט געזאגט אז ער האט געמאכט א טעות דעמאלטס און אז ער האט חרטה .

chusid » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 3:32 pm

· #246920
אגודת ישראל ד'אמעריקע האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה צו ברענגען שלום אין די חרדישע פרטייען און זיי האבן אויסגעוועלט ר' שלמה יודא רעכניץ זאל אראפ פארן צו מאכן שלום, רעכניץ האט געהאט א 2 שעהדיגע מיטינג מיט הרב שטיינמאן און דערנאך האט ער זיך געטראפען מיט אריה דרעי. נישט קלאר וואס ס'איז געבליבן
📎 rech.jpg 📎 letter.jpg

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 3:55 pm

· #246934
נעקסטע וואך דינסטאג קומט פאר די פריימעריז פאר "עבודה" , נאר פאר די ליסט פון חברי כנסת און נישט פאר די נאמבער 1 וואס דאס איז שוין געווען פאראיאר, און יצחק (בוזי) הערצאג האט געוואונען, די קלפיות עפענען זיך 7 אזייגער אינדערפרי און מאכט זיך צו 10 אזייגער ביינאכט.

smart » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 4:13 pm

· #246936
דער ארי' דרעי זעעט אויס צו זיין א געזינטע חברה מאן..

שלמה רעכניצער איז טאקע א סוקסעספולע ביזנעסמאן, קען מאכען ניגונים, וכו' אבער עס זעט מיר נישט אויס אז ער קען זיך פארמעסטן מיט ארי' דרעי אין פאליטיק!

בפרט ער איז נישט קיין איזראילישע און מדארף עס קענען אין די בליט.

גימפל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 4:21 pm

· #246938
chusid
אגודת ישראל ד'אמעריקע האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה צו ברענגען שלום אין די חרדישע פרטייען און זיי האבן אויסגעוועלט ר' שלמה יודא רעכניץ זאל אראפ פארן צו מאכן שלום, רעכניץ האט געהאט א 2 שעהדיגע מיטינג מיט הרב שטיינמאן און דערנאך האט ער זיך געטראפען מיט אריה דרעי. נישט קלאר וואס ס'איז געבליבן


גדולת חכמי הדור שליטא: רכניץ הציע להגראי"ל 2 מיליון דולר לישיבת 'אורחות תורה' תמורת מכתב להחזרת דרעי וסורב. הגראי"ל פסק "בש"ס מחליטה רק מועצת החכמים". בצאתו התבטא: "הבן אדם היחיד שלא הצלחתי לקנות בכסף זה הראש ישיבה". מרגש... ק/פ

smart » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 4:24 pm

· #246939
גימפל
chusid
אגודת ישראל ד'אמעריקע האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה צו ברענגען שלום אין די חרדישע פרטייען און זיי האבן אויסגעוועלט ר' שלמה יודא רעכניץ זאל אראפ פארן צו מאכן שלום, רעכניץ האט געהאט א 2 שעהדיגע מיטינג מיט הרב שטיינמאן און דערנאך האט ער זיך געטראפען מיט אריה דרעי. נישט קלאר וואס ס'איז געבליבן


גדולת חכמי הדור שליטא: רכניץ הציע להגראי"ל 2 מיליון דולר לישיבת 'אורחות תורה' תמורת מכתב להחזרת דרעי וסורב. הגראי"ל פסק "בש"ס מחליטה רק מועצת החכמים". בצאתו התבטא: "הבן אדם היחיד שלא הצלחתי לקנות בכסף זה הראש ישיבה". מרגש... ק/פ


טייטש עס איבער אין אידיש פליז...

נישט אז איך פארשטיי עס נישט בכלל.. נאר איך כאפ נישט פונטקלעך .

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 5:16 pm

· #246946
smart
גימפל
chusid
אגודת ישראל ד'אמעריקע האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה צו ברענגען שלום אין די חרדישע פרטייען און זיי האבן אויסגעוועלט ר' שלמה יודא רעכניץ זאל אראפ פארן צו מאכן שלום, רעכניץ האט געהאט א 2 שעהדיגע מיטינג מיט הרב שטיינמאן און דערנאך האט ער זיך געטראפען מיט אריה דרעי. נישט קלאר וואס ס'איז געבליבן


גדולת חכמי הדור שליטא: רכניץ הציע להגראי"ל 2 מיליון דולר לישיבת 'אורחות תורה' תמורת מכתב להחזרת דרעי וסורב. הגראי"ל פסק "בש"ס מחליטה רק מועצת החכמים". בצאתו התבטא: "הבן אדם היחיד שלא הצלחתי לקנות בכסף זה הראש ישיבה". מרגש... ק/פ


טייטש עס איבער אין אידיש פליז...

נישט אז איך פארשטיי עס נישט בכלל.. נאר איך כאפ נישט פונטקלעך .

שלמה רכניץ האט געאפרט פאר הרב שטיינמאן 2 מיליון דולר פאר זיין ישיבה 'אורחות תורה' אז ער זאל שרייבען א בריוו אז דרעי מוז צוריק קומען הרב שטיינמאן האט נישט געוואלט און געזאגט ביי שס קען נאר די מועצת מחליט זיין ווען רכניץ איז ארויס האט ער געזאגט די איינציגסטע מענטש וואס איך האב נישט מצליח געוועין צו קויפען מיט געלט איז די ראש ישיבה....

גימפל » דאנערשטאג יאנואר 8, 2015 5:26 pm

· #246948
רעכניץ האט אפציעל מציע געווען פאר רב שטיינמאן צוויי מיליאן דולר אז ער זאל געבען א מכתב תמיכה פאר דערי, און רב שטיינמאן האט געזאגט מוחל טובות, איך מיש מיך נישט אריין. האט זיך רעכניץ אויסגעדרוקט; די איינציגעסטע מענטש וואס איך האב נישט געקענט אפקויפען מיט געלט איז די ראש ישיבה רב שטיימאן. @smart איצטער פארשטייסטו?

גיבור » פרייטאג יאנואר 9, 2015 10:52 am

· #247093
האלטנדיג 67 טעג פאר די בחירות, א סקר פון רשת ב' ווייזט אז ש"ס שטארקט זיך צו 7 בענקלעך,
ליכוד-24, עבודה-25, הבית היהודי-16, די ארבישע צוזאמען-11, יש עתיד-9, כולנו-8, יהדות התורה-7, ש"ס-7, ישראל ביתנו-7, מרץ-6.

אין אנדערע נייעס משה כחלון האט שוין געמאלדען 5 מענטשן פין זיין ליסט, ער אליינס, יואב גאלאנט, מייקל אורען די געוועזענע אמבאסאדאר אין אמעריקא, אלי אלאלוף, און יפעת שאשא ביטון,
אין ישראל ביתנו האבן שוין דריי יעצטיגע חברי כנסת געמאלדען אז זיי לויפן נישט נאכאמאל, נאך וואס זיי האבן פארשטאנען אז אביגדור ליבערמאן וועט זיי ממילא אפזאגען כדי צו באסטען זיין פארטיי, די דריי זענען עוזי לאנדוי, דוד רותם, און די שר פאר בטחון פנים יצחק אהרנוביץ.

smart » זונטאג יאנואר 11, 2015 2:29 am

· #247271
כנסת דשורנאליסט ירון אברהם איז חושש אז די איזראעלי דעלאגאציע מארגן אין פאריז נתניהו-בענעט-ליבערמאן-ישי איז די אנהויב פון א נייע קאאליציע..

גיבור » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:53 pm

· #247369
עס איז היינט פארגעקומען כמו פריימעריז אין "תקומה" דאס איז די פארטיי פון אורי אריאל וואס זענען פון די פרומע מתנחלים, עס איז א חלק פון הבית היהודי און לויט די דיל מיט בענעט באקומען זיי די 2 9 15 18 פלעצער פון די ערשטע 20 פלעצער אין הבית היהודי, 110 מענטשען (רבנים און מנהיגים פון זיי) האבן אטייל גענומען אין די החלטה ווער באקומט וועלכע סיט, אורי אריאל איז ארויס מיט נאמבער 1 נאכדעם בצלאל סמוטריץ נאכדעם אורית סטרוק און נאכדעם זבולון כלפה, די ערשטע דריי גייען אריין אין די קומענדיגע כנסת נאכדעם וואס אלע סקרים געבן מינימום 15 סיטס פאר הבית היהודי און זבולון כלפה וואס איז יעצט א חבר כנסת פאלט לכאורה ארויס נאכדעם וואס קיין איין סקר געבט זיי נישט קיין 18 סיטס,

נאכדעם וואס יאיר לפיד האט די פריעדיגע מאל אריינגענומען 2 אוטיופים אין זיין ליסט, שמעון סלומון און פנינה תמנו שטה, און אזוי באקומען די וואוטס פון די אוטיופישע געמיינדע, האט משה כחלון היינט געמאלדען זיין נאמבער 3, א אוטיופישע לעדי (צוויי פייגלעך אין איין שאס) מיטן נאמען צגה מלקו וואס האט אנגעפירט רשת א' פון קול ישראל פאר אפאר יאר, האט מען שוין 6 נעמען פון זיין ליסט, עס איז ערווארטעט זיין פולן ליסט סוף וואך נאך די פריימעריז אין עבודה דינסטאג און די פריימעריז אין הבית היהודי מיטוואך, אזוי זאל ער אויך זיין אויף די העדליינס סוף וואך אין די צייטונגען.

בשבילי! » דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:52 am

· #247671
דרעי קומט צוריק.

גיבור » מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:15 pm

· #247885
שעלי יעחימוביץ האט באקומען די צווייטע פלאץ אין עבודה נאך איר איז די יונגסטע חברת כנסת סתין שפיר 29 יאר אלט, נאך דעם איציק שמולי, עומר בר לב, נאך דעם קומט מירב מיכאלי וואס @אנאנים האט לכבודה געשריבן דאס ארטיקל <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2479">viewtopic.php?f=10&t=2479</a><!-- l -->, די פראסק האט געכאפט איתן כּאבעל וואס האט זיך געשלאגן אנצוקומען צו די צווייטע פלאץ און איז אנגעקומען צו די 10טע פלאץ,
היינט קומט פאר די פריימעריז אין הבית היהודי.

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:02 pm

· #248202
אקעי אסאך נייעס אין די פאליטישע וועלט אין מדינת ישראל נאר קודם וועלן מיר אנהייבן מיט די הייניטגע סקרים,
איך האב שוין געברענגט דא אסאך סקרים במשך די לעצטע פאר וואכן, אבער איך ברענג פון אסאך מקורות און עס איז שווער צו וויסען וועלכע עס איז די אקוארטסטע, איך האלט אין איין ברענגען וועלכע איך טרעף און אסאך מאל איז די דיפרענצען פון איין טאג צום אנדערען נישט ווייל די מצב האט זיך טאקע געטוישט נאר פשוט איין סקר געבט אנדערע ציפערן פון די צווייטע, און די חילוק קען אסאך מאל זייער שטארק אויס מאכן,

אבער היינט האלטנדיג 61 טעג צום בחירות וועל איך ברענגן דריי סקרים ווייל עס געשעהט א אינטרעסאנטע זאך אז דריי גרויסע סקרים געבן מער פאר עבודה ווי ליכוד, איינער אפילו מיט 4 בענקלעך מער,

סקר ערוץ עשר: עבודה-24, ליכוד-20, הבית היהודי-16, יש עתיד-10, כולנו-10, יהדות התורה-7, ש"ס-6, מרץ-6, ישראל ביתנו-5, יחד-4, (די איינציגסטע וואס געבט פאר אלי ישי אריבער צו גיין די אחוז החסימה).
סקר ערוץ שתים: עבודה-25, ליכוד-23, ישראל ביתנו-16, יש עתיד-11, כולנו-8, ישראל ביתנו-7, יהדות התורה-7, ש"ס-7, מרץ-5, יחד-0,
סקר ערוץ הראשון: עבודה-26, ליכוד-25, הבית היהודי-17, כולנו-9, יש עתיד-8, יהדות התורה-7, ש"ס-6, ישראל ביתנו-5, מרץ-5, יחד-0,
די אראבישע פארטייען צוזאמען לויט יעדער 11 אדער 12.

בקיצור די לינקע נעמען איין כח און אויב וועט בוזי טאקע ווערן ראש ממשלה וועט דאס זיין א מהפכה.

אין הבית היהודי איז פארגעקומען פריימעריז, אלע איצטיגע חברי כנסת זענען געבליבן און אפאר נייע זענען אריין, דני דיין וואס איך האב שוין געשריבן וועגן עם איז פארשטיפט געווארן צום 20סטן פלאץ און ער וועט נישט אריינקומען אין די קומענדיגע כנסת.
אין ש"ס ווארט מען צו זעהן די ליסט ווער פון די איצטיגע 11 חברי כנסת וועלן בלייבן און ווער נישט נאך דעם וואס 11 בענקלעך וועלן זיי נישט האבן.
אין יהדות התורה איז כרגע נישט ערווארטעט קייו שינויים.

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:25 pm

· #248219
ווי ערווארטעט אז משה כחלון וועט היינט ארויסגעבן זיין פולן רשימה, האט ער טאקע היינט געמאלדען אלע זיינע קאנדידאטן, נישט אלע גייען טאקע אריינגיין אבער ער האט געמאלדען די 11 ערשטע פלעצער,
1) משה כחלון, 2) יואב גאלאנט, 3) צאגה מאלאקו (פרוי), 4) מייקל אורון, 5) רחל עזריה (פרוי), 6) אלי אלאלוף, 7) יפעת שאשא ביטון (פרוי), 8) אלי כהן, 9) רועי פולקמאן, 10) מירב בן ארי (פרוי), 11) שי באב"ד.
א חלק באקאנטע נעמען און א חלק נישט, א חלק גייען ווערן באקאנט און א חלק נישט,
משה כחלון האט היינט צאמגעהאקט קעגן ביבי, זאגנדיג אז זיי האבן פארלאזט די ריכטיגע ליכוד, און ער איז היינט די ריכטיגע ליכוד.
אביגדור ליבערמאן האט געמאלדן אז מאנטאג קומט ער ארויס מיט זיין ליסט, אסאך נייע פענימער נאך וואס 5 איצטיגע חברי כנסת קומען זיכער נישט צוריק.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:37 pm

· #248223
איך ווייס נאכאלץ נישט וואס כחלון'ס פלאטפארמע איז, פון וועלכע לאגער קומט ער?
איצט זאגט ער אז ער איז די ריכטיגע ליכוד, מיינט דאס אז ער זוכט די רעכטע שטימע?

גיבור » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:33 pm

· #248298
פאר אונז אמעריקאנער איז דא איין נושא אין מדינת ישראל אין דאס איז " פאלעסטינע - בטחון ", אין זייערע שפראך ווערט דאס אנגערופען "תחום המדיני ובטחוני",
אבער לגבי די וואס וואוינען דארט הגם די נושא פארנעמט א חשובע ארט איז דא נאך נושאים ווי צום ביישפיל די עקאנאמישע מצב און דאס גלייכן, ווי זיי רופען דאס "תחום החברתי והכלכלי",
יעצט א ראש ממשלה איז העכער די אלע זאכן און דארף זיך זארגען פאר די אלע זאכן, ממילא צו האבן א שטארקע פארטיי דארף מען האבן איינער וואס האט יארן געדינט אלס שטארקע גענעראל אין מיליטער וואס קען זיין די שר הבטחון, און איינער וואס פארשטייט צו עקאנאמיע וואס קען זיין שר הכלכלה, איינער וואס קען די פינאנץ פראבלעמען אין איז א מומחה פאר די נושא, און איינער וואס איז פשוט באליבט ביים פאלק און וועט זיכער מאכן פאר די געברויכן פונעם פאלק ווי דירות און דאס גלייכן,
יעצט ביבי קען נאר איין זאך דאס הייסט "בטחון", ער איז ביזי נאר מיט דעם אין רעדט א גאנצען טאג נאר פון דעם: ווער וועט אכטונג געבן אויפן כותל? און ווער וועט וואטשען אז אייסיס זאל חלילה נישט אריינקומען אין לאנד? און נאך און נאך אזעלכע סטעיטמענטס, אז ער איז די איינציגסטע וואס קען וואטשען אויפן לאנד, אבער פון אנדערע וויכטיגע זאכן מאכט ער זיך נישט וויסענדיג און זאגט נישט גארנישט,
יעצט דא קומט משה כחלון אריין אין בילד, הגם בטבע איז ער א ליכודניק און מער רעכט, אבער ער איז פארנומען מיט חברתי, ווער עס געדענקט עם ווען ער איז נאך געווען אין ליכוד, די מהפכה וואס ער האט געמאכט מיט די סעלפונס וואס פלעגט זיין אזוי טייער אז נאר עשירים האבן זיך דאס געקענט ערלויבען און ער האט געפייט ביז עס איז געפאלן די פרייזן אז היינט האט יעדער א סעלפון,
ער שרייט יעצט רבותי די וואלען איז נישט רעכט און נישט לינק, איך גיי ארבעטן פאר ענק, דירות, דזשאבס, טייערע עסן, הויכע שטייערן, עדיוקעישן, און נאך און נאך, אלעס וואס די אמאליגע ליכוד האט געזארגט פארן ציבור און די היינטיגע האט עס אינגאנצען אפגעלאזט גיי איך צוריק ברענגען, ממילא סיי רעכט און סיי לינק, ווער עס האלט אז דאס איז וויכטיג זאל וועלן פאר מיר,
לגבי די אנדערע זאכן האט ער נעכטן געזאגט אז ער שטיצט צו טון אלעס וואס קען לייזן די קאנפליקט אפילו צוריק געבן שטחים, אבער עס איז נישט דא פאר וועמען צוריק צו געבו אבו מאזן איז נישט קיין פארטנער פאר שלום,

לסיכום משה כחלון זאגט: אנשטאט וועלן פאר ביבי זאל קעיר נעמען פון איין פראבלעם און פארגעסן פון אלע אנדערע זאכן, וועל פאר מיר און איך וועל קעיר נעמען פון אלע אנדערע זאכן און מיט די איין פראבלעם וועלן מיר נאך קענען טרעפן די ריכטיגע מענטשן זאלן אויפטון כאטש אזויפיל ווי ביבי טוט אויף.

גיבור » זונטאג יאנואר 18, 2015 3:42 pm

· #248705
ווען איך ברענג סקרים, שרייב איך אייביג "די אראבישע פארטייען צוזאמען" פארוואס ? ווייל כרגע איז דא דריי אראבישע פארטייען, 1) בל"ד וואס די יו"ר איז גמאל זחאלקה (יא די פון "אנחנו היה פה לפניכם, ונהיה גם אחריכם) און די צווייטע פון די ליסט איז חנון זועבי ( יא די פון די מארמרה), זיי זענען די עקסטרעמסטע פון די אראבישע פארטייען, 2) רע"ם תע"ל וואס איז צאמגעשטעלט פון צוויי פארטייען (אזוי ווי אגודה-דגל) די יו"ר פון רע"ם איז איברהים צרצור און פון תע"ל איז די באקאנטע אחמד טיבי, 3) חד"ש וואס זענען די קאמאניסטישע פארטיי פון מדינת ישראל, און זיי האבן אפילו א יוד אלס חבר כנסת דב חנין, ליידער א ביטערע לינקע יוד און האט מער סימפאטיע פאר די אראבער ווי די יודען אבער פארט מזרע ישראל. יעצט, איינס פון די גרעסטע חוקים אין די פריעדיגע קאדענציע איז די חוק המשילות, איך גיי נישט דא שרייבן פונקטליך אלעס וואס די חוק האט געטוישט, אבער איינע פון די זאכן איז די אחוז החסימה, אז אויב לעצטע מאל האט מען מיט צוויי בענקלעך געקענט אריינגיין אין כנסת (קדימה האט געהאט נאר 2 בענקלעך) מיז מען יעצט האבן מינימום 4 בענקלעך, דאס הייסט אז אינטער 130,000 וואוטס קומסטו זיכער נישט אריין אין כנסת, (אלי ישי למשל וואלט נישט אזוי געשוויצט ווען נישט די חוק), די מטרה פון דעם איז צו פארמיידען מערערע קליינע פארטייען און ברענגן גרעסערע פארטייען, יעצט היות די חילוקים פון איין אראבישע פארטיי צו די אנדערע איז מער אין אינערליכע פאליטיק (אזוי ווי למשל די חילוק אין פאליטיק צווישן איין חסידישע קהילה מיט די צווייטע) אבער אין כנסת אליין מער פון 97% פון די חוקים האלטן זיי גלייך האט מען גערעדט ביז יעצט אז זיי גייען לויפן אלע אויף איין רשימה (אזוי ווי אגודה מיט דגל) און נישט פארלירן קיין בענקלעך אויב איינער וועט נישט אריבער גיין די אחוז החסימה, למעשה האבן זיי א הארט טיים זיך צו דורך קומען אין אסאך נושאים, ווי אזוי צו טיילען די בענקלעך, ווער קומט פריער פון די אנדערע, און אויך ווער זאל זיין יו"ר נאך וואס די יו"ר פון חד"ש מוחמד ברכה האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, און מען האט אויסגעוועלט א אראבישע לויער פון חיפה איימן עודה אלס די נייע יו"ר פון ח"דש, און אסאך שרייען אז ער איז ניי און קען נישט זיין די יו"ר אויב מען פאראייניגט זיך, אפילו ח"דש איז די גרעסטע פארטיי, אין די מינוטן קומט פאר א אסיפה צווישען אלע פארטייען ווי מען גייט פראבירן צום לעצטע מאל זיך צו דורך קומען, און אויב עס וועט נישט געלונגען וועט לכאורה תע"ל מיט ח"דש לויפען אויף איין טיקעט און ר"עם מיט בל"ד אויף נאך א רשימה, צוזאמען צווי עקסטערע רשימות.

אין מר"ץ קומט מארגען פאר פריימעריז, דאס איז די לעצטע פריימעריז פאר די קומענדיגע בחירות,
יש עתיד האט אריינגענומען אלעזר שטערן פון התנועה, מיט דעם איז מקויים געווארן דעם הלך העורב אצל הזרזיר, אלעזר האט אסאך צרות געמאכט פאר די פרומע די פריעדיגע קאדענציע, און יעצט איז ער אנגעקומען צו זיין ריכטיגע פלאץ, לאמיר האפן אז זיי וועלן כאפן א מיאוסע מפלה.

גיבור » דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:50 am

· #249018
האלטנדיג 56 טעג צו די בחירות, א היינטיגע סקר, עבודה-24, ליכוד-23, הבית היהודי-16, יש עתיד-11, די ארבישע פארטייען צוזאמען-11, כולנו-8, יהדות התורה-7, מרץ-6, ש"ס-5, ישראל ביתנו-5, יחד-4.

עבודה האט ארייינגענומען עמוס ידלין אויף די 11טער פלאץ וואס די יו"ר האט אוועקגעלייגט פאר א איש ביטחוני, אז אויב בוזי וועט אויפשטעלן די קומענדיגע ממשלה זאל ער האבן איינער וואס זאל זיין ראוי צו זיין שר הבטחון,

נאכן איבערציילן אין ליכוד האט ציפי חוטובלי געוואונען אבי דיכטער מיט בערך 90 קולות,

אריה דרעי האט היינט אין א דראמאטישע אינטערוויאו געמאלדן אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו זיצען מיט יאיר לפיד, אפילו ער וועט נישט מבטל זיין די חוק הגיוס, און זיי האבן זיך שוין איבערגעבעטן פריוואט א תקופה צוריק, יאיר לפיד האט באשטעטיגט די ווערטער, יהדות התורה קאכט אקעגן דרעי און זיי זאגן "מהרסיך וממחרביך ממך יצאו",

ציפי לבני האט אריינגענומען אויף די פערטע פלאץ וואס זי באקומט אין עבודה א רעפארטער פאר ערוץ 9 -וואס איז א רוסישע ראדיו- מיטן נאמען קסניה סבטלונה, די סיבה פון דעם איז לכאורה וויבאלד ישראל ביתנו גייט דורך שווערע קאראפשען קלאגעס און זיי האבן בעיקר די רוסישע וואוטס, פראבירט לבני צו שלעפן וואס מער פון זייערע וואוטס דורך אריין נעמען איינער פון זיי.

chusid » מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:00 pm

· #249219
אלי ישי האט היינט פארגעשטעלט איינעם הרב משה האגער- נכד לאדמו"רי וויזניץ אלץ די פערטער אויף זיין ליסטע. ער מאלט אים אראפ אלץ ת"ח עצום . ווער איז דאס?

גיבור » מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:21 pm

· #249233
זשאן בעינער ספיקער פון קאנגרעס, האט איינגעלאדענט ביבי נתניהו צו רעדן אין קאנגרעס אין פעברואר 11, א חודש פאר די בחירות, ביבי האט אנגענומען די איינלאדונג, די לינקע אין מדינת ישראל קאכן און שרייען אז די רעפובליקאנער פראבירן זיך אריינצימישען אין די וואוטס ווייל זיי ווייסען אז יעדע מאל וואס ביבי רעדט אין קאנגרעס אדער יו ען שטייגט זיין פאפועלערקייט, איינער איז אפילו געגאנגען אזוי ווייט און איינגעגעבן א בקשה פאר די וועד לבחירות נישט צו לאזן די מידיע ווייזען זיין דרשה ווייל דאס איז פראפעגאנדע פאר די בחירות און עס איז אסור פון צוויי חדשים פאר די בחירות,
פון די ווייסע הויז איז אויך געקומען רמזים אז דאס וואס די ספיקער האט געטון און געלאדענט ביבי אהן זיך דורך רעדן מיט זיי איז נישט מקובל.

גיבור » מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:33 pm

· #249340
אזוי ווי שוין געשריבן אויבען, איז נעקסטע וואך דאנערשטיק די דעדליין אריינצוגעבן די ליסט פון די פארטייען און די ליסט פון די פלעצער אין די פארטייען פאר די וועד הבחירות, ממילא ביז דעמאלטס מיז יעדער פארטיי פיינעלי באשליסען ווער באקומט וועלכע פלאץ, אין די לעצטע פאר וואכן ברענג איך כסדר אראפ די החלטות, אדער דורך פריימעריז אדער דורך סתם החלטות פון די יו"ר, כמעט יעדער האט שוין געמאלדען זייער פיינעל ליסט חוץ פון יאיר לפיד, און די פרומע, ביי די פרומע איז נישט געווען ערווארטעט קיין טוישונגען, אבער יעצט הער איך אז וויזניץ איז עפעס נישט אזוי צופרידען פון מנחם אליעזר מוזס און זיי ווילען ברענגען א נייע יונגערמאן א עסקן מיטן נאמען יעקב טעסלער וואס איז יעצט א חבר אין די מועצת העיר אשדוד, עניוועי מארגען קומט פאר א אסיפה פון אגודת ישראל ווי מען גייט מחליט זיין די פיינעל ליסט און דעמאלטס וועט מען זעהן צו מוזס בלייבט אדער גייט, פארשטייט זיך אז די החלטה ליגט אין די הענט פון וויזניצער רבי'ן, און אסאך גרויסע דארטען זאגן אז עס וועט נישט זיין אזוי גרינג צו פויעלן ביים רבי'ן צו אפזאגן מוזס'ן נאך וואס ער איז זייער נאנט צום רבי'ן און די רבי האט א גרויסע הכרת הטוב צו עם נאך פון די שווערע צייטן, דאס איז אמאל זיכער אז ליצמאן, פרוש, אייכלער, בלייבן אויף זייערע פלעצער,
(איך האף אז איך וועל נישט חרטה האבן פאר די תגובה און מען וועט נישט פארצימעס'ן די אשכול, וואס זאל איך טון עס איז פארט נייעס פון די בחירות פאליטיק אין מדינת ישראל)
בלאט: 1 2 3 4 5