☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל

סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל

176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7292
בלאט: 1 2 3 4

מרדכי מרדכי » מיטוואך יאנואר 18, 2023 5:16 pm

· #515856
Joseph
די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'
מען קען זיי שטיצן דא און פארדאמען דארט.
אזוי ווי מען האט געטוהן מיט די בריטישע, אין אייראפע האט מען זיי געהאלפן און אין פלשתינה האט מען מלחמה געהאלטן מיט זיי.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 18, 2023 7:54 pm

· #515872
מרדכי מרדכי: נאר ווער זאגט דיר אז קאסאן זענען רודפים אין לינדען. איך האב עטליכע קרובים און גוטע פריינט וועלכע וואוינען אין לינדען. איך האב קיינמאל נישט געהערט א ווארט אפילו ברמז קל אז מ'האט זיי גערדופ'ט. אין נאמען פון רעבי'ן. אדער סתם אזוי. אדרבה. דער קאסאני'ער רבי שליט"א איז א יעדן מקרב. און נעמט א יעדן איד אויף בסבר פנים יפות. יא. דער נוסח התפילה און די אנדערע תקנות לטובת הכלל מוזן איינגעהאלטן ווערן. משום לא תתגודדו. אבער ס'איז נישט דא קיין שום פרעשור אויף די בני הקהילה. משא"כ אין...!

מי ימצא » מיטוואך יאנואר 18, 2023 9:58 pm

· #515879
רבי בערל, איר זאגט זייער ריכטיג.
איך האב אויך גוטע פריינד און קרובים דארטן.
קאסאן איז דארטן צו בויען די פלאץ. מען דארף קענען פונאנדערשיידן, פון א פלאץ וואס זוכט נאר יענעם צו אונטעררייסן, אדער איינער וואס וויל זיך בויען, און זוכט די טובה פון זיין קהילה.

מרדכי מרדכי » מיטוואך יאנואר 25, 2023 10:29 am

· #516222
berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: נאר ווער זאגט דיר אז קאסאן זענען רודפים אין לינדען. איך האב עטליכע קרובים און גוטע פריינט וועלכע וואוינען אין לינדען. איך האב קיינמאל נישט געהערט א ווארט אפילו ברמז קל אז מ'האט זיי גערדופ'ט. אין נאמען פון רעבי'ן. אדער סתם אזוי. אדרבה. דער קאסאני'ער רבי שליט"א איז א יעדן מקרב. און נעמט א יעדן איד אויף בסבר פנים יפות. יא. דער נוסח התפילה און די אנדערע תקנות לטובת הכלל מוזן איינגעהאלטן ווערן. משום לא תתגודדו. אבער ס'איז נישט דא קיין שום פרעשור אויף די בני הקהילה. משא"כ אין...!
איך האב נישט געזאגט אז זיי זענען רודפים אין לינדען, נאר אויב יא זאל מען אזוי טאהן

Joseph » מיטוואך יאנואר 25, 2023 2:39 pm

· #516232
berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: נאר ווער זאגט דיר אז קאסאן זענען רודפים אין לינדען. איך האב עטליכע קרובים און גוטע פריינט וועלכע וואוינען אין לינדען. איך האב קיינמאל נישט געהערט א ווארט אפילו ברמז קל אז מ'האט זיי גערדופ'ט. אין נאמען פון רעבי'ן. אדער סתם אזוי. אדרבה. דער קאסאני'ער רבי שליט"א איז א יעדן מקרב. און נעמט א יעדן איד אויף בסבר פנים יפות. יא. דער נוסח התפילה און די אנדערע תקנות לטובת הכלל מוזן איינגעהאלטן ווערן. משום לא תתגודדו. אבער ס'איז נישט דא קיין שום פרעשור אויף די בני הקהילה. משא"כ אין...!
פאקט: דער קאסאני'ער רבי האט אין די לעצטע 3 יאר צובאקומען עטליכע חסידים, א שיינע צאל מתפללים און גאר אסאך מתנגדים,

פֿאַר דעי מענטשן וואָס קענען די סיבבלינג'ס און האבען געקענט זיין טאטע'ס פּערזענלעכקייט קענען בעסער פֿאַרשטיין פארוואָס עס איז אַזוי ווי עס איז, וד"ל

מתבודד » מיטוואך יאנואר 25, 2023 10:10 pm

· #516259
ר' יאסל דיין אנפאנגן מיט ''פאקט'' און ענדיגן מיט ''וד'ל'' גיט נישט עפעס עקסטרע שטארקייט און לעגיטימאציע פאר דיין תגובה. אין לנו אלא מה שעינינו רואות, יעדן שבת צופרי איז דא א צווייטע מנין אויבן זיין ביהמ''ד, אזאנס וואס רוב אנדערע רבנים וואלטן - אדער האבן - מבטל געווען להשמיד ולהרוג. ער איז עס מחזק, איין דוגמא.
פאר דעם איד קימערט נישט קיין סאך וואס אנדערע טוען, ס''ה זוכט ער א טובה טון פאר די מענטשהייט.

אדרבה אז די ווייסט אנדערש קום אריין קלאר. אן קיין פאקט'ס און ודל'ס.
וק''ל.

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 8, 2023 3:18 pm

· #516744
📎 Screenshot_20230208-151651_Twitter.jpg
📎 Screenshot_20230208-151700_Twitter.jpg

yn.NY » זונטאג פעברואר 12, 2023 3:55 pm

· #516908
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
📎 345246252.png

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:54 pm

· #516971
yn.NY
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
געטון וואס?

ליימדארפער » מאנטאג פעברואר 13, 2023 8:49 pm

· #516995
שמעון וואלף
yn.NY
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
געטון וואס?
ער מיינט מסתמא ווער ס'האט געשריבן דעם צעטל וועגן קול הציבור.
דאס קוקט אויס ווי א בחור'ל, און די געגענד איז סקווער? ס'קוקט אויס ווי א קאנטרי געגענד

yn.NY » מאנטאג פעברואר 13, 2023 9:12 pm

· #516996
ליימדארפער
שמעון וואלף
yn.NY
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
געטון וואס?
ער מיינט מסתמא ווער ס'האט געשריבן דעם צעטל וועגן קול הציבור.
דאס קוקט אויס ווי א בחור'ל, און די געגענד איז סקווער? ס'קוקט אויס ווי א קאנטרי געגענד
סאיז אינדערויסן פון סקווער

קידוש » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 1:10 am

· #517092
yn.NY
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
נעבעך, דער איז א צובראכענע נשמה, לויט ווי איך פארשטיי וואוינט ער אפילו נישט אין שיכון סקווירא

פרנס החודש » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:37 am

· #517098
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
קידוש
yn.NY
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
נעבעך, דער איז א צובראכענע נשמה, לויט ווי איך פארשטיי וואוינט ער אפילו נישט אין שיכון סקווירא
די פראגע איז ווער עס צאלט עם.

קלוגע יודל » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 6:00 pm

· #517128
פרנס החודש
קידוש
yn.NY
א פיקטשער פון דער וואס האט עס געטין
נעבעך, דער איז א צובראכענע נשמה, לויט ווי איך פארשטיי וואוינט ער אפילו נישט אין שיכון סקווירא
די פראגע איז ווער עס צאלט עם.
מן הסתם די בראקער, ער האט געווילט א גוטע עדווערטייזמענט 😂

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:16 am

· #517162
אויף אייוועלט האב איך געזעהן אז סקווירא בויעט א שטעטל אין סוואן לעיק. די שטעטל געפינט זיך הארט לעבן מחנה דברי יואל און אנדערע חסידישע קאנטריס.

וואס איז די חשבון דארט? האט דער רבי געוואלט מ'זאל וואוינען ווי מצורעים נאר אין ספריג וואלי, אבער אין אנדערע פלעצער מעגן אנדערע אידן וואוינען אין די מייל??

קרעטשמער » מיטוואך מאי 17, 2023 7:56 pm

· #525046
[attachment=0]97F782E6-50DB-4A02-AB0F-3DB6D6022F7C.jpeg[/attachment]
📎 97F782E6-50DB-4A02-AB0F-3DB6D6022F7C.jpeg

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 17, 2023 8:51 pm

· #525055
קרעטשמער
📎 97F782E6-50DB-4A02-AB0F-3DB6D6022F7C.jpeg97F782E6-50DB-4A02-AB0F-3DB6D6022F7C.jpeg
קען איך קוים ווארטן פאר די לעצטע שורה.

מכסה לשפנים » דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:51 pm

· #525175
ביז היינט האביך געמיינט אז ס'ארבעט זיך נישט אויס פאר סקווער.

שרייבען » זונטאג מאי 28, 2023 1:31 pm

· #526211
קרעטשמער
📎 97F782E6-50DB-4A02-AB0F-3DB6D6022F7C.jpeg97F782E6-50DB-4A02-AB0F-3DB6D6022F7C.jpeg
זיי האבן זיך געלערנט פין זייערע שכנים צי גיין מיט טעראר

Samkoton » דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:43 am

· #529363
די נאכט האבן סקווערע טעראריסטן אויסגעשטאכן די רעדער פון א חשוב'ע כולל יונגערמאן. זיין חטא: ער וואוינט אין די א''ג מייל פון סקווירא.
מען האט ב''ה א פלעיט נומבער און די פאליציי איז אויפן קעיס.

דער עסער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:25 am

· #529371
Samkoton
די נאכט האבן סקווערע טעראריסטן אויסגעשטאכן די רעדער פון א חשוב'ע כולל יונגערמאן. זיין חטא: ער וואוינט אין די א''ג מייל פון סקווירא.
מען האט ב''ה א פלעיט נומבער און די פאליציי איז אויפן קעיס.
קום אריין מיט דיטעילס

היכי דמי » מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:50 pm

· #547512
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
לעצטענס געווען עטליכע קרימינאלע אינצידענטן אין די מייל, א טייל ביי הייזער וואס ווערט ארויסגעדינגן פאר היספאנשע דורך סקווירא.

היינט אינדערפרי א שיסעריי אטאקע.

https://rocklanddaily.com/news/update-police-on-the-lookout-for-killer-in-hillcrest-after-fatal-shooting-of-woman

שווארצע אדיסי » מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:50 pm

· #547537
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
וואס האט עס מיט סקווירא? די אידן וואס האבן טענענטס בגלילות ווילי זענען שולדיג אויף די ווייעלענס דארטן?

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:53 pm

· #547539
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
שווארצע אדיסי #
וואס האט עס מיט סקווירא? די אידן וואס האבן טענענטס בגלילות ווילי זענען שולדיג אויף די ווייעלענס דארטן?
ווייל סקווירא לייגט דוקא אריין נידריגע עלעמענטן אלץ טענעטס כדי דער עולם זאל נישט קויפן קיין הייזער דארט

שווארצע אדיסי » מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:14 pm

· #547543
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
גערעכט.

קאווע איד » מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:14 pm

· #547544
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
שווארצע אדיסי #
וואס האט עס מיט סקווירא? די אידן וואס האבן טענענטס בגלילות ווילי זענען שולדיג אויף די ווייעלענס דארטן?
ווען זיי קענען ווען פארדינגען פאר אידען און זיי פארדינגען פאר גוים,
זענען זיי זיכער יא שולדיג
בלאט: 1 2 3 4