☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל

סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל

176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7292
בלאט: 1 2 3 4

חיים יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:58 am

· #418806
#משוגעת

Samkoton » מאנטאג אפריל 19, 2021 12:23 am

· #470594
איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.

ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.

פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.

עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.

(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)

ליב צו וויסן » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:57 am

· #470605
Samkoton

ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?

מרדכי מרדכי » מאנטאג אפריל 19, 2021 1:11 pm

· #470649
אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח

מה בכך » מאנטאג אפריל 19, 2021 1:34 pm

· #470655
מרדכי מרדכי
אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח

זיי קויפן לרחצה

קרעטשמער » מאנטאג אפריל 19, 2021 5:17 pm

· #470687
ליב צו וויסן
Samkoton
איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.

ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.

פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.

עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.

(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)

ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?

היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת

מה בכך » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:22 pm

· #470704
קרעטשמער

די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט

איתן » מאנטאג אפריל 19, 2021 7:37 pm

· #470715
א-שופר-איז-א-שופר
ציבעלע-קיגל
עס איז נישט גענוג. איך האלט אז מען זאל נישט טארען קויפן קיין הייזער 20 אדער 30 מייל פון סקווער. איך וואלט נישט געוואוינט 50 מייל פון סקווירא אפי' אויב מען גיבט מיר א הויז פאר בחינם.

איך אויך נישט

איך אויך נישט

Samkoton » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:00 am

· #470792
מה בכך
קרעטשמער
ליב צו וויסן
Samkoton
איך ליין מיר אזוי דורך דעם אשכול און עס קומט מיר צו לאכן.
די קאסאנער פון היללקרעסט האט אנגעהויבן מיט איין מענטש פאר עטליכע יאר צוריק. יעדער האט געזאגט אז ער וועט חרטה האבן פארן זיך אנהייבן מיט סקווירא און פון זיין געגנט וועט גארנישט בלייבן.

ער האט שוין היינט 40 משפחות און עס וואקסט בלי מצרים. זיין ביהמ''ד האט ער שוין צוגעבויעט און עס איז נאך אלץ צושטופט.

פון די גאנצע סקווירא "מייל" איז געבליבן בלויז עטליכע גאסן ווי זיי האלטן אהן זיייער טעראר און אויף די איבעריגע האבן זיי שוין לאנג אויפגעגבן. סיי פון די היללקרעסט זייט און סיי פון די ניו העמפסטעד זייט. ביי ביידע געגנטער מופן אריין חסידישע משפחות מדי שבוע און די סקווירע זיצן און קענען גארנישט טוען.

עס דערמאנט פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי די רוסן אין די אליאירטע זענען געקומען פון ביידע זייטן און גע'טרעפ'ט די שלעכטע עלעמענטן.

(נו, מנשה, נעם דאס ווארט)

ווי איז די נענסטע צו סקווער ווי אידן וואוינען שוין?

היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת

די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט

אזוי האט מען דיר געפראגרעמט און די גלייבסט עס באמונה שלמה.

די פאקט איז אז עס וואוינען דארט א שיינע פאר מנינים ליטווישע משפחות, און א מנין חסידישע משפחות. איך קען עטליכע פערזענלעך.

אפשר זענען זיי לשיטתך נישט קיין 'אידישע' משפחות.....

Samkoton » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:04 am

· #470793
מה בכך
מרדכי מרדכי
אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח

זיי קויפן לרחצה

זיי קויפן שוין לאנג נישט. ביי ראטטענבערגס געגנט זיכער נישט. אפשר אינסייד עקערסאן ווי קיינער וויל סייווי נישט וואוינען. (דארט ווי די סקווירע קאפלס שפאצירן איש ואשתו רח''ל)
די מארקעט איז אזוי טייט אז עס לוינט ניטאמאל צו אינוועסטן.

מה בכך » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:30 am

· #470797
Samkoton
מה בכך
מרדכי מרדכי
אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח

זיי קויפן לרחצה

זיי קויפן שוין לאנג נישט. ביי ראטטענבערגס געגנט זיכער נישט. אפשר אינסייד עקערסאן ווי קיינער וויל סייווי נישט וואוינען. (דארט ווי די סקווירע קאפלס שפאצירן איש ואשתו רח''ל)
די מארקעט איז אזוי טייט אז עס לוינט ניטאמאל צו אינוועסטן.

פאקטן ברודער ... מקויפט און אלע געגענטער...ביודעי ומכירא קאמינא

בת קול » דינסטאג אפריל 20, 2021 9:28 am

· #470802
Samkoton
מה בכך
מרדכי מרדכי
אויב סקווער וויל נישט מען זאל קויפן אין די מייל ראדיוס פון ווי זיי געפונען זיך קענען זיי אפקויפן די גאנצע שטח

זיי קויפן לרחצה

זיי קויפן שוין לאנג נישט. ביי ראטטענבערגס געגנט זיכער נישט. אפשר אינסייד עקערסאן ווי קיינער וויל סייווי נישט וואוינען. (דארט ווי די סקווירע קאפלס שפאצירן איש ואשתו רח''ל)
די מארקעט איז אזוי טייט אז עס לוינט ניטאמאל צו אינוועסטן.

אן אינטערעסאנטע פאקט-
די הייזער אינעם מייל זענען צווישן 450-550, און די הייזער אינדרויסן פון מייל זענען 650-700.

קרעטשמער » דינסטאג אפריל 20, 2021 10:59 am

· #470811
מה בכך
קרעטשמער
היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת

די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, אויף די געסעלעך די אנדערע זייט רוט 45 וואוינט מען פיין, עס איז דא דארט א מנין געהעריג שבת. די אידן וואס וואוינען די אנדערע זייט ניו העמפסטעד אפשר דאווענען אין פרידוואלד.

מה בכך » דינסטאג אפריל 20, 2021 12:37 pm

· #470823

היינט דארפסטו נאר אריבערגיין די אנדערע זייט פון רוט 45 קעגן שטעטל און עס וואוינען דארט עטליכע אידישע משפחות, און עס איז דא א מנין דארט יעדע שבת

די מנין איז פון פריוואלד האום, און בייידעוועי סוואוינען נישט קיין אידישע משפחות דארט

אזוי האט מען דיר געפראגרעמט און די גלייבסט עס באמונה שלמה.

די פאקט איז אז עס וואוינען דארט א שיינע פאר מנינים ליטווישע משפחות, און א מנין חסידישע משפחות. איך קען עטליכע פערזענלעך.

אפשר זענען זיי לשיטתך נישט קיין 'אידישע' משפחות.....

סליחה, טעיתי.
( דארפסט נישט אריינגיין און היציגע רעטאריק איך האב געמייינט אז ס'וואוינען נישט, און יעצט האבעך עס נאכאמאל נאכגעטשעקט און איך האב געזעהן אז סוואוינען יא....האב איך צוריקגעצויגן. זהו.

הרב שיף » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:34 pm

· #470838
ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר זיך זעצען לערנען א שטיקעלע הלכה אין תורה, צו זע׳ען וואס דער אויבישטער, וואס האט אונז אלע באשאפען און באפוילען, און דאס נעמט אריין הרב יעקב יוסף פון סקווער אויך, וויל פון אונז.

זאגט דער מחבר אין שו"ע (חו"מ סימן קע"ה סעי׳ מ"ב - מ"ג) המוכר לעובד כוכבים או שוכר לו, היו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שהמוכר לעכו"ם או שוכר לו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שיבא מהעכו"ם עד שינהוג העכו"ם עם בן המצר שלו בדיני ישראל בכל ואם אנסו בדבר שלא כדין ישראל משלם המוכר.
א מענטש וואס פארקויפט, אדער פארדינגט פאר א גוי לעבען די פארמעגען פון א איד, האט מען איהם געלייגט אין ח ביז ער נעמט זיך אונטער אפצוצאלען אלע שאדענס וואס דער איד וועט האבען פון די גוי, לויט די אידישע געזעץ.

זאגט דער מחבר ווייטער, במ"ד אמורים כשיכול למוכרה או לשוכרה לישראל בדמים שנותן העכו"ם אבל אינו חייב למוכרה לישראל בפחות ואי חזינן שהעכו"ם מכוין לקנות במצר ישראל כדי להשחית נחלתו הכל לפי ראות הדיין:
ווען איז דאס ריכטיג? ווען ער קען עס פארקויפען צו פארדינגען פאר א איד פאר די געלט וואס דער גוי גיבט. ער מוז אבער נישט פארקויפען צו א איס פאר ווייניגער געלט. ווען אבער דער גוי מיינט מיט זיין צוצאלען געלט צו פארדארבען דער ארבטייל פון א איד, דורך קויפען לעבען דער איד (ווארשיינדליך ווייל דער גוי וויל שפעטער אפקויפען פון דער בן המצר פאר באלב געלט), גילט די אויסנאם נאר לויט די בליק פון די דיינים.

היוצא לנו מכל זה, איז אז חז"ל האבען געזארגט אז מ׳זאל נישט לייגען גוים לעבען אידען, נאר מ׳דארף קיין געלט נישט דערלייגען דערפאר. מ׳מעג אבער נישט ארויס העלפען דער גוי צו צושטערען די איד׳ס גיט.

לאמיר דא צונעמען די מציאות. די סקווערער ווילען טוהן וואס זיי האלטען איז דער רצון פון זייער רבינ׳ס טאטע׳ן. דאס איז נישט קיין מצוה, און ניטאמאל אן ענין אין תורה צו טוהן אזא רצון, כאטשיג ווען ער האט עס זייער שטארק געוואלט. דאס איז א געפיהל וואס זיי האבען, און זיי זאגען גאר אז אסאך פון זייער רוחניות׳דיגע מדרגות קומט פון די געפיהל. שוין, אז זיי ווילען עפעס טוהן, ווער וויל זיי אפזאגען?

אבער אין די זאכען דארף מען קודם קאנסאלטען מיט די תורה. געפיהלען זענען פיין און וואויל, אבער תורה איז עטוואס וויכטיגער. מ׳גייט צו די געגענט ווי אידען האבען לעצטענס איינגעקויפט מיט זייער אייגענע פארדינטע געלט, און דארט וואוינען זיי, און מ׳קויפט אפ הייזער, און מ׳פארדינגט זיי צו גוים. דאס איז די ערשטע שאלה, וואס איז די היתר צו גייען פארדינגען צו א גוי לעבען א איד? אבער דא איז די פראבלעם נאך מער. דיין גאנצע כוונה איז להשחית נחלתו פון א איד. פאר דעם האסטו גאר געמוזט דערלייגען געלט אויף נישט צו פארדינגען פאר א גוי. און דא קומט מען מיט טענות אויף יענעם?!

געוואלד! א סעיף אין שו"ע! און דאס אלס אין דער נאמען פון דער סקווערער רבי זצ"ל! מ׳צאפט זיין בלוט מיט דעם אז מ׳נוצט זיין נאמען צו פארלעצען די הייליגע תורה!

ביטע איבערגעבען פאר אלע סקווערער חסידים וואס איהר קענט, כדי זיי זאלען זיך צוריק ציען. איך בין דן לכף זכות אז זיי וועיסען נישט דערפון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די פסק הלכה (צו ממעג שרייבען אזוינס ווייס איך נישט) איז דאך ארויס פון בי"ד, מדארף אנפרעגן וואס מ'טוט מיט דעם סיעף. אפשר האט אליהו עפעס מגלה געווען.

Joseph » דינסטאג אפריל 20, 2021 4:30 pm

· #470866
איך קען די רוטנבערג'ס פון לינדען זיי זענען זיך ווערט דאס געלט
וויאזוי האט יענער געזאגט?
זאלען זיי ביידע די קאסענער מיט די סקווערער זיך גיט שלאגען איינער דעם אנדערען אין זאלען זיי ביידע מצליח זיין

קרעטשמער » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:18 pm

· #483602
איך זעה אז קאסאן הילקרעסט גרייט זיך אויף א קאמפיין, אין א אנדער אשכל האט איינער געברענגט פון די בלאט א ארטיקל.

איז ער מצליח? איינער ווייסט וויפיל מענטשן וואוינען דארט

בעל דרשן » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:02 am

· #483627
ער איז שטארק מצליח ברוך השם זיי גייען אויף בויען א גרויסע בית המדרש
📎 IMG_20211020_133910_584.jpg

בעל דרשן » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:08 am

· #483630
הילקרעסט – א הערליכע חסידי'שע ישוב אין שכינות פון מאנסי נ.י., שטיל און באשיידן, וואו צענדליגע חסידישע משפחות אריינגערעכנט מערערע בני תורה און כלי קודש האבן געטראפן אלס דער איינציגסטער געגענט ארום מאנסי וואו זיי קענען עפארדן צו קויפן א הויז און בויען זייער בית נאמן בישראל.

מסירות נפש ממש האט זיך פארלאנגט פון די נחשונים, צו קענען דורכברעכן דעם נייעם געגענט! אן א שיעור שווייס, מיה און פלאג איז שוין אינוועסטירט געווארן אין דעם הייליגן געגנט כדי עס צו פארוואנדלען אין א הערליכן חסידישן ישוב.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט בערך פינף יאר צוריק ווען כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א האט זיך דארטן אריין געצויגן אין א מדבר שממה - אן ארץ לא זרועה, דער ערשטער און איינציגסטער איד! און גע'עפנט א בית המדרש'ל און א מקוה טהרה.

ער האט געהאט איין איינציגן מטרה, אוועקצושטעלן א הערליכן חסידישער געגנט, וואו פשוט'ע חסידישע יונגעלייט און כלי קודש וועלכע זענען נישט קיין פארמעגליכע אידן, זאלן זיך קענען ערלויבן צו קויפן א הויז, און אויפצוען זייער הויזגעזונט בדרך התורה הק', און באשיידענעם חסידישן געגענט.

מיט א געוואלדיגע מסירות נפש און אמונה בה' האט ער אויפגעשטעלט א בית מדרש'ל מיט א מקוה טהרה, צוערשט טאקע גאר פראוויזאריש, אבער כאטשיג זאל זיין די וויכטיגסטע איינריכטונגען אז א חסידישער איד זאל זיך דארט קענען אהין צוען.

לאנגע חדשים האט געדויערט ביז די צווייטער משפחה האט זיך דארטן אריינגעצויגן, און א האלב יאר האט געדויערט ביזן דריטן, און כמעט א יאר ביזן פערטן, אא"וו, איבער א יאר און א האלב האט גענומען ביז עס האבן דארטן געוואוינט א מנין חסידישע אידן.

הודו לה' כי טוב, מ'האלט שוין מיט פינף יאר שפעטער, און עס וואוינען שוין בחסדי ה' אין הילקרעסט אן ערך פון 50 משפחות, איבער 350 נפשות, אבער די איינריכטונגען זענען נאך געבליבן די זעלבע, דעם זעלבן קליינעם ביהמ"ד, דעם זעלבן אומ-פארענדיגטן מקוה.

אבער יעצט איז שוין געקומען צו א מצב פון כלו כל הקיצין! מען קען זיך שוין נישט רירן אין ביהמ"ד, אויך די מקוה קען שוין אויך נישט אקאמאדירן דעם געוואלדיגן וואוקס. קינדער אונטער בר מצוה, האבן שוין בכלל נישט קיין פלאץ אין ביהמ"ד. די ריינע תפלות פון די תשב"ר וועלכע שפאלטן הימלען, ווערן ליידער פארשפילט...

טייערע אידן! כדי צו קענען אוועקשטעלן דעם שטאט בשלימות, מוז דרינגענד אויפגעשטעלט ווערן א גרויסארטיגן ביהמ"ד לתורה ולתפלה, און א רחבות'דיגע מקוה פאר די תושבי השכונה.

ב"ה מען האט שוין אנגעהויבן די הייליגע עבודת המשכן, די הייליגע יסודות פונעם נייעם בנין שטייען שוין, יעצט דארפן מיר צוקומען צו די הילף פון כלל ישראל, צו פארענדיגן דעם הייליגן בנין, וועלכע וועט פארגענצליכן דעם געגנט, אלס אן עיר הצדק וקריה נאמנה לה' ולתורתו.

עס איז גאר א זעלטענע ערשיינונג אז א פשוט'ע מענטש זאל קענען נעמען א חלק אין אויפשטעלן א שטאט פאר אידישע קינדער, בויען א נייע אידישע שטאט איז א היסטארישע געשעעניש.

יעצט קענט איר האבן א חלק אין היסטאריע, דורך זיך משתתף זיין אין דעם היסטארישן קאמפיין, און איינגעקריצט ווערן לזכרון עולם אלס איינער פון די בוני העיר הילקרעסט!

גיבט יעצט אפ אייער ברייטהארציגע נדבה, ובזכות זה זאלט איר זוכה זיין בקרוב ממש, צום בנין בית הבחירה ווען מיר וועלן זיך אלע צוזאמען אומקערן צו אונזער אייביגן שטאט ירושלים עיה"ק בב"א.

בעל דרשן » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:09 am

· #483631
<a class="postlink" href="https://www.kosonhillcrest.org/">https://www.kosonhillcrest.org/</a>

ישי שטיינמעץ » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 3:31 am

· #483831
מ'וואלט געברויכט קויפען הייזער אין סקווער און ער פארדינגען פאר שיקסעס, אפשער אזוי וועלען זיך די טווערסקי רשעים אויסלערנען,
מ'ברויך זיי געבען פון זייער אייגענע מעדיצין, וואס זיי טוען פאר אנדערע ברויך מען טוהן פאר זיי,

ר' דוד טווערסקי פארשטייט איין שפראך, "כוח", דאס ניצט ער קעגען אנדערע וואס ער מיינט אז ער איז שטארקער, און דאס רעסקפעקט ער ביי אנדערע וואס ער טראכט אז זיי זענען שטארקער פון אים,

די תורה האט נישט קיין שום ווארט ביי די טווערסקי קריים פעמילי, זיי ניצען עס נאר אלץ א קרדום לחפור בה, אלץ א מיטל צו מנופילירען אנדערע,

די זעלבע זאך דאס וואס זיי פארקויפען בשם "די טאטע" איז אויך שקר, דודקע טווערסקי טוט אסאך זאכען אנדרעש פון וואס זיין טאטע האט געוואלט, ווי ס'קומט עים אויס גוט ניצט ער די "טאטע" וואפען, און האפט אז מענטשען וועלען עס קויפען, (נישט אז ס'מאכט עפעס אויס טאמער זיין טאטע האט באמת אזוי געוואלט.... ער איז נישט בעל הבית אויף ראקלענד קאנטי.. במחילת כבודו....)

לדעתי איז ר' דוד טווערסקי נישט אינגאנצען געזונט בנפש, ווייל ווען יא איז נישט פארשטענליך זיין התנהגות, אין זיין הונגער פאר מאכט, און זיין תאוה צו מניפולירען אנדערע מענטשען,

דאס יהדות החרדית מיז זיך באפרייען פון דעי סארט קאנטראל פריעקס וואס שפילען אפגאט,

ישי שטיינמעץ » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 3:50 am

· #483832
למעשה איז אפשער גוט אז די טווערסקי טעראריסטען פרובירען אנשרעקען מענטשען נישט צו קויפען אין יענע געגענט, ווייל דאס האלט די פרייזען נידריג פאר ווער עס וויל יא קויפען !

ס'איז א בחינה וואס יוסף הצדיק האט געזאגט "אתם חשבתם עלי לרעה וה' חשבה לטובה" די טווערסקי בנדיטען מיינען טאקע שלעכט, אבער צום סוף קומט ארויס פון דעם א גוטע זאך אז ווער ס'וויל יא קויפען קען עס באקומען פאר א בעסערע פרייז,

למעשה וועט זיי גארנישט העלפען !
דודקע טווערסקי קען האקען און טיש וויפעל ער וויל, (אזוי ווי ער פירט זיך צו טוהן ווער ער ברענט פאר כעס) דער באשעפער וויל אנדרעש !

בכלל איז סקווער א שטעטל וואס האט נישט קיין זכות קיום, ווער ס'ווייסט ווייסט אז ס'האט זיך געבויעט אויף אידיש בלוט, און די טאג טעגליכע ווירטשאפט דארט איז צו פארגיסען יענעם'ס בלוט,

די טווערסקי קריים פעמילי מיז אונטערגיין, און די סקווערע תינוקות שנשבו מיזען באפרייט ווערען פון די יאך פון די טרייפענע טווערסקי עבודה זרא, ס'נעבעך אזא רחמנות צו קוקען אויף די פענימער אין דעי עיר הנידחת, זיי פארשטייען אפילו נישט וואס ווערט געטאהן צו זיי, ס'איז קריימס עגענסט יומעניטי,

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:32 am

· #483836
ישי שטיינמעטץ: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק (ווייל איך בין מסכים מיט א סאך וואס דו זאגסט) אבער דיין תגובה איז א ביסל צו שארף. די טוערסקי קריים פעמילי (כדבריך) עקזיסטירט נישט. מ'שיסט נישט קיינעם (אדערווייל) אין שעטעטעלע. נאר די רעבע זז"ג איז א ביסל נאריש (במחכת"ה) ווען ער מיינט אז דער עולם כאפט נישט זיינע שטיק. ער קען טויזנט מאל שרייען אז ער וועיסט נישט.אויך ווען ער האקט אין טיש לייגט ער ארויף די האנטוך פאר דעים. כדי די עידעלע הענטעלעך זאללן נישט (ח"ו) שפירן קיין צער.

Joseph » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:42 am

· #483847
די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'

היכי דמי » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:32 pm

· #483855
סתם פאר אינטערסאנקייט, קאסאן איז נישט די איינציגסטע שול אין די מייל, און בכלל נישט די נענסטער צו סקווירא.

און אויב קוקט מען אין עיר מייל, וואס אזוי קוקן זיי דארט איז דא א געהעריגע ליטווישע קהילה וואס שטייט שוין איבער 20 יאר אין די ניו העמפסטעד געגענט וואס איז אסאך נענטער צו סקווירא ווי קאסאן.

קרעטשמער » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:48 pm

· #483860
קודם זייער מערכה איז אקוראט פון אלע 4 זייטן, און דאכט זיך מער אז זיי זענען פיין מצליח.

די געגענט וואקסט זייער שטייט און סקווירא קויפט אסאך הייזער פאר זיי

Samkoton » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:35 pm

· #483864
קרעטשמער
קודם זייער מערכה איז אקוראט פון אלע 4 זייטן, און דאכט זיך מער אז זיי זענען פיין מצליח.

די געגענט וואקסט זייער שטייט און סקווירא קויפט אסאך הייזער פאר זיי

זיי זענען אפשר מצליח צו אנשטאפן דיין קעפל מיט זייער פראפאגאנדע.
זייער גאנצע effort פון מיליאנען דאללער ווערט פון אפקויפן הייזער איז א פלאפ. מען וואוינט פון אלע פיר זייטן ב''ה.

אין סקווירא רעדט מען איין די עולם...... איך ווייס דערפון.

בעל דרשן » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:38 pm

· #483879
סאיז א ביטערע פראסק פאר סקווירא דאס איז א מלחמה וואס קאסאן א קליינע קהילה איז ארויס א געווינער און הילקריסט איז היינט א חסידישע געגענט ווי צענדליגע חסידישע אידן וואוינען דארט אלעס א דאנק די מסירת נפש פון די קאסענע רבי שליט"א

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 10:43 pm

· #483887
ווייל מ'פרעגט נישט און מ'רעכנט זיך נישט מיט די סקווערע טעראר. זיי (די בהמות) כאפן נישט אז זייער שליטה ענדיגט זיך ביים עק פון שטעטל. דארט וואו רט. 45 הייבט זיך אן...!

והדבר ידוע. אז עטליכע (קלוגע) יונגעלייט וועלכע האבן געוואלט גיין צו אנ'אנדער רבי. אזוי ווי רחמיסטריווקא רבי שליט"א. ה' יאריך ימיו ושנותיו. האבן זיך ..."ארויסגעכאפט"...פון די קאמוניסטישע מדינה. זיי האבן געפארקט דעם קאר אינדרויסן פון שטעטל. און געפארן אויף א שבת צו זייערע רבי'ס...!

זיי האבן טאקע באלד באקומען זייער עונש אויך. דעם רעבינ'ס כלבים האבן זיך אנגעריקט מאסנווייז צו זייער הויז דעם קומענדיגן שבת. זיי האבן געזאגט אז זיי זענען געקומען מבקר חולה זיין. אויב מ'קומט נישט צו די העיליגע רעבע'ס טיש איז מען דאך קראנק (אפשר מענטללי).קומט מען באזוכן...!

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:16 am

· #483891
Joseph
די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'

הא?

שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:37 am

· #483893
שמעקעדיג
Joseph
די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'

הא?

קוקט מיר אויס ווי עפעס קאסאן קאסאן לגזירה שוה. אדערווייז פארשטיי איך נישט פארוואס קאסאן הילקרעסט איז אחראי אויף די מעשים פון קאסאן לינדען (טאמער ס'איז בכלל אמת).

היכי דמי » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 4:50 pm

· #483929
אז עס באדערט פאר סקווירא אז מען וואוינט אין די מייל פארשטיי איך (נישט) פונקט ווי אלע פאלטישע מחלוקת'ן ביי אנדערע הויפן.

וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ איז די קאנטראל וואס זיי פרובירן צו האבן אויף די גאנצע וועלט און לייגן סאנקציעס אויף יעדן איינעם, אלע אויסגאבעס און צייטונגען דארפן איצט זיין אונטערטעניגט אונטער סקווירא און זיי קאנטראלירן וואס דו מעגסט יא לייגן און וואס נישט, מיט וועם דו מעגסט נעמען ביזנעס און פון וועם נישט

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:35 pm

· #483953
היכי דמי: און פארוואס א מאוקאש, וועווערקע הייסט א סקווירל פארשטייסטו יא...?!

Hadasim » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:23 am

· #486447
די חסידות'ן וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים דורך קאנטראל מעטאדן, האבן שטארק מורא ווען עס קומען אויף נייע options ווייל דעמאלס פארלירן זיי די קאנטראל. היינו טעמא דסקווירא היינו טעמא דגור.

פאליטיקאנט » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:45 am

· #486448
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
די זעלבע מיט די וואס זענען מטיל אימה לשם שמים...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:58 pm

· #486572
פאליטיקאנט: ווייז מיר וועלכע. ס'נישט דא. זיי זאגן נאר אז זיי זענען מטיל אימה לשם שמים...!

yn.NY » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:13 pm

· #486576
היכי דמי
סתם פאר אינטערסאנקייט, קאסאן איז נישט די איינציגסטע שול אין די מייל, און בכלל נישט די נענסטער צו סקווירא.

און אויב קוקט מען אין עיר מייל, וואס אזוי קוקן זיי דארט איז דא א געהעריגע ליטווישע קהילה וואס שטייט שוין איבער 20 יאר אין די ניו העמפסטעד געגענט וואס איז אסאך נענטער צו סקווירא ווי קאסאן.

ס'גייט פאר סקווירא אסאך מער אן די "חסידישע" וועלכע וואוינען אינעם מייל, ווי די ליטווישע.

די סיבה איז זעיער פשוט: ווייל פון די ליטווישע [גוים] גייט מען זיך ממילה נישט אפלערנען, ווייל "אונז זעמיר דאך אסאך העכער און חשוב'ר פון זיי, אונזעמער העיליגע חסידים"!
משא"כ ווען חסידישע אידן וואוינען אין געגענט, און זיי זענען ליידער נישט אויף די הויכע ניווא פון אמונת צדיקים, דעמאלטס קען עס ליידער שאטן פאר די אמונה.

וכידוע ליודעי חן!

Hadasim » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:41 am

· #486833
yn.NY

כפי שהסברתי לעיל, האט די געשעפט צו טוהן נאר מיט קאנטראל, וועגן דעם זענען די ליטווישע נישט אזא סטראשע.

לכבוד שבת קודש » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:23 pm

· #486858
וואס הייסט, אויב ר' אלי' בער וואכפויגל וועט קומען און עפענען זיין ישיבה אין די מייל, וועט סקווירא גארנישט טון פאר דעם, ס'וועט אים נישט באדערן?

Hadasim » מוצ"ש דעצעמבער 4, 2021 8:35 pm

· #487287
און די הייזער וואס ווערט אפגעקויפט דורך סקווירא און זייער שלוחים, שטעלן זיי אריין דייקא נישט קיין יודן, פון די סארט וואס שטערט גאהר שטארק פאר אידישע שכנים.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 2:36 am

· #487309
Hadasim
און די הייזער וואס ווערט אפגעקויפט דורך סקווירא און זייער שלוחים, שטעלן זיי אריין דייקא נישט קיין יודן, פון די סארט וואס שטערט גאהר שטארק פאר אידישע שכנים.

איך בין נישט זיכער טאמער די מיינסט ארויסצוברענגן אז דאס איז אם עוולה, אבער איך זעה נישט וואס איז ראונג. ס'איז א פרי קאנטרי און יעדער איז בארעכטיגט צו טון ווי אים קומט אויס גוט. קאסאן מעג בויען דארט א שול טאמער פאר אים איז דאס א גוטע אפשען און סקווירא מעג טון פעולות דאס צו פארמיידן.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 3:08 am

· #487310
אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!

קרעטשמער » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:24 pm

· #515707
געווען א גרויסע הכנס״ת היינט ביי קאסאנער ביהמ״ד

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 16, 2023 12:57 am

· #515722
berlbalaguleh
אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא [שרייב נישט קיין וואולגארע אויסדרוקן. מנהל].
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:03 am

· #515723
קומט אויס לויט די מסקנא אז דאס מיינט א רשות הרבים. וואו איעדער האט די זעלבע רעכטן. און קיין איינער. מענטש אדער גרופ האט אויסשליסליכע רעכטן.

קאסאן ארבעט מתחילה אויף די הנחה. סקווירא (רבי וחסידות) זיי ווילן מאכן א (העיליגע) רשות היחיד פון א רשות הרבים...!

פרנס החודש » מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:09 am

· #515724
שמעון וואלף
berlbalaguleh
אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא ---.
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
עס איז אויך דא (געווען?) א זאך וואס הייסט מענטשליכקייט. פאר א מענטש צו זאגן איך וויל נישט קיין מענטשן פון מיין עטנישע גרופע זאלן וואוינען אין די מייל ארום מיר, איז א צווייטע זאך ווי האבן טענות אז יענער ברענגט אריין נידריגע קלאס מענטשן כדי צו אויספירן די אויבנדערמאנטע.

#מענטשליכקייט

פרנס החודש » מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:13 am

· #515725
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
און דאס איז נאך בעפאר דערמאנען די מיטלען וואס איין געוויסע צד נוצט אויסצופירן זייער אגענדע.

דער עסער » מאנטאג יאנואר 16, 2023 11:51 am

· #515732
בעל דרשן
סאיז א ביטערע פראסק פאר סקווירא דאס איז א מלחמה וואס קאסאן א קליינע קהילה איז ארויס א געווינער און הילקריסט איז היינט א חסידישע געגענט ווי צענדליגע חסידישע אידן וואוינען דארט אלעס א דאנק די מסירת נפש פון די קאסענע רבי שליט"א
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 אזוי האט מען דיר געזאגט 😃 😃 😃 😃 😛

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יאנואר 16, 2023 12:42 pm

· #515739
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
שמעון וואלף
berlbalaguleh
אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא [שרייב נישט קיין וואולגארע אויסדרוקן. מנהל].
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
ס'פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אידן אין מעקסיקענס. נאר וואס דען? שנאה מקלקלת את השורה! וכדברי @פרנס החודש

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:08 am

· #515780
פרנס החודש
שמעון וואלף
berlbalaguleh
אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא ---.
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
עס איז אויך דא (געווען?) א זאך וואס הייסט מענטשליכקייט. פאר א מענטש צו זאגן איך וויל נישט קיין מענטשן פון מיין עטנישע גרופע זאלן וואוינען אין די מייל ארום מיר, איז א צווייטע זאך ווי האבן טענות אז יענער ברענגט אריין נידריגע קלאס מענטשן כדי צו אויספירן די אויבנדערמאנטע.

#מענטשליכקייט
סקווירא זאגט זיי ווילן נישט זייער עטנישע גרופע? זיי האלטן זיך פאר גאנץ א צווייטע עטניסעטי ווי אנדערע אידן. אפשר האלטן זיי גאר אנדערע חסידים פאר נידריגע קלאס בירגער. א ספאנישער אדער אפריקען אמעריקען וועט אויך נישט פארשטיין פארוואס מאנכע האלטן זיי פאר נידריגע קלאס.
בלאט: 1 2 3 4