סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7292
סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
בום!
סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל ארום ס'הייליג שטעטל
וואס איז יעצט געשעהן?
📎 NS.jpg
עפעס מער ליגט דא אונטער דער שורות.
אבער קודם כל וועמען ווילען זיי בלאפען?
אגב יעצט איז מיר פארענטפערט אז ווען הרה"ק רבי הערשלי מספינקער זצ"ל האט געוואלט מאכען א שטעיטעל לעבן מאנסי, האט סקווירא געמאכט שווערעקייטען.
און זיי פאר טריבען, ונתבטל הרעיון. ווייל חסידי רבי הערשעלע ספינקע זצ"ל איז נישט אזוי פרום ווי דער אייגענארטיגע "דרך פון סקווירא".
מיי פוט.
די בקשה איז נאר כדי צו נידערן די פרייזן פון די שטחים ארום, און אזוי ארום עס אויסקויפן חצי בחינם.
"מיר מאכן ח"ו נישט אוועק אנדערע אידישע ישובים.. והראיה! ס'דא דארט סקווירא שטיבלעך..."!!!!!
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
תורה תורה חגרי שק צו נוצן א לעטטער העד פון א בי'ד, הנהלת הקהלה וואלט געווען פונקט גענוג פאר אזא שקאצעריי.
#אינטערנעט איז דער פראבלעם
ענדערש גוים ווי אידן Wowowowo wow.
#נארט קאריע
ווען איר וואלט צוגעשטעלט מנין פאר פריוואלד, וואלט מען נישט געדארפט אריינמופן אין געגענט משלים זיין צו מנין.
אנריעל! נישט צום גלייבן...
פארוואס פונקט א מייל? אז די חסידים זאלן נישט קענען גיין דאווענען שבת ביי די שקצים אינדרויסן פון תחום.
רויטע וואנצעסווען איר וואלט צוגעשטעלט מנין פאר פריוואלד, וואלט מען נישט געדארפט אריינמופן אין געגענט משלים זיין צו מנין.
גראדע מיין סקווירא חבר האט מיר פארציילט אז זיי שטעלן צו מנין סיי פאר פריוואלד און פאר די אנדערע אלטע היים אין די געגענד. זיי האבן א ממונה איינער פון די חסידים. ער שיקט א מנין יעדער תפילה. נאר די חסידים מעגן גיין, און נאר ווער עס איז אויף די רשימה מעגן גיין.
מ'האט עס פארטייטשט אויף גוי'איש אויך... כ'קען עס נאר נישט אויפלאדענען
מיט מנשה דא אין שטיבל וואלט שוין דא געגאנגען בלוט 😳 😳
רבותי, כ'בין געגאנגען ספעציעל קוקן די פרייזן ארום סקווער,
איך זאג ענק רבותי די אויגן וועלן ענק ארויספאלן,
דא האסטו א גאנצע הויז, דיטעטשט, אייגענע לאט 3 בעדרוםס, 3 טוילעטס, בערך 25 יאר אלט, 2200 סק.פ., פאר $270,000 !!!!!דא האסט שוין א פאלאץ!! איבער א האלבע עיקער 4 בעדרוםס, 2.5 טוילעטס, 2500 סק.פ., פאר $324,000 !!!!ס'דא נאך,
ס'האט איין פראבלעם אז ס'כמעט נאר שחורים, אבער די גאסן זענען זייער שיין, ס'עני טיים נאך אזא נאנט ווי די אנדערע גלילות פון מאנסי, סברויך נאר זיין 3 פיאנערן און דער עולם וועט לויפן אהין,
אויב סקעווערע רבי איז געווען א צדיק וועט ער נאך האבן א נחת רוח אין גן עדן אויב פארפלאגטע אידישע קינדער וועלן זיך קענען איינהאנדלען א עפארדאבל הויז,
זיי בעטן דא נישט מער און נישט ווייניגער אזוי: "קום נישט צו מיך ווייל איך בין סאך בעסער ווי דיך און איך קען מיך נאך ח"ו אפלערנען פון דיך"
ארעגענס אויף די העכסטע פארנעם...
רויטע וואנצעספארוואס פונקט א מייל? אז די חסידים זאלן נישט קענען גיין דאווענען שבת ביי די שקצים אינדרויסן פון תחום.
פארוואס?! מ'האט דאך שטיוול!!!... 🙄 🙄 🙄 😈 😈
ווער ברויך דעם הויז פאר 299,000 !!!4 בעדרומס 2.5 טוילעטס, שיינע פראפערטי שיינע גאס !!! וואוילע שכנים מבני חם, זיי זענען גארנישט ערגער ווי די היספאנישע פון וומ"ב, 8 מינוט שפאציר ביזן ביהמ"ד הגדול בשיכון סקווער, 35 מינוט שפאציער צו די היימישע מאנסי געגענט,
דא האט איר עס, כאפט ווי לאנג ס'דא!! ווי סך איז טעקס א יאר?
טייטן יאר סיט בעלטס רבותי. סקווירא איז אבאוט מיטצומאכן אסאך אסאך טשעינדשעס. איך קען אסאך סקווירא יונגעלייטלעך די חברה האלטן נישט פון גארנישט קלים וריקים ביז סקומט צו זייער רבין. כהאב נאך אזא פאני זאך אין מיין לעבן נישט געזעהן. סאיז גאר אנדערש ווי א חסיד סאטמער, בעלז, וויזניץ אד"ג די חברה גייען זיך אויפוועקען און סגייט זיין פריילעך. וואס מיינען זיי אז מוועט זיך פארלייגען אויף שטותים און סוועט נישט באסטן. עטס וועטס ענק נאך ברעכען קאפ ביז איר וועט קומען צו די מסקנה אז לא זו הדרך מען פארברענט נישט קיין מענטשן און מען שרייבט נישט קיין קארני מכתב בי"ד. ליוו ענד לעט ליוו.
פישל'ע העררינגווי סך איז טעקס א יאר?
נאכגעקוקט,
טיפיקל ראקלענד פארפערטי טעקס, לכה"פ 7,000, און ביז 11,000 צו מער,
יא ס'א פראבלעם, אבער דאס איז עס איבעראל אין מאנסי והגלילות,
shem-tovטייטן יאר סיט בעלטס רבותי. סקווירא איז אבאוט מיטצומאכן אסאך אסאך טשעינדשעס. איך קען אסאך סקווירא יונגעלייטלעך די חברה האלטן נישט פון גארנישט קלים וריקים ביז סקומט צו זייער רבין. כהאב נאך אזא פאני זאך אין מיין לעבן נישט געזעהן. סאיז גאר אנדערש ווי א חסיד סאטמער, בעלז, וויזניץ אד"ג די חברה גייען זיך אויפוועקען און סגייט זיין פריילעך. וואס מיינען זיי אז מוועט זיך פארלייגען אויף שטותים און סוועט נישט באסטן. עטס וועטס ענק נאך ברעכען קאפ ביז איר וועט קומען צו די מסקנה אז לא זו הדרך מען פארברענט נישט קיין מענטשן און מען שרייבט נישט קיין קארני מכתב בי"ד. ליוו ענד לעט ליוו.
דו ביסט אזוי גערעכט: ווייל אז מ'פלאנצט נישט איין קיין אמונה אין בוכ"ע. נאר גלעיבן אין העיליגן רעבין. איך האב דאס איינגעזעען נאך מיט א שפאר ביסל יארן צוריק. דארט איז דא יונגעלייט וואס האבן נישט קיין שום קשר צום באשעפער און זיין תורה ומצוות. תינוקות שנשבו, נעבעך. דער יורש העצר וועט נישט האבן אזא גלאט פעלד ווי דער "טאאטע". און אפילו אם תימצי לומר אז מ'וועט איינשפאנען די טעראר מאשין. דאס ארבעט נאר אויף יחידים. נישט אויף א רבים. ס'גייט אי"ה קומען א גרויסע רעוואלוציע דארט... 😈 😈 😈 😈 😈 😈 🙄 🙄 🙄 😂 😠 😛 😛 😛 😳 😢 😞 😉 😮
matovuberlbalagulehרויטע וואנצעספארוואס פונקט א מייל? אז די חסידים זאלן נישט קענען גיין דאווענען שבת ביי די שקצים אינדרויסן פון תחום.
פארוואס?! מ'האט דאך שטיוול!!!... 🙄 🙄 🙄 😈 😈
Again, with stupid, childish comment
Be like Mr. "Gold" , he wrote something good
Mr. or MRS. "Matovu"
I am pleased to inform you that I just hung up the phone with the honorable management of "Kaveshtiebel", and they unanimously agreed to take my proposition to them very seriously. I had suggested to them that they appoint you arbiter of good taste and bad taste. Or what is childish and what reaches the "Adult" level.
p.s.: Please don't get too scared. When I used the term "Arbiter", I didn't mean the German term "Arbeiter", a worker. You won't have to do hard physical labor. In English, the term is used to describe a "Judge", or rule/r of good taste. You can "Google" the word or look it up in a dictionary.
p.p.s: In case you had any difficulty understanding my point, you can always take it to a translator of the English language. (To what? I don't really know. Maybe to Hungarian. Menashe!)
p.p.p.s.: Now. you don't really want to see what else I wrote. Because i'm quite certain you will not like it very much. Now, Sh--- Off. Thanx. 😈 😈 😈 😈 🙄 😂 🙄 😂 😉 😮
כ'פארשטיי נישט די פשט פין דעם צעטל,
טאמער איז עס געשריבען פאר סקווירא אנ"ש, דאן קעניך פארשטיין אז זיי ווילען אז זייער צעטל זאל זיי אפהאלטען פין קויפען דארט, אבער סתם עמך אידען פארוואס זאלען זיי נעמען צי ערענסט אזא צעטל, זיי האבען דאך נישט קיין שום ערענסטע סיבה ע"פ תורה, און נישט ע"פ דיניהם, צי קענען פארלאנגען אזא זאך,
למעשה אבער האבען זיי זעהט אויס פארזעהן די ריסק אז דאס צעטל קען גאר ברענגען אויפמערקזאמקייט אז מען קען קויפען דארט הייזער פאר ביליגער, און דאס צעטל קען גאר ברענגען פארקערטע רעזולטאטען,
נאכדעם פארשטיי איך נישט עפעס אנדרעש, טאמער דער מייסד השיכון האט נישט געוואלט בויען נענטער צים שטאט כדי צי זיין ווייטער פין אנדערע אידען, מיינט עס דאך אז לאמיר זאגען 10 15 מייל צים שטאט איז געווען צי נאנט, נו, 1 מייל איז זיכער צי נאנט, און טאמער זיי ווילען מקיים זיין באמת דעם רצון פינעם מייסד דאן זאלען זיי מוחל זיין זיך אויפהייבען אין מופען ערגעץ ווייט אוועק, זיי קענען פארקויפען די יעצטיגע שטעטל און קויפען ערגעץ אנדרעש און א וויסטעניש, אלא מאי, ס'איז זייער גרינג צי זאגען פאר יענעם "קויף נישט" ווייל מיין באבע האט ליב געהאט צי וואוינען עקסטער", עקסקיוז מי ! ווילסט וואוינען אליינס? גיי אין וואלד אריין !, וואס ווילסטע פין יענעם? ,
כ'מיין די בעסטע עצה פאר זיי איז, צי בויען אזא הויכע מויער ארום און ארום סקווער, און אויסלערנען די קינדער אין חדר אז ווען מען גייט ארויס פין די מויער פאלט מען אריין אין א הוילקייט, ווייל דארט ענדיגט זיך די וועלט, ס'זאל נאר זיין איין טויער ביים אריינגאנג צים שטעטל, און שבת און יו"ט זאל עס זיין הערמאטיש פארשלאסען, אזוי וועט קיינער נישט קענען ארויסגיין חלילה דאווענען מיט אנדערע מנינים,
הייסט עס מיר האבען א טעות געהאט, נישט די אינטערנעט מיט יאיר לפיד וועלן אפשמדן כלל ישראל נאר אידן וואס קויפן הייזער א מייל נאנט צו שיכון סקווער, מדארף אפדעיטען סקולענער רבי מיט ר מתתיהו סולומאן דערוועגן.
א מין היפאקריט דער רעבע, ווען ער זאל דען נעמען ערנסט די הייליגקייט פון וואוינען אין זיין שטעטל וואלט ער דאך געדארפט מחזק זיין לפחות זיינע יונגעלייט זאל וואוינען דארט, און נישט אין אנדערע שטעט ווי זיי מישען זיך רח''ל מיט אנדערע אידען. דערווייל טוהט ער דאך פארקערט ער שטיפט בכוח ווער ער קען נאר פון זיינע חסידים ארויס פון שטעטל לצורך הגדלת מלכותו, וועם מיינט ער ער נארט דא?
און ווייסט איינער וואס איז די אמת'דיגע סיבה פארוואס זיי ווילען נישט אידען ארום סקווירא?
פארוואס קלערסטו אז די אנגעבליכער סיבה "צו פרעזערווירן די כאראקטער פונעם שטעטל" איז נישט אמת'דיג?
מסתמא ווייל דעמאלץ וועלען אסאך מער מענטשען ארויס מופען פין סקווירא, ווייל זיי וועלען קענען האבען ביידע וועלטען, סיי ארויסמופען אין סיי נישט זיין ווייט פין די טאטע-מאמע געשוויסטער וכו', קענען אריבער קומען שבת נאכמיטאג וכו', משא"כ ווען איינער מופט קיין מאנסי איז עס אסאך א שווערערע טויש וואס אסאך ווייניגער זענען גרייט עס צי טאהן, און זיי האבען זייער מורא אז זיי וועלען פארלירען קאנטראל, אין דער עולם ווען זיך אנטוהן גאלדענע ברילען אין שיקען די קינדער אין אנדערע מוסדות.... אין ס'וועט נישט זיין מיט וואס זיי צי סטראשענען,
גאלדפארוואס קלערסטו אז די אנגעבליכער סיבה "צו פרעזערווירן די כאראקטער פונעם שטעטל" איז נישט אמת'דיג?
זיי פיהרן זיך אויף גענוג אויף א מאדנע אופן (בלשון המעטה.) אז א נארמאלער מענטש זאלל נישט וועלן גיין זיך באזעצן דארט... 😈 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז גענוג א גרויסער בה-- אז ער זאלל עס מיינען אמת'דיג. ער גלעיבט באמונה שלימה אז דער צאאדיק איז כולו קוידש לה''. און אז ער האט פליגלעך (שש כנפיים) אונטער די בעקישע... 😎 😂 😂 😂 🙄 🙄 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
כ'פארשטיי נישט מה כל הרעש. סקווירא וויל אנהאלטן זייער לייפסטייל און זעהן זיך פאר א סכנה מבחוץ.
יעדע סעקטע, ווי מער איזאלירט זי איז, אלס מער סארטן "שלעכטע" איינפלוס טרעפט זי. לב טהור שפירט אז א מעינסטריעם חרידישע קולטור איז א שלעכטע איינפלוס אויף אירע מיטגלידער. א אומשולדיגע פליטות הפה פון א בעלזע אינגערמאן אין מאנטריאל צו א לב טהור חסיד קען חרוב מאכן יארן הארעוואניע וואס העלבראנץ האט אריינגעלייגט. פאר טאהש, סקווירא און קרית יואל איז א סכנה צו לעבן מיט אנדערע שיכטן און קרייזן, און ווער רעדט נאך פון "חוגים למיניהם."
ווי שוואכער די אימיון סיסטעם אלס שטערקער די סכנה פון יעדע באציל. אידן אין וויליאמסבורג און בארא פארק זענען וואקסינירט. זייער סיסטעם ווערט שוין נישט אויפגעשאקעלט ווען זיי זעהן א עהרליכע איד וואס טראגט אן אנדערע היט. אבער סקווירא און קרית יואל האלטן אז א וואקסינירטע איד איז נישט די ריינע איד, עכ"פ נישט וואס דער רבי האט געוואלט. פארשטייט זיך, בדרך אגב אז קאנטראל און איזאלאציע גייט צוזאמען ווי מרור מיט חרוסת. נישט אז איינער איז דא חלילה באזארגט איבער זייער קאנטראל שלא לשם שמים.
און דאכט זיך מיר אז סקווירא האט די זעלבע עדיטוט קעגן אירע אייגענע ברודערס. א סקווירא בחור וואס האט נישט געוואונט אדער נישט געלערענט אין שטעטל קען נישט וואוינען אין שטעטל נאך די חתונה. דער אינגערמאן האט זיך שוין ליידער אנגעזעהן מיט צופיל פלאכע ביבער היטן און איז א סכנה פאר די אומ-וואקסינירטע שבט ערצויגן אין די גרעניצן פון סקווירא.
מעגסט ווילן וואס דו ווילסט אבער דיינע מאטיוון הייליגט נישט די אמצעים און דער בריוו איז דורכגעפלאכטן מיט טפשות און גסות רוח געפרעגלט אין עגאיזם און שלעכטס.
ס'איז אוי לי אם אומר, א געפערליכע דילעמע. פון איין זייט מיז מען זינגן אז יעדע איד איז חשוב און טייער ביים רבין, אבער פון די אנדערע זייט צווישן אונז אנ"ש ווייסן מיר אז נישט יעדער איז אייניג געמלהט. פרעמדע אידן זענען חשוב אלס דרויסענדיגע פרעמדע נדבנים און געניג אויף צו אויפווייזן פאר אונזער חסידים אז אפי' די פרעמדע כאפן באגייסטערונג פונעם רבין און זיינע חסידים. אבער ס'איז א דקות'דיגע חילוק וואס נאר אונז אנ"ש פארשטייען.
יואליש פרעמדע אידן זענען חשוב אלס דרויסענדיגע פרעמדע נדבנים און געניג אויף צו אויפווייזן פאר אונזער חסידים אז אפי' די פרעמדע כאפן באגייסטערונג פונעם רבין און זיינע חסידים.
👍 👍 👍
פינחס מאנדעלמסתמא ווייל דעמאלץ וועלען אסאך מער מענטשען ארויס מופען פין סקווירא, ווייל זיי וועלען קענען האבען ביידע וועלטען, סיי ארויסמופען אין סיי נישט זיין ווייט פין די טאטע-מאמע געשוויסטער וכו', קענען אריבער קומען שבת נאכמיטאג וכו', משא"כ ווען איינער מופט קיין מאנסי איז עס אסאך א שווערערע טויש וואס אסאך ווייניגער זענען גרייט עס צי טאהן, און זיי האבען זייער מורא אז זיי וועלען פארלירען קאנטראל, אין דער עולם ווען זיך אנטוהן גאלדענע ברילען אין שיקען די קינדער אין אנדערע מוסדות.... אין ס'וועט נישט זיין מיט וואס זיי צי סטראשענען,
די זאגסט דברים של טעם.
אם כן, די אידען וואס ווילען נישט דאווענען און זיין משועבד צו די משועגעת'ן אין שטעטעל זאלען מופען ארויס פין שטעטעל, מאכען א מנין דארט, און שיקען די קינדער צו די מוסדות אין מאנסי. פארוואס דארף מען אז פרעמדע זאלען קומען דארט וואוינען ערשט?
יואלישכ'פארשטיי נישט מה כל הרעש. סקווירא וויל אנהאלטן זייער לייפסטייל און זעהן זיך פאר א סכנה מבחוץ.
יעדע סעקטע, ווי מער איזאלירט זי איז, אלס מער סארטן "שלעכטע" איינפלוס טרעפט זי. לב טהור שפירט אז א מעינסטריעם חרידישע קולטור איז א שלעכטע איינפלוס אויף אירע מיטגלידער. א אומשולדיגע פליטות הפה פון א בעלזע אינגערמאן אין מאנטריאל צו א לב טהור חסיד קען חרוב מאכן יארן הארעוואניע וואס העלבראנץ האט אריינגעלייגט. פאר טאהש, סקווירא און קרית יואל איז א סכנה צו לעבן מיט אנדערע שיכטן און קרייזן, און ווער רעדט נאך פון "חוגים למיניהם."
ווי שוואכער די אימיון סיסטעם אלס שטערקער די סכנה פון יעדע באציל. אידן אין וויליאמסבורג און בארא פארק זענען וואקסינירט. זייער סיסטעם ווערט שוין נישט אויפגעשאקעלט ווען זיי זעהן א עהרליכע איד וואס טראגט אן אנדערע היט. אבער סקווירא און קרית יואל האלטן אז א וואקסינירטע איד איז נישט די ריינע איד, עכ"פ נישט וואס דער רבי האט געוואלט. פארשטייט זיך, בדרך אגב אז קאנטראל און איזאלאציע גייט צוזאמען ווי מרור מיט חרוסת. נישט אז איינער איז דא חלילה באזארגט איבער זייער קאנטראל שלא לשם שמים.
און דאכט זיך מיר אז סקווירא האט די זעלבע עדיטוט קעגן אירע אייגענע ברודערס. א סקווירא בחור וואס האט נישט געוואונט אדער נישט געלערענט אין שטעטל קען נישט וואוינען אין שטעטל נאך די חתונה. דער אינגערמאן האט זיך שוין ליידער אנגעזעהן מיט צופיל פלאכע ביבער היטן און איז א סכנה פאר די אומ-וואקסינירטע שבט ערצויגן אין די גרעניצן פון סקווירא.
אוואדי פארשטיי איך וואס זיי ווילן, און ס'גראדע זייער א לעגיטימע שאיפה, דער חילוק איז נאר אז לב טהור האט זיך אויפגעהויבן אין זיך באזעצט אין גוואטאמאלע אין די הרי החושך, און די צייט וואס סקווער פארלאנגט פון די פרעמדע גאס צו גיין קיין גוואטעמאלע צוליב זייערע רצונות, ביי מיר הייסט דאס סעלפיש אין ארעגאנט, זיי זענען גארנישט אנדערש ווי די גוישע שכנים פון קרית יואל וואס פארפירן אז מ'מוז דערשטיקן די וואוקס פון די חסידים ווייל זיי האבן זייער ליב א רורל געגענט, עקסיוז מי!! ווייל ער האט ליב א סארט געגנט מוז מען מיט געוואלד ארויפצווינגען א געוויסע סארט דעמאגראפיע וואס שמעקט איהם,
דאס איז דער נוהג העולם, געגענטער טוישן זיך, קיינער באקומט קיינמאל קיין גאראנטי אז א געגנט זאל בלאבן וויזוי איהם שמעקט, אמאל איז א טויש געווען פאר די בענעפיט פון פרומע אידן און מער מאל פארקערט, וויפיל געגענטער אין ניו יארק וואס האט אמאל געווירבלט מיט פרומע אידן און ס'היינט גענצליך יודן ריין,
עס איז זייער פשוט, דער אידישער מאנסי רוקט זיך נענטער און נענטער צו שיכון סקווירא. מאדערנע אידן (וואס, זיי זענען אויך אידן?), די וואס מיר רופן אן מאדערן, וואוינען שוין היינט זייער נאנט צו סקווירא, נאנט ממש, פינף ביז זיבן מינוט שפאציר און אפשר ווייניגער. און עס מערט זיך מיט יעדן פארבייגענדן וואך. לעצטענס האבן די מאדערנע אידן אפיציעל געזוכט עפעס א בשנ"ק'ל זאל קומען מאכן פאר זיי א בית המדרש, דערווייל האבן זיי נאך נישט געהעריג ווי צו דאווענען. און אפילו חסיד'ישע אידן (וואס הייסט היינט חסיד'יש) וואוינען שוין נישט אזוי ווייט פון שטעטל.
פלוצלינג האבן זיי זיך דערזעהן מיט א דילעמא, עס איז פשוט א פראגע פון צייט ביז מען גייט זיך אנהייבן אריינציען ממש אונטער זייער נאז. זיי האבן געטרייט דעם בת היענה מעטאד, נישט רעדן דערפון, אפשר אזוי וועט עס אוועק גיין, אבער זיי זעען שוין אז נישט, זיי ווייסן קלאר אז עס איז פשוט א שאלה פון צייט. זיי האבן שוין געזעהן די פרייזן פון די הייזער וואס גאלד האט דא געברענגט נאך פאר גאלד האט עס געזעהן, און זיי ווייסן אז עס וועט נישט לאנג געדויערן ביז א געשליפענער בראוקער וועט אהין ברענגען אפאר חסידים, און דאן וועט זיין צרות.
זיי האבן שוין אויך געטרייט דעם כח הזרוע מעטאד, ראטענבערג איז נאר געווען איינס. דער טריסקער רבי פון עירמאנט האט קודם געוואלט קומען לעבן סקווער, אבער זיי האבן אים זייער שנעל געוויזן אז זיי וועלן עס נישט אראפשלונגען און ער האט געכאפט דעם רמז און אפגעפיצט. יעצט אבער פארשטייען זיי אז מיט די גאנצע שטאט קענען זיי זיך נישט שלאגן, האבן זיי מחליט געווען צו ווערן צדיקים און טרייען מיט שיינעם.
ונראה מה יהיה חלומותיו.
געהערט היינט אז סאטמער(?) האט געקויפט א לאט ממש נאנט צום העיליגן שטעטל, פאר א סקול, און א זאַל, און דאס האט זיי אנגעצונדן
יא די סאטמערע מוסדות אין מאנסי (קרית יואל) האבן געקויפו א לאט פאר די חדר.
מונקאטש האט אויך געקויפט דארט. זיי האבן געקויפט סאך נענטער. די לאט איז געווען בעק טו בעק צו די עק פון די שטעטל, אויף ראט 45. די סקווירא האבן אויסגעקויפט מונקאטש פאר טבין ותקילין.
זיי האבן שוין אויסגעקויפט צענדליגע מענטשן במשך השנים פאר טבין ותקילין.
כנראה אז זיי האבן שוין נישט קיין געלט צו קויפן אזוי פיל מענטשן'ס הייזער, ממילא האבן זיי געשריבן אזא שיינע בקשה.
אבער עס איז נאר א שאלה פון עטליכע קורצע יאר, און דער נושא וועט זיין היסטערי
ווילאנג מען בעט נארמאל שלא בתורת תביעה איז זייער נארמאל צו ערווארטען מענטשען זאלען קאפערירען
אראנדש קאונטיווילאנג מען בעט נארמאל שלא בתורת תביעה איז זייער נארמאל צו ערווארטען מענטשען זאלען קאפערירען
אראנדש, איך בעט דיך שיין, שלא בתורת תביעה, אז זאלסט פליז אויפהערן צו שרייבן דא. איך האב עס פשוט נישט ליב ווען דן ביסט דא, עס איז געווען סאך געשמאקער אן דעם.
איך פארשטיי איך קען עס נישט מאנען פון דיך, אבער איך בעט שיין, סאו איך בין זיכער אז איך קען ערווארטן פון דיך אז זאלסט טאקע אויפהערן שרייבן דא זאפארט.
אקעי האסט געבעטן ווי א מענטש וועל איך דיר טרייען צו צופרידן שטעלן
אמאל האט מען געוויסט אז ווען מזאגט מען זאל נישט קויפן האט מען באמת אינזין אז מען זאל יא קויפן, כבחינת ס'דא דארט אייער אבער קיינער זאל נישט ווארפן. קען אפשר זיין אז זיי ווילן יא פאר סאם ריזאן אז דער עולם זאל קויפן און ס'זאל ווערן יודישלעך מחמת סיבות שונות לגבי זאונינג. מי יודע מיט די חסידים
אראנדש קאונטיווילאנג מען בעט נארמאל שלא בתורת תביעה איז זייער נארמאל צו ערווארטען מענטשען זאלען קאפערירען
ווען מהייבט אהן מיט שיינעם, ביסטו אפשר גערעכט
אבער נאכן פרובירן מיט טעראר און סאיז נישט געגאנגען, פרובירן זיי מיט שיינעם זעה איך נישט קיין שום סיבה בעולם צו קאפרירן
וואס הייסט מיט שיינעם??? דאס עצם בעטן אזא זאך איז זייער נישט שיין, שטעל דיך פאר איינער בעהט דיך מיט שיינעם ער זאל דיר געבן $80,000
א הויז אין הילקרעסט (דאס איז דער שווארצע געגנט צווישן סקווער אין מאנסי) קאסט צווישן 150-80 טויזנט דאלער ביליגער וואו אין מאנסי,
וואו זוי קען איינער זיין אזוי סעלפיש און האט די העזה צו בעטן פארפלאגטע אידישע קינדער זאלן זיך מונע זיין איינהאנדלן א ביליגע הייזקע צוליב דיינע קפעידעס,
האלט געזונטערהייט דיינע קפעידעס אויף דיין אייגן חשבון נישט אויף יענעמס
ודי למביןאראנדש קאונטיווילאנג מען בעט נארמאל שלא בתורת תביעה איז זייער נארמאל צו ערווארטען מענטשען זאלען קאפערירען
אראנדש, איך בעט דיך שיין, שלא בתורת תביעה, אז זאלסט פליז אויפהערן צו שרייבן דא. איך האב עס פשוט נישט ליב ווען דן ביסט דא, עס איז געווען סאך געשמאקער אן דעם.
איך פארשטיי איך קען עס נישט מאנען פון דיך, אבער איך בעט שיין, סאו איך בין זיכער אז איך קען ערווארטן פון דיך אז זאלסט טאקע אויפהערן שרייבן דא זאפארט.
ודי למבין: און אז דו וועסט צוקומען צו מיר מיט א שיינעם זילבערנעם גאן און בעיטן שיין אז איך זאלל דיר געיבן מיין גאנצע געלט, וועל איך דיר שיינערהייט געיבן אזא שיינעם שטופ אז דו וועסט אראפפליען דעם גאנצן בארג, און זיך זעהן אין דעם נעקסטן שטעיטל...!
דער ליין געפעלט מיר די מערסטע: "ובהעדר גדר זה נהרס ממש עיקר יסוד השיכון ח"ו."
דאס נישט קויפן הייזער ארום סקווער איז א גדר פאר דעם שיכון וואס איז א גדר פאר היטן סקווערע קפידות וואס איז א גדר פאר זיין א חסידישער איד וואס איז א גדר פאר זיין אן ארטאדאקסישער איד וואס איז א גדר פאר היטן דרבנן'ס וואס איז א גדר פאר היטן דאורייתא'ס.
א וואונדער די סקווערע אידן זענען איזאלירט פון די וועלט. זיי ליגן כיס בתוך כיס בתוך כיס.
זיי זענען אזוי קראנק אז זיי מ'דארף זיי האלטן אין ICU, הסתרה בתוך הסתרה, אן גיין פענסטער אפען צו די גאס רח"ל.
האלט דיך נישט אזוי גרויס, בסך הכל האסטו צוויי לעיערס ווייניגער.
די לאך ווען מען גייט ארויס פון סקווירא וועט בקרוב ווערן א גאנצע וועלט...
און אנדערע ווערטער זאגן זיי, אונזערע קינדער וועלן ענדערש אויפוואקסען אידיש ווען זיי זענען ארומגענומען מיט גויים ווי ווען זיי זענען ארומגענומען מיט נישט סקווערע אידן.
איז דאס געווען די כוונה פון גרינדען די שטעטל? צו וואוינען צווישען גויים?
די כוונה איז געווען פשוט ווייל ישיבת כרכים קשה. אויב אזוי האבן זיי די זעלבע טענה און אגענדע ווי "פרעזערוו רעמעפא" די "רולעל אלייענס" (וואט עווער זיי רופען זיך)