איך האב נאר איין שאלה, איך פארשטיי אלעס אבער פארוואס איז נישט דא קיין איין חתימה מיט א מענטשעס נאמען? זיגלעך פארמאג איך אויך
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
176 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7292
קרית יואל וואלט אויך נישט געשמעקט ווען למשל חב"ד רוקט זיך אן צו זייערע גרעניצן, זיי וואלטן אבער זיכער געמאכט אז דאס זאל נישט געשעהן צו דורך אויסקויפן שטחים צו דורך מסירות אדער אויסנוצן פאליטישע קארופציע.
יאירא וואונדער די סקווערע אידן זענען איזאלירט פון די וועלט. זיי ליגן כיס בתוך כיס בתוך כיס.
יאירהאלט דיך נישט אזוי גרויס, בסך הכל האסטו צוויי לעיערס ווייניגער.
ויש ליישב בדוחק.
די סיבה פארוואס ס'באדערט זיי איז געבויעט אויף רשעות און טיפשות, אבער ארויסגעבן אזא צעטל איז נאטינג ראונג. אפשר וואלט עס געדארפט ארויסגעברענגט ווערן אנדערש אבער איך רעד פון די מעין פאינט. עפי"ר זיכט נישט א איד מצער צו זיין א צווייטן. די סקווירא זענען מגלה דעת אז אויב פרעמדע קומען וואינען לעבן זיי וועט עס זיי באדערן. זיי האפן אז מענטשן וועלן דאס קאנסידערן ווען מ'דיסייד ווי צו קויפן א דירה
די פראבלעם מיט די מאפע איז, אז אויף די רעכטע זייט, די זייט פון רט. 45 איז שוין כמעט די גאנצע מייל, ממש כמעט ביז שיכון סקווירא, שוין באוואוינט מיט פרומע אידן, טאקע פון די סארט עלעמענטן... אבער למעשה זענען זיי פרומע אידן. סאו, כ'מיין, זיי עקספעקטן יעצט אז די אלע אידן זאל פארקויפן זייערע הייזער און אוועקמופן?
ביבערקרית יואל וואלט אויך נישט געשמעקט ווען למשל חב"ד רוקט זיך אן צו זייערע גרעניצן, זיי וואלטן אבער זיכער געמאכט אז דאס זאל נישט געשעהן צו דורך אויסקויפן שטחים צו דורך מסירות אדער אויסנוצן פאליטישע קארופציע.
אדער דורך שרייבן אין בלאט וואספארא כופרים און אפיקורסים און (צודרייטע, כלשונם) משיח'יסטן זיי זענען וועלכע מאכן אן א חילול השם דורך גלייבן אין שלימות הארץ און ארויפשרייבן קללות אויף די מיסילס וועלכע זענען גרייט געשיקט צו ווערן קיין עזה...!
איך פארשטיי נישט דעם גאנצן מאפע, אבער מער וואונדערט מיר דאס אסר'ן קויפן שטחים אויפן אנדערן זייט פונעם פאליסעדס!!! זיי האבן מורא סקווירא קינדער וועלן קראסן דעם פאליסעידס אום שבת צו גיין באזוכן די אידן אויף די אנדערע זייט הייוועי אדער וואס??
עס איז נישט גענוג. איך האלט אז מען זאל נישט טארען קויפן קיין הייזער 20 אדער 30 מייל פון סקווער. איך וואלט נישט געוואוינט 50 מייל פון סקווירא אפי' אויב מען גיבט מיר א הויז פאר בחינם.
C/Pדאס איז א בריוו פון הארץ צו הארץ צו אלע סקווירא ברודערס. בנוגע מיין דירה און אירע גבולות.
מיין טאטע זז״ג האט מיר געבויעט א דירה אין בארא פארק מיט בלוט און שווייס פאר 20 יאר צוריק. מיט מסירות נפש. אריינגעלייגט דמי״ם תרתי משמע. כדי איך זאל האבן א דירה ווייט אוועק פון סקווירא מענטשען. מיט די צייט האב איך גענומען אן איידעם פון סקווירא וואס האט איבערגעלאזט אלע גוטע זאכן וואס סקווירא פארקויפט אלעס מיט איין מטרה נישט צו וואוינען לעבן סקווירא מענטשען.
מיין טאטע האט געבויעט מיין דירה א ״יש מאין״ סהאט געקאסט אסאך געלט ״בימים ההם״.
ס׳איבריג צוארויסברענגען אז מיין טאטע האט מיט דעם חלילה גארנישט געהאט קיין שלעכטע כוונות קעגן סקווירא. אדרבה איך האב זייער ליעב סקווירא והא ראי׳ איך גיי צו סקווירא ווען איך האב דארט א שמחה.
אויך ווייסט יעדער אז מיין טאטע זז״ג האט זייער געארבעט אויף אחוה שלום וריעות צווישען אונז און סקווירא. און ווער עס קען מיר ווייסט אז איך גריס סקווירא ווען איך טרעף זיי אויפן גאס.
אויך האב איך זיך קיינמאל נישט גרויס געהאלטען אז מיין טאטע האט מיר געבויעט א שיינע גרויסע הויז. איך זאג אייביג יעדער זאל זיך בויען א שיינע גרויסע הויז.
אבער בנוגע ״מיין הויז״ האט מיין טאטע זז״ג אייביג געוואלט אז איך זאל וואוינען אליינס ווי א פריץ אין מיין שיינע גרויסע הויז ווייט אוועק פון סקווירא. ״אן אייגן הויז״. על דעת דעם האט ער געבויעט מיין הויז. כדי איך זאל קענען אויפשטעלן דורות אן די השפעה פון סקווירא.
מיט די יארן האבן סקווירא זיך באזעצט אין בארא פארק מער און מער ב״ה. צו מיין גרויס פרייד. אבער וועגן די קיום פון ״מיין הויז״ שפיר איך פאר וויכטיג צו בעטן און מעורר זיין די סקווירא. אז אויב סקווירא מענטשען וועלן קומען וואוינען נאנט צו מיין הויז קען דאס גורם זיין צו שטערן די ״גאנצע תכלית פון בויען מיין הויז״ כנזכר לעיל. דאס איז נישט קיין פרט. נאר די גאנצע יסוד פון מיין הויז ממש. אן די גדר ווערט נהרס ממש עיקר יסוד פון ״מיין הויז״ ח״ו.
וועגן דעם בעט איך זייער מיינע סקווירא ברודער נישט צו קויפען הייזער אדער בנינים ביז א "מייל" אוועק ארום מיין הויז. אפילו נישט איינער וואס האט סקווירא קרובים. נישט אריינמופן. נישט קויפען. נישט דינגען. אויך נישט אריינברענגען סקווירא געסט. איך קום נישט מיט א תביעה נאר מיט א בקשה מעומק הלב.
איך בין זיכער אז קיינער וועט נישט וועלן האבן א חלק אין מצער זיין מיין טאטע ח״ו. נאר מען זאל פרובירען מיר צו העלפן און משפיע זיין אויף אנדערע צו ממלא זיי מיין טאטעס רצון בשלימות.
בברכת גמר חתימה טובה.
**** ****** טווערסקי
בן אאמו״ר אדמו״ר מראחמסטריווקא

אידן קענען היינט וואינען איבער גאנץ אמעריקא, אפילו אין הארלעם איז דא א חב"ד הויז. די איינציגסטע פלאץ ווי א איד קען נישט קויפן א הויז איז ניו סקווער.
שעים אן יו.
שעים אן יו.
דער באשעפער זאל אפהיטן אז אונזערע גוישע שכינים פון אפסטעיט זאלן נישט דערווישן דעים בריוו, דאן וואס וועט מען ענטפערן אויף דעים אז אונזערע אייגענע ברודערס דארפן אונז נישט האבן ארום א מייל דאן פארוואס זאלן זיי אונז וועלן אין 20 מייל
יו"ט איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איינע פון די זקני חסידים, זאגט ער מיר אז בשעתו האט מען געשמועסט אז די סקווירא רבי ז"ל האט געגרינדעט די שטעיטל צוליב מעשה שהיה מיט זיין בענאק דער היינטיגער צאדיק'ל ביים צעהלימער ווייבער שול. ער האט מיר נישט געוואלט דערציילן קיין פרטים אבער ער האט געזאגט אז ס'איז געווען מפורסם.
מי יגלה עפר מעיניך, סקווירא רבי ז"ל ווען די היינטיגע חסידים דרייען א קאפ.
מי יגלה עפר מעיניך, סקווירא רבי ז"ל ווען די היינטיגע חסידים דרייען א קאפ.
shem-tovאמאל האט מען געוויסט אז ווען מזאגט מען זאל נישט קויפן האט מען באמת אינזין אז מען זאל יא קויפן, כבחינת ס'דא דארט אייער אבער קיינער זאל נישט ווארפן. קען אפשר זיין אז זיי ווילן יא פאר סאם ריזאן אז דער עולם זאל קויפן און ס'זאל ווערן יודישלעך מחמת סיבות שונות לגבי זאונינג. מי יודע מיט די חסידים
זאג עס פאר די סקיווירא אז די גייסט קויפן א הייזקע בשכינות פון שטעטל זיי ארויסצוהעלפן זיי וועלן דיר דערווערגן אויפן ארט.
.
ווען משוגע וואלט געקענט באקומען א מארגעטש, וואלט עס געקויפט א הויז אין תחום המיל פונעם שיכון.
שמעקעדיג.
זיי שעמען זיך נישט?
זאלן זיין מאכן א מייל BUFFER ZONE אין זייער אייגענע שטעטל. פארוואס משוגע מאכן און איינטיילן פאר אנדערע?
קען איך בעטן אז קיין שום איד זאל נישט קומען וואוינען אויף מיין גאס ווייל איך וויל נישט מיין ווייב זאל זעהן אז די שכנ'טע האט א באגאבא קערידזש און זי וועט אויך וועלן?
קען איך בעטן אז קיין שום איד זאל נישט קומען וואוינען אויף מיין גאס ווייל איך וויל נישט מיין ווייב זאל זעהן אז די שכנ'טע האט א באגאבא קערידזש און זי וועט אויך וועלן?
פארוואס טראגן מיטן עירוב אין ווילאמסבורג טאר מנישט וועגען דעם רבין ז"ל? קויפן לעבן שטעטל איז זייער רבי ז"ל
די וואך אינעם המודיע, בעט זיך די סקווירא בית דין אין אן ענגלישע בריוו, מ'זאל נישט קויפן שטחים ארום די שטעיטל, נאר מאכן זיכער אז גוים בלייבן וואוינען דארט.
קאווע טרינקערדי וואך אינעם המודיע, בעט זיך די סקווירא בית דין אין אן ענגלישע בריוו, מ'זאל נישט קויפן שטחים ארום די שטעיטל, נאר מאכן זיכער אז גוים בלייבן וואוינען דארט.
און ווער ס׳קויפט יא און פייפט זיך אויס אויפן גרויסען אדמו״ר מיט זיין האָריגע טיליפּ און זיינע געזאַלצענע טשערי לעיטס וואס איז דער שטראף? סקילה שריפה הרג אדער חנק?
ווי ווייט אוועק פין סטעטן איילענד מעג מען קויפען? הרב פולק האט נאך נישט ארויס געגעבען א איסור?
ווען די גוים ארום קרית יואל קעבען ארויס אזא בריוו וולאטן מיר איבער געדרייט א וועלט, היתכן? שונאי ישראל. און דא האבן מיר די היימישע שונאי ישראל ואין פוצה פה.
איך וואלט זיי רעספעקטירט ווען זיי קומען ארויס מיט אזא רעקלאמע: היות דער עולם פארשפרייט זיך שטארק און ראקלענד, און מ'וועט נישט איבערלאזן פאר אונז ווי זיך צו אויסשפרייטן, געלט האמער נישט אויף די מאמענט צו אפקויפן אלע הייזער ארום, במילא בעט מען דעם עולם זאך נישט קויפן ארום אונז.
קום אבער נישט מיט א בי עס תירוץ אז מ'מיינט פשוט אידישקייט און גארנישט מער
. ס'איז געווארן אזא סטייל, מ'טוט זיך אן א מאנטל וואס שטייט דערוף מיט גרויסע אתיות "אידישקייט" "תורה", און ווער ס'האלט נישט פון מיר, איז אויטומאטיש קעגן די תורה.
די רשעות דערפון איז אז ס'ברענגט אראפ אידישקייט צו א נידעריגע לעוועל, און נאכדעם פארשטייט מען נישט פארוואס אזויפיל פאלן ארויס

Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
ניין נישט דאס איז די סיבה נישט אידישקייט און נישט רשעות נאר
Power power power
דאס איז עס גארנישט מער אז עס וועט ווערן אזוי ווי שיכון וויזניץ אין בני ברק וועט סקווער סך הכל זיין א געגינט אין מאנסי וואס דאס ווילן זיי נישט
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Power power power
דאס איז עס גארנישט מער אז עס וועט ווערן אזוי ווי שיכון וויזניץ אין בני ברק וועט סקווער סך הכל זיין א געגינט אין מאנסי וואס דאס ווילן זיי נישט
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
די בריוו איז אינטער געשריבן בד"צ דסקווירא, און זיי שמועסן דארט אויס ווי אזוי די רבי ז"ל האט געוואלט האבן א פריוואטע פארמאכטע שטעטל, און זיי בעטען אז מ'זאל זיי נישט שטערען.
וואס די בד"צ און די גרויסע טאטעס דארט ווילן וויייסן מיר שוין, מ'דארף נאר געוואר וערען וואס וויל די עולם דארט, ווילן זיי בלייבן מיט דער פארמאכטקייט? איז פיין, אבער אויב נישט...
ווען ס'וואלט געווען וואלן צו מ'זאל בלייבן פארמאכט, און ס'וואלט נאכדעם ארויס געקומען אזא בריו וואלט געווען לעגיטים

ירח בן יומוווען די גוים ארום קרית יואל קעבען ארויס אזא בריוו וולאטן מיר איבער געדרייט א וועלט, היתכן? שונאי ישראל. און דא האבן מיר די היימישע שונאי ישראל ואין פוצה פה.
ווייל פון זיי לאכט מען אלס פלאטשיגע, באגערניצטע, אויסגעוואשענע מוחות און מענטל קעיסעס...מ'האט ענדערש רחמנות אויף די בהמות און קעלבער...!
מילא אין די קאנעקשאנס שרייבן זיי עס נאך פאר היימישע אידן (לכאורה...) אבער אין המודיע? ס'איז דאך סתם ליצנות, מען וואוינט שוין כמעט אין די נאז אריין. א מייל? אריבער דעם 45 וואוינט מען שוין כמעט ביי סקווירא, און עס איז נישט דא בדרך הטבע א וועג פאר זיי עס אפצושטעלן חוץ אפקויפן יעדעס איינציגע הויז. אויב זענען זיי גרייט צו ספענדן הונדערטער מיליאנען פאר דעם קען זיי עס געלונגען. אבער אויב איז דאס דער מהלך מיין איך עס וועט זיי קאסטן ביליגער אריבערצומופן דעם גאנצן וויזויהייסטעס ערגעץ ווי אין נעוואדע אדער מאנטענע.
ער האט אנגעיאגט צו שרייבן א התנצלות נאך פאר מען האט מעניש געווען מיט שריפה
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
שמעתי אז סקווער קויפט אפ אלע דירות וואס די גוים פארקויפן און רענטן עס ארויס פאר גוים
די גאנצע מעשה אז די רבי האט געבויעט דעם שטעטל ווייל ער האט נישט געוואלט מ'זאל וואוינען צוזאמען מיט אנדערע אידן, איז אויסגעטראכט און פריש געבאקן געווארן די לעצטע פאר יאר. ס'נישט קיין ספק ביי מיר אז די טעם איז בלויז פינאנציעל, ס'האט גארנישט מיט די אלטע רבי. זיי האבן זיך פלוצלינג דערזען מיט צו ווייניג לאנד זיך צו אויסברייטן. זיי גייען נישט טראכטן צוויי מאל זיך צו אויסברייטערן מחוץ לגבולם, און אריינגיין און די "מייל" (DMZ), און נאך האבן טענות אז דער עולם זאך גיין נאך ווייטער
געוואלדיגער האט אנגעיאגט צו שרייבן א התנצלות נאך פאר מען האט מעניש געווען מיט שריפה
געוואלדיג אז די ברענגסט שוין דאס..
וואס איז מיטן שטיקל ווי ער באשמוצט אזוי עירמאנט, אויף דעם האט ער נישט צוריקגעצויגן.
וויאזוי שרייבט ער: עירמאנט איז געווען א שטאט פון הפקר יונגען, א פלאץ ווי א היימישע יוד האט זיך גישעמט צו וואוינען וכו'ו וכו'. ב"ה היינט זעהט מען שוין חניוקעס..
זאל ער מורא האבן פון תושבי עירמאנט אזוי ווי ער האט מורא פון סקווירא וואלט ער דאס אויך צוריק געצויגן.
מיין לייק איז געווען פארן ברענגער, און אויך פארן שרייבער. געשריבן מיט שכל.
לענ"ד וואלט איך געטוישט דעם סיגנון אביסל און ארויסגענומען די השערה וואס איז געשריבן פון אנהויב אז מען זאל נישט זען זייער חזעריי. אויב שרייבט מען מיט שכל און מענטשליכקייט זאל דאס שוין זיין אינגאנצן, אז אפילו די סקווירא זאלן כאפן און וויסן אז זיי זענען גערעכט. יענע שורה פעלט נישט אויס, דאס מאכט אז א סקווירער זאל זיך אננעמען פאר כבוד בית רבו.

ליפא: די גרעסטע דזשאוק איז די ווערטער וואס די ק"ק סקווירא חזר'ן איבער עטליכע מאל.אז..."דרכינו אך ורק בדרכי נועם, כידוע"...מ'רעדט דאך שוין נישט פון די ראטנבערג-שפיצער פרשה. נאר איך ווייס פערזנעליך פון עטליכע קעיסעס וואו מ'האט טעראריזירט יונגעלייט וועלכע זענען מסיבה זו או אחרת נישט געגאנגען אין שפאן. און האבן געטון זאכן נגד רצון קדשו פונ'ם העיליגן רעבי'ן. און זיינע כלבים האבן יענעם און זיין משפחה גערודפ'ט עד חרמה. ועד בכלל...!
און ווען מ'איז געקומען פארציילן פאר כ"ק הוד קודשו, האט ער אייביג געזאגט בזה הלשון..."איך וועיס נישט. ביי אונז אין שטעיטל"...!
און ווען מ'איז געקומען פארציילן פאר כ"ק הוד קודשו, האט ער אייביג געזאגט בזה הלשון..."איך וועיס נישט. ביי אונז אין שטעיטל"...!
ליפא
זייער נישט קלאסיש
ווי ס'איז ערווענט אין די בריוו פון אח"י הדרים סמוך לשיכון סקווירא, איז זייער מאדנע בכלל וואס מ'האט אריינגעמישט די בי"ד דא. בי"ד איז געמאכט צו שליכטן סכסוכים בין אדם לחבירו און פסקענען הלכה'דיגע שאלות.
lost battle
די קעניג פין אמעריקעlost battle
אזוי ווי די סמארט פאונס
אופס! האסט פארגעסן צו שרייבן מיט די צווייטע ניק... 😉
אפ וואס גייט דא פאר? וואס איז געווען עפעס מעשי אלימות? ווי ווער ווען? געט ארויס! און וואס שרייבט מען באלד און וואס נישט ? וואס איז די עיקר וואס איז די טפל זייער אינטערסאטנט צעטיל
ווי עס זעהט מיר אויס איז די צעטל פאלש, איך האב אנגעפרעגט ביי א חבר מיינע וועלכע וואוינט אין סקווירא און דארט ווייסט מען נישט פון קיין מכתב מחאה...
לדעתי איז דער צעטל פאלש, עס באציהט זיך אויף דעם וואס אין די לעצטוואכיגע קאמיוניטי קאנעקשאנס איז געווען א קלעסעפייד איבער גויעטעס פאר 5$ א שעה מיט א טעלעפאון # פון א רעיל עסטעיט בראוקער וואס פארקויפט הייזער ''אינדרויסן'' פון די מייל פון סקווירא.
ווער איז די בראקער?
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
לאמיר זיך זעצען לערנען א שטיקעלע הלכה אין תורה, צו זע׳ען וואס דער אויבישטער, וואס האט אונז אלע באשאפען און באפוילען, און דאס נעמט אריין הרב יעקב יוסף פון סקווער אויך, וויל פון אונז.
זאגט דער מחבר אין שו"ע (חו"מ סימן קע"ה סעי׳ מ"ב - מ"ג) המוכר לעובד כוכבים או שוכר לו, היו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שהמוכר לעכו"ם או שוכר לו משמתין אותו עד שיקבל עליו כל אונס שיבא מהעכו"ם עד שינהוג העכו"ם עם בן המצר שלו בדיני ישראל בכל ואם אנסו בדבר שלא כדין ישראל משלם המוכר.
א מענטש וואס פארקויפט, אדער פארדינגט פאר א גוי לעבען די פארמעגען פון א איד, האט מען איהם געלייגט אין ח ביז ער נעמט זיך אונטער אפצוצאלען אלע שאדענס וואס דער איד וועט האבען פון די גוי, לויט די אידישע געזעץ.
זאגט דער מחבר ווייטער, במ"ד אמורים כשיכול למוכרה או לשוכרה לישראל בדמים שנותן העכו"ם אבל אינו חייב למוכרה לישראל בפחות ואי חזינן שהעכו"ם מכוין לקנות במצר ישראל כדי להשחית נחלתו הכל לפי ראות הדיין:
ווען איז דאס ריכטיג? ווען ער קען עס פארקויפען צו פארדינגען פאר א איד פאר די געלט וואס דער גוי גיבט. ער מוז אבער נישט פארקויפען צו א איס פאר ווייניגער געלט. ווען אבער דער גוי מיינט מיט זיין צוצאלען געלט צו פארדארבען דער ארבטייל פון א איד, דורך קויפען לעבען דער איד (ווארשיינדליך ווייל דער גוי וויל שפעטער אפקויפען פון דער בן המצר פאר באלב געלט), גילט די אויסנאם נאר לויט די בליק פון די דיינים.
היוצא לנו מכל זה, איז אז חז"ל האבען געזארגט אז מ׳זאל נישט לייגען גוים לעבען אידען, נאר מ׳דארף קיין געלט נישט דערלייגען דערפאר. מ׳מעג אבער נישט ארויס העלפען דער גוי צו צושטערען די איד׳ס גיט.
לאמיר דא צונעמען די מציאות. די סקווערער ווילען טוהן וואס זיי האלטען איז דער רצון פון זייער רבינ׳ס טאטע׳ן. דאס איז נישט קיין מצוה, און ניטאמאל אן ענין אין תורה צו טוהן אזא רצון, כאטשיג ווען ער האט עס זייער שטארק געוואלט. דאס איז א געפיהל וואס זיי האבען, און זיי זאגען גאר אז אסאך פון זייער רוחניות׳דיגע מדרגות קומט פון די געפיהל. שוין, אז זיי ווילען עפעס טוהן, ווער וויל זיי אפזאגען?
אבער אין די זאכען דארף מען קודם קאנסאלטען מיט די תורה. געפיהלען זענען פיין און וואויל, אבער תורה איז עטוואס וויכטיגער. מ׳גייט צו די געגענט ווי אידען האבען לעצטענס איינגעקויפט מיט זייער אייגענע פארדינטע געלט, און דארט וואוינען זיי, און מ׳קויפט אפ הייזער, און מ׳פארדינגט זיי צו גוים. דאס איז די ערשטע שאלה, וואס איז די היתר צו גייען פארדינגען צו א גוי לעבען א איד? אבער דא איז די פראבלעם נאך מער. דיין גאנצע כוונה איז להשחית נחלתו פון א איד. פאר דעם האסטו גאר געמוזט דערלייגען געלט אויף נישט צו פארדינגען פאר א גוי. און דא קומט מען מיט טענות אויף יענעם?!
געוואלד! א סעיף אין שו"ע! און דאס אלס אין דער נאמען פון דער סקווערער רבי זצ"ל! מ׳צאפט זיין בלוט מיט דעם אז מ׳נוצט זיין נאמען צו פארלעצען די הייליגע תורה!
ביטע איבערגעבען פאר אלע סקווערער חסידים וואס איהר קענט, כדי זיי זאלען זיך צוריק ציען. איך בין דן לכף זכות אז זיי וועיסען נישט דערפון.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: די סקווירא'ער חסידים וועיסן נישט. פונקט אזוי ווי זייער רעבא וועיס נישט. דו ערווארטסט פון זיי אז זיי זאללן וויסן אדער איינהאלטן א סעיף אין שולחן ערוך. אדער אין מענטשליכקייט. די עובדי עבודה זרה וועיסן נאר עין זאך... דינען דעם (העיליגן) רעבא...ותו לא...!
פון וואטסעפפ:
צו מיין באליבטער חבר "מאז ולתמיד" החוסה בצילא דמהימנותא, חצרות קדשנו ק"ק סקווירא יצ"ו,
ווי שטענדיג, האב איך זיך זייער געפרייט צו דיין שרייבן, אבער צום באדויערן, ווען איך האב אהנגעפאנגען לייענען דעם אינהאלט בין איך געווארן זייער אנטוישט, בעיקר אין דיר. איך האב געהאלטען מעהר פון דיר...
עס איז שוין באלד שבת ביי אונז, וועל איך מקצר זיין, בפרט ווען דער סוגיא איז הקיצור יפה לה, וד"ל...
דער גאנצער ענין פון פארלאנגען א "יודען-ריין זאנע" איז נישט געהערט געווארן זייט נאצי-דייטשלאנד!!
בושנו מכל עם!!! עס ווייטאגט מיר אז מיר זענען נאך דערצו מטיל דופי און תולה דעם סירחון אויפן רבין זצ"ל, אז מיר הענגען עס אהן אויף זיין הייליגן נאמען. תסמרנה שערות ראש. אוי לאותה בושה!!!
ביזט מאריך בדברי הבל וסרק, אהן א בפירוש'ער מימרא פונ'ם רבין זצ"ל אז ער זאל האבן אזעלעכס געזאגט. מאכסט עס זייער עמאציאנאל, צו פארבלענדן די אויגן פונם לייענער. איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. צו האלטסטו מיך פאר אזא נער?
סך הכל האט דער רבי זצ"ל געבעטן בתחנונים אז כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל היטן אויפן הייליגן שטעטל. דער רבי קען נאר היטען אויב די שכנים זענען גוים?
פלעגסט מיר נאך זאגן פון דיין טאטען נ"י אז עס ווייטאגט איהם ווי ווייט דאס שטעטל פיהרט זיך נישט לויטן ציהל פונם מייסד הקדוש זצ"ל. פלעגסט מיר נאכזאגן פון איהם אז הלואי וואלט פארן רבין שליט"א געגאנגען אין לעבן אריין דאס כבוד פון זיין טאטן אפילו נאר א צעהנטל פון וויפיהל עס גייט אין לעבן אריין פאר רבי מאטעלע (כ"ק בעל אור מרדכי מוויזניץ זצ"ל)... האסט שוין פארגעסן? איך געדענק!
איך זעה ווי בהמשך פאטשקעסטו מיט הרה"ק רבי מאטעלע זצ"ל. דו האסט מיר כמ"פ נאכגעזאגט פון דיין טאטן אז אדאנק איהם וויסן מיר בכלל אז דער רבי זצ"ל האט עקזיסטירט!
איך בעט דיך אלס חבר נאמן, לאז דיך אפ פון דעם נושא וואס פארשעהמט סקווירא, און אז דו ווילסט דוקא יא זיך שרייבן דערוועגן, שרייב כאטש צו טעמבלעך, נישט צו מיר.
דיין לאנדאנער חבר בק"ק תוי"י
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
berlbalagulehווען איך האב א הו"א אז זיי קענען די סעיף אין שו"ע, החרשתי.ליטוואק פון בודאפעסט: די סקווירא'ער חסידים וועיסן נישט. פונקט אזוי ווי זייער רעבא וועיס נישט. דו ערווארטסט פון זיי אז זיי זאללן וויסן אדער איינהאלטן א סעיף אין שולחן ערוך. אדער אין מענטשליכקייט. די עובדי עבודה זרה וועיסן נאר עין זאך... דינען דעם (העיליגן) רעבא...ותו לא...!
יעצט וואס זיי ווייסען עס נישט, ביטע זייט׳ס מפרסם, שיק עס צו חברים אין שיכון, זאג פאר די עשירים וואס ספענדען געלט לעשות רצון קדשו פון זייער גייסטישע פיהרער, אז דער גאט וואס האט זיי און דער אויבענדערמאנטער ג.פ. באשאפען האט געשריבען אין זיין תורה אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען. אולי יחוס......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ציבעלע-קיגלעס איז נישט גענוג. איך האלט אז מען זאל נישט טארען קויפן קיין הייזער 20 אדער 30 מייל פון סקווער. איך וואלט נישט געוואוינט 50 מייל פון סקווירא אפי' אויב מען גיבט מיר א הויז פאר בחינם.
איך אויך נישט