ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #455
ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
איינער געדענקט נאך דעם העלבראנץ, ווען ער אי געוווען אין מאנסי האט ער געמאכט העדליינס מיט זיינע מעשים תעתועים, לעצטע יארען האט ער זיך באזעצט אין די בערג א שעה וועג פין מאנטריאל אין דארט אויפגעשטעלט זיין קולט,
יעצט קומט אריין די נייעס אז זיין אייגענע זוהן נתן א טאטע פין דריי קינדער איז אנטלאפען פין דארט, נאכדעם וואס ער האט שוין נישט געקענט פארנעמען די ליידען פין זיין טאטעס ווירטשאפט,
Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,
גוט אויב מען קען צוברענגען א לינק, אזוי קען מען וויסן מער פרטים.
אגב, אין שטיבל איז דא אן אשכול איבער דעם העלבראנץ.
Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,
כ'ווייס נישט פין קיין לינק,די נייעס אונליין איז לכאורה דא די ערשטע, כ'האב עס געהערט פין איינעם, ווען כ'וועל וויסען מער פרטים וועלעכעס בל"נ פאוסטען,
Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,
לויט די אינפארמאציע וואס כ'באקום, שטעלט זיך ארויס אזא בילד,
זיין זוהן נתן איז אים שוין לאנג נישט געווען צים הארצען די פייניגונגען אין ווייטאג וואס זיין טאטע טוט מיט זיינע מענטשען, בקיצור ער מיט זיין ווייב האבען פארדעם באקומען עונשים נוסח העלבראנץ, זיין ווייב איז פארשפארט געווארען אין א שטוב אין ער האט באקומען מכות,
זעהט זיך אויס אז יעצט איז געקומען א קלימאקס, אין ווי כ'הער האט זיין ברודער נחמן אים געגעבען מכות אים צי צווינגען זיך צי גט'ן (מדין שבועה וויל דארט דארף מען אינטערשרייבען אויף א שבועה פאר זיי האבען חתונה אז טאמער העלבראנץ הייסט זיך גט'ן דארף מען זיך גט'ן), בקיצור האט ער געהויבען פיס אין אנטלאפען,
ווי עס קוקט אויס זענען זיינע קינדער שוין א שטיק צייט אוועקגענומען פין אים אין פארשפרייט ביי אנדערע משפחות, אויך נוסח העלבראנץ וואס זיי טוען דאס כסדר ארום צי מישען די קינדער צווישען משפחות (ר"ל)
Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,
יא יא...
און די אלע וואס האבן געשריגען מ'זאל אים פון תפיסה נישט ארויס-נעמען האט מען פארשריגען "אויפגעקלערט....."...
Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,
ס'קלינגט מיר פון דעם <a class="postlink" href="http://www.mylifetime.com/movies/in-gods-country">http://www.mylifetime.com/movies/in-gods-country</a>
Re: ברעיקינג: א זוהן פין שלמה העלבראנץ אנטלאפען,
קאווע טרינקעריא יא...
און די אלע וואס האבן געשריגען מ'זאל אים פון תפיסה נישט ארויס-נעמען האט מען פארשריגען "אויפגעקלערט....."...
די פראבלעם פון אן אויפגעקלערטע איז קיינמאל נישט אז ער איז נישט גערעכט! ס'איז בלויז אז ער וואגט זיך צו זאגן זאכן פאר אנדערע באמערקן דאס אליין...
2 לענגערע קליפס פון ר' יוסל וואלדמאן מיט די העלבראנץ זון
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=uOBjXNS7GLc#">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... BjXNS7GLc#</a>!
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=DP_czxZeB8s&feature=player_embedded#">http://www.youtube.com/watch?v=DP_czxZe ... _embedded#</a>!
קען איינער פארציילען די הסטאריע? ווער איז ער? וואס טוט ער?
וויזוי לייגט מען ארויף א קליפ אינעם תגובה ?
א דאנק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/700">viewtopic.php?f=23&t=700</a><!-- l -->
איינער וואלט געדארפט ארויסגעבן א קונטרס אין אידיש אין א לייכטע לשון וואס איז מסבר די רעכטן וואס יעדער בירגער האט. ס'שיינט אז דער אינגערמאן ר' נתן ווערט ערשט איצט געוואר אז די פאליציי עקזיסטירט נישט נאר צו פארשפארן בעדפארד עוועניו ווען דער רבי מאכט חתונה, ער האט גאר רעכטן און דאס געזעץ איז דא עם צו העלפן.
איך האב נישט קיין צייט אויסצוהערן דעם גאנצן מעשה, אבער דאס ביסל וואס איך האב געמישט אהער און אהין איז דאך ממש א שרעק, קען איינער ארויפשטעלן דא אין קורצן וואס דארט גייט פאר, ווי קומט יאסל וואלדמאן אריין אין די מעשה און וואס וויל ער אויפטוהן. ער רעדט דארט עפעס וועגן א וויינגארטן, איז דאס איינער פון ישראל משה וויינגארטנ'ס קינדער? איך ווייס עטליכע פון זיי זענען אנגעקומען צו העלבראנס.
עס שטייט נישט דארט גארנישט, בעיקר קליפס און אפאר בילדער, אפשר קען מען אין ווערטער אפשרייבן בקיצור וואס דארט גייט פאר?
רחמנא לצלן, דער נחמן העלבראנץ איז ערענסט צירודערט,
אנבעליוועבעל ווי משוגע מענטשען קענען זיין, די שאלה איז נאר פארוואס מישען זיי אריין די תורה אין זייער טינופת,
דאקטער מיינסט א דאקטער וועט זיי נאך העלפען????
איז דא א מציאות צו זעהן די ווידיאוס ערגעצווי וואס איז נישט געבלאקט דורך Jnet?
keepvid.com if jnet lets it pass, paste the link in, and it will let you download the video as a link.
if not search for youtube download in google, find something that is not blocked by jnet.
איך קען נישט שרייבן אויף היידפארק, וועל איך דא שרייבן.
יוסל וואלדמאן, חזק ויעמץ!
רוה נישט איין ווילאנג די וועסט ברענגען יוסטיץ אין די קעיס, און נאכדעם צו אינגאנצען אונטער ברענגען די קליפה/קולט וואס הייסט העלבראנץ.
אומגלובליך אז אזאנס גייט פאר, ווייל נתן האט געוואלט אוועקגיין פין זיין טאטעס קולט האבען זיי איבער גערעדט זיין ווייב אז ער וויל איר פיהרען צים שמד, אין אויסגעלערענט זיינע קינדער אז זייער טאטע איז א רשע,
ס'גלייבט זיך נישט אז אזא מענטש גייט אן אזוי פיהל יארען, לאמיר האפען אז יוסל וואלדמאן וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכען א סוף דערצי אין אריינשליידערען דעם מסית ומדיח העלבראנץ אין תפיסה ווי אזאלכע קרימינאלען באלאנגען,
ער האט אזוי פיהל אידיש בלוט אין טרערען אויף זיינע הענט, עלטערען וואס ער האט באגנבעט זייערע קינדער וויינען נאך ביז היינט אין ער לאכט פין זיי, לאמיר האפען אז יעצט איז שוין זיין סוף איינמאל פאר אלעמאל,
האט די העלבראנטס פרשה עפעס א שייכות מיט די יאסעלע שוכמאכער פרשה ? עפעס מיש איך עס צאם מגירסא דינקותא
יא גוט געזאגט "איינער"
יוסל וואלדמאן חזק ואמץ,
גיי בכל חומר הדין, סיי מיט די מידיע אין סיי מיטען געזעץ, די טרערען פין צער וואס דער רשע העלבראנץ האט גורם געווען וועלען דיר העלפען צי קענען ברענגען א סוף צי דעם ממזר,
חזק ואמץ אל תירא ואל תחת ה' עמך גבור החיל
איך בין מסכים אז סיי ווער אימער עס קען ברענגען א סוף צו דעם גרוילהאפטיגקייט פון ארז טל (אק"א שלמה העלבראנץ) זאל גע'חזק'ט און גע'אמץ'ט ווערן, אבער פאר גאד'ס סעיק, אפשר וויל איינער אזוי גוט זיין און ברענגען דא א סינאפסיס פון די מעשה. איך האב געזעהן אז נתן העלבראנץ איז אוועק געלאפן פון זיין טאטן, און מען האט אים צוגעכאפט דאס ווייב און די קינדער. אבער קען איינער אפשר אראפשרייבן דא בקצרה עפעס מער פון דעם?
פליז, איך בעט אזוי שיין, איך וועל אויך זאגן שיין שקויעח.
אין בחדרי שרייבט איינער אז נאך דריי משפחות זענען אנטלאפן פון דארט און געפונען זיך אין טאהש, ווייסט איינער עפעס מער? און וואס טוט זיך מיטן אנטלאפענעם זוהן, ווי איז ער? ווי זענען זיין ווייב און קינדער?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2961661&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
יוסל וואלדמאן איז נישט מער ווי א צורייצטע הונט
די גאנצע מעשה, איז סך הכל א נעבעכדיגע יונגערמאן וואס האט זיך נישט אן עצה געגעבן מיט זיין סביבה, אויך נישט מיט זיין בני בית, ס'געשעהט קיין עין הרע לרחצה ביים אונזער היימישע עולם, לאז די משפחה, קרובים, ידידים, פארהאנדלען די זאך, לכל היותר זאלן קומען זייטיגע עסקנים אדער אפילו זאלן זיי גיין צום בית דין. אבער וויבאלד דער יונגערמאן טראגט אויף זיך די נאמען "העלבראנץ", קעטש אים, דזשאמף אן אים, ויבא עמלק, כאן מצא בעל הצלת יוסף, [פארמעקט], מקום לגבות את חובו, [פארמעקט].
קוקט אויס ווי נחמן העלבראנץ האט זיך דא איינגעשריבן
יהודי שפוידי גאנצע מעשה, איז סך הכל א נעבעכדיגע יונגערמאן וואס האט זיך נישט אן עצה געגעבן מיט זיין סביבה, אויך נישט מיט זיין בני בית, ס'געשעהט קיין עין הרע לרחצה ביים אונזער היימישע עולם, לאז די משפחה, קרובים, ידידים, פארהאנדלען די זאך, לכל היותר זאלן קומען זייטיגע עסקנים אדער אפילו זאלן זיי גיין צום בית דין. אבער וויבאלד דער יונגערמאן טראגט אויף זיך די נאמען "העלבראנץ", קעטש אים, דזשאמף אן אים, ויבא עמלק, כאן מצא בעל הצלת יוסף, [פארמעקט], מקום לגבות את חובו, [פארמעקט].
ווען עס קומט צו העלבראנץ מעג מען נוצן וואלדמאן אויכעט!!
ווער עס הערט אויס וואס נתן האט צופארציילען קומט ממש טרערן און די אויגען, און ווי יעדער פארשטייט איז עס לכאורה 100 פראצענט אמת ווער עס הערט זיין תמימות און זיין ערליכקייט ער האט גארנישט אויפגעמאכט
דער העלבראנץ איז ממש א רוצח ער מיט די קינדער, און אויב איינער איז אנטלאפען פון דארט ברויך מען העלפן זיי זאלן ארויסגעבען די געקידנעפטע קינדער
לא היה ולא נברא
ווער איז א רוצח? וואס האט העלבראנץ געטוהן אז ער איז א רוצח, א רוצח איז יוסל וואלדמאן, און יעדער וואס חבר'ט זיך מיט אים
שמואל הלויקוקט אויס ווי נחמן העלבראנץ האט זיך דא איינגעשריבן
אויב האב איך פריער געהאט א ספק דערין איז עס יעצט נאך די צווייטע תגובה פון 'שפוי' א קרוב לוודאי.
שמואל הלוישמואל הלויקוקט אויס ווי נחמן העלבראנץ האט זיך דא איינגעשריבן
אויב האב איך פריער געהאט א ספק דערין איז עס יעצט נאך די צווייטע תגובה פון 'שפוי' א קרוב לוודאי.
👍 👍 👍
ווער עס הערט נאר די פאר קליפס פארשטייט אז דא מן מעג מען צוקומען צו יוסל וואלדמאן
זר זהבהאט די העלבראנטס פרשה עפעס א שייכות מיט די יאסעלע שוכמאכער פרשה ? עפעס מיש איך עס צאם מגירסא דינקותא
העלבראנץ, נאך וואוינענדיג אין מאנסי, האט אמאל (אין די 90גער יארן) פארהאלטן א קינד ישי פימא (איינע פון די קינדער וואס ער האט פארהאלטן מיט קולטישע מאניפילאציעס). ווען די עלטערן האבן עס אפגעבעטן האט ער גע'טענה'ט ער ווייסט נישט ווי ער איז. מ'האט אים אנגעקלאגט און ער איז געזיצען אין תפיסה. די סאטמארע, ובתוכם דער ברך משה, האבן זיך געלאזט נעמען אויף א רייד אז דא רעדט מען פון א יוסעלע שוכמאכער מעשה, און מ'האט אים געשטיצט דורכאוס זיין קאורט קעיס. לויט טייל ווערסיעס האט א איד פון ק"י ישעי' בנימין האלצער אויסבאהאלטן דאס קינד ביי זיך (די פעדעראלע אגענטן האבן גערעידעד זיין הויז און גארנישט געפינען). די שאלה איז אויב יוסעלע שוכמאכער איז נישט געווען די זעלבע אבי-פארכאפט-א-קינד פון זיין פאטער מעשה (כ'קען נישט די פרטים אזוי גיט).
וואס הערט מען אויף די קליפס?
מ'הערט א פאר צרה'טע מעשה, צוויי זייטן איז ווייטער דא, וואס איז פלוצלונג דא געוואקסן דער יאשקע בן מרים אלץ א אפגאט צו מושיע און מציל זיין ווער ס'וועט אים חנפ'ענען און מסר'ן און ציפן בלוט ווער ס'וועט אים ענטפערען, איז ער דען נישט א פראסטער בלוט זויגער?
פארשטייט זיך, וויבאלד עס האנדלט פון העלבראנץ, טאר מען גאר נישט שרייבן א גוט ווארט, ווייל אויב יא איז מען דאך "העלבראנץ אליין" 😃
אבער די זאך איז דא, סאיז נישט מאהבת מרדכי נאר משנאת המן, דעם וואלדמאן האב איך פיינט שנאת מוות, און איך וויל מיך נקמה נעמען פון אים, ער האט זיך נישט אנגעהויבן נאר מיט העלבראנץ...
יהודי שפוי,
איך האב א מעסעזש פאר די וואס האבן דיר געשיקט. אז דאס איז נאר די אנהייב פון די מערכה. עס קומט א מעכטיגע מערכה אנקעגן העלבראנץ, עטס וועט נישט וויסן וואו זיך אהינצוטון, דאסמאל האט איר אנגעהויבן מיט די נישט ריכטיגע מענטשן.
ר' איינער.
אויב וויל מען פירן א מעכטיגע מערכה קעגן העלבראנס, איז יאסל וואלדמאן נישט די ריכטיגע פערזאן דערצו.
באריסטא האט געהאקט במילא איז מיין תגובה אויך פארמעגט געווארען
גערעכט ביסטו באריסטא פארן מעקן וכל הכבוד גי ווייטער אן!!
טעית לעולם חוזר
לוקס לייק סטעפלס האט א סעיל אויף אירעיסארס.
ביטע נישט אטאקירן פריוואטע מענטשן און אודאי נישט פריוואטע ניקס.
ווי 'ך זע איז דא געווען לוסטיג און לעבעדיג, און אלץ האב 'ך פארפאסט... 😞 אבער עכ"פ שרייבן 'על 'ך מעסיג און געמאסטן איינצושפארן פאר אונזערע טייערע מנהלים נאך קאפוויי.
דאס איז זיכער אז יאסל וואלדמאן איז א איד מיט אסאך פוטער אויפ'ן קאפ - ווער דען איז גרייט זיך אריין צו לייגן אין א קראנקן בעט? די פראבלעם מיט "לב טהור" איז נישט א נייע זאך. ווער ס'וויל קען זיך אנפרעגן ביי שכנים פון די סעקטע ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן מגבש זיין אין ב"פ, און דערנאך ווען זיי זענען געווארן אן ערנסטערע קהלה אין מאנסי. זיי זענען אלץ געווען ווי א ביין און האלז פאר די אידישע געזעלשאפט און מ'האט מיט זיי גארנישט געקענט מאכן. די אופן וויאזוי די רבי האט קאנטראלירט זיינע מענטשן, זייערע משפחות און רכוש איז זיכער נישט געזען געווארן קיינמאל ביי אויפריכטיגע אידן. נארוואדען? לעבן מיר דען אין אן עולם השלם? קענען דען רבנים אדער אפילו וואוילע עסקנים בעלעבאטיוון איבער אנדערע מענטשן? נאך דערצו אז ער האט אן אייגענע קהלה און מוסדות? אויף אזויפיל זעמיר געווען בעלי מזל אז ער האט פארשטאנען אז ס'איז לטובתו צו וואוינען ווי ווייטער מחוץ למחנה וואס נאר מעגליך, אבער דאס טוט נישט אוועקנעמען די פראבלעם, ס'פארהוילט עם נאר.
פון די אנדערע זייט, ווען ס'מאכט זיך יא אן ערענסטע פראבלעם ווס איז נוגע יחידים וואס ווערן ערענסט בא'עולה'ט, ווער איז דען ביכולת זיי צו העלפן? קהלות זענען נישט גרייט זיך אריין צו לייגן אין פראבלעמען פון מענטשן וואס זענען נישט א חלק פון זייער קהלה, און עסקנים לש"ש איז דא גאר ווייניק. דאס ווערט אטאמאטיש א מת מצוה פונקט ווי מאלעסטעישען. קיינער קען נישט לייקענען די ערענסטקייט פון די פראבלעם, און דאך איז נישט דא ווער ס'זאל זיין גרייט באמת צו טון דערין אויפ'ן ריכטיגער וועג. די תוצאה דערפין איז אז ס'כאפן זיך אן אין דעם פראבלעם אינשי דלא מעלי און זיי טוען באמת בעסער מאכן און קלענער מאכן דעם פראבלעם. ס'געפעלט דיר נישט? דו האסט א ברירה! גארטל דיך אונטער און ווארף דיך אריין אין עסקנות (איך ווייס נישט צו די ביסט בעסער - אבער דאך...). אהה, דו האלטסט נישט דערביי? האלט דיר אן די נאז, פארגעס אז ס'שטינקט, און לאז די אינשי דלא מעלי ענדיקן די דזשאב.
און יעצט פאר "יהודי שפוי".
לכאורה איז אפילו יעצט העלבראנץ בכלל נישט אין געפאר. ס'ווערן כסדר געבוירן נאך און זיין קהלה מערט זיך ווי אויף הייוון. איז וואס זארגסטו זיך? 'עסט פארלירן א ברודער? נא. די טאטע קען אלעמאל האבן נאך... די מאמע האט שוין נישט כח? די טאטע קען אלעמאל באקומען א היתר... זארג נישט, קיינער איז נישט ביכולת באמת אונטער צו ברענגען דיין קהלה. נארוואדען? אז ס'וועט ארויסקומען נאך יחידים וואס זוכן צו אנטלויפן שמוע אשמע צעקתו און ד'עסט שוין נישט האבן א ברירה און ד'עסט מוזן לאזן געוויסע מענטשן אנטלויפן. די גרעסערע חרד'ישע געזעלשאפט האט שוין נישט כח צו זיין פארנומען ענק שיצן. מיר האבן ליידער אסאך גרעסערע אינערליכע פראבלעמען. פון 50% פסולי עדות וחיתון צוליבן אונטער-נעט, הונדערטע מאלעסטעדע קרבנות, צענדליגע פעדאפילן וואס מיר האבן פאר זיי נישט קיין עצה, אומצאליגע נושרים, און אן אומרואיגע יוגנט, האבן מיר נישט קיין כח פאר ענקערע משוגעת'ן.
דעריבער בעטן מיר אייך בכל לשון של בקשה, אז א איד וויל זיך אפטראגן פון ענקער קהלה - לאזט עם גיין בשלום! אז איר 'עט לאזן גיין, אפשר 'עט ער אייך ווייניגער בארעדן! די בושה 'עט פשוט זיין ווייניגער!
יאסל ווייסט אבער נישט וואפארא משוגעים די זענען, זיי קען מען נישט געווינען, פינטל.
און יאסל זאל זייער ערנסט נעמען זייער סטראשונגן, אין ארץ ישראל האבן שוין ענליכע קולט'ס אוועקגעלייגט צענדליגער מענטשן נאר פארן טשעפענען, זייער מח ארבעט נישט אזוי ווי אונזער'ס פארפאלן.
העלבראנץ איז פלוצלונג געווארן יהודי שפוי?
איך האב שוין געשריבן, און פגע בו "מדת הדין", אז איך האב גארנישט מיט די העלבראנץ, איך האב געהאט א חשבון מיט הרב הקדוש המעונה ר' יוסף בן מרים לאויש"ט, שוין וויל מען נישט צולאזן דא שרייבן אויף אים קריטיק, איז נישט אנטשולדיגט, איך מאך א ויברח, וואס האט דאס מיט העלבראנץ אייגעלייגט, ס'זעהט עפעס אויס כאילו דאס יהדות החרדית איז איינגעטיילט אויף צוויי, אדער העלבראנץ אדער וואלדמאן... 😛
ס'איז דא ממוצע אויך...
יהודי שפויאיך האב שוין געשריבן, און פגע בו "מדת הדין", אז איך האב גארנישט מיט די העלבראנץ, איך האב געהאט א חשבון מיט הרב הקדוש המעונה ר' יוסף בן מרים לאויש"ט, שוין וויל מען נישט צולאזן דא שרייבן אויף אים קריטיק, איז נישט אנטשולדיגט, איך מאך א ויברח, וואס האט דאס מיט העלבראנץ אייגעלייגט, ס'זעהט עפעס אויס כאילו דאס יהדות החרדית איז איינגעטיילט אויף צוויי, אדער העלבראנץ אדער וואלדמאן... 😛
ס'איז דא ממוצע אויך...
פון די אישות וואס די האסט מיר געשיקט קוק שוין גארנישט אויס אזוי. די האסט פראבירט צו פארדרייען דעם אשכול צו וואלדמאן און עס דיר נישט געלונגען, דו ווייסטו זייער גוט אז ווען מען רעדט פון העלבראנץ ביזטו א פארלירער.
יהודי שפויווער איז א רוצח? וואס האט העלבראנץ געטוהן אז ער איז א רוצח,
1) ער האט חתונה געמאכט א 16 יעריגע מיידעל מיט א 38 יעריגע גרוש,
2) ער האט אוועק גענומען א ווייב אין קינדער פין זיין אייגענע זוהן, ווייל ער האט נישט געוואלט לייגען זיין מאמע אין חרם,
3) ער האט געלייגט זיין אייגענע ווייב אין אזוי געריפענע חרם אז זיינע קינדער אין אייניקלעך טארען נישט רעדען מיט איר פאר די איינציגע זינד אז זי האט זיך נישט געוואלט אנטוהן די שווארצע גארביטש בעגס,
4) ער האט אוועק גענומען די שכל פין צענדליגע אומשולדיגע אידען אין זיי פארוואנדעלט אין בהמות אנע קעפ,
5) נאך וואס קאשוי רב איז האט אים אסאך געהאלפען ביים זיין קידנעפינג קעיס, האט ער אלץ א שכוח באגנבעט זיינע אייניקלעך, אין זיך אויסגעלאכט ווען קאשוי רב ז"ל האט זיך געבעטען ער זאל זיי אפלאזען,
6)ער האט געסטראשעט א פרוי וואס האט זיך נישט געוואלט לאזען ברעינוואשען פין עים אז מען וועט איר ציבינדען די הענט אין די פיס אריין לייגען אין א זאק אין אריינווארפען אין טייך,
7) ער זאגט פאר זיינע בהמות אז ליגענט איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין קהילה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט באלד אלעס לייקענען אן רויט ווערען,
8) אפשער פארציילסטו וואס ער האט געטוהן מיט זיין שוועגערען, ס'דרייט זיך ארום גאר געמיינע שמועות, פרעג מנדל עקשטיין פין קרית יואל,
9) אין וואסי פשט פין די קללות ווען ענק עפענען די ארון קודש אין שעלטען מענטשען,
10) ועוד .. ועוד ... ועוד..., כל מיני שרעקליכע מעשים וואס דער שייגעץ שלמה העלבראנץ האט אפגעטוהן אינטער די מאנטעל פין א פרומער, אויף דעם זאגט דער פסוק בגדיו יהי' פרימה, אין די שעמסט זיך נישט אין פרעגסט ווי א תם פארוואס ער איז א רוצח,
אין זאג נישט אז די ביסט נישט פין די העלבראנץ מענטשען, ווייל כ'דערקען דיין שריפט אין דיין וועג פין שרייבען, דרייען א קאפ זאלסטע פאר א צווייטען, וועסט טוהן קלוג טאמער די וועסט אויך אנטלויפען, אין פארגעס נישט צי גלייך מיטנעמען דיין ווייב אין קינדער,
יהודי שפויא רוצח איז יוסל וואלדמאן, און יעדער וואס חבר'ט זיך מיט אים
יוסל וואלדמאן איז נישט קיין רוצח ער האט קיינעם נישט געמאכט אומגליקליך, ענקער שלמה העלבראנץ האט אומגליקליך געמאכט צענדליגער צענדליגער מענטשען, אין זיין שטראף וועט נאך קומען אזוי ווי די גמרא זאגט אין ירושלמי תענית "מאריך אף וגבי דיליה",
יהודי שפוימ'הערט א פאר צרה'טע מעשה, צוויי זייטן איז ווייטער דא,
נו אדרבה לאמיר הערען ענקער זייט, אבער נאר די אמת, ענק זענען דאך געלערענטע שקרנים,
יהודי שפויוואס איז פלוצלונג דא געוואקסן דער יאשקע בן מרים אלץ א אפגאט
ווער שפילט גאט ? יוסף בן מרים, אדער שלמה בן יוכבד העלבראנץ, הא ? יוסל וואלדמאן האלט זיך אפילו נישט פאר קיין צדיק בעת ענקער שלמה העלבראנץ לאזט וויסען פאר ווער ס'וויל נאר הערען אז ער איז צדיק הדור, נו גיימער האבען א שמועס וועגען א אפגאט ?
יהודי שפויצו מושיע און מציל זיין ווער ס'וועט אים חנפ'ענען און מסר'ן און ציפן בלוט ווער ס'וועט אים ענטפערען, איז ער דען נישט א פראסטער בלוט זויגער?
ניין ער איז נישט, אין העלבראנץ איז יא אזוי ווי כ'האב שוין קלאר געשריבען אין די פריערדיגע תגובה,
יהודי שפויאבער די זאך איז דא, סאיז נישט מאהבת מרדכי נאר משנאת המן,
דא האסטו דיר פארעדט אין מודה געווען אז העלבראנץ איז ווי המן,
יהודי שפוידעם וואלדמאן האב איך פיינט שנאת מוות, און איך וויל מיך נקמה נעמען פון אים,
אין וואס איז מיט לא תקום, נחמן האט דאך געזאגט אז ביי ענק האלט מען דעם שלחן ערוך,
יהודי שפויער האט זיך נישט אנגעהויבן נאר מיט העלבראנץ...
אבער נאר דאס באדערט דיר,
אל תען כסיל כאוולתו פן תשוה לו גם אתה
אלעס וואס דו שרייבסט שטאמט פון דיין גרויסע "נייטראלישקייט" צום קעיס...
הכבד ושב במקומך...
1) ער האט נישט חתונה געמאכט א 16 יעריגע מיידעל מיט א 38 יעריגע גרוש, סאיז פשוט א לאנגע מעשה, עפן אויף אן השכול "הסטאריע פונעם לאנדנע היתר מאה רבנים" וועסטו קלוגער ווערן.
2) ער האט נישט אוועק גענומען א ווייב אין קינדער פין זיין אייגענע זוהן, ווייל ער האט נישט געוואלט לייגען זיין מאמע אין חרם, ער האט בכלל נישט "אוועקגענומען", וועלעכע "חרם", חרם וויס איך נאר פון דער פרשה פון יאסל וואלדמאן בשנת תשנ"ב-ג האט מען אים מחרים געווען. אויב איינער איז געגאנגען און געלזאט די פרוי און קינדער וואו זיי זענען געווען, דארף מען צובינדען די פרוי הענט און פיס און ווארפן אין ים... ווייל טאמער נישט איז דער וואלדמאן שטייט שוין מיטן ביקס.
3) ער האט נישט געלייגט זיין אייגענע ווייב אין אזוי געריפענע חרם, דאס איז נעביך דמיונות, אגב דער "באשולדיגטער" איז דער "בכור שוטה" דארטן נישט אויף וועם דו גיסט דיין צארן, עפן אויף אן אשכול מרורות מיטן נאמען "תעתועי נחמן"...
4) וואלדמאן האט צוגעלייגט שכל פאר צענדליגע שולדיגע אידען אין זיי פארוואנדעלט אין בהמות מיט קעפ, און גרויסע הערנער אויך...
5) נאך וואס קאשוי רב איז האט אים אסאך געהאלפען ביים זיין קידנעפינג קעיס, האט ער אלץ א שכוח באגנבעט זיינע אייניקלעך (געשטאנען מיט א גרויסע זאק, מיט שטעקענעס, צוגעכאפט פון די בעיבי וועגאלע, און געלאפן מיט זיי בחצות לילה דורך א גרויסע טונעל...).
6)ער האט געסטראשעט א פרוי וואס האט זיך נישט געוואלט לאזען ברעינוואשען פין עים אז מען וועט איר ציבינדען די הענט אין די פיס אריין לייגען אין א זאק אין אריינווארפען אין טייך, און האט דערנאך מקיים פסק געווען און אריין געווארפן אין טייך מעשה שהיה... די פרוי האט געהייסן מאריא, די מאמע פון יאשקע, און מ'האט גענוצט איר בלוט פאר די מצות... איך לאך נישט.
7) וואלדמאן זאגט אז אידן זענען בהמות, און אז מסירה איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין רציחה, אן א טראפ בושה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט גארנישט לייקענען און ניטאמאל רויט ווערען,
8) אפשער פארציילסטו וואס וואלדמאן האט געטוהן מיט אורית, ס'דרייט זיך ארום גאר געמיינע שמועות, פרעג מנדל עקשטיין פין קרית יואל...
9) אין וואסי פשט פין די קללות ווען ענק עפענען די יוטיוב אין שעלטען מענטשען,
10) ועוד .. ועוד ... ועוד..., כל מיני שרעקליכע מעשים וואס דער שייגעץ יוסעל וואלדמאן האט אפגעטוהן אינטער די מאנטעל פין א פרומער, אויף דעם זאגט דער פסוק בגדיו יהי' פרימה, אין די שעמסט זיך נישט אין פרעגסט ווי א תם פארוואס ער איז א רוצח,
אין זאג נישט אז די ביסט נישט פין די וואלדמאן מענטשען, ווייל כ'דערקען דיין שריפט אין דיין וועג פין שרייבען, דרייען א קאפ זאלסטע פאר א צווייטען...
יהודי שפוי,
דא איז נישט רימנוב, דא דארפסטו פארקויפן בעסער ספין צו כאפן דעם עולם. די אפגעוועפטע שטותים קענסטו פארקויפן פאר די נידריגע סחורה וואס דרייען זיך און רימנוב.