☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

337 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #708
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

כוכב » פרייטאג יולי 15, 2016 12:36 am

· #342235
שמואל וויאזוי האסטו אינטערנעט עקסעס דארט אין גואטמאלע, און צי דער רבי לאזט דאס צו?
אלנפאלס, איך בין גענוג לאנג אין קאווע שטיבל, און ביי מיר איז נישט קיין ספק אז דו ביזט א ביליגער קינדערישער (ווארשיינליך א בחור) טראלל וואס שפילט לב טהור און טובלט זיך אין נבלות, און וואלט איך געווען א גבאי וואלט איך דיר שוין לאנג אויסגעשפארט.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 12:40 am

· #342236
ר' שמואל איך זעה ווי ערנסט דו ענטפערסט דעם עולם, איך האב אפאר טעכנישע שאלות צו פרעגן און איך וועל הנאה האבן פון ענטפערס, 1. ביטע רעד אויך פון מיר איך האב ליב מוסר פון אידן וואס באלאנגען צום אלטן דור. 2. איך מיין אז די טיים זאון אין גואטאמאלא איז אנדערש ווי דאהי, וואונדער איך זיך וויאזוי האסטו נעכטן געזאגט תיקון חצות ווען דא איז געווען חצות און נישט ווען אין גואטאמאלא איז געווען חצות. 3. עס זעהט אויס אז היינט זאגסטו נישט תיקון חצות, פארוואס?

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am

· #342237
האו האו כוכב... פערזענליך צו אטאקירן א ניק? - נאך בפרט אזא מיושב'דיגע מענטש ווי דו? - אויסשפארן, וואס? - וואו ביסטו דא, אין קראלע?

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:43 am

· #342238
געוואלדיג
ר' שמואל איך זעה ווי ערנסט דו ענטפערסט דעם עולם, איך האב אפאר טעכנישע שאלות צו פרעגן און איך וועל הנאה האבן פון ענטפערס, 1. ביטע רעד אויך פון מיר איך האב ליב מוסר פון אידן וואס באלאנגען צום אלטן דור.


ביסט א לץ, און מיט א לץ טאר מען נישט רעדן.

אז דו ווילסט הערן מוסר, דאן קענסטו הערן דעם טעלפאן ליין, איך זאג דיר צו אז ווען דו וועסט זיך אוועקזעצן דריי שעה אין א פארמאכטע צימער און אויסהערן בכובד ראש, וועסטו ארויסקומען פון דארט אנדערש.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 12:45 am

· #342239
אינטרעסאנט ווי אנאנים האט זוכה געווען צו זיידענע הענטוך און מיך האסטו אפגענטפערט מיט א ביליגע ענטפער אנשטאט צו מסביר זיין און ענטפערן מיינע צוויי פשוטע פראגעס, און ביטע שיק מיר די נאמבער איך האב עס נישט

סאשי פיש » פרייטאג יולי 15, 2016 12:46 am

· #342240
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
היינט איז נישט געווען קיין תיקון חצות?

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:47 am

· #342241
פארגלייכסט זיך טאקע צו שש? - איך הער גוט?

איך קוילער זיך פאר געלעכטער פאר דיין תגובה... וואס האלט דער עולם, געוואלדיג קען זיך פארגלייכן מיט אנאנים?

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 12:48 am

· #342243
גראדע יא, פארוואס נישט, ווער רעדט פון כשרונות מען רעדט פון יר"ש. און חוץ מזה איז מיר אינטרעסאנט צו דיין רבי תמ"ל לערנט אויס צו פארשעמען אנדערע?

zurich » פרייטאג יולי 15, 2016 12:49 am

· #342244
כוכב
שמואל וויאזוי האסטו אינטערנעט עקסעס דארט אין גואטמאלע, און צי דער רבי לאזט דאס צו?
.

די רבי האט עם געגעבן רשות צו האבן אינטערנעט כדאי צו קענען אפענטפערן די אפיקורסים און ליצים וואס דרייען זיך דא!

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:50 am

· #342245
געוואלדיג
גראדע יא, פארוואס נישט, ווער רעדט פון כשרונות מען רעדט פון יר"ש. און חוץ מזה איז מיר אינטרעסאנט צו דיין רבי תמ"ל לערנט אויס צו פארשעמען אנדערע?


אוי געוואלדיג, איך בעט דיר מחילה אז ביסט נפגע געווארן. איך האב פארשטאנען לכתחילה אז דו וועסט נישט נפגע ווערן, ווייל מיר צו טשעפען האסטו נישט געהאט קיין פראבלעם... אבער אז דו ביסט נפגע געווארן בעט איך דיר מחילה, אז דו זאלסט מיר מוחל זיין בלב שלם.

ביטע זאגן מיטן מויל אז דו ביסט מיר מוחל.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 12:51 am

· #342246
איך בין מוחל במחילה גמורה בתנאי אז דו ווייזט מיר וואו איך האב דיר געטשעפעט און אז דו ענטפערסט מינע צוויי פשוטע פראגעס, א דאנק.

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:52 am

· #342247
zurich
כוכב
שמואל וויאזוי האסטו אינטערנעט עקסעס דארט אין גואטמאלע, און צי דער רבי לאזט דאס צו?
.



מ'האט דא אויפגעפיקסט א נייער אפיס אין בעיסמענט פון די בילדינג, פאר די מוסדות. וויבאלד איך העלף אביסל ארויס די מוסדות, האב איך טיילמאל צוטריט, נישט אלעמאל.

ראוונע » פרייטאג יולי 15, 2016 1:41 am

· #342260
שמואל פרימו
ראוונע, לזכותך יאמר אז דו ביסט דער ערשטער צו פרעגן זאכליכע קושיות און איך בין דא צו ענטפערן. אבער איידער איך ענטפער, א ווארט פאר די אנדערע מיטגלידער:

איר זעט ווי אזוי מען מאכט א רצח אויף א גאנצע קהילה? - איך בין שוין דא צוויי טעג, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו פרעגן זאכליכע שאלות, נאר אטאקעס האט מען דא געווארפן, און גראדע זינלאזע אטאקעס. איר פארשטייט? - די זעלבע וואס האבן געשריגן "לאמיר זיך נישט לאזן שאטנאזשירן" - זאל ער ענטפערן קושיות, וכדו', ער פירט זיך אויף ווי א גורו - מאכט יענעם פילן גילטי, דוקא די זענען געווען די וואס האבן אטאקירט, געשריבן צפון קאירא, געשאלטן אנדערע קללות... זיי זענען געווען די וואס האבן אנגעהויבן אויף דער מהלך פון אטאקירן, און ווען זיי זעען אז איך קען אויך גיין אויף דעם וועג, וויינען זיי ווי א ביבער, היתכן, מען מאכט יענעם פילן גילטי.. נו נו, איר אליין האט אויסגעקליבן דעם דרך.

אצינד צו דיינע קושיות:
איך וועל גיין אחת לאחת, אבער די ערשטע קושיא האב איך אויסדערוועלט אז עס זאל פארענטפערט ווערן צום סוף, וויבאלד עס פארלאנגט אן אריכות'דיגן ענטפער:
א. פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?

ענטפער:
קודם כל זענען די "פילן" - פון וואס מען מאכט אזא גרויסן בער - פשוטע ווייטעמינען. מיין רבי איז זייער א העלטי מענטש און באפעלט כסדר אכטונג צו געבן אויף די געזונט פון דעם עולם. ער אליין נעמט פארשידענע ווייטעמינען און נאטורליכע רפואות, ער איז זייער א נאטורליכער מענטש. לדוגמא, א גרויסער חלק פון די תקנות הקהילה, איז אוועקגעשטעלט אויף שמירת הגוף והנפש, ביי אונז אין לב-טהור טאר מען נישט רויכערן, א חסיד פון לב טהור רויכערט נישט אפילו פשוט'ע ציגערעטלעך, ווייל עס איז נישט געזונט, עס איז איינע פון די תקנות הקהילה.

אין לב טהור פירט מען אן מיט א שווערע סדר-היום, עס ווערט פארלאנגט פונעם ציבור עבודת השם ביגיעה, אויפשטיין און לערנען וכו'. דער רבי שליט"א שפירט אז צוזאמען מיט דעם, דארף קומען אכטונג צו געבן אויף די געזונט און דאס נישט פארנאכטלעסיגן, וויבאלד דאס קען ברענגען א גרויסער שאדן פאר דעם נפש. דעריבער איז דאס א חלק וואס דער רבי פארלאנגט (ער פארלאנגט עס נישט פון יעדן, הגם ער איז דאס שטארק מעודד, אבער פון געוויסע שוואכע נפשות איז דאס א פארלאנג און עס איז ארויפגעלייגט אויפן סדר היום צעטיל), אז מען זאל נעמען די ווייטאמינען.

יעצט, עס איז יא פאראן אזא זאך ווי פילן, אבער נישט 'פארן ציבור', אזוי ווי דו האסט מנסח געווען דיין טענה. געוויסע יחידים וואס זענען געקומען קיין לב-טהור און האבן פארמאגט א גייסטישע היסטאריע, האט דער רבי זיי דיקטירט אין די דירעקציע פון פילן. דער רבי האט זיי דאן געשיקט צו א דאקטער וועלכער האט זיי פארארדנט פילן, אין געוויסע פעלער זענען די פילן געווען ביים רבי'ן, און יענער האט געמוזט יעדן טאג קומען נעמען די פילן, אויס מורא אז זיי וועלן נישט נעמען וואס זיי דארפן צו נעמען.

היינט צו טאגס איז כמעט נישטא אזעלכע סארט מענטשן. אפשר איינער, וואס איך בין נישט זיכער צי ער נעמט טאקע אדער נישט.

ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)

ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.

אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.

דעריבער זענען פאראן אזעלכע (נישט בכפיה נאר מרצונם הטוב), וואס קומען און בעטן אז מען זאל זיי שלאגן מלקות. צומאל בעט מען איינעם פון די חסידים, אמאל סתם א חבר און אמאל האט מען ליב צו גיין צו הרב ראזנער שליט"א, און אמאל זענען פאראן אזעלכע וואס שעמען זיך פאר די חברים און קומען צום רבי'ן אליין, וועלכער טוט דאס פאר די חסידים.

עס איז נישט פאראן בשום אופן א מצב, אז דער רבי תמ"ל זאל אריינרופן א יונגערמאן און אים געבן מלקות אלס שטראף אדער פאר אן עבירה.

ג. פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)

ענטפער:
איך קען דיר ענטפערן באריכות, אבער איך וועל דיר ענטפערן פשוט'ער.
פארוואס איז ר' אהרן טייטלבוים אנטלאפן פון זיין טאטע'ן?
פארוואס איז ויז'ניצע רבי (א' און ב' - קודם ער און נאכדעם ער) אנטלאפן פון זיין טאטע'?
נאך א ליסטע פון רבי'שע נעמען...
פרעגסט קושיות אויף רבי'שע פאליטיק? - מאכט זיך אין יעדע קהילה - איבעראל איז דער אנדערער דער שגץ...
(גוט, איך מוז מיר באווארענען... אנדערע וועלן פרעגן אז זיי זענען נישט אנטלאפן, נאר מען האט זיי פארשיקט... מורא'דיג - אפגעפרעגט... הצד השוה אז רבי'שע פאליטיק איז דא איבעראל.)

ד. איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ענטפער:

הא הא, דו האסט א הוכחה דערויף? - אדער האסטו עס אליין געהערט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר... די דורטי מיינדס פון מענטשן, וואס האבן ליב צו גלויבן יעדע שמוץ. יא יא, די זעלבע שמועות וואס מען האט געזאגט פארן צאנזער רב אז אין רוזשין פארן די פרויען אויף פערד און די פרויען טאנצן אין בית-המדרש. אלס יונגל האט מען מיר געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי נעמט אויף נשים מיט א פארמאכטע טיר ביחידות, מיט א היתר אז לייבל גרונער קען דארט אריינקומען (אויב ער וויל - ער וואלט עס דאך קיינמאל נישט געטאן פאר זיין רבי'ן...)

זאג נאר, וועלכער דזשענערעישן ביסטו? - ביסט טאקע אזוי פאנאטיש צו גלויבן די אלע שמועות?

אינטערעסאנט אז דו האסט מיר נישט געפרעגט איבער דאס וואס מען האט מיר פארקויפט אלס בחור, אז דער רבי האט א ריזיגע ווידאו מאשין, דארט האט ער אויגן צו יעדן חסיד אין בעדרום און ער האלט אלעס מיט מיטן חסיד, און אויף מארגן גיבט ער אים מלקות אויב האט ער זיך נישט שיין אויפגעפירט... הער אויף מיט די נאנסענס.

אויף מיין ערשטע שאלה האסטו נישט גענטפערט
פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט מענער וואס זענען אסאך עלטער ווי זיי?
דעס וואס די זאגסט לגבי מלקות אז עס איז קיינמאל נישט בכפי׳ איך קען פערזענליך א אינגערמאן וואס האט געוואלט איבערלאזען די קהלה (ווי ער איז אויפגעוואקסען דארט נאך פון אלץ קינד. אין ער האט געוואלט איבערלאזען זיין ווייב אין אוועקגיין פון דארט האט ער קודם געדארפט מקבל זיין מלקות אין נאכדעם האט ער געקענט געבן א גט פאר זיין ווייב
אין איך שטעל מיך פאר אז די גייסט מיר ענטפערען אז ער זאגט מיר ליגענט אבער איך קען אים שוין פון אלץ קינד אין איז אלע יארען געווען א הייסע לב טהור חסיד אין פלוצלינג דא פארציילט ער אזאלכע מעשיות וואס איז דרך אגב עפעס וואס מען הערט פון יעדעם וואס איז אנטלאפען פון דארט אז מלקות איז א רעגולער עונש דארט עס איז נאכנישט געווען איינער וואס זאל אנטלויפען פון דארט אין זאגען אז די גאנצע מלקות געשעפט איז לא דובים ולא יער

ביליג » פרייטאג יולי 15, 2016 2:18 am

· #342266
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
איינער האט אפשר א בילד פון דעם תמ"ל ?
עס איז מיר שווער פאר מיין דמיון צו ליינען פון א מענטש תמ"ל, אן וויסן ווי אזוי ער זעהט אויס
תודה מראש
און בדרך אגב פארוואס תמ"ל ? נישט מלקותיו מגן לנו ? אדער אפילו עפעס אן אנדערע מעלה וואס ער האט, וואס מען קען זעהן, נישט נאר דארפן גלייבן ?

ראוונע » פרייטאג יולי 15, 2016 2:24 am

· #342267
ביליג
איינער האט אפשר א בילד פון דעם תמ"ל ?
עס איז מיר שווער פאר מיין דמיון צו ליינען פון א מענטש תמ"ל, אן וויסן ווי אזוי ער זעהט אויס
תודה מראש
און בדרך אגב פארוואס תמ"ל ? נישט מלקותיו מגן לנו ? אדער אפילו עפעס אן אנדערע מעלה וואס ער האט, וואס מען קען זעהן, נישט נאר דארפן גלייבן ?
📎 image.jpeg

ביליג » פרייטאג יולי 15, 2016 2:44 am

· #342268
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
@שמואל פרימו @יהודי שפוי (ז"ל) היינו הך נאר מיט 4G אנשטאט מיט 3G

יהודי שפוי

הכבד ושב במקומך...

1) ער האט נישט חתונה געמאכט א 16 יעריגע מיידעל מיט א 38 יעריגע גרוש, סאיז פשוט א לאנגע מעשה, עפן אויף אן השכול "הסטאריע פונעם לאנדנע היתר מאה רבנים" וועסטו קלוגער ווערן.

2) ער האט נישט אוועק גענומען א ווייב אין קינדער פין זיין אייגענע זוהן, ווייל ער האט נישט געוואלט לייגען זיין מאמע אין חרם, ער האט בכלל נישט "אוועקגענומען", וועלעכע "חרם", חרם וויס איך נאר פון דער פרשה פון יאסל וואלדמאן בשנת תשנ"ב-ג האט מען אים מחרים געווען. אויב איינער איז געגאנגען און געלזאט די פרוי און קינדער וואו זיי זענען געווען, דארף מען צובינדען די פרוי הענט און פיס און ווארפן אין ים... ווייל טאמער נישט איז דער וואלדמאן שטייט שוין מיטן ביקס.

3) ער האט נישט געלייגט זיין אייגענע ווייב אין אזוי געריפענע חרם, דאס איז נעביך דמיונות, אגב דער "באשולדיגטער" איז דער "בכור שוטה" דארטן נישט אויף וועם דו גיסט דיין צארן, עפן אויף אן אשכול מרורות מיטן נאמען "תעתועי נחמן"...

4) וואלדמאן האט צוגעלייגט שכל פאר צענדליגע שולדיגע אידען אין זיי פארוואנדעלט אין בהמות מיט קעפ, און גרויסע הערנער אויך...

5) נאך וואס קאשוי רב איז האט אים אסאך געהאלפען ביים זיין קידנעפינג קעיס, האט ער אלץ א שכוח באגנבעט זיינע אייניקלעך (געשטאנען מיט א גרויסע זאק, מיט שטעקענעס, צוגעכאפט פון די בעיבי וועגאלע, און געלאפן מיט זיי בחצות לילה דורך א גרויסע טונעל...).

6)ער האט געסטראשעט א פרוי וואס האט זיך נישט געוואלט לאזען ברעינוואשען פין עים אז מען וועט איר ציבינדען די הענט אין די פיס אריין לייגען אין א זאק אין אריינווארפען אין טייך, און האט דערנאך מקיים פסק געווען און אריין געווארפן אין טייך מעשה שהיה... די פרוי האט געהייסן מאריא, די מאמע פון יאשקע, און מ'האט גענוצט איר בלוט פאר די מצות... איך לאך נישט.

7) וואלדמאן זאגט אז אידן זענען בהמות, און אז מסירה איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין רציחה, אן א טראפ בושה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט גארנישט לייקענען און ניטאמאל רויט ווערען,

8) אפשער פארציילסטו וואס וואלדמאן האט געטוהן מיט אורית, ס'דרייט זיך ארום גאר געמיינע שמועות, פרעג מנדל עקשטיין פין קרית יואל...

9) אין וואסי פשט פין די קללות ווען ענק עפענען די יוטיוב אין שעלטען מענטשען,

10) ועוד .. ועוד ... ועוד..., כל מיני שרעקליכע מעשים וואס דער שייגעץ יוסעל וואלדמאן האט אפגעטוהן אינטער די מאנטעל פין א פרומער, אויף דעם זאגט דער פסוק בגדיו יהי' פרימה, אין די שעמסט זיך נישט אין פרעגסט ווי א תם פארוואס ער איז א רוצח,

ביליג » פרייטאג יולי 15, 2016 2:46 am

· #342269
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

ביליג » פרייטאג יולי 15, 2016 2:48 am

· #342270
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
אפילו קאשוי רב האט אים מכטיר געווען אלץ ההר"ג ... א פרישע טיטל ההרג אדער ההורג ? אבער נישט קיין תמ"ל !!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 15, 2016 5:06 am

· #342281
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
וואס מיינט 'אויסוואשען די נשמה'? ווי ווערט די זאך דערמאנט אין די תורה און פ"וו דארף מען וואוינען אין א פארמאכטען סאסייעטי דאס צו טוהן? וואס האט דאס מיט ווייבער גייען אנגעטוהן מאדנע, מיט אויפשטעלען א מנהיג אן ע"ה, מיט שטעלען קינדער אקעגען זייער עלטערען, מיט עסען ארגאניק פרוכט און גרינס, מיט אינגלעך טראגען מאדנע דאשיקע'ס, מיט נישט גייען ארבעטען געהעריג, מיט 'באקעמפען' ציונים מיט אן אנשיקעניש פון גראבע בלויע הויפענעס אנגעקאטשקעטע פאפיר, וכהנה וכהנה נערישקייטען?
מערקט'ס אז איך האב נישט דערמאנט קיין איין אך וואס איז נישט קלאר אויפצוווייזען פאר יעדער איינער.

דאס האב איך געפרעגט נעכטען. האסטו צוגעזאגט אז דו גייסט ענטפערען די זאכליכע שאלות.

בת קול » פרייטאג יולי 15, 2016 10:57 am

· #342300
פארוואס אטראקט לב טהור נאר פארשוינען פון צובראכענע שטובער, בעלי תשובה, און נעבי מענטשן? און די פאר פון נארמאלע היימען, פארוואס זענען זיי נישט אויף ספיקינג טירמס מיט זייערע משפחות?
אוואו זענען די מענטשן וואו אנאנים, וואס דו קוקסט אזוי ארויף?

ווי אויך- פון וועם נעמט דיין רבי- א בעל תשובה זעלבסט- הדרכה?

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 11:02 am

· #342301
בת קול, דו קענסט די מענטשן פון דארט? - דו ווייסט פון וועמען מען רעדט?

גאנצל » פרייטאג יולי 15, 2016 11:06 am

· #342302
א קאמפלימענט
שמואל א קאפלימענט קומט זיך דיר זיכער ........ דו מאכסט עס אייזן ....... אין א ערנסטע מינע דו האסט גאנץ א פיין פעדער

איין זאך זעי איך פילן פון דיין רבין האסטו שוין גענומען....... מלקות זעיט אויס האסטו נאך נישט אויפגעפיקט...... קום אהער לייג דיך איבער איך וועל דיר געבן ארבעים חסר אחת אבער געבן

געוואלדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 11:27 am

· #342307
שמואל פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן די פשוטע פראגעס

געוואלדיג
2. איך מיין אז די טיים זאון אין גואטאמאלא איז אנדערש ווי דאהי, וואונדער איך זיך וויאזוי האסטו נעכטן געזאגט תיקון חצות ווען דא איז געווען חצות און נישט ווען אין גואטאמאלא איז געווען חצות. 3. עס זעהט אויס אז היינט זאגסטו נישט תיקון חצות, פארוואס?

??????????????????...


א שקרן דארף האבן א גוטע זכרון!!!!!

פרעג נאר שטילע,

קל וחומר » פרייטאג יולי 15, 2016 11:30 am

· #342308
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
זיי מאכן דארט ערלי חצות.
ענליך צו ערלי שבת.

ס'דא סודות נשגבות אינעם עניין. והוא רחום יכפר.

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג יולי 15, 2016 11:39 am

· #342309
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
סאיז א שאד זיך טענען יעדער ווייסט אלעס זייט סהאט זיך אונגעהויבן זייער פרשה פין אנטלויפן פין קענאדא.

שמואל האסט אביסעל צופרי אונגעהויבן מיט צוריקדרייען די מעשה געב עס אפאר יאר.

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 15, 2016 12:22 pm

· #342325
דבר תורה לכבוד שבת
געהערט געווארן נעכטן ליל-שישי ביי די חבריא קדישא פון
הרה"ג ר' מאיר יששכר ראזנער שליט"א
יד ימינו פון כ"ק מרן אדמו"ר תמ"ל הגה"ק שליט"א.

וישב ממני שבי
עס איז באקאנט פון תלמידי בעל-שם-טוב אויפן פסוק 'עלית למרום שבית שבי'
שבי איז ראשי-תיבות שמעון בר יוחאי (הרשב"י)
שבי איז ראשי-תיבות שלמה בן יצחק (רש"י)
שבי איז ראשי-תיבות יצחק בן שלמה (אריז"ל)
שבי איז ראשי-תיבות ישראל בן שרה (בעל-שם-טוב)
שבי איז ראשי-תיבות ישראל בן שלום (מרן הריזשענער זצוק"ל)
שבי איז ראשי-תיבות שלמה בן יוכבד (הרבי שליט"א)

די אלע דאזיגע צדיקים, די ראשי האומות זענען געווען א הכנה לביאת המשיח, בשעת יעדער צדיק האט געברענגט א חידוש אויף דער וועלט, מקרב צו זיין נאכמער דער ביאת הגואל שיבוא בב"א. דער ערשטער איז געווען דער רשב"י, וואס מיטן כח הקבלה וואס ער האט מגלה געווען אינעם ספר הזוהר, אזוי ווי ער שרייבט בספר הזוהר נפקין מן גלותא, דורך דער גרויסער כח פון דעם זוהר הק'.
דערנאך איז געקומען רש"י הק', מיט זיין געוואלדיגער כח, צדקות און קדושה, כידוע לכל.
דאן איז געקומען דער אריז"ל, וואס האט מפרסם געווען און מפתח געווען דער תורת הסוד און מגלה געווען דעם סוד פון שבירת הכלים, ביז זיין תלמיד רבי חיים ויטאל שרייבט אויף אים 'לא היה מי שישיג חכמה זו על אמתתה כמוהו'. און כידוע איז דאס געווען א הכנה לביאת המשיח ולעולם התיקון שכולו טוב.
ווער רעדט נאך ווען עס איז געקומען דער מיסד תנועת החסידות, דער הייליגער בעל-שם-טוב, וואס זיין דרך האט אריינגעברענגט א נייעם אור אין די גאנצע וועלט, וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז דאס איז א הכנה לביאת המשיח און נאך פיל העכער דערפון.
צווישן די גדולי צדיקי הדור האט זיך געפינען דער הייליגער רוזשענער זצ"ל, וואס זיין אייגנארטיגער העכערער מהלך אין עבודת-השם איז תמיר ונעלם מיט סודות נפלאים ורזין דרזין. כידוע האט דער רוזשענער געזאגט אז איידער משיח וועט קומען, וועט אראפקומען א גל פון כפירה אויף דער וועלט, און בפרט פאר רוזשענער חסידים, און נאר דורך אמונת חכמים און סיפורי צדיקים וועט מען זיך קענען האלטן.
ואחרון חביב, דער הייליגער רבי שליט"א, וואס האט מגלה געווען דעם סוד החיים למקרביו, וואס אין זיין זכות האט די וועלט א קיום.

אצינד, אין די וואכנדיגע סדרה שטייט דער פסוק 'וישב ממני שבי', וואס חז"ל דרש'ענען דערויף 'אינו אלא שפחה אחת'. ווי באקאנט וועט משיח נתגלה ווערן כעני ורוכב על החמור, ער זיצט בשערי רומי ווי אן עני מצורע וכדו' וכדו'. משיח דארף ליידן פארן דור, צו מכפר זיין די עוונות פונעם דור, און נאר דורכדעם קען משיח נתגלה ווערן. דער באשעפער האט זיינע חשבונות ווי אזוי עס קען אויסגעפירט ווערן בפועל, אז משיח, אדער דער מקרב המשיח זאל אויספירן זיין שליחות, אבער דער ווייטאג איז דעמאלס, ווען עס איז 'וישב ממני שבי', אז כלל-ישראל איז גורם אז די יסורים זאלן קומען פאר משיח אדער פארן מקרב המשיח, וישב ממני - ווען עס איז פאראן א גורם צו 'שבי' - דער רבי תמ"ל.

אבער חז"ל זענען מקדים און זאגן, אז עס איז בלויז שפחה אחת... דער מכיוון דערין איז, אז טראצדעם וואס עס דוכט זיך פאר געוויסע, אז זיי האבן דאס גורם געווען, איז דאס פארט דעם רבי'נס אייגענע החלטות. דער רבי האט דאס גענומען אויף זיך מרצונו הטוב, וועלנדיג אפקומען פאר די עבירות שבדור (בתוכם זיינע מתנגדים). דאס איז מרומז אינעם פסוק 'וישב' ממנו שבי' 'וישב' איז אויך די ראשי-תיבות פונעם רבי'נס נאמען. אז דער רבי האט עס אליין אויף זיך גענומען.

דער רמב"ן איז מחדש, אז דער שפחה וואס מען האט געפאנגען, איז גאר געווען פארקערט, דהיינו אז די אידן האבן געפאנגען א שפחה פון די כנענים, און דער רמב"ן איז דאס מדייק פון דער לשון 'שבי'. לויט דער דאזיגער רמב"ן קומט אונז די תורה לערנען דער מהות פון דער 'שבי' - דער צדיק הדור שליט"א, דער מקרב לביאת המשיח, דהיינו אז דער צד-הקדושה האט געפאנגען דעם 'שבי' פון די צד הכנענים. דאס ווייזט אויפן עבר פונעם רבי'ן תמ"ל, ווי אזוי דער צד הקדושה האט זיך געשלאגן מיטן צד הטמאה, ביז עווענטואל האט כלל-ישראל און די צד הקדושה געוואונען, וישב ממנו שבי, מען האט ארויסגעראטעוועט דעם 'שבי' פון די כנענים (וכדברי האוה"ח הק' דברים כא יא - עיי"ש ותמצא נחת). אט דאס איז די התחלת מלחמות גוג ומגוג, וואס ווערט פארווירקלכט אין די רוחניות'דיגע מלחמה קעגן די ציונים, וואס דורכדעם קען משיח נתגלה ווערן כעני ורוכב על החמור, בב"א.

ר' מאיר יששכר האט מרמז געווען און ארומגערעדט נאך ענינים, אבער דאס איז שוין פנימי - נישט פארן עולם.

שבת אחים » פרייטאג יולי 15, 2016 12:50 pm

· #342335
די תורה איז געזאגט געווארן פאר חצות הלילה אדער נאך חצות הלילה? אדער גאר מעגליך אז סאיז געוועהן פונקט ביי די שקיעה 20 מינוט מיט פיר חלקים פונעם נץ החמה פארן זריחה פון בין השמשות? כ׳דארף זייער וויכטיג וויסן, ביטע ענטפערן ווי אומשנעלעסטן.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 12:53 pm

· #342337
שמואל פרימו

דער ערשטער איז געווען דער רשב"י
דערנאך איז געקומען רש"י הק'
דאן איז געקומען דער אריז"ל,
ווער רעדט נאך דער הייליגער בעל-שם-טוב
צווישן די גדולי צדיקי הדור האט זיך געפינען דער הייליגער רוזשענער זצ"ל

ואחרון חביב, דער הייליגער רבי שליט"א, וואס האט מגלה געווען דעם סוד החיים למקרביו, וואס אין זיין זכות האט די וועלט א קיום.


❗ ❗ ❗ ❗ ❗

שבת אחים » פרייטאג יולי 15, 2016 12:56 pm

· #342339
מ׳זאגט נאך בשם תלמידי בע״ש אז דער הייליגער רושינער זי״ע פלעגט טאקע טיילן מלכות מיט א גאלדענע ריט אלץ מלכות בית דוד אויס!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 15, 2016 1:16 pm

· #342343
איך האב אן אייזענע ליטווישע קשיא. טאמער די תורות זענען ריכטיג, וואלט געדארפט שטייען אין תורה וישב ממנו אבי, און דערנאך וואלט מען געדארפט טוישען די נעמען פון אלע גדולים אין דיין רשימה, אנהייבענדיג פון רש"י ביז דער בעש"ט?
אלא מאי וואס?
משיח איז גאר דער ליובאוויטשער רבי, אדער הרב עובדיה יוסף, און בן תמ"ליון איז סתם מעכיל, והכל על מקומו יבא בשלום.
און יעצט קען מען צוגייען צו דברי אגדה.....
אבער דאס איז נאר פנימי, נישט פאר'ן עולם 😃

גר ותושב » פרייטאג יולי 15, 2016 1:33 pm

· #342347
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל אפשר בוסטו אונז מגלה די סוד החיים? איך הייב שוין אן צו טראכטן אז עפעס ליגט אין די ווייטימינען.

גר ותושב » פרייטאג יולי 15, 2016 1:37 pm

· #342348
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
שמואל פרימו
כידוע האט דער רוזשענער געזאגט אז איידער משיח וועט קומען, וועט אראפקומען א גל פון כפירה אויף דער וועלט, און בפרט פאר רוזשענער חסידים,


איז נאך היינט דא ריזשינע חסידים?
מהיכא תיתי אז די מבול וועט זיין בפרט פאר די ריזשענע חסידים?
עינק פאררופן זיך אויף ריזשען?
איז עינקע רבי א דירעקטע אייניקל?
איך האב אייך אן עצה פאררופט זיך נישט אויפן ריזשינער לאזט עים שוכן עפר זיין במנוחה וועלן עינק נישט האבן די גל כפירה!

כוכב » פרייטאג יולי 15, 2016 1:48 pm

· #342350
שמואל מיט וואס איז לב טהור אנדערש ווי אנדערע טויזנטער כיתים מכיתים שונים אין אלע סארטן רעליגיעז וואס דינען און זענען פולקאם אונטערן קאנטראל פון איין יחיד.
דאס איז די דעפיניציע פון א קולט מיין פריינט.
און בכלל, אפשר טרעפסטו מיר א לעגיטימע פרעצעדענט צו לב טהור אין כלל ישראל'ס היסטאריע?

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 2:00 pm

· #342353
גאנצל
שמואל א קאפלימענט קומט זיך דיר זיכער ........ דו מאכסט עס אייזן ....... אין א ערנסטע מינע דו האסט גאנץ א פיין פעדער

איין זאך זעי איך פילן פון דיין רבין האסטו שוין גענומען....... מלקות זעיט אויס האסטו נאך נישט אויפגעפיקט...... קום אהער לייג דיך איבער איך וועל דיר געבן ארבעים חסר אחת אבער געבן

גאנצל: ס'רעדסטו. ער האלט אז ס'איז א זכייה צו כאפן מלקות פון זיין רבי'ן תמ"ל. מ'שטייט אין די ליין זיך איבערצולייגן פאר'ן רעבי'ן...!
איך האלט אז די רבי תמ"ל קען אריינגיין אין א נייע ליין. מוהלות. אין לויף פון די יארן איז ער געווארן א גרויסער עקספערט... 😂 🙄

שבת אחים » פרייטאג יולי 15, 2016 2:11 pm

· #342354
כוכב

און בכלל, אפשר טרעפסטו מיר א לעגיטימע פרעצעדענט צו לב טהור אין כלל ישראל'ס היסטאריע?


אין אמתן אריין איז עס נישט קיין סאך אנדערש ווי למשל מאנסי וויזניץ ווי ר׳ מאטעלע דיקטיריט זיינע מענטשען און ווי סקווירא ווי ר׳ דוד׳ל דיקטיריט זיינע מענטשען, די איינציגסטע חילוק איז נאר אז העלבראנץ איז אביסלע מעהר ראדיקאל. נעם צום ביישפיל די אלע תקנות וואס ר׳ מאטעלע האט געמאכט ווי למשל נישט מאכן קיין איין בילד ביי קיין חתנות (אז נישט קען מען נישט מאכן די חופה ביי אים), פון ווי נעמט ער דעס? פארוואס זאל א כלה נישט מעגן האבן א בילד פון די טאג פון איר חתונה??? עטליסט איין בילד? , און מ׳קען אנווייזן צענדליגער ״משוגעתן״ וואס איז איבערנאכט געווארן ׳תורת משה׳ אין מאנסי וויזניץ און אין אנדערע פארנאטישע חסידות׳ן וואס איז לדעתי די זעלבע דערהער און די זעלבע בחינה ווי א קולט, ענליך צו העלבראנץ ווי איין מענטש מאכט דיסאושנס און רוללס פאר גאנצען קהל און יעדער ווארט וואס ער זאגט איז הייליג ביי דעפינישאון. אדרבה זייטס מסביר די חילוק צווישן העלבראנץ און מאנסי וויזניץ /סקווירא חוץ אז סאיז אביסלע ווייניגער פארוקט און עקסטרעם?

בן אדם » פרייטאג יולי 15, 2016 2:13 pm

· #342355
קענסט מיך ברענגען א מקור צו די רוז'ינערס מימרא?
דער ראזנער תמ"ל האט לכאורה געמאכט א קוגל פון אפאר מאמרים פונ'ם רוז'ינער פאר זיין אינטערעסע...

עניוועי, לויט דעם קומט אויס אז וויבאלד ענקער רבי איז נאך גרעסער זענט עטס גרעסערע אפיקורסים...!

מרדכי ישראל » זונטאג יולי 17, 2016 10:17 am

· #342440
איז נישט די רבי'ס נאמען ארז אלברנס?
וויאזוי שטימט עס מיט ושבית שבי?

איך אויך » זונטאג יולי 17, 2016 1:36 pm

· #342485
יאפ די קעפל איז פארפירענד.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 17, 2016 1:43 pm

· #342490
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אן אייזענע ליטווישע קשיא. טאמער די תורות זענען ריכטיג, וואלט געדארפט שטייען אין תורה וישב ממנו אבי, און דערנאך וואלט מען געדארפט טוישען די נעמען פון אלע גדולים אין דיין רשימה, אנהייבענדיג פון רש"י ביז דער בעש"ט?
אלא מאי וואס?
משיח איז גאר דער ליובאוויטשער רבי, אדער הרב עובדיה יוסף, און בן תמ"ליון איז סתם מעכיל, והכל על מקומו יבא בשלום.
און יעצט קען מען צוגייען צו דברי אגדה.....
אבער דאס איז נאר פנימי, נישט פאר'ן עולם 😃


איך האב שוין געפרעגט די קשיא, נאר כנראה האב איך עס געדארפט שרייבען קלארער.

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 2:22 pm

· #342498
אוי ליטוואק ליטוואק, ווען וועסטו שוין תשובה טאן?

מיר ווייסן דאך אז די גאנצע טעם פארוואס דו שרייבסט דא און דו דרייסט זיך מיט חסידים, איז פשוט ווייל טיף אין הארץ ביסטו מקנא חסידים, א קנאה וואס עסט דיר אויף און ווערט דערקייקלט אויף א 'שנאה' צו חסידים. אבער די גאנצע שנאה איז געבויט בלויז אויף קנאה, דו ביסט אונז מקנא, טיף אין הארצן וואלסטו געוואלט געבוירן ווערן צווישן אונז און זיין איינער פון אונז, אבער דער באשעפער האט געוואלט אז דו זאלסט געבוירן ווערן אלס קאלטער ליטוואק. יא, אזוי איז עס און עס וועט דיר גארנישט העלפן. א ליטוואק ביסטו געבוירן געווארן און א ליטוואק וועסטו שטארבן, און זאל דיין הארץ פלאצן פאר קנאה.

אבער, ס'איז נישט גענצליך אזוי:
דו קוקסט עס אן צווישן 'גאר שווער' און 'כמעט אוממעגליך', איבערצודרייען דיין הויט און ווערן א חסיד עם כל המשתמע לכך, כולל ווייסע זאקן מיט א ווייסע וועסטל... דו טראכסט אז עס וועט קיינמאל סיי ווי נישט פאסירן, דעריבער קוקסטו אויף די חסידים פון די אנדערע זייט גדר מיט א מורא'דיגע שנאה, וואס שטאמט פון שטארקע קנאה, דו קענסט נישט צוזען ווי אזוי זיי האבן זוכה געווען דערצו, און דו האסט ליידער נישט זוכה געווען צו גיין מיטן חסידי'שן לבוש, דאווענען אין א חסידי'ש בית-המדרש און אפילו זיצן ביי א טיש פרייטאג-צו-נאכטס ביז אינמיטן נאכט, און נאכער מלוה-מלכה מיט קנאבל ביז שפעט.

אבער ס'איז נישט אמת! - די מחשבות ווייזן אויף א שוואכקייט פון דיין זייט. עס ווייזט אז דו ביסט נישט גענוג שטארק און קאראזשפול זיך אויפצוהויבן העכער די גאנצע וועלט און אויסרופן קבל עם ועדה - עס גייט מיר גארנישט אן, איך וויל זיין א חסיד, איך האב ליב דעם לעבנס-סטיל, איך האב ליב צו דאווענען אזוי און לערנען אזוי... איי, מען וועט דיר נישט עקסעפטן אין די חבורה? (אזוי מיינסטו עכ"פ) - ס'איז דא גענוג מקומות און אויף גענוג אופנים (צווישן זיי - אריינצוקומען צו אונז אין לב-טהור), וואו מען וועט דיר מער ווי עקסעפטן, און אויפנעמען בב' ידיים, אזוי אז דו וועסט ווערן ממש איינע פון אונז, און טון הערליכע שידוכים מיט חסידי'שע אידן מדורי דורות. דיינע קינדער וועלן זיין תלמידים פון אונזערע ישיבות, ווייקן ביי וועלכן רבי'ן עס געפעלט דיר, כולל ר' אלימלך בידערמאן מיט ר' צבי מאיר זילבערבערג. יא, ס'איז מעגליך, דו טארסט נאר נישט זיין אזוי שוואך אין דיין לעבן.

אויב איז פאראן א שנאה, דאן דארף עס זיין פון דיר צו דיר, פארוואס דו קענסט זיך נישט מתגבר זיין אויף דיינע מכשולות (אבער אלס אל תדון - איך קען דיר נישט דן זיין, איך ברענג נאר ארויס די נקודה).

יא, דו קענסט! - איף דער איז עי וויל, דער איז עי וועי!


...
יעצט גיי לאך אפ, און שריי אז עס איז נישט אמת, דו האסט קיינמאל נישט געוואלט זיין א חסיד, בלא בלא בלא... מיר ווייסן סיי ווי דעם אמת!

בת קול » זונטאג יולי 17, 2016 3:04 pm

· #342505
דו זאגסט דיין רבי איז א נביא. (אין אישי)
דו ווייסט דו גייסט כאפן פון אים פאר זיך דרייען אויפן אינטערנעט?

שמואל פרימו » זונטאג יולי 17, 2016 3:07 pm

· #342507
און אפשר איז עס מיט זיין הסכמה?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 17, 2016 3:12 pm

· #342508
איי, שמוליק שמוליק. דו מיינסט ס'איז נישט קענטיג צו אונז אלע וואס דו זוכסט דא באמת אין שטיבעל? אלע זע'ען וואס דא טוט זיך.
דו ווייסט טיף איין הארצ'ן אז אפענקייט איז דער וועג צו גדלות, מיט ברייטקייט דינט מען דער באשעפער פיהל טיפער, מיט א פארשידענהייט פון מיינונגען און מענטשהייטען ווערט מען אלס נאנטער. האסט זיך פארדרייט מיט דער טפשות און קטנות פון באוועגונגען און שטראמען פון צמצום מיט גיאות, אבער טיף אין הארץ ווייסטו אז דער אמת ליגט דא אין ק"ש, צווישען פיהלע קלוגע דענקער'ס, מאנכע מער מאנכע ווייניגער, אבער דער עיקר א פארשידענהייט נישט איין פארביגע דרשות און מיינונגען.

נאר וואס? דו האסט מורא אפצולאזען דער זיכערקייט וואס דו האסט געטראפען אין גואטאמעלא (נ.י., ירושלים, טאראנטא, גייטסהעד, מילאן, מעלבורן, ווער ווייסט?) ווייל אן דער זיכערקייט וואס קטנות גיבט צו, וואס וועט אויפהאלטען דער וועלט? דו ווייסט נישט דער סוד פון חכמה תחיה בעליה, אז ספקות זענען נישט קיין פחד נאר דער עגזיסטענץ פון א מענטש א בעל מחשבה.

א גאנצע חלק פון דיין נשמה און גוף האסטו נאכגעלאזט צוליעב דיין תאווה פון דער באקוועמליכקייט פון וודאות. דיין מח דארשט פאר עפעס א ספק, דיין נשמה בעט זיך ביי דיר 'גיב מיר וואס צו טראכטען וואס אויסצוקלארען', נאר דו האסט ענדעריש געוויילט א לעבענסשטייגער פון מפקיר זיין דער מח און נשמה צו א בשר ודגים וואס מיט א געשליפענע צונג האט ער דיר איינגערעדט אז ער קען עפעס מער ווי דיר.

ביסט פונקט אזא ת"ק וו איהם! קענסט אויך פארשטייען, קענסט אויך מחליט זיין וויאזוי צו לעבען און דינען דער באשעפער! לאז נישט אפ!

מיר אלע שטיצען דיר און מיר ווילען אז דו זאלסט זוכה זיין זיך אויסצודרייען פון דיין פתלתולים וואס האבען דיר אנגעכאפט!

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 3:36 pm

· #342512
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
מען דארף טוישן די קעפל פאר "מוסר שמועסן איינע אויפן אנדערע"

אהרן » זונטאג יולי 17, 2016 3:39 pm

· #342513
עס טוט זיך דא מיט שמאלע האלוועיס, אויפגעפיקסטע אפיסעס מיט אינטערנעט פאר די מוסדות, געצוימטע צוטריט מיטן רשות פונעם נביא, ועל כולנה דברי התעוררת תוך תוכו אין שש'ש נפש אריין.

@שמואל פרימו איך וועל דיר עס גרינג מאכן, איך האב נישט קיין קשיות, אין איך דארף נישט קיין תירוצים, איך פארשטיי אלעס זייער גוט, דער נביא תמ"ל איז זייער א געלונגענער מענטש, אויסגעבויעט מיט זיינע שיטות, א בקי נפלא אין תורת הנגלה והנסתר, שוין אפגערעדט אין חכמת הוויטמינים אין ניורא מעדיקעשן, ער איז א געוואלדיגע עקספערט צו בויען א געפערליכע גילט ביי מענטשן און אז זיי זאלן זיך שפירן גוט נאר מיט וואס ער ערלויבט, ועל כולנה ער האט אלע קוואלעפיקאציעס צו זיין א קולט ליעדער.

די סיבה פארוואס איך האב נישט קיין קשיות איז ווייל איינס פון מיינע רביס האט מיר שוין געזאגט דעם תירוץ טאקע נישט אויף דעם ספעסיפישע געשיכטע, אבער ער האט געוויסט וואס ער רעדט אפילו ער האט נישט געקאנט דעם נביא ת"ל.

ברידערעל טייערע קום לאמיר זיך אראפזעצן און לערנען א פסוק, משלי יג ז: דְּרָכֶ֥יהָ דַרְכֵי־נֹ֑עַם וְֽכׇל־נְתִ֖יבוֹתֶ֣יהָ שָׁלֽוֹם׃

נאך וואס די וועסט פארענטפערן אלע קשיות און עס וועט פארענטפערן אז דיין נביא תמ"ל איז נישט עובר אויף בין אדם לחבירו'ס א מאסענשטאבליכן אופן , אבער מיין רבי האט מיר געלערענט אז אונזער עץ החיים איז זיס, מען דארף זיך נישט באגיין מיט קיין ברוטאלע מיטלען דאס צו עררייכן.

אז מיר לערנען שוין לאמיר צוענדיגן מיט א שטיקל רלב"ג:
דרכיה דרכי נועם. הנה דרכי התורה הם דרכים שינעמו וימתקו מאד לאדם כי לא העמיסה על האדם שום מעמס יקשה לו אבל כל מה שבה מן המצות והאזהרות הם דברים ערבים ורצויים בעצמותם לא כנימוסי הגוים שהיו מעמיסים בהם דברים קשים גם את בניהם ואת בנותיהם ישרפו באש לאלהיהם וכל נתיבות התורה הם שלום לגוף לנפש כמו שהתבאר מדברינו בדברי התורה כי כלם ישירו אל בריאות הגוף ובריאות הנפש.

קענסטו מאכן דביקות מיט דעם פסוק אויך אדער נאר מיט א נשמת ביים תמ"ל אין ארץ הקודש גאווטעמאלא?

בת קול » זונטאג יולי 17, 2016 3:50 pm

· #342514
שמואל פרימו
און אפשר איז עס מיט זיין הסכמה?


די חשש ווערט מיר אלץ גרעסער, אז מ׳שמיעוס׳מער דא מיטן תמ״ל אליין.

ביליג » זונטאג יולי 17, 2016 3:52 pm

· #342515
Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה
קען נישט זיין ער איז דאך פארנימען געבן מלקות און ווייטעמינען
אדער האט ער גענימען די שיטה פון עת לעשות לה' הפירו ... !

איך אויך » זונטאג יולי 17, 2016 4:06 pm

· #342518
בת קול
שמואל פרימו
און אפשר איז עס מיט זיין הסכמה?


די חשש ווערט מיר אלץ גרעסער, אז מ׳שמיעוס׳מער דא מיטן תמ״ל אליין.

ומעיקרא מאי קסבר/קסברת?

א איד » זונטאג יולי 17, 2016 4:10 pm

· #342519
מרדכי ישראל
איז נישט די רבי'ס נאמען ארז אלברנס?
וויאזוי שטימט עס מיט ושבית שבי?

איך מיין אז זיין נאמען איז געווען שלמה ארז, און ער האט זיך עס געטוישט ווען ער האט חוזר בתשובה געווען צו אלברנס/העלבראנס

איך אויך » זונטאג יולי 17, 2016 4:36 pm

· #342522
Nope ער הייסט ארז אלבראנץ א פרענק פארעך אבער פארששטייסט דאך אז מיט אזא נאמען האט דער מנוול תמ''ל קיין סאך סאטמארע שטישע נישט געקענט ערווארטן האט ער געטוישט צו 'הרב שלמה העלבראנץ'- אדמו''ר מלב טהור דרימינאוו. וואס דער הייליגער רימיניווער איז שולדיג אז ער איז אריינגעפאלן צום גראבן מנוול תמ''ל ווייסעך נישט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7