☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)

ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #238

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 7:18 pm

· #2384
ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל... אוי טאטע, פון ווי נעמט מען די טפשות? נו, דער אמת איז דאך אז זיי זענען אלע "חכמי" אומות העולם, איז וואס קען מען שוין דען ערווארטען פון זיי?

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 4:23 pm

· #2687
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
שמואל שלום שלמה
נו, דער אמת איז דאך אז זיי זענען אלע "חכמי" אומות העולם, איז וואס קען מען שוין דען ערווארטען פון זיי?

האסטו דען אין אכט גענומען אז די קאמפיוטער וואס דו נוצט צו שרייבן די ווערטער האבן חכמי אומות העולם ערפונדען?

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 4:56 pm

· #2690
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
[ציטאט אראפגענומען]

וואס מיינסטו מיט אן אגענדע? איך האב סתם ליב אויסצולופטערן מיינע געדאנקן און מיינונגען, אז דו שטימסט נישט איין קענסטו לאזן הערן דיין מיינונג און אזוי ווערט א דעבאטע מיט שקלא וטריא.

יידל » זונטאג מערץ 25, 2012 5:00 pm

· #2693
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
קול גדול, איך וועל דיר כאפן ביים ווארט און טאקע פירן מיט דיר א דעבאטע: לאמיר אנהייבן מיט דעם פאקט אז אידן האבן באקומען פיל מער נאבל פרייזן ווי סיי וועלכע אנדער ענישע באפעלקערונג (פרעצענטואל). נו, צו ווייזט דאס נישט אז מיר זענען די חכמים מכל עם?

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 5:16 pm

· #2697
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
יידל
קול גדול, איך וועל דיר כאפן ביים ווארט און טאקע פירן מיט דיר א דעבאטע: לאמיר אנהייבן מיט דעם פאקט אז אידן האבן באקומען פיל מער נאבל פרייזן ווי סיי וועלכע אנדער ענישע באפעלקערונג (פרעצענטואל). נו, צו ווייזט דאס נישט אז מיר זענען די חכמים מכל עם?

און וואס ווייזט אז קיינער פון זיי איז נישט קיין חרדי? און אויך אז כמעט אלע אויב נישט אלע זענען אשכנזישע? נאר פשוט אזויווי שטודיעס האבן געוויזן אז אשכנזישע אידן האבן א העכערע איי קיו ווי אנדערע.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 5:21 pm

· #2699
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
הרב שש"ש קומט דא מיט די הנחה אז שכל איז א נוזל, ליקוויד בלע"ז, און טאמער האט מען גענומען מיט א גאפל איז מען נישט געבליבן מיט מער ווי טופח ע"מ להטפיח. מיר האט זיך שכל אלעמאל געדאכט ווי א פאגליווערט שטיקל גאלע אדער גאר אווערנייט קוגל (קוגל שלנו) און מיט א גאפל קען מען טופס זיין א פיין רעביש שלייס, משא"כ מיט א לעפל...
חוצמזה שטעל איך מיך פאר אז שכל האט מען נישט געטיילט בהאי עלמא דשיקרא, לכאורה האט מען געטיילט אין עולם הנשמות ווי ס'נישט דא קיין גראוויטאציע, קען מען מיט א לעפל סייוויי קיין סך נישט נעמען.

רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 5:47 pm

· #2702
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
[ציטאט אראפגענומען]

די פאלגנדיגע זעהט נישט אויס ווי אן אגענדע?

דער אמת איז דאך אז זיי זענען אלע "חכמי" אומות העולם, איז וואס קען מען שוין דען ערווארטען פון זיי?

שמואל שלום שלמה, פון וואנעט ווייסטו אז זענען גוים? פארוואס האט בכלל אויסגעפעלט אריינצוווארפן אזא נארישע סטעיטמענט? דו ווייסט אז אין אפאר יאר וועט גוגל טרענסלעיט ארבייטן אזוי גוט אז סיי ווער, אפילו פון די ״אומות העולם״ וועלען קענען ליינען און ארויסהאבן אונזער ראסיזם? יא, דו ליינסט גוט, עס איז פלעין און פשוט ראסיזם. און אז דו מעגסט פארוואס טאר נישט דער נאצי און דער אראבער זיין א ראסיסט?

רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 5:48 pm

· #2703
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
יידל
קול גדול, איך וועל דיר כאפן ביים ווארט און טאקע פירן מיט דיר א דעבאטע: לאמיר אנהייבן מיט דעם פאקט אז אידן האבן באקומען פיל מער נאבל פרייזן ווי סיי וועלכע אנדער ענישע באפעלקערונג (פרעצענטואל). נו, צו ווייזט דאס נישט אז מיר זענען די חכמים מכל עם?

ס׳איז טאקע שטארק קענטיג דא אין דעם אשקול.

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 6:44 pm

· #2715
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
רואיק
[ציטאט אראפגענומען]

די פאלגנדיגע זעהט נישט אויס ווי אן אגענדע?

דער אמת איז דאך אז זיי זענען אלע "חכמי" אומות העולם, איז וואס קען מען שוין דען ערווארטען פון זיי?

שמואל שלום שלמה, פון וואנעט ווייסטו אז זענען גוים? פארוואס האט בכלל אויסגעפעלט אריינצוווארפן אזא נארישע סטעיטמענט? דו ווייסט אז אין אפאר יאר וועט גוגל טרענסלעיט ארבייטן אזוי גוט אז סיי ווער, אפילו פון די ״אומות העולם״ וועלען קענען ליינען און ארויסהאבן אונזער ראסיזם? יא, דו ליינסט גוט, עס איז פלעין און פשוט ראסיזם. און אז דו מעגסט פארוואס טאר נישט דער נאצי און דער אראבער זיין א ראסיסט?

זיי טייטשן שוין יעצט איבער פארשידענע מאמרי חז''ל אזויווי אתם קרוין אדם וכו'.

רואיק » זונטאג מערץ 25, 2012 6:54 pm

· #2720
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
קול גדול

זיי טייטשן שוין יעצט איבער פארשידענע מאמרי חז''ל אזויווי אתם קרוין אדם וכו'.

עקזעקטלי. פארוואס זאלן מיר זיי געבן א פתחון פה? נאך מער, פארוואס זאלן מיר אפילו טראכטן אזוי?

פארווע » זונטאג מערץ 25, 2012 8:35 pm

· #2731
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
רואיק
שמואל שלום שלמה, פון וואנעט ווייסטו אז זענען גוים? פארוואס האט בכלל אויסגעפעלט אריינצוווארפן אזא נארישע סטעיטמענט? דו ווייסט אז אין אפאר יאר וועט גוגל טרענסלעיט ארבייטן אזוי גוט אז סיי ווער, אפילו פון די ״אומות העולם״ וועלען קענען ליינען און ארויסהאבן אונזער ראסיזם? יא, דו ליינסט גוט, עס איז פלעין און פשוט ראסיזם. און אז דו מעגסט פארוואס טאר נישט דער נאצי און דער אראבער זיין א ראסיסט?

מיינסט צו פרעגן אז ווען דו אוה"ע וועלן אנהייבן ליינען דא און זען וויפיל סעלף העיטערס עס שרייבן דא וועט דאך מורא'דיג שווער ווערן "פארוואס טאר נישט דער נאצי און דער אראבער דיך פיינט האבן אויב דו האסט דיך זעלבסט פיינט"?

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 11:44 pm

· #2773
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
פארווע

די שאלה איז וואס הייסט דאס זיך זעלבסט פיינט האבן, אז אן אראבער האט פיינט געוויסע חלקים פון די איסלאמישע אידילאגיע הייסט עס אז ער האט זיך זעלבסט פיינט?

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 25, 2012 11:56 pm

· #2779
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
קול גדול
די שאלה איז וואס הייסט דאס זיך זעלבסט פיינט האבן, אז אן אראבער האט פיינט געוויסע חלקים פון די איסלאמישע אידילאגיע הייסט עס אז ער האט זיך זעלבסט פיינט?

אוודאי! אסקער שינדלער איז געווען א סעלף העיטינג דייטש.

קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:01 am

· #2784
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
געפילטע פיש
קול גדול
די שאלה איז וואס הייסט דאס זיך זעלבסט פיינט האבן, אז אן אראבער האט פיינט געוויסע חלקים פון די איסלאמישע אידילאגיע הייסט עס אז ער האט זיך זעלבסט פיינט?

אוודאי! אסקער שינדלער איז געווען א סעלף העיטינג דייטש.

👍

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 10:44 am

· #3735
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
איזהו חסיד שוטה?
1.jpg

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 11:21 am

· #3747
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
חחח אוי איז דאס גוט.

דאס איז מנשה לוסטיג, יא?

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 8:17 pm

· #3821
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 8:22 pm

· #3822
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
דער מוהל האט זיך זיכער די ציינער צובראכן ביים ויקרא שמו בישראל

שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 2, 2012 8:23 pm

· #3823
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
נר מצוה האט ערצייגט א נייע פארגעשריטענע היסב בעט

Espresso » דינסטאג אפריל 3, 2012 1:27 am

· #3869
Re: ווען מען האט געטיילט שכל האט ער גענוצט א גאפל (בילדער)
[ציטאט אראפגענומען]

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/2699">viewtopic.php?p=2699&sid=640d2a20d59334321debe3a87aeead4f#p2699</a><!-- l -->
געפילטע פיש
הרב שש"ש קומט דא מיט די הנחה אז שכל איז א נוזל, ליקוויד בלע"ז, און טאמער האט מען גענומען מיט א גאפל איז מען נישט געבליבן מיט מער ווי טופח ע"מ להטפיח. מיר האט זיך שכל אלעמאל געדאכט ווי א פאגליווערט שטיקל גאלע אדער גאר אווערנייט קוגל (קוגל שלנו) און מיט א גאפל קען מען טופס זיין א פיין רעביש שלייס, משא"כ מיט א לעפל...
חוצמזה שטעל איך מיך פאר אז שכל האט מען נישט געטיילט בהאי עלמא דשיקרא, לכאורה האט מען געטיילט אין עולם הנשמות ווי ס'נישט דא קיין גראוויטאציע, קען מען מיט א לעפל סייוויי קיין סך נישט נעמען.

מי אני » פרייטאג אקטאבער 16, 2020 3:25 pm

· #460562

אפשר איז היא הנותנת. דהיינו, אז סייענטיסטן האבן געזעהן אן אינטרעסאנטע זאך. אין קליינע מייקראטוּבּס וואס זענען באשמירט געווארן אינעווייניג מיט עפעס וואס רעפּעלט און שטופט אוועק ליקוויד (כדי עס זאל שנעלער פליסן), זענען וויסקוּאס ליקווידס, דהיינו מער דיקערע ליקווידס [כמו האניג], דורכגעפלאסן שנעלער ווי די וואס זענען נישט וויסקוּאס [כמו וואסער]. דאס זאגן זיי איז ווייל ווען די (סתם אזוי) פליסיגקייט/וויסקוּאסיטי פון די ליקווידס איז אפגעשלאסן פון (נאר) די עפעקט פון גראוויטי און איז אנגעוואנדן אין אנדערע פאקטארן, איז ל״ד אז דיקערע ליקווידס וועלן פליסן שנעלער. וממילא אז שכל/מח ווערט גערעכענט ווי א וויסקוּאס ליקוויד, איז בעולם הנשמות ווי עס איז נישט דא קיין גראוויטי קען די סארט ליקוויד נוזל זיין שנעלער דורך א גאפל וממילא לוינט זיך דא ענדערשער א לעפל... 😂