רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
222 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #667
שמואל הלויאין מאנסי האט הרב וואזנער'ס אייניקל - רב אין קהילת סאטמאר מהר"א - גע'פסל'ט א עד פאר עדי קידושין צוליב האבן א נישט כשר'ע סעלפאן.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2961642&forum_id=21016">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=21016</a>
ענטאנשאן זיכער
הענגט אין ויזניץ 6 לי עוועניו, וומסב"ג
📎 viznitz.jpg
היוצא לנו מזה:
פרנסה = צריך לשקר כדי לקבל פראגראמן
חינוך= צריך לשקר כדי שיתקבלו בניכם\בנותיכם למוסדות
מיר האט שטארק פארדראסן אין דעם וויזניצער צעטל אז ווען איינער דארף דאס פאר פרנסה "וועט די וועד באזונדער דן זיין דערויף".
יידלמיר האט שטארק פארדראסן אין דעם וויזניצער צעטל אז ווען איינער דארף דאס פאר פרנסה "וועט די וועד באזונדער דן זיין דערויף".
יא די וועד, וועט דעסיידן צו די מעגסט אליין האבן פרנסה, אן דארפן שנארן פון דעם עושר פון שול, אדער צו צוקומען צו די טובות פון דיין רבי ווען די דארפסט חתונה מאכן.
דאס איז א חלק פון זייער מעסטער פלאן צו מאכן זיכער אז זיי זענען אין קאנטראל.
תעודת אישור! א נייער מיטל אויף קאנטראל.
רבותי דאס איז נאר דער אנפאנג, עס קומט נאך טעראר און דיקטאטען מיט גזירות חמורות און עקרטעמיזם,
געהערט פון א כלי שני:
הרב י"ז גיפס דומץ ווין ב"פ האט נעכטן נאכט ביים שיעור צוגעגרייט א טעקנישאן אויף די זייט און אזויווי די בעלעבאטים זענען אריין געקומען האט ער זיי געהייסן ווייזן די סמארטפאונס און דיסעיבלט די אינטערנעט...
איך גלייב אז אימעיל האט ער נישט דיסעיבלט.
האט איינער נאכגעזוכט צו די אלע גזירות זיינען ליגאל ? צו איז דאס נישט דיסקרימינאציע נישט אריין נעמען א קינד ווייל זיין טאטע האט די אינטערנעט, און נאך אנדערע לעגאלע פראבלעמען וואס די גזירות האבן
דבילהגעהערט פון א כלי שני:
הרב י"ז גיפס דומץ ווין ב"פ האט נעכטן נאכט ביים שיעור צוגעגרייט א טעקנישאן אויף די זייט און אזויווי די בעלעבאטים זענען אריין געקומען האט ער זיי געהייסן ווייזן די סמארטפאונס און דיסעיבלט די אינטערנעט...
וועלכע סמארט פאונס? אויב איז עס בלעקבערי און זיי האבן ארויפגעלייגט
היט דיינע אויגן קען מען זיי שיקן די סיריעל נומער (וועלכע מ'זעט ווען מ'דרוקט צוויי מאל אויפן בלעקבערי קנעפל
📎 bb.pngאון מ'וועלט אויס "GYE app". פון אונטען איז דt א סיריעל נומער. מ'אימעילט דאס צו <!-- e --><a href="mailto:bb@venishmartem.com">bb@venishmartem.com</a><!-- e --> און מ'שרייבט אז מ'דארפ די פעסווארד ווייל איינער האט ארויפגעלייגט גארד יור אייס אן פרעגן, און ביז 24 שעה באקומט מען די פעסווארד צו אנלאקן די בראוזער און עפפ סטאר.
אויב האבן זיי ארויפגעלייגט
everylock דארף מען אימעילן <!-- e --><a href="mailto:support@everyappmobile.com">support@everyappmobile.com</a><!-- e --> אויף אינסטרוקשענס וויאזוי עס צו אראפנעמען.
איז עס אן אייפאון וועלכע ארבעטן מיט רעסטריקשאנס, דאן איז שוין שווערער. זע
דא.
גייט איינער אנהייבען צו שטיין ביי די מקוואות אין טשעקן וועלכע פאונ'ס מ'האט? אפשר איז עס א גוטע איידיע פאר מהר"א פאר זיין נייע מקוה אין וויליאמסבורג 😂
מסתמא וועט מען האבן א באזונדערע חלקה אין בית החיים צו לייגן די אלע פורצי גדר,
ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז מ'וועט זעהן דעם גאלאנטן שמש אינדרויסן פון זיין שול זיכן מנין. קאם אן! סיעף ג' איז סתם צודרייט, אינגאצן אויסלעשען ? וואס האט דאס מיט'ן כינוס ?
אז די שאמעס שטייט שוין אין מקוה, קען מען אין איין וועג שוין טשעקען דעם עולם אויב מ'איז כשר גע'מל'עט, און אויב מ'האט נישט קיין חציצה, אויב יא איז מען דאך א פורץ גדר ל"ע, אין קאווע שטיבל קען ער זיכער מאכן אז קיינער טרונקט נישט אן א ברכה, און אז מ'נוצט נאר געפילטערטע וואסער, דערנאך קען מען זיך ארויסלאזן אויף די הייזער, אויב ווילסטו דאווענען דא מוז מען קודם טשעקן צי דיין שטוב איז אויסגעהאלטן און די באהאלטסט נישט אויס דארט עפעס א פורץ גדר, מ'וועט נאר טשעקן אויב די בעטן אין שלאפצימער זעמען גענוג ווייט אפגערוקט, און אויב דיין ווייב האט נישט ח"ו קיין דורכזיכטיגע שטרימפ. סוף טאג וועט מען זיך צאמנעמען אין צענטער פון שטאט און פארברענען אלע פורצי גדר על קידוש השם און מ'וועט טאנצען בר יוחאי ארום די פייער און ס'וועט זיין ליהודים. אזוי ארום וועט מען מקיים זיין דעם ובערת הרע מקרביך בתכלית ההידור און אונזער כלל ישראל וועט זיין א ריין לויטער אריאנישע ראסע. אמן כיה"ר.
קען איינער ערקלערן די ציהל פון אוועקשטעלן תקנות וואס וועלן נישט האלטן אויפן לאנגן טערמין?
משולם שטיינפעלדקען איינער ערקלערן די ציהל פון אוועקשטעלן תקנות וואס וועלן נישט האלטן אויפן לאנגן טערמין?
😛
משולם שטיינפעלדקען איינער ערקלערן די ציהל פון אוועקשטעלן תקנות וואס וועלן נישט האלטן אויפן לאנגן טערמין?
פארוואס מיינסטו אזוי???? ביי טעלוישען האבען אויך מענטשעין דעיס געזאגט אין למעשה איז עס געלונגען
איז געווען א תקנה ביי טעלעוויזשאן אז מען גייט נישט באקומען אן עלי' אויב מען האט א טעלעוויזשאן אין שטוב?
והעיקר, טעלעוויזשאן איז ווייט נישט אזא הכרח ווי די טעלעפאנען.
משולם שטיינפעלדאיז געווען א תקנה ביי טעלעוויזשאן אז מען גייט נישט באקומען אן עלי' אויב מען האט א טעלעוויזשאן אין שטוב?
והעיקר, טעלעוויזשאן איז ווייט נישט אזא הכרח ווי די טעלעפאנען.
זיכער נאך אסאך ערגערע תקנות שאל אביך ויגדך זקינך ........
קען איינער מיר ברענגען א קאפי פון א צייטונג ווי מען רעד פון די "מלחמה" קעגען די טעלעוויזיע ? דאס איז א שקר מוחלט עס איז אפשר געווען חתימות אבער מער גארנישט, דער היימישער עולם האט קיינמאל נישט געהאט קיינע טעלעוויזיעס,
די נוקליער אטאקע אויף די טעכנעלאגיע איז די ערשטע פון דעם מין און די אידישע היסאריע, און די איינציגע ביישפיל איז וואס האט פאסירט אין די מוסלימענער רעליגיע די לעצטע פופציג יאר,
ס'איז דא א חילוק צווישן טעלעוויזיע און אינטערנעט
טעלעוויזיע איז נאך נישט געווען אזוי איינגעריסן, און מען האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה עס צו אסר'ן, זאת ועוד מען האט דעמאלטס מער געפאלגט, ועוד ס'איז ס"ה אינטערטעימענט און נישט פרנסה, ממילא האט מען מצליח געווען, זה לעומת זה, פיר אליין אויס
וואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
דא האב איך געברענגט נאך א קאפי, איינע פון די רעזאלוציעס.
📎 Doc_22.jpg
שרייבערס'איז דא א חילוק צווישן טעלעוויזיע און אינטערנעט
טעלעוויזיע איז נאך נישט געווען אזוי איינגעריסן, און מען האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה עס צו אסר'ן, זאת ועוד מען האט דעמאלטס מער געפאלגט, ועוד ס'איז ס"ה אינטערטעימענט און נישט פרנסה, ממילא האט מען מצליח געווען, זה לעומת זה, פיר אליין אויס
ר' שרייבער איר האט א גרויסען טעות, די אמאליגע היימישע אידן וואלטן קיינמאל אין זייער לעבען נישט אריינגענומען קיינע טעלעוויזיעס, עס האט גארנישט צו טועהן מיט פאלגן רבנים, וואס רבנים ווען רבנים, זאג מיר איין זאך וואס דער סאטמארער רבי ז"ל דער ויואל משה האט געהאקט צו אויף טעלעוויזיע צו אנדערע זאכען, נאר אויף איין זאך האט ער געטומעלט [חוץ פון ציונות] אויף דעם לבוש פון פרויען, און דאם איז געווען נאר ער, די אנדערע צדיקים אדער ראשי ישיבות אין אמעריקע האבן קייינמאל נישט גערעד גארנישט, און מען האט גארנישט מצליח געווען, אדרבה ווייז מיר איין ארטיקל און סיי וועלעכע צייטונג אויף אזא מלחמה,
זר זהבוואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
זר זהב, מען רעדט נישט דא פון אן א פילטער ח"ו. מען אסר'ט דאך אבער אפילו "מיט" א פילטער. נישט אינדערהיים, נישט אין טאש, נישט כלי קודש, די רבנים גייען ארויס פון קאנטראל. ווי מ'האט שוין אויבן געשריבן, "כחא דאיסורא עדיף".
די אינטערנעט איז א פאקט פון לעבן, און מען קען נישט פלוצלינג אלעס אסר'ן און אויב נישט, ארויסווארפן די קינדער.
אייער זאגט אין ביהמ"ד, אז ליידער האבן שוין די רבנים נישט דעם כח היינט, בלויז דורך סטראשען מיט די קינדער. אויב א אינגערמאן האט נאך נישט קיין קינדער? (און איז נישט אין כולל, וואו מ'וועט אים נישט באצאלן זיין מאגערע וועידזשעס וואס ער האט אפשר ביז היינט אויך נישט באקומען) דאן קען דער אינגערמאן טון וואס ער וויל, קיינער האט נישט קיין קאנטראל איבער אים. טאמער זיינע קינדער זענען שוין חתונה געהאט? וכו' וכו'. דאס צייגט נאר ארויס דעם היינטיגן נידריגן מצב פון כח הרבנות, וואס אויסער מיט סטראשען עלטערע אידן ווי חדר-אינגלאך האט מען נישט קיין השפעה אויף קיינעם. שיין זעהען מיר אויס. אוי לאותה בושה. בושנו מכל דור.
זיי האבען נאך געווער חוץ פון די קינדער:
טרינקען קאווע אין ביהמ"ד
עדות ביי חופה וכדומה
צירוף למנין
בכלל אריינגיין אין בית המדרש
דיין שטוב ווערט אסור אפילו פאר דיין משפחה
אויב דו ביזט א שוחט, סופר וכו' איז דיין ארבעט פסול
אבער... דיין געלט ווערט נישט פסול
געהערט פון א קלוגן איד, געלט מיט גילטי זענען פון זעלבן שורש, אז מען מאכט דיר פילן גילטי וועסטו געבן געלט!!!
די הנהלה וויל נישט אז קינדער אין חדר זאלן הערן פון אנדערע קינדער אז זייער טאטע האט א קאמפיוטער אינדערהיים. ס'האט נישט מיט קיין טעראר לע"ד
נאך געווער אין ארסענאל האב איך געהערט-
רבנים רופן אויס אז מען איז נישט מוציא מיט תקיעת שופר אדער קריאת המגילה. דהיינו, אז דו האסט ביי דיר עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, זאלסטו טאקע נישט מקיים זיין קיין איינס פון די תרי"ג מצוות.!!!
וואספארא מיטל איז דאס? מקור? לפענ"ד איז עס נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג.
זר זהבוואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
אריינקומען מיט א געפילטערטע טעלעפאן אין בנין האט א סיבה לאסור?
משולם שטיינפעלדזר זהבוואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
אריינקומען מיט א געפילטערטע טעלעפאן אין בנין האט א סיבה לאסור?
איך מיין אז זיי האבן עס אויף וואס סומך צו זיין. א ביהמ"ד איז נישט קיין פלאטץ פאר ביזנעס! אונז זעמער צו געספוילט! -- איך זאג נישט אז איך שטיץ עס, אבער אומגערעכט זענען זיי כלל נישט.
זר זהבמשולם שטיינפעלדזר זהבוואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
אריינקומען מיט א געפילטערטע טעלעפאן אין בנין האט א סיבה לאסור?
איך מיין אז זיי האבן עס אויף וואס סומך צו זיין. א ביהמ"ד איז נישט קיין פלאטץ פאר ביזנעס! אונז זעמער צו געספוילט! -- איך זאג נישט אז איך שטיץ עס, אבער אומגערעכט זענען זיי כלל נישט.
אין האל טאר מען אויך נישט?
א איסור איז אין שול, אין האל איז אפשר א גדר. און אפשר טאקע ווייסן זיי אז מ'וועט מילא ברעכן איינע פון די תקנה'ס האבן זיי געגעבן די האל וואו מ'זאל עס ברעכן..
איך וואלט ממשיך געווען די וויכוח מיט דיר, אבער איך פארשטיי אז דו האסט אן אגענדע צו בארעכטיגן גאר עקסטרעמע תקנות בנוגע טעכנעלאגיע אויף טעלעפאנען.
אין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.
משולם שטיינפעלדאיך וואלט ממשיך געווען די וויכוח מיט דיר, אבער איך פארשטיי אז דו האסט אן אגענדע צו בארעכטיגן גאר עקסטרעמע תקנות בנוגע טעכנעלאגיע אויף טעלעפאנען.
איך האב נישט קיין שום אגענדע טראסט מיר איך בין נישט קיין כאניאק איך בין א פלעינער בעל תאווה, ס'נישט קיין סתירה צו האלטן אז יענער האט א רעכט צו מאכן וואסערע תקנות ער וויל אין זיין שול, ער צווינגט נישט צו דאווענען דארט.
זר זהבאין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.
דארט איז די תקנה נארמאל. מען הייסט נישט אויסלעשן די פאון איידער מען קומט אריין אין בית המדרש.
אדרבה, מען האט ספעציעל צוגעשטעלט גאר גוטע פאון סערוויס אין די בעיסמענט, וואו עס איז דא א היכל התורה, אז מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען לערנען דארט צוליב דעם וואס מען האט מורא אז מען גייט פארפאסן א וויכטיגע פאון קאלל. אבער עס איז דא א תקנה אז אין די היכל טאר מען נישט
רעדן אויפן טעלעפאן, און מען רעדט טאקע נישט דארט.
אין בית המדרש טאר מען נישט
רעדן אויפן טעלעפאן, אבער אויב עס קלונגט ערלויבט מען ארויסצוגיין פון בית המדרש רעדן אינדרויסן.
אבער צווינגען צו פארלעשן גענצליך די טעלעפאן איז נישט אויספירבאר.
איך הער, אבער פארגעס נישט גאלאנטא הייסט נאר פארלעשן פאונס מיט אינטערנעט, איך קען רואיג אריינגיין דארט מיט מיין פאון.
ניין. דיין פאון מוזטו אויך פארלעשן פון אנפאנג מנין ביזן סוף
גערעכט, כ'האב שוין געקאמענט דערויף
זר זהבס'וועט נישט נעמען לאנג ביז מ'וועט זעהן דעם גאלאנטן שמש אינדרויסן פון זיין שול זיכן מנין. קאם אן! סיעף ג' איז סתם צודרייט, אינגאצן אויסלעשען ? וואס האט דאס מיט'ן כינוס ?
פארגעסן דערפון.... איי אגריע וויט יו ❗
אין א פאר יאר ארום וועט זיין א גרויסע אסיפה, אז מען זעהט נישט דעם עולם אין בית המדרש אין דער וואכען, אז מען וועט מאכן שוועריקייטן וועט מען זיך אויסלערנען דאווענען אין דערהיים.
משכילשרייבערס'איז דא א חילוק צווישן טעלעוויזיע און אינטערנעט
טעלעוויזיע איז נאך נישט געווען אזוי איינגעריסן, און מען האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה עס צו אסר'ן, זאת ועוד מען האט דעמאלטס מער געפאלגט, ועוד ס'איז ס"ה אינטערטעימענט און נישט פרנסה, ממילא האט מען מצליח געווען, זה לעומת זה, פיר אליין אויס
ר' שרייבער איר האט א גרויסען טעות, די אמאליגע היימישע אידן וואלטן קיינמאל אין זייער לעבען נישט אריינגענומען קיינע טעלעוויזיעס, עס האט גארנישט צו טועהן מיט פאלגן רבנים, וואס רבנים ווען רבנים, זאג מיר איין זאך וואס דער סאטמארער רבי ז"ל דער ויואל משה האט געהאקט צו אויף טעלעוויזיע צו אנדערע זאכען, נאר אויף איין זאך האט ער געטומעלט [חוץ פון ציונות] אויף דעם לבוש פון פרויען, און דאם איז געווען נאר ער, די אנדערע צדיקים אדער ראשי ישיבות אין אמעריקע האבן קייינמאל נישט גערעד גארנישט, און מען האט גארנישט מצליח געווען, אדרבה ווייז מיר איין ארטיקל און סיי וועלעכע צייטונג אויף אזא מלחמה,
שתי תשובות
ערשטענס, די היימישע אידן פון וועם דו רעדסט וואס וואלטן אין זייער לעבן נישט אריינגענומען קיין טעלעוויזיע, אט די סארט אידן זיצן היינט אין ביזנעס אויף טעלעוויזיע אין אלע מיני סייטס וואס זענען סעמי עריות (איך וויל נישט מקטרג זיין ווייטער), און די עלטערן פון די אידן וואלט אין לעבן נישט געחלומט אז זייערע קינדער גייען דארט אנקומען
צווייטנס, שאל אביך ויגדך ווי אזוי ס'האט אויסגעזען דער דור נאך די מלחמה, און ווי ויכטיג ס'איז געווען אזא מערכה, פרעג די אידן וואס מען פלעגט טון ל"ט ווי מען פלעגט גיין, שוין המשך יבא אין פריוואטן פארום
דער שטן איז געווארן היסטעריש, דער כינוס איז געווען א קאלאסאלע סוקסעס, דער אידישער פאלק איז געווארן אויפגעשאקלט אין טוט פעולות לטובה, וואס טוט מען? איז ער אריינגעקראכן אין די קאפ פון רבני"ם ואדמורי"ם אין מאכט זיי משוגה, אין דרוקט זיי צו מאכן עקסטרעמע פארנאטישע תקנות, אין דערווייל שטייט ער אין די זייט אין שמייכלט זיך אינטער, אין זעט שוין פאר די דורכפאהל ליידער היו לא תהי.
איך מאך חלילה קיין ליצנות, אבער דאס איז ליידער דער מציאות.
שמעקעדיגנאך געווער אין ארסענאל האב איך געהערט-
רבנים רופן אויס אז מען איז נישט מוציא מיט תקיעת שופר אדער קריאת המגילה. דהיינו, אז דו האסט ביי דיר עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, זאלסטו טאקע נישט מקיים זיין קיין איינס פון די תרי"ג מצוות.!!!
וואספארא מיטל איז דאס? מקור? לפענ"ד איז עס נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג.
נאדיר א מקור אויף פארקערט:
"על דעת המקום, ועל דעת הקהל, בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה, אנו מתירים להתפלל עם העבריינים"
זעט נישט אויס ווי חכמי ישראל האבן געזוכט אויסצושליסן.
משולם שטיינפעלדזר זהבאין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.
דארט איז די תקנה נארמאל. מען הייסט נישט אויסלעשן די פאון איידער מען קומט אריין אין בית המדרש.
אדרבה, מען האט ספעציעל צוגעשטעלט גאר גוטע פאון סערוויס אין די בעיסמענט, וואו עס איז דא א היכל התורה, אז מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען לערנען דארט צוליב דעם וואס מען האט מורא אז מען גייט פארפאסן א וויכטיגע פאון קאלל. אבער עס איז דא א תקנה אז אין די היכל טאר מען נישט
רעדן אויפן טעלעפאן, און מען רעדט טאקע נישט דארט.
אין בית המדרש טאר מען נישט
רעדן אויפן טעלעפאן, אבער אויב עס קלונגט ערלויבט מען ארויסצוגיין פון בית המדרש רעדן אינדרויסן.
אבער צווינגען צו פארלעשן גענצליך די טעלעפאן איז נישט אויספירבאר.
ווי איך געדענק איז די תקנה אין באבוב 48 שול צו פארלעשן לגמרי די טעלעפאנען אדער סיי וועלכע עלעקטראנישע מאשינקעס אין די חדרי התפלה. עפעס א באבוב'ער דא וואס קען קאנפירמען?
לדעתי איז דער תקנה הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און דאס האט קיין שייכות מיט די אינטערנעט הוהא. אז א איד וויל קומען דאווינען פארלאנגט זיך רעספעקט פאר דעם מקום התפלה. שטעל דיר פאר א אינגערמאן פילט זיך לאנגווייליג ביי חזרת הש"ץ און נעמט זיך ארויס א געים באוי! מה נשתנה?
ניין זיי וועלן לעבן פאר אייביג!
משכילמסתמא וועט מען האבן א באזונדערע חלקה אין בית החיים צו לייגן די אלע פורצי גדר,
זיי וועלן לעבן פאר אייביג, ווייל רשעים בחייהם קרויים מתים, מילא זיי וועלן פשוט בלייבן לעבן. אדער וועלן זיי אריין גיין חיים שאולה.
שלמה_דיין
נאדיר א מקור אויף פארקערט:
"על דעת המקום, ועל דעת הקהל, בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה, אנו מתירים להתפלל עם העבריינים"
זעט נישט אויס ווי חכמי ישראל האבן געזוכט אויסצושליסן.
נא, זעסטו אז מ'זאגט דאס נאר יום הקדוש נאך התרת נדרים...
שלמה_דייןמשולם שטיינפעלדזר זהבאין באבוב שול 48 בין איך איינמאל אריינגעפאלן פאר א מנחה, אינמיטן שמונה עשרה האב איך געשפילט מיט'ן פאון, געט מיר איינער א רוק און ווייזט מיר מיט א עכטן ערענסטקייט א טאוול אויפ'ן וואנט אז מ'טאר נישט האבן אן אפענעם פאון אין שול, גערעכט איז ער! צי ס'מיר געפאלן צי נישט.
דארט איז די תקנה נארמאל. מען הייסט נישט אויסלעשן די פאון איידער מען קומט אריין אין בית המדרש.
אדרבה, מען האט ספעציעל צוגעשטעלט גאר גוטע פאון סערוויס אין די בעיסמענט, וואו עס איז דא א היכל התורה, אז מען זאל זיך נישט אפהאלטן פון קומען לערנען דארט צוליב דעם וואס מען האט מורא אז מען גייט פארפאסן א וויכטיגע פאון קאלל. אבער עס איז דא א תקנה אז אין די היכל טאר מען נישט
רעדן אויפן טעלעפאן, און מען רעדט טאקע נישט דארט.
אין בית המדרש טאר מען נישט
רעדן אויפן טעלעפאן, אבער אויב עס קלונגט ערלויבט מען ארויסצוגיין פון בית המדרש רעדן אינדרויסן.
אבער צווינגען צו פארלעשן גענצליך די טעלעפאן איז נישט אויספירבאר.
ווי איך געדענק איז די תקנה אין באבוב 48 שול צו פארלעשן לגמרי די טעלעפאנען אדער סיי וועלכע עלעקטראנישע מאשינקעס אין די חדרי התפלה. עפעס א באבוב'ער דא וואס קען קאנפירמען?
לדעתי איז דער תקנה הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, און דאס האט קיין שייכות מיט די אינטערנעט הוהא. אז א איד וויל קומען דאווינען פארלאנגט זיך רעספעקט פאר דעם מקום התפלה.
שטעל דיר פאר א אינגערמאן פילט זיך לאנגווייליג ביי חזרת הש"ץ און נעמט זיך ארויס א געים באוי! מה נשתנה?
וואס הייסט שטעל דיך פאר? ליידער איז עס א מציאות, טאקע נישט א געים בוי אבער א געים אינעם טעלעפאן 😳