רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
222 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #667
רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
איך בין דא ביים גרויסן כינוס און איך הער די דרשות און רעדעס און איך קען קוים ווארטן צו הערן וואס מען גייט ארויסגעבן.
וועלכע תקנות גייט מען אויפברענגען?
ווי אזוי גייט מען עס אינפארסירן?
די אלע שאלות און פאראויסשאצונגען האט מען שוין פיל אויסגעאקערט, יעצט לאמיר זען וואס גייט טאקע זיין? וואס גייט מען מעלדן?
אט אט און דער מצב דארף זיך טוישן!
Jnet האט היינט געהאלטן א מיטינג פאר טעקנישענס אין ווילי און פארגעשטעלט זייערע נייע פראדוקטען\סאלושענס פאר די אינטערנעט.
דריי פראדוקטען האבן זיי פארגעשטעלט. איינס א הארדווער שטיקל וואס קען סערווען טויזענטער קלייענטס און האלטן אלע לאגס לאקאל. צוויי, א קלענערע הארדווער שטיקל וואס דינט צען באנוצערס, און דערנאך א סאפטווער מיט א נייערע מהלך אין פילטערן וואס פילטערט די קאנטענט ענדערש ווי די url אין מעטא אינפא. דער סאפטווער דארף צו זיין גאר שנעל, נישט מער ווי 5 ms א בלעטל.
כפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
ביג בראדער אין אקשען... אלעס וואס גייט געשען נאכען כינוס שטייט שוין דא קלאר פאראויסגעשריבן פון איבער 50 יאר צוריק!
<a class="postlink" href="http://www.openculture.com/2008/06/george_orwells_1984_download_free_audio_book_version.html">http://www.openculture.com/2008/06/geor ... rsion.html</a>
איין זאך איז זיכער אז טויזענטער חסידישע בחורים האבן ב"ה געהערט אז מיט א בלויע העמד קען מען אויך זיין אן ערליכע איד
(מתוך דברי סקולענער רבי)
רעזאלאציע נומער 1: די עולם זאל תשובה טוהן (זאגט נישט וויאזוי)
(מתוך דברי רב וואזנער)
רעזאלאציע נומער 2: ס'איז דא אינטערנעט באיסור און ס'איז דא אינטערנעט בהיתר
רעזאלאציע נומער 3 (פאר די מוסדות): ווער ס'האט אינטערנעט באיסור איז אסור אריינצונעמען זייערע קינדער
רעזאלאציע נומער 4 (פאר די עלטערן): אויב האט איר אינטערנעט באיסור שרייבט ביטע איין אייערע קינדער אין פובליק סקול
(מתוך דברי ר' אפרים וואקסמאן)
רעזאלאציע נומער 5: מ'מעג טראגן א בלויע העמד
(מתוך ניגוני העדה הקדושה)
רעזאלאציע נומער 6: ר' מתתיהו סאלאמאן = מלך ישראל!
מ׳גייט מאכן א טיילונג, ווער ס׳ווארפט ארויס די אינטערנעט אדער ווער עס האט געלט קען בלייבן אין כלל ישראל.
מפטירין כדאתמול. גארנישט קיין נייעס. דער אסיפה האט געקענט פונקט אזוי נישט פאסירן.
'ך גיי שוין שלאפן.
שמואל הלויכפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
זיסע חלומות. ויקץ ... וישן וחלום שנית.
דבילה דו האסט פאר איין רגע געטראכט אנדערש?
הדד בן בדדשמואל הלויכפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
זיסע חלומות. ויקץ ... וישן וחלום שנית.
דבילה דו האסט פאר איין רגע געטראכט אנדערש?
איך (אדער מיין ניק) שאצט נישט אונטער די יכולות'ן פון מענטשן. כבר היה לעולמים אז מענטשן זאלן איינפעדעמען אזא ביג בראדער סיסטעם. ווי באקאנט האט
קריסטאפאר היטשענס גע'טענה'ט אז די איל פאמיליע אין צ. קארעא האט
איינפאך געליינט דעם ביכל און זיך אנגעקלערט דאס צו טון למעשה.
דבילהאיך (אדער מיין ניק) שאצט נישט אונטער די יכולות'ן פון מענטשן. כבר היה לעולמים אז מענטשן זאלן איינפעדעמען אזא ביג בראדער סיסטעם. ווי באקאנט האט
קריסטאפאר היטשענס גע'טענה'ט אז די איל פאמיליע אין צ. קארעא האט
איינפאך געליינט דעם ביכל און זיך אנגעקלערט דאס צו טון למעשה.
דבילה, איז גערעכט, די אסיפה וועט לכאורה זיין די יסוד פון וואס מען וועט פראבירן צו מאכן אזא סיסטעם. זעהט אויס עס איז נאך נישט געווען גרייט אדער אז די פירער האבן נאך נישט געהאט מסכים געווען אויף א סיסטעם גענוגט פאר די אסיפה.
איך זע נישט גארנישט אנדערש ווי פאר דעם.
דער כינוס קען גערעכנט ווערן אלס סוקסעס אין נומער פון מענטשן וויפיל עס זענען אנגעלאפן, אבער ביז אהער.
פארן כינוס האב איך געקלערט אז מעגליך וועלן מענטשן אוועקלייגן דעם אינטערנעט אויף עטליכע טעג, אבער יעצט בין איך קלאר אז עס גייט נישט קיין סאך געטוישט ווערן.
...אויסער, אויב דער כינוס איז נאר דער ערשטער חלק פונעם פלאן און עס האט א המשך וואס איז נאכנישט באקאנט פארן עולם.
סך הכל פון די אסיפה
די רבנים לעבן אין אנדערן פלאנעט.דאס האט מיר איינער געשיקט ביי אימעל
The Skulener warns about shidduchim from houses with "the keilim tmeiyim". Is he at least half as worried about Choson Kallah actually being attracted to each other? for a change in our Shidduch system that gives boys and girls choice? that lets them make informed decisions based on actual life rather then parental wishes and expectations? them having something in common other then chassidus? That Sholom Bayis and NOT driving the spouses crazy is a far greater "geder" to "zech nisht metamne zaan"?
Rav Don Segal is busy how even for Business Internet is OOser, Is he at least half as busy trying to make sure that yungeleit have parnoose? thats they have the "keilim" (raed education) to have parnoose? Is he skipping breakfast before demanding that the almost every businessman/ employee find parnose without Keilim temeyim"?
Does Wosner really think that his issurim have a remotest chance of being enforced? doesn't he realize that internet has ALREADY switch to hanheld devices such as Phone, GPS, IPods, etc? Doesn't he realize that WiFi makes a mockery of all that? and where is he flinging charoomes when he should endeavoring to make yiddishkeit palatable and make life of his followers sweet rather then vying for control?
מען דארף שיקן די רבנים ארבייטן פאר א פאר וואכן און נאכדעם וועלן זייל קענען רעדן פון די אינטערנעט.
פון די אסיפה שטארק אויסגעקוקט אז אנשטאט מען זאל ארבייטן אויף די חרדים פון ארץ ישראל זאלן גייען ארבייטן ווילן זיי אונז מאכן ווי זיי אז מיר זאלן אויכט נישט ארבייטן.
רבנים, וועק אופ!
הרב וואקסמאן האט געזאגט " די רבנים ווייסן אפשר נישט וואס די אינטערנעט מיינט, אבער זיי ווייסן וואס מיינט לעבן ריכטיג". איך וויל ח"ו נישט זיין פון די "כת ליצים" ווי ער רופט עס, איך וויל אבער פרעגן מיט אויפריכטיגקייט - וויפיל רבנים ווייסן וואס דאס מיינט גיין ארבעטען פאר פרנסה אן קענען בעיסיק ענגליש פשוט דערפאר ווייל זיין מוסד איז על טהרת הקודש?
מיין ידיד ברענגט גוט ארויס דעם אנטוישטן מצב:
<a class="postlink" href="http://veltelech.blogspot.com/2012/05/blog-post.html?m=1">http://veltelech.blogspot.com/2012/05/b ... t.html?m=1</a>
אלע סטראשונגן און מייקראמענעדזשינג פון די מוסדות התורה וואלט ממילא פאסירט אפי' אן די אסיפה. טייל האבן עס שוין אנגעהויבן, און אנדערע וואלט ממילא אהין אנגעקומען.
שמואל הלויכפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
I hope u know you are talking hoidl boidl. In these times this is impossible to do by FORCE
(קרעדיט פאטאש פון איי וועלט)
מיט א פאר שעה צוריק בין איך געווען איינער פון פערציג טויזענט אידען, היינט בין איך איינער אליין, ארויס געווארפען פון כלל ישראל, מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט מיר, מען טאר אפילו נישט אריין קומען ביי מיר שטוב.
נעכטען האבען איך זיך גע'ישוב'ט צו איך וועל עובר זיין אויף התבדלות מיטן גיין צום כינוס, היינט איז גאר דא אן איסור התבדלות אויף מיר.
היינט נאכט צוגעשטעטלט דורך איחוד הקהילות, פרייע פילטער אינסטאלאציע פאר קאמפיוטערס, טאבלעטס און סעלפאונס, און אנדערע סעלושענס פון 7 ביז 10 אין Jtech center און פון 9 ביז 10:30 אין iShop.
שמואל הלויכפי השמועה גייט די עיקר זיין נאכן כינוס, ווען מ'גייט נאכטשעקן יעדן איינעם באזונדער וואסערע פאון ער האט און וואסערע פילטער ער פארמאגט, און אויב מ'וועט זיך נאך אלס נישט צושטעלן, וועט מען מפרסם זיין די נעמען, און מ'וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ מה ששמעתי.
ווער ס'האט אינטרנט וועט זיך משדך זיין מיט די וואס מאכן חתונה אין די גע'אסר'טע זאל אין ק"י, פאר נעמען קען מען זיך ווענדן צו די קהילה קדושה שלא כרעה לבעל ולא הלכה לכינוס
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
אךשמחמיין ידיד ברענגט גוט ארויס דעם אנטוישטן מצב:
<a class="postlink" href="http://veltelech.blogspot.com/2012/05/blog-post.html?m=1">http://veltelech.blogspot.com/2012/05/b ... t.html?m=1</a>
דער שרייבער ברענגט ארויס גוטע נקודות, אבער איך מיין אז אויב קוקט מען אן די אסיפה מיט א ברייטערן בליק, איז עס נישט אינגאנצן ווי ער זאגט. ווי ער אליין פירט אויס האט די אסיפה אים געברענגט צו דער איבערצייגונג אז מען מוז אליין זיך נעמען אין די הענט. וואס איז דער חילוק וויאזוי, אויף וואספארא אופן די אסיפה האט אויפגעטאן? אויב די אנטוישונג האט געברענגט מענטשן צו טאן עפעס קאנסטרוקטיוו, איז דאך ווייטער גוט.
איך גלייב אז די ארגאניזירערס האבן די אסיפה אונטערגענומען מיט גוטע כוונות. עס קען זיין אז עס וואלט געקענט זיין בעסער. אבער א סך מאל גייט עס אזוי -- מען פרובירט און מען טוט, און די ישועה פאלגט נאך פון אן אנדערער ריכטונג ווי דער טוער האט געפלאנט.
די אסיפה האט זיכער נישט געשאדט. א סך האבן זיך אונטערגענומען קבלות און גדרים. די פראגראם וואלט אפשר געמעגט זיין מער צו דער זאך; איז עס אבער נישט געווען. למעשה איז דער פועל יוצא זיכער מער פאזיטיוו ווי נעגאטיוו. בכלל, דאס אפווישן די מחיצות צווישן סעקטארן פון ארטאדאקסישן לאגער איז א גוטע זאך פאר זיך -- אפילו קיינער פון די מארגנים האט דאס מסתמא נישט אינזין געהאט, פונקט ווי דעם בעל הבלאג'ס מסקנא, אז מען דארף אליין טאן, איז אויך א פאזיטיווע פועל יוצא פון וואס די מארגנים האבן מסתמא נישט געטראכט אבער איז פאקטיש זייער קרעדיט.
די אפעקט פונעם כינוס
היינט האט מיין חבר ארויף געלייגט K9 אויף זיין קאמיוטער
און נעכטן האבן צען יונגעלייט צוגעמאכט זייער אינטרנט אינדערהיים
(ביודעי ובמכירי)
[ציטאט אראפגענומען]
ביזט גערעכט. איך זאג נאר אז אחרי ככלות הכל איז דערפון ארויסגעקומען עפעס פאזיטיוו. איך מיין אז די אנטוישונג -- דאס זען דאס מציאות כמו שהוא -- איז א פאזיטיווע אנטוויקלונג, בחינת חסד שבגבורה...
איך בין באמת אהיים אנטוישט פון דעם כינוס. איך בין געגאנגען צום כינוס טראצדעם וואס עס איז נישט מיין סטייל, אבער איך האב געקלערט אז מען גייט דארט זיכער מאכן א תקנה אויף א געוויסע דרגא און עס וועט אינפארסירט ווערן במעמד רבבות אלפי ישראל און עס וועט טראגן א געוויכט גענוי ווי ביי די מערכה קעגן טעלעוויזשאן, און איך האב געוואלט זיין א טייל דערפון. למעשה איז דארט גארנישט פראקלאמירט געווארן און מפטירין כדאתמול.
גלייך ביים אנהייב ווען מען האט אנגעהויבן צו רעדן פונעם כינוס איז געווען א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ארי פרענקל, האט ער געזאגט אויף די פראגע וואס מ'גייט רעדן ביים כינוס אז ער קען נישט אלעס זאגן, "ס'קומט א סופרייז", איך ווארט נאך יעצט אויף דעם סורפייז...
אויך האט ער געזאגט אז מען גייט פארקירעווען די עראפלאנען בשעת די אסיפה עס זאל נישט שטערן און ער האט אויסגעפירט בטפשות לשונו "בבחינת עוף הפורח נשרף"....
ביי מיר איז דאס שוין איינמאל א סורפרייז אז מ'קען צוזאמשלעפן טויזענטער אידן אן זאגן א ווארט וואס די פלאן דארט גייט זיין.
שמואל הלויגלייך ביים אנהייב ווען מען האט אנגעהויבן צו רעדן פונעם כינוס איז געווען א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ארי פרענקל, האט ער געזאגט אויף די פראגע וואס מ'גייט רעדן ביים כינוס אז ער קען נישט אלעס זאגן, "ס'קומט א סופרייז", איך ווארט נאך יעצט אויף דעם סורפייז...
ארי פרענקל האט געטאן א גוטע דזשאב ער איז גארנישט שילדיג, ער האט טאקע געפרעגט צו עס איז שייך עפעס צו טון וועגן די פליגערס, ער איז א געהעריגער ארבייטער וואס זוכט צו לייזן אפאר דאלאר, זיין חלק האט געקלאפט, ער איז אומשילדיג
איך ווייס נישט צי אויב דער כינוס וואלט פארגעקומען אין א זאל וואו מען דינגט ארויס די 4 ווענט און מען דארף אלעס צושטעלן אליין, צי אלעס וואלט אזוי געקלאפט. עס איז געווען א מזל אז די טיקעטס און די זיץ ערטער און סעקיוריטי זענען געווען צוגעשטעלט דורך די סיטיפיעלד און דאס האט געפירט אז עס האט געהערשט ארדענונג כאטש ביי די מסובין.
באקומען א טעקסט
כינוס כלל ישראל רעזולוציעס פאר סאטמאר, א׳ קרח פאר אנשים נשים וטף.
איינער ווייסט מער וועגן דעם?
וועלכע סאטמער?
אדמו"ר מהרי"י שליט"א
עס איז א דמיון אז עס איז געווען א קאמף קעגען טעלעוויזיע, אפשר האט איינער עפעס אינפארמאציע אויף די מלחמה ? איך האב עס געלעבט און דאס איז א דמיון און א שקר.
ביסט שוין פון די עלטערע משכילים? 😉
לייג אראפ וואס סע פארגעגאנגען מיט טעלעוויזיע. מע האט געלאזט אדער נישט?
בנוגע די כינוס איז אזוי:
די עצם פראגראם איזאקע געווען נאך אלעם א שוואכע פראגראם נישט צו אינטערטענען - הגם עס איז געווען היסטאריש ווייל סקולען און הרב וואזנער און ר' דן סגל הבן גערעדט אבער דעס איז נישט צום אופטוהן נאר היסטאריש גערעדט עס איז געווען זייער בארינג..
אבער נאך אלעם איז עס געווען א אויפטוה אפילו וואס זאגען: נישט געווען קיין לעהזונג, געוען א שאד די צייט צו זיצען, רבנים פארשטייען אונז נישט, וכו' וכו'
דער ענטפער פון דעם איז פשוט פיר ווערטער: עס איז ניקסט דא!!! עס איז נישט שייך קיין לעהזונג אויף אינטערנעט ווי יעדער פארשטייט נאר וואס דען, די מפהכה טוט אזויפיהל אויף אז אסאך האבן ארויפגעלייגט א פילטער אסאך האבן טאקע ארויסגעווארפן די קאמפיוטער פונעם שטיב און ועל כולם נאכן מאכן מהפכות קענען מוסדות אינפארסען נישט אננעמען איינעם מיט אינטערנעט אין שטוב, מען קען גרינגער נאכקוקען איינעם, עס קען זיין אז עס האט אפילו אויפגעטוהן אז אינגעליייט וועלן זיך שעמען דערמיט.... וכו'
מען קען נישט זאגען אז די גאנצע אסיפה איז געווען אשאד די צייט
ס'איז אינטערעסאנט איז אינעם קונטרס וועלכע זיי האבן פארפעלט אויסצוטיילען איז דוקא יא דא א ליסטע פון לייזונגען.
יידלס'איז אינטערעסאנט איז אינעם קונטרס וועלכע זיי האבן פארפעלט אויסצוטיילען איז דוקא יא דא א ליסטע פון לייזונגען.
ווי איז די קונטרס?
האסט עס?
אויב סע דא לייזינגען, פארוואס באהאלט מען עס?
ידעןיידלס'איז אינטערעסאנט איז אינעם קונטרס וועלכע זיי האבן פארפעלט אויסצוטיילען איז דוקא יא דא א ליסטע פון לייזונגען.
ווי איז די קונטרס?
האסט עס?
אויב סע דא לייזינגען, פארוואס באהאלט מען עס?
דאא ביטער געלעכטער.
פינקט דער רשע האט באקומען די זכות צו עס פארשפרייטען?
ער וועט נאך באקומען שכר אויך ווייל אין הקב״ה מקפח שכר כל ברי׳.
איך קען נישט עפענען דעם פי די עף פון פעילד מעסייע. קען איינער מיר טון א טובה און עס ארויפלייגן אויף דראפבאקס אדער פרי פידיעף האסוטינד אדער סקריבד?
אקעי, איך האב עס שוין.
<a class="postlink" href="http://theantitzemach.blogspot.com/2012/05/reb-manis-take.html">http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... -take.html</a>
וואו איז די אידישע ווערסיע?
אךשמח, האסט געמאכט פארשריט?
נאך בילדער
<a class="postlink" href="http://satmarnews.wordpress.com/2012/05/23/pictures-kinus-hatzolas-hadoros-sunday-bamidbor-in-citifield/">http://satmarnews.wordpress.com/2012/05 ... citifield/</a>
מעג איך שפעקולירן אז ס'איז שוין גארנישט קיין צופאל דאס נישט אויסטיילן די קונטרס און ס'איז פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט נישט אויפגעשטעלט א לייטישע טעקנישן רעדן? ס'איז מיר שווער מקבל צו זיין אז מ'האט אפגעדרוקט א דיקן קונטרס און "פשוט פארגעסן" אויסצוטיילן
פינטאווואו איז די אידישע ווערסיע?
אךשמח, האסט געמאכט פארשריט?
אין דבר העומד בפני הרצון
אני רוצה את הגירסה האידיש,
אנא אל תעמוד בפני הרצון שלי,
שלח לי מהרה.
(סליחה על החריפות, אני כבר עייף)