☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט

רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט

222 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #667
בלאט: 1 2 3 4 5

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 2:00 pm

· #16445
דאס איז א געפיל זאך. מענטשן האבן א פראבלעם מיט מענטשן וואס דאווענען פון אינעווייניג פון א סמארטפאן. אבער קיין פראבלעם מיט אינגעלייט וואס זיצן אפ א גאנצן דאווענען מיט ספרים אדער געפרינטע גליונות פון תורות ביז רבישע שמועסן ביז באבע מעשיות צו פארציילן פאר די קינדער.

ווען דער לאקאמאטיוו איז געווען ניי, האבן געוויסע חסידים זיך מונע געווען פון די מאדערענע זאך אשר לא שערום אבותינו, ווער רעדט נאך פון מאכן א מנין שחרית אויפן באן? מ'דארף עס געבן צייטן ביז די טראנזיציע פון ספרים אויף פאפיר ביז טעכנעלאגיע גייט דורך.

לעמיל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:31 pm

· #16451
די מיינסט אז אינזערע קינדער אדער אייניקלעך וועלען איין טאג אין זיצען אין קלאס מיט אייפעדס אין לערנען חומש???

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:37 pm

· #16455
לעמיל
די מיינסט אז אינזערע קינדער אדער אייניקלעך וועלען איין טאג אין זיצען אין קלאס מיט אייפעדס אין לערנען חומש???

אונזערע אור-עלטערן האבן אויך געפרעגט "דו מיינסט אז אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן זיצן אין א קלאס?" (די גאנצע אופן וויאזוי אונזער חדר איז אויסגעשטעלט היינט איז א מאדערנע זאך, רעלאטיוו).

לעמיל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:42 pm

· #16458
ווענדט זיך ווי דיינע זיידעס האבען געוואוינט, אין די גרויסע שטעט איז עס אייביג געווען, אין די דערפער פלעגט מען נעמען א מלמד צו זיך אהיים.

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 3:49 pm

· #16460
לעמיל
די מיינסט אז אינזערע קינדער אדער אייניקלעך וועלען איין טאג אין זיצען אין קלאס מיט אייפעדס אין לערנען חומש???


נישט נאר דאס, נאר די טישן אין די היכלות התורה וועלן זיין געבויט פון גלאז און יעדער וועט אריינלאגן צו לערנען. ווער ס'לאגט נישט אריין צו די קהלה'ס שיעור, אדער לערנענט אנדערע בלעטער גמרא (אויב ס'וועט נישט זיין געבלאקט פון די פילטער) וועט מען אפיר נעמען. אויב די קאמפויטער וועט זאגן אז פון סווייפען דיין מקוה קארטל ביזן אריינלאגן צום ספר-פעד האט גענומען צי לאנג, וועט תיכף ארויפקומען אויפן סקרין א פראגע בויגן פון וועד משמרת הצניעות.

ערענסט גערעדט, היינט האבן אלע חדרים, אינגערע כיתות קאסעטע אדער סי די פלעיער וואס פארציילט די מעשה פון די וואך און ענינים לכבוד יו"ט. צוואנציג יאר צוריק איז געווען א היימישע איסור קעגן ניצן קאסעטע פלעיערס אין חדר. מיר ריקן זיך זייער פאוואליע, אבער מיר ריקן זיך. מיר גייען מיט לאנגע הויזן, און געקנעפעלטע העמעדער און געפרעסטע היטן, און טראגן האנט זייגערס, כאטש דאס זענען אלס געווען די סימבאלן פון מאדערעניע.

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:50 pm

· #16461
לעמיל
ווענט זיך וי דיינע זיידעס האבען געוואונט אין די גרויסע שטעט איז עס אייביג געווען אין די דערפער פלעגט מען נעמען א מלמד צו זיך אהיין

אודאי אזוי. אין פדן ארם איז אפילו געווען צוויי סאטמערס!. אין פומבדיתא האט יר' ואלי ראטה פרובירט צו עפענען האט מען אים אונטערגעשטעלט פיסלעך. אין ברצלונה איז נאר געווען ביז כיתה ז'. נאכדעם איז מען געגאנגען צו שיעור א' אין ישיבה גדולה. קינדערגארטן ווערט שוין אפילו דערמאנט אין בית יוסף!

---
יואליש האקט. פיין געזאגט.

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 3:53 pm

· #16464
(נישט פארגעסן אז געוויסע רש"י'ס וועלן זיין בלאקירט. מ'וועט מיזן עקסטער זיכער מאכן מיט א פעסווארד אז מ'איז העכער 21. אויך וועט ארויפקומען באזירט אויף די גמרא וואס די לערנעסט "יו מעי אלסא לייק דיס".)

שרייבער » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:30 am

· #16554
איך קוק דעם יאר און איך קוק די חתימות און איך האב שוין נישט קיין קשיות וד"ל

משכיל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:00 am

· #16564
איזהו חכם הרואה את הנולד. תמיד לב,

ואולי יש לפרש שלכן נקט לשון "נולד" ולא "את העתיד" שגם החכם לא יראה אלא עד זמן לידה

וראה ב"ק סוף טז. שיש עיבור נחש ועוד לשבע שנים

יואליש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:00 pm

· #16600
[ציטאט אראפגענומען]


זאת נחמתי בעניי! כבר היו לעולמים אז מ'האט גע'אסר'ט און גע'חרמ'ט מיט חתימות פון "גדולים" מ"דור הישן" און גארנישט, דרייסיג יאר שפעטער און ניטאמאל מאכט מען זיך א חשבון איבער זייער קורצזיכטיקייט. אלע אויסגערעכענטע תקנות זענען געבראכן געוואן, לכתחילה אריבער! אין חדש תחת השמש, און רבנים דערלערנען זיך נישט. מ'גייט ווייטער אן מיט איסורים און חרמות אויף טעכנעלאגיע און דרייסיג יאר ארום וועט מען צוריקוקען צו די גאנצע פרענזי און זיך אונטערשמייכלען, און ווייטער אסר'ן עפעס פריש.

משכיל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:23 pm

· #16646
א טייל פון די וואס זיינען גאגאנגען צו די אסיפה פילען אזוי ווי די וואס האבען געוועלט פאר אבאמא אין 2008

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:43 pm

· #16656
יואליש
זאת נחמתי בעניי! כבר היו לעולמים אז מ'האט גע'אסר'ט און גע'חרמ'ט מיט חתימות פון "גדולים" מ"דור הישן" און גארנישט, דרייסיג יאר שפעטער און ניטאמאל מאכט מען זיך א חשבון איבער זייער קורצזיכטיקייט. אלע אויסגערעכענטע תקנות זענען געבראכן געווארן, לכתחילה אריבער! אין חדש תחת השמש, און רבנים דערלערנען זיך נישט. מ'גייט ווייטער אן מיט איסורים און חרמות אויף טעכנעלאגיע און דרייסיג יאר ארום וועט מען צוריקוקען צו די גאנצע פרענזי און זיך אונטערשמייכלען, און ווייטער אסר'ן עפעס פריש.


זאת נחמתי - א נחמה פורתא. ווי אזוי קענסטו זיך טרייסטן אז ערשט אין 30 יאר ארום וועסטו קענען טון וואס דו דארפסט.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק.


משכיל
א טייל פון די וואס זיינען גאגאנגען צו די אסיפה פילען אזוי ווי די וואס האבען געוועלט פאר אבאמא אין 2008


גאנץ גוט. כ'האב א שמייכל געטאן צו דיין פארגלייך.

ניו יארק » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:14 pm

· #16745
אבאמא גייט מען קענען ארויס-שטימען בקרוב, אבער.....

שמואל הלוי » זונטאג יוני 10, 2012 1:05 pm

· #17060

געפילטע פיש » זונטאג יוני 10, 2012 6:36 pm

· #17135
דער איד האט א פוינט, איז ער אפשר איינער פון אונזערע שרייבער דא?



איינער ווייסט ווער דער אבא לאנדא איז?

ניו יארק » זונטאג יוני 10, 2012 7:10 pm

· #17142
שמואל הלוי

דאס הייסט א אידישע ביזנעסמאן

chasid » דינסטאג יוני 12, 2012 2:19 pm

· #17530
ידען
לעמיל
אינז ווארטען נאך פאר די קונטרס..........

מ'קען זיך שוין מייאש זיין??

smart » דינסטאג יוני 12, 2012 3:35 pm

· #17542
איך מוז ענק זאגען די כינוס האט נאך אלעם געמאכט א גרויסע מהפיכה סאך סאך מער ווי איך האב געמיינט

איך האב געהאלטען א גאנצע צייט ביזן כינוס אז ויהי לממחרת און אלעס צוריק צום אלטען. אבער למעשה זעע איך אז עס נישט אזוי

אינגעלייט ארום מיר חבירים פון ביהמ"ד וכו' (איך דאווען אין א פריוואטע שוהל נישט און א קהלה אדער חסידות) אלע האבן אראפגענומען די אינטערנעט אדער לכה"פ ארויפגעלייגט א פילטער.

נאכמער איז מיר געווער א חידוש א יונגעמאן גאנץ א קנאפע יראת שמים...(שוין שיין געזאגט) האט געטוישט פון א סמארט פאון צו א רעגיליער טעלעפאן וואס האט נאר אימעיל

סשרייט זיך ארויס פון זיך אליינס מי כעמך ישראל!!!!

יידל » דינסטאג יוני 12, 2012 4:45 pm

· #17552
אמת, סמארט. אבער לאמיר ווידערהאלטן וואס מ'האט שוין אויבן געזאגט. אויב איז די ציל געווען פילטערס און אז מענטשן זאלן זיך צוריקהאלטן פון קוקן פארנאגראפיע דאן קען מען זינגען און טאנצן אשרי העם שככה לו. אויב איז די ציל געווען צו אוועקנעמען די סכנה וואס אינטערנעט שטעלט פאר פארן יהדות החרדית, האבן מיר נאך א לאנגע מהלך, און ס'צו פרי אויסצושרייען מישען אקאמפלישד.

smart » דינסטאג יוני 12, 2012 5:23 pm

· #17556
יידל
אמת, סמארט. אבער לאמיר ווידערהאלטן וואס מ'האט שוין אויבן געזאגט. אויב איז די ציל געווען פילטערס און אז מענטשן זאלן זיך צוריקהאלטן פון קוקן פארנאגראפיע דאן קען מען זינגען און טאנצן אשרי העם שככה לו. אויב איז די ציל געווען צו אוועקנעמען די סכנה וואס אינטערנעט שטעלט פאר פארן יהדות החרדית, האבן מיר נאך א לאנגע מהלך, און ס'צו פרי אויסצושרייען צישען אקאמפלישד.

עס איז אוממעגליך אוועקצונעמען די סכנה פון אינטערנעט (למשל אלס בחור וואלט דיין טאטע דיר ניטש אריינגעלאזט אין א דיפארטמענט סטאר ווייל עס איז נישט קיין איידל פלאץ. די זעלבע איז מיט עני פעידש אויף די אינטערנעט אפילו קאן עדיסאן מאכט מען אויף איז אויף די קארנער אויבן דא א ריזיגע בילד פון א נאקעדיגע שיקסע סאוי ווי אזוי קען מען אוועק נעמען די סכנה אמאל אריינוואקען אין א דיפארטמענט סאר וואלט געמיינט דאס ערגסטע היינט ווען מאיז אויף די אינטערנעט שפאציר אין א דיפארטמענט סטאר א גאנצען טאג און מען זאפט זזיך אן מיט דבר אסור שלא בכונה, און ואיף דעם קען מען זיך נישט העלפן) אבער די סכנה פון ריכטיגע שמוץ אויף דעם קען מען נאך טוהן וויפיל סאיז מעגליך דורף קאמפיינען וועגן א פילטער וכדומה

אברעמעל » דינסטאג יוני 12, 2012 5:23 pm

· #17557
אוועקצונעמען איז לכאורה נישט שייך ווי שוין געשמועסט געניג מאל, Aware מאכן דעם עולם און באגרעניצן ווי מער מעגליך דאס האט מען מצליח געווען.

סמארט האקט די זעלבע.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 12, 2012 6:09 pm

· #17578
smart
למשל אלס בחור וואלט דיין טאטע דיר ניטש אריינגעלאזט אין א דיפארטמענט סטאר ווייל עס איז נישט קיין איידל פלאץ.

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז א טאטע זאל נישט אריינלאזן זיין בחור אין א דיפארטמענט סטאר.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 17, 2012 9:38 pm

· #18312
דער איד און דער בלאט הערן נישט אויף מיט די רעזאלוציעס. און גייען פון וואך צו וואך מחיל אל חיל...

וואס האט מיר געמאכט וואונדערן די וואך, איז די פאלגענדע תקנה: מען טאר נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום זאך אויף א קאמפיוטער, נישט קיין נפק"מ וואו עס איז און ווען עס איז. (ד.ה. נישט חוה"מ, נישט ביי די פעטער אדער מומע, נישט אין די ארבעט, נישט זעהן אפילו בחצרות קדשינו, און ניטעמאל די אייגענע ווידעאו קליפס אפגעכאפט מיט די היים קעמערע).

זיי קענען נישט די מעשה מיט די בחור און די קאטשקע???........

גיט א קוק אויף דעם בייגעלייגטן קאפי.
📎 Takonas-.JPG

שמעקעדיג » זונטאג יוני 17, 2012 9:42 pm

· #18313
און דא איז "דער איד", באשרייבענדיג די נייע פילטער עפאכע, ווען די הנהלת המוסדות וועט באשליסן וועלכע סייטס עס קענען ווערן געעפנט,
און א וועד הפועל וועט האלטן קאנטראל אויף יעדן באזונדער, דורך סטראשען מיט די קינדער (מיטן מליצה פון "שופטים ושוטרים תתן לך").
📎 Yid--.jpg

שרגא » דינסטאג יוני 19, 2012 8:48 pm

· #18725
[ציטאט אראפגענומען]

דיר איז עס א גרויל, אבער פאר מיר איז עס א גייסטישע הנאה. צווישן אזויפיל נארישע געשלעגן און רייבערייען, צווישן אזויפיל טענהרייען און רייבערייען, פארמעסטן און וויכוחים לגבי ווער עס האט ערשט, ווער עס האט מער, ווער עס טוט מער אויף און ווער עס איז א גרעסערער עם הארץ, איז כאטש אריינגעפאלן עפעס אויך א פארמעסט וואס קומט כאטש ארויס עפעס א טובה פאר'ן אידישן כלל און עפעס וואס ביידע זייטן ווילן אייניג: באקעמפן די אינטערנעט סכנה. זאלן זיי זיך אלץ מער פארמעסטן נאר אין אזעלכע זאכן צו איבערשטייגן איינער דעם צווייטן אין אידישקייט ענינים.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 19, 2012 9:28 pm

· #18758
שרגא׳לע, דער זעלבער שטן פון מחלוקת שטייט דא אויך, פונקט ווי געווענליך. ער מאכט זיכער אז פון צופיל משוגעת׳ן פון ביידע פראקציעס זאל מקויים ווערן דער ״תפסת מרובה לא תפסת״. זיי מיינען נישט לשם שמים קיין כי הוא זה, נאר צו ווייזן ווי אויבנדערמאנט ״כחא דאיסורא עדיף״. איי דאס זענען גזירות וואס אין הציבור יכולין לעמוד בה? תיקו. דער עיקר איז אז מיין רבי איז פרומער ווי זיין ברודער, און יעדער פרובירט צו אסר׳ן די ערשטע, און וויל נישט זיין ברודער זאל זיך אריינכאפן אין די ליין.

סוף כל סוף גייט עס זיי צוריקפראסקען אין פנים.

פונקט ווי הושע״ר ווען ביידע ברודער זאגן די לאנגע דרשות, שטייען די הויז בחורים מיט סעלפאנס און פרובירן מברר זיין צי דער ברודער האט שוין געענדיגט, כדי צו קענען ענדיגן שפעטער ווי דעם ברודער, כן הדבר הכא. מען מיינט פאליטיק. אידן וועלן אין די ענדע נישט הנאה האבן. נעם מיין ווארט!

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 20, 2012 3:22 pm

· #18928

שמואל הלוי » דאנערשטאג יוני 21, 2012 8:04 am

· #19028
untitled.JPG

איך אויך » דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:24 am

· #19034
אלס טאטע פון א מיידל וואס גייט אין טוילעט וויל איך זיך באדאנקן פאר די טוילעט פעיפר קאמפאניס...בקיצור א צעטל אן א נאמען איז א פאשקעוויל.

דבילה » מאנטאג יוני 25, 2012 7:17 pm

· #19914
אשפג
.
📎 cell-silent-vibrate.jpg

ניו יארק » דינסטאג יולי 3, 2012 12:15 am

· #21412
די צעטיל איז געשריבען מיט די הענט? אדער אויפגעטייפט דורך א קאמפויטער וואס האט שוין חרוב געמאכט טויזענטער אידישע דורות??

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:15 am

· #34482
געזעהן שבת אין די בתי מדרשים:
📎 Kiosk_04.jpg 📎 Kiosk_03.jpg 📎 Kiosk_02.jpg 📎 Kiosk_01.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:16 am

· #34484
חלק ב'
📎 Kiosk_08.jpg 📎 Kiosk_07.jpg 📎 Kiosk_06.jpg 📎 Kiosk_05.jpg

לייבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:16 pm

· #58325
אין מאנסי
📎 Psak_83.jpg

דעינעש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:28 pm

· #58334
איינע איז לכאורה א ענטפער פאר'ן צווייט'ן. אינעם איין בילד פארפירט מען (ווער?) אז די קיאסק שרייבן זיך; אלס כשר ומהודר. און ביים צעטל שרייבער איזעס א פראבלעם.
ובהשנית, די אנדערע צעטל שרייבער, אטא דאס איז דער פראבלעם; נישט כשר ומהודר.

חבל..

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:56 pm

· #58352
געפערליך! פרויען (וואס מיר ווייסן דאך דעם סוד אז דעתן קלות און פאלן שנעלער דורך אין ראיות אסורות ווי אונזערע אפגעהיטענע מענער) גייען אליין אן קיין גדול עומד על גבה, אויפן "בלויזן" אינטערנעט, און קויפן דארט שמאלע געפאסטע קליידער, לייג צו די טו פיס דאסטערס פון די ביוטי סאלאן האסטו אלע דריי שלוש חמורות.

ידען » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:00 pm

· #58354
די מענטשען זענען אזוי out of touch

וואס מיינט פארן און איינקויפען ענדערש ווי אויף די אינטערנעט?

אויף די אינטערנעט קען מען זעהן מער גוישע קליידער ווי מע פארט אין מאנהעטטען?

די מענטשען לעבען נישט אויף אונזער וועלט.

ידען » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:03 pm

· #58355
איך קום אן צו ערגערע פלעצער ווען איך פאר ווי ווען איך surf the net

זיי קענען נעמען ידען פאר א עדות אז סע ערגער צו גיין אין מאנהעטען און אפי׳ אין ברוקלין ווי צו זוכען אויף די נעט.

Thats my experience

גוטזאגער » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:40 pm

· #58380
די חברה פירן שוין לאנג א מערכה אנטקעגן קאמפיוטער קיאסקס נאכדעם וואס אפיציעל האט האדמו"ר מהר"א עס איינגעפירט, מתחילה איז עס געווען געווען אפאר צאמגעקראצטע טענות, און מיט די צייט האבן זיי שוין זיך געטראפן א קול-קורא סעטער מיט א טייפער און דאס זענען די פירות. אבער עס העלפט גארנישט, ב"ה די קיאסקס האבן הצלחה און סייעתא דשמיא, אזוי ווייט אז עס שוין דא עטליכע קאנקורענטן, און עס שוין דא היינט צוטאגס לאקאלן סיי אין ק"י, וומס"ב, און אויך אין ב"פ.

זיך נישט פארמישן, די וואס פירן די אפגעפרעגטע מערכה האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט די עסקנים פון איגוד קהילות און זייער ציל איז גאר עפעס אנדערש, זיי ווילן נאר מהרס זיין און נישט צו אויפטאן אדער מתקן זיין.

איחוד פעלד » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 5:21 am

· #66746
ווען ק"ש איז נישט קיין הכרח וואלט קיינער נישט דא געוועהן.........

sunbar » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 9:48 am

· #66758
איך גלייב אז ער האט געשריבן דער בריוו צוליב דעם וואס א אייניקל זיינע איז לעצטנס ארויס לתרבות רעה...

diff » מאנטאג דעצעמבער 3, 2012 2:19 pm

· #66843
שלום לך רבי יהודה בן בתירא! שאתה נמצא בנציבין ומצודתך פרוסה בירושלים
We need local rabanim to take care of our problems here. Get me first a house than tell me what to do in it.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:53 pm

· #104094
מעשה רב (מקור: דער בלאט)
📎 טריפה סעלפאן רח''ל.JPG

קינות גירושין » זונטאג אפריל 14, 2013 2:15 am

· #104426
דער בחור האט א מזל אז ער איז נישט געווארען אן איידעם ביי דעם איד

אךשמח » דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:46 pm

· #115139
פרישע רעזאלוציעס?
📎 החלטות העצרת.jpg

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:48 pm

· #115140
פארוואס איז נישט דא דעם סקולענער רביס חתימה?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 17, 2013 12:41 am

· #115158
איין שטיקל אמת זעה איך דערין. סעיף ד', מי שבעוה"ר יש ברשותו שום כלי וכו', אבי זיי זענען מודה אז ס'איז צוליב זייערע אייגענע עבירות. נחמה פורתא.

קינות גירושין » פרייטאג מאי 17, 2013 12:54 am

· #115162
משולם שטיינפעלד
פארוואס איז נישט דא דעם סקולענער רביס חתימה?

ער האט צוריקגעצויגען פון דעם איסור, ער האלט סאיז מותר לכל הדיעות

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 1:01 am

· #115164
איך מיין נישט personal
אבער פאר אלע חתימות טרעף איך א מקום, אי משום מוסדות אי משום גוט-גייענדיג בתי מדרשים, אבער ר'מאיר רוקח? וואו קומט ער דא אהער? זענען איינע פון זיינע קינדער עסקנים? אויב יא פארוואס איז ער נישט מכובד געווארן ביים כינוס צו פארענדיגען די אבינו - מלכינו'ס?

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 17, 2013 1:08 am

· #115166
"חתימות עדיין מתקבלות", חברה, כאפט אריין!
בלאט: 1 2 3 4 5