רעזאלוציעס פונעם כינוס און איר אפעקט
222 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #667
ברויןמעג איך שפעקולירן אז ס'איז שוין גארנישט קיין צופאל דאס נישט אויסטיילן די קונטרס און ס'איז פאר די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט נישט אויפגעשטעלט א לייטישע טעקנישן רעדן? ס'איז מיר שווער מקבל צו זיין אז מ'האט אפגעדרוקט א דיקן קונטרס און "פשוט פארגעסן" אויסצוטיילן
ווי איך האב שוין געשריבן האט מען עס יא געוואלט אויסטיילן דארט, און ס'האט געהערשט א צומישעניש וואס לאזט זיך נישט גלייבן, און נאך ממש יעצט, בעת איך שרייב די שורות האט מען נאכנישט באשלאסן וואס צו טון דערמיט. עכ"פ, די סחורה ליגט נאך אויפן זעלבן פלאץ ווי עס איז געלייגט געווארן זונטאג נאכט.
ביים כינוס האט מען אויך געדארפט פארטיילן מנחה מעריב'לעך. אפשר זאגסטו מיר די סיבה פארן נישט אריינלייגן דעם אומשולדיגן מנחה מעריב'ל אין די זעקלעך?
איין קונטרס האב איך שוין געגעבן פאר א חשובער ידיד אונזערער וואס ארבעט דערויף. איך האף נאר אז ער וועט האבן דעם פי די עף פאר מען וועט אויסטיילן דעם קונטרס זעלבסט...
ציוניפינטאווואו איז די אידישע ווערסיע?
אךשמח, האסט געמאכט פארשריט?
אין דבר העומד בפני הרצון
אני רוצה את הגירסה האידיש,
אנא אל תעמוד בפני הרצון שלי,
שלח לי מהרה.
(סליחה על החריפות, אני כבר עייף)
נו, אויב נעמסט זיך אונטער עס צו אריבערפירן אויף פי די עף, דאן וועל איך זען אז ס'זאל אנקומען צו דיר אן עקזעמפלאר.
בל"נ
אינז ווארטען נאך פאר די קונטרס..........
[ציטאט אראפגענומען]
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/79617">http://www.jdn.co.il/news/79617</a>
לעמילאינז ווארטען נאך פאר די קונטרס..........
דא האט איר נאך אביסל רעזולוציעס פונעם כינוס, אוי לדור ששופטים את שופטיהם
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41291">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41291</a>
שרייבערדא האט איר נאך אביסל רעזולוציעס פונעם כינוס, אוי לדור ששופטים את שופטיהם
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41291">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41291</a>
This really doesn't make any sense att all
די מערכה איבער כשרע טעלעפאנען
קרעדיט: אידישע וועלט
דעם פארגאנגענעם מוצאי שבועות האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אדרעסירט זיין ציבור בנוגע כשר'ע סעלפאנס, און פאלגענד זענען די תקנות וואס ער האט געזאגט:
א) קיין שום כולל אינגערמאן, קיין שום מלמד, קיין שום מגיד שיעור, קיין שום שוחט, קיין שום סופר, אדער איינער וואס איז עוסק במלאכת הקודש, טאר נישט האבן א טאשן קאמפיוטער, ס'איז אסור בתכלית האיסור!.
מ'גיט פיר וואכן, פאר יעדן איינציגן וואס מען האט דערמאנט, ער זאל איינטוישן דעם טעלעפאן אויב ער האט, ער זאל קומען ווייזן פאר זיין מנהל, וואס פאר א טעלעפאן ער האט, און אז ער האט א כשר'ע טעלעפאן, אויב שטעלט ער זיך נישט צו, קען ער נישט זיין און ער איז נישט ראוי צו זיין, א כולל אינגערמאן ביי אונז אין כולל, אין איבעראל אין די מוסדות, צו א מלמד, צו א מגיד שיעור, ער קען נישט זיין קיין שוחט. ווען איינער באשטעלט תפילין ביי א סופר, זאל ער זאגן איך וויל זען וואס פאר א טעלעפאן דו פארמאגסט.
ב) די עזרת נשים וואס האבן א טעלעפאן, אבער נאר א טעלעפאן אן א קאמפיוטער, ס'איז נישטא קיין שום היתר זי זאל האבן א קאמפיוטער טעלעפאן.
ג) בעלי בתים און אברכים וואס דארפן עס נישט האבן פאר די פרנסה, דארפן איינטוישן זייערע טעלעפאנען.
ד) ווער עס דארף דאס יא האבן פאר פרנסה דארף עס זיין מיט א פילטער. - ווער ס'דארף עס נישט האבן פאר פרנסה, טאר עס נישט האבן!, ועל זה נאמר ויראת מאלקיך!.
איינער זאל אויפפאדערן דעם צווייטן, יעדער טאטע זיין קינד, יעדער איינער זיין גוטער פריינד זיין חבר, זאל אים מאנען און פאדערן, פארוואס פארמאגסטו אזא טעלעפאן?, דו דארפסט עס נישט האבן פאר פרנסה.
*
האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א האט שוין דעם ערשטן טאג יו"ט פאר אקדמות מעורר געווען זיין ציבור דערוועגן, און איבער גע'חזר'ט די תקנות מוצאי יו"ט ביים באגלייטן, ווען דער סוף פסוק זיינע תקנות בנוגע סעלפאון'ס איז:
א) עס איז אסור צו האבן א טעלעפאן מיט אינטערנעט, ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, דאס מערסטע וואס א טעלעפאן מעג האבן איז נאר אי-מעיל, ווייניגער איז בעסער, אבער לכל היותר איז נאר אי מעיל.
ב) ווער עס האט א טעלפאן מיט אינטערנעט האט נישט די זכי' צו זיין א חבר אין די קהלה, און ער האט נישט די זכי' אז זיינע קינדער זאלן לערנען ביי אונזערע מוסדות.
אין אנדערע נייעס
נעכטן נאכט איז געווען צוויי חתונות אין מאנסי
ביי איין חתונה איז געווען דער מסדר קידושין הר"ר אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א רב דקהל יטב לב סאטמאר מאנסי, און ביי די אנדערע הר"ר חיים יושע האלבערשטאם שליט"א רב דקהל ויואל משה סאטמאר מאנסי
ביידע רבנים האבן פארלאנגט פון די עדות צו זען וואסערע סעלפאון'ס זיי האבן
לכאורה איז דער פשט אז די אינטערנעט דארף עכ"פ זיין געפילטערט, איך גלייב נישט ס'גייט מיטן גאנצן עקסטרים, ווייל למעשה פארשטייט דאך יעדער אז ס'איז דא מענטשן וואס דארפן עס פאר פרנסה, אדער אפשר פרעגן זיי פארוואס מען האט עס?
טיים וויל סעי, אויב מ'וועט נישט באוויינען אין עטליכע יאהר אדער גאר חדשים איבער דאס נעמען בשנת תשע"ב ולמס' 2012 אזאלכע שטרענגע שריט אקעגן די אינטערנעט, ווער איז פארזיכערט אז כלל ישראל איז גרייט פאר אזאלכע מיטלען, אפשר וועט דאס בעקפייערן אין ווערן אסאך ערגער, לאמיר האפן אז נישט
כ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
[ציטאט אראפגענומען]
איך שפיר זיך געטראפן און אנגעגריפן..
---
...א צוועלעף'טער צו מנין ...!
chasidכ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
אבי גערעדטchasidכ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
מהר"א האלט שוין אינמיטן א מערכה 14 יאר, זאל ער זיך יעצט אפשטעלן וועגן ס'איז געווען א כינוס? בנוסף ווי אבי גערעדט שרייבט
אבי גערעדטchasidכ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
כ'הער, און פארדעם האט די בלאט די וואך געמאכט ביליגע לצנות פונעם כינוס מיט די בילדער
chasidאבי גערעדטchasidכ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
כ'הער, און פארדעם האט די בלאט די וואך געמאכט ביליגע לצנות פונעם כינוס מיט די בילדער
אהא, כ'האב געמיינט די ווילסט עפעס.
ביליגע לצנות?
דהינו?
ידעןביליגע לצנות?
דהינו?
איך לייען נישט דעם בלאט און ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס זיי האבן צו זאגן, אבער פון 2 אירע האב איך געהערט שבת זאגן אז די בלאט האט געטריבן ליצנות פונעם כינוס, וויאזוי ווייס איך נישט.
חרטה?
אחרי ה'כנס' • קרב כבד על דעתו של ה'שבט לוי'
לחץ כבד הופעל על הגר"ש וואזנר כדי שימתן את דעתו אותה השמיע ב'כנס נגד פגעי הטכנולוגיה' • הגר"ש חזר בו והורה: אין חובה לסלק ילד החשוף בביתו לאינטרנט
יונה גרין, בחדרי חרדים 01:45 30/05/2012
תגיות: טכנולגיה, בורו פארק, הגרש וואזנר, כנס, קווינס
9
הגר"ש וואזנר. צילום ארכיון: יעקב כהן
כמחחצית השעה לפני כניסת חג השבועות בארה"ב וחמשה ימים לאחר הכנס נגד 'פגעי הטכנולגיה' - נתלתה ברחבי ניו-יורק מודעה בחתימת ידו של הגר"ש וואזנר, בה הוא חוזר בו מדברים שאמר בכנס, בשידור חי מביתו בבני-ברק.
כזכור בעת הכנס, הופיע הגר"ש וואזנר בעל ה'שבט הלוי' ושידר דברים בשידור-חי לבאי הכנס. הגר"ש וואזנר התבטא כי הינו מעניק שורת הלכות שרק אם יאומצו יהיה הכנס ראוי לשמו.
בין היתר אמר הרב וואזנר, כי אסור להכניס מחשב הביתה, גם לצורכי עבודה, כי אין להיכנס לבית שיש בו אינטרנט לא מסונן. הוא הדגיש כי דבריו הינן מעיקר ההלכה והוסיף כי על מוסדות הלימוד לסלק משורותיהן ילד החשוף בביתו לאינטרנט.
בשל לחץ כבד של עסקנים ושל אחד מאדמו"רי ארה"ב, אשר התנגד לסילוק ילדים ממוסדות החינוך, חזר בו הגר"ש מפסקיו ופרסם מודעה עם פסקי הלכה מתונים יחסית.
במודעה החדשה אין איסור גמור על שימוש בבית במחשב לצורכי עבודה, ואת סילוק הילדים ממוסדות החינוך מחליפה חובה להצבת סייגים וגדרים.
אחד מנכדיו התבטא באוזני כתב 'בחדרי חרדים': "סבי אמר לי כי דיבר בשידור חי ולא בהקלטה כדי שדבריו לא יסולפו ולא יופעל עליו לחץ להמנע מלהביע את דעתו האמיתית".
כפי הנראה, בצעד הזה לא היה די.
נוסח המודעה
לשון המודעה שבכותרתה נכתב, 'החלטת הכינוס' תקנת הדור:
"אשר על כן בהתאסף ראשי עם גדולי ישראל כאיש אחד ובלב אחד ראינו מחובת השעה וצורך הזמן לעשות גדרים וסייגים להצלת הדור מסכנת האינטערנעט הכולל בחובו עבירות חמורות שבחמורות, וכבר ידוע מחז"ל שעל בי"ד בכל דור ודור לגדול גדר וסייג, וכאמרם ז"ל "ושמרתם את משמרתי" עשו משמרת למשמרתי, ותקנות אלו הן הן גופי תורה וההלכה, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
א. אסור להחזיק בשום אופן אינטרנעט בלי פילטער אפילו לצורך פרנסה כי אין אפוטרופוס וכו' ואיסור זה קיים הן בקאמפיוטער הן בסעלפאן והן בשאר כלי, הן בבית והן בעבודה ופשוט להלכה שגדר זה אינו חומרה וחסידות וכו' אלא חובה על כל אדם מישראל הירא והחרד לדבר ה' ומי שאינו מקבל על עצמו גדר זה הרי הוא פורץ גדר רח"ל ומכריז על עצמו שאינו מן היראים והחרדים לדבר ה' ויש להתרחק ממנו
ב. לצורך פרנסה אין לאסור אינטרנעט בלי פילטער ומ"מ ההיתר להשתמש באינטרנעט עם פילטער לצורך פרנסה הוא רק במקות עבודתו אבל בבית יש להימנע מלהכניס את האינטערנעט.
ג. דבר פשוט מאוד שמי שאינו צריך לפרנסתו להשתמש באינטערנעט שאין להחזיקו בשום אופן
ד. חובה על ההורים להשגיח ולבדוק שלא יתנו שום גישה לילדים לקאמפיוטער עם אינטערנעט אף אם יש לו פילטער.
ה. חובה על הנהלת המוסדות החרדים הן של הבנים והן של הבנות לעשות גדרים וסייגים כדי להעמיד תקנות אלו.
ו. וכן ראוי לכל קהילה וקהילה לעשות לבני קהילתם גדרים וסייגים להפרישם עד קצה יכולתם מפגעי האינטערנעט.
המודעה מסתיימת "ראיתי דברים הנ"ל כתובים ברוח אשר חנני ה' בצירוף דעת רבנים גדולים בעיקרון ע"מ להוציא הסכנה מכלל ישראל עה"ח מצפה לרחמי ה' שמואל הלוי וואזנר.
chasidאבי גערעדטchasidכ'פארשטיי נישט וויאזוי מהר''א און אזוי אויך בני יואל קענען יעצט נתעורר ווערן ווען די גאנצע התעוררות קומט פון די אגודיסטישע כינוס???
פונעם סיום דף היומי וואלט זיי איינגעפאלן נתעורר צו ווערן צו לימוד התורה??
טעות בידך, מהר"א האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז ער שטיצט אין שטעלט זיך צו צו די מערכה אינגאנצן, אבער צום פאקטישן כינוס קען ער נישט שיקן.
ווער עס פארשטייט פארשטייט
כ'הער, און פארדעם האט די בלאט די וואך געמאכט ביליגע לצנות פונעם כינוס מיט די בילדער
די בלאט פארטרעט נישט דעת מהר"א, כלל וכלל לא, די פירער באלאנגען פערצופאל צו זיין קהלה, אבער חוץ מזה?
זיי האבן שוין חוזק געמאכט פון הייליגערע זאכן ווי דעם
געב א קוק ווי אזוי אוצרות האט עס באשריבן, דארט וועסטו זען דעת מהר"א
אפשר יעדער נארישער שרייבער אויף ה"פ וואס נעמט זיך אן פאר זיין רבין און וועט שרייבן שטותים מיינט עס אז ער פארטרעט אים? די בלאט שרייבער (די נייעס חלק) זענען גארנישט בעסער ווי די ה"פ, ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט ס'איז היינו הך
זר זהבידעןביליגע לצנות?
דהינו?
איך לייען נישט דעם בלאט און ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס זיי האבן צו זאגן, אבער פון 2 אירע האב איך געהערט שבת זאגן אז די בלאט האט געטריבן ליצנות פונעם כינוס, וויאזוי ווייס איך נישט.
איך אויך נישט.
..אפשר פון סאטמאר'ער ביים כינוס.
און אויב שפירט זיך איינער געטראפן, האט עס געטראפן אין פינטל.
דער בלאט לייגט עס אראפ פין אלע זייטן די סקרינס די ענגלישע דרשות
פאר א סאטמאר'ן וואס איז געגאנגען שפירט זיך זייער געטראפן דערפין ווייל דער בלאט פארציילט פאקטן פין וואס ער וויל נישט הערן
באקומען פון איינעם:
לכבוד המשולחים מא"י שיחיו.
לאפרושי מאיסורא, לפי פסקו של מרן פוה"ד בעל שבט הלוי אסור ליכנס לביתינו, בהצלחה
זלמן זאפירדער בלאט לייגט עס אראפ פין אלע זייטן די סקרינס די ענגלישע דרשות
פאר א סאטמאר'ן וואס איז געגאנגען שפירט זיך זייער געטראפן דערפין ווייל דער בלאט פארציילט פאקטן פין וואס ער וויל נישט הערן
נאך א מזל איך לייען עס נישט, איך וואלט נישט געוויסט וואו זיך אהינצוטוהן און איך וואלט זיכער געמוזט אנקומען צו פעין-קיללערס!!
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט היינט געהיסן אויסרופן אין אלע זיינע כוללים אז א כולל אינגערמאן טאר נישט האבן א סעלפאן מיט טעקסט מעסעדזשעס
[ציטאט אראפגענומען]
אגב, די "ליטווישע אידן" אויפן בילד גייען "פערצופאל" אנגעטון אין בלויע העמדער (פון די געציילטע ביים כינוס)...
אה, און וויאזוי ווייסט די בלאט פונקטליך צו די בליד פון וואקסמאן איז ביי זיין ענגלישע דרשה צו ביי זיין אידישע? און וואס איז פשט פון לייגן שיינע בילדער פונעם "לעט'ס גאו מעטס" שילד און די "באב'ס פורניטשור" עד? איין ווארט: ליצנות.
גרויסע אסיפה יעצט אין עטרת אברהם פון אלע כוללים פון סאטמאר מהרז"ל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנרוי און מאנסי מיט הוקאפס צו ארץ ישראל, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער און אנטווערפן.
די נושא: סעלפאונס מאושר - אנע טעקסט מעסעזשעס
שרייבערהאדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט היינט געהיסן אויסרופן אין אלע זיינע כוללים אז א כולל אינגערמאן טאר נישט האבן א סעלפאן מיט טעקסט מעסעדזשעס
היות די הנהלת הכולל זאמעלט אן א חוב צום אינגערמאן פון בערך הונדערט דאלער פער וואך, שפירן זיי אז מ'קען זיי האלטן האסטעדזש דערפאר. שבט לוי האט נישט געארבייט, זענען זיי ניצול געווארן פונעם שיעבוד.
גדעוןגרויסע אסיפה יעצט אין עטרת אברהם פון אלע כוללים פון סאטמאר מהרז"ל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנרוי און מאנסי מיט הוקאפס צו ארץ ישראל, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער און אנטווערפן.
די נושא: סעלפאונס מאושר - אנע טעקסט מעסעזשעס
די צוויי סאטמארס זענען אין א געיעג אין אסר'ן ווי מער. כוח דאיסורא עדיף. תפסת מרובה תפסת.
פאפא האט שוין געמאכט א אסיפה פארן כינוס איבער די פראבלעם פון טעקסט, דאכט זיך די ערשטע מאל וואס סאטמאר מאכט נאך פאפא...
ס'וואלט געווען שיין צוריקצוברענגען פערד און וואגן גענוי ווי דער אור שבעת הימים איז געפארן אפשר אויך די טעלעגראמען מיטן דאמפ צוג. רבותי זיי גייען מיטן קאפ אין וואנט מיט אימפעט זיי וועלן זיך מיאוס צובלוטיקן. דער אבן עזרא זאגט אויפן אנכי ה אלקיך "לא ניתנה התורה אלא לאנשי הדעת ומי שאין לו דעת אין לו תורה".
chasidפאפא האט שוין געמאכט א אסיפה פארן כינוס איבער די פראבלעם פון טעקסט, דאכט זיך די ערשטע מאל וואס סאטמאר מאכט נאך פאפא...
נו ..?! א גוטע זאך.
אגב, כ'געדענק אביסל ווען מהר"א האט ביי א סעודת מלוה מלכה מוצש"ק, וסעודת שבע ברכות פון א אייניקל, וסיום מסכתא מסיומי חבורת יסודי התורה, ומסיבת הודאה ליום כ"א כסלו הצלת רביה"ק, מרעיש עולמות געווען, אויף אקוראט די נושא פון טעקסט מעסעדזשעס, און איז געווען די טאלק אף די טאון, ווי פאסיוו און אומטעליגענט, אויף זיין זייט וויאזוי ער גייט זיך אום לעורר הציבור,
ואגב דאגב, אהין האט מען אויך געקענט גיין מיט שיפן.
זלמן זאפירדער בלאט לייגט עס אראפ פין אלע זייטן די סקרינס די ענגלישע דרשות
פאר א סאטמאר'ן וואס איז געגאנגען שפירט זיך זייער געטראפן דערפין ווייל דער בלאט פארציילט פאקטן פין וואס ער וויל נישט הערן
קוק ווי די אמת פאטשט חסידי מהרי"י און פנים, און אנשטאט עס צו פארדייען, טוט מען עס פארדרייען.
אויך א רעזולטאט פונעם אסיפה, ער זעט אויס צו זיין אנגעהעצט...
📎 IMG-20120530-WA0001.jpg
מנהל אין סאטמאר מהר"א איז בודק סעלפאון פון א מלמד, כפי תקנת האדמו"ר אז כלי קודש קענען האבן נאר 100% כשר'ע פאונס
📎 PicsArt_1338433129402.jpg
אבי גערעדטמנהל אין סאטמאר מהר"א איז בודק סעלפאון פון א מלמד, כפי תקנת האדמו"ר אז כלי קודש קענען האבן נאר 100% כשר'ע פאונס
כהיום דארף מען נישט קיין דעגרי פאר מען ווערט אויפגענומען אלץ מנהל, צו קענען דערגיין א פאון, אמער די מנהל האט עס אויך איצט אויף געגעבן (ווער קוקט אים נאך,) טעקסט מעסעדזשעס,
ווארט איאר צוויי...
היא מותיב ומפרק...
(בילד גענימען און געשיקט דורך א סטארטעק).
אבי גערעדטאויך א רעזולטאט פונעם אסיפה, ער זעט אויס צו זיין אנגעהעצט...
נאך שיין אז אין בית מדרש מעג ער נאך קומען... אפשר אפילו פאר מנין?
ביים בין השמשות פון חרדיזם
איינער פון מיינע קינדהייט-העלדן איז רבי אלי' חיים מייזל, רב אין לאדזש. כ'האב מסתמא בשעת מעשה, ווען כ'האב געלייענט זיין ביאגראפיע ווי געשילדערט דורך מנחם-מענדל'ען, זיך אליין נישט געכאפט פארוואס איך בין אזוי נתפעל פון אים. צוריקקוקנדיג, האט מיך געכאפט זיין אייגנארטיגקייט אינעם זיין א מענטש פון טאט. אין יענעם בוך, "דאס לעבן און שאפן פון רבי אלי' חיים מייזל", ווערט צווישן אנדערן דערציילט וועגן דער כאלערע מגיפה וואס האט באטראפן יענעם ראיאן, און ווי דער לאדזשער רב האט די עפידעמיע באקעמפט אויף אלע פראנטן מיט ממשות'דיגע פעולות. הרב מייזל האט געקעמפט פאר די רעכטן פון ארעמע און בא'עוולה'טע. נישט לאנג צוריק האב איך געלייענט אז ביי זיין לוי' האט זיך באטייליגט א ריזיגער עולם פון פרייע אידן און אפילו נישט אידן -- ארבעטערס וואס זענען ביז דעם לאדזשער רב עקספלואטירט און באקריוודעט געווארן דורך זייערע רייכע באלעבאטים.
וואו איז ער היינט? וואו נעמט מען א לאדזשער רב?
אדאנק דעם סיטיפילד-כינוס, איז אנטשטאנען אן אויפוואכונג איבער דער אינטערנעט'ס ראלע אין דער חרדישער געזעלשאפט. אלע רעדן פון די פראבלעמען וואס דער אינטערנעט האט מיט זיך געברענגט ביים אריינקומען אין אונזער לאגער. דער איינדרוק וואס באקומט זיך אבער איז אנשטאט א פאקוס אויף עפעס ממשות, איז די ענערגיע פארוואנדלט געווארן אין א פארמעסט איבער ווער קען שרייען העכער און שארפער קעגן דער "סכנת האינטערנעט".
דער אינטערנעט איז דא און וועט דא בלייבן. דאס איז נישט קיין רעטארישע דעקלאראציע, נאר אן אבסערוואציע, א טרוקענער פאקט. אחוץ חרדישע אידן, זענען מיר אויך ביזנעסלייט און אינדיווידואלע מענטשן מיט פארשידענע אינטערעסן אין לעבן. דאס זענען די סיבות פארוואס און וויאזוי אינטערנעט איז צו אונז אריינגעקומען, קעגן דער הוראה פון רבנים. דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער אינטערנעט האט דערווייל איבערגעלעבט אלע אטאקעס קעגן איר.
און דאס איז ווייטער די סיבה פארוואס דער אינטערנעט וועט דא בלייבן.
נעמט זיך, טייערע אידן, אין קאפ אריין: דער אינטערנעט איז געווארן -- געווארן, בלשון עבר -- טייל פון אונזער לעבן. ס'איז א געשעענער פאקט. איך זאג עס נישט מיט טריאומף, ווייל איך פארטרעט נישט דעם אנדערן צד אין דעם קאמף. איך זאג עס בניחותא, ווי א פאקט וואס איז דא, צו וואס יעדער וואס לייענט די שורות וועט מסכים זיין.
וואס איז דערווייל נישט דא איז דער חורבן וואס דער אינטערנעט איז בכוח צו ברענגען אויף אונזער געזעלשאפט ווי א כלל. יא, חורבנות און קרבנות זענען פאראן, בשפע. דאס איז אבער נאר אויף יחידים. א חורבן אויף אונז ווי א קהילה האט דער אינטערנעט נאכנישט געמאכט. איז ער אבער זייער עלול דערויף; ער פארמאגט די כלים וואס פעלן זיך צו דעם אויס. פילטערס און אינטערנעטלאזע סעלפאונס זענען זייער גוט; אבער ווידעראמאל, זיי זענען גוט צו העלפן יחידים; צו ראטעווען נאך איינעם און נאך צען און נאך הונדערט מענטשן פון אנקומען וואוהין זיי אליין ווילן נישט.
די אלע זאכן העלפן אבער קיין משהו נישט אויף דעם נייעם מציאות פון אפנקייט און פרייער צוטריט צו אומגעפילטערטער אינפארמאציע. ס'איז שוין יעצט נישט קיין אינטערשייד צי דער דאזיגער פענאמען איז גוט אדער שלעכט. איינמאל ס'איז געווארן א פאקט, דארף מען זיך מיט אים ספראווען. מען דארף זיך אפגעבן מיט'ן מציאות ווי ס'איז, נישט ווי ס'וואלט געזאלט זיין. די קעגן-אינטערנעט מערכה ווערט יעצט געפירט ווי גלייך דער אינטערנעט וואלט געשטאנען פארכאפט אין א טראפיק ביי דער וועריזאנאו בריק. פארשטאפן די אויערן און פארדעקן די אויגן וועט אבער גארנישט משנה זיין פונעם פאקט אז נישט נאר איז ער שוין אראפ פון הייוועי, נאר ער האט זיך באקוועם געמאכט אין אלע אידישע הייזער פון שטאט. גיי שריי פוי קעגן די צדוקים און שומרונים. אזא פנים טראגט עס.
אין חב"ד איז מען זיך נוהג אז אנשטאט קעמפן, ווערט די טעכנאלאגיע אריינגעברענגט אין אידישקייט. יעדע טעכנאלאגישע ערפינדונג ווערט נאך איינגעשפאנט אין דער ארבעט פון פארשפרייטן אידישקייט. נישט יעדע אידישע קהילה האט אזא מסורה. אבער מיר האלטן שוין יעצט לאנג נאך דער דילעמא פון אריינברענגען דעם אינטערנעט אדער לאזן אינדרויסן.
אין גוזרין גזירה על הציבור, אלא אם כן רוב ציבור יכול לעמוד בה. ואומר: "עת לעשות לה', הפרו תורתיך." יא, "חדש אסור מן התורה" איז איינער פון צענדליגער אנדערע מאמרים וואס ווערן נישט זעלטן געניצט צו בארעכטיגן פוילקייט און פחד כלפי גיין אויף אומהיימליכע וועגן. אבער אויב דער הפרו תורתיך ווערט במילא געניצט אויפ'ן גרויסן פארנעם -- יעדער ווען אים קומט אזוי אויס -- מעג מען אים דא, ווען קיין אנדערע ברירה איז במילא נישטא, אויך ניצן. וויאזוי? איך ווייס נישט; וואס מען טוט יעצט, באשפרייען און באשפייען א פאקט פון לעבן, איז אבער נאענטער צו טפשות ווי תורה.
(גענומען פון די בלאג: <a class="postlink" href="http://veltelech.blogspot.com/2012/05/blog-post_30.html">http://veltelech.blogspot.com/2012/05/blog-post_30.html</a>)
פאר די דאזיגע סיבה האבן די רבנים טאקע נישט געטון כמעט אין די ענינים, אחות דרשות שטייצעך, אבער איצט דארף מען בכלל נישט קיין רבנים, בבחינת טרם יקראו ואני אענה, דער עולם איז גרייט פאר טשעינדש, דער עולם פארלאנגט ריינקייט אין טהרה, כלל ישראל איז אויפגעשאקלט, אין לדעתי איז דאס די חשבון פון רבנים וואס פרובירן ארויסצונעמען די מאקסימום פונעם מצב, (ניין, איך בין נישט געווען ביים כינוס, אין איך האב יא א סמארטפאון, אבער דער מציאות פאטשט)
א כולל אינגערמאן זאגט מיר אז די ראש הכולל האט געזאגט אז ווער עס האט טעקסט וועט נישט באקימען כולל געלט איז א האלבע כולל האט געפרעיגט וואס איז טעקסט אין די אנדרע האלב האט געפרעיגט וואס איז דאס כולל געלט..........
גדעוןגרויסע אסיפה יעצט אין עטרת אברהם פון אלע כוללים פון סאטמאר מהרז"ל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנרוי און מאנסי מיט הוקאפס צו ארץ ישראל, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער און אנטווערפן.
די נושא: סעלפאונס מאושר - אנע טעקסט מעסעזשעס
בילדער פין די כינוס
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/80366">http://www.jdn.co.il/news/80366</a>
לכאורה 'עט איינס פון די אפעקטן פון דעם כינוס זיין א ריבוי אין שלום בית: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/15402">viewtopic.php?p=15402#p15402</a><!-- l -->
ביהמ"ד וויען ב"פ: ווער ס'האט אומגעפילטערטע אינטערנעט טאר נישט דאווענען דא!

איך הער אז אין די סאטמארע כוללים איז שוין צוריק צו די אלטע צייטן, מ׳שיקט זיך צעטלעך איינער פארן אנדערן אונטערן טיש...
[ציטאט אראפגענומען]
אין וועלכע טיאטער ווילסטו דאס זעהן?
(קרעדיט מנשה לוסטיג)

אין מאנסי האט הרב וואזנער'ס אייניקל - רב אין קהילת סאטמאר מהר"א - גע'פסל'ט א עד פאר עדי קידושין צוליב האבן א נישט כשר'ע סעלפאן.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2961642&forum_id=21016">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=21016</a>
שמואל הלויאין מאנסי האט הרב וואזנער'ס אייניקל - רב אין קהילת סאטמאר מהר"א - גע'פסל'ט א עד פאר עדי קידושין צוליב האבן א נישט כשר'ע סעלפאן.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2961642&forum_id=21016">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=21016</a>
ס'מיר גוט. איך מיין כ'על מוזן איבערמאכן קידושין....