מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #451
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
I think one the biggest problem is when the BP boys & or girls get together in one camp
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פריינדליךסליחה, מיר פארשטייען זיך נישט, איך פארשטיי נישט די מינדערסטע וואס די שרייבסט דא,
איך פארשטיי יא וואס יאנקל שרייבט. כ'מיין אז איך פארשטיי אויך וואס דו שרייבסט. לויט מיין שכל רעדט יאנקל זייער צו דער זאך.
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פשוט-קאמפליצירטפריינדליךסליחה, מיר פארשטייען זיך נישט, איך פארשטיי נישט די מינדערסטע וואס די שרייבסט דא,
איך פארשטיי יא וואס יאנקל שרייבט. כ'מיין אז איך פארשטיי אויך וואס דו שרייבסט. לויט מיין שכל רעדט יאנקל זייער צו דער זאך.
פערפעקט, אפשר נעמסטע זיך אינטער צו זיין די פארמיטלער און מיר עס מסביר זיין?, כ'וועל דיר מכיר טובה זיין,
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
פריינדליךפערפעקט, אפשר נעמסטע זיך אינטער צו זיין די פארמיטלער און מיר עס מסביר זיין?, כ'וועל דיר מכיר טובה זיין,
כ'על דיר זאגן. איך פיל זיך נישט בכוח צו מסביר זיין יאנקל'ען בעסער ווי ער האט עס געטאן. ער ווייסט דאך בעסער ווי איך וואס ער וויל זאגן; זיין כוח הסברה איז אויך באאיינדרוקספול. כ'זע נישט וואס איך קען צוגעבן -- אויסער דיר זאגן אז איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.
רעדענדיג פין די רעכטן פין די מוסדת, קוקט אויס זיי מעגן נישט טון וואס זיי ווילן.
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/106814/2012/05/23/brooklyn-ny-prominent-speaker-relates-powerful-chazon-ish-story-regarding-kids-at-risk/">http://www.vosizneias.com/106814/2012/0 ... s-at-risk/</a>
באקומען פון א חבר. יעצט ווארט איך אויף מיינס...
<a class="postlink" href="http://tinypic.com/view.php?pic=egs9k5&s=6">http://tinypic.com/view.php?pic=egs9k5&s=6</a>
פשוט-קאמפליצירטבאקומען פון א חבר. יעצט ווארט איך אויף מיינס...
<a class="postlink" href="http://tinypic.com/view.php?pic=egs9k5&s=6">http://tinypic.com/view.php?pic=egs9k5&s=6</a>
פארוואס נישט נוצן די IMG קנעפל?

nescafeפינטאו
און אנדערע ווערטער, מיינסטו צו זאגן אז איינמאל איך שיק אריין מיין קינד אין א מוסד, מיינט דאס אז איך האב איבערגעגבן מיין אחריות פאר'ן מוסד, און אויב איך האב געוויסע טענות אדער איך האלט מ'דארף זיך באנעמען מיט אים אביסל אנדערש, דעמאלטס קענען זיי מיר זאגן 'קענסט ארויסנעמען דיין יונגעל' ??? ן
הונדערט פראצענט
פריינדליךאיך בין איבעראשט פון די צעטיל. און די אפטיילנוג/שטאט סאטמער, ווי איך בין באקאנט ווייס איך במציאות אז מען האלט מער נישט איין די תקנה,
זעט אויס אז עס איז דא פלעצער ווי עס איז נאך יא שטארק, איך האב נישט געוויסט דערפון!
אקעי, דא האט איר איין שאלה וואס איך ווייס דערוויל נישט וואס צו ענטפערן, ווייל איך אליין בין קעגן די תקנה,
למעשה מיין איך אז די אנדערע זאכען האב איך פיין פארענפערט,
קודם יישר כח פריינדליך פארן ענטפערן די תקנות האסט מיר איינגעשפארט ארבעט, בנוגע ביציקלעך, דאס איז קלאר ס'איז נישט הותרה הרצועה, אבער איך בין אויך איבערראשט אז מען אינפארסט עס נאך היינט
למעשה איז דאס א תקנה וואס דער דברי יואל האט געמאכט, און ס'איז שווער צו גיין עס מתיר זיין לכתחלה, פונקט ווי יוניפארם'ס וואלט די הנהלה שוין לאנג געמאכט ביי מיידלעך ווען מען קען ווען
דאס איז מאפיא סטייל אדער נישט?...
📎 Doc_22.jpg
שמעקעדיגדאס איז מאפיא סטייל אדער נישט?...
ניין.
"האט די הנהלה דאס רעכט צו טוהן בנוגע אונזערע קינדער ווי זיי פארשטייען" - זיי אויפגעבן פאר אדאפטירונג, לדוגמא?
יידל"האט די הנהלה דאס רעכט צו טוהן בנוגע אונזערע קינדער ווי זיי פארשטייען" - זיי אויפגעבן פאר אדאפטירונג, לדוגמא?
נישט א חילוק צו זיי האבען די רעכט צו נישט זיי טוען סייוי וואס זיי וילען צו אינז וילען צו נישט
עס שטייט נישט אויף די צעטל אז אויב מען קויפט א קאמפיוטער נאך א' שלח אז מען מוז איינמעלדן די מוסד.
פארהאן א לאך אין סאטמאר מאנסי פילטערינג סיסטעם....
איך מיין בעיקר צו פרעגן אויף דעם אופן וואס זיי שרייבן, כאילו מען רעדט דא צו כיתה א' אינגלעך.
מען סטראשעט, מען ווארענט, ס'דערמאנט מיך פון מיינע חדר יארן...
אודאי דארף מען נעמען שריט, און מען דארף אפהיטן כלל ישראל, אבער מען רעדט דאך דא צו עלטערע אידן, טייל פון דעם שוין זיידעס.....
רבותי, איך האלט קלאר אז דאס איז יא מאפיא סטייל, און ערגער פון דעם אויך.
אבער עס איז דא צו דעם א פשוט'ע עצה. קיין איין איינציג מוסד וויל נישט פארלירן קינדער. סאטמאר מאנסי (חיים שיע) ציטערט אויב סאטמאר (מהר"א) וועט עפענען א חדר דארט ווייל דעמאלס וועלן זיי ארויסנעמען זייערע קינדער פון דארט, כאטש זיי ווייסן זייער גוט אז די קינדער גייען נישט זיין זיינע חסידים. דאס זעלבע דא, זיי קענען סטראשען ווילאנג מען רעדט פון איין צוויי דריי טאטעס, אויב אבער עטליכע טאטעס נעמען זיך צוזאם און לאזן זיך נישט, קענען זיי גארנישט טוהן. אויב גייען זיי ארויסווארפן די קינדער, און אפאר עלטערן (ווער רעדט נאך אויב עס זענען דא אפאר בעל בית'ישע צווישן זיי) גייען זיך מאכן שבת פאר זיך, און זיי גייען עפענען אן אייגענעם חדר, ווי מ'גייט מחנך זיין די קינדער צו אידישקייט, אנשטאט מחנך זיין די עלטערן צו שגעון, פערדעריי און טעראר, דעמאלס איז די גאנצע מערכה פערטיג און די נייע חדר גייט האבן א ריזיגע מספר אינגלעך.
הגם די פרשה איז שוין לאנג פארפארן פונעם ענין פון דעם קעפל פון אשכול, אבער אזוי ווי מען איז שוין אנגעקומען אהער, שרייב איך עס דא.
הדד בן בדד
אבער עס איז דא צו דעם א פשוט'ע עצה. קיין איין איינציג מוסד וויל נישט פארלירן קינדער. סאטמאר מאנסי (חיים שיע) ציטערט אויב סאטמאר (מהר"א) וועט עפענען א חדר דארט ווייל דעמאלס וועלן זיי ארויסנעמען זייערע קינדער פון דארט, כאטש זיי ווייסן זייער גוט אז די קינדער גייען נישט זיין זיינע חסידים. דאס זעלבע דא, זיי קענען סטראשען ווילאנג מען רעדט פון איין צוויי דריי טאטעס, אויב אבער עטליכע טאטעס נעמען זיך צוזאם און לאזן זיך נישט, קענען זיי גארנישט טוהן. אויב גייען זיי ארויסווארפן די קינדער, און אפאר עלטערן (ווער רעדט נאך אויב עס זענען דא אפאר בעל בית'ישע צווישן זיי) גייען זיך מאכן שבת פאר זיך, און זיי גייען עפענען אן אייגענעם חדר, ווי מ'גייט מחנך זיין די קינדער צו אידישקייט, אנשטאט מחנך זיין די עלטערן צו שגעון, פערדעריי און טעראר, דעמאלס איז די גאנצע מערכה פערטיג און די נייע חדר גייט האבן א ריזיגע מספר אינגלעך.
הגם די פרשה איז שוין לאנג פארפארן פונעם ענין פון דעם קעפל פון אשכול, אבער אזוי ווי מען איז שוין אנגעקומען אהער, שרייב איך עס דא.
הלואי הלואי.....!
זייער נישט מסתבר אז עטליכע טאטעס זאלן ארויסנעמען יונגלעך פון חדר אין אליינס עפענען א מוסד
עס איז דאכט זיך נאך קיינמאל נישט געשעהן אזא זאך
ארויסנעמען טאקע נישט, אבער ווען מען האט ארויסגעווארפן האט עס שוין יא פאסירט.
הדד בן בדדארויסנעמען טאקע נישט, אבער ווען מען האט ארויסגעווארפן האט עס שוין יא פאסירט.
מיינסט בני יואל?
דארט איז געווען אנדערש די מעשה מיינעך. זיי האבן דאך א שונא מהר״א און ביי אזא פאל איז אנדערש. דא, וואס וועט מען זאגן? אז מע וויל יא אינטערנעט אן א פילטער?
ידעןהדד בן בדדארויסנעמען טאקע נישט, אבער ווען מען האט ארויסגעווארפן האט עס שוין יא פאסירט.
דא, וואס וועט מען זאגן? אז מע וויל יא אינטערנעט אן א פילטער?
וויפיל מאל נאך דארף מען דאס איבערזאגן?
מען וויל פשוט האבן א קאמפיוטער אינדערהיים. מיט א פילטער. אסאך מוסדות לאזן דאס נישט!
אנדערע לאזן נישט האבן קיין סמארטפאונס אפילו מיט פילטערד אינטערנעט, נאר לכל היותר אימעיל!
קיינער רעדט נישט פון אומ-געפילטערטע אינטערנעט ח"ו.
טייערע "פריינדליך" צום ערשט קומט דיר אן אנערקענונג פאר דיין מער ווייניגער ארענטליכע צוגאנג אין די ווכיחים. עס איז א געשמאק צו קענען דיסקוסירען טעמעס מיט איינעם וואס זיין מיינונג איז גאר ווייט פין מיין קאפ אבער א מענטשליכקייט וואס איז נאנט צום הארטץ.
צום ענין, מיר דארפן זיין קלאר מיטן אינטערשייד אז נישט אלס וואס מען איז "בארעכטיגט" איז "ריכטיג" . א ווילדן דוגמא: אז מיינס א שכינה כאפט א שגעון אז אלע טעג ווארטענדיג ביים קינדס באס אויף די הויפט טרעפ שלוקערט זי בערך 20 מאל פער מינוט. און צו מיינע צרות כאפט זיך די שגעון אריבער צו די אנדערע שכנות און די טרעפ ווערט פארוואנדעלט יעדען טאג זייגער 8-10 אין א שליקרטץ דערפעל. כאפ איך א שמועס מיט אייך זיך אפצורעדען מיינע ליידען אז עס גייט מיר צו די נערווען . צו מיין ווינדער איז דיין אנטווארט שארף, אז די טרעפ באלאנגט לעגאל אויך צו איר/זיי און במילא זענען זיי לויט די רעגילוטציעס בארעכטיגט צו שלוקרטצן אזש די אויער זאלמיר צולעכערט ווערען און אז עס געפעלט מיר נישט, זייט מוחל מופט ארויס. עס דאכט זיך אז דאס איז נישט גענטפערט צום ענין. איך רעד דאך נישט איצט צו א 311 איינגעשטעלטער צו פראבירן באגרעניצן מיינע שכנות רעכטען. איך באקלאג מיר פשוט צו א חבר וואסארא חורבן עס איז אז דו צדייקסלעך נוצן זייערע רעכטען אזוי.
אביסל א גרונגערע משל. די וואס באשרייען "שבת" אויף די וואס טראגן מיטן ערוב :עס איז קלאר אז זיי לעבען אין די גבולים פין די קאנסטעטאצינאלע "רעכטען" צו שרייען אינעם רשות הרבים. אבער צו דאס איז א ריכטיגע מהלך החיים איז א ליגיטמע און וויכטיגע נושא צו באטראכטן.
די זעלבע כלפי די נושא וואס מיר באנעמען דא. מיר זענען נישט דא אין פאמיליע געריכט מיט די מוסדות ווי טרוקענע רעכטען איז די לעצטע ווארט. מיר זענען דן דא אויב עס וואלט געווען גלייכער אז די מחנכים זאלן געבען פלאטץ פאר די עלטערען . איז אויב עס איז א בראך אז מען טרויט אינז נישט מיט די קינדערס חינוך, און מען ערלויבט נישט א געזונטע ברייטקייט פאר די עלטערן צו מחליט זיין. דאן איז דאס וויכטיג צו באקלערען און באקלאגען, אפגעעזעהן צו די מוסדות האבען א רעכט דאס צו צווינגען צו נישט. עס איז וויכטיג אז מיר האלטן זיך צו די רעסלען פונעם אשקול און נישט פאהאנקערט ווערן און זייטיגע נקודות ווער עס איז צו באשולדיגן אדער ווער האט אייך געבעטן שטעלען דארט די קינדער. די נושא איז נישט צו די מעגסט טאנצען אויף מיין קאפ, די פראגע איז פארוואס ווילסטו טאנצען דערויף.
די רעכענסט אויס א רייע תקנות מיטען טענה אז אלעס איז לאגיש. א שטייגער ווי מיר וואלטען ווען פארגעשלאגן אז די תקנות זענען איינגעשטעלט געווארן דורך אידיאטן. מיר זענען גרייט מסכים זיין אז די מכנחים זענען מיינסטענס העכט נארמאלע מענטשען, און אז זייערע תקנות האבן א מקור אין לאגיק . די פראגע איז אבער צו דאס איינטיילען און איינצוימען יעדע טריט איז א געראאטענע וועג. אדער זיינע שאדנס זענען פילפאכיג מער ווי די מעלות. אפשר אנשטאט שטעלען א תקנות ליסטע און בעטען אז מען זאל דאס אפשלאגען. וואלט געווען ראטזאם צו שטעלען א פראגע בויגן פאר די חברי "קאווע שטיבל" וועלכע תקנות מען וואלט געראטן צו איינפירן אין די אייגענע קינדערס מוסדות. און אויב שטעלט זיך אויס אז פין די 250 חברים איז דא א מערהייט אדער אפילו א שיינעם מיעוט וואס וואלט ליברשט געוואלט א לייכטערען צוגאנג . דאן איז די פלאטץ צו דערגיין וואס איז די סיבה אז אונזער דעה ווערט נישט געהערט. אדער על כל פנים פארוואס איז נישט דא מוסדות פאר אזעלכע ווי אונז. די כלל איז געווענטלעיך אז אויב עס איז דא קאסטומערס דאן ווערט באשאפן א פראדוקט.
עס איז נישט אויסגעשלאסן צו טענהן אז מיר די אויפגעקלערטע זענען שולדיג אויף די פראבלעמען. ווייל מען קען פין אינז נישט מאכען קיין געלט .מיר זענען זייער בראווע צו בלאגען אנאנאמיש אויפען ברייטען וועב. אבער זאל זיך עפענען א מוסד מיט ברייטערע גבולים, דאן זענען מיר אין מויזן לאך אויף נישט צו געפונען. אונעם קאווע שטיבל אויפן וועב וועלען מיר לויבן די "ברייטע גבולים" אבער אונעם קאווע שטיבל אין שוהל וועלען מיר טענהן אז עס פאסט נישט שיקען דאס קינד צו די מוסד מיט "נידריגע סטאנדערטס". אפשר איז די ענדלגיטיגע לעזונג צו די אלע חינוך קאשמארן. אז מען זאל האבן אן אפציע איינצושרייבן די קונדער אין די מוסדות אנאנאמיש, דורך א ניק סיסטעם פאר די עלטערן.
איך וועל דיר ענטפערען בהעלם אחת, אלמלא עס וואלט געווען א מוסד אן תקנות, וואלטען נאך אלץ אלע שוואכע געוואלט גיין מיטען פרימען מוסד, א ראיה האב פון אר"י ווי די שוואכע ספרדים שלאגען זיך יאר איין און יאר אויס צו ווערען אנגענימען ביי מוסדות וואס איז העכער זייער סטאנדערט, יעדער וואס ליינט אר"י נייעס זעט עס יעדעס יאר,
די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
פריינדליךאיך וועל דיר ענטפערען בהעלם אחת, אלמלא עס וואלט געווען א מוסד אן תקנות, וואלטען נאך אלץ אלע שוואכע געוואלט גיין מיטען פרימען מוסד, א ראיה האב פון אר"י ווי די שוואכע ספרדים שלאגען זיך יאר איין און יאר אויס צו ווערען אנגענימען ביי מוסדות וואס איז העכער זייער סטאנדערט, יעדער וואס ליינט אר"י נייעס זעט עס יעדעס יאר,
די כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
דיין הנחה אז א מוסד אן תקנות איז א שוואכרע מוסד איז בכלל נישט מוכרח, די יסוד קומט פין א תקנותדיגע חינוך.
ס'איז זייער מעגליך אז ווען עלטערן זענען מחנך זייערע קינדוער וואלט געווען א גזונטרע חינוך.
נולד מאוחרדיין הנחה אז א מוסד אן תקנות איז א שוואכרע מוסד איז בכלל נישט מוכרח, די יסוד קומט פין א תקנותדיגע חינוך.
ס'איז זייער מעגליך אז ווען עלטערן זענען מחנך זייערע קינדוער וואלט געווען א גזונטרע חינוך.
פראביר בעסער און קלארער מסביר צו זיין דיינע ווערטער, גיב א דוגמא ווי דער תקנות חינוך שטערט פאר עלטערען חינוך? לגבי וועלכע נושא וואלטען די עלטערן געמאכט א בעסערן דשאב ווי די מוסד?
דרך אגב, איך קען נישט און נוי יארק קיין צען עלטערן וואס האבן די צייט, געדולד, מוח פאר די חינוך פון זייערע אייגענע קינדער, קען זיין אז און אנדערע שטעט איז אנדערש,
פריינדליךדי כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
די שאלה איז וואס דער פסוק מיינט מיט "בעסער". איך האף מיינע קינדער וועלן אויסוואקסן בעסער ווי איך -- מיט אנדערע השקפות ווי איך.
פשוט-קאמפליצירטפריינדליךדי כלל איז ווי פאלגענד: יעדער וויל אז זיינע קינדער זאלען אויסוואקסען בעסער ווי ער איז אליינס אויסגעוואקסען, און די שוואכערע ווילען עס אויך, עס איז א פאקט אויף וואס מען קען זיך נישט קריגען,
די שאלה איז וואס דער פסוק מיינט מיט "בעסער". איך האף מיינע קינדער וועלן אויסוואקסן בעסער ווי איך -- מיט אנדערע השקפות ווי איך.
אקוראט! "בעסער" איז א סוביעקטטיווע ווארט. כ'קען געניג עלטערן וואס ווילן די קינדער זאלן אויפוואקסן "אנדערש" פון זיי, און פריינדליך וועט עס פילייכט אנריפען "ערגער."
איך ווייס נישט צי דא איז דאס ריכטיגע ארט דערפאר, אבער זינט מיר האבן דא משמרת נ"י וואס ארבעט אראונד-די-קלאק פאר אונזער וואוילזיין, זאל ער עס מוחל זיין און אוועקרוקן אויב עס פעלט זיך אויס.
דא איז א שטיקל פון "דער בלאט" צייטונג, וואו ער טוט ערהאלן אז די איינציגסטע שטעקן וואס מען קען היינט נוצן אנטקעגן די עלטערן איז די "מוסדות התורה".
אבי זיי זענען מודה אז זיי נוצן א שטעקן. אוי לאותה בושה.
📎 Shtekn.jpg
גוט געזאגט אנאנים, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה
איך פארשטיי נישט, דער שרייבער/עורך פון בלאט האט נישט די שכל אז אזא זאך שרייבט מען נישט ארויס קליפ און קלאר? אזא פארגראף שרייבט מען ברמיזה אז "אלע ערנסטע מחנכים זעען איין די פראבלעם און דערפאר וועלן זיי נישט קענען צולאזן אז ביי זיי אין ת"ת זאל זיך געפונען א אינגל פון א משפחה וועלכע איז עובר אויף די תקנות" וכו'.
Re: מאסן פראדוקציע ערציאונגס פאבריקן
יתכן אז דער עורך האלט גלייך ווי די, און איבער שרייבט ער אזוי.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איך האב יעצט דאס ערשטע מאל געטראפן דער אשכל, איך האב זייער הנאה געהאט פון די שמועס, עס איז כמעט נישטא וואס צוצולייגן.
דא האט איר א בריוו וואס באבוב (רב"צ) האט לעצטענס אהיים געשיקט פאר עלטערן תקנות איבער ברילן.
דאס מערסטע האב איך ליב געהאט צו ליינען איבער די ברילן מיט הענטלעך וועלכער פארמאגן נישט איידעלע אויפשריפטן. איך ווינדער מיר וואס פארא נישט איידעלע ווערטער ברילן קענען האבן.
איינער קען מסביר זיין וואס ס'גייט פאר אין די באבובע (רב"צ) מוסדות? זעהט אויס אז אין אפאר יאר איז זיין גאול צו זיין די פרומסטע מוסד\חסידות אין ניו יארק, איך האב משפחה וואס איז א טיטשער דארט, מבהיל על הרעיון אז באבוב וואס האט אמאל געמיינט די "באדערענע" קינדער וואס רעדן יונגליש, זאל דורכגיין אזא טראנספארמאציע, אזש, נישט צו דערקענען.
געפילטע פישאיינער קען מסביר זיין וואס ס'גייט פאר אין די באבובע (רב"צ) מוסדות? זעהט אויס אז אין אפאר יאר איז זיין גאול צו זיין די פרומסטע מוסד\חסידות אין ניו יארק, איך האב משפחה וואס איז א טיטשער דארט, מבהיל על הרעיון אז באבוב וואס האט אמאל געמיינט די "באדערענע" קינדער וואס רעדן יונגליש, זאל דורכגיין אזא טראנספארמאציע, אזש, נישט צו דערקענען.
סאיז א ריזאלט פון אכשר דרא
לא שמעתי.
איר רעכנט נישט האבן די קעיק און אויך עס אויפעסן. רב״ץ איז פאר זיך זייער א פרומער, פלוס ער איז נישט צו סענסיטיוו צו די געברויכן פון זיין געמיינדע, ער זוכט צוצופאסן די קהילה צו זיך, נישט זיך צו די קהילה. (עס געשעט סייווי ביי כמעט יעדע חסידות, אז נאך אלעם ווערט די חסידות אויסגעפארעמט לויטן רבי׳ן, אבער געווענליך איז עס א פאסיווע לאנגיעריגע השפעה נישט אזא אקטיווע ווי אין באבוב) פלוס ער דארף נאך זיין קאמפעטישאן מיט רמ״ד וואס האט אייביג געהייסן פרומער מילא יעדע פרומע זאך וואס מען טראכט אז דער צד שכנגד ווער אפשר טון דארף מען דאך פארלויפן דעם וועג. (און די זעלבע ביים אנדערן זייט. היינו דאמרי אינשי קאמפעטישאן בויט).
און בעוונותינו שרבו, יצאו מהם מה שיצאו.
[
לויט ווי 'ך הער פון באבוב'ער משפחה מיינע 'עט דער באבוב'ער נאר פארלירן הערצה ביים עולם זיינעם. אויב עפעס צייגט דאס אויף א נייעם זעלבסט זיכערקייט וואס ער האט זיך איינגעשאפט אז ער קען רואיקערהייט קאקן אויפ'ן עולם גולם זיינעם.
@אנאנים תורה
@דבילה
דו ווילסט מיר זאגן אז ער ציהט בכלל נישט אויף רעכטס? איך געדענק יעצט נישט אויסענווייניג אלע נייע תקנות וואס ער האט איינגעפירט, אבער די בלויז אידיש אין די סקול'ס, און נאך אפאר, מאכט עס אויסזעהן, עכ"פ פאר א דרויסענדער צוקוקער, אז ער טרייעט צו ווייזען אז ער איז נישט די מאדערנע האלב פון באבוב.
(איך וויל בעטן מ'זאל נישט אריינפירן דעם אשכול אין צימעס, איך וויל פשוט פארשטיין וואס ס'גייט פאר אין א קהילה קדושה בישראל)
@ געפילטע פיש
באבוב איז מסביר די גלעזער תקנה
משכילעס עגבערט מיר שוין לאנגע יארן, וואס מאכט מענטשען האבען א נטיה צו פרומקייט, עס זיינען דא פארדארבענע מענטשען וואס האבן זייער ליב יעדע פרומע זאך, למשל אלע מיני מנהגים ביים שבת טיש, גיין הערן טרויעריגע שלש סעודות תורות וכו', אין ווייטער פארקערט זיינען דא אמת'ע ערליכע יודן וואס עקלען זיך פון דעם, איז דא צו דעם א ביאלאגישע סיבה ? ווייסט ווער עפעס, מה טעם יש בה ?
יענעמ׳ס גראז איז גרינער?
דבילהדעת תורהאיר רעכנט נישט האבן די קעיק און אויך עס אויפעסן. רב״ץ איז פאר זיך זייער א פרומער, פלוס ער איז נישט צו סענסיטיוו צו די געברויכן פון זיין געמיינדע, ער זוכט צוצופאסן די קהילה צו זיך, נישט זיך צו די קהילה. (עס געשעט סייווי ביי כמעט יעדע חסידות, אז נאך אלעם ווערט די חסידות אויסגעפארעמט לויטן רבי׳ן, אבער געווענליך איז עס א פאסיווע לאנגיעריגע השפעה נישט אזא אקטיווע ווי אין באבוב) פלוס ער דארף נאך זיין קאמפעטישאן מיט רמ״ד וואס האט אייביג געהייסן פרומער מילא יעדע פרומע זאך וואס מען טראכט אז דער צד שכנגד ווער אפשר טון דארף מען דאך פארלויפן דעם וועג. (און די זעלבע ביים אנדערן זייט. היינו דאמרי אינשי קאמפעטישאן בויט).
און בעוונותינו שרבו, יצאו מהם מה שיצאו.
לויט ווי 'ך הער פון באבוב'ער משפחה מיינע 'עט דער באבוב'ער נאר פארלירן הערצה ביים עולם זיינעם. אויב עפעס צייגט דאס אויף א נייעם זעלבסט זיכערקייט וואס ער האט זיך איינגעשאפט אז ער קען רואיקערהייט קאקן אויפ'ן עולם גולם זיינעם.
לולא דמסתפינא (פאר אויסברעכן די שויבן פון מיין קאר און דירה) וואלטעך געזאגט אז רב"ץ שליט"א ליידט נישט אויף ענוה יתרה. כ'בין נישט קיין באבוב'ער, נאר כ'האבמעך געדרייט ארום ביידע.