☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין בליק אויף די ניקס

מיין בליק אויף די ניקס

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5677
בלאט: 1 2

אפטעמיסט » מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:24 pm

· #176149
מיין בליק אויף די ניקס
ס'דא געוויסע ניקס וואס איך האב א בליק אין מח וויאזוי זיי זעהן אויס אין ריעל לייף. דער פאקט איז אז מ'קען ארויסהאבן א מענטש פון וויאזוי ער שרייבט און טראכט.
פאלגענד איז רשימה פון עטליכע ניקס, און מיין בליק אויף זיי.
פארשטייט זיך כ'האב שטארק מקצר געוועהן ס'זאל נישט צוקומען לידי גילוי חלילה, אבער אויב איינע פון זיי פילן אז כ'קריך אריין צי טיף אין זייער קישקעס זאל ער מיר ביטע אויפמערקזאם מאכן און כ'העל עס טוישן.
די איצטיגע רשימה איז נאר א טיפה מן הים, און בעצם האב'ך וואס צו שרייבן אויף נאך צענדליגע חברים, ועוד חזון למועד.


@שמעקעדיג, א פעשליכע אינגערמאן אין די נידריגע דרייסיגער יארן, גייט אן אלטען אפגעריבענעם רעקל, און זאקן מיט לעכער. ארבעט אין א גראסרי, האט א הארץ ווייעך ווי פיטער און זאגט א גוט ווארט פאר יעדעם. קומט אהיים מיד און שוואך נאך א טאג שווערע ארבעט, אבער איז אייביג גרייט צו העלפן א צווייטען. שבת דאווענט ער אין ראדני.

@אנאנים, א מאגערע הויכע אינגערמאן- אדער א לאקש אין קורצן. א שפיציגע לענגליכע נאז, און לעכער גרויס כמוציא רמון. דאווענט בקביעות אין דער ניין אזייגער מנין און באטראכט יעדעם פון קאפ ביז פיס. האט א מיינונג אין יעדע נושא אויף דער וועלט, און האלט נישט צוריק קיין שטעך ווערטער ווען נויטיג.

@הוגה, א מאדערענע איד פון פלעטבוש, האט א פענסיל בערדל און ברילן אויפן שפיץ נאז. שטאמט פון רוזינ'ע חסידים אבער דולד נישט קיין פרומע שטיק און נארישקייטן. רעד א צובראכענע אידיש און שרייבט אויף קאווע שטיבל מיטן הילף פון אן איבערזעצער. זיין ווייב זעהט קוים אויס ווי א איד.

@דער (פינטעל) איד, א שטערבליך איבערוואגיגע קרית יואל'ע איינוואוינער. אטעמט שווער, ס'גיסט זיך פון אים דענדראווס און ער כאפט היטשעס אפילו פאר א גאס צוויי. האט שווארצע פלעסטישע גלעזער און איין הענטל האלט זיך מיט סקאטש טעיפ. ארבעט פאר ובלכתך בדרך, און אין די נאכט שטונדען וואלאונטירט ער פאר נטרונא. פרייטאג איז ער א מקוה איד.

@רויטע וואנצעס, א אינגערמאן אין די הויכע צוואנציגער יארן, א באליבטער מאן און א גאלדענע פאטער. וואוינט אין א וואן בעדראם אין בארא פארק, דרייוועט אן עקורד, און איז אן לייף אינשורענס אגענט. ער איז א רויטער, פארשטייט זיך, אבער ער האט זיך אויסגעלערענט צו לעבן דערמיט.

@יאיר, א בעל הבית'ישע וויליאמסבורגער איד. כמעט א בן ארבעים, און האט א טאכטער אין שידוכים. א שטיקל גביר און א היפש'ער בעל בשר. דרייוועט א לעקסוס און פליפט בנינים. האלט זיך פאר א יודע ספר און האט נישט פיינט כבוד. א שיינע בעל צדקה.

@כתר מלכות, א שנה ראשונה אינגערמאן, געבוירן אין קרית טאהש און חתונה געהאט אויף וויליאמסבורג. שטיפט די צייט אין כולל און לויפט צום לייבערי קוקן זיינע אימעילס און שרייבן אויף קאווע. עסט נאכטמאל ביים טאטע און שווער, און האט שוין א דרייווינג פערמיט. הערט קול מבשר אן ערך פון דרייסיג מאל א טאג.

@טאמבל סאס, א העפי גאו לאקי אינגערמאן, מאכט שיין פרנסה אבער האט נישט קיין שלום בית. וואוינט אין ווילי און טראגט אין טאש. שטייט נישט אויף פאר צענע און דאווענט חצות. פירט קיפקעס און רעדט ביים ליינען.


המשך יבוא אי"ה

מאטי » מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:29 pm

· #176150
דאס איז בכלל נישט קיין ״אפטעמיסט׳׳ישע״ בליק...

הוגה » מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:32 pm

· #176151
הא הא הא... 😂 You got my attention now...

צוויי הערות, (דאס איבעריגע בין איך מיט דיר). אין א גראסערי קען מען דען אריינכאפן תגובות דא און דארט אין מיטן טאג? צווייטענס, עס איז מיר שווער צו גלייבן אז אזא טייערע אינגערמאן ווי טאמבל זאל רעדן אין מיטן ליינען.

נ.ב. געשריבן דורך מיין דאלמעטשער.

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:32 pm

· #176152
כ'מוז זאגן, כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער. כ'האב שוין לאנג נישט געלייענט אזא גוטן הודעה.

בד"וו, היינט רעד איך שוין ביי שמו"ע אויכעט.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 13, 2014 8:52 pm

· #176161
טאמבל סאס
כ'מוז זאגן, כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער. כ'האב שוין לאנג נישט געלייענט אזא גוטן הודעה.

בד"וו, היינט רעד איך שוין ביי שמו"ע אויכעט.

שטילע צו הויכע?

פיטומי מילי » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:13 pm

· #176164
Hahaha!!!!

יאיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:16 pm

· #176165
וואס איז דאס, אפטעמיסט?! מ'האט דאך געשמועסט אז די פערזענליכע אינפארמאציע בלייבט צווישן אונז! נאך גוט וואס דו האסט נישט דערציילט וועגן מיינע שלום בית פראבלעמען ברבים.

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:21 pm

· #176166
.

יואב » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:26 pm

· #176168
ס'איז שוין דא אן אשכול "ווי אזוי קוקט ער אויס" וואו מ'בהאנדלט פאנטאזיע זייער שטרענג דארט.

קודם וואלט איך יא מוחה געוועזן פארן שרייבן "דענטראפס" אויפן פינטל איד, ס'איז נישט שיין אזוי צו שרייבן אויף אנדערע ניקס.

כתר מלכות פארשטיי איך אינגאנצן נישט. קומט פון טאהש, וואוינט אין וויליאמסבורג, און עסט ביי זיין טאטע? ס'טייטש ער כאפט זיך טעגליך אריבער קיין קרית טאהש, אדער דער פאטער זיינע האט זיך אויך אריבערגעצויגן צום ירושלים דאמעריקע.

נב. איך ווארט נאך צו הערן איבער יואב עפעס.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:39 pm

· #176170
יואב
ס'איז שוין דא אן אשכול "ווי אזוי קוקט ער אויס" וואו מ'בהאנדלט פאנטאזיע זייער שטרענג דארט.

פליז יואב, צייכען נישט צו צו וואס דו האסט מיר באשריבן דארט, ך' שעהם זיך.

פיטומי מילי » מאנטאג יאנואר 13, 2014 9:53 pm

· #176175
אפטאמיסט,
איך נעם די רשות הדיבור צי פאנטאזירן ווי אזוי די זעהסט אויס
ביסט געווען א ראלי פאלי באט די האסט דיך געבענד האסט קליינע קינקי פאות צווישן 27-30 יאר אלט יעדער ארום דיר איז פרייליך ביסט קיינמאל נישט געווען טרויריג מער ווי דריי מינוט א מנחה דאווינען נעמט ביי דיר א שעה ווייל די גאנצע שטאט קען דיך

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:18 pm

· #176182
אפטעמיסט: מורא'דיג. נאר אויף עטליכע ניקס ביניך מחולק מיט דיר. למשל, דו אליינס. פאר מיר זעהסטו אויס צו זיין א מיטליעריגער בעלבת'ישער אידל, א שטיקל בעל בכי. (פי'. ער האט א שטיקל בייכל.) וועלכער אינטרעסירט זיך אין אלע מקוה נייעס. ער קען אנדערש נישט טרינקען די קאווע פאר'ן דאווענען איידער ער ווייסט אלע פרטי פרטים, וועלכע זמירות שרון האט געזונגען, און וואספארא געפילטע פיש זיין ווייב ע"ה האט געמאכט לכבוד שבת. גאליציאנער אדער אונגארישע. 😂 🙄 😕 😃 🙂 😉 😮 😐

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:05 am

· #176251
אפטעמיסט ריזיג ריזיג, אזוי צולאכן און איך קען מיך נאך אלס נישט בארואיגן. אזא פאנטאזיעשע קאפ wow!

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:15 am

· #176253
אומגלויבליך! צוגעטראפן 95% ריכטיג!!

אפטעמיסט

@שמעקעדיג, א פעשליכע אינגערמאן אין די נידריגע דרייסיגער יארן,
יאפ, ממש אזוי!
גייט אן אלטען אפגעריבענעם רעקל,
אויך אמת, חוץ אויף סימכעס טוה איך אן דעם שענערן
און זאקן מיט לעכער
נו אודאי אזוי, אן א לאך קען מען עס דאך נישט אנטון! (קרעדיט: יארמער רב)
ארבעט אין א גראסערי,
נישט ממש, אבער איך קויף איין דארט
האט א הארץ ווייך ווי פיטער און זאגט א גוט ווארט פאר יעדעם.
דאס איז נאר ברבים, פרעג נאר מיין ווייב צו מיין הארץ איז פוטער אדער פינאט באטער
קומט אהיים מיד און שוואך נאך א טאג שווערע ארבעט,
אה יעעעה! אבער דאס איז נישט אזוי ביי יעדן?
אבער איז אייביג גרייט צו העלפן א צווייטען.
הממ... נישט זיכער אז אייביג. אבער שקויעך פאר די קאמפלימענט!
שבת דאווענט ער אין ראדני.
אקעי, דאס גרעניצט זיך שוין מיט גילוי ממש!

מורינו הרב » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:02 pm

· #176263
אפטעמיסט, וואס איז מיט מיין נשמה?

גאנצל » דינסטאג יאנואר 14, 2014 1:10 pm

· #176273
מיין בליק איז אז דו ביסט ראנג ביי יעדעם אפילו שמעקעדיג שפיר איך אז ער שפילט נאר מיט מיט דיר

איך האלט אז הוגה למשל איז א סאטמארע יונגערמאן וואס איז אויפגעצויגן געווארן צו לאכן פון יעדעם און דאס מאכט אים אויפגעקלערט אויף געוויסע זאכן און צו גיין אין קריג מער אגרעסיוו מיט זאכן וואס ער האלט אז ס'דארף אנדערש באהאנדעלט ווערן

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:37 pm

· #176454
איך גרייט מיר ארויפצושטעלן די צווייטע סעריע דייעגנאוסעס פון ניקס. איר קענט אריין שיקן טיפס און מיינונגען. אויב זענט איר מקפיד און ווילט נישט אויסגעפראקט ווערן ברבים- זייט מיר מודיע אין אישי.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:44 pm

· #176469
וויאזוי מיין אחוריים זעהט אויס, מיט די ידו על התחתונה, קענסטו נעמען פון מיין אוואטור. דאס איבעריגע איז נישט שווער זיך פארשצושטעלן.

טיטאניק » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:50 pm

· #176472
ני? ני? ווילאנג דארף מען ווארטען????.???????? 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:31 am

· #176486
דער עולם ווערט געבעטן זיך צו זעצן אויף די פלעצער און זיין שטיל. קאווע שטיבל שטעלט זיך צום פארהער.
די בחינה האט זעקס שאלות און איז מאלטיפל טשויס.
דאס מאל האב מען באשריבן זעקס ניקס הע"י און דער עולם ברויך אנצייגן וועלכע ניק מ'מיינט מיט וועלכע פאל.
די היינטיגע ניקס זענען ווי פאלגענד:
@ברסלבער @לעיקוואד @קאווע טרינקער @berlbalaguleh ,@יואב @היימישער ליטוואק

ס'איז א רעלעטיוו גרינגע בחינה, און ס'איז בשום פנים נישט ערלויבט צו קוקן ביי א צווייטען אדער זיך דורך שמועסן אין אישי.
די בחינה האט זיך אנגעהויבן.

1) א בלאנדע אנטווערפענע אויבערחכם, חתונה געהאט אין מאנסי. נישט סאציאל אבער מלא תוכן. כעט מיט א כייש, ארבעט אין א ספרים סטאר און שרייבט פאר דער שטערן. מיינט אז דער לעבן איז א וויץ.

2) אין די הויכע פופציגער'ס, גייט א צוגעפאסטע פראק און האט פיינט חסידים, שלאפט פרקדן און גרייט נישט קיין נעגל וואסער. זייער נערוועז און אנגעצויגן.

3) אן עלטערע ליטווישע בחור, שטארק סענסעטיוו, מאדנע, און א וויקטים פון דער שידוכים קרייסיס. האט פיר עלטערע שוועסטער, אבער האלט ווייטער אז חסידים זענען פאריקט. קען אמאל פארגעסן צו שעיוון.

4) געוועהן א גוטע בחור, זיך אויפגעריסען נאכן חתונה און איז יעצט סטאק מיט זיין ווייב. איז אייביג גערעכט, געבט נישט קיין היטשעס און רעד נישט מיט יעדעם. ארבעט אין דזשי ענד דזשי און גייט בקרוב אויסטוען דעם פלאטשיק.


5) הויעך און דאר. שיין צוזאמגענומען, געקראזלטע פיאות און א רינדיגע בארד. ארבעט אין א ווערהאוז און זעהט אויס ווי א ספרדי. קלאפט אויף טירן- בעט צדקה- זאגט תזכו- שלעפט ארויס א קונטרס און ווערט נעלם. ראש השנה איז ער אין אויסלאנד.


6) גראב, שוויציג, האריג און נידריג. חתונה געהאט פיר יאר און האט אכט קינדער. זיין ווייב גייט א שפיצל און ער ארבעט אין קאר סערוויס. הערט נישט אויף לאכן.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:37 am

· #176487
נומבער 5 איז ברסלבער
3 איז ליטוואק
1 איז קאווע טרינקער

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:39 am

· #176489
2 איז בערל
6 יואב
4לעעקוואד

יא?

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:40 am

· #176490
1 - קאווע טרינקער
2- היימישער ליטוואק (ס'ארא שקרים דו רעדסט צאם אויף אים!)
3 - לעיקוואוד
4 - בערל
5 - ברסלב'ער
6 - יואב

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:44 am

· #176491
גייט א בלויע העמד אינדערוואכן, שטענדיג מיט די קאפ אויפגעריסטעט אין דער הייך, און נאכדערצו מיט אזא מאדנער שמייכל אויפ'ן פנים (אזא סארט וואס זאגט 'מיינסט העסט מאכן פון מיר דאס גענאר, הא?), דיספראפארציאנעלע גרויסע, רויטע, רונדיגע באקן, כאטש ער איז גאנץ דאר. א לאנגע נאז וואס קומט אן איבעראל. ער רעדט זיך איין אז ער האט קלוגע אויגן. עס קומט שווערליך ארויס א גוט ווארט פון זיין מויל, אבער ער האלט זיך פאר א גוט זאגער. ער ערקלערט כסדר פאר יעדן וואס וויל אים נאר אויסהערן אז ער איז אנדערפעיד.
ווער קען צוטרעפן ווער דאס איז?

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:45 am

· #176492
אביסל פון 1 2 4 6.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:46 am

· #176493
1- יואב
2-היימישער ליטוואק
3- לעיקוואד
4- קאווע טרינקער
5- ברסלבער
6- בערל

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:51 am

· #176495
נומער 6 שטימט אויף בערל ווי א באנדאנא אויף ר' יחזקאל ראטה.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:09 am

· #176498
איך וויל נעמען די בחינה טיטשער, אבער מיין 'שארפענער' ארבייט נישט גוט.

ידען » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:11 am

· #176511
אפטעמיסט
איך גרייט מיר ארויפצושטעלן די צווייטע סעריע דייעגנאוסעס פון ניקס. איר קענט אריין שיקן טיפס און מיינונגען. אויב זענט איר מקפיד און ווילט נישט אויסגעפראקט ווערן ברבים- זייט מיר מודיע אין אישי.

איך ווייס נישט אויב געדענקס ווען ידען האט א סאך געשריבען אבער איך וויל הערען וואס מע מיינט וועגען מיך.

איך קען נישט קיינעם (נאר ביי גוגל טאק און פרייוועעט אישי) און קענסט פראקין וויפיל דו ווילס (אפשר וועט ארויס קומען נאך ידענים פריש ווי ביי די פראש..)

איש עברי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:03 am

· #176516
אפטעמיסט
איך גרייט מיר ארויפצושטעלן די צווייטע סעריע דייעגנאוסעס פון ניקס. איר קענט אריין שיקן טיפס און מיינונגען. אויב זענט איר מקפיד און ווילט נישט אויסגעפראקט ווערן ברבים- זייט מיר מודיע אין אישי.


דער עולם טוט זיך אהן די בלעכענע הויזן!

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:06 am

· #176517
1) יואב
2) לעיקוואד
3) היימישער ליטוואק
4) קאווע טרינקער
5) ברסלבער
6) berlbalaguleh

יואב » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:20 am

· #176518
ידען
אפטעמיסט
איך גרייט מיר ארויפצושטעלן די צווייטע סעריע דייעגנאוסעס פון ניקס. איר קענט אריין שיקן טיפס און מיינונגען. אויב זענט איר מקפיד און ווילט נישט אויסגעפראקט ווערן ברבים- זייט מיר מודיע אין אישי.

איך ווייס נישט אויב געדענקס ווען ידען האט א סאך געשריבען אבער איך וויל הערען וואס מע מיינט וועגען מיך.

איך קען נישט קיינעם (נאר ביי גוגל טאק און פרייוועעט אישי) און קענסט פראקין וויפיל דו ווילס (אפשר וועט ארויס קומען נאך ידענים פריש ווי ביי די פראש..)

ידען איז א רואיגער שטילער אינגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער, איזי גאוינג, האלט נישט פון זיך קיין סאך. הגם די אמונה און ביטחון ליגט אים נישט אזוי אין די בלוט, זענען אזאנע פראזן ווי: ב"ה, דער אייבערשטער וועט שוין העלפן, לאז דאס פאר דעם פון אויבן, גם זו לטובה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, ס'נישט געווען באשערט, אא"וו שטענדיג שגור בפיו.

ידען סווינגט פון סייז 38, ביז 42. ער פארלירט, און נעמט צו וואג ווי א חודש, נישט קיין גרויסע עסער; האט פארט אבער ליב ארויסצוגיין טשילן, און הענגן אין רעסטוראנטן. קויפט אסאך, און לאזט אלץ איבער. ער איז דווקא נישט קיין באבארדלטער, און שנייד די בארד מיט א שערל עס צו האלטן רעלאטיוו קליין. פיאות האט ער דינע, גלעזער גייט ער קילע האלב-פרעים, עטוואס דיקע הענטלעך, נישט ממש אויפרייסעריש. ציצית גייט ער אינעוויינג, לעצטענס געקויפט לינקס אויף רעכטס העמדער. ביים ארבייט דורכן טאג גייט ער א שווארצן טישורט.

ידען איז נישט קיין גרויסע פארדינער, אבער זאגט אלץ פאר יעדעם אז ער קען זיך נישט אפרעדן. דער אמת איז אז ער קלעקט א שיין געהאלט, אבער די דיספראפאצינאלע ספענדערייען פון זיין באגאבא טיפ ווייב ציעט כמובן איין די ריווח.

ידען האט אבער שלום בית, און ס'גייט אים נישט קיין סאך אן זיין ווייב'ס גרויסע שאפינג בילס. ווען איינער האלט אים אראפ איבער דעם, גיבט ער אזא לייכטן קרעכץ: "ליסטאן, דעטס לייוו, ווי גאטטע ליוו וויט איט", און גיבט זיך דערנאך א קראך די פינגער.

ער האט אנגעהויבן אלס אן ארבייטער ביי אן עפעטייזינג, דערנאך האט ער געפריווט צו ארבייטן מיט מעדיקעל סופלייס, און ס'האט זיך אבער נישט אויסגעארבייט. היינט צוטאגס מענידזשט ער אן אומבאקאנטן וועירהאויז אין דשערסי סיטי, און האלט שוין אן די דזשאב פאר כמעט צוויי יאר.

דאווענען האט ער נישט קיין סאך נערווען, פארט קומט ער רוב טעג אין שול. ער איז א פונקטליכער מענטש, און שוין אלס דארט פאר הודו, הגם קרבנות האט ער שוין נישט געזאגט זייט ער קען זיך. ידען פארלאזט שוין די שוהל אינמיטן הויעך שמונה עשרה, און האלט זיין תפילין אונטערן בלעמער אין בית מדרש. געווענטליך איז ער שוין נישט אין בית מדרש ווען די חברה גיין נאך געלט, אויב אבער יא, גיבט ער אלץ שענער ווי עוורידש.

ער האט אן אייפאון, און איז נישט קיין גרויסע חסיד פון ענדרויד; הגם זיין ווייב האט א גאלעקסי.

ער האט צוויי קינדער, און זעט זיך נישט דארפן ליסאן א מיני ווען אין די נעקסטע צען יאר. ער פלעגט האבן א קעמרי, און האט זיך ממש לעצטנס געליסט א ניסאן מעקסימא.

נייעס ווייסט ער געווענטליך, אבער רעדט קיינמאל נישט קיין סאך. חוץ בעפאר א שניי שטורעם קען ער זיך אנרופען עפעס, און אויב פרעגט מען אים קשיות וועט ער ענטפערן די פונקטליכע פאוירקעסט פאר אלע געגנטער ארום גאנץ יונייטעד סטעיטס, און וועלכע הייוועיס מ'גייט אפשפארן אין די טריי סטעיט עריע.

ידען פארנעמט נישט קיין פרעשור, וואוילער טאטע, ליבליכער מאן, פאלגט אינדרויסן די תקנות, לאכט זיך אויס לייכטערהייט אינדערהיים, איז נישט קיין העיטער, קויפט יעדע וואך אלע אויסגאבן, און ליינט אבער כמעט גארנישט; האט זייער ליב צו עסן קאלדקאטס, און טרינקען הייניקען ביר.

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:36 am

· #176520
יאיר
גייט א בלויע העמד אינדערוואכן, שטענדיג מיט די קאפ אויפגעריסטעט אין דער הייך, און נאכדערצו מיט אזא מאדנער שמייכל אויפ'ן פנים (אזא סארט וואס זאגט 'מיינסט העסט מאכן פון מיר דאס גענאר, הא?), דיספראפארציאנעלע גרויסע, רויטע, רונדיגע באקן, כאטש ער איז גאנץ דאר. א לאנגע נאז וואס קומט אן איבעראל. ער רעדט זיך איין אז ער האט קלוגע אויגן. עס קומט שווערליך ארויס א גוט ווארט פון זיין מויל, אבער ער האלט זיך פאר א גוט זאגער. ער ערקלערט כסדר פאר יעדן וואס וויל אים נאר אויסהערן אז ער איז אנדערפעיד.
ווער קען צוטרעפן ווער דאס איז?

He is also a little bit of an optimist..

יואב » מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:52 am

· #176529
לאכט נישט. אבער די וועלכע קענען מיך אין ריעל-לייף, ווייסן אז נומער 5 מאכט נאך די מערסטע סענס פאר מיך, אינקלודינג די ראש השנה חלק.

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:25 am

· #176546
We don't try to guess her what you're in real life, we try to work out how optimist's mind works.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:47 am

· #176552
אפטעמיסט

@רויטע וואנצעס, א אינגערמאן אין די הויכע צוואנציגער יארן, א באליבטער מאן און א גאלדענע פאטער. וואוינט אין א וואן בעדראם אין בארא פארק, דרייוועט אן עקורד, און איז אן לייף אינשורענס אגענט. ער איז א רויטער, פארשטייט זיך, אבער ער האט זיך אויסגעלערענט צו לעבן דערמיט.


א באליבטער מאן.
איינמאל א חודש. ס'קומט אויס געווענדליך די זעלבע טאג וואס איך באקום מיין פעי טשעק.

א גאלדענע פאטער.
מיינע קינדער האלטן אויך אזוי, זיי מיינען איך בין געמאכט פון גאלד.

וואוינט אין א וואן בעדראם.
גראדע נישט, אבער ווען איך שטיי אויף שלאפן מיינע קינדער ארום מיין בעט כמין מרזב, ממילא פיל איך עכ"פ אזוי.

דרייוועט אן עקורד.
איך האב געדארפט גוגלען וועלכע קאר מ'רעדט וועגן. ס'איז ענדליך צו מיינס אויב אן עקורד קומט אן א פייפער און אן א טעיפ ריקארדער.

אן לייף אינשורענס אגענט.
קען נישט זיין, ווען יא וואלט איך שוין געווען אויף יעדעמס נודניק ליסטע.

ער איז א רויטער.
נא, ס'איז ווינטער אוודאי זענען מיינע בעקעלעך רויט, מיין נאז אויך.

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:35 am

· #176565
נישט מער געדאכט די קאשמארן וואס איך האב היינט מיטגעמאכט אין מקוה.

איך האלט זיך אינמיטן מסדר זיין אויף מיין פלאץ און עס קומט אריין מיינער א באקאנטער, איך זעה ווי ער קוקט זיך ארום, און ווי נאר ער באמערקט מיר, קומט ער צו לויפן און מאכט זיך באקוועם נעבן מיר.
ער באגריסט מיר מיט אזא מיינונגספילע שמייכל, מען קען גלייך באמערקן אז עפעס ליגט אים אויפן צינג. איך בין דאך א גוטער, געב איך אים א פרעג: "וואס מאכסטו? איך זעה אז דו ביזט גוט געלוינט היינט, וואס גייט פאר?"
הייבט ער אן קעקעצן ביז ער מורמלט ענדליך ארויס: "עהעם, דו ביזט ברסלבער?" איך ווער פארלוירן פאר א האלבע סעקונדע, אבער איך האב זיך גלייך אריענטירט און געזאגט: "זיכער בין איך ברסלבער, וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט?". "ניין ניין, איך מיין צו פרעגן אויף קאווע שטיבל". "אין קאווע שטיבל?! וואס מיינסטו צו זאגן? איך בין א ברסלבער אין הארץ, ווען איך טרינק קאווע בין איך אויך א ברסלבער". יעצט איז געקומען זיין רייע צו ווערן פארלוירן. "ניין, איך מיין די קאווע שטיבל אויפן קאמפיוטער". "א קאווע שטיבל אויפן קאמפיוטער?! וואס איז דאס?". "שוין, איך האב געמאכט א טעות, סארי". אבער יעצט האב איך אים שוין נישט אפגעלאזט, "פון וואס האסטו גערעדט? וואס איז דאס קאווע שטיבל?". ער האט מיר אנגעהויבן מסביר'ן ברחל בתך הקטנה וואס דאס איז, דאס ארבעט אזוי מיט אסאך מענטשן וואס שרייבן צוזאמען אונטער פאלשע נעמען, מען טוט דארט דורך דברים העומדים ברומו של עולם, די אלע זאכן וואס דו הערסט דא אין מקוה אזוי אויפן שפיץ גאפל ווערן דארט ברייט אויסגעשמועסט. איך פרוביר עס אויסצוקלארן, "וואס האט דאס מיט קאווע שטיבל? מען טרינקט דארט קאווע?", ער איז מסביר אז דאס איז נאר אזא אויסדרוק וואס מען נוצט און אזוי ווייטער ביז איך האב עס ענדליך געכאפט, און איך בין געלאפן צום בור.
ווען איך קום צוריק זעה איך ווי ער איז נאך אלץ פארטיפט אין זיין פאון, ער רעדט צו זיך אליין, איך כאפ אויף עפעס האלבע זאצן. ..נישט בלאנד, נישט פון אנטווערפן און נישט צו שטארק שוויציג ..נישט קיין בחור, נישט קיין ליטוואק, זעה נישט אויס ווי א ספרדי ..נישט אזוי אלט, נאר זיבן קינדער, האט נישט קיין קאר..
ער קראצט און קראצט און קען נישט קומען קיין מסקנא. ווען ער באמערקט פלוצים אז איך שטיי נעבן אים געבט ער זיך א רוף אן: "דער אפטעמיסט מוז זיין היבש גרייזיג דא", איך פרעג אים: "וואס???", זאגט ער: "ניין דו מוזט זיין אויף קאווע שטיבל עס צו פארשטיין", שוין וואס קען איך טוהן אז אינטערנעט איז גע'אסר'ט און איך וועל לכאורה קיינמאל נישט גיין דערויף.

איך האב אפגעאטעמט, און געדאנקט דעם אייבערשטן אז עס האט זיך גוט אויסגעלאזט, אבער נעקסט טיים זאל דער @אפטעמיסט מער וואטשן וואס ער שרייבט. כאטש איך קען אים באמת נישט אנקלאגן נאכדעם וואס ער האט מוסר מודעה געווען אז וועם עס שמעקט נישט זאל מעלדן אין אישי, און ביז ווי וואס ווען איז ער שוין ארויס געקומען מיטן נייעם בליק סעריע.

פיטומי מילי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:52 am

· #176572
טאמבל סאס
We don't try to guess her what you're in real life, we try to guess work out how optimist's mind works.

איך וויל דיר נישט וויי טוהן, אבער דיין ענגליש צריך תיקון גדול

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:05 pm

· #176580
יאיר
גייט א בלויע העמד אינדערוואכן, שטענדיג מיט די קאפ אויפגעריסטעט אין דער הייך, און נאכדערצו מיט אזא מאדנער שמייכל אויפ'ן פנים (אזא סארט וואס זאגט 'מיינסט העסט מאכן פון מיר דאס גענאר, הא?), דיספראפארציאנעלע גרויסע, רויטע, רונדיגע באקן, כאטש ער איז גאנץ דאר. א לאנגע נאז וואס קומט אן איבעראל. ער רעדט זיך איין אז ער האט קלוגע אויגן. עס קומט שווערליך ארויס א גוט ווארט פון זיין מויל, אבער ער האלט זיך פאר א גוט זאגער. ער ערקלערט כסדר פאר יעדן וואס וויל אים נאר אויסהערן אז ער איז אנדערפעיד.
ווער קען צוטרעפן ווער דאס איז?

שקויעך יאיר פאר מאכן מיך לאכן: להוציא מליבן פון צוויי אנדערע ניקס וועלכע האבן געטרייט צו געססן אויב מ'מיינט מיך דא:והנה: א) אמאל געגאנגען: ב) ווייט פון אמת: ג) להד"מ: ד) איך רעד מיר נישט איין. איך ווייס: ה) ונהפוך הוא. קען נישט אדורכלאזן א געלעגנהייט אן זאגן א גוט ווערטל וואס ברענגט א שמייכל: ו) שמח בחלקו: 🙄 😎 😂 😳 😮

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:07 pm

· #176582
פיטומי מילי
טאמבל סאס
We don't try to guess her what you're in real life, we try to guess work out how optimist's mind works.

איך וויל דיר נישט וויי טוהן, אבער דיין ענגליש צריך תיקון גדול

חלילה. ס'איז אייביג וויכטיג צו פאררעכטן, און אזוי אויך, מודה זיין על האמת. ולא הביישן למד. אבער ווען כ'וועל זיין נעקסטע מאל ביי א קאמפיוטער וואס האט נישט היברו אלפאבעט וועל איך נאכאלס טייפן אין ענגליש.

ברעט מענינג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:11 pm

· #176584
לויטען אוועטער פין טאמבל סאס, איז ער א מענטש וואס טראכט א גאנצען צייט, אדער לייגט זיך גארנישט אויפן שכל, אדער מיין קאפ טיט מיך וויי, אדער קיקט ער אן איינעם אין שול און טראכט ווי אזוי יענער קיקט אויס,

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:12 pm

· #176585
ניקס וואס שטעכן מיר אויס די אויגן
ווי געשריבן גייט מיר טאקע דאס לעבן גאנץ גוט, אבער פארט בין איך נאר א מענטש און כ'בין נישט צופרידן. פאלגענד איז א ליסטע פון געוויסע ניקס און פארוואס כ'בין זיי מקנה. דער עולם זאל נישט לאכן.

@שמעקעדיג, זיין אסטראנאמישע צאל לייקס

@טאמבל סאס, זיין שיינע אויסזעהן און כריזמע

@יאיר, זיין געלט

@יואב, זיינע חתימות

@לעיקוואד, זיין עמקות און שכל הישר

@הוגה, זיין ווייב

@איחוד פעלד, זיין סעלף עסטיעם

@פידלער, זיין ענגליש

דער (פינטעל) איד, המממ... גארנישט

@מאראנצןזאפט, זיינע פאעזיעס

@מנשה לוסטיג, זיין רבי




המשך יבוא אי"ה

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:12 pm

· #176586
ברעט מענינג
טראכט ווי אזוי יענער קיקט אויס,

??

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:14 pm

· #176588
אפטעמיסט

@טאמבל סאס, זיין שיינע אויסזעהן און כריזמע

כ'האב ענק נאכנישט געזאגט? "איך רייב מיך אויס פארנט פון א שפיגל!"

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:18 pm

· #176590
אפטעמיסט: שקויעך פאר מאכן מיך קוילערן פאר געלעכטער. אויף די ערשטע נקודה ביסטו האלב גערעכט: די ענטפער צו אלע אנדערע כאראקטער שטריכן איז ונהפוך הוא....ס'קען גאר נישט זיין ווייטער פון אמת. 😎 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
ווען דו זאלסט זיין מיין סטאק בראוקער אדער ריעל עסטעיט עייצע געיבער וואלסטו דיך נישט געטרויעט צו באווייזן אין ביהמ"ד... 😂 🙄

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:18 pm

· #176591
ברעט מענינג
לויטען אוועטער פין טאמבל סאס, איז ער א מענטש וואס טראכט א גאנצען צייט, אדער לייגט זיך גארנישט אויפן שכל, אדער מיין קאפ טיט מיך וויי, אדער קיקט ער אן איינעם אין שול און טראכט ווי אזוי יענער קיקט אויס,

אדער וואלט איך געוואלט אזוי אויסקוקן.

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:19 pm

· #176592
אפטעמיסט

@טאמבל סאס, זיין שיינע אויסזעהן און כריזמע

זיין פנים באלאנגט צו זכריה עפרון.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:22 pm

· #176594
אפטעמיסט
דער (פינטעל) איד, המממ... גארנישט

גוט דאס צו הערן
איך בין שטענדיג הארציג מתפלל "אל יתקנאו בי חברי"

ברעט מענינג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:25 pm

· #176597
@ טיטאניק זיין קליגשאפט צו יודישקייט 😲

טיטאניק » מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:25 pm

· #176607
ברעט מענינג
@ טיטאניק זיין קליגשאפט צו יודישקייט 😲

טעות!
זיין קליגשאפט אין "היימיש רעליגיע" 😎
בלאט: 1 2