מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5678
סיז א געשמאק ווי דער עולם איז טיף אין פאנטאזיע לאנד און דמיונט אז די "עכטע" "עיקר" "יסוד" פון אידישקייט איז אהבת הבריות און מענטשליכקייט און מדות.
קינדערליך זיסע, אין ארגינעלע אידישקייט זענען די אלע זאכן גארנישט מער ווי נאך א מצוה צווישן אנדערע און אויך טאקע נאר אויף געוויסע וואס זענען עושה מעשה עמך וכו.
פון צווישן די שפעטערדיגע נביאים זענען געווען געוויסע וואס האבן שטארק פארפירט וועגן בין אדם לחברו, און הלל איז נזהר געוועזן דערינען מער ווי אנדערע.
דערנאך עפעס א ר' חיים וויטאל און תלמודי בע"ש וואס האבן גערעדט פון שבירת המדות, וואס מיינט פונקט אזוי די "מדה" פון ליב האבן צו קוקן ווי מען טאר נישט. שבירת המדות מיט בין אדם לחברו זענען נישט די זעלבע זאך ודו"ק.
הוגה שרייט אז מען איז געבוירן דערמיט, פיין און וואויל, איך האלט אויך אזוי, מישט אבער נישט קיין קוגל דערוועגן, זיי א אדוואקאט פאר מדות מצד עטישקייט אדער לאגיק אדער חסידות אדער וואטעווער, האלט דיך אבער אמתדיג.
אין ארגינעלע אידישקייט איז אלץ גאט. מען האט געהרגעט עוללים וינקים שלא טעמו טעם חטא, בלויז כדי יודן זאלן זיך נישט אפשר עפעס אפלערנען (ז עממים) אדער אלץ ימות זכאי (סורר ומורה) אדער סתם אזוי (עקדת יצחק) ווען גאט האט נאר געהייסן. אומשולדיגע בהמות האט מען האט געהרגט (וְאֶת הַבְּהֵמָה תַּהֲרֹגוּ) און פארהונגערט (ירעה עד שיסתאב)
ועוד ועוד
סוף פסוק, אין אידישקייט איז דער העכסטער אידיאל גאט גופא, נישטא גארנישט חוץ מזה, אויב גאט הייסט רחמנות האבן טוט מען עס וועגן גאט גופא, אבער ווען ער הייסט מתאכזר זיין, וועגן סיי וועלכע סיבה איז דאס פונקט אזוי חשוב און דערהויבן, והאומר על קן ציפור.. משתקין אותו.
וועם עס געפעלט נישט האט א ברירה צו זאגן אז "איך וויל מאדיפיצירן" אבער שריי נישט אויף קיין אנדערע אז זיי זענען גאר "משנה".
פארשטייט זיך אז יעדע ספעציפישע פאל קען מען קריגן דערין וואס איז גאטס ווילן בכהאי גונא, אבער בכלליות שרייען אז "איך בין דער ריכטיגער איד ווייל איך האב מער מענטשהייט" אדער "יסוד פון אידישקייט איז אהבת הבריות" איז מגוחך און ווישפול טינקינג.
ממרום ס'איז נישט אזוי שווארץ ווייס ווי איר מאכט עס, אוודאי איז דא זאכן אין די תורה וואס זעהט אויס אכזריות'דיג און אזוי אויך אין גמרא, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אין די תורה און בעיקר אין נביאים פאדערונגען פאר זייער הויכע מאראל, און דער צייט ווען אין די וועלט זענען זאך די זאכן געווען זייער אומפאפולער, איך וויל נאל שרייבן א אריכות וועגן דעם אבער איך בין מסופק צו מ'קען עס שרייבן דא איך קען נאך באקומען קאלטס און ווארימ'ס פון די פינטעלעך מיט די פרייליכע.
מרום מיט שם טוב פארפירן, ולכן לא אוכל מלמנוע והביע דעתי דעת תורה ברבים כדי שתלמידי הולכים בדרכי ידעו המעשה אשר יעשון.
לענין, ממרום שרייט אז אלעס איז גאט!
גאט? איז א ברייטע זאך יעדער קען רעדן בשם גאט. יעדער קען ברענגן פסוקים מיט חז"ל אז וואס ער וויל דאס איז גאטס רצון. אזויווי איך האב אמאהל געזאגט פאר ידידי א סאטמארער אז יעדער סאטמערער דרייט זיךמיט א רבי זי"ע אין טאש. וואס ער האט ליב זאגט ער אז די רבי זי"ע האט שטארק געהאלטן פון דעם. וואס ער האט פיינט זאגט ער אז דער רבי זי"ע איז געוועהן שטארק קעגן דעם!
די זעלבע איז מיט גאט, יעדער קען זאגן וואס ער וויל וועגן גאט, גאט וויל דאס יא וויל דאס נישט. מיר האבן נישט באקומען קיין רעכט דאס צו טוהן.
ולכן גאט האט מורא געהאט אז מענטשן וועלן טוהן זאכן בשמו, האט גאט מגלה געוועהן א תורה פון '613' מצוות, ועוד 7 מצוות דרבנן. וכן האט ער מגלה געוועהן דורך חז"ל גדרים וסייגים.
יעצט, קומען בדורנו אלה, אין מען טוהט נאך מצוות,מען לאזט נישט באגראבן אין די בית החיים דער וואס האט נישט געהאט א בארד. דאס איז בשם גאט!
מען לאזט נישט אריין אין די מוסד א אינגעל וואס זיין מאמע דרייווט. דאס איז בשם גאט!
מען שיקט נישט צו צום עמוד דער וואס רירט צו צום בארד. דאס איז סשם גאט!
מאן טאהר נישט האבן קיין 'געפילטערטע' אינטערנעט אינדערהיים. דאס איז בשם גאט!
רבותי זאג פאר דעם גאט וואס דו רעדסט בשמו עס אינטערסירט מיר נישט וואס דו האסט צו זאגן.
אלע רשעות פון אונזער קהילות קענען געטוהן ווערן בשם גאט? האב איך א קשיא פארוואס אלעמאהל ווען עס דארף געטוהן ווערן, ווערט עס געטוהן דורך א שיק אינגעל וואס איז א שלעכטע מענטש? זאל די שיינע איד ארויסקומען מיט זיין פרצוף אז איך טוה עס בשם גאט? הא? פארוואס זאגט די רב אז ער קען זיך נישט אריין מישען אין די וועד? (כאילו אז דו וואלסט יא אריין געלאזט זיינע קינדער) דו האסט דאך געשטעלט א וועד פון פאפעטס אז דו זאלסט קענען ארום גיין ווי א שיינע איד! דאס איז אלעס בשם גאט!
קיצרתי מפני קוצר הזמן, ולמחר וועל איך בל"נ מאריך זיין.
shem-tovסדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט [...] חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש [...] איז עס(=גנבנ'ן מילך) א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. [...] כוועל ענדערשער אויסהערן וואס דשאול אוסטין האט צו זאגן [...] היינט איז ב"ה דא א סיסטעם ווי מען מאכט יעדען פילן וועלקאם [...] אויפגעקלעקטע אנגעפרעסענע פראפעסערס [...] ווען די זאגס דאס פאר דיין שוואכן בחור אדער תלמיד און די רעדסט פון דעם פרייען יודס אדער חילוניס מעלות וואס ברויך אים אפצוהאלטן נישט צו שטרעבן צו זיין ווי אים [...] איך טוה אין חינוך
אוי לנו שכך עלתה בימינו!!קול דודיshem-tovסדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט [...] חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש [...] איז עס(=גנבנ'ן מילך) א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. [...] כוועל ענדערשער אויסהערן וואס דשאול אוסטין האט צו זאגן [...] היינט איז ב"ה דא א סיסטעם ווי מען מאכט יעדען פילן וועלקאם [...] אויפגעקלעקטע אנגעפרעסענע פראפעסערס [...] ווען די זאגס דאס פאר דיין שוואכן בחור אדער תלמיד און די רעדסט פון דעם פרייען יודס אדער חילוניס מעלות וואס ברויך אים אפצוהאלטן נישט צו שטרעבן צו זיין ווי אים [...] איך טוה אין חינוך
אוי לנו שכך עלתה בימינו!!
אנטשולדיגט מיר אבער די ליינסט נישט אפט מיינע תגובות. איך האב א ידיד וואס איז א ראש ישיבה פאר גאר שוואכע בחורים. די סארט בחורים וואס ליגן אין הבלי עוה"ז ראשו ורובו, זיי העלפט ער ב"ה מיט אומבאשרייבלעכע איבערגעגעבנקייט. מען רעדט דא פון בחורים וואס זענען שוין געווען אויפן גאס, האבן שוין סמארט פאונס, רעדן און שמועסן פון גאר פראסטע זאכן, בחורים וואס קיין שום ישיבה ברויך זיי נישט אזעלעכע נישט צו גאט און נישט צו לייט. סאיז דא אסאך קליינע ישיבות וואס נעמן אריין די בחורים און פלאגן זי מיט זיי זייער שטארק. איך שמועס מיט דעם ראש ישיבה טאג טעגליך און איך קלער אים אסאך אויף איבער זייערע התנהגות'ן כדי ער זאל קענען ממשיך זיין זיין עבודה רבה. אבער אני לכשעצמי בין נישט קיין ראש ישיבה און אויך נישט קיין מגי"ש איך פארשטיי אויך נישט קיין סאך צו שמות און רמזים און כהאב נאכנישט געלערנט די ספר הגולגילים פון רבי חיים וויטאל ז"ל צו פארשטיין מער איבער זייערע נשמות פונעם עבר און עתיד. אבער צו זייערע איצטיגע פראבלעמען, און וואס סבאדערט זיי און וויאזוי מקען זיי העלפן פארשטיי איך ב"ה גאר גוט. און ווען נישט קום איך דא ארויף שמועסן מיט אייך און כבעט הילף. דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
כוויל נישט רעדן פערזענליך אבער איינער דא איז א פלעינער אפיקורוס און בויעט זיין סטעידזש זייער שיין צו גיין ווייטער מיט די כפירה זיינס
גענוג געזאגט פירטס די שמועס ווייטער
shem-tovקול דודיshem-tovסדא מענטשען וואס איך האב ביטערלעך פיינט [...] חכם אתיק זשעקאבסאן א אפגעפליקטער תלוש [...] איז עס(=גנבנ'ן מילך) א שטאלץ וואס נאר אן ערליכער יוד קען פארשטיין. [...] כוועל ענדערשער אויסהערן וואס דשאול אוסטין האט צו זאגן [...] היינט איז ב"ה דא א סיסטעם ווי מען מאכט יעדען פילן וועלקאם [...] אויפגעקלעקטע אנגעפרעסענע פראפעסערס [...] ווען די זאגס דאס פאר דיין שוואכן בחור אדער תלמיד און די רעדסט פון דעם פרייען יודס אדער חילוניס מעלות וואס ברויך אים אפצוהאלטן נישט צו שטרעבן צו זיין ווי אים [...] איך טוה אין חינוך
אוי לנו שכך עלתה בימינו!!
אנטשולדיגט מיר אבער די ליינסט נישט אפט מיינע תגובות. איך האב א ידיד וואס איז א ראש ישיבה פאר גאר שוואכע בחורים. די סארט בחורים וואס ליגן אין הבלי עוה"ז ראשו ורובו, זיי העלפט ער ב"ה מיט אומבאשרייבלעכע איבערגעגעבנקייט. מען רעדט דא פון בחורים וואס זענען שוין געווען אויפן גאס, האבן שוין סמארט פאונס, רעדן און שמועסן פון גאר פראסטע זאכן, בחורים וואס קיין שום ישיבה ברויך זיי נישט אזעלעכע נישט צו גאט און נישט צו לייט. סאיז דא אסאך קליינע ישיבות וואס נעמן אריין די בחורים און פלאגן זי מיט זיי זייער שטארק. איך שמועס מיט דעם ראש ישיבה טאג טעגליך און איך קלער אים אסאך אויף איבער זייערע התנהגות'ן כדי ער זאל קענען ממשיך זיין זיין עבודה רבה. אבער אני לכשעצמי בין נישט קיין ראש ישיבה און אויך נישט קיין מגי"ש איך פארשטיי אויך נישט קיין סאך צו שמות און רמזים און כהאב נאכנישט געלערנט די ספר הגולגילים פון רבי חיים וויטאל ז"ל צו פארשטיין מער איבער זייערע נשמות פונעם עבר און עתיד. אבער צו זייערע איצטיגע פראבלעמען, און וואס סבאדערט זיי און וויאזוי מקען זיי העלפן פארשטיי איך ב"ה גאר גוט. און ווען נישט קום איך דא ארויף שמועסן מיט אייך און כבעט הילף. דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
ועכ"ז נעם איך מיך פאר, צו רעדען מער איידעלער. פשוט צוליב דעם ווייל דברי חכמים בנחת נשמעין. און ווי דער אגרת הרמב"ן שרייבט אונז תתנהג תמיד לדבר כל דבריך בנחת לכל אדם ובכל עת ובזה תנצל
איך מיין אז איינער וואס האט די גבורה צו שרייען בקול רם טעיתי האט די רעכט צו זיין א מחנך, כי לו נאה כי לו יאה! מודים דרבנן היינו שבחייהו!
בהמשךצו מיין נעכטיגע תגובה, וויל איך מיטטיילן עטליכע מעשיות וואס איך האב מיטגעהאלטן, ווי מען עסט מענטשן פלייש, אונטער די איצטלא פון 'לעשות נחת רוח לאבינו שבשמים'.
1. קומט א איד אין א חסידישע בית המדרש, ער גייט מיט אביסל לענגערע האהר, א פארקערצערטע בארד. ער שמעקט פון פערפיום, קורצע רעקל בענדאון היט. זיין התנהגות אין ביה"מ איז איי איי איי. ער רעדט הויך, קוים וואס ער דאווענט וכו', ווען ער רעדט אסאך מאהל איז עס נישט די שענסטע שפראך. מען איז אים מעורר, מיט גוטענס און מיט בייזענס, נו שא, מען רעדט צו אים, ער פייפט ווייטער. ווען די מתפללים זענען ארויס פון די כלים, האט זיך די וועד צוזאם געזעצט, וואס טוהט מען מיט אזא מענטש? איינער פון די זאכען וואס די וועד דן געוועהן (בכובד ראש), איז אז זיי האבן געהערט א שמועה אז מען האט אים שוין געווארפן פון אנדערע בתי מדרש! אהן מברר זיין, האבן די הייליגע אינגעלייט-חברי הוועד מחליט געוועהן אומר ועושה, מען גייט שיקן א בריוו צו דעם אינגערמאן אז ער קען מעהר נישט קומען ביי זייער ביה"מ. די בריוו איז אהנגעקומען צו זיין ווייב, זי האט פארשטאנען אז הלא דבר הוא, מען ווארפט נישט ארויס א מענטש סתם פארן רעדן אינמיטן דאווענען, זי האט נישט געוואלט גארנישט הערן, זי איז אנטלאפן פון דעם שגץ. קוים מיט צרות נאך א האלב יאהר וואס עסקנים האבן איר קאנווינסט אז מען האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער האט געשטערט ביים דאווענען, איז זי צוריק. די קהילה האט 'אביסל שלעכט געפילט', אבער עס איז שוין פופצן יאהר זייט דעם מעשה, אן זיי האבן אים נאך אלץ נישט ריכטיג מפייס געוועהן.
נו מענטשן פלייש איז יא כשר?
2. א איד ווערט אויפגענומען צו זיין אדמיניסטרעטאר אין א מוסד. ער איז אויפגענומען געווארן ווייל ער האט קוואליפיקאציעס. נאך א קורצע צייט איז ארויס א שמועה אז ער פירט די מוסד מורא'דיג. אבער דער ראש המוסד רבי/רב/דיין/ראש הישיבה, האט נישט אויסגעהאלטן, ווייל עס פאסט נישט אז א אזא קאלטע באפיצטע אינגערמאן זאל רעפרעזענטירן 'מיין הייליגע' מוסד. איז ער געגאנגען אונטער די טיש געטוהן אז מען זאל פטור ווערן פון דעם טויגליכע אינגערמאן, דורך דעם וואס די וועד זאל לויז ווערן פון אים. ער האט זוכה געוועהן צו מקיים זיין דעם אחד בפה ואחד בלב, אז ער האט נאך געהאט מיטלייד מיט דעם אדמינסטרעטאר, אז ער האט פארלוירן זיין פרנסה!
נו מענטשן פלייש איז יא גלאט כשר?
3. עס איז געוועהן א אינגערמאן וואס געדארפט האנדלען אין עפעס אן אופן וואס איז שאלה אין די פוסקים צו מען מעג? יש מחמירין ויש מקילין. (איך פארדריי פרטים, שלא ידעו במה מדובר). לדעת המחמירים איז עס א דבר מגונה. זיין רב/רבי האט נישט געזאגט אז ער טאהר נישט, אבער ער האט אים געזאגט אז עס איז זייער הארבע און א שווערע שאלה. דער אינגערמאן איז געגאנגען פרעגן א מעהר ברייטערער רב ממחנינו. יענער האט אים מתיר געוועהן. אזויווי דער אינגערמאן האט עס געטוהן, זיין טאטע האט אים מער נישט געוואלט קענען, זיינע געשוויסטער האבן אפגעהאקט מיט אים, אזוי אויך איז געוועהן אזעלעכע אינגעלייט פון זיין קהילה וואס זענען ארויף צום רבי/רב/דיין/ר"י טענה'ן מען דארף ארויס ווארפן דעם אינגערמאן, ווייל ער ברענגט אראפ אונזער קהילה. די רבי/רב/דיין/ר"י האט געמאכט אן אסיפה וואס מען האט דן (???) געוועהן צו מען זאל אים ארויסווארפן. ווען עס איז נישטא אן הלכה אז מען דארף מעניש זיין א מענטש פארן טוהן א זאך וואס שטייט אין שו"ע אז יר"ש ירחיק עצמו מזה.
נו, איז מענטשן פלייש יא כשר?
אנטשולדיג פאר מיין שפראך!
אבער דו שטינקער דו רוצח, דו מיט די פארדארבענע מידות, וואס איז גרייט צו אויסזויגען יענעמ'ס בלוט עד שתצא נפשו, דו ביסט דן דיני נפשות, כאילו מען עסט יעצט א טונא סענדוויטש? דו זעצט דיך אריין אין א וועד כאילו דו ביזסט שומר אויף די ריינע כלל ישראל, ביזט גרייט צו באגראבן און פארשעמען מענטשן קבל עם ועדה, ביזט גרייט צו וויי טוהן מענטשן מיט זייערע ווייבער און קינדער ברבים, מיט אזא גלייכגילטיגקייט? וואס איז מיט דיר? אין דאס איז אלץ נאר ווייל דו מיינסט כבוד שמים? יענער בלוטיגט און דו גייסט שלאפן רואיג?
אה, איך האב נישט מעהר קיין ווערטער, ווייל עס טוהט מיר וויי אלץ וואס איך האב צוגעזעהן פון די נאנט.
נ.ב. איך בין פון דיע וואס בחסדי השם האב פערזענליך נישט געליטן פון דעם, אבער עס איז א שרעק צו זעהן ווי מושחתים במידות טוהן בשם 'גאט'.
לכבוד
@shem-tov,
איך וועל בל"נ ענטפערן נאך שבת אויף דיינע תגובות אין דעם אשכול. ביטע לייגן דיינע אפיניאןס דא, ואשיבך על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער דער אינגערמאן פון מעשה נומער איינס איז א פשוטע בהמה און זאל קיינעם נישט באשולדיגן נאר זיך אליינס.
געטראכט די זעלבע (אויסער די ווארט פשוטע בהמה, פשוט נישט מיין שפראך..)
איך זעה נישט וואס די וועד האט געטון אזוי ראנג. וואס וואלסטו אנדערש געטון?
א בהמה איז איינער וואס האלט אז אלעס קומט זיך עם אבער ער אליינס דארף גארנישט טוהן דערפאר. זאכן ארבייטן נישט אזוי ,האסט איינגעמאכט? פיין וויש דיך אליינס אפ און בלעים נישט די גאנצע וועלט.
איך פארשטיי ענק אינגאנצן נישט ער האט פארפירט מ'האט אים געווארענט, אקעי! יעצט איז ער חייב מיתה? ער איז א מענטש מיט א ווייב און קינדער, און מענטשן וואס באשליסן אזעלכע זאכן דארפן וויסן אז זיי זענען דן דיני נפשות
איך אויךדער אינגערמאן פון מעשה נומער איינס איז א פשוטע בהמה און זאל קיינעם נישט באשולדיגן נאר זיך אליינס.
שמעקעדיגגעטראכט די זעלבע (אויסער די ווארט פשוטע בהמה, פשוט נישט מיין שפראך..) איך זעה נישט וואס די וועד האט געטון אזוי ראנג. וואס וואלסטו אנדערש געטון?
הוא אשר דיברתי. אונז זענען אזוי צוגעוואוינט און IMMUNE צו די רשעות אז מיר דיטעקטן עס נישט בכלל נישט, און מיר פארענטפערן עס נאך. עס זענען דא צוויי טיילן צו די ערשטע מעשה וואס ער פארציילט.
1) האסט א יונגערמאנטשיק (בא"ם בלע"ז) וואס האט לכאורה נישט צופיל שכל, יענער קומט אריין צו יענעם אין בית המדרש און שטערט די סדר. ער איז הונדערט פראצענט נישט גערעכט.
2) זיין עונש איז אפגעהרגענען שלום בית, כמעט גע'גט און חרוב געמאכט די שטוב, די קינדער און די קומענדע דורות. אפילו אזוי וועט זיין שטוב שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע.
קיינער זעהט נישט דא קיין רשעות? איז די עונש פארן נישט האבן שכל טאקע צו צוברעכן זיין שטוב? וואס האט זיין ווייב, שווער, שוויגער, טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, און אומשולדיגע קינדער געזינדיגט? וואס איז זיין זינד געווען אזוי גרויס אז ס'קומט אים מיתה? די רשע וועט אוודאי ענטפערן אז אויב ער שטערט ביי מיר אין שטוב האב איך א רעכט אים צו פארשוקען, איך בין אים נישט מחויב צו האלטן און ס'נישט מיין דאגה וואס וועט ארויסקומען דערפון. אט דאס איז די רשעות ואכזריות וואס איך האב אויבן דערמאנט. לייג דיך אריין אין יענעמ'ס שיך, פיל וואס ער און זיין משפחה מאכן מיט וועסטו זעהן דאס רשעות.
פון א אידישע שטאנדפונקט האט עס זיכער נישט קיין פשט. ביי אידן ווארפט מען נישט ארויס פון כלל ישראל א זינדיגער, מען פרובירט יענעם מקרב צו זיין לתשובה. דער שריט פון די בריוו האט דעם יונגערמאן גארנישט מקרב געווען, אויב עפעס האט עס געשטיפט אים און זיינע ב"ב ווייטער ארויס. א גרויסע חכמה!
עברי האקט.
.
איש עבריאיך פארשטיי ענק אינגאנצן נישט ער האט פארפירט מ'האט אים געווארענט, אקעי! יעצט איז ער חייב מיתה? ער איז א מענטש מיט א ווייב און קינדער, און מענטשן וואס באשליסן אזעלכע זאכן דארפן וויסן אז זיי זענען דן דיני נפשות
א מענטש מיט א ווייב און קינדער דארף זיך אויפפירן ווי א מענטש מיט א ווייב און קינדער. ער קען נישט טוהן וואס ער וויל ברבים און עקספעקטן אז א צווייטער וועט אויפקלינען זיין שמוץ. אויב עפעס וואלט מען אולי געדארפט מער אכטונג געבן עס זאל אנקומען צו עם דערעקט און נישט צו איר.
פארוואב אולי? ווי איז די כובד ראש ווען מ'איז דן דיני נפשות?
די זעלבע אויסגעדראשענע טענה נוטצן די וואס פראטעקטן שוין יארן די רוצחים די מאלעסטערס ,הלמאי יענער האט דאך א ווייב און קינדער פארוואס זאל ער גיין זיצן? העי ווען דו האסט אפגעהרגט אומשולדיגע קינדער האטו געזאלט טראכטן פון דיין ווייב און לעכטיגע קינדער און זיך איינהאלטן אדער גיין פאר הילף ,יעצט איז שוין צו שפעט.
מען האט עם נישט געזאגט ער איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל צו וואס ,מען האט עם סך הכול געזאגט אז זיין התנהגות איז נישט וועלקאם אין דעם ספעציפישן ביהמ"ד. עס פעלט נישט קיין בתי מדרשים ווי באמס זענען וועלקאם.
ענק זענען ביידע אויף 2 אנדערע עקסטרעמען. דער אמת איז ווי געווענליך ערגעץ אינדערמיט.
מקרב זיין? ער זאגט דאך מ'האט שוין פרובירט.
אים ארויסווארפן און פארשעמען ברבים? זיכער נישט, דאס איז נישט נאר געגעסן מענטשליך פלייש, נאר אויך געטרינקען זיין בלוט. די וועד קוקט נישט אויס צו זיין אזא שלעכטע.
די שענסטע אויסוועג איז שיקן א בריוו אין די פאסט (אפשר וואלט געווען מער פאסיג צו לייגן אין זיין תפלין בייטל?) און אים מודיע זיין אז אויף אזא אופן זאל ער מער נישט קומען אין ביהמ"ד.
וואס האבן די וועד געזאלט וויסן אז זיין ווייב עפנט די פאסט? און אויב יא, אז זי איז אזא בהמה (איך בארג דעם ווארט פון דיר, איך אויך) אז פאר אזא בריוול אנטלויפט זי פלוצים אן מברר זיין א זאך? סארי אבער די פרוי האט געטון א קאקא זאך און די שולד ליגט נישט אינגאנצן אויפן וועד וואס האט נישט געברויכט וויסן אז מען רעדט דא פון אזא איבער-סענסיטיווע פרוי.
מיר האבן א מצות עשה דאורייתא פון בצדק תשפוט עמיתך, דן זיין לכף זכות. אפשר קענען מיר דן זיין דעם וועד אויך לכף זכות אז זיי האבן באמת גארנישט געוואלט/געמיינט, עס איז טאקע בשוגג ארויסגעקומען א גרויסע מכשול דורך זיי, אבער זיי האבן נישט געמיינט שלעכטס, נאר כבוד הביהמ"ד?
די איינציגסטע חסרון וואס איך קען זעהן, איז, אז זיי האבן אים נישט איבערגעבעטן נאכן זיך דערוואוסן וואס זיי האבן שלא בכוונה גורם געווען.
געטראכט די זעלבע. אבער דער אמת איז אז מוז נישט זיין זי איז א נארישע פרוי ,מער מסתבר איז אז דאס איז געווען די שטרוי וואס האט צובראכן די רוקן פענעם קעמל. מען דארף וויסן וואס עס איז געווען זיין מצב ווען זי האט מיט עם חתונה געהאט ,אויב ער איז געווען א לייטיש אינגערמאן און ער האט דערנאך מיט די יארן מחליט געווען זיך צו מאדערנעזירן און פארבאמן איז זי נישט מחויב מיטצושפרינגן מיט זיינע קאפריזן. אויב עפעס איז ער מחויב צו זעהן זי זאל זיין צופרידן.
לגבי די בריוו האב איך אויך געזאגט אז אולי וואלט מען עס געדארפט געבן צו עם דירעקט אבער למעשה כך הוא דרכו של עולם אז מען וויל איינעם שיקן א בריוו שיקט מען עס אפ אויף די פאסט. עס איז ווי א ווייב וואס איר מאן גייט באליסטיק ווען ער זעהט די קרעדיט קארד ביל זאל האבען טענות צו די ק"ק קאמפאני פארוואס זיי שיקן איר א ביל אהיים ,האסט אויסגעגעבן? יעצט פעיס די קאנסיקווענסעס .די זעלבע דא , האסט דיך אויפגעפירט ווי א אוממענשליכע לאו לייף? פעיס די קאנסיקווענסעס.
הוגה ,קיינער איז נישט אימיון ,איך בין זיכער אויב דא וואלט געווען אויף אן אופן אריינגעמישט גוים וואלסטו געווען די ערשטע צו שרייען אקעגן דעם אוממענשליכן אידל. עס איז גארנישט דו דארפט נישט אזוי פיינט האבען א נארמאלע ערליכע איד.
לכב' הניקס החשובים, הוגה און שמעקעדיג שליט"א: ענק ביידע רירן אן ביידע עקסטרימס פון די סאלושן (לעזונג) . פון איין זייט קען אזא מצב נישט אנהאלטן. א חוץ פון דעים וואס דער אינגערמאן, דער בעל דבר וואלט געדארפט אליינס פארשטיין און האבן אזויפיל ווי כבוד פאר'ן ציבור און ביהמ"ד נישט צו שטערן אנדערע מתפללים. אבער די עצה פון שיקן א בריוו אויף די פאסט אז ער איז נישט וועלקאם אין ביהמ"ד איז צו א דראסטישע שריט וועלכע קען האבן ווייטגרייכנדע קאסעקווענצן, און ס'גייט אריין אין דיני נפשות. ע"כ מיין איך (אויב ס'טרעפט זיך ח"ו נאך אזא פאל (איז די עצה אז דער רב פונ'ם ביהמ"ד זאלל האבן א פריוואטן שמועס (הארט טו הארט טאלק) מיט דעים נישט איבעריג-קלוגן אינגערמאן פאר מ'נעמט אן אזא דראסטישן שריט פון ארויסווארפן פון ביהמ"ד. בפרט אין א קלענערע קהילה וואו די גאנצע שטאט ווייסט אלעס איבער א יעדן. 😞 😠 😛 🙄 😳 😮
לאמיר זאגן אז מען האט יא געמעגט עס טוהן. מען האט נישט געדארפט טראכטן אז עס וועט אהנקומען צו אזא מצב. פיין. אבער ווי האט די קהילה געקענט שטיין גלייכגילטיג,נאךדעם וואס זיי האבן געעהן דעם קאטאסטראפע. עס איז שוין אריבער איבער פיצען יאהר זייט דעם מעשה, און קיינער האט נישט מצד די קהילה אים מפייס געוועהן. קיינער האט נישט גארנישט געטוהן. דאס וויזט אז מתחילה מענטשן פלייש איז הפקר.
איז שלומי דסקל
@הוגה? הער צו ביי מינוט מארק 4:30
ראנג אשכול?
ודי למביןנישט דא וואס צוצולייגען! מ'דארף פון די קעפל פון די אשכול מאכן בומפער סטיקערס און אויסטיילן אויף אלע פרשת דרכים'ס און היטש פלעצער פון די חרידישע וואוין-ערטער.
ממרום שלח אשאיך וויל נישט רעגענען אויף הוגהס פאראדע, אבער יאקאבסאןס חלב סתם מעשה איז לא היה ולא עתיד להיות נאר דרוש ושתה דם האסאטמורים
אבער דאס איז יא א מעשה שהיה. א אינגערמאן אין כולל פלעגט יעדן טאג ברענגגען א פעקל ברויט פאר זיך, פרישטאג פארן וואך. וכתב עליו "פרטי" אסור ליטול" וכדו'. אין יעדן טאג איז נאר איבערגעבליבן די עק...
אויפגעוועקט
צוליב דעם קעפל
Re: מנחת אלעזר: "מענטשן פלייש איז דען יא גלאט כשר?"
איש עברי@הוגה געוואלדיגע ווערטער ס'ציפט ס'ברענט ס'מאנט און ס'פאדערט, און געוואלדיג קלאהר ארויסגעברענגט און גלייכצייטיג אריינגעלייגט די ווייטאג און פארדרוס. די ווערטער זענען ווי קאלטע וואסער אויף מידע זעלער און סלעכערט און נידערט ביז די קעמערליך פון בויך.
אבער די שילוב מיט ירידת הדורות איז קונצליך און מקען טראכטען צו סאיז טאקע א נייע פראבלעם, ס'איז געווען אלע דורות אנגענומען אז פרומאקעס זענען רשעים וואס מ'דארף שטיין ווייט פון זיי, נאר אמאל איז נישט געווען אזוי אין סטייל צו זיין פרום, נעם למשל די ווארט פון ראפשיצע רב איבער די ראשי תיבות פון פרום, אדער די מימרא'ס פון צאנזע רב און די ליובאוויטשע רבי'ס, מען זעהט אז אלעמאל איז דאס געווען די כאראקטער פון א פרומער, שאקעלט זיך ווי א לולב, גלייזט מיט די אויגן ווי א כישוף מאכער, און טונקט זיך אין מקוה ווי א פיש, אבער דורך און אדורך א רשע מרושע [קרעדיט הרב ראזנבלום פון שערי יושר]
חסידישע רבי'ס האבן אלץ גענוצט די סטיריאוטיפ פון א פינסטערע מתנגד וואס דרייט זיך ארום זויער און אויפגערעגט און זוכן ווי מען קען טרעפן נאך א חומרא אדער דקדוק הלכה, און גלייצייטיג זענען זיי מזניח אהבת השם און אהבת ישראל.
נאר די פראבלעם אז היינט איז מען געווארן מיקסד אפ און פונקט ווי יעדער איינער טראגט זיך ארום אין בויך מיט א פעקל שיטות און דרכים אין עבודת השם, מען עסט זיך אהן מיט ברסלבע תורה'ס, און מען איז א שטיקל חבד'סקער און א אנהענגער פון זילבערבערג און מ'נאשט פון ר' טודרוס און פאר קינוח סעודה דרייט מען זיך אין ראחמעסטארעריווקא, און איבער אלעם געהערט ער נאך צו די א סאטמערע פארטיי, אזוי אויך איז אוועקגעגאנגען די אמאליגע הבחנה צווישן עהרליך און פרום, אז איינער איז עובד'ל מוז ער אויטאמאטיש האלטן יעדע חומרא וואס פאלט ביי פאר א פלוני און מאנרא אדער א אלמוני אין בני ברק.
היינט קען זיין איינער וואס איז א חסידישע רבי וואס זיין גאנצע גדלות איז אז ער קומט אויף מיט הידורים און חומרות יעדע מאנטאג און דאנערשטאג, דאס ווייזט ווי ס'איז נטשטש געווארן די גבולים פון חסידיש און פרום וכו'.
איך וויל נאר צולייגן א זיסע מעשה וואס כ'האב געהערט פון א זוהן פון ר' שלמה זלמן אוירבאך: איינמאל קום איך אריין צו מיין טאט'ן פרייטאג צונאכטס און איך זעה אז ער איז ממש צוקאכט און אויפגערעגט אינגאנצן נישט כהרגלו, פרעג איך אים וואס איז געשעהן זאגט ער מיר אז אויפ'ן וועג אהיים פון דאווענען זעהט ער א עלטערע איד גייט און שלעפט א שווערע באנק, און אונטער אים גייט זיין איידעם א יונגערמאן און לייגט נישט צו קיין פינגער, איך בין צוגעגאנען פרעגן דעם יונגערמאן היתכן ער העלפט נישט זיין שווער שלעפן, זאגט די יונגערמאן אז ער מאכט א שלום זכר און מען דארף האבן בענק אבער ער איז מחמיר און טראגט נישט מיט'ן עירוב דעריבער טראגט זיין שווער די בענק, פון די מחזה איז ר' שלמה זלמן צושטורעמט געווארן און כעדותו פון זיין זוהן האט ער אים קיינמאהל נישט געזעהן אזוי אויפגערעגט.
We can 2nd
[ציטאט אראפגענומען]
א גרויסן יש"כ
@אנאנים פארן ארויפברענגען אזא וויכטיגע אשכול.
איך וויל בעטן פון דיר, און אזוי אויך פון אלע חשובע חברים, אז ווען מען טרעפט א שיינע אשכול זאל מען עס נישט נאר סתם אויפרישן, נאר אויך לינקן אין די אשכול
וואס איך האב במיוחד געעפנט פאר דעם צוועק. אזוי ווערט עס נישט פארשווינדן נאך א טאג צוויי, נאר עס בלייבט אויפן אויבן אן און מען קען שנעל און גרינג אנקומען דערצו.