"ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5672
"ירידת הדורות" א פאקט אדער א יסוד אין אמונה?
אין די אלגעמיינע וועלט איז שטארק אנגענומען אז די וועלט אנטוויקלט זיך אין א גוטע ריכטונג, די וועלט ווערט קלוגער פארגעשריטן און אפילו מער מאראליש, [די אבולאציע טעאריע אנהענגער נוצען דאס אלס סמך צו זייער שיטה]
לכאורה איז דאס א מציאות די היינטיגע וועלט איז פארגעשריטן אויף א אופן וואס מהאט קיינמאל נישט געזעהו בעפאר, אין מעדיצין, אין טעכנאלאגיע און אזוי ווייטער,
און וואס איז נוגע מאראל איז לכאורה אויך אזוי מען הערט היינט נישט איבער מענטשן וואס זענען מקריב די קינדער פאר'ן מולך, און ווען מפירט א קריג נעמט מען נישט אהיים קיין שלל שיינע ווייבער מיט קינדער, און די ווייבער ווערן נישט געצווינגען להבעל להגמון תחלה.
אבער מיר זענען זייער צוגעוואונט צו אננעמען מיט א פשטות אז ס'טוט זיך אפ א ירידת הדורות, א יעדע היימישע איד וועט אייך זאגן אז אונזער דור איז אסאך שוואכער ווי אפילו איין דור פריער,
די פיליזאפיע איז לכאורה שטארק אנגענומען אין די אידישע השקפה, אבער איך וויל איבערשמועסן צוויי נקודות:
איז דאס טאקע א מציאות וואס מען קען איבערווייזען אז מיר שטייען אויף א נידריגערע ניווא ווי אונזערע עלטערען און אור עלטערען?
איז דאס א זאך וואס א ארטאדאקסישע איד וואס פירט זיך לויט שו"ע אויף טריט און שריט איז מחויב אזוי צו האלטן? אין אנדערע ווערטער, איז דאס א קאנצענזוס אדער מען קען טרעפן גדולים וואס האבן נישט אנגענומען די גאנצע ירידת הדורות טעאריע?
דאס איז זיכער אז היינט איז שוין נישט דא קיין נביאים און דער אייבערשטער מאכט שוין נישט קיין ניסים, דאס זאגט נאר אז די השגחה עליונה סיסטעם האט זיך געטוישט, אדער אז מענטשן זענען געווארן מער רעאליסטיש און מאטריאליסטיש. אבער מיינט דאס א ירידת הדורות?
די גמרא זאגט, אם ראשונים בני מלאכים - אנחנו בני אנשים. ואם ראשונים בני אנשים - אנו כחמורים, ולא כחמורו של רבי חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר, אלא כשאר חמורים וואס מיינט דאס אז זיי זענען געוועהן עהרליכער? אדער קלוגער? אדער אפשר איז דאס אזא סארט ענווה אבער נישט עפעס וואס מיר דארפן אננעמען פאר א פאקט.
וועט איר פרעגן אויב סאיז נישטא קיין ירידת הדורות פארוואס קענען מיר נישט קריגן אויף א תנא? אויף דעם איז די ענטפער ווי די רמב"ם זאגט אז ביי חתימת התלמוד האט מען מקבל געווען אוף זיך אז מען קען מער נישט טוישן די הלכות, סאיז ענקריפטעט, אבער סמיינט נישט דווקא אז היינט זענען מענטשן ווייניגער קלוג ווי רב אשי.
און לאמיר שוין זאגן אז אין די גאר אלטע צייטן זענען מענטשן געווען זייער רחניות'דיג און געווען מורא'דיג קלוג, אבער איז דא א הכרח אז למשל די חתם סופר אדער די נודע ביהודא זענען אויף א העכערע דרגא פון גדולי זמנינו? איך פרעג ערנסט איז אין שו"ת אגרות משה נישטא אזא חריפות ובקיאות ווי דארט? פארוואס וועט א היינטיגע גדול נישט קענען קריגען אויף א שטיקל חתם סופר?
די אונטערשטע שורה איז דאס א יסוד אין אידישקייט אז עס פאל'ן די דורות? איז דא א מקור אויף דעם אז מען קען היינט נישט קריגן אויף א מחבר וואס האט געלעבט פאר אפאר הונדערט יאהר צוריק?
גראדע טרעפט מען גדולי ישראל וואס האבן געהאט א אנדערע בליק, און זיי האבן געהאלטן אז די וועלט ווערט יא בעסער ווי למשל אין מי השילוח פון איזביצער שרייבט ער: הרה"ק מפשיסחא אמר שעל אף שהנפשות קטנות בכל דור אעפ"כ הנקודה הפנימית שבלב נטהר יותר בכל דור ודור [מי השילוח פר' ויחי]
די זעלבע שרייבט הרב קוק אויף עטליכע פלעצער אז די וועלט ווערט העכער און מער רוחניות'דיג אלס הכנה צו עולם התיקון, אבער ווי איך פארשטיי מיינען זיי נאר אין א געוויסע זין אבער בכלליות האלט'ן זיי אויך אז די דורות זענען שוואכער.
גראדע איז דא צווישן די חכמי האומות אויך אזעלכע וואס טענה'ן אז די אמאליגע זענען געווען גרעסערע מוחות, און זיי זאגן אז די היינטיגע חכמים דערגרייכען מער וויבאלד זיי זענען שוין באזירט אויף הנחות פון אמאליגע, ווי עס ווערט אנגערופען "כננס על גבי ענק"
ווער עס האט א שטיקל קלאהרקייט זאל זיך לאזן הערן!
אט האט איר א שטיקל בעשה"ק בענין זה
ששמעתי ממורי פירוש הפסוק אשר בידו מחקרי ארץ וגו', שהקשה למה במים קדמונים הי' החוקרים מאמיני הקדמות, מה שאין כן עתה מאמינים שהוא יתברך אחד יחיד ומיוחד? והשיב שהי' מצד עכירות חומר הארץ, שאז הי' יותר רב ועצם, מה שאין כן עתה וכו',.... [תולדות יעקב יוסף וישב]
אהן אריינגיין אין ביאורים אויף דעם שטיקל בעשה"ק, זעהט מען אזויפיל אז דער בעשה"ק האט געהאלטן אז די דורות זענען גאר געשטיגען ביי די גויאישער וועלט. ער זאגט אז די סיבה דערצו איז ווייל די חומר הארץ איז געווארען לויטערער און ריינער, און דאס האט משפיע געווען אויף די רוחניות פון די מענטשען צו זיין לויטערער און ריינער, עד כדי כך אז זיי זאלן גלייבן באחדותו יתברך .
צו קען מען פון דעם ארויסלערנען אויך אויף אידן? צו איז מסתבר אז וויבאלד די לויטערקייט פון גשמיות האט משפיע געווען אויף די רוחניות פון די גוים וחוקרים, איז די זעלבע ביי אידן? דאס איז נישט קלאר.
נ.ב.
חומר למחשבה לביאור הענין: א יסוד גדול פון דעם בעשה"ק איז דער קשר פון גשמיות מיט רוחניות. ואכמ"ל.
א פאקט אדער א יסוד אין אמונה -- אדער א שקר!
היימישער ליטוואקא פאקט אדער א יסוד אין אמונה -- אדער א שקר!
א שקר וואלט איך נישט געזאגט די מציאות איז אז אמאל זענען געוועהן נביאים, און עס איז נישט דא היינט קיין רמב"ם אדער קיין אריסטו, עס איז מן הסתם דא עפעס א מיטל וועג, צו אפשר איז אמאל געווען מער שלעכטס אבער אויך מער רוחניות וכדומה.
אינטרעסאנט אז אין די אידישע ספרים טרעפט מען א מושג אויך אז נחלשו הגופים אדער נתקטנו השיעורים וכדומה, דאס הייסט אז פיזיש זענען אויך די דורות שוואכער [אגב דאס שטימט גאנץ גוט מיט די טעאריע פון עוועלושען]
עס זענען פאראן צענדליגער מקורות בכתב ובע"פ אז די דורות ווערן נידריגער, דאס מיינט נישט אז אין געוויסע עריעס זענען מיר נישט העכער, עס איז זיכער א "אכשר דרא" דור אין געוויסע הינזיכטן, אבער אין קדושה, מדריגות, דערהויבנקייט, איז זיכער אז מיר זענען ווייט נישט אזוי גרויס ווי אמאל.
ר' חיים וויטאל האט אנגעפרעגט דעם אר"י הק' ווי אזוי קען מען ערווארטן אז הקב"ה זאל מקבל זיין אונזער עבודה אזוי ווי די אמאליגע; האט ער געענטפערט אז טאקע צוליב אונזער נידריגקייט איז השי"ת מקבל ווייניגער לרצון, היינט אז א איד זאגט שמע ישראל איז פיל חשוב'ער אין הימל ווי אמאליגע דורות מסירת נפש, אמאל איז נישט געווען די נידריגקייט, פארגרעבטקייט, גשמיות, נאר מער א לויטערע וועלט.
מיר קענען עס אלע שפירן, קיינער פון אונז האט נישט די יראת שמים פון אונזערע עלטערן (דאס מיינט נישט אז עס זענען נישט פאראן בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן זענען פוקרים; מען רעדט פון אין דזשענעראל), די ערנסטקייט פון אמאל, די פחד פארן יום הדין, פארן "לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון", ווער מאכט היינט א חשבון הנפש, ווער האט די שמירת עינים וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט, און אויטאמאטיש די מדריגות צו וואס זיי האבן דאדורך זוכה געווען?
דער סידורו של שבת טייטשט, אדם מקדש עצמו מעט מלמטה מקדשין אותו הרבה מלמעלה - פאראן אזעלכע וואס זוכן גרינגע מדרגות, זיי זוכן א שארט-קאט צו צו קענען האבן רוח הקודש און קפיצת הדרך וכו', זיי וועלן טון פעולות דערצו. אבער עס ארבעט נישט אזוי, דער מענטש דארף ארבעטן אויף דברים של "מטה", נידריגע גשמיות'דיגע ענינים, תאות אכילה שינה משגל וכו', נאר דאס איז אין דיינע הענט; און דערנאך וועט זיין "מקדשין אותו הרבה מלמעלה" אויטאמאטיש.
אמאליגע דורות איז דער ענין פון "מקדש עצמו מלמטה" געווען אסאך העכער ווי היינט, און די זאכן פאלן פון דור צו דור, נישט אומזיסט זאגט דער תנא דבי אליהו "חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי", די אפגעהיטנקייט פון אמאל במחשבה דיבור ומעשה איז געווען מייל-יארן העכער ווי פון היינט, א שבת א יו"ט, עס איז געווען א העכערקייט... וממילא האט מען זוכה געווען צו מער מדריגות, פון מקדשין אותם הרבה מלמעלה.
אלע ספרים רעדן אז "עקבתא דמשיחא" וועט זיין די נידריגסטע, מלשון עקב, די נידריגסטע חלק פון א מענטש, ספרים פרעגן אויך וויאזוי איז מעגליך אז משיח וועט קומען צו אונז און נישט צו אונזערע עלטערן, פאראן אסאך תירוצים, אבער עכ"פ יעדער איז מודה אז דער דור פון עיקבתא דמשיחא איז נידריג. זייער נידריג.
בקיצור, דאס איז א געפיל וואס יעדער קען ביי זיך שפירן. קאמפער דיין רוחניות צו דיין טאטן און זיידנ'ס, און מאך אליין דעם סך הכל אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער נישט.
@שמעקעדיג געוואלדיג
דערפאר טאקע צוליב די גרויסע ירידה האט דער אייבערשטער געשאנקען בזמנינו פילע גרינגערע מיטלען צו קענען זיין א עוסק בתורה וכדומה
קוק די הערליכע חבורות און די טויזענטער בחינות וואס ווערן לעצטענס גענטפערט דורך פילע אנשים פשוטים בכל חלקי התורה
דאס איז אלעס א גרויסע מתנה פאר'ן דור בעיקבתא משיחא
שמעקעדיגעס זענען פאראן צענדליגער מקורות בכתב ובע"פ אז די דורות ווערן נידריגער, דאס מיינט נישט אז אין געוויסע עריעס זענען מיר נישט העכער, עס איז זיכער א "אכשר דרא" דור אין געוויסע הינזיכטן, אבער אין קדושה, מדריגות, דערהויבנקייט, איז זיכער אז מיר זענען ווייט נישט אזוי גרויס ווי אמאל.
ר' חיים וויטאל האט אנגעפרעגט דעם אר"י הק' ווי אזוי קען מען ערווארטן אז הקב"ה זאל מקבל זיין אונזער עבודה אזוי ווי די אמאליגע; האט ער געענטפערט אז טאקע צוליב אונזער נידריגקייט איז השי"ת מקבל ווייניגער לרצון, היינט אז א איד זאגט שמע ישראל איז פיל חשוב'ער אין הימל ווי אמאליגע דורות מסירת נפש, אמאל איז נישט געווען די נידריגקייט, פארגרעבטקייט, גשמיות, נאר מער א לויטערע וועלט.
מיר קענען עס אלע שפירן, קיינער פון אונז האט נישט די יראת שמים פון אונזערע עלטערן (דאס מיינט נישט אז עס זענען נישט פאראן בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן זענען פוקרים; מען רעדט פון אין דזשענעראל), די ערנסטקייט פון אמאל, די פחד פארן יום הדין, פארן "לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון", ווער מאכט היינט א חשבון הנפש, ווער האט די שמירת עינים וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט, און אויטאמאטיש די מדריגות צו וואס זיי האבן דאדורך זוכה געווען?
דער סידורו של שבת טייטשט, אדם מקדש עצמו מעט מלמטה מקדשין אותו הרבה מלמעלה - פאראן אזעלכע וואס זוכן גרינגע מדרגות, זיי זוכן א שארט-קאט צו צו קענען האבן רוח הקודש און קפיצת הדרך וכו', זיי וועלן טון פעולות דערצו. אבער עס ארבעט נישט אזוי, דער מענטש דארף ארבעטן אויף דברים של "מטה", נידריגע גשמיות'דיגע ענינים, תאות אכילה שינה משגל וכו', נאר דאס איז אין דיינע הענט; און דערנאך וועט זיין "מקדשין אותו הרבה מלמעלה" אויטאמאטיש.
אמאליגע דורות איז דער ענין פון "מקדש עצמו מלמטה" געווען אסאך העכער ווי היינט, און די זאכן פאלן פון דור צו דור, נישט אומזיסט זאגט דער תנא דבי אליהו "חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי", די אפגעהיטנקייט פון אמאל במחשבה דיבור ומעשה איז געווען מייל-יארן העכער ווי פון היינט, א שבת א יו"ט, עס איז געווען א העכערקייט... וממילא האט מען זוכה געווען צו מער מדריגות, פון מקדשין אותם הרבה מלמעלה.
אלע ספרים רעדן אז "עקבתא דמשיחא" וועט זיין די נידריגסטע, מלשון עקב, די נידריגסטע חלק פון א מענטש, ספרים פרעגן אויך וויאזוי איז מעגליך אז משיח וועט קומען צו אונז און נישט צו אונזערע עלטערן, פאראן אסאך תירוצים, אבער עכ"פ יעדער איז מודה אז דער דור פון עיקבתא דמשיחא איז נידריג. זייער נידריג.
בקיצור, דאס איז א געפיל וואס יעדער קען ביי זיך שפירן. קאמפער דיין רוחניות צו דיין טאטן און זיידנ'ס, און מאך אליין דעם סך הכל אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער נישט.
איך מיין אז די אונטערשטע שורה איז תמימות און יראת שמים, אמת אז אמאל איז געווען א שטערקערע תמימות, אבער איך ווייס נישט צו אין אנדערע זאכן זענען זיי אויך געווען העכער, און לגבי מיין עיקר שאלה צו קען א היינטיגע מענטש מחולק זיין אויף א חתם סופר? [פארשטייט זיך איינער א בר הכי] און טאמער נישט פארוואס?
און אפשר בלייבט אלעס מער ווייניגער די זעלבע. די פאר דורות וואס איך קען זעה איך נישט בכלל זאל זיין א ירידה אין קיין שום הינזיכט. גלייבען וואס איז געווען אמאל ווייס איך נישט. אין יעדער דור זענען פארהאן חכמים און טיפשים, צדיקים און רשעים, דערהויבענע און גרעבערע. איך זעה נישט קיין ערנסטע סיבה צו גלייבען אז עס קומט פאר דראסטישע טוישונגען אין א פעטערן פון דורות לגבי די יסודישע טבע פון מענטשהייט.
נאסטאלגיע איז א נאטורליכע געפיהל פון מענטשען צו רעדן וועגן דער גלארייכער אמאל קעגן דער פראסטער היינט. דאס נעמט זיך פון א פשוטע פסיכאלאגישע בייעס אז דער זכרון פון א מענטש איז נוטה צו געדענקן די גוטע חלקים און די שוואכערע פארגעסט ער. מען פרעגט ווי איז דא היינט א רמב''ם און מען פארגעסט אז אויך בזמן הרמב''ם איז נישט געווען קיין רמב''ם נאר איינס ,און עס איז פונקט אזוי געווען מיליאנע פשוטי עם רשעים און סתם טיפשים. די געציילטע מאמרים וואס מען טרעפט אין חז''ל אדער אנדערע גדולי ישראל איז מסתבר אז דאס איז דער פשט פון זיי, נישט אז זיי זענען עפעס מחדש א כלל אין מציאות א חוק ירידת הדורות, נאר זיי רעדן נארמאל ווי מענטשען רעדען. פונקט אזוי זענען פארהאן מאמרים וואס שרייבען פארקערט, לויט די נטייה אמאל צו זעהן ווי זאכען ווערען בעסער.
איז שוין געווען אמאל א חכם וואס האט געטענה'ט אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זאת. מאנכע טענה'ן ער איז גאר געווען דער חכם מכל אדם.
קודם כל א באגריסונג פאר הרב לעיקוואוד איך מיין אז אין די פריערדיגע דורות איז נישט געווען קיין לעיקוואוד! איך ליין דיינע תגובות און איך שטוין פון דיינע ידיעות און שכל הישר, עס איז מיר א כבוד אז דו ביזט דיך מתייחס צו מיין אשכול נאך א לענגערע צייט וואס איך האב דיך נישט געזעהן דא.
זאגסט א סברא אבער למעשה זעהט מען היינט א ערוואכונג אין מאראל, און אין וויסנשאפט אויף א מורא'דיגע אופן איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס מסביר זיין אויב נישט אז די דורות גייען פאראויס,
אזוי אויך האב איך געפרעגט לויט די אידישע השקפה איז דאס א יסודות'דיגע ענין צו גלייבן אין ירידת הדורות?
כ'האב אמאל געהערט א ס'איז אנגענומען אז די קלוגסטע מענטש אין די היסטאריע איז געוועהן דער איטאליענער דע ווינטשי, דו ווייסט צוזאגן פון דעם?
לעיקוואד, וואס איז מיט די אלע ספרים און מאמרים וואס איך האב דערמאנט?
אמת אז אין יעדן דור איז פאראן כל המינים, אבער ביי יעדן סאטר ווערן די קינדער (אין א וועג) שוואכער ווי די עלטערן.
נעם א משל פון זעלבסט-רעספעקט, אדער סעלף-קאנטראל. ווי שפעטער די דורות, אלץ מער צולאזט און צודרייט און ווייניגער אחריות און ווייניגער עול.
און קענסט טרעפן נאך אסאך משלים אין צענדליגער הינזיכטן.
דאס איז איינע פון די מאדנע זאכן צו באשלוסן פון איינצלענע מאמרים פון פארשידענע חכמים אין תלמוד די כלליותדיגע פערספעקטיוו אויף יידישקייט פון די חכמי התלמוד, ס'נעמט זיך פון דעם וואס די הלכה סיסטעם ארבעט אזוי אז מנעמט צוזאם אלע מאמרי הלכות געזאגט געווארן דורך פארשידענע חכמים אין משך פון פארשידענע דורות אין מ'פלעכט דאס אריין דאס צו מאכן פאר א מקשה אחת.
אבער דאס איז נישט איינשטימיג מיט די אקאדעמישע מהלך פון באטראכטן אויף א קריטישן אופן אלע אינפארמאציע וואס געפינט זיך אין די ספרות הרבנית (צום ביישפיל ווי שטארק א געוויסער געדאנק איז איינגעגעסן אינעם ברייטערן בילד, ס'איז פארהאן קעגנזייטיגע דעות אויף יעדן טעמע)
זע די קליפ,
הפך בה והפך בה דכלא בה
<a class="postlink" href="http://www.thedailyshow.com/watch/tue-january-5-2010/even-better-than-the-real-thing">http://www.thedailyshow.com/watch/tue-j ... real-thing</a>
איך ווייס נישט צו אמאהל איז געווען שענער ווי היינט. איין זאך זע איך אבער יא; די ליבעראלע פראגרעסיווע ניקס האלטן אז אמאהל איז נישט געווען בעסער וואו היינט. און ווייס ווערסא. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די פאקטן זענען שטענדיג גענויגט פארטי ליניע? לאמיר רעדן פונעם שנור נישט פונעם טאכטער.
שמעקעדיג, איך האב נישט באמערקט אז עס זאל זיין עפעס א ירידה באופן כללי אין די ענינים וואס איר האט דערמאנט. אוודאי אין די לעצטע דריי דורות למשל וואס מיר געדענקען זענען ענטשטאנען פארשידענע שינויים אין דער קולטור ווי מיר לעבן, עס איז אבער א וויכוח צו די שינוי איז לטובה אדער נישט, און אפילו אויב זאל זיין מוסכם אז נישט, איז אלעמאל זענען דא שינויים. אמאל ווערען זאכען בעסער אמאל ערגער. למשל ביי אונזער עולם איז מיר נישט קיין ספק אז מיר זענען פיל פרומער און ערליכער בדרך כלל ווי אונזערע טאטעס און זיידעס, סיי כמדובר באשכול אכשר דרא און סיי בענינים וואס איז באמת ריכטיג זאל אזוי זיין, צו בויען פון איינצענע פעלער א כלל פון "ירידת הדורות" איז נישט לאגיש. אמאל איז דא א ירידה אמאל א עליה און אמאל בלייבט שטיין.
וועגן די מאמרים האב איך און אנדערע שוין גענטפערט.
מוטי, מיר איז דאס טאקע אויך אינטרעסאנט, שוין לאנג מוטשע איך זיך, וואס איז פשט אין דעם וואס למשל א ליבעראלער צייטונג ווי דער ניו יארק טיימס, אדער הארץ אין ישראל, טשעקט אלעמאל בעסער זיינע פאקטען און ברענגט בדרך כלל ארויס מער צוויי צדדים פון א זאך ווי דער מער רעכטער סארט צייטונג, למשל דער פאוסט, אדער מעריב. קען דאס זיין אז ליבערעליזם מיט זיין ווייניגער איינזייטיג און מער מדוייק האבען עפעס א שייכות?
@איש עברי שלום עליכם. כ'האב טאקע לעצטנס נישט אזוי דא באזוכט, עס איז מיר א כבוד אייך צו טרעפן..
איז על ראשון ראשון. אזויווי איך האב געשריבען פאר שמעקעדיג אין א פריערדיגע תגובה, אוודאי זענען דא שינויים צווישען דורות אין פארשידענע הינזיכטען. איך האב נישט דאס מכחיש געווען. איך האב נאר געזאגט אז באופן מהותי איז שווער צו בויען פון דעם א כלל, אז דאס זאל האבען עפעס צו טוהן מיט עליית הדורות צו ירידת הדורות. עס איז אנעקדאטעל. אין היסטאריע ווי עס איז אנגענומען צו לערנען זענען געווען תקופות פון פראגרעס און עס זענען געווען תקופות פון רעגרעסיע. קען מען מאכען א כלל אדער א הסבר אז עס איז דא עפעס א סדר הדורות וואס איז דאס קובע?
די שאלה צו מען איז דאס מחוייב צו גלייבען מצד השקפה פארשטיי איך נישט. אויף וויפיל איך ווייס איז מען מחוייב צו גלייבען אין די ריכטיגע אמונה וויבאלד עס איז ריכטיג און אמת. אמאל זענען דא זאכען וואס מען קען נישט אליינס מברר זיין גלייבט מען זיי מכוח המסורה, כל זמן עס איז נישט קלאר מופרך ונגד השכל. איז פרעגן א שאלה אויב מען איז מחוייב עפעס צו גלייבען האט נישט קיין פשט. ווילסט וויסען צו מיר האבען א מסורה אז עס איז דא ירידת הדורות? כאמור, אין חומש, גמרא, ראשונים, און אחרונים, איז נישטא ערגעץ א עיקר אמונה וואס איז אזוי מכריז. פארהאן מאמרים וואס מען קען פון זיי ארויסדרינגען לכאן ולכאן. כדרכה של תורה. ממילא בלייבט צוריק די עיקר שאלה צו דאס איז אמת, די אמת איז די איינציגסטע ריכטיגע השקפה וואס איך ווייס פון.
אביסעל מער טיף און קלאר אין דער נושא, לאמיר זעהן וואס זענען די פאקטען און וואס איז די היפאטעזא וואס דארף זי מסביר צו זיין (@מוטי הער צו..). לאמיר זאגען:
(1) מיר קוקען ארום אויף היסטאריע, און ווייסען קלאר וואס איז געווען לאורך אפאר טויזנט יאר. [על פי רוב איז היסטאריע גאר ווייט פון א פונקטליכע סייענס, קוים וואס מיר ווייסען ווער האט באקומען מער וואוטס בוש אדער גאר, קל וחומר לאורך אלפי שנים]
(2) מיר האבען א קלארער מעסטער זאל אונז זאגען וואס הייסט אן עלייה און וואס הייסט א ירידה [דאס וואס איר רופט א עלייה אין מאראל למשל רופט שמעקעדיג אפשר הפקרות, מענטשען זענען נישט בדעה אחת וואס הייסט א עלייה אדער ירידה אלעמעל].
(3) מיר באמערקען אז במשך א לאנגע תקופה זעהט מען קלאר ווי די דורות גיין אראפ פאלען די מענטשען.
וואלטן מיר געהאט דא אן ערשיינונג וואס ברויך אן ערקלערונג. וואלט מען געקענט קלערען פארשידענע זאכען ואס זאלען דאס מסביר זיין. יעצט לאמיר זאגען איינער וועט קומען מיט א סברא אז עס איז דא א יסוד וואס הייסט "ירידת הדורות", און וועט צוגעבען עפעס א הסבר פאר די מעכאניזם וויאזוי דאס ארבעט, [למשל אז ווי ווייטער פון מתן תורה/אדם הראשון איז מען ווייטער פון מקור און מען פאלט] וואלטען מיר געהאט א התחלה פון אן ערנסטער דיון איבער דער געדאנק.
איז וואס זענען די פאקטן? איר ברענגט צוויי דוגמאות. אז די טעכנאלאגיע און סייענס איז געווארען פארגעשריטען מער לעצטנס, דהיינו די לעצטע פאר הונדרעט יאר. דאס ווייזט אבער נישט אויף א מהות'דיגער "עלייה", נאר וויבאלד די וועג ווי חכמה, עכ"פ די סארט חכמה, ארבעט איז אז יעדער איינער לייגט צו א טראפ ביז עס ווערט א גאנצער בנין. דער היינטיגער קאמפיאטער טעכניקאן איז נישט קלוגער ווי זיין זיידע דער בעל עגלה, נאר ער בויט אויף רעיונות און חכמות וואס יעדער דור האט צוגעלייגט א טראפ. (דאס ארבעט exponentialy פשוט מאטעמאטיש און דאס איז די סיבה פארוואס עס זעהט אויס צו ווערן שנעלער און שנעלער). בקיצור: די מאשינען ווערען קלוגער, נישט די מענטשען. לגבי מאראל האב איך שוין מרמז געווען פריער און איך בין שוין פויל מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט קאנקלאסיוו.
(לגבי דע ווינטשי, מען מיינט צו זאגען אז ער איז געווען בקי בכל החכמות, א רענעסאנס מען, משא"כ אנדעער זענען מער ספעציעל, צו איז ער געווען חכם מכל אדם? ווייט פון דעם)
דער חכם מכל האדם לעיקוואוד האט שוין געגעבן א זאכליכע ענטפער. איך וויל אבער צולייגן צוויי וויכטיגע הערות, א', אפילו אויב דער איכות פונעם מענטש איז שוין לכאורה געבליבן די זעלבע פאר די לעצטע צענדליגער טויזנטער יארן, איז קלאר אז בכמות שטייגן מיר אלס מער און מער. ס'איז דאך פשוט אז סייענס האלט שוין פיל ווייטער וויבאלד מיר בויען אויף די פריערדיגע, אבער נישט ווייל זיי זענען בעצם בעסער. שטעל אריין איינשטיין אין דעם דור פון אריסטו, און ער וועט לכאורה נישט זיין צופיל בעסער ווי אים.
ב', איך האלט אז די ירידת הדורות מיתוס איז מער ווי סתם נאסטאלגיע, והא ראיה קיין איין סייענטיסט וועט נישט בייפאלן אזא משוגעת אז נאר אמאל זענען געווען גרויסע סייענטיסטן, ווער רעדט נאך אריסטו, ער איז דאך געווען ממש א גדול הדור ואין משיבין את הארי אחר מיתתו, איי גאליליאו האט קשיות, נו, מ'שטארבט נישט פון א קשיא, וכו' וכו'.
אלא מאי מוז מען על כרחך זאגן אז דאס איז אזא רעליגיעזע זאך, און די קריסטן האבן טאקע זיך גע'עקשנ'ט צו בלייבן ביי די אריסטוטלישע סייענס. די סיבה איז, בקיצור נמרץ, בשייכות מיט פרויד'ס טאטע פיגור, ווייל רעליגיעזע מענטשן רעדן זיך איין זאכן וואס קענען נישט זיין אמת און וועלן קיינמאל נישט זיין אמת, און היות מ'קען דאך נישט אפלייקענען די מציאות, מוז מען על כרחך זאגן אז אמאל, אין דעם ווייטן עבר, איז געווען ממש מורא'דיג, נאר עס איז געקומען די עץ הדעת/חורבן הבית/חתימת התלמוד און די דורות זענען געפאלן מיט אכצן שטאק נוטרי ברית, ביז בעונותינו הרבים בדורות האחרונים אנו כאוכפו של חמורו של בלעם הרשע. וזהו סוד ימות המשיח, והמשכיל יבין.
להמחיש הענין, שטעלט זיך פאר אין הונדערט יאר ארום וועט מען שרייען, קוקט נאר, פאר בלויז הונדערט יאר צוריק האט מען געמאכט אן אסיפה און מ'האט אויסגעריסן די אינטערנעט ולא יזכר ולא יפקד, אין אלע בתי מדרשים איז מען געשטאנען אין די שורה צו שעכטן דעם אינטערנעט, די מוסדות האבן געמאכט שטרענגע תקנות. אבער היינט נעבעך איז דאך אזוי איינגעריסן די אינטערנעט, און אמאל האט מען כאטש געהאט די צדיקים דער הייליגער רבי אהר'לע פון סאטמאר און דער רבי ר' בער פון בעלז וואס האבן מגין געווען אויפ'ן דור, אויב ס'איז געווען אמאל א שטיקל פירוד הלבבות, איז דאס אלעס געווען העכערע זאכן. אבער היינט, וואס האבן מיר שוין, אפאר אנגעפרעסענע ליידיגגייערס וואס זיצן אויפ'ן קעניגליכן שטול, אהההההה....
---
יעצט זע איך אז לעיקוואוד בדבריו האחרונים איז דן ממש אין די נקודה. איך בין אבער מחולק מיט אים לגבי מאראל. עס איז נאריש צו זאגן אז מיר וואקסן נישט אין מאראל, בעת לעיני בשר זעען מיר אלע אז היינט איז מען מער אפגעהיטן אין כמעט אלע ערכים מוסריים ווי דאס לעבן פון א מענטש וכדו' (אויסער אפשר לויט בין לאדין און אל זאוואהירי, וואס לויט זיי עקזיסטירט דאך סייווי נישט קיין מאראל אויסער דעם קוראן). מ'קען אפשר זאגן אז פון די אנדערע זייט זעט מען אז מען איז מקיל אין עבארשאן, איז דאס אבער נאר ווייל מען איז מחמיר אין דעם לעבן און די רעכטן פון די מוטער, ודו"ק. אווער אלל איז קלאר אז מענטשן ווערן אלס מער און מער מאראליש. מ'קען אמאל צוריקפאלן צוויי טריט און גיין פאראויס דריי טריט, אבער בדרך כלל גייט מען פאראויס.
יאיר, איר נעמט אן אז מיר ווייסען וואס איז מאראליש און וואס נישט. כמו"כ קוקט איר נאר אויף א געוויסע חלק פון די וועלט. ודי בזה.
לעיקוואדיאיר, איר נעמט אן אז מיר ווייסען וואס איז מאראליש און וואס נישט. כמו"כ קוקט איר נאר אויף א געוויסע חלק פון די וועלט. ודי בזה.
אויב איינער פרעגט צו מיר זענען געשטיגן מאראליש, מיינט דאך אז ער רעדט זיך איין אז ער ווייסט וואס מאראליש מיינט, אויב נישט האט די שאלה נישט קיין פירוש.
איך רעד נישט דוקא פון איין חלק, איך רעד בכלליות, On average. נעם צוזאם די גאנצע וועלט און מאך א סך הכל.
און לאמיר נישט פארגעסען פין דער יאיר וואס מיר האבען פארמאגט.....
דער חילוק פין דער היינטיגער דור מיט דער דור פין אמאהל, איז דער שטעטל לעבען וואס האט געברענגט אמונה פשוטה, און דער ווייניגער אינטעליגענט א מענטש איז, לאזט עס אים גלייבען זאכען מיט מער טפשות. למשל אמאהל ווען איינער האט פארשטאנען אז עס רעגענט איז עס מעשה נסים, און האט בכלל נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט א וואלקען, און האבען געמיינט אז מען קען זיך אריינזעצען אין א וואלקען און פארען ערגעץ, מען דארף נאר טרעפען א וועג ארויף, איז פארשטייט זיך געוועהן גרינגער צו גלייבען אז אלעס איז מעשה נסים, און ווען מען איז חלילה מחלל שבת איז זיכער אז מען ווערט ל"ע נענש תומ"י. היינט ווען מענטשען זענען מער געלערענט, און ווי פארשידענע זאגען אז אין איין סאנדעי טיימס ליגט מער מדע ווי דער אמאליגער מענטש האט געוויסט דורך זיין גאנצער לעבען, איז אמונה פשוטה אינטערגעגאנגען, און אפילו די וואס פראבירען זיך איינצורעדען אז זיי טוהן דאס, איז דאס פעיק און פאלש, חוץ איינער וואס איז טאקע בבחינת שוטה, און ווייסט נישט פארוואס עס רעגענט, ער קען אין אלעמען גלייבען.
ממילא איז פשוט אז טאמער מען רופט דאס גרעסער, זענען די דורות הראשונים געוועהן גרעסער.
לאידך גיסא, לפום צערא אגרא, טאמער איינער גלייבט נאך היינט נאך אנליינען און וויסען אלעס וואס דער מדע האט צוזאגען, איז ער זיכער אויף א גרעסערע מדריגה פין אלע דורות הראשונים וואס האבען קיין מושג נישט געהאט אין די אלע נסיונות.
If there is a yerides hadores it probably started at matan torah as the highest point.
And from then on it goes down.
Lets take a look at the first few hundred years from matan torah, there was all type of sins on a mass scale. The dor hamidbur kept on sinning every Monday and Thursday. Avodeh zureh and gily aroyes.
You can’t even compare to our times, we are much better, aren’t we?
Now if you say it was hechereh zachen, then maybe our sins are same high as there?
שמעקעדיגבקיצור, דאס איז א געפיל וואס יעדער קען ביי זיך שפירן. קאמפער דיין רוחניות צו דיין טאטן און זיידנ'ס, און מאך אליין דעם סך הכל אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער נישט.
@שמעקעדיג, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין תגובה. בנוגע דער ספעציפישע שורה וויל איך דיר פרעגן, ווי אזוי מעסט מען רוחניות? אויב מיינסטו צו פרעגן אויב מיין טאטע האט געשלונגען די כזית מצה שנעלער ווי מיר, אדער אויב זיינע ציצית איז געווען געלער ווי מיינס, אדער אפילו אויב ער האט מער מקפיד געווען אויף זמן קריאת שמע דאן ביסטו גערעכט. אויב אבער מען מעסט רוחניות דורך קוקן אויף ווער עס האט מער ארויסגעהאלפן אין שטוב, ווער האט זיך ווייניגער גערעגט, ווער האט מוותר געווען שנעלער אויף ערב פסח מצות ווייל א צווייטער האט עס געוואלט, דאן האבן מיר א שטיקל פראבלעם.
דו זעסט, ווען מען קוקט פון א בליק צו אן אייגענע טאטע/זיידע איז דא צו שטארקע עמאושענס אז מען זאל קענען מאכן א ריכטיגע אפשאצונג, א יעדער וויל גלייבן אז די אייגענע עלטערן זענען געווען אויף א פעדיסטיל. אבער ווען מען קוקט מיט א ניכטערע תורה׳דיגי אביעקטיווע בליק זענען זאכן נישט אזוי שווארץ און ווייס ווי דו מאלסט עס אפ.
בא מיר איז די שיא פון ירידת הדורות דיזיגע אשכול, אז מזאל טאפען אויף גראדע ווענט, און סזאל נאך קומען אפאר אידיאטען און זאגען מיט בלעכענע ליבעראלישע פענימער אז זיי זעען נישט קיין חילוק צווישען די לעצטע דריי דורות.
א שטייגער ווי די פארשטינקענע וואס פארשטייען נישט קיין חילוק צווישען גיי מעריזש און סטרייט.
איי וואו נעמט מען אביסעל אנשטענדיקייט און די היינטיגע דור.
איי טרעף מיר בכלל א עכטע מענטש און די היינטיגע דור.
איי ווי טרעפט מען אביסעל נאמנות והתמסרות.
איי ווי טרעפט מען צוויי אמת׳ע פריינט בדורינו.
ווי טרעפט מען א ר׳ שלמה זלמן אוירבאך זצ״ל ווי טרעפט מען א ר׳ אריה לעווין ווי טרעפט א ר׳ בנימין זילבער.
לעקוואד מיט אלע דיינע שיינע ווערטער וועסט מיר נישט קענען טרעפען בדורינו אזעלכע מוסטערען.
מיין הארץ וויינט אויף די יושבי חושך וואס האבען נאכנישט געשפירט קיין טעם און אמיתיות החיים,ווייסען נישט קיין זיז כ״ש פון משמעות החיים און זיצען און זענען ממשמש כעור באפילה.
זאל שוין דער אויבערשטער מערה זיין רוחו ממרום.
יאיר
יעצט זע איך אז לעיקוואוד בדבריו האחרונים איז דן ממש אין די נקודה. איך בין אבער מחולק מיט אים לגבי מאראל. עס איז נאריש צו זאגן אז מיר וואקסן נישט אין מאראל, בעת לעיני בשר זעען מיר אלע אז היינט איז מען מער אפגעהיטן אין כמעט אלע ערכים מוסריים ווי דאס לעבן פון א מענטש וכדו' (אויסער אפשר לויט בין לאדין און אל זאוואהירי, וואס לויט זיי עקזיסטירט דאך סייווי נישט קיין מאראל אויסער דעם קוראן). מ'קען אפשר זאגן אז פון די אנדערע זייט זעט מען אז מען איז מקיל אין עבארשאן, איז דאס אבער נאר ווייל מען איז מחמיר אין דעם לעבן און די רעכטן פון די מוטער, ודו"ק. אווער אלל איז קלאר אז מענטשן ווערן אלס מער און מער מאראליש. מ'קען אמאל צוריקפאלן צוויי טריט און גיין פאראויס דריי טריט, אבער בדרך כלל גייט מען פאראויס.
לעיקוואוד האט געמיינט צו זאגן אז מיר גייען פאראויס נישט ווייל די טבע פון מענטשן טוישן זיך נאר די חכמה אנטוויקלט זיך, פונקט ווי ביי טעכנאלאגיע זעהט מען א פראקטישע משל ווי איין מענטש האט אויסגעטראפן א יסוד און סאנטוויקלט זיך דורך צענדליגע טויזענעטער מענטש'ן.
די ירידת הדורות חסידים לייגן אהן די ריבוי חכמה היינט ווייל מיר זענען "כננס על גבי ענק" לעיקוואוד נעמט אהן אז מיר זענען "כננס על גבי הרבה ננסים"
די זעלבע קען מען לכאורה זאגן לגבי מאראל און אנושיות, במשך די דורות איז געווארן קלאהרער און קלאהרער וואס איז ריכטיג און וואס איז אומריכטיג, ווא איז גוט און וואס איז שלעכט, היינט וועט נישט קענען אויפשטיין א רעליגיע וואס מ'זאל מקריב זיין די קינדער פאר'ן מולך, און סוועט נישט אויפשטיין א פירער וואס וועט זאגן אז ממוז אויסראטן א געוויסע ראסע [איך האלט קלאר אז ס'קען נישט פאסירן נאכאמאל בין איך א פאנאטיקער?] אבער נישט ווייל מיר האבן גרעסערע מוחות אדער נשמות פשוט מיר זענען עס אויסגעוואקסן!
יוסף מLets take a look at the first few hundred years from matan torah, there was all type of sins on a mass scale. The dor hamidbur kept on sinning every Monday and Thursday. Avodeh zureh and gily aroyes.
You can’t even compare to our times, we are much better, aren’t we?
די חילוק איז אז דעמאלט האט מען עס נישט באהאלטן, דער אייבערשטער האט עס אפגעשריבן אין די תורה. משא"כ היינט באהאלט מען עס אונטער די קארפעט.
ירידת הדורות איז ליידער א פאקט, און נישט ווייל ס'דא ווייניגער פון תורה אדער עבודה, נאר ווייל ס'דא ווייניגער מדות טובות!
נעמענדיג אין באטראכט אז די תורה איז ברבו מצוות שבין אדם לחבירו וואס אנשים זענען ניטאנאל דש בעקבם נאר מ'קוקט ניטאמאל אויף דעם, קען מען ליידער זאגן, יא! די דורות טראסקענען!
איך האב באמת אנגעהויבן נעכטן נאכט צו שרייבן דערוועגן, אבער היינט צופרי האב איך געזען אז הוגה האט שוין געשריבן א לענגס און א ברייטס און איך האב נישט צופיל צוצושרייבן. אזויפיל יא אז נאכן ליינען זיין ארטיקל קען מען זאגן אז יא! די דורות פאלן! יא! עס איז דא מער תורה, סאך מער שיעורים סאך סאך מער מוסדות'ן און אפילו סאך מער ארגעניזאציעס למיניהם, אבער מידות טובות? א נעכטיגע טאג! די גאנצע תורה איז ביי אסאך נאר א קרדום לחפור בה און מוסדות'ן איז געווארן א וועג צו אקווייערן מער פאוער און פאטשן אין בויך אריין.
מענטשן זענען ליידער אזוי אריינגעטון אין טרעפן מער חומרות און מער משוגעת'ן למיניהם אז מ'זעט נישט ווי שטארק די תורה איז מקפיד אויף כבוד אדם. אין אמעריקא האבן אונז צוויי ארגעניזאציעס וואס געבן אכטונג אויף כבוד המת, וויפיל ארגענעזאציעס געבן אכטונג אויף כבוד החי?
ירידת הדורות, אה יע!!!
צו ליינען הוגה'ס ארטיקל, נעמט א קאווע, זעצט אייך אוועק רואיג, גרייטס צו אפאר טישאס לעת הצורך און לייענט דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5678">viewtopic.php?f=24&t=5678</a><!-- l -->
איך בין ממליץ לכל מי שעמדו רגלי אבותיו על הר סיני צו ליינען די ארטיקל פון הוגה
אבער איך בין נישט זיכער צו די זאכן וואס ער שרייבט האט א שייכות צו ירידת הדורות, ס'איז א ווייטאגליכע מציאות וואס לויט וויפיל מיר קענען וויסן איז עס אלעמאל געווען
באוזני שמעתי פון א אלטע אונגארישע איד וואס האט זיך בארימט אז ביי זיי אין שטעטל האט מען אויפגעזאגט דעם שוחט ווייל ער איז געגאנגען קורצע גאטקעס...
משוגעים און שלעכטע מענטשן וואס רעדן אין נאמען פון רבוש"ע איז אלעמאל געווען און ווי ס'זעהט דערווייל אויס וועלן אייביג זיין...
אוודאי איז עס אלעמאל געווען און ביז משיח'ס טאג וועט עס זיין. אבער אויף איך בין נישט זיכער אויב עס איז געווען אויף אזא מאסן פארנעם און אזוי שטארק אין די נאמען פון ג-ט.
צו מיך אביסל בעסער מסביר זיין: יא, אוודאי זענען אלעמאל געווען שלעכטע מענטשן מיט מדות מושחתות, אבער אז די גאנצע בנין און עיקרי הדת זאלן זיין אזוי פארפוילט אדורך און אדורך, איז, מיין איך, קיינמאל נישט געווען. די מוסדות, בתי דין, רבנים, קהלות אלעס זאלן זיין געפירט ביי פערזענליכע אגענדעס מיט שלעכטסקייט און פויסט, דאס איז ירידת הדורות.
ודי למביןצו מיך אביסל בעסער מסביר זיין: יא, אוודאי זענען אלעמאל געווען שלעכטע מענטשן מיט מדות מושחתות, אבער אז די גאנצע בנין און עיקרי הדת זאלן זיין אזוי פארפוילט אדורך און אדורך, איז, מיין איך, קיינמאל נישט געווען. די מוסדות, בתי דין, רבנים, קהלות אלעס זאלן זיין געפירט ביי פערזענליכע אגענדעס מיט שלעכטסקייט און פויסט, דאס איז ירידת הדורות.
סליגט א אמת אין וואס די זאגסט אבער די ווארט איז לאו דווקא א ירידת הדורות נאר מער אז די וועלט האט זיך געטוישט, און אלעס איז געווארן קאמערשעלייזט און עס האט זיך פארמירט גרויסע קאמפאני'ס וואס דאס ציהט קארופציע.
אמאל אין שטעטל איז פשוט נישט געווען שייך די סארט קארופציע, הגם סאיז דארט אויך געווען די והותר
כתבתי תגובה בבקר אבער די ירידת הדורות פון מיין בראוזער האט עס פארמעקט, מאך איך דא חזרת השיעור..
קודם כל, הרב איש עברי, איך האב דווקא נישט געמיינט וואס איר האט געשריבען לגבי מאראל, דאס מיינט אבער נישט דאס איז נישט קיין ריכטיגע סברא. נאר כאמור נלאיתי אביסעל אריינגיין אין די גאנצע נושא פון מאראל, בקיצור סתם צו ענטפערן וואס איר האט געשריבען, עס איז נישט געווארען קלארער און קלארער דער מאראל, נאר דווקא ווייניגער קלאר, וואס דאס איז דער יסוד פון דער היינטיגער ליבעראלער מאראל. אבער דער נושא פון היסטאריע פון מאראל איז פארצווייגט און אכמ"ל. אין עצכח איז דא א שיינער אשכול פון מיכאל אברהם וועגן דעם
האם ישנה מגמת התקדמות מוסרית בעולם ומה משמעותה עיי"ש.
איך האב הנאה געהאט פון אייער הגדרה "כננס על גבי הרבה ננסים". אין אנדערע ווערטער, דער ענק אין דער משל איז דער צירוף פון די ערגרייכונג פון אלע אנדערע דורות, נישט איין געוויסער דור אדער מענטש. דאכציך דאס איז (קרוב צו) דער אריגענעלער כוונה.
----
איך וויל קלאר מאכען נאך א נקודה/חידוש. מען רעדט דא אויב איז דא, במציאות אדער בהשקפה, "ירידת הדורות", און מען ברענגט ראיות לכאן ולכאן פון פארשידענע לשונות און ביטויים. אסאך מאל אבער אז מען פארשטייט די אריגענעלער קאנטעקסט און כוונה פון די לשונות, זעהט מען אז עס מיינט בכלל נישט די יסוד פון ירידת הדורות. איין זאך האב איך פריער מסביר געווען און דאס איז נאסטאלגיע. איך וועל צולייגען נאך א זאך.
רוב פון די לשונות וואס מען רעדט דא וועגן וואסארא דור שפל עס איז היינט, וכדומה, קומען פון מוסר דרשות און תוכחה וואס מנהיגים, מוכיחים, אדער דרשנים, זאגען. ברויך מען ארויסהאבען וויאזוי די סארט מציאות פון תוכחה ארבעט. אין יעדער מצב אין יעדער ציבור אין יעדער דור איז פארהאן אסאך וואס מענטשען האבען צו מתקן זיין צו זיין בעסער ריכטיגער און ערליכער. און דער תפקיד און פלאץ פון דער מוכיח איז דאס צו זאגען. מען דארף פארשטיין אז צו זיין אין אז מצב פון זאגען מוסר איז גאר שווער און קאמפליצירט, וויאזוי שטעלט זיך איינער אויף און זאגט פאר מענטשען, פאר א ציבור, איר זענט נישט גוט איר דארפט זיין אנדערש.
די צוויי עיקר טשעלענדזשעס זענען אז מען דארף א שטארקער מקור אז דער מוכיח איז גערעכט, ווי למשל אז דאס שטייט אין די תורה וכדומה, און צווייטענס דארף מען אן אופן ווי מענטשען זאלן קענען הערען אז זיי זענען נישט גוט. עס איז דא אסאך נאטורליכע הגנות וואס מענטשען שיצען זיך פסיכאלאגיש פון אזא זאך. איינע פון די אפט גענוצטע מעטאדען איז נוצען די שפראך פון דור שפל, להחזיר עטרה ליושנה, וכו'. דער וועג ענפערט די צוויי זאכען, סיי עס איז אסאך גרינגער פאר מענטשען צו הערען. סיי נוצט מען זייער נאטורליכע נאסטאלגיע וועגן דער עבר און זייערע עלטערן, און סיי שרייט עס נישט דירעקט איר זענט נישט בסדר, נאר מער פון די זייט ווי דער דור פאלט מען מוז עפעס טוהן וכו'.
נאך מער איז אין א רעליגיעזער/קאנסערוועטיווער געזעהלשאפט, ווי איינער פון די ערשטער טענות אויף יעדער וואס קומט מתקן זיין /בעסער מאכען איז "דו ווילסט זיין בעסער פון אונזערע זיידעס?" דו מחוצף וכו', אסאך מאל איז אפילו אמת אז די זיידעס זענען גאר געוון ערגער. אבער אויב וויל מען מתקן זיין מוז מען זאגען אז אמאל איז געווען בעסער, און דא איז מען נאר מחזיר עטרה ליושנה. אז ידידי הרב
@הוגה וויל שרייבען א מוסר דרשה איבער זאכען וואס שטערען עם, נוצט ער ירידת התורה אלץ א שפרונג ברעט ארויסברענגען זיין פוינט. אזוי איז עס סיי זיך תולה אין שטארקע מקורות און סיי רופט נישט ארויס קיין קריטיק פארן זיין א מחדש אדער מחוצף.
ווען ירמיה הנביא האט געשריגען אויף די אידען זיי זאלן קוקן אויף די אבות, אויף דור המדבר, און זיך פארבעסערען, האט ער געוואוסט אז ווען ער וועלט געווען אין דור המדבר וואלט ער אויך געהאט מוסר זיי צו זאגען, והא ראיה, משה רבינו אין יענער דור איז אויך נישט צופרידען געווען. דאס איז א כלל אין טבע כמעט, אז אלעמאל איז דא וואס מוסר צו זאגען. אבער ווען מען זאגט מוסר זאגט מען אזוי. די זעלבע ווען חז"ל זאגען חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי. מיינט עס נישט זיי האלטען דווקא די אבות גערעכט אין אלעס, אין חז"ל טרעפט מען פיל ביקורת אויף מעשי האבות, אבער דאס איז גאר א שטארקע טעכניק און דעווייס צו מאכען א מענטש וועלען בעסער ווערן, פיל בעסער פון סתם שרייען דו ביסט נישט גוט דו דארפסט זיין אנדערש.
עס ואלט געוועהן אינטרעסאנט צו וויסען צו די מושג פון קלאגען אויף ירידת הדורות איז איינגעווארצלט געווארן ביי די מוכיחים און דרשנים אין די תקופה פון השכלה ווען עס איז באמת געוועהן א ירידה אין שמירת התורה והמצוות לעומת א דור פריער, און עס איז ווי אלע זאכן - ביי אונז קאנסערוואטיוון - געבליבן א טאבו
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט די גמרא וואס מען זעהט אז חז"ל האבן אויך געהאלטן אז די דורות ווערן קלוגער און בעסער, און פון דעסט וועגן ווערט עס נאך אלץ שוואכער מדור לדור.
די גמרא זאגט:
בשני דרב יהודה כולי תנויי בנזיקין הוה, ואנן קא מתנינן שיתא סדרי. וכי הוה מטי רב יהודה בעוקצין האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים, אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא, ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא. ואילו רב יהודה, כי הוה שליף חד מסאניה אתי מטרא, ואנן קא מצערינן נפשין ומצוח קא צוחינן ולית דמשגח בן.
דאס מיינט אז כאטש זיי האבן געזעהן למעשה אז דער דור ווערט קלוגער, און מען לערנט אפילו מער בכמות ובאיכות, איז אבער נאך אלץ דער פריערדיגער דור געווען מער נענטער צום באשעפער און געהאט גרעסערע כוחות צו פועל'ן ישועות.
אויף די קשיא האט די גמרא דריי תירוצים אויף באזונדערע פלעצער.
אין תענית כ"ד זאגט די גמרא, "אי משום עובדא, אי איכא דחזא מידי לימא. אבל מה יעשו גדולי הדור שאין דורן דומה יפה", דאס הייסט אז די גדולי ישראל זענען נישט געפאלן נאר דער המון עם איז געפאלן.
(בדרך צחות קען דא זיין מרומז דער חידוש פון
@לעיקוואד אז באמת איז מען נישט געפאלן נאר אזוי ווי דער המון עם פאלט דארפן די גדולים נוצן די אויסדרוק פון ירידת הדורות און מיט דעם אויפוועקן דעם עולם)
אין סנהדרין ק"ו זאגט די גמרא, "הקדוש ברוך הוא ליבא בעי, דכתיב וה' יראה ללבב", און לכאורה איז דאס אויך די כוונה פון די דריטע תירוץ אין די גמרא תענית כ' וואס זאגט, "קמאי הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם, אנן לא מסרינן נפשין אקדושת השם", דאס הייסט אז טאקע אין תורה איז מען געשטיגן, אבער אין הארץ און אין געפיהל איז מען געפאלן, דאס איז אזוי ווי
@שמעקעדיג האט געשריבן אז די יראת שמים און די אינערליכע געפיהל צום אייבערשטן איז געפאלן.
בכל אופן האט דאך שוין דער עולם געשריבן אז איינער וואס דערהאלט זיך אפילו ווען דער דור איז געפאלן, עס איז דא פיל מער נסיונות און מען זעהט גארנישט קיין התגלות, דאן איז עס אסאך מער חשוב.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אויפן זהר די וואכעדיגע סדרה (פ' יתרו) "כיון דאתא יתרו דאיהו כומרא עלאה דכל טעוון אחרנין, כדין אתתקף ושליט יקרא דקודשא בריך הוא על כלא", אז דוקא ווען יתרו - וואס איז געווען אזוי ווייט, ער האט געדינט אלע ע"ז'ס פון די וועלט - איז געקומען צום אייבערשטן, דאן איז דעם אייבערשטנ'ס נאמען געווארן זייער גרויס. די זעלבע איז ביי יעדן איד, ווען ער פילט אז ער איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, ער פילט אז ער האט שוין עובר געווען אויף כל עבירות שבתורה, און דאך שטארקט ער זיך און ער כאפט אריין א מצוה, איז דאס זייער חשוב ביים באשעפער, מער ווי ווען דער גרויסער צדיק פון די פריערדיגע דורות וואלט עס געטוהן.
לעיקוואודווען ירמיה הנביא האט געשריגען אויף די אידען זיי זאלן קוקן אויף די אבות, אויף דור המדבר, און זיך פארבעסערען, האט ער געוואוסט אז ווען ער וועלט געווען אין דור המדבר וואלט ער אויך געהאט מוסר זיי צו זאגען, והא ראיה, משה רבינו אין יענער דור איז אויך נישט צופרידען געווען. דאס איז א כלל אין טבע כמעט, אז אלעמאל איז דא וואס מוסר צו זאגען. אבער ווען מען זאגט מוסר זאגט מען אזוי. די זעלבע ווען חז"ל זאגען חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי. מיינט עס נישט זיי האלטען דווקא די אבות גערעכט אין אלעס, אין חז"ל טרעפט מען פיל ביקורת אויף מעשי האבות, אבער דאס איז גאר א שטארקע טעכניק און דעווייס צו מאכען א מענטש וועלען בעסער ווערן, פיל בעסער פון סתם שרייען דו ביסט נישט גוט דו דארפסט זיין אנדערש.
גראדע אין די נביאים זעט מען על פי רוב פונקט פארקערט, דער נביא שרייט אז אידן זענען שטענדיג געווען אן עם קשה עורף, און אפילו אין מדבר האט מען אויך נישט געפאלגט דעם באשעפער. אפילו ווען ירמי' זאגט זכרתי לך חסד נעוריך איז עס מער א בענקעניש צו אן אמאליגע ליבשאפט ממש ביי יציאת מצרים, נישט בכלליות. והא ראי', ער זאגט דארט מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי, זעט מען דאך אז די זיידעס זענען שוין געווען שולדיג.
ווייטער חז"ל איז שוין געמישט, פון איין זייט זעט מען די עקסטרעמע אויסדרוקן ווי כל האומר חטא אינו אלא טועה, און די שרעקעדיגע חילוקים צווישן דורות הראשונים און דורות האחרונים, פון די אנדערע זייט קען מען צומאל נאך זען קריטיק אויף די אבות ווי דו שרייבסט. איך האב א חשד אז דער ירידת הדורות מיתוס האט זיך אנגעהויבן ביי די פרושים.
אז מיר האבען נישט געברענגט א גמרא, מילא, דא זענען דאך א באנדע עמארצים. און גמרות ומאמרי חז"ל קען מען פארטייטשען לכאן ולכאן אלעמאל. אבער אז
@ברסלבער פארזעהט אן אפענער שטיקל שיחות הר"ן שאינו משתמע לשני פנים, איז שוין יא א פלא.
שיחות הר"ן שז
לְעִנְיַן מַה שֶּׁדֶּרֶךְ הָעוֹלָם לוֹמַר בְּכָל שָׁנָה וּבְכָל עֵת שֶׁעַכְשָׁו אֵינָם עִתִּים טוֹבוֹת וּבַשָּׁנִים הַקּוֹדְמִים הָיָה טוֹב יוֹתֵר וְכוּ' כַּיָּדוּעַ שִׂיחוֹת כָּאֵלּוּ בֵּין רב הָעוֹלָם דִּבַּרְנוּ עִמּוֹ מִזֶּה הַרְבֵּה וְרב. הַשִּׂיחָה הָיָה שֶׁסִּפְּרוּ לְפָנָיו הַרְבֵּה שֶׁבַּיָּמִים הָרִאשׁוֹנִים הַטּוֹבִים הָיָה הַכּל בְּזוֹל גָּדוֹל הַרְבֵּה יוֹתֵר מִשֶּׁל עַכְשָׁו כִּי לא הָיָה אָז נְגִידִים וַעֲשִׁירִים גְּדוֹלִים כְּמוֹ עַכְשָׁו וּמַה שֶּׁמּוֹצִיא עַכְשָׁו בַּעַל הַבַּיִת פָּשׁוּט וַאֲפִילּוּ מְקַבֵּל חָשׁוּב הוּא יוֹתֵר מֵהַהוֹצָאוֹת שֶׁל הַנְּגִידִים, שֶׁבַּשָּׁנִים הַקּוֹדְמִים כַּיָּדוּעַ וּמְפֻרְסָם כָּל זֶה עָנָה וְאָמַר הֲלא אַדְּרַבָּא, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַנְהִיג עַתָּה הָעוֹלָם יָפֶה יוֹתֵר מִקּדֶם !
הגם ער רעדט לכאורה לגבי גשמיות, מען דארף מעיין זיין מער וואס ער האט געהאלטען לגבי רוחניות.
רבי נחמן האט געהאלטן ירידת הדורות לכל הפחות לגבי חסידות, אז עס איז אסאך געפאלן זינט דעם בעל שם טוב. ענליך צו נשתכח דרך הבעל שם טוב. דער חילוק איז אז דער סאטמאר רב האט געהאלטן אז ער ווייסט עס אויך נישט (עכ"פ אזא שפיל האט ער געשפילט).
איך כאפ מיך יעצט אז דער קעפל פון דעם אשכול איז ממש כפירה ומינות (ליידער, היינטיגע דורות...). די שאלה איז אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער עס איז אמונה. ודוק.
יאיררבי נחמן האט געהאלטן ירידת הדורות לכל הפחות לגבי חסידות, אז עס איז אסאך געפאלן זינט דעם בעל שם טוב. ענליך צו נשתכח דרך הבעל שם טוב. דער חילוק איז אז דער סאטמאר רב האט געהאלטן אז ער ווייסט עס אויך נישט (עכ"פ אזא שפיל האט ער געשפילט).
איך כאפ מיך יעצט אז דער קעפל פון דעם אשכול איז ממש כפירה ומינות (ליידער, היינטיגע דורות...). די שאלה איז אויב ירידת הדורות איז א פאקט אדער עס איז אמונה. ודוק.
א שיינע דיוק יאיר, אבער ביזט נישט גערעכט. אן אמונה קען נישט זיין א פאקט, ווייל אויב עס איז א פאקט ברויך מען דאך נישט קיין אמונה. ודוק.
אגב, איך מיין אז רבי נחמן האט געהאלטן אז די דורות זענען געוואקסן בעלייה פון רשב"י, צום אר"י, צו ריב"ש צו די נחל נובע מקור החכמה. כך מונח בזכרוני אז א יעדער איינס איז געווען העכער פון די צווייטער.
דאס איז קלאר אז לגבי אים אליין האט ער זיכער נישט געהאלטן פון ירידת הדורות, אדרבה ואדרבה. (הגם ווען עס האט אים אנגעכאפט די מוחין דקטנות איז ער אריינגעפאלן אין א מורא'דיגע שפלות עצמי און האט זיך אנגעקוקט פאר די נידריגסטע בריאה, ואין כאן מקומו). די שאלה איז נאר לגבי דעם דור. מעגליך אז דאס איז אויך געווען תלוי אין די מצב המוחין (מוד סווינגס בלע"ז).
בנוגע פאקט און אמונה לא הבנתי שיחתך, אודאי מוז אמונה זיין א פאקט, אויב נישט גלייבט מען דאך שקר. דו מיינסט מסתם צו זאגן אז אמונה איז נישט ידיעה.
עפעס וואס איז א פאקט ווייסט מען, מען דארף שוין נישט גלייבן. קיינער גלייבט נישט אז שניי איז ווייס, מען גלייבט אבער יא אז מארגן גייט זיין א בליזערד.
א פאקט מיינט עפעס וואס עקזיסטירט אין מציאות. אויב למשל איך גלייב אין גאט, מיינט דאס אז איך האלט אז גאט איז א פאקטישע מציאות. איך קען נישט סיי גלייבן אין גאט און סיי האלטן אז גאט איז נישט א פאקט.
לגבי ר' נחמן, קלער איך יעצט אז דאס איז א חלק פון דער שיטה פון אין יאוש בעולם כלל. דאס זיך באקלאגען כסדר וועגן שפלות הדור מזעהט נישט און מקען נישט וכו איז אלץ אזוינע דיבורים פון ייאוש, תירוצים וואס מען טרעפט זיך פארוואס מקען נישט זיין קיין ערליכער איד. ר' נחמן איז געווען ברויגז אז מענטשען זאגען אויף צדיקים זיי האבען הויכע נשמות און פארדעם זענען מיר נישט ווי זיי, נאר אלעס איז עבודה דער צדיק איז דער וואס האט זיך געמוטשעט מחזק געווען זיך נישט געלאזט. די זעלבע איז לגבי דורות הראשונים. זיי האבען נישט געהאט אנדערע נשמות צו עפעס אויב זענען זיי געווען בעסער איז דאס ווייל זיי האבן נישט געגלייבט די ירידת הדורות טעאריע און האבען זיך געשלאגען ביז עס איז געגעגאנגען.
א שיינע אבזערוואציע לגבי ר' נחמן. מ'וואלט געדארפט עפענען אן אשכול פאר דעם איש פלא.
לעיקוואדאז מיר האבען נישט געברענגט א גמרא, מילא, דא זענען דאך א באנדע עמארצים. און גמרות ומאמרי חז"ל קען מען פארטייטשען לכאן ולכאן אלעמאל. אבער אז
@ברסלבער פארזעהט אן אפענער שטיקל שיחות הר"ן שאינו משתמע לשני פנים, איז שוין יא א פלא.
גראדע האב איך לכתחילה אינזין געהאט עס מעתיק צו זיין, אבער איך בין געווארן ביזי מיט די גמרא, און בשעת'ן שרייבן איז מיר עס ארויס פון קאפ.
דער עיקר איז דער רצון...
---
לעיקוואד און יאיר האקן.
איך געדענק נישט יעצט וואו רבי נחמן זאל רעדן וועגן ירידת הדורות ברוחניות דוקא. אבער לעיקוואד זאגט זייער גוט, דאס איז דאך געווען זיין גאנצע זאך אז יעדער איד קען צוקומען צו אלע מדריגות אויב ער וויל נאר.
ברסלב'ער, די ווערטער וואס ער שרייבט כסדר קעגן די פאלשע צדיקים באטראכסטו נישט אלס אזא סארט ירידת הדורות צוגאנג, א שטייגער ווי אויף קאווע שטיבל איז מען ביזי אז די רבי'ס זענען קארופטירט? אדער אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ס'שטענדיג געווען פאלשע צדיקים?
דא וועט איר טרעפן אלע שליסל ווערטער וואס די מחבבי צרות ותוקף הגלות באנוצן זיך כסדר "נתמעטו הלבבות" "עקבתא דמשיחא" "נשתכחו "פסקו" "בטלו" "דור יתום" אנן יתמי דיתמי" "אין אנו בקיאין" "נשתנו הטבעיים" (מיין סירטש ענזשין איז א גרויסער גאון)
ס'קען אויך זיין אז די אמונה וואס מ'גלייבט אין יעדן דור שוין פאר די לעצטע צוויי טויזענט יאר אז ס'איז שוין בעקבתא דמשיחא וואס די אופן תיאורו בתלמוד איז געווארן שטארק אויפגעפיקט האט בהכרח מיט געברענגט די אמונה אז ס'איז א חשכות הדור אזוי אז די נעקסטע דור האט איינגעזען ניין אז יעצט איז די ריכטיגע עקבתא דמשיחא אאז"וו
אזוי אויך אין הלכה אויטאריטעט איז דאס א וויכטיגע מיטל , ווער ס'האט אמאל געלערנט יורה דעה האט זיך אוודאי באגעגנט מיט די צענדליגע אין אנו בקיאין .
משמתו נביאים הראשונים בטלו אורים ותומים משחרב בהמ"ק בטל השמיר ונופת צופים ופסקו אנשי אמנה מישראל שנאמר (תהילים יב) הושיעה ה' כי גמר חסיד וגו' רשב"ג אומר העיד ר' יהושע מיום שחרב בהמ"ק אין יום שאין בו קללה ולא ירד הטל לברכה וניטל טעם הפירות ר' יוסי אומר אף ניטל שומן הפירות ר' שמעון בן אלעזר אומר הטהרה נטלה את <הטעם ואת> הריח המעשרות נטלו את שומן הדגן וחכמים אומרים הזנות והכשפים כילו את הכל:
משמת ר"מ בטלו מושלי משלים משמת בן עזאי בטלו השקדנים משמת בן זומא בטלו הדרשנים משמת ר"ע בטל כבוד התורה משמת ר' חנינא בן דוסא בטלו אנשי מעשה משמת ר' יוסי קטנתא פסקו חסידים ולמה נקרא שמו קטנתא שהיה קטנתא של חסידים משמת רבי יוחנן בן זכאי בטל זיו החכמה משמת ר"ג הזקן בטל כבוד התורה ומתה טהרה ופרישות משמת רבי ישמעאל בן פאבי בטלה זיו הכהונה משמת רבי בטל ענוה ויראת חטא
[ת"ר] ר' פנחס בן יאיר אומר משחרב בהמ"ק בושו חברים ובני חורין וחפו ראשם ונדלדלו אנשי מעשה וגברו בעלי זרוע ובעלי לשון ואין דורש ואין מבקש ואין שואל על מי לנו להשען על אבינו שבשמים
ר"א הגדול אומר מיום שחרב בית המקדש שרו חכימיא למהוי כספריא וספריא כחזניא וחזניא כעמא דארעא ועמא דארעאדף מט,ב גמרא אזלא ודלדלה ואין שואל ואין מבקש על מי יש להשען על אבינו שבשמים
בעקבות משיחא חוצפא יסגא ויוקר יאמיר הגפן תתן פריה והיין ביוקר ומלכות תהפך למינות ואין תוכחת בית וועד יהיה לזנות והגליל יחרב והגבלן ישום ואנשי הגבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו וחכמות סופרים תסרח ויראי חטא ימאסו והאמת תהא נעדרת נערים פני זקנים ילבינו זקנים יעמדו מפני קטנים בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו ועל מה יש לנו להשען על אבינו שבשמים:
אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן משום רבי יהודה בר' אלעאי בא וראה שלא כדורות הראשונים דורות האחרונים דורות הראשונים עשו תורתן קבע ומלאכתן עראי זו וזו נתקיימה בידן דורות האחרונים שעשו מלאכתן קבע ותורתן עראי זו וזו לא נתקיימה בידן ואמר רבה בר בר חנה אר"י משום ר"י בר' אלעאי בא וראה שלא כדורות הראשונים דורות האחרונים דורות הראשונים היו מכניסין פירותיהן דרך טרקסמון כדי לחייבן במעשר דורות האחרונים מכניסין פירותיהן דרך גגות דרך חצרות דרך קרפיפות כדי לפטרן מן המעשר
רבי שמעון בן יוחאי לא שנו אלא בדורות הראשונים שאין בנות ישראל פרוצות בכשפים אבל בדורות האחרונים שבנות ישראל פרוצות בכשפים מעבירין
מאי שנא ראשונים דאתרחיש להו ניסא ומאי שנא אנן דלא מתרחיש לן ניסא אי משום תנויי בשני דרב יהודה כולי תנויי בנזיקין הוה ואנן קא מתנינן שיתא סדרי וכי הוה מטי רב יהודה בעוקצין האשה שכובשת ירק בקדרה ואמרי לה זיתים שכבשן בטרפיהן טהורים אמר הויות דרב ושמואל קא חזינא הכא ואנן קא מתנינן בעוקצין תליסר מתיבתא ואילו רב יהודה כי הוה שליף חד מסאניה אתי מטרא ואנן קא מצערינן נפשין ומצוח קא צוחינן ולית דמשגח בן אמר ליה קמאי הוו קא מסרי נפשייהו אקדושת השם אנן לא מסרינן נפשין אקדושת השם כי הא דרב אדא בר אהבה חזייה לההיא כותית דהות לבישא כרבלתא בשוקא וכו'
אמר ר' זירא אמר רבא בר זימונא אם ראשונים בני מלאכים אנו בני אנשים ואם ראשונים בני אנשים אנו כחמורים ולא כחמורו של ר' חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר אלא כשאר חמורים
אמר רבי יוחנן טובה צפורנן של ראשונים מכריסו של אחרונים א"ל ריש לקיש אדרבה אחרונים עדיפי אף על גב דאיכא שעבוד מלכיות קא עסקי בתורה אמר ליה בירה תוכיח שחזרה לראשונים ולא חזרה לאחרונים שאלו את רבי אלעזר ראשונים גדולים או אחרונים גדולים אמר להם תנו עיניכם בבירה איכא דאמרי אמר להם עידיכם בירה
משמתו נביאים האחרונים חגי זכריה ומלאכי נסתלקה רוח הקודש מישראל ועדיין היו משתמשין בבת קול
לפיכך נקראו ראשונים סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה שהיו אומרים וא"ו (ויקרא יא) דגחון חציין של אותיות של ס"ת (ויקרא י) דרש דרש חציין של תיבות (ויקרא יג) והתגלח של פסוקים (תהילים פ) יכרסמנה חזיר מיער עי"ן דיער חציין של תהלים (תהילים עח) והוא רחום יכפר עון חציו דפסוקים בעי רב יוסף וא"ו דגחון מהאי גיסא או מהאי גיסא א"ל ניתי ס"ת ואימנינהו מי לא אמר רבה בר בר חנה לא זזו משם עד שהביאו ספר תורה ומנאום א"ל אינהו בקיאי בחסירות ויתרות אנן לא בקיאינן
בזמן הזה תקפו הצרות יתירות ודחקה שעה את הכל ואבדה חכמת חכמינו ובינת נבונינו נסתרה ולפיכך מעטים הם המבינים בדורו את התלמוד ופירוש הגאונים ולכן ניערתי חוצני אני משה בן מימון הספרדי ונשענתי על הצור ברוך הוא וראיתי לחבר דברים המתבררים מכל אלו החיבורים (התלמוד והספרא, ספרי, תוספתא ופירושי הגאונים) כולם בלשון ברורה ודרך קצרה וכו' עד שיהיו כל הדינין גלויין לקטן ולגדול בדין כל מצווה ומצווה (רמב"ם בהקדמה למשנה תורה).
א געלונגענעם ארבעט געמאכט!
יאירברסלב'ער, די ווערטער וואס ער שרייבט כסדר קעגן די פאלשע צדיקים באטראכסטו נישט אלס אזא סארט ירידת הדורות צוגאנג, א שטייגער ווי אויף קאווע שטיבל איז מען ביזי אז די רבי'ס זענען קארופטירט? אדער אפשר האט ער געמיינט צו זאגן אז ס'שטענדיג געווען פאלשע צדיקים?
היינט האט יעדער ביי זיך אין קאפ אז רוב רבנים זענען פאלש, און יעדער האט זיך זיין ליסטע וואס זיי זענען די געציילטע צדיקי הדור, און אזוי איז עס אייביג געווען, און עס איז טאקע אמת, אייביג און נאך יעצט זענען דא פאלשע און אמת'ע צדיקים. נאר דור לדור ישבח מעשיך, יעדער דור זאגט אייביג אז דער פריערדיגע דור איז געווען שענער, די גוטע זאכן געדענקט מען און די שלעכטע פארגעסט מען. און געווענליך זענען די גוטע זאכן געבליבן פארשריבן אין ספרים, און די שלעכטע זענען נאר געגאנגען מפה לאוזן.
האט רבי נחמן אבער געהאט א געטרייען תלמיד רבי נתן, וואס האט אפגעשריבן ככל היוצא מפיו, סיי געשמאקע זאכן און סיי פארקערט, איז געבליבן כתוב וחתום וואס רבי נחמן האט געהאלטן אויף די צדיקים אין זיין דור, פון טייל יא און פון טייל נישט (דאס איבריגע קען מען זעהן בהשמטות חיי מוהר"ן).
זיין נקודה איז געווען אז א רבי דארף זיין איינער וואס קען אויפהייבן זיינע חסידים און זיי אויך מאכן פאר מענטשן, אויב נישט איז ער גארנישט ווערט, דאס איז איבער גע'חזר'ט בספרי ברסלב כמה פעמים.
און דאס האט גארנישט מיט ירידת אדער עליית הדורות.
ער פערזענליך האט געהאלטן אז ער איז א גוטער דאקטער וואס קען העלפן מענטשן, האט ער ארויסגעשטעלט א סיין אז דא וואוינט א דאקטער, און ווער עס וויל קען קומען זיך היילן, וכך הוה.
איך בין שטארק נייגעריג וועמענ'ס קרעדיט דאס איז, צו טאקע נאר ר' נתן'ס אדער זיין רבי'נס אויך. ליקוטי מוהר"ן איז דאך געשריבן געווארן דורך רבי נחמן אליין, און דארט פעלט אויך נישט אזעלכע אויסדרוקן (כמדומה לי).
ער פערזענליך האט געהאלטן אז ער איז א גוטער דאקטער וואס קען העלפן מענטשן, האט ער ארויסגעשטעלט א סיין אז דא וואוינט א דאקטער, און ווער עס וויל קען קומען זיך היילן, וכך הוה.
רבי נחמן האט דאך נישט געהאלטן פון דאקטוירים 😉
רב נחמן האט נישט געשריבן דעם ליקוטי מוהר"ן, דאס האט רבי נתן אויך געשריבן. אויסער א קליינע צאל תורות וואס עס שטייט פארדעם "לשון רבינו", דאס האט רבי נחמן פארגעזאגט מיט דעם לשון און רבי נתן האט עס אפגעשריבן.
בכל אופן פארשטיי איך נישט וואס דו מיינסט. איך רעד דאך פון וואס רבי נתן האט אפגעשריבן וואס ער האט געהערט פון רבי נחמן.
דעם ערשטן חלק לקוטי מוהר"ן איז נישט פון רבי נחמן'ס כתבים?
איך מיין צו פרעגן, ר' נחמן אליין האט געהאט אזא שיטה אז מ'דארף אלעס דרוקן, אדער ער האט נאר פערצופאל געהאט אזא תלמיד וואס האט אלעס אפגעשריבן און געדרוקט רוב, און ווען ר' נתן וואלט גראדע געווען ביים שפאלער זיידן וואלטן מיר געוואוסט אלע לשון הרע'ס וואס דער שפאלער זיידע האט געזאגט?
ניין. אזוי ווי איך האב פריער געזאגט.
רבי נחמן האט זייער שטארק געוואלט דרוקן דעם ליקוטי מוהר"ן און ער האט אסאך געטוהן אין דעם כמבואר בחיי מוהר"ן און אזוי אויך די סיפורי מעשיות און ספר המדות. וועגן די שיחות איז עס בעיקר געווען רבי נתן וואס האט געזאגט אז פון די שיחות קען מען אמאל מער נתעורר ווערן ווי פון די תורות. רבי נחמן פלעגט עמטליך זאגן תורה ברבים נאר זעקס מאל א יאר. אבער פון זיינע שמועסן האט זיך אסאך מאל פארצויגן צו דברי תורה וחיזוק וואס דאס האט רבי נתן אפגעשריבן, טייל אין ליקוטי מוהר"ן און טייל אין שיחות וחיי.