ידעת גם ידעת וואס אין ווי אזוי בחורים זענען עלול צו טוהן פאר ליידיגיין, סתם פאן, אדער זיך צו רייצין מיט די סיסטעם(אויב עס איז א סיסטעם...) קען זיין אז די האנדלסט אדער דרייסט דיך טעגליך ביי קינדער ממילא געדענקסטו נאר זייער שפראך. אין די כח השכחה האט גובר געווען אויף דיר צו פארגעסן וואס דיינע חבירים(נישט דיר ח״ו איך בין דיר נישט חושד..) האבן געטון בשעתם...(יעצט דערמאן דיך די גוטע צייטן אין ישיבה גדולה)
ישיבה תל-תלפיות
106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4365
דאס איז מיין פוינט, אויב ס'איז א סיסטעם וועט א יעדע געזינטע בחור טרייען צו טעסטען די סיסטעם. און איינע פון די וועגן איז בלעמען די סיסטעם.
בחור בלייבט בחור אזוי ווי מען זאגט אז בחור מאכט ח-יה ר-עה ו-דר ב-ישיבה. סא דאס וועט זיך נישט טוישן, מיר ווילן דאך אבער האבן איידעלע,ערליכע,וואוילע,חסידיש׳ע קינדער זאגט מען זיי ״הער אויס איך פארשטיי דיין יצר הרע, אין די פארשטייסט די רויטע ליניע לעטס סטעי פרענדס אין טריי צו בלייבן אין די סיסטעם״ יעצט יעדע מוסד האט זיך זיין סיסטעם אדער רויטע ליניעס (ביידע מיינען די זעלבע) וכן הוא לגבי ״קאנסעקווענצין״ מאכט זיך יעדע זיינע פאליסיס איז אפילו א בחור וויל טרייען דעם סיסטעם which is part of life נישט געפערליך ווילאנג עס איז דא structure הייסט עס א גוטע סיסטעם
בד"וו עס וועלן אלעמאל זיין מאנכע וואס וועלן בלעימין די ישיבה/משגיח/מנהל אז ער זעט אזוי אויס נאר וועגן זיי....

תלפיות אין א צעניסלטער שאלעכטס.
אחריות. דאס אחריות פון דער ווירטשאפט אין ישיבה ליגט אויסשליסליך אויף די בחורים. די בחורים לעבן אין אן אטמאספער פון נעמען אחריות אויף זייער סביבה. דאס איז נישט בלויז אן עקסערסייז אינעם סדר היום, נאר א יסוד אויף וואס דער הלוך-ילך איז באזירט. נאכ'ן ארויסגיין פון תלפיות איז דער בחור אן ערוואקסענער, מסודר'דיגער, באזעצענער בעל אחריות.
רעספעקט. בחורים לערנען זיך ראשית כל ארויפצוקוקן און מחשיב זיין זיך אליין. רעדן און דאס התנהגות צו א צווייטן מיט דרך ארץ איז נישט סתם א שיינע מידה, נאר ווערט טייל פון דעם בחור'ס עצמיות. ער קומט פון תלפיות ארויס נישט עמיצער מיט גוטע מידות, נאר בעצם א גוטער, ארנטליכער מענטש.
זעלבסזיכערקייט. די ישיבה איז אויסגעשטעלט אזוי, אז א בחור'ס קאנפידענץ הייבט אן געבויט ווערן פון דער ערשטער מינוט וואס ער טרעט אריין אין ישיבה. יעדער בחור טרעט אויף אין ישיבה מיט א דרשה יעדע עטליכע וואכן און גייט צו צום עמוד איינמאל יעדע פאר טעג. וואס ער קען נישט, לערנט מען אים אויס -- נישט בתורת פראגראמירן, נאר במהות. ער לערנט זיך אויס צו גלייבן אין זיך אליין, צו טראכטן, צו מאכן החלטות, און פארשטיין זיין שוויות אלץ א איד און מענטש. דאס גיט דעם בחור כוח בייצושטיין די אלערליי שוועריגקייטן וואס א בחור באגעגנט, און עווענטועל שטייט ער אויף די אייגענע פיס איינמאל ער האט חתונה און גייט אליין ארויס אין דער גרויסער וועלט.
יהדות. מיר לערנען מיט די בחורים אידישקייט און ווארעמקייט. תלפיות פארמאגט א ספעציעלן קאריקעלום אין יהדות, וואס בנוסף צו הלכות, מנהגים און מסורה אנטוויקלען די בחורים א קשר, א קאנעקשאן צו אידישקייט און צום אויבערשטן. די בחורים באקענען זיך מיט עיקרים פון יהדות, מיט די יסודות הדת, מיט א שמחת החיים פון פשוט זיין א איד, און קומען ארויס פון תלפיות מיט געפיל און יסוד איתן וואס זייער א סך ערוואקסענע האבן נישט. די בחורים באקומען די געלעגנהייט צו הערן און שמועסן מיט ווארעמע חסידישע אידן און משפיעים, ביי וועמען אידישקייט/ערליכקייט און שמחה, צופרידנקייט און שלוות הנפש זענען נישט צופעליגע שכנים אין זעלבן קאפ און הארץ, נאר ממש צוויי זייטן פון דער זעלבער מטבע. אנגעהויבן מיט די וועכנטליכע ווארעמע קומזיצן, ביז שיעורים אין השקפה און יסודות הדת. קומט אליין אריבער מיטהאלטן איין אזא געלעגנהייט. איר וועט זיך נישט גלייבן ווי אינספירירנדיג יהדות איז באמת -- לכתחילה!
(דאס איז א זייער פרייע איבערזעצונג פון דער ישיבה'ס וועבסייט.)

אפשר דארף די נושא אן אשכול פאר זיך, אדער א סייט משלו, ווי עס זאל זיין חומר און חומר למחשבה. דאס איז דו ריכטיגע עניקדאד פאר דו היינטיגע נסיונות.
שיין ארויסגעברענגט וואס זיי טיען נישט דעם וויאזוי

הקטן ווי ביסטו געווען מיר זוכן דיך מיט לעכט, העלא וועל קאם בעק
פשוט-קאמפליקעיטעד, אפילו נאר דאס צו "ליינען" דערקוויקט מיין הארץ, ס'איז א שטראל אין די היינטיגע פינצטערניש ווען החושך יכסה ארץ.
ירבו כמותם בישראל!!
ירבו כמותם בישראל!!
א בריוו פון א חתן
(דעם פאלגנדן בריוו האב איך באקומען פון א תלפיות-פאנדרעיזער אפצוטייפן און אביסל פאררעכטן דאס לשון. כ'ווייס נישט צי דעם בריוו האט טאקע א חתן געשריבן -- הגם דער וואס האט מיר אים געגעבן טענה'ט אז יא. ווי עס זאל נאר זיין, איז עס ווי די מעשיות וואס מען דערציילט אויפ'ן בעש"ט, וואס אפילו אויב נישט אמת, גלייבן מיר אז זיי האבן געקענט געשען. אפגעזען צי עמיצער האט טאקע געשריבן דעם בריוו, האט עס זיכער געקענט געשען. אפילו אויב ס'איז נישט געשען, איז דער תוכן פונעם בריוו זיכער נישט קיין גוזמא. היות דער בריוו קען זיין אויטענטיש, האב איך כמעט נישט געטוישט גארנישט, נאר בעיקר פארראכטן דעם אויסלייג פון ווערטער, זאצן און פאראגראפן.)
בס"ד
מעלת הוד כבוד הרב שמעון סעמפ שליט"א,
מיין נאמען איז ________. כ'ווייס נישט צי איר געדענקט מיך. איך האב געלערנט אין "תלפיות" מיט פינף יאר צוריק. איך בין געווען א דורכשניטליכער בחור. כ'בין נישט געווען קיין "טראבל מעיקער", אבער אויך נישט קיין מצויין. איך וואלט געטראכט אז איר געדענקט מיך יא, ווייל איר האט מיט מיר פארברענגט א סך, א סך צייט. אבער, איר האט דאך פונקט אזוי פארברענגט מיט די אנדערע בחורים...
בכל אופן, נאך דעם וואס איך בין ארויסגעגאנגען פון "תלפיות", בין איך געגאנגען לערנען אין ______ ישיבה, וואו איך בין שוין געבליבן ביז מיט זיבן חדשים צוריק, ווען איך בין ב"ה א חתן געווארן.
חז"ל זאגן אז "אין בעל הנס מכיר בנסו". איך וואלט מסתמא קיינמאל אין לעבן נישט געכאפט וואספארא מורא'דיגע תועלת איך האב געהאט אין "תלפיות". איך בין בכלל נישט אזוי זיכער, אז איר אליין ווייסט וואספארא השפעה איר האט אויף מיר געהאט.
יעצט, שטייענדיג דריי וואכן פאר מיין חתונה בשטומ"צ, האלט איך אינמיטן מאכן א חשבון הנפש. איך האב זיך אראפגענומען א שעה יעדן אינדערפרי, ווען איך זעץ זיך אוועק אליין, און גיי דורך מיין עבר. איך האב איינגעזען, אז דעם גרעסטן שינוי וואס איך בין דורכגעגאנגען אין מיין לעבן איז געשען במשך דעם יאר וואס איך האב ביי אייך געלערנט.
אין אמת'ן אריין האב איך דאס אייביג געוואוסט. בשעת ווען איך האב געלערנט אין "תלפיות", האב איך געהאט חברים וואס האבן געלערנט אין אנדערע ישיבות. איך פלעג הערן וויאזוי זיי רעדן וועגן זייערע מגידי שיעור און משגיחים, און איך האב גראד פארשטאנען אז מיין מצב איז אנדערש ווי זייערס ווי פונעם הימל ביז דער ערד. איך האב געהאט חברים גוטע בחורים און אויך שוואכע. די שוואכערע האבן געלאכט און אפגע'חוזק'ט פון זייערע מגידי שיעור. די גוטע בחורים האבן אפשר גערעדט וועגן זייערע מגידי שיעור מיט דרך ארץ. אבער ליב האבן דעם מגיד שיעור, אנקוקן דעם מנהל ווי א צווייטן טאטן, דאס האט קיינער פון זיי נישט געהאט. (אויסער ____, וועלכער האט אויך געלערנט אין "תלפיות".)
בשעת מיינע חברים האבן גערעדט פון זייערע מגידי שיעור, פלעג איך זיצן שטיל. איך האב געהערט אלעס וואס זיי זאגן, אבער איך האב געוואוסט אז איך בין אנדערש. איך האב א מנהל אויף וועמען איך קען זיך נישט רעגן, פון וועמען איך קען נישט חוזק מאכן, אפילו כ'זאל וועלן. איך האב א מנהל וואס איז מיר מער געטריי -- אמת'דיג און אויפריכטיג איבערגעגעבן -- ווי מיינע חברים וואלטן געקענט אפילו גלייבן. כ'האב זיך געשעמט זיי דאס צו זאגן. זיי וואלטן מיך נישט פארשטאנען, און מיך אנגעקוקט ווי א בעיבי...
איך ווייס אבער דעם אמת. כ'האב עס דעמאלט געוואוסט, און היינט פארשטיי איך עס נאך בעסער. דער אויבערשטער האט מיר נישט געקענט געבן קיין בעסערע מתנה, ווי צופירן אז איך זאל אנקומען צו "תלפיות". איך ווייס שוין היינט-צו-טאג אז מיין לעבן, אפילו ביז היינט, וואלט אויסגעזען א סך אנדערש ווען איך וואלט נישט געלערנט ביי אייך.
פונקט ווי דעמאלט, האב איך היינט אויך חברים. עטליכע פון זיי זענען חתנים. פונקט ווי דעמאלט, בין איך אין דעם זעלבן מצב ווי מיינע חברים. און פונקט ווי דעמאלט, שמועסן מיר אפטמאל איבער אונזער צוקונפט. מיר רעדן וועגן אונזערע חתונות און אונזערע פלענער פאר'ן עתיד.
און פונקט ווי דעמאלט טרעף איך זיך טראכטן אנדערש ווי רוב פון זיי. און פונקט ווי דעמאלט שעם איך זיך מיטצוטיילן מיט זיי מיינע מחשבות.
אבער איך בין היינט שוין עלטער און ערוואקסענער ווי דעמאלט. איך פארשטיי שוין היינט אויך, דאס אלעס האב איך צו פארדאנקען דעם באשעפער'ס גוטן שליח, אייך, ר' שמעון.
במשך מיין יאר אין "תלפיות" האב איך באקומען א סך יסודות אויפ'ן לעבן, און אויך נישט ווייניג חומר למחשבה פאר פארשידענע מצבים. ווי רוב בחורים בין איך דורכגעגאנגען שוועריגקייטן. אבער איך האב ב"ה דורכגעמאכט דעם וועג בשלום. איך בין גוט צוגעגרייט געווארן...
איך האב זיך לכתחילה גע'ישוב'ט צי כ'זאל אייך אנרופן אויפ'ן טעלעפאן אדער שרייבן א בריוו. כ'האב מחליט געווען ענדערש צו שרייבן, ווייל מיט'ן מויל וואלט מיר שווערער געווען דאס צו זאגן. איך ווייס אבער אז איך בין אייך שולדיג מיין הצלחה דורכאויס די בחור'ישע יארן. איך ווייס נישט צי איר האט ערווארטעט אז כ'זאל צוריקקומען אייך באדאנקען מיט פינף יאר שפעטער. איך ווייס אבער יא אז איך וויל עס טאן. איך מוז עס טאן, פשוט אייך צו ווייזן אז די מידה פון "הכרת הטוב" וואס איר האט זיך אזוי אנגעשטרענגט אין מיר איינצופלאנצן איז ביי מיר געבליבן איינגעבאקן. איך גלייב אז איר וועט זיין צופרידן מיט דעם אליין.
א שאד וואס ווערטער קענען נישט וויינען. איך קען נישט מער ווי זאגן און איבערזאגן "יישר כוח" הונדערט און איין מאל. זיי וועלן אבער קיינמאל נישט קענען איבערגעבן מיינע הרגשים פון הכרת הטוב. איך האף נאר אז איר וועט האבן די צייט זיך אריבערצוכאפן צו מיין חתונה. (ס'איז דאך אין מאנסי, נישט אזוי ווייט...) איך מיין אז איר וועט נישט זיין אנטוישט אין מיר, און דאס וועט פאר אייך זיין דער גרעסטער יישר כוח וואס איך קען נאר געבן...
כ'האב דא צוגעשטעלט אן אינוויטעישאן, אבער דאס איז נאר איר זאלט וויסן ווען און וואו די חתונה וועט פארקומען. איך וועל אייך אי"ה לאדענען פערזענליך, און מיט'ן מויל זאגן דעם יישר כוח, וואס ליגט מיר שוין אזוי לאנג אויף דער צונג.
בכבוד והערצה ואהבת עולם,

די ליין געט נישט צו. ווי איז דער סעלף-עסטים?
בכלל, ארויסברענגען אייגענע שטארקייט פין די מוסד איז די וועג צי גיין, נישט בארעדען אנדערע. נישט קיין נ"מ אויב דאס איז אן ארגענעלע בריוו צו נישט, למעשה ניצט דאס דער פאנד-רעזער פאר א טאאל.
זיין זיכער מיט זיך מיינט נישט בהכרח זיך צונאר לייגן.
איך האב עס אנגעקוקט ווי ער פרובירט מאכן א פאינט מער ווי בארעדן א צווייטן. כמיין אז ארום און ארום איז דער בריוו היפש פאזיטיוו.

די בריוו איז זייער שיין, אבער וואס סיז מיר פשוט קאמפלעצירט איז פארוואס זענען די אלע בריוו און אנדערע מעלות וואס תלפיות ענטהאלט נתגלה געווארן פינקט אינעם צייט וואס תלפיות פריווט ארויף ציקימען אויפן מאפע, און ארבייט אויף א מעכטיגע שנארעריי.
דעריבער גייט גארנישט אריין און מיין מוח, געדעינק גיט! אז מיר לעיבן און א זמן וואס יעדער זאגט ליגענט, אן קיין שום בושה, די כלל וואס פלעיגט לויטען אז מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשו, האט לא עלינו עקספייערט, עס איז שוין מער נישט גילטיג.
פינקט ווי אלע מארקעטינג שקרנים א שטייגער ווי תהילם כולל און דאס גלייכען, האבען מיר אויפגעבויט אזא מחיצה המפסקת, אזא גלייכגילטיקייט, און מיר גלייבען אז יעדע מעשה'לע וואס ענדיגט זיך דערעקט אדער אימדערעקט מיט א ענוועלאפ פאר אלע וואס זענען נתעורר געווארן, באטראכט איך אזוי ווי ספעם.

זייער א גוטע פוינט, עס איז אבער נישט מוכרח
איך בין אביסל באקאנט מיט אנדערע גוטע ישיבות און ארגעניזעשאנס אידן וואס טוען גוטס וואס דו ווייסט נישט און דו ווייסט מסתם וואס איך ווייס נישט און כך הוא דרכו של עולם אז ווען מ' דארף געלט פויקט מען אלעס אויס אויס אויף די גאס.
עס מוז נישט זיין אז ס' אמת אבער דאס אז ס' ארויסגעקומען פאר א געלט אקציע מיינט נאכנישט אז ס' שקר, וועלטס ארגעניזעשאנס האבן זיך באהאלטן ביז זיי האבן געדארפט געלט (און נאכדעם דארפן זיי ספאנסערן מער אויך)

@פרישער, אלעס וואס דו זאגסט איז אמת: א קאמפיין קומט געווענליך באגלייט מיט גוזמאות און אפילו ליגנטס. און ס'איז מעגליך אז אויב "תלפיות" וועט אונטערנעמען א געהעריגן קאמפיין ווי אנדערע מוסדות און ארגאניזאציעס, וועלן דארט אויך געזאגט ווערן א סך ליגנט. למעשה בין איך נישט טייל פון קיין שום אזא קאמפיין. מיין ציל מיט'ן שרייבן וועגן דער ישיבה איז הונדערט פראצענט נאר איר צו העלפן (נישט דווקא מיט געלט. מיין עיקר ציל אויפ'ן מאמענט איז צו מפרסם זיין די שיטות און מעטאדן וואס ווערן אין תלפיות געניצט און אנגעוואנדן, ווייל איך גלייב אז א גרויס חלק וואלט געדארפט איינגעפירט ווערן אין יעדער ישיבה). און פונקט ווי דו, קוק איך געווענליך ניטאמאל אן קיין קאמפיין-ליטעראטור. כ'קען דיר גארנישט זאגן מער ווי אז איך האב נישט קיין געשריבן קיין איינציגן ליגנט. די ישיבה איז אפן, און ווער עס וויל קען איר באזוכן. כאפ זיך אמאל אריבער, און כ'גלייב אז דו וועסט שרייבן גאר אן אנדערע תגובה. 😛
וואו זעסטו תלפיות פרובירן "ארויסצוקומען אויף די מאפע"? דו האסט ערגעץ געזען א פאמפלעט, באשרייבונג, אנאנס, צעטל - חוץ וואס איך שרייב דא? איך טו דאס אויף דער אייגענער האנט. קיינער האט מיך נישט געדינגען אדער אפילו געבעטן. איך גלייב אין דער ישיבה און איר מיסיע, און וואלט איר זייער געוואלט העלפן. היות איך זיץ און שרייב במילא דא, שרייב איך שוין עפעס וואס איך מיין האט א תועלת.
פרישער... פארוואס זענען די אלע בריוו און אנדערע מעלות וואס תלפיות ענטהאלט נתגלה געווארן פינקט אינעם צייט וואס תלפיות פריווט ארויף ציקימען אויפן מאפע, און ארבייט אויף א מעכטיגע שנארעריי.
וואו זעסטו תלפיות פרובירן "ארויסצוקומען אויף די מאפע"? דו האסט ערגעץ געזען א פאמפלעט, באשרייבונג, אנאנס, צעטל - חוץ וואס איך שרייב דא? איך טו דאס אויף דער אייגענער האנט. קיינער האט מיך נישט געדינגען אדער אפילו געבעטן. איך גלייב אין דער ישיבה און איר מיסיע, און וואלט איר זייער געוואלט העלפן. היות איך זיץ און שרייב במילא דא, שרייב איך שוין עפעס וואס איך מיין האט א תועלת.
יא
פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.
(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)
נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.

ס'איז אמת. אבער דער קרוז איז געמאכט מער צו ציען מענטשן אלץ קרוז. איך האב כמעט נישט גערעדט דערפון, נאר פון דער ישיבה בכלל. איך האב אויך כמעט נישט דערמאנט געלט.
נו, נאך אלעם האסטו אלע רעכטן צו זיין ציניש און אננעמען אז כ'בין אויפגענומען געווארן דורך תלפיות און זיץ אויף א פעטן געהאלט צו פאמפן פאר דער ישיבה. האסט אלע רעכטן און איך האב קיין שום וועג דיר אויפצואווייזן אז ס'איז נישט אזוי.

פרישעריא
פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.
(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)
נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.
וואס וואלסטו מציע געוועין, אחוץ, פארשטייצעך איינלאדענען רז"ל פיליפ און ר' טודרוס זילבער שליט"א. אדער אפשר גאר ישראל מ. סופר. (שמעקעדיג און געפילטע, עטץ הערטס?!) און מ'זאל געיבן העירינג מיט צוויבל. און דאמאלס 'עט עס שוין זיין כשר און אידיש לכל הדיעות.
יא, בערל. איך הער!
ישראל מ. סופר קען מען נישט איינלאדענען צו א מסיבה פון א מוסד וועלכע האט משנה געווען פון די מסורה און דרך אבותינו ורבותינו צו רייסן און שמייסן עד זוב דם, און האט רח"ל אנגעהויבן מיט די היינטיגע מאדערנע חינוך מיטלען וועלכע שטאמען פון די טמא'נע פסיכאלאגן.

און אויף דעים האט זיך די רבי זכותו יגן עלינו מתמרמר געווען כל ימיו. ענליך צו דעים קען מען זאגן וכו' וכו',. נאך א פערצע האטצעך איינגעריסן אז יונגעלייט גייען אויף די גאס אין 100 דעגרי וועטער אנעם הוט און רעקל, וועסטל און וואלענעם טלית קטן. דעיס אלעס איז דער מאדערנער משפחה מאגאזין שולדיג, וועלכער ברענגט בילדער פון אידישע סאלדאטן וועלכע דינען אין טמא'נעם צה"ל, און זיי לייגן תפילין און ליינען פון א ספר תורה בשעת תפילת שחרית. מ'טאר נישט קוקן אויף די בילדער ווייל מ'קען ח"ו קומען משבח זיין די ציונים במחשבה. אויך איז לעצטנס נפרץ געווארן צו לערנען און פארשפרייטן דעם דף היומי, ר"ל. אונז האמיר שוין לאנג צוריק מברר געוועין אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה, נאר דער פאר וועים די סטרא אחרא העלפט צו. מהאי טעמא געט דער (ציוניסטישער( מוסד הרב קוק (ר"ל( ארויס אזעלכע שיינע ספרים, ר"ל מהאי דעתא...... 😂
@פרישער, דיין תגובה האט מיך דערמאנט אין יענעם פאלקס-מעשה'לע מיט'ן פאסטוך וואס האט געשריגן "וואלף". דער חילוק איז נאר אז דא כאפ איך פאר א צווייטנס "וואלף" געשרייען. פון דער אנדערער זייט, דאס אליין אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען אזוי שווער גלייבן אז אזא ישיבה עקזיסטירט יא און אז די פירערס מיינען באמת גארנישט עפעס אנדערש ווי אויפטאן, ווייזט נאך מער וואספארא חלל עס הערשט אויף דעם געביט. איך וואלט זיך געוואגט צו זאגן אז הרב סעמפ איז א כשר'ער קאווע שטיבל מעמבער (יעס יו, ראביי סעמפ. כ'ווייס אז דו וועסט מסתמא פריער צי שפעטער כאפן ווער איך בין און כ'וועל לכאורה באקומען א טעלעפאן קאל מיט קולות אז איך מאך דיר פראבלעמען, אבער: דער רבי האט געהייסן פייפן אויף דער וועלט...), נאר אנשטאט האבן א ניק און שרייבן, טוט ער צו דער זאך, און פרובירט אהערשטעלן א בעסערע אלטערנאטיווע צום עקזיסטירנדן סיסטעם. אנשטאט אוועקשטעלן א ישיבה שיסודתה בהררי דמיון, מאכט ער א ישיבה וואס איז מיוסד אויפן מציאות. אנשטאט דרש'ענען מיט א צעקנייטשטן שטערן און א קול בוכים איבער דער גרויסקייט פון זיין בשמחה, טרינקט מען א "לחיים" און מען קומזיצט אוועק (מיט'ן גיטאר -- דעם זעלבן וואס דער ראש ישיבה האט "פארגעסן" אוועקצולייגן ביים אינטערוויו אויפן קליפ 😛 ). אנשטאט זיך שאקלען אויף חסידישע ספרים, לערנט מען "חסידות". אנשטאט האקן א טשייניק מיט רבי חיימס און רבי חיים עוזרס, ארבעט מען צו אנטוויקלען דעם בחור'ס טראכטן און הבנה. אנשטאט פרעדיגן הכנעה און ענווה (פסולה), בויט מען אויף דעם בחור און מען הייבט זיין זעלבסזיכערקייט, אים מסביר זיין חשיבות, און אז ביים רעדן צום מנהל זאל ער אים קוקן אין די אויגן, אנשטאט באגראבן דעם קאפ אין דער ערד און שטיין ווי מאשקע פארן פריץ. אנשטאט רעדן וועגן מידת היסוד און זיכער זיין אז דער בחור זאל פארשטיין אז ער איז א פארלוירענער, איז מען איז מסביר זיין חשיבות ביים אויבערשטן און זיין תפקיד איז נאר צו פרובירן זיין -- נישט "גוט", נאר "בעסער", און אז אידישקייט מיינט זיין פרייליך, פילן א קאנעקשאן, ענדזשאיען וואס מען טוט (לערנען, שפילן מוזיק, פלאנצן -- מאכן א לעבן!).
פאר מיר האט גארנישט בעסער סומירט די ישיבה ווי דעם זאג פונעם ראש ישיבה (וועלכן כ'האב פריער דערמאנט): "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט." די בחורים זענען גוט, מצויינים! דער סיסטעם טויג נאר נישט, און מיט א "גוטן" סיסטעם וועלן די דאזיגע גוטע בחורים בליען!

שמעקעדיגפשוט-קאמפליקעיטעד, אפילו נאר דאס צו "ליינען" דערקוויקט מיין הארץ, ס'איז א שטראל אין די היינטיגע פינצטערניש ווען החושך יכסה ארץ.
ירבו כמותם בישראל!!
אויב מען זאל עס דארפן, בעסער אז מען זאל עס נישט דארפן בכלל.
אולי זעהט פרישער די גאנצע זאך פאר א ספעם ווייל די ראש ישיבה׳ס נאמען איז סעמפ אותיות ספעם וואס אין פרידיש איז זיך דאס גרינג מתחלף
פרישעריא
פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.
(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)
נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.
יאפ פאמעגרענעט האט געספאנסערט די גאנצע קעיטערינג

די רעגיסטראציע פאר די פאנדרעיזינג קרוז איז שוין אפגעשלאסן, כ'האף אז יעצט קען איך שוין שרייבן דא אנע דעם וואס מען וועט מיר חושד זיין אז איך בין א פאנדרעיזער פאר די ישיבה.
ווען כ'האב געזעהן די אשכל איבער די ישיבה האט זיך מיין הארץ דערפרייט. פונקט ווי אסאך אנדערע דא, בין איך אויף אסאך פונקטען פארווייטאגט אויפן א. ג. 'סיסטעם', ובפרט ביי עניני חינוך הבנים והבנות. מיר קריטיקירן אסאך אונזער אייגענע היים, אונזער קאמיוניטי, די צוקונפטע וואוין-ארט פון אונזערע קינדער און אייניקלעך. וממילא ווען מיר זעהן עפעס וואס טויג יא, עפעס וואס גייט יא אין די גוטע ריכטונג, וואלטן מיר געדארפט לויבן און דאנקען, חוגג זיין און שטיצן מן הבוקר עד הערב. נאך אלעם איז דאך גילטיג די מרובה מדה טובה, נישט אזוי? סתם קאמפלעינען און ארונטער רייסן איז נישט קיין קונץ, די קונץ איז יא צו טון צום זאך. נאר נישט א יעדע איינער איז אויסגעשניטן צו זיין א טוער. אויף אזוי פיל קענען מיר אבער יא טון איז מכיר זיין און שטיצן די וואס טוען יא צום זאך.
מיר האבן טענות אויף די בושות וואס מיר כאפן אין די מידיע, סיי ביי א פרשה ווי נ"וו, סיי ווען עס קומט ארויס אזא בוך פון ד"פ וכדומה. פארוואס קען מען אבער נישט טון אביסל פאזיטיוו? עס איז נישט אזוי שווער. גיבט נאר א קוק וואס דער חשוב'ע פרוי טוט אויף גדולות ונצורות אין דער געביט. די קידוש השם וואס זי ברענגט מדי יום ביומו קען פארשטעקן פאר בושה אסאך צדיקים וקדושים. קען מען דען עקספעקטן אז א יעדע פון אונז זאל טון וואס זי טוט? ניין. אבער לאמיר כאטש מכיר זיין אז ס'דא איינער וואס טוט יא גוט.
מיר האבן טענות אויף ארגעניזאציעס וואס זענען געשטעלט אויף פערזענליכע אינטערעסן, אויף צדקות וואס טאנצן און שפילן אויף אונזערע עמאושענס. קען מען דען עקספעקטן אז א יעדע איינער דא זאל צוליב דעם אויפמאכן גוטע און אמת'ע צדקה ארגעניזאציעס? אוודאי נישט. נישט יעדער איז געמאכט דערפאר. אבער ווען איר טרעפט א גוטע ארגעניזאציע זייט מכיר דערין, שטיצט זיי, באדאנק זיי. בארעד זיי נישט צוליב דעם ווייל איר האט געטראפן אפאר קליינע חסרונות'לעך. קיינער אין דער וועלט איז נישט קיין שלם.
לענינינו, דא פארציילן אידן איבער א ישיבה וואס טוט צום זאך. אלע הארץ ווייטאג וואס איז אויסגערעדט געווארן דא אין ק"ש איבער די ישיבה/חינוך סיסטעם ווערט דארט אדרעסירט. שלימות איז דא אויף יענער וועלט, אולי. אבער עט ליסט זיי טוען צום זאך. איך וועל דא אויסרעכענען אפאר נקודות בקיצור אבער כ'בין זיכער אז ס'דא מער.
די ישיבה איז נישט באזירט אויף בלעטער גמרא, שטיקער קצות, אדער אפילו אויף שעות רצופות. די ישיבה איז באזירט אויפן פאקט אז רובה דרובה בחורים וועלן חתונה האבן, דארפן פירן א שטוב, און גיין אין גאס על המחיה ועל הכלכלה. די מטרה איז אז א יעדע איינציגע בחור זאל ארויסגיין פון ישיבה מיט די נויטיגע כלים זיך צו ספראווען מיט דעם, מיט די רעאליטעט. זענען זיי מצליח מיט יעדע בחור הונדערט פראצענט? מן הסתם נישט. כ'האף אז זייער הצלחה ראטע איז ערגעץ צווישן 51 און 99 פראצענט. יהי' איך שיהי' שטייט דער בחור שענער ווי דער בחור וואס קומט ארויס פון ישיבה מיט ב"ק, ב"מ און ב"ב מונח בקופסה.
מען ענקארעדזשט די בחור צו פרעגן וואס עס דרוקט אים. השקפה ויהדות איז א וויכטיגע טייל פונעם ישיבה. אויב דארף איך אויסוועלן צווישן שוקן מיין זון אין א ישיבה וואו ער וועט קענען גאנץ ש"ס בע"פ אבער ער וועט נישט וויסן בחייכון וביומיכון איבער עיקרי אמונה ויהדות, אדער פונקט פארקערט, איר ווייסט וואס איך וואלט אויסגעוועלט.
יעדע פון די צוות האט א פערזענליכע שייכות מיטן בחור וואס האלט זיך אן לאנג לאנג נאך די בחור פארלאזט די ישיבה. פון מיינע זיבן ישיבה יארן האב איך ס"ה געהאט איין אזא שייכות מיט א מגי"ש, כ'האב געלעכצט נאך דעם, אבער זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט.
בויען אן אחריות און זעלבסט - זיכערקייט ביים בחור. א בחור וואס גראדואירט פונעם ישיבה ווייסט אז there is no such thing as a free meal. ווילסט געלט? ארבייט דערפאר. ווילסט עסן? ארבייט דערפאר. ווילסט א ריינע שטוב? עס נעמט ארבייט. ווילסט פארשטיין א תוספות? וועסט מוזן ארבייטן דערויף. אויסארבייטן א מידה פארלאנגט עבודה וכו'. אזוי ווען ער האט חתונה דארף מען אים נישט אויסלערנען צו זיין א מענטש און א בעל אחריות. ער מיינט נישט אז געלט וועט שוין אנקומען מיט בטחון (אדער אז די ווייב וועט ארבייטן ווי א פערד, נאכן האבן 4 קינדער אין 5 יאר - בשעת ער זיצט זיך על סיר הקאווע אין כולל). ער וועט עס ניטאמאל ריזענטען ווייל ער ווייסט אז דאס איז די רעאליטעט פונעם וועלט, און אז די גרעסטע סיפוק וואס עס איז דא איז ווען מען עסט די פירות פון די שווערע הארעוואניע. די זעלבע איז מיט שלום בית, חינוך, רילעישאנשיפ מיט שווער, שוויגער, קאלעגן וכו'.
די בחורים זוצן נישט א גאנצע טאג פארקוועטשט (און שמועסן) איבער די גמרא, נאר ווען אימער עס איז דא פרייע צייט פילט מען עס אן מיט אינטערעסאנטע באלערענדע און געזונטע אקטיוויטעטן. למשל שפילן באל, זינגען, שפילן מוזיק, לערנען בויען וכדו', לערנען אנדערע פאכן, לערנען קאכן, לערנען ווי אזוי צו כשר'ן, ועוד ועוד. וועט די בחור דארפן קענען די אלע זאכן שפעטער אין לעבן? מן הסתם נישט. אבער ס'אלץ בעסער ווי ער זאל אנפילן זיין קאפ מיט די קוקן בילדער פון רביס ורבנים אדער רעדן חסידישע פאליטיק.
די נקודה איז אזוי. מען קען נישט ערווארטן אז אלע ישיבות זאלן יעצט אדאפטירן אלעס וואס תלפיות טוט. סאסייעטי פארלאנגט אז change זאל געשען שטייטליך. מען קען אויך נישט עקספעקטן אז מיר אלע זאלן שוקן אונזערע קינדער צו תלפיות ווייל כהיום איז די ישיבה אויסגעשטעלט נאר פאר א געוויסע סארט בחור. אבער לאמיר (אונז די קאמפלעינערס) כאטש מכיר זיין אז הרב סעמפ איז א נחשון בן עמינדב, ער טוט צום זאך, ער גיבט אונז האפענונג. כ'ווייס פון אפאר ישיבות וואס האבן אנגעהויבן שטייטלעך איינצופירן געוויסע פון זיינע עצות למחצה לשליש ולרביע, עס איז אים צו פארדאנקען. יא, כ'בין זיכער אז די ישיבה האט אפאר חסרונות'לעך, אבער אויב דאס איז אויך נישט גוט וואס איז יא? ספעציעל אז די פאקט איז אז די בחורים פון תלפיות וואלטן נישט געהאט קיין ישיבה ווען נישט זיי (אנדערש וואלטן עלטערן נישט געצאלט אזא הויכע שכר לימוד).
@Shem-tov, לא שם טוב יקרא עוד שמך כי אם שעים טוב. דו האסט געווידמעט א גאנצע אשכל צו פארענטפערן אז די א. ג. געהעריגע ישיבות זענען גארנישט שולדיג איבער די הונדערטער בחורים וואס מוטשען זיך צו טרעפן ישיבות א יעדע בין הזמנים. נו, ביזט ענטייטעלד צו אן אפיניאן. (טראץ דעם וואס דו רייסט אראפ אזעלכע וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס ווי עזר לישיבות ודומיהן.) אבער אין די זעלבע צייט אראפ צו רייסן אזעלכע ישיבות ווי תלפיות? ס'הייסט אז מאור יצחק, וואס האט א מענגעלע'סק סעלעקציע פראצעס, ובחסותו פונעם הייליגע ראש ישיבה מעג מען פייניגן און רודפ'ן א שוואכערע בחור (אין לערנען) וואס האט איבערגעקלוגט די סעלעקציע פראצעס, כדי ער זאל אליינס וועלן ארויסגיין פון די ישיבה, ער איז בעסער ווי גוט, זיין ישיבה איז אקעי. אבער תלפיות און הרב סעמפ, זיי זענען די פראבלעם? What a shame!
.

@הוגה
👍 👍 👍
👍 👍 👍
@הוגה שיין צילייגט
נהנתי מאוד
לי יהו כדבריך
נהנתי מאוד
לי יהו כדבריך
אפאר וויכטיגע באקאנטע כללים אין חינוך איך האף מען קען מיט אייך רעדן אפען
1) סעלף קאנפידענס באקומט א בחור געווענדליך אין שטוב
2) תורה באקומט א בחור געווענדליך אין א ישיבה
3) עבודה באקומט ער פון ביידע אדער פון די חסידות זיינע
4) זיין מיינונג וויאזוי ער שעיפט זיך זיין לעבן קומט פון זיינע חברים
5) אויב די שטוב איז צופארן ברויך ער אן אנדערער טאטע-פיגור
6) קדושה ענינים איז בלויז סייעתא דשמיא און זיינע הארמאנס
דריי ארגאניאציעס שטעלן זיך אהער אין העלפן בחורים
1) עזר לישיבות - העלפט די גאר גוטע זיך צוריק מסדר צו זיין אין זייערע ישיבות ווי זיי באלאנגן
2) עזר לבחורים - העלפט שוואכערע בחורים צו טרעפן ישיבות אבער ס'קומט מיט א פרייז סיי פאר עזר און סיי פאר די גאר גרויסע שכ"ל ווי ער שטעלט דיך אריין, לדוגמא איז עזר לבחורים אן אגענט פאר תלפיות ס'איז נישט קיין שום סוד אז ס'איז דא דארטן געשעפטן
3) עזר לתלמיד - העלפט די גאר שוואכע בחורים וואס זייערע טאטעס האבן נישט קיין פרוטה אחת און פלאצירט זיי אין קלענערע ישיבות
יעצט ווען ס'קומט אפצושאצן די הצלחה פון א ישיבה און פונעם בחור איז כמעט נישט דא קיין פארגלייך ביי יעדע פאל איז אן אנדערע מעשה. למשל
דער בחור איז צופרידן
דער טאטע איז צופרידן
די שכ"ל איז נארמאל
ער קומט אהיים פירט ער זיך אויף נארמאל
ער איז נישט ערגער געווארן
ער איז אנגעקומען אין א געהעריגע ישיבה גדולה
ער האט זיך פארהערט סוף זמן א גויסע מסכתא
ער איז געבליבן א יוד
ער וועט זיך אלץ דערמאנען מיט ליבשאפט צו יענע צייטן
אויב איז ער גענצליך נארמאל באלאנגט ער צו זיצן און לערנען אין א נארמאלע ישיבה מיט נארמאלע חברים און חתונה האבן אויב אבער האט ער בעגעדש. וועט ער מיזן טרעפן עפעס אן אריותדיגער מענטש וואס ווועט אים אויפהייבן און אויסלערנען מיט א ליבליכען וועג דעם סור מרע ועשה טוב. און די אלע ביזנעס ישיבות וואס האקן סתם אין קאפ אריין מיט זייערע סיסטעמס מיטן סמך ארויסצונעמן שווערע טויזענטער פון א טאטע. איז נישט מער ווי א פשוטער ביזנעס נו וואס זענט איר ברוגז אויף מיר.
אנטשולדיגט רב הוגה כ'ווייס נישט פארוואס האסט מיך אזוי אנגעשריגן. למעשה זענען רובא דרובא ישיבות דא בלויז צו מאכן געלט. תלפיות בעט שווערע צענדליגער טויזענטער א זמן פון די עלטערן. אן צושטעלן אש"ל וואס כידוע פעלט דאס אויס אויפצובויען א בחור. גראדע איז דער סיסטעם וואס תלפיות שטעלט אהער גאר א געלונגענער סיסטעם. הגם ס'איז נישט די ערשטע וואס האט דאס אנגעהויבן, למשל המספיק ברודערהיים און שוועסטערהיים ארבעט גענוי מיט די זעלבע סיסטעם אז די קאנסומערס מיזן זיך משתתף זיין. און למשל אין יעדע נארמאלע שטוב לערנען די עלטערן אויס די קינדער אז מ'מיז אויך צוהעלפן. ווי איז דא דער דורכבראך. וואס זאל א טאטע טאן וואס ער פארמאגט נישט די שווערע טויזענטער א חודש.
געלט געלט און נאכאמאל געלט העוו עי נייס דעי - און דער שיפאלא אויף די האדסאן מיינט נאכאמאל געלט - לאמיר נישט רעדן פון דעם הערליכער דירה וואס מ'האט זיך לעצטענס איבערגעבויט
הצלחה וברכה מיט אלע אייערע געשעפטן. געדענקט מעשר און טיילט צדקה

shem-tovאפאר וויכטיגע באקאנטע כללים אין חינוך איך האף מען קען מיט אייך רעדן אפען
1) סעלף קאנפידענס באקומט א בחור געווענדליך אין שטוב.
תלפיות בעט שווערע צענדליגער טויזענטער א זמן פון די עלטערן. אן צושטעלן אש"ל וואס כידוע פעלט דאס אויס אויפצובויען א בחור.
זענען נישט די צוויי סענטענס א סתירה? וואס בויעט ער זיך אויף אין דארמיטארי?
ר' שם דו סאונדסט זייער שטארק ווי א אגענט פאר איינע פון די עזר'ס. גארנישט ראנג אבער אלס נקי כפיים מיין איך זאלסט קומען ריין.
[ציטאט אראפגענומען]
You got the picture. מען רעדט דא פון אזאלכע סארט בחורים, און דערפאר זענען די אלע טאקטיקן און שינויים נישט קיין שום אנזאג אויף טשעינזש אדער בכלל עפעס א דורכברוך אינעם עולם הישיבות. פונקט ווי חינוך מיוחד וועלכע - עקזיסטירט אין די פרומסטע תלמוד תורה'ס און - באנוצט זיך מיט די מאדערנסטע חינוך מיטלען, איז נישט קיין געים טשעינזשער כלפי די געווענליכע סדרי הלימוד אין די - מער פרומערע, עכ"פ - חדרים.
א שיף מיט פיר הינדערט חסידים אויפן וואסער דא איך בין זייער ציריסען ווייל פין איין זייט ברויך תלפיות געלט אבער פון די אנדערע זייט איז דאך היינט ראש חודש אלול, און דער עולם איז נאך העפי,
איך בליק מיר דא אריין און טייך איך זיך פיש וואס ציטערן, אבער איך זעי גארנישט, קען זיין אז דו שיפס קאפיטאן האט גענימען אלע פישן פאר א אויספלוג.
דער עולם עסט און טרינקט און לאזט זיך וואוילגיין פאר א וויכטיגע צוועק, זאלען זיי אלעמען זיין באוויליגט און אויספוילן דא א גיט געבענטשט יאר

אלא מאי, האט דער עוילעם נאכנישט מפנים געוועין (אינטערנאלייזד, בלע"ז) דעים פסוק אז "אום אלול ציטערן די פיש אין ים." דאס דערמאנט מיך. מיט א פאר יאר צוריק בינעך איינמאל אדורכגעגאנגען א געוויס בית המדרש אויפ'ן וועיג צו סליחעס. פלוצלינג העריך א קול פון געוויין. א יוד האט זייער ערליך געזאגט סליחות מיט בכיות. האבעך געוואלט צו גיין צו עים און פרעיגן. "ר' איד. יעצט וויינסטו. וואס האסטו אנגעשטעלט א גאנצן זומער?!" 🙄 😳
פרישער דודי קאליש מיט די גאנצע קרו זינגען דא אזוי הארציק שמע ישראל. עס ווילט זיך ממש אויסגיין אויף קידוש השם יעצט.
אה ביזט אויך פון די עובדי עבודה זרה? געמיינט ביזט קלוגער. קעלי קלארקסאן פאקט אים איין
בן תמליוןפרישער דודי קאליש מיט די גאנצע קרו זינגען דא אזוי הארציק שמע ישראל. עס ווילט זיך ממש אויסגיין אויף קידוש השם יעצט.
וואו?
קאווע טרינקערבן תמליוןפרישער דודי קאליש מיט די גאנצע קרו זינגען דא אזוי הארציק שמע ישראל. עס ווילט זיך ממש אויסגיין אויף קידוש השם יעצט.
וואו?
קרוז. ער האט זיך אפגערעדט עס איז נישט ערנסט.
עפעס א חזן דא האט געזינגען דא ער הייסט עפעס בלומעןפעלד מיין איך אדער עינלעך
מורה'דיג, איינגענימין דא דו נאכט
מורה'דיג, איינגענימין דא דו נאכט
זר זהבאה ביזט אויך פון די עובדי עבודה זרה? געמיינט ביזט קלוגער. קעלי קלארקסאן פאקט אים איין
פונקט קלארקסאן כאפסטו אן? קאם אן. עס זענען דא בעסערע ווי איר...
לויט ווי עס זעט אויס אויף טוויטער, איז עס גאנץ א פיינע פראגראם דארטן...
פאר נאך בילדער גייט צו מיין אשכול
Oh, What a night!
וואס האבן מיר געזעין אויפן שיף
וואס האבן מיר געזעין אויפן שיף.
אויבן אויף האט עס אויסגעזעין ווי א געזעמל פון גרופע'ס אינגעלייט וואס זענען געוועין אויסען צו א נאכט פון מוזיק מיט עסן, און אז עס איז געוועין ציגעשטעלט מכל טוב איז דאך א שאד צו פארפאסען אזא נאכט, עס איז דאך דא ברבירים ושליו ודגים, וכל מיני מטעמים, נו מיז מען דאך זיין א חלק, אבער פון מיין קיק ווינקעל האב איך באמערקט עפעס אינגאנצען אנדערש.
עס האבען זיך איין געזאמעלט עטליכע הינדערט אידן, פון אלע סארטן, און האבען זיך מיט געפרייט און געשטיפט א געוויסע מאוומענט, אויב תלפיות איז ווי אזוי זיי זאגען, אדער יא אדער ניין, עס בלייבט איבער פאר פארשער מחליט צו זיין, און איך בין קיין פארשער, וואס יא איז, תלפיות איז א מאוומענט, א רעוועלאציא, תלפיות גיט א אויבערהאנט פאר עלטערן, תלפיות איז נישט מסכים מיט וואס מען טוט טעיגליך מיט אינזערע בחורי חמד, דאס האבען מיר מחזק געוועין, עס איז געוועין א שיף געטריבן אויף א וויי געשריי, מיר האבען געשריגען געניג איז געניג, אויב א בחור איז נישט א מציון ווען ער איז פערצען, דאן ארבייט אים אויף, נישט שיקן חלילה צי שמד מיט דו אייגענע האנט, און דו פארם פון א לא נתקבל קארטל, א שיף וואס האט געפאדערט פון אינז מיר זאלן נישט אקצעפיטן ווען א בחור טרעינקט זיך, חלילה אים זאגען טרעינק זיך מיין קינד, לעיבן איז נישט פאר דיר, א שאד דאס פלאגען חס ושלום, א שיף וואס קען נישט ציקיקען די צער פון עלטערען, ווען זייער בחור'ל איז און גאס דריי וואכען ווייל ער איז קיל ביים דאווענען, אדער ווייל ער לערנט נישט געניג טיף, אדער ווייל ער האט געלאכט פון זיין מגיד שיעור, אדער ווייל ער האט חלילה מחשבות זרות, אז ווען ער גייט זיין גרויס וועט ער האבען דו נייסטע קאר, אדער זיין א פליס.
א שיף וואס האט מקדש געוועין דעים אייבישטנ'ס נאמען, דורך נישט צילאזען די היינטיגע ווינטען וואס בלאזען, אז אויב איינער קען נישט אויסוואקסען א גאון, מעיג ער שוין מעכשיו ולמפריע זיין א גארנישט, זיין אמן איז שוין גארנישט ווערט, זיין לייגען תפילין איז בחינם, עס גייט דאך נישט גארנישט אויסוואקסען פין אים, א שאד דו מי און פלאג, מען קען דאך און דו זעלבע צייט ארבייטן אויף א אנדערע מציון.
עס דערמאנט זיך א ווארט וואס איך האב געהערט בשם דעים רבי'ן פון סאטמער, אז מען איז אריין צינעם, אז א בחור מאכט פראבלעימען און אלע אנדערע ניין און דרייסיג בחורים ליידען געפערליכע זאכען און מען קען מער נישט אזוי אנגיין, האט דער רבי געזאגט נישט קיין פראבלעים, זאלען א ניינין דרייסיג גיין, און מען זאל קענען געהעריג זיך אפגעיבן מיטן פראבלעמאטישן בחור, א גיטע בחור בלייבט א איד ווי אימער מען וועט אים לייגען, ווידעראים א בחור מיט פראבלעימען אויף אים ברויך מען הארווען.
דאס איז דו סיבה וואס מיר ברויכען מחזק זיין אזעלכע ישיבות, וועלכע בראש גלו דערקלערן מיר ארבייטען אויף עוורידש בחורים צו דו מאקסימום וואס עס איז זיי באשערט פון שמים, מיר נעמען ארויס יעדען זיין מאקסימום, מיר בויען א בחור, מיר מאכען א בחור פריילעך ווען ער שטייגט, מיר זאגען אים מער מער ביטע, נאך א פסוק, נאך א רש"י, נאך א משנה, און אויך און גשמיות שטייגען און זיין ציזאמען גענימען, זויבער, ערליך, באנעימען, ווי הערן מיר אזעלכע ווערטער, היינט אויב א בחור איניש קדוש מרחם, איז א גוי, אויב איינער איז מודה אז די שנעלקע האט געווירקט און ער האט ווירקלעך פארגעסען ס'לערנען, קען און זאל שוין גיין אויף קעי דאבעליו, און דרייווען פאר פלינק וכדומה.
אלע האבען געשריגען אז דו שיף פון רשעות האט אפגערייזט, עס איז שוין נישט מען אינטערעסאנט ווען א בחור פאכעט מיטן פינגער אויף אלע זייטען, אבער האט נישט קיין שמחת החיים, לערנט יומם ולילה, אבער פארשטייט נישט פארוואס ווארטן מיר אויף משיח, וואס מיינט אהבת השם וואס איז טייטש ביטחון, אמונה פשוטה, וואס איז פשט מען פארלאט זיך אויפן בורא עולם, דו דרייצען אני מאמין'ס, דו בעיסיקס וואס עס פאדערט צו זיין א יוד, וואס עס מיינט גנב'ען וואס מיינט בעוול'ן א צווייטען, וואס מיינט רודף'ן א צווייטען.
הינדערטער האבען זיך ציזאמענגענימען זיך צי פאראייניגען, זיך צי שטארקען, מיר ווילען אינזערע קינדער זאלען געבויט ווערן אויף פעסטע יסודות, דאס האבעו מיר געזעין דו דאזיגע ראש חודש אלול אויפן שיף.

די וואס גייען אויף קרוז זענען גארנישט געקומען מחזק זיין נאר זיך אליין.
נעם אוועק פאמאגערנטע פרעס יודא גרין האסטו א ליידיגע שוף מעג זיין טויזענט תלפיות.
ווען זאל עס זיין א פאנדריעסינג צי דריקן דים רבינס על הגואלה וואלט דאס געווען פונקט אזויפיל עז לאנג די אינטערטעמענט איז דא.

@פרישער, זייער גוט ארויסגעברענגט, בעסער וואלט איך נישט געקענט זאגן.
אין די לעצטע מינוט האב איך מחליט געווען אפצושטופן א וויכטיגע ביזנעס געלעגנהייט וואס איז געווען געפלאנט אויף די נאכט און איך האב מיך מיטגעכאפט מיט דער געוואלדיגע קידוש השם.
וואס האב איך געזעהן? איך האב געזעהן א שיף וואס איז אנגעפילט מיט "קאווע שטיבל" אידן. כ'האב דא און דארט געשמועסט מיט אידן און כ'האב געזעהן אז איך זיץ מיט אן עולם וואס איז אפען-מיינדעד, טראכטערס, מענטשן וואס זענען גרייט פאר טשעינדזש. די "יש תקווה" האט פיין אפגעהילכט דארט. כ'האב געקענט שווערן אז איך זעה יאיר, לעיקוואד, שמעקעדיג וכו' זיצן און פארברענגן צוזאמען טראץ דעם וואס זיי האבן זיך נישט געקענט ביי די ניקס נאר ביי די ריכטיגע נעמען. ווען ראביי דזשעיקאבסאן האט גערעדט פון עווילושאן און דארוויניזם האט די עולם אויסגעזעהן עפעס צו באקוועם דערמיט. 😂 אפילו @בדחן האב איך דאכצעך געזעהן דארט זיך מיט שאקלן האלבוועגס צו יודא גרין'ס ובנה ירושלים. (די איינציגסטע איד מיט א פארמאכטע רעקל און א ברייטע פלאכע ביבער היט אויפן קאפ 😂.)
עס זענען דא מענטשן וואס פארברענגן זייער ר"ח אלול מיט תשובה און קבלות צו אנהייבן צו טון די ריכטיגע זאך, אז זיי גייען אנהייבן צו דינען די אייבישטער בשמחה. דערנאך זענען דא (פיר הונדערט) אידן וואס פארברענגן ר"ח אלול מיטן טאקע טון צום זאך, מיטן זינגען און לויבען דעם אייבישטער בשמחה של מצוה פון שטיצן אזא געוואלדיגע ענין, מיטן אריינבלאזן א רוח חיים אין די בחורים. א גרויסע טייל פון די באטייליגטע זענען נישט געקומען פאר תלפיות, זיי האבן ניטאמאל געוויסט וואס איז דאס תלפיות, זיי זענען נאר געקומען ווייל זייער ביזנעס האט געקויפט א טיש און זייער בעל הבית האט זיי געהייסן קומען. אבער אלע וואס זענען דארט געווען זענען אהיים קענענדיג תלפיות. אלע זענען היינט חסידים פונעם קאנצעפט.
ווארטענדיג ארויף צו שטייגן אויפן שיף האב איך געכאפט א שמועס מיט א טאטע און זיין בחור'ל - וואס האט נארוואס גראדואירט די ישיבה נאך דריי יאר. די מעשיות וואס דער בחור האט מיר פארציילט איז אוממעגליך איבער צו געבן בקצרה, אבער איך בין ממש ארויס פון התפעלות ווי דער בחור רעדט מיט אזא התרגשות, מיט אזא קאנפידענס און קלארקייט איבער זיך, זיין לעבן און תלפיות. שפעטער האב איך געשמועסט מיטן טאטע איבער זיין ביזנעס און זיינע אינוועסטמענטס. זאגט מיר די טאטע, מיין זון האט מיר אפגעקאסט 75 אלפים אין די לעצטע דריי יאר (שכ"ל, אשל, נסיעות צו און פון ישיבה א יעדע וואך, קליידער און נאך, הכל בכל), די ריוח וואס איך האב ארויסגענומען פון דער 75 טויזנט דאלער וואלט איך אין די בעסטע אינוועסטמענט נישט געקענט מאכן. דורכאויס די נאכט האב איך געזעהן די טאטע רעדן מיט אימפעט צו צענדליגע אידן איבער זיין זון'ס הצלחה. (שם טוב וועט יעצט זאגן אז דער טאטע איז אויך פון די אונטערגעשטעלטע אגענטן פון די ישיבה און ער שארט מיליאנען דערפון.)
איך וועל נאר מיטיילן איין עובדה'לע וואס ראביי דזשעיקאבסאן האט פארציילט וואס קען שיינען א ליכט אויף א קאנטרעווערסיאלע נושא דא אין ק"ש. (@לעיקוואד, די וועסט הנאה האבן פון דער מעשה.) עס איז געווען א ישיבה וואס איז געווען תחת חסותו פונעם חזון איש, מען האט דארט געכאפט א בחור רייכערען אום שבת האט אים די ראש ישיבה פארשוקט. ס'הייסט, א בחור א מחלל שבת בפרהסיא טאר מען דאך נישט סובל זיין. האט די חזון איש אריינגערופן די ראש ישיבה און ער האט אים פארגעהאלטן היתכן, די משנה זאגט דאך דיני נפשות בעשרים ושלשה, און דארט רעדט מען פון די גשמיות'דיגע נפשות, ועאכו"כ ביי די רוחניות'דיגע נפשות. האסטו צוזאמגעזעצט א בי"ד של כ"ג דן צו זיין אויב מען מעג ארויסווארפן דער בחור און אים אפ'שחט'ן אויפן גאנצע לעבן? האט די ראש ישיבה געענטפערט אז ס'נישט מעגליך צוזאם צו זעצן א בי"ד של כ"ג. האט די חזון איש געזאגט, אויב אזוי נעם שוין צוריק דער בחור אין ישיבה. האט די ראש ישיבה געזאגט אז ער קען בשו"א נישט האלטן א מחלל שבת אין ישיבה. האט די חזון איש געזאגט, אויב אזוי קענט איר זיך זוכן א צווייטע דזשאב. האט די ראש ישיבה גע'טענה'ט, ווי אזוי האט איר א רעכט אזוי גרינגערהייט מקפח זיין מיין פרנסה. האט די חזון איש געענטפערט אז דיני ממונות איז בשלשה או ביחיד מומחה, איך בין א מומחה און איך קען פסק'נען דיני ממונות ביחיד.
@shem-tov, אויף דיין לעצטע תגובה וועל איך מקיים זיין די אל תען כסיל כאיוולתו, איך בין דיר דן לכף זכות אז אדער ביסטו פשוט אומוויסנד, אדער האט דיר איינער זייער שטארק וויי געטון אמאל. לאמיר דיר נאר זאגן. דא אויפן שיף האב איך געזעהן צענדליגע בעלי בתים און אפילו מולטי מיליאנערן, וואס געווענטליך ביי ביזנעס האבן זיי די קאפ אויפן פלייצע און זיי ווייסן פונקטלעך וואו צו לייגן זייער געלט און וואו נישט. אבער דא זענען זיי עפעס פאר'נער'ט געווארן צו געבן גרויסע געלטער פאר אזא לעכערליכע פאנזי סקים, און דורך עפעס א נער'ישע ראביי סעמפ, אינטערעסאנט! אויך איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן די פארווייטאגטע טאטעס פון וועם מען באראבעוועט אזויפיל געלט מיט שקרים וכזבים, ווי זיי דרייען זיך ארום אויפן שיף מיט א קענטיגע שמייכל אויפן פנים. ווי אזוי קענען זיי אזוי גוט באהאלטן זייער אויפברויז? אויך האב איך ארום געזוכט מיט לעכט די באהאלטענע אגענטן און טעראריסטן פון עזר לישיבות און עזר לבחורים, וואס האבן א יד אחת מיט תלפיות צו פאקעטען די מיליאנען וואס תלפיות שארט, אינטערעסאנט, כ'האב זיי נישט געטראפן! איינער האט מיר געשוקט אין אישי אז די ישיבה לאזט עניבאדי קומען ווען אימער זעהן די ישיבה, מען קען אריינוואקן און בעטן א מגי"ש פאר א tour. איך פלאן עס צו טון אין אפאר וואכן ארום (נאך די זמן הייבט זיך אן). איך וואלט דיר מייעץ געווען צו טון די זעלבע. You might be surprised.
@נולד מאוחר, איך קען נישט רעדן פאר אנדערע, אבער איך וואלט נישט געגאנגן פאר קיין שום אנדערע צוועק אויסער מיינע קינדער'ס מוסדות.

@הוגה, ביטע צוטייל דיין תגובה אין עטליכע תגובות.
איך וויל דיר לייקן פאר יעדער חלק באזונדער.

עטליכע בילדער, (קרעדיט: אייוועלט)